ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: אט אזוי איז עס געלונגען! 3120 באזוכער

ענטפער: צוריק: Re: טעמע: אט אזוי איז עס געלונגען! כ"א טבת התשע"ה 00:13 #236623

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 5
:pinch: ווארנונג: ספוילער!

ענטפער: צוריק: Re: טעמע: אט אזוי איז עס געלונגען! כ"א טבת התשע"ה 04:44 #236632

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
בידו אפקיד רוחי געשריבן:
[]מען דארף אויפנעמען א גבאי וואס זאל אכט געבן מען זאל נישט פארדרייען די שמועס [/]


אקעי
מ'דרייט צוריק די שמועס
עד כאן האט געשריבן איבער איינעם וואס האט געליטן שטארקע דורכפעלער פון די אדיקשאן, און ויהי היום ער איז געשטארבן, און דאן האט זיך אויפגעהערט די אלע דורכפעלער

און ער ברענגט ארויס אז ווילאנג מ'לעבט סטראגעלט מען, און נאכ'ן טויט סטראגעלט מען מער נישט.....


אויף דעם האב איך דאן געהאט געשריבן ווי פאלגענד
בשמחה תמיד געשריבן:
אבער עס איז יא דא א וועג אפילו ביים לעבן צו ארבעטן נישט צו האבן מער קיין נסיונות
מער דערוועגן בקרוב בעז"ה

בשמחה תמיד געשריבן:
איך מיין צו זאגן מער נישט צו האבן די נסיונות, און קדושה ענינים אויף דעם שווערן וועג וואס מיר האבן



און אצינד וועל איך מסביר זיין
יא ריכטיג ווילאנג מ'לעבט האט מען נסיונות, די שאלה איז אבער ווי שטארקע נסיונות
עס איז פארהאן גרינגערע נסיונות און פארהאן גאר שווערע און ביטערע נסיונות, אן אדיקט וואס מוטשעט זיך מיט קדושה נסיונות איז עס אויף אזא שרעקליכע לעוועל אז ס'איז כמעט ווי אוממעגליך זיך צו שטארקן דערויף, און מ'קען בוודאי יא עס היילן אפילו בחיים נישט צו ליידן פון די שרעקליכע ביטערע נסינונות און אנקומען צו דעם אז די נסיונות זאלן זיין רעגלמעסיג גרינג בייצוקומען בעזהשי"ת

וויאזוי?

כדי צו פארשטיין וויאזוי, איז וויכטיג צו וויסן וויאזוי אדיקשאן ארבעט
אדיקשאן איז בסך הכל אז מ'געוואוינט זיך איין אז ווען מ'איז אונטער'ן רושם פון ווייטאג, זוכט מען א וועג צו אנטלויפן דערפון, ווייל מ'גלייכט נישט קיין ווייטאג, און דערפאר לויפט מען צו עפעס וואס ברענגט פלעזשור (הנאה)
און וואס שטערקער הנאה עס איז אלס שטערקער וועט די אדיקשאן שטופן דערצו

דערפאר איז די עצה זיך אויסצולערנען נישט אריינצופאלן און א מצב פון ווייטאג, פארדעם צוועק דארף מען קונה זיין עטליכע וויכטיגע מידות, וואס דאס זענען:
סבלנות.....
אמונה.....
בטחון.....
הסתפקות במיעוט.....
שמחה......

וואס דאס איז די שליסלן צו לעבן אן ווייטאג, און במילא אז ס'איז נישטא ווייטא, אנטלויפט מען נישט צו די פלעזשור וואס דאס איז די שרעקליכע אדיקשאן!!!!

און כדי צו קענען זיין די מידות איז ראטזאם צו ארבעטן אויף די 12 סטעפס, וואס דאס איז אויסגעארבעט צו איינקויפן די מידות

אבער אביסל מער פון דעם......
איך האב שוין אמאל געשריבן אין אן אימעיל, די ווערטער און איך ועל עס דא נאכציטירן וואס די ווערטער זענען ממש א שליסל צו טוישן די לעבן (נישט נאר טויטערהייט!!) און צו לעבן מיט א נייע בליק אז מ'זאל נישט אנטלויפן פון די ווייטאג, ווייל די ווייטאג איז לתועלת, אדרבה באקום סיפוק פון די ווייטאג


בשמחה תמיד געשריבן:
הבהרה: אלעס וואס איך שרייב דא שטייט שוין אין די ספרים הקדושים, איך שטעל עס נאר צוזאם ווי א פאזל אז מען זאל מערקן וויאזוי עס ארבעט!!

דער אויבערשטער איז מקור הטוב, און טבע הטוב איז להיטיב, דערפאר האט דער אויבערשטער באשאפן די גאנצע וועלט מיט אלע אירע וועלטן וואס איז אין איר, און מלאכים ושרפים בלי שיעור וערך אלץ מיט איין ציהל!!!!
אז די אידן זאלן טוהן מצוות און באקומען שכר דערפאר

צו וואס פעהלט אויס אז די אידן זאלן טוהן מצוות און באקומען שכר? אויב דער אויבערשטער וויל גוט'ס טוהן קען ער עס געבן אן דארפן טוהן מצוות....
(די תירוץ פון נהמא דכיסופא איז באקאנט, אבער מיר וועלן יעצט נישט אריינגיין אזוי טיף)

די גרעסטע שכר וואס דער אויבערשטער גיבט איז: דביקות בהשם
ווייל דער אויבערשטער איז מקור הטוב, און וואס מער מ'איז דבוק אין השי"ת איז מען נענטער צו "טוב" און וואס נענטער צו טוב אלס מער הנאה
כדי צוצוקומען נאנט צו טוב דארף מען זיין טוב, ווייל טוב מיט רע קען זיך נישט פארטראגן
דער אויבערשטער וואס ער איז מקור הטוב, איז משפיע גוט'ס פאר יעדן, ווייל מטבע הטוב להטיב, און ער דארף נישט פון קיינעם גארנישט, ער איז נישט קיין מקבל
ווען איינער איז א מקבל, איז ער די ווייטסטע וואס איז שייך צו זיין פונעם אויבערשטן, און ווען איינער איז משפיע, ווערט ער נענטער צום אויבערשטן

אין קורצן:
וואס מער מ'גיבט אוועק פון זיך פאר יענעם אלץ נענטער ווערט מען צום אויבערשטן מקור הטוב, און וואס נענטער מ'איז צו איהם אלס נענטער איז מען צו טוב און הנאה


אט איז נאכציטירט א שטיקל פון די אידישע אימעיל וואס איז געשיקט געווארן אפאר וואכן צוריק וואס רעדט מער איבער די נושא




וואס דארף איך טוהן אז דער באשעפער זאל איבערנעמען די קאמף?

חז"ל זאגן אונז אלמלא הקב"ה עוזרו לא הי' יכול לו. דערפאר דארפן מיר, נישט מער, ווי זען אז דער אויבערשטער זאל קעמפן פאר אונז.
שטעלט זיך די פראגע: וואס דארף איך אלס טון אז דער באשעפער זאל קעמפן פאר מיר?
דער יצר הרע (אדיקשאן) איז דאך סאך שטערקער פון אונז, מיר האָבן נישט קיין האָפענונג פון זיך שלאגן מיט אים אַליין. נאָך אַלעם, האט דער אויבערשטער איהם באשאפן, פאר'ן ציל אז ער זאל אונז שטופן צו דורכפאלן, און זיך שלאגן מיט אים אז כמעט אַזוי ווי זיך צו שלאגן קעגן וואס א דעם אייבערשטנ'ס רצון!
וואס דען?
דער איינציגסטער וועג וויאזוי מיר קענען אים געווינען, איז ווען דער אויבערשטער אליין קעמפט פאר אונז.
אבער וואס קענען מיר טון אז דער אויבערשטער זאל קעמפן פאר אונז?
אין ספר "שמעתי" פונעם בעל הסולם שטייט א געדאנק וואס שיינט א ליכט אויף דעם הארבע פראגע.
דוד המלך זאגט אין תהלים, "אוהבי השם שנאו רע, שומר נפשות חסידיו מיד רשעים יצילם – די וואס האבן ליב דעם אויבערשטן האבן פיינט דאס שלעכטס, ער היט אפ די נשמות פון זיינע צדיקים און פון די האַנט פון די רשעים ראטעוועט ער זיי". דער בעל הסולם איז מסביר, אַז "שלעכטס" מיינט מען דעם "רצון לקבל" וואָס דאס איז "דער פאַרלאַנג צו באַקומען" וואָס איז איינגעפלאנצט נאטורליך אין יעדן מענטש דורך'ן אויבערשטן כדי אַז ער קענען צום סוף באַלוינען מיט אַלע זיינע גוטס פאר אונז.
אָבער, דער "רצון לקבל" איז גאר דער וואס טוט אונז אפטיילן און דערווייטערן פונעם אויבערשטן, וויבאלד עס מאכט אונז פאר א "מקבל" איינער וואס נעמט, בשעת וואס דער אויבערשטער איז פונקט דאס פארקערטע, ער איז די משפיע – ער וויל נאר געבן, און פונקט ווי מיר פארשטייען אז צוויי מענטשן וואס האבן צוויי פארקערטע נאטורן קענען נישט זיין קיין נאנטע פריינט, און ווידעראום צוויי מענטשן וואס האבן פּונקט די זעלבע נאטורן, ווערן זיי זייער נאָענט איינער צום צווייטן, דאס זעלבע ווען מיר זוכן צו נעמען, טוט עס אונז דעווייטערן פונעם אויבערשטען וואס ער גיבט, און ווען מיר געבן, דאן ווערן מיר נאנט צו אים
דעריבער, ערקלערט דער בעל הסולם, צוצוקומען צו אמת'ע דביקות בהשם קען מען בלויז דורך דעם וואס א מענטש ברעכט זיין רצון לקבל. דאס איז דער וועג פון עבדות השם צו ארבעטן דערויף נישט צו זיין אַ "נעמער" נאָר צו זיין אַ "געבער", צו אוועקגעבן פון זיך פאר אנדערע און צו לעבן פאר'ן אויבערשטן און אים געבן אַ נחת רוח.
דער פּראָבלעם איז אבער, אז קיין איינער קען נישט אליין ברעכן זיין "רצון לקבל". עס איז איינגעווארצעלט אינעם נאַטור פונעם מענטש פון געבורטס טאג, ווייל דער אויבערשטער האט אונז אזוי באשאפן פאר אונזער עקזיסטענץ, אז מיר זאלן וועלן נעמען, כדי מיר זאלן קענען אויפוואקסן און זיך אנטוויקלן. ווען א מענטש זאל ווען גארנישט האבן קיין אייגענע ווילן, וואלט ער דאך געווארן א וועטדזשטעבל ר"ל, און נאר מיט דעם נאטור קען מען אויפוואקסן געהעריג.
איז ווי איז מעגליך אז א מענטש זאל צוברעכן גענצליך זיין נאטור אויף וואס ער איז געבויעט און אזוי אויפגעוואקס ןגעווארן?
דערפאר קומט דער פסוק און זאגט אונז אויס דעם סוד: "די וואס האבן ליב דעם אויבערשטן", זאגט די פסוק, "האבן פיינט דאס שלעכטס". דער אויבערשטער בעט נישט פון אונז צוצוברעכן די יצר הרע, ער בעט פון אונז בלויז פיינט צו האבן דאס שלעכטס. ווען מיר וועלן טוען אנערקענען אז דער "רצון לקבל" איז דער יסוד און שליסל צו אלעם בייזן וואס קומען אויפן מענטש, הייבן מיר אָן דאס פיינט צו האבן; ווען מיר פאַרשטיין אַז בלויז דער "רצון לקבל" איז דער וואס טיילט אפ צווישן אונז און דעם אויבערשטן ווי א שטיינערנע וואנט, דאן הייבן מיר אָן עס פיינט צו האבן. און ווען מיר מיר קומען צו דערצו פיינט צו האבן דעם "רצון לקבל" מיט א שטארקע שנאה, דאן איז די פסוק ממשיך: "ער היט אפ די נשמות פון זיינע צדיקים, און פון די האַנט פון די רשעים ראטעוועט ער זיי."
*
ווי טיף און גרונטליך איז דער יסוד! אז דער אויבערשטער בעט נישט פון אונז אליין צוצוברעכן אונזער נאטור, ער פארלאנגט נישט פון אונז צו זיין שטערקער ווי אונזער יצר הרע, נאר דאס בעט ער פון אונז: האב פיינט דאס שלעכטס, האב פיינט דעם רצון לקבל וואס טוט אונז אפטיילן און דערווייטערן פונעם אויבערשטן און איז דער מקור צו אלע צרות פיין און ליידן אויף דער וועלט!
און ווען מיר באקומען א שנאה צו די מדה פון רצון לקבל און מיר וויינען זיך אויס צום אויבערשטן אז ער זאל אונז דאס אוועקנעמען , דאן קומט דער אויבערשטער און ער טוט עס פאר אונז, אזויווי דער פסוק פירט אויס "מיד רשעים יצילם".




מיינט נישט אז מ'קען אנקומען גרינג צו דעם, אבער ווי עס שטייט שוין פריערט ציטירט פון בעל הסולם, מיר דארפן בעהטן דעם אויבערשטן אז מיר זאלן אנקומען צו דעם
לעצט פארראכטן: כ"א טבת התשע"ה 04:49 דורך בשמחה תמיד.

ענטפער: צוריק: Re: טעמע: אט אזוי איז עס געלונגען! כ"ב טבת התשע"ה 03:37 #236677

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 5
VERY WELL SAID

(צו א קורצע ישר כח פאר אזא גוטס אבער אויף דערווייל וועט מען אנגיין מיט דעם)

ענטפער: צוריק: Re: טעמע: אט אזוי איז עס געלונגען! כ"ב טבת התשע"ה 05:00 #236678

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
בעסער א קורצע יישר כח ווי איידער א לאנגע גארנישט....
לעצט פארראכטן: כ"ב טבת התשע"ה 05:01 דורך בשמחה תמיד.

ענטפער: צוריק: Re: טעמע: אט אזוי איז עס געלונגען! כ"ב טבת התשע"ה 16:49 #236693

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 638
  • האט שוין געלייקט: 676 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 688 מאל
  • קאָרמא: 10
איך מעג מגדיר זיין אין איין ווארט וואס בשמחה תמיד זאגט?

נסיונות זענען דא אלעמאל, 'אף אם יהי' במלחמה זו כל ימיו' (תניא)...
אונזער פראבלעם איז נאר (געווען) אז מיר ווייסן נישט וויאזוי זיך א עצה צו געבן מיט זיי, מיר האבן נישט געהאט די ריכטיגע כלים און די ריכטיגע צוגאנג זיך צו ספראווען מיט דעם.

דאס באקומען מיר דא פון 'היט דיינע אויגן'

די נסיונות זענען ווייטער דא, אבער מיר זענען גרייט צו די מלחמה מיט שטארקייט, זיכערקייט און קלארקייט. מיט די ריכטיגע כלים.

ממילא אז מיר וועלן מלחמה האלטן וועלן מיר זיגן!

פארשטייט זיך - ווי 'עד כאן' האט אנגעהויבן - אז די מלמחה איז דא ווילאנג מיר לעבן, דאס איז אונזער תפקיד אויף דער וועלט.
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

ענטפער: צוריק: Re: טעמע: אט אזוי איז עס געלונגען! כ"ג טבת התשע"ה 06:35 #236697

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
אבער די תכסיסי מלחמה איז נישט וואס מ'מיינט סתם אז מ'שלאגט זיך מיט די נסיונות... ניין!!!
מיר טוישן אונזערע מידות אז מיר זאלן בכלל נישט אנקומען צו די נסיונות
איינמאל די נסיונות זענען שוין דא.... איז שוין זייער שווער!!!!

ענטפער: אט אזוי איז עס געלונגען! כ"ה טבת התשע"ט 16:35 #252865

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 142 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 456
  • האט שוין געלייקט: 440 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
  • קאָרמא: 5
עד כאן געשריבן on כ"ג חשון התשע"ה 12:54:
א מח צושטורעמט פון געפילן, איבערגענומען פון הארמאנישע געשעהענישן, שליידער איך מיר ארויף נעכטן נאכט אויפן בית עולם, ל''ע נעבעך מיינס א באקאנטער האט מען געלייגט צום אייביגן רוה, אבער מיטאמאל פאלן מיינע בליקן אויף עפעס א מציבה וואס איך דערזעה פון די זייט, יא יא איך האב אים גוט געקענט, אבער נאך ווי, אוי האט ער זיך געמטוטשעט, ער איז געווען ביי טערעפיסטן געגאנען צו אן א שיעור הילף סעסיעס, אבער כסדר געהאלטן און איין צוריקפאלן, ער איז פשוט געווען משוגע לאותו דבר, ער איז געווען א טייער איד, כ'האב אים גוט געקענט, ער האט אלץ געהאט א שרעקליכע חרטה נאכן אדורכפאל, און ער וואלט געטוהן אלעס וואס מעגליך צו ווערן געהאלפן, און רבותי ביודעי ומכירי קאמינא, ער האט געטוהן!

ויהי היום, ל''ע ער איז נישטא מער, אבער ב''ה יעצט ארויפגייענדיג אויפן בית עולם זעה איך אים דארטן ליגן, ער ליגט שוין גאר א לאנגע צייט דארטן, און ב''ה ער האט שוין אנגעיאגט אריבער 90 ריינע טעג ב''ה, פונעם טאג וואס ער איז אוועקגעריסן געווארן פון די וועלט, האט ער שוין נישט געזינדיגט ביז יעצט אין איין צו! ממש נהפך לאיש אחר!

פארוואס זאג איך עס אייך?

אדם לעמל יולד, עד יום מותך אל תאמין בעצמך זאגן חז''ל, און מיר גלייבן אז אלעס וואס חז''ל זאגט איז אמת ויציב, פרעגט מיר א ידיד מיינער, וואס קען איך טוהן אז איך זאל זיין פולקאם אויסגעהיילט און מער זאל איך שוין נישט האבן קיין פראבלעמען, איך ווייס אז טייל ידידים דא וואלטן גענטפערט וואס הייסט וואס, 12 סטעפס, איך האב אבער נעכטן געטראפן אן אנדערן תירוץ, די פולקאמע ערהוילונג צו אונזער קרענק, און וואס וועט אפשטעלן אונזערע טריגער'ס, און מיר וועלן שוין זיין פארזיכערט אז מער גייט מען שוין נישט אדורכפאלן, איז דער יום המיתה!

איך האב אליינס געזעהן נעכטן א סוקסעס סטארי אויפן בית החיים, א איד וואס האט זיך געמוטשעט כל ימיו מיט די ביטערע עבירה, אלעס פרובירט עס האט אים נאר געהאלפן לפי שעה, אבער זייט ער לעבט שוין נישט, איז ממש א דורכברוך, ער זינדיגט שוין מער נישט!

המוסר השכל על זה?
איעדע מענטש נישט קיין חילוק וואסערע מהלך ער נעמט וואס זאל אים צוהעלפן צו בלייבן ריין, זאל זיך נישט איינרעדן קיין איין רגע אז דאס וואס ער טוט איז ממש גאראנטירט אז ער גייט מער נישט צוריקפאלן, ווייל גאראנטירט איז נאר דאס שטארבן, און דעס האט א הונדערט פראצענט סוקסעס ביי אלע מענטשן צוגלייך, ווארום איך האב נאכנישט געזעהן אין מיין לעבן א טויטן מענטש זינדיגן מיט איינעם, זיי ליגן אלע דארטן אזוי שיין שטיל רואיג, אבער וואס יא?
אדם לעמל יולד, די וועלט איז נישט געמאכט אז מיר זאלן זיצן אויפן פאטאל מיט די פיס אין דער הייעך, און אלעס זאל גיין אזוי ווי איך וויל, ניין, מען מוטשעט זיך, און אז מען פאלט אדורך מיינט נישט אז מיין מהלך מוז זיין דאס וואס עס איז שולדיג דערין, עד יום מותך אל תאמין בעצמך, נישט קיין חילוק וואסערע מהלך דו נעמסט! עס שטייט נישט אל תאמין בעצמך חוץ אם אתה הולך על תפסיק מעטאד או על 12 סטעפס או על הביג בוק וכו', עס שטייט עד יום מותך, ווייל לאחר מיתה בוזטו שוין יא פארזיכערט אז מער וועסטו נישט זינדיגן

פארדעם אט אזוי איז עס יענעם געלונגען!
און אט אזוי וועט עס דיר געלונגען נאך דיין הונדערט און צוואנציג!

עטס הערטס א מעשה, איינער איז ריין פאר אייביג, אין טאקע פאר אייביג, ער דארף מער נישט אינזער חיזוק אין סאפפארט, יא עס איז דא אזא זאך, איז וואס האלט מען דא אין איין רעדען אז די מחלה איז א אייביגע, אין נאר מיט די ריכטיגע טאלס קען מען עס קאנטראלען? אין נאר קאנטראלירען אין נישט היילען?

אההה! דער תירוץ איז, דער איז ריין ווייל עינים להם ולא יראו, ידים ולא ימושו, רגליהם ולא יהלכו.... ער איז שוין נישט בינינו, ער איז שוין נישט בין החיים, אבער ווער עס האט יא זעעדיגע אויגען, אין טאפעדיגע הענט דער מיז נאך יא אהנקומען צי טאלס אין סאפפארט,  מכאן הקריאה יוצאה פאר אלע אינזערע חשובע חברים, אקטיווע אין נישט אקטיווע ציגלייך, ווילט עטץ האבען א רואיגע לעבען? ווילט עטס האבען ענקער עכטע לעבען אין נישט קיין פאלטשע לעבען? ווילט עטס לעבען א חיים שיש בו חיים?

דעמאלטס בלייבטס  דא, אין נעמט א חלק צי העלפען ענקערע ברידערס, אין נישט ווערן פארשווינדען פאר אייביג, מאכטס ענק באקוועם אין העלפטס ענק אליין...

יישר כח אין חזק ואמץ...

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים
לעצט פארראכטן: כ"ה טבת התשע"ט 16:36 דורך שמע-תפלתי.

ענטפער: אט אזוי איז עס געלונגען! כ"ה טבת התשע"ט 17:13 #252867

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 338 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1314
  • האט שוין געלייקט: 2021 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1895 מאל
  • קאָרמא: 1

יעדער זאל טון וואס ער פילט ער דארף טון צו ווערן סאבער און ריקאווערד.

אויב פיל איך אז איך דארף דא זיין, וועל איך דא בלייבן. אויב פיל איך איך דארף גרופ טערעפי, וועל איך דאס טון. אויב פיל איך איך דארף עס עי, וועל איך גיין קיין עס עי. וכו׳ וכו׳ 

נאר דער באשעפער קען זאגן פאר איינעם דו דארפסט טון דאס און דאס...

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: אט אזוי איז עס געלונגען! כ"ו טבת התשע"ט 00:02 #252876

  • יוסף המלך
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 2386 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל
  • קאָרמא: 2

משה'לע געדענקסט?

  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 0.51 סעקונדעס

Are you sure?

יא