דער עולם ענטפערט שיין און פארשטענדליך, ואף אני אענה חלקי.
דער הייליגע גמרא זאגט אין סוטה י"ז איש ואשה שזכו שכינה ביניהם לא זכו אש אוכלתן. נאך זאגט אונז די הייליגע גמרא אין יבמות ס"ב פון אפאר מאן דאומרים א ליסטע פון זאכן וואס א מענטש וואס איז שרוי בלא אשה איז שרוי אהן די זאכן, די ליסטע איז אזוי, שרוי בלא שמחה בלא ברכה בלא טובה בלא תורה בלא חומה בלא שלום, א ליסטע פון זעקס זאכן וואס נעמט בעצם אריין אלעס וואס א מענטש ברויך אין זיין לעבן און אהן די זאכן איז מען קיין מענטש נישט.
לכאורה ברויך מען פארשטיין וואס געשעהט ווען אן איש ואשה זענען שרוי צוזאמען אז זיי זענען זוכה אז שכינה שרוי' ביניהם און פארוואס געשעהט אז ווען זיי זענען נישט שרוי צוזאמען פארלירט מען די אלע נויטיגע לעבנס מיטלען?
לאמיר אריינקוקן אין פסוק א מינוט און זיך מתבונן זיין אין די ווערטער פון די הייליגע תורה, וייצר ה' אלקים את האדם עפר מן האדמה ויפח באפיו נשמת חיים ויהי האדם לנפש חיה, השי"ת האט באשאפען דער מענטש ערד פון די ערד און ער האט אריינגעבלאזן אין זיינע נאזלעכער א לעבעדיגע נשמה און דער מענטש איז געווארן א לעבעדיגע זעהל. א דיוק אינעם פסוק, עס שטייט אז דער רבש"ע האט אריינגעבלאזן א לעבעדיגע נשמה וואס מיינט אז די נשמה האט שוין געלעבט בעפאר אבער עס ווערט נישט מבואר אין פסוק ווען די נשמה איז באשאפן געווארן.
ווייטער ביים בריאת האשה שטייט אזוי, ויפל ה' אלקים תרדמה על האדם ויישן ויקח אחת מצלעתיו ויסגר בשר תחתנה ויבן ה' אלקים את הצלע אשר לקח מן האדם לאשה ויבאה אל האדם, אבער געוואלד, וואו איז איר נשמה? וויאזוי לעבט זי?
דער תירוץ אויף די אלע פראגעס איז אז די נשמה איז שוין באשאפן געווארן פריער, אין רבינו בחיי אויפן פסוק ויהי האדם לנפש חיה זאגט בתו"ד "וכבר ידעת מאמר רבותינו ז"ל כי הנשמות נבראו ביום ראשון" און אין אנדערע פלעצער ווערט געברענגט אז די נשמות זענען באשאפן געווארן ביום ב', אבער דאס איז זיכער אז די נשמות זענען באשאפן געווארן פאר די חומר פון דער מענטש (און דאס איז אויך די תירוץ אויפן מאמר חז"ל אין מדרש ב"ר אם זכה אדם אומרים לו אתה קדמת למלאכי השרת ואם לאו אומרים לו זבוב קדמך יתוש קדמך שלשול זה קדמך, לכאורה איז עס א סתירה, אבער דאס איז די תירוץ, טאמער דער מענטש פירט זיך ווי עס דארף צו זיין און ער איז מעלה זיין חומר צו זיין צורה דאן ווערט זיין גאנצע מהות א חלק פון זיין נשמה און דאדורך קדם לכל מעשי בראשית אבער טאמער חלילה טוט ער נישט וואס ער דארף און זיין נשמה ווערט אראפגעשלעפט צו זיין חומריות דאן איז ער נישט מער פון עפר מן האדמה און אלע מעשי בראשית האבן איהם מקדים געווען ואכמ"ל) לויט דעם פארשטייען מיר דעם ענין, אדם הראשון האט באקומען א לעבעדיגע נשמה וואס איז שוין באשאפען געווארן אסאך פאר זיין גוף.
עס איז דא א באקאנטע מדרש אמר ר"ל בשעה שנברא דו פרצופין נברא ונסרו ונעשה שנים גבים גב לזכר גב לנקבה, לאמיר פארשטיין פשט אינעם מדרש, דער רבש"ע איז דאך א מגיד מראשית אחרית און ער האט דאך געוואוסט אז די סוף גייט זיין אז זיי גייען צוטיילט ווערן, אויב אזוי פארוואס האט ער זיי קודם באשאפן אינאיינעם און שפעטער צוטיילט?
נאר דאס איז דער תירוץ אויף די פראגע וואו איז חוה'ס נשמה, איר נשמה איז איינס מיט אדם'ס, גאט ב"ה האט באשאפן א נשמה וואס האט ענטהאלטן אין זיך נשמת זכר ונקיבה, און דעריבער איז אזוי באשפען געווארן אויך זייערע גופים, אינאיינעם, אבער נאך וואס אדם הראשון האט געזעהן אז אלע בעלי חיים האבן זייער בת זוג און זיי קענען זעהן און זיך משתשע זיין מיט זייער בת זוג און נאר ער איז אזוי צוגעבינדן מיט איר פון הונטן לא נתקררה דעתו ולא מצא עזר "כנגדו" דאן האט השי"ת מפיל געווען תרדימה אויף איהם און מנסר געווען חוה פון אדם.
און דער סיבה פארוואס השי"ת האט דייקא אזוי געמאכט איז כדי דער מענטש - סיי דער מאן און סיי די פרוי - זאלן וויסן אז זייער מאן/פרוי איז עצם מעצמי ובשר מבשרי, און פונקט ווי איך האב ליב מיין האנט און מיין פוס, נישט קיין חילוק וויפיל הנאה איך האב פון זיי, און אפילו איינער איז חלילה אן אינוואליד און געוויסע אברים באדינען איהם נישט ריכטיג האט ער זיי נאכאלס ליב און ער וועט זיך קיינמאל נישט וועלן צושיידן פון זיי, אזוי אויך איז דער מאן און די פרוי איינס ממש, און נישט קיין חילוק וואס מיין שותף גיבט מיר און וואס איך פארדין פון איהם/איר האב איך איהם/איר ליב אהן א שיעור בלויז פאר די איינע פאקט אז די דאזיגע שותף דייקא איז איינס מיט מיר.
זאגט די הייליגע גמרא נדה לא, תנו רבנן שלשה שותפין יש באדם הקב"ה ואביו ואמו פון די טאטע מאמע ווערט באשאפען די קערפער והקב"ה נותן בו רוח ונשמה וקלסתר פנים וראיית העין ושמיעת האוזן ודבור פה והלוך רגלים ובינה והשכל, און הקב"ה גיבט אריין די נשמה אין דער מענטש.
די נשמה וואס הקב"ה גיבט אריין אינעם מענטש איז אבער נאר א האלבע נשמה ווי עס איז באקאנט פונעם זוהר הקדוש אז בעפאר א מענטש האט חתונה ווערט ער באצייכנט ווי א פלג גופא.
אגב עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן די נאמען וואס דער זוהר הקדוש רופט עס אהן "פלג גופא" נישט פלג נשמה, וואס ווייזט אונז אז אפי' די גוף איז בעצם נישט גאנץ.
עכ"פ, ווען א מאן מיט א פרוי האבן חתונה ווערט די צוויי האלבע חלקים פון זייער נשמה צוריק צוזאם געשטעלט, ווי די גמרא אנהויב קידושין רופט עס אהן אן אבידה וואס מ'טרעפט ווען די צייט קומט.
אבער ווען א מאן האט חתונה מיט א פרוי איז עס נאכנישט איש שרוי עם אשה, און איך וועל מסביר זיין מיט א משל. עס איז באוואוסט אז ווען איינער גייט דורך א גליד איבערפלאנצונג, נעמט א שטיק צייט אז די גוף זאל פארשטיין אז דאס איז נישט א פרעמדע געוויקס און די נאטורליכע אימיון סיסטעם זאל זיך אויפהערן שלאגן מיט דעם נייעם גליד און פארשטיין אז דאס איז א חלק פון די קערפער און ווילאנג עס נעמט אז די אימיון סיסטעם זאל זיך דאס אויסלערנען איז דער מענטש נאך א חולה און זיין לעבן איז נישט מסודר כדבעי, דאס זעלביגע געשעהט מיט א קאפל ווען זיי האבן חתונה, די שרויה ביניהם געשעהט נישט אין איין מינוט, מ'דארף עס איינגעוואוינען צו די נייע אלטע חלק (כאטש עס איז בעצם אן אור אלטע חלק אבער דאך איז עס געווען צוטיילט פאר ארום 20 יאר) און ווילאנג זיי זענען נאכנישט איינס ממש, הייסט דאס א "שרוי בלא אשה" ווייל כאטש זיי וואוינען אין איין הויז און זי וואשט זיין וועש און ער גיבט איר געלט צו קויפן שטוב געברויכן זענען זיי נאכנישט איינס.
ווען מ'ווערט איינס, דאס הייסט מ'ווערט איינגעוואוינט אזוי שטארק איינער מיטן צווייטן אז מ'איז ממש איינס פיזיש ווי גייסטיש, דאן געשעהט די תכלית, די נשמה וואס איז א חלק אלקי ממעל א עצם מעצמותו פון דער יחודו של עולם כביכול, ווערט גאנץ און איצט געשעהט די "שכינה שרויה ביניהם", גאט ב"ה קומט אריין ביי זיי אין שטוב און ער איז משרה שכינתו דורך זייער פאראייניגטע נשמה און עס קומט ברכה ונחת מיט אלע השפעות טובות.
אחרי אמרי כל אלה שטעלט זיך די וועלטס פראגע, וויאזוי ווער איך איינס מיט מיין ווייב און וויאזוי ווערט זי איינס מיט מיר? קודם וועל איך ענטפערן אויף די צווייטע פראגע פשוט ווייל די ענטפער איז קורצער, איבער איר זארגן מיר זיך נישט יעצט וועגן צוויי סיבות, איינס איך קען איר נישט מאכן ווערן איינס מיט מיר, איך קען נאר טוען וואס איז שייך צו מיר און נישט מיט א צווייטן, און צווייטענס ווי איך וועל ווייטער שרייבן, איז דאס תלוי נאר אין מיינע מעשים, זי מצידה קען גארנישט טוען אליין.
און יעצט צו די ערשטע פראגע, "וויאזוי קען איך ווערן איינס מיט איר?" די תירוץ איז גאר טיף אין ברייט, איך וועל פרובירן עס אנרירען בקצה המזלג.
לאמיר א מינוט נאכאמאל אנכאפן דעם משל מיט דעם גליד איבערפלאנצונג, וויאזוי מאכט מען די נייע גליד זיך שפירן באקוועם אינעם קערפער אז די קערפער זאל עס נישט ארויסשטופן, יעצט קיינער וועט נישט ערווארטן אז די גליד זאל ווערן באקוועם פון זיך אליין און זיך פילן היימיש און באקוועם פון די ערשטע מינוט, עס איז פארשטענדליך אז דער מענטש וואס היילט זיך וועט טוען אלעס בידו צו מאכן דעם גליד זיך שפירן באקוועם און היימיש, ער וועט איינעמען שטארקע מעדיצינען לויט די געברויך ער וועט עס באנדאדזשירן אויב שייך און אכטונג געבן אויף זיין נייע גליד כבבת עינו, פארוואס וועט ער טוען די אלע זאכן און נישט ערווארטן פון די גליד אז די היימישקייט זאל קומען מצידו? כמובן איז דאס א שאלת תם ווייל די גליד האט נישט קיין כח פון זיך אליין נאר דער מענטש מוז מיט זיין גאנצע קערפער מקבל פנים זיין די נייע גליד עס זאל ווערן עצם מעצמותיו.
דאס זעלביגע איז ביי א קאפל, דער מאן איז ווי די גוף און די פרוי איז ווי די נייע גליד און ווי די גמרא דארט אין קידושין זאגט דרכו של איש לחזר על אשה ואין דרכה של אשה לחזר על איש, משל לאדם שאבדה לו אבידה מי חוזר על מי בעל האבידה מחזר על אבידתו, זי איז זיין אבידה און ער דארף איר אויפזוכן, פארוואס איז דאס אזוי? דער רבש"ע האט ביום ברוא העולם אוועק געשטעלט אז דער מאן איז א משפיע, ער גיבט און די פרוי איז א מקבל, זי נעמט און דאס איז נישט עפעס העכערע זאכן און קבלה'יסטישע געדאנקען נאר עס איז פשוטו כמשמעו, די מציאות איז אז לית לה מגרמה כלום זי האט גארנישט אליין נאר וואס זי באקומט פונעם מאן.
קומט א אינגערמאן און ער באקלאגט זיך, "זי איז קאלט, זי האט נישט קיין געדולד, זי איז אייביג אהן חשק, ווען איך פרעג איר ענטפערט זי ניין וכדו' דברים כאלו, וטענתו בפיו, אונז האבן אזא גוטע שלום בית איך טוה אלעס פאר איר פארוואס אין פריוואטע לעבן שטויסט זי מיר אזוי צוריק, און נאכדעם האט מען טענות אויף מיר אז איך פאל אדורך, דער תירוץ דערויף איז אז ווען השי"ת האט באשאפען דער פרוי און איר געזאגט "ואל אישך תשוקתך" איז דאס געווארן טבע העולם און א מציאות וואס גארנישט קען דאס טוישן, איי ביי מיר איז אנדערש? אודאי אזוי, הגע בעצמך, קענסטו באטיטל ווערן "איש" אדער ביזטו ענדערש א "בעל" השי"ת האט געזאגט ואל אישך תשוקתך נישט ואל בעליך תשוקתך, א בעל הבית איז נישט משפיע, א בעל הבית באצאלט, א מענטש - אן איש קען משפיע זיין טאמער דו לעבסט מיט איר אויף אן אופן פון "בעל" אלעס וואס דו טוסט פאר איר קומט מיטן חשבון פון וואס גיי איך פארדינען וויאזוי וועט זיך מיר עס לוינען (די חשבונות קענען זיין באיתגליא אדער באיתכסיא, עס מאכט נישט אויס זי שפירט דיינע געפילן) ביזטו א בעל הבית וואס באצאלט פאר ארבעט, דו ביזט נישט קיין משפיע און דעריבער איז נישט דא קיין תשוקה מצידה, וועסטו זיין אן "איש" א מענטש וועסט איר משפיע זיין אנע שום חשבונות און ערווארטונגען וועסטו זעהן אז איר תשוקה צו דיר וועט זיך אנצינדען.
די עיקר זאך איז געבן געבן געבן בלויז ווייל זי איז מיינס איז זי איז עצמי ממש, און איך דארף נישט פון איר אזא סארט קלייד אדער אזא סארט אנטועכטס, איך דארף נישט פון איר גרייטקייט ווען איך בין אין די גיסטע ווייל איך טוה דאס סייווי נאר פאר איר און ווען זי איז אין די גיסטע, איך טוה פאר איר אלעס מיט די זעלבע גרייטקייט און געטריישאפט ווייל וואס איז מיר א חילוק וואס איך טוה, איך האב איר דאך אזוי ליב און איך וויל איר טוען אלעס וואס זי דארף פון גרויס ליבשאפט.
און ווען מ'לעבט אויף אזא אופן פון משפיע זיין און אומגעהויערע אומבאגרעניצטע ליבשאפט און געטריישאפט דעמאלסט פאלן אוועק אלע מצרים און באגרעניצונגען, די קשר ווערט א קשר חזק ואמיץ, וידעת כי שלום באהליך.
קצרתי מאד והרבה יותר נשאר בקולמוסי מחוסר הפנאי, ועוד חזון למועד אי"ה.