ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים 866 באזוכער

העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים ט' חשון התשפ"ב 11:28 #277079

  • Ybird
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 20
  • האט שוין געלייקט: 35 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
  • קאָרמא: 2
רבותי יעדער איינער דא, איך וואלט געוואלט פרעגן אן עצה, מיין רביצין גייט האבן א קינד אי"ה אין סגייט מיר זיין זייער שווער אין די זמנים, נאכדערצו אז זי פארט אוועק און לאזט מיר איבער אליינס אינדערהיים מיט די גרויסע שרעקעדיגע יצר הרע, איינער קען מיר העלפן מיט עטליכע גיטע עצות צו בלייבן הייליג?קושיא נומער צוויי וויל איך פרעגן וויאזוי צו בויען א גוטע קשר מיטן איר אין די וואכן/חדשים ווען מ"איז אביסל פארווייטערט פון איר וד"ל(עכט קומט דיע טרעד אויף די גרויסע טאטעס אפטיילונג אבער כהאב נאכנישט באקומען די שליסעל צו ארינגיין דארט)

שכויעך. וויי בירד בלע"ז

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים ט' חשון התשפ"ב 13:36 #277084

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 315
  • האט שוין געלייקט: 827 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
  • קאָרמא: 16

שרייבסט זיס. אין יא דו קענסט זיכער באקומען צוטריט צו די פארמאכטע אפטיילונג שיק נאר א מעסעדזש צו שיע 

צום אלע ערשט ס'זאל זיין בשטומ"צ

למעשה, ערשטענס דארף מען וויסן אין באמת גלייבן אז מען קען עס יא מאכן אפילו ס'זעהט אויס זייער שווער, אין מען דארף זיך מתבונן זיין דורכאויס די גאנצע צייט אין די געוואלדיגע חסד פונם אייבערשטן וואס נאר ער אליינס האלט די מפתח של חי' אין ער באגלייט אויף טריט אין שריט די גאנצע פראצעדור אין מען טרעפט אין דעם די השגחה עליונה אנע שיעור  

א בעל שמחה גייט געווענליך אדורך אסאך סטרעס בפרט ווען ס'קומט צו די שלאפלאזער נעכט אבער מען אז ווייסט אז די פאר וואכן אדער חדשים איז נאר הכנה  צו א לאנגע קייט פון נחת אין פלעזשור בזה ובבא אין מען דאנקט דעם אייבערשטן אין מ'איז מתפלל כסדר פארן קינד אין פאר די מאמע פונם קינד אז מ'זאל קענען צוזאמען מגדל זיין בניקל גרינגערהייט דאן איז עס די גאנצע תקופה איין לאנגע המשך פון די ימי השמחה אין פונקט ווי די פארשטייסט אז א מענטש אינם טאג פונם שמחה איז נישטא קיין צייט פאר לאסט קען די זעלבע מציאות זיין בשעת די  תקופה

איך האב דוקא יא געזעהן א גוטע געלעגנהייט צו פארבעסערן רילעישאנשיפ דוקא דעמאלטס ווען אלעס  דרייט ארום דעם ניי געבוירענעם אין זי קומט צו די כוחות נאך א לאנגע הריון ועל כולם ס'איז צייט וואס דער מאן גיבט אין גיבט ער העלפט אין קאכט אין וואשט וכו'  אין ער באקומט גארנישט צירוק נישט אין קאך אין נישט אין בעדרום איז די אהבה אסאך א העכערע מדריגה

פאר צוואנציג יאר איז אמעריקע געווען אין קריג אין אפגאניסטאן טאקע אסאך שוועריקייטן אדורך אבער די מיסיע איז אנגעגאנגען אין אלע טעראריסטן זענען געווען אינטערדרוקט ווי די טשיקנס פאר יום כיפור
פארלוירן האט מען נאר ווען??? ווען מ'האט אויפגעגעבן!!

Think about it

לעצט פארראכטן: ט' חשון התשפ"ב 14:21 דורך טשולענט.

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים ט' חשון התשפ"ב 17:05 #277086

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 209 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1387
  • האט שוין געלייקט: 1184 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2513 מאל
  • קאָרמא: 59
טשולענט געשריבן on ט' חשון התשפ"ב 13:36:

איך האב דוקא יא געזעהן א גוטע געלעגנהייט צו פארבעסערן רילעישאנשיפ דוקא דעמאלטס ווען אלעס  דרייט ארום דעם ניי געבוירענעם אין זי קומט צו די כוחות נאך א לאנגע הריון ועל כולם ס'איז צייט וואס דער מאן גיבט אין גיבט ער העלפט אין קאכט אין וואשט וכו'  אין ער באקומט גארנישט צירוק נישט אין קאך אין נישט אין בעדרום איז די אהבה אסאך א העכערע מדריגה


איך קען שטארק רילעיטן דערצו,
איך האב געהאט אן ענליכע עקספיריענס,
איך האב אויסגענוצט די תקופה צו בויען א קשר אויף מער א גייסטישע וועגן וואס איז פיל טיפער און שטערקער ווי א פיזישע קשר, און עס האט נאר געברענגט גוטס פאר ביידע.

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"א חשון התשפ"ב 00:29 #277090

  • חפץ בטוב
  • איצטיגע שטרעקע: 430 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 81
  • האט שוין געלייקט: 22 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל
  • קאָרמא: 7
טשולענט געשריבן on ט' חשון התשפ"ב 13:36:

למעשה, ערשטענס דארף מען וויסן אין באמת גלייבן אז מען קען עס יא מאכן אפילו ס'זעהט אויס זייער שווער, אין מען דארף זיך מתבונן זיין דורכאויס די גאנצע צייט אין די געוואלדיגע חסד פונם אייבערשטן וואס נאר ער אליינס האלט די מפתח של חי' אין ער באגלייט אויף טריט אין שריט די גאנצע פראצעדור אין מען טרעפט אין דעם די השגחה עליונה אנע שיעור  


איך שפיר לגבי דעם אביסל אנדערש, נישט אז איך גלייב אז איך קען עס יא באוייזן נאר ס'איז שווער, נאר פארקערט, איך קען קיין מאל נישט בלייבן ריין, אזוילאנג ווי איך רעד מיך איין אז איך קען יא, נאר דער באשעפער קען מיך האלטן ריין, עס איז פיל שווערער פון מיינע כוחות און אויב איך וועל עס וועלן אליינס באווזיין וועל איך עס אין מיינע בעסטע און גרינגסטע צייטן נישט מצליח זיין אויס צופירן, איך דארף בעטן מיט הכנעה פונעם הייליגן באשעפער אז ער זאל מיך האלטן ריין, דאס העלפט סיי אין גרינגע צייטן און סיי אין שווערע צייטן.

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"א חשון התשפ"ב 05:55 #277095

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 631 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 461
  • האט שוין געלייקט: 450 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל
  • קאָרמא: 16

זאל השי"ת העלפן אלעס זאל זיך פירן כשורה עצהיו"ט בשעה טובה ומצלחת, זאלסט זיין א מבשר טוב.

דו קענסט פרובירן די עקסערסייז, אם יהיו עתתותי אתי וועל איך בל"נ מער מרחיב בדיבור זיין

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"א חשון התשפ"ב 12:09 #277096

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 61
  • האט שוין געלייקט: 269 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל
  • קאָרמא: 4
Ybird געשריבן on ט' חשון התשפ"ב 11:28:
רבותי יעדער איינער דא, איך וואלט געוואלט פרעגן אן עצה, מיין רביצין גייט האבן א קינד אי"ה אין סגייט מיר זיין זייער שווער אין די זמנים, נאכדערצו אז זי פארט אוועק און לאזט מיר איבער אליינס אינדערהיים מיט די גרויסע שרעקעדיגע יצר הרע, איינער קען מיר העלפן מיט עטליכע גיטע עצות צו בלייבן הייליג?קושיא נומער צוויי וויל איך פרעגן וויאזוי צו בויען א גוטע קשר מיטן איר אין די וואכן/חדשים ווען מ"איז אביסל פארווייטערט פון איר וד"ל(עכט קומט דיע טרעד אויף די גרויסע טאטעס אפטיילונג אבער כהאב נאכנישט באקומען די שליסעל צו ארינגיין דארט)

שכויעך. וויי בירד בלע"ז

טייערער ybird. מי אנכי איך זאל אריינרעדן אין דיין מצב, און ווער בין איך בכלל להרים ראש און עפענען דאס פיסק צו רעדן, אבער מיט דעם אלעם וועל איך שרייבן אפאר שורות, און איך בעט דיין אנטשולדיגונג, און פון יעדן איינעם דא.
איך מיין אז מען דארף זיך עפענען די אויגן און א טראפקעלע אנשטרענגען די שכל, און קוקן אביסעלע ווייטער, מיר דארפן א האלב מינוט זיך מתבונן זיין, מיר זענען נישטא נאר פאר סעקס, איך מיין אז אונז פארשטיי מיר אלע אליין אז אונז וויל מיר נישט אונזער גאנצע לעבן זאל זיך ארומדרייען בלויז ארום סעקס, אונז וויל מיר עפעס מער אינעם לעבן אויך. איך מיין אז קיינער וויל נישט די ווייב זאל תרבצ'ן דריי מאל א טאג ערב ובקר וצהרים און פאדערן צו מקיים זיין די מצוה, (טאמער יא ביזטו אפשר מחוייב מדאורייתא) אבער מיר דארפן אביסל מער א טיפערע, מער אמת'דיגע קשר מיט די בני בית, עס זאל הערשטן אין שטוב דאס וואס רופט זיך 'אהבה', עס זאל זיין א צופרידנקייט אין די לופט, שלום און שלוה, (אונז זעמיר דאך אלע קלוגע מענטשן דא, למשל איך וואלט אפשר געוואלט ליב האבן מיין ווייב אפילו אן די גאנצע פלעזשו"ר פון סעקס, פרוביר איך צו טרעפן א וועג, וויאזוי מען זאל זיך ליב האבן אפילו ווען מען קען נישט טון די מצוה, איך קען טרעפן נאנטשאפט אפילו ווען מען איז נישט כשר, אדער אויב איך אדער זי איז נישט אינגאנצן געאייגנט צו טון די מצוה).
אמת מען דארף אייביג מקיים זיין די מצוה, און עס איז באשאפן געווארן פאר א פערפע"ס, (און אונז דארף מיר שטארק צוקומען דערצו, איך מאך נישט אוועק אונזער צורך אין דעם)  אבער אין אונזער מצב פארשטייען מיר אז אונזער בליק אויף דעם מצוה איז אביסעלע ארויס פון די ריכטיגע קאנטעקסט.
ממילא טראכט א מינוט, איך וויל דאך אויך האבן א קשר אמיתי מיט מיין ווייב, איך וויל איר ליב האבן באמת, נישט נאר פאר די דאזיגע זאך, נאכאמאל, איך וויל איר אויך "ליב האבן באמת", - אונז זעמיר דאך תוכן'דיגע מענטשן, אונז פארשטיי מיר אז מיר ווילן ארויסנעמען  פון אונזער רילעישנשיפ עפעס מער פון נאר סעקס.
דעריבער איז אפשר ראטזאם, (נאכאמאל, איך בין נישט דער וואס דארף עס זאגן, און אפשר טאר איך אפילו נישט), מען זאל אראפ'גנב'ענען אביסעלע פון אונזער טייערע צייט, פון אונזער ווערד'פולע לעבן, וואס איז פול מיט מחשבות פון סע.. און אנדערע חאזעריי, און נעמען די פאר מינוט, לאמיר'זשע זאגן לכה"פ א פופצן מינוט, און מנדב זיין די טייערע צייט פאר אונזער ווייב - די טייערסטע אין אונזער לעבן וואס מיר פארמאגן, ווען נישט זיי וואלטן מיר דאך געהאלטן ביי זערא"ו - גיבן איר די פופצן מינוט, סתם זיצן מיט איר, פרעג איר וואס מאכסטו, וויאזוי פילסטו, וויאזוי איז אריבער די טאג, איך זע עס קומט נישט גרינג אנצגיין מיט א געווענטליכע סדר היום, און דו מאכסט עס מיט אזא גבורה, מיט א שטארקייט, דו ביזט עמעיזינג וויאזוי דו טראגסט אדורך די חדשים אפילו עס איז עס אזוי שווער, וכו', וכו', איך מיין איך דארף נישט אזוי דיטעיל"ד מסביר זיין. מען קען אסאך מאל מקיים זיין 'מצות' עונה, אפילו אן די עקטשוע"ל מעשה המצוה, נאר מיט די חלק הדיבור אליין קען מען אמאל אפשר יוצא זיין די מצוה.
אויב גייט נישט קיין שמועס, קען מען סתם זיצן ביים טיש צוזאמען, און סקריבלען אויף א פעיפער...
מען קאלט אהיים פרעגן וואס טוט זיך, וויאזוי גייען זאכן אינדערהיים, וויאזוי זענען די קינדערליך, אפשר דארפסטו עפעס פון די גאס.
דארפסט וויסן ביי דיר, איך טו מיין דוטי"ס אין ליי"ף, איך גיבט יעצט פאר מיין ווייב טייערע צייט, איך בין א גרויסע נדבן, דעס איז נישט דוקא אן אינוועסטמענט אין די צוקונפטיגע גוטע נעכט אין בעדרום, אבער עס איז א אינוועסטמענט אין דיין מערידש, אין דיין קשר מיט דיין בני בית, דיין קשר מיט דיין שטוב, אין דיין אייגענע הארץ, דו וועסט ווערן א גוף שלם אנשטאט זיין א פלג גופא!!! דו וועסט אליין פילן איך בין א מענטש, איך בין א מאן, איך בין א טאטע, איך האב א שטוב וכו'!!!
די עיקר אלעס זאל גיין בשלום ובנקל, דו זאלסט האבן סייעתא דשמיא, און זען אסאך נחת, און זאלסט האבן א פרייליכע שטוב. אמן.
הצלחה רבה!!!

לעצט פארראכטן: י"א חשון התשפ"ב 12:20 דורך יום ליבשה.

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"א חשון התשפ"ב 12:23 #277098

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 631 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 461
  • האט שוין געלייקט: 450 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל
  • קאָרמא: 16

יום ליבשה, לייק לייק לייק

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"א חשון התשפ"ב 13:14 #277103

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 315
  • האט שוין געלייקט: 827 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
  • קאָרמא: 16

זייער ריכטיג געזאגט יום ליבשה אין איך וועל  מוסיף אז ארבעטן אין פארבעסערן רילעישאנשיפ סיי מיט די ווייב אין סיי מיט די קינדער קען האבן א שטארקע השפעה אויף די נסיונות ווייל דאס ברענגט א שטארקע צופרידנהייט אין שמחה

פאר צוואנציג יאר איז אמעריקע געווען אין קריג אין אפגאניסטאן טאקע אסאך שוועריקייטן אדורך אבער די מיסיע איז אנגעגאנגען אין אלע טעראריסטן זענען געווען אינטערדרוקט ווי די טשיקנס פאר יום כיפור
פארלוירן האט מען נאר ווען??? ווען מ'האט אויפגעגעבן!!

Think about it

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"א חשון התשפ"ב 13:36 #277106

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 714 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 455
  • האט שוין געלייקט: 670 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 637 מאל
  • קאָרמא: 53

ישר כח הרב יום ליבשה פאר אזוי שיין עס ארויסברענגן.

איך נאר צולייגן א נקודה. וואס עס טרעפט זיך אסאך.. 

מיר האבן טאקע א פראבלעם און מיר דארפן זיך העלפן מיט אונזער פראבלעם. א חלק פון אונז איז (אויך) דער פראבלעם אז מיר האבן נישט קיין אייגענע זעלבסט ווירדע. און מיר שפירן נישט די רעכט צו דארפן און האבן אונזערע אייגענע געברויכן.

ווען די רעדע איז ביי א פארפאלק. איז עס די ארבעט פון ביידע. און אסאך מאך (רוב מאל) איז די ארבעט ביי ביידע צו בויען די קשר. ביידע האבן מחיצות וואס שטייען אין וועג פון זיך מדבק זיין. און ביידע האבן וואס צו ארבעטן.

איך וויל מיך קאנעקטן צו מיין ווייב נישט נאר ווייל עס איז א חיוב  מן התורה און א שעבוד מכתובה. און אויך נישט נאר ווייל איך וויל און דארף עס געבן פאר מיין ווייב. נאר ווייל איך דארף עס! איך דארף שפירן קאנעקטעט! איך דארף שפירן אנגענומען! איך דארף שפירן ווי מען דארף מיך! דאס זענען מיינע געברויכן.. אפילו מען קען נישט פיזיש זיין בקירוב בשר. און אפילו מען ליידט אויף אן עדיקשן..

זייער אסאך מאל איז דא שוועריקייטן ביי די פרויען וואס שטערט זיי צו אננעמען און עס פראקטיצירן. און זיי נויטיגן זיך אין הילף. וואס אגב איז דער חיוב פונעם מאן צו העלפן די ווייב אנצוקומען צו הילף. טראגן, ברענגן, באצאהלן וכו.. 

עס זענען פארהאן מענטשן וואס זאגן ״נע וואס דארף איך עס איך בין גוט אזוי. מיין ווייב איז אפילו נישט אינטערסירט״ וכדומה.. די אלע סארט רייד זענען בלויז פון פארלוירנקייט ווען מען שפירט פארלוירן און מען ווייסט נישט ווי אזוי צו בויען קשר אויף א געזונטע תורה׳דיגע וועג. טיעף אין אונז האט די באשעפער באשאפן די בריאה אז א מאן דארף א פרוי און א פרוי דארף א מאן. נאר צומאל איז דא שוועריקייטן עס צו ברענגן צו וועג וואס ברענגט אהבה ואחוה שלום וריעות. 

עס איז דא הילף. ווער עס איז קאמיטעט צו די חתונה לעבן און האט א רצון אנצוקומען. וועט אי״ה אנקומען געזונטערהייט. און וועט צוריק קוקן אויף די יארן וואס מען האט זיך געפלאגט אז עס האט געלוינט די פלאג אבי צו קענען אנקומען צו די טיפע קשר פון ״ודבק״..

דו״ק ותשכח.

יונה׳לע

לעצט פארראכטן: י"א חשון התשפ"ב 13:38 דורך יונה מצאה.

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ב חשון התשפ"ב 11:34 #277170

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 631 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 461
  • האט שוין געלייקט: 450 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל
  • קאָרמא: 16

דער עולם ענטפערט שיין און פארשטענדליך, ואף אני אענה חלקי.

דער הייליגע גמרא זאגט אין סוטה י"ז איש ואשה שזכו שכינה ביניהם לא זכו אש אוכלתן. נאך זאגט אונז די הייליגע גמרא אין יבמות ס"ב פון אפאר מאן דאומרים א ליסטע פון זאכן וואס א מענטש וואס איז שרוי בלא אשה איז שרוי אהן די זאכן, די ליסטע איז אזוי, שרוי בלא שמחה בלא ברכה בלא טובה בלא תורה בלא חומה בלא שלום, א ליסטע פון זעקס זאכן וואס נעמט בעצם אריין אלעס וואס א מענטש ברויך אין זיין לעבן און אהן די זאכן איז מען קיין מענטש נישט.

לכאורה ברויך מען פארשטיין וואס געשעהט ווען אן איש ואשה זענען שרוי צוזאמען אז זיי זענען זוכה אז שכינה שרוי' ביניהם און פארוואס געשעהט אז ווען זיי זענען נישט שרוי צוזאמען פארלירט מען די אלע נויטיגע לעבנס מיטלען?

לאמיר אריינקוקן אין פסוק א מינוט און זיך מתבונן זיין אין די ווערטער פון די הייליגע תורה, וייצר ה' אלקים את האדם עפר מן האדמה ויפח באפיו נשמת חיים ויהי האדם לנפש חיה, השי"ת האט באשאפען דער מענטש ערד פון די ערד און ער האט אריינגעבלאזן אין זיינע נאזלעכער א לעבעדיגע נשמה און דער מענטש איז געווארן א לעבעדיגע זעהל. א דיוק אינעם פסוק, עס שטייט אז דער רבש"ע האט אריינגעבלאזן א לעבעדיגע נשמה וואס מיינט אז די נשמה האט שוין געלעבט בעפאר אבער עס ווערט נישט מבואר אין פסוק ווען די נשמה איז באשאפן געווארן.

ווייטער ביים בריאת האשה שטייט אזוי, ויפל ה' אלקים תרדמה על האדם ויישן ויקח אחת מצלעתיו ויסגר בשר תחתנה ויבן ה' אלקים את הצלע אשר לקח מן האדם לאשה ויבאה אל האדם, אבער געוואלד, וואו איז איר נשמה? וויאזוי לעבט זי?

דער תירוץ אויף די אלע פראגעס איז אז די נשמה איז שוין באשאפן געווארן פריער, אין רבינו בחיי אויפן פסוק ויהי האדם לנפש חיה זאגט בתו"ד "וכבר ידעת מאמר רבותינו ז"ל כי הנשמות נבראו ביום ראשון" און אין אנדערע פלעצער ווערט געברענגט אז די נשמות זענען באשאפן געווארן ביום ב', אבער דאס איז זיכער אז די נשמות זענען באשאפן געווארן פאר די חומר פון דער מענטש (און דאס איז אויך די תירוץ אויפן מאמר חז"ל אין מדרש ב"ר אם זכה אדם אומרים לו אתה קדמת למלאכי השרת ואם לאו אומרים לו זבוב קדמך יתוש קדמך שלשול זה קדמך, לכאורה איז עס א סתירה, אבער דאס איז די תירוץ, טאמער דער מענטש פירט זיך ווי עס דארף צו זיין און ער איז מעלה זיין חומר צו זיין צורה דאן ווערט זיין גאנצע מהות א חלק פון זיין נשמה און דאדורך קדם לכל מעשי בראשית אבער טאמער חלילה טוט ער נישט וואס ער דארף און זיין נשמה ווערט אראפגעשלעפט צו זיין חומריות דאן איז ער נישט מער פון עפר מן האדמה און אלע מעשי בראשית האבן איהם מקדים געווען ואכמ"ל) לויט דעם פארשטייען מיר דעם ענין, אדם הראשון האט באקומען א לעבעדיגע נשמה וואס איז שוין באשאפען געווארן אסאך פאר זיין גוף.

עס איז דא א באקאנטע מדרש אמר ר"ל בשעה שנברא דו פרצופין נברא ונסרו ונעשה שנים גבים גב לזכר גב לנקבה, לאמיר פארשטיין פשט אינעם מדרש, דער רבש"ע איז דאך א מגיד מראשית אחרית און ער האט דאך געוואוסט אז די סוף גייט זיין אז זיי גייען צוטיילט ווערן, אויב אזוי פארוואס האט ער זיי קודם באשאפן אינאיינעם און שפעטער צוטיילט?

נאר דאס איז דער תירוץ אויף די פראגע וואו איז חוה'ס נשמה, איר נשמה איז איינס מיט אדם'ס, גאט ב"ה האט באשאפן א נשמה וואס האט ענטהאלטן אין זיך נשמת זכר ונקיבה, און דעריבער איז אזוי באשפען געווארן אויך זייערע גופים, אינאיינעם, אבער נאך וואס אדם הראשון האט געזעהן אז אלע בעלי חיים האבן זייער בת זוג און זיי קענען זעהן און זיך משתשע זיין מיט זייער בת זוג און נאר ער איז אזוי צוגעבינדן מיט איר פון הונטן לא נתקררה דעתו ולא מצא עזר "כנגדו" דאן האט השי"ת מפיל געווען תרדימה אויף איהם און מנסר געווען חוה פון אדם.

און דער סיבה פארוואס השי"ת האט דייקא אזוי געמאכט איז כדי דער מענטש - סיי דער מאן און סיי די פרוי - זאלן וויסן אז זייער מאן/פרוי איז עצם מעצמי ובשר מבשרי, און פונקט ווי איך האב ליב מיין האנט און מיין פוס, נישט קיין חילוק וויפיל הנאה איך האב פון זיי, און אפילו איינער איז חלילה אן אינוואליד און געוויסע אברים באדינען איהם נישט ריכטיג האט ער זיי נאכאלס ליב און ער וועט זיך קיינמאל נישט וועלן צושיידן פון זיי, אזוי אויך איז דער מאן און די פרוי איינס ממש, און נישט קיין חילוק וואס מיין שותף גיבט מיר און וואס איך פארדין פון איהם/איר האב איך איהם/איר ליב אהן א שיעור בלויז פאר די איינע פאקט אז די דאזיגע שותף דייקא איז איינס מיט מיר.

זאגט די הייליגע גמרא נדה לא, תנו רבנן שלשה שותפין יש באדם הקב"ה ואביו ואמו פון די טאטע מאמע ווערט באשאפען די קערפער והקב"ה נותן בו רוח ונשמה וקלסתר פנים וראיית העין ושמיעת האוזן ודבור פה והלוך רגלים ובינה והשכל, און הקב"ה גיבט אריין די נשמה אין דער מענטש.

די נשמה וואס הקב"ה גיבט אריין אינעם מענטש איז אבער נאר א האלבע נשמה ווי עס איז באקאנט פונעם זוהר הקדוש אז בעפאר א מענטש האט חתונה ווערט ער באצייכנט ווי א פלג גופא.

אגב עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן די נאמען וואס דער זוהר הקדוש רופט עס אהן "פלג גופא" נישט פלג נשמה, וואס ווייזט אונז אז אפי' די גוף איז בעצם נישט גאנץ.

עכ"פ, ווען א מאן מיט א פרוי האבן חתונה ווערט די צוויי האלבע חלקים פון זייער נשמה צוריק צוזאם געשטעלט, ווי די גמרא אנהויב קידושין רופט עס אהן אן אבידה וואס מ'טרעפט ווען די צייט קומט.

אבער ווען א מאן האט חתונה מיט א פרוי איז עס נאכנישט איש שרוי עם אשה, און איך וועל מסביר זיין מיט א משל. עס איז באוואוסט אז ווען איינער גייט דורך א גליד איבערפלאנצונג, נעמט א שטיק צייט אז די גוף זאל פארשטיין אז דאס איז נישט א פרעמדע געוויקס און די נאטורליכע אימיון סיסטעם זאל זיך אויפהערן שלאגן מיט דעם נייעם גליד און פארשטיין אז דאס איז א חלק פון די קערפער און ווילאנג עס נעמט אז די אימיון סיסטעם זאל זיך דאס אויסלערנען איז דער מענטש נאך א חולה און זיין לעבן איז נישט מסודר כדבעי, דאס זעלביגע געשעהט מיט א קאפל ווען זיי האבן חתונה, די שרויה ביניהם געשעהט נישט אין איין מינוט, מ'דארף עס איינגעוואוינען צו די נייע אלטע חלק (כאטש עס איז בעצם אן אור אלטע חלק אבער דאך איז עס געווען צוטיילט פאר ארום 20 יאר) און ווילאנג זיי זענען נאכנישט איינס ממש, הייסט דאס א "שרוי בלא אשה" ווייל כאטש זיי וואוינען אין איין הויז און זי וואשט זיין וועש און ער גיבט איר געלט צו קויפן שטוב געברויכן זענען זיי נאכנישט איינס.

ווען מ'ווערט איינס, דאס הייסט מ'ווערט איינגעוואוינט אזוי שטארק איינער מיטן צווייטן אז מ'איז ממש איינס פיזיש ווי גייסטיש, דאן געשעהט די תכלית, די נשמה וואס איז א חלק אלקי ממעל א עצם מעצמותו פון דער יחודו של עולם כביכול, ווערט גאנץ און איצט געשעהט די "שכינה שרויה ביניהם", גאט ב"ה קומט אריין ביי זיי אין שטוב און ער איז משרה שכינתו דורך זייער פאראייניגטע נשמה און עס קומט ברכה ונחת מיט אלע השפעות טובות.

אחרי אמרי כל אלה שטעלט זיך די וועלטס פראגע, וויאזוי ווער איך איינס מיט מיין ווייב און וויאזוי ווערט זי איינס מיט מיר? קודם וועל איך ענטפערן אויף די צווייטע פראגע פשוט ווייל די ענטפער איז קורצער, איבער איר זארגן מיר זיך נישט יעצט וועגן צוויי סיבות, איינס איך קען איר נישט מאכן ווערן איינס מיט מיר, איך קען נאר טוען וואס איז שייך צו מיר און נישט מיט א צווייטן, און צווייטענס ווי איך וועל ווייטער שרייבן, איז דאס תלוי נאר אין מיינע מעשים, זי מצידה קען גארנישט טוען אליין.

און יעצט צו די ערשטע פראגע, "וויאזוי קען איך ווערן איינס מיט איר?" די תירוץ איז גאר טיף אין ברייט, איך וועל פרובירן עס אנרירען בקצה המזלג.

לאמיר א מינוט נאכאמאל אנכאפן דעם משל מיט דעם גליד איבערפלאנצונג, וויאזוי מאכט מען די נייע גליד זיך שפירן באקוועם אינעם קערפער אז די קערפער זאל עס נישט ארויסשטופן, יעצט קיינער וועט נישט ערווארטן אז די גליד זאל ווערן באקוועם פון זיך אליין און זיך פילן היימיש און באקוועם פון די ערשטע מינוט, עס איז פארשטענדליך אז דער מענטש וואס היילט זיך וועט טוען אלעס בידו צו מאכן דעם גליד זיך שפירן באקוועם און היימיש, ער וועט איינעמען שטארקע מעדיצינען לויט די געברויך ער וועט עס באנדאדזשירן אויב שייך און אכטונג געבן אויף זיין נייע גליד כבבת עינו, פארוואס וועט ער טוען די אלע זאכן און נישט ערווארטן פון די גליד אז די היימישקייט זאל קומען מצידו? כמובן איז דאס א שאלת תם ווייל די גליד האט נישט קיין כח פון זיך אליין נאר דער מענטש מוז מיט זיין גאנצע קערפער מקבל פנים זיין די נייע גליד עס זאל ווערן עצם מעצמותיו.

דאס זעלביגע איז ביי א קאפל, דער מאן איז ווי די גוף און די פרוי איז ווי די נייע גליד און ווי די גמרא דארט אין קידושין זאגט דרכו של איש לחזר על אשה ואין דרכה של אשה לחזר על איש, משל לאדם שאבדה לו אבידה מי חוזר על מי בעל האבידה מחזר על אבידתו, זי איז זיין אבידה און ער דארף איר אויפזוכן, פארוואס איז דאס אזוי? דער רבש"ע האט ביום ברוא העולם אוועק געשטעלט אז דער מאן איז א משפיע, ער גיבט און די פרוי איז א מקבל, זי נעמט און דאס איז נישט עפעס העכערע זאכן און קבלה'יסטישע געדאנקען נאר עס איז פשוטו כמשמעו, די מציאות איז אז לית לה מגרמה כלום זי האט גארנישט אליין נאר וואס זי באקומט פונעם מאן.

קומט א אינגערמאן און ער באקלאגט זיך, "זי איז קאלט, זי האט נישט קיין געדולד, זי איז אייביג אהן חשק, ווען איך פרעג איר ענטפערט זי ניין וכדו' דברים כאלו, וטענתו בפיו, אונז האבן אזא גוטע שלום בית איך טוה אלעס פאר איר פארוואס אין פריוואטע לעבן שטויסט זי מיר אזוי צוריק, און נאכדעם האט מען טענות אויף מיר אז איך פאל אדורך, דער תירוץ דערויף איז אז ווען השי"ת האט באשאפען דער פרוי און איר געזאגט "ואל אישך תשוקתך" איז דאס געווארן טבע העולם און א מציאות וואס גארנישט קען דאס טוישן, איי ביי מיר איז אנדערש? אודאי אזוי, הגע בעצמך, קענסטו באטיטל ווערן "איש" אדער ביזטו ענדערש א "בעל" השי"ת האט געזאגט ואל אישך תשוקתך נישט ואל בעליך תשוקתך, א בעל הבית איז נישט משפיע, א בעל הבית באצאלט, א מענטש - אן איש קען משפיע זיין טאמער דו לעבסט מיט איר אויף אן אופן פון "בעל" אלעס וואס דו טוסט פאר איר קומט מיטן חשבון פון וואס גיי איך פארדינען וויאזוי וועט זיך מיר עס לוינען (די חשבונות קענען זיין באיתגליא אדער באיתכסיא, עס מאכט נישט אויס זי שפירט דיינע געפילן) ביזטו א בעל הבית וואס באצאלט פאר ארבעט, דו ביזט נישט קיין משפיע און דעריבער איז נישט דא קיין תשוקה מצידה, וועסטו זיין אן "איש" א מענטש וועסט איר משפיע זיין אנע שום חשבונות און ערווארטונגען וועסטו זעהן אז איר תשוקה צו דיר וועט זיך אנצינדען.

די עיקר זאך איז געבן געבן געבן בלויז ווייל זי איז מיינס איז זי איז עצמי ממש, און איך דארף נישט פון איר אזא סארט קלייד אדער אזא סארט אנטועכטס, איך דארף נישט פון איר גרייטקייט ווען איך בין אין די גיסטע ווייל איך טוה דאס סייווי נאר פאר איר און ווען זי איז אין די גיסטע, איך טוה פאר איר אלעס מיט די זעלבע גרייטקייט און געטריישאפט ווייל וואס איז מיר א חילוק וואס איך טוה, איך האב איר דאך אזוי ליב און איך וויל איר טוען אלעס וואס זי דארף פון גרויס ליבשאפט.

און ווען מ'לעבט אויף אזא אופן פון משפיע זיין און אומגעהויערע אומבאגרעניצטע ליבשאפט און געטריישאפט דעמאלסט פאלן אוועק אלע מצרים און באגרעניצונגען, די קשר ווערט א קשר חזק ואמיץ, וידעת כי שלום באהליך.

קצרתי מאד והרבה יותר נשאר בקולמוסי מחוסר הפנאי, ועוד חזון למועד אי"ה.

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ב חשון התשפ"ב 13:43 #277173

  • חיים גליק
  • איצטיגע שטרעקע: 89 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 580 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 387 מאל
  • קאָרמא: 15

זייער שיין

הוא הוא הוא, שומר עלינו, הוא הוא הוא, אוהב אותנו
הוא הוא הוא, אבא של כולם.

במלחמות, שומר עלינו, בנסתרות, גם שם איתנו
אבא שלי, הוא מלך העולם.

Father, Father, Father, to You we sing and pray,
You never never never never never turn away,
שוב ושוב אתה סולח, רק אליך עוד בורח
טאטע, אוי טאטע.

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ב חשון התשפ"ב 13:52 #277174

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 102 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 193
  • האט שוין געלייקט: 421 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל
  • קאָרמא: 10

סתם א לייק פאר אזא שיעור, ס'פאסט נישט...
שיין געזאגט שלום!

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ב חשון התשפ"ב 14:16 #277177

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 426
  • האט שוין געלייקט: 715 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 878 מאל
  • קאָרמא: 23

איך גיי נישט שרייבן קיין חידושים, איך גיי עס סתם אראפלייגן און אפאר בולעט פוינטס עס צו מאכן קלארער פאר מיר און אפשר וועט עס העלפן פאר נאכאיינעם


  • די ערשטע זאך איז צו וויסן אז מקען עס דורכגיין ריין, דער באשעפער געט כח וויפיל מדארף, און דער זעלעבער באשעפער וואס האלט מיר ריין אייביג וועט מיר יעצט אויך האלטן ריין
  • מדארף עס נעמען איין טאג אויפאמאל, איך ארבעט נאר פאר היינט און איך טראכט נישט וואס עס גייט זיין מארגען, איך האב נאכנישט די כח פאר די מארגענדיגע נסיון, מארגען וועט מען זען מארגען
  • זיך האלטן פארנומען סיי מיט די שמחה און סיי מיט וואס מקען, ווען די קאפ איז פארנומען איז די נסיון סאך גרינגער
  • זיך האלטן רואיג און אלע מצבים, דער אייבערשטער פירט נאך די בעסטע מיין לעבן, סאך בעסער ווי איך קען מיר עס אליינס אויסשטעלן, אלעס וועט פאלן און פלאץ על צד היותר טוב און די ריכטיגע צייט, אנגעצויגענקייט איז א רעסעפי פאר דיזעסטער
  • לגבי די חלק פון די שלום בית, איז פונקט ווי און די ריינע טעג די עיקר די לעבן צוזאמען פרייליך, ביי מיר ארבעט עס אז ווי מער מען פארברענגט אינאיינעם און מאיז דא איינער פארן צווייטן אלץ מער איז דא די ליבשאפט לגבי די מצווה, פאר די פרוי איז די עיקר אז די מאן איז דא פאר איר און איז איר געטריי און איז נישט פארנומען נאר צו באקומען הנאה פון איר, און די חלק איז און א צייט פון א קינד די מערסטע שייך, עס צוזאמען מיט איר כאטש נאכטמאל, פרעג דיר נאך ביי איר וויאזוי אלעס גייט, העלף איר די מערסטע וואס דו קענסט, דאס גייט אויפבויען די קשר צו די העכסטע שטאפל, ווייל זי ווייסט אז יעצט איז זי נישט ביכולת צו צוריקגעבן גארנישט, און מיט דעם אלעם ביסטו איר געטריי, דאס מיינט פאר איר אלעס, וואס הייסט? "איר מאן" דארף "איר" נישט די זאכן וואס זי געט

איך מיין אז דאס איז די סך הכל פון די תגובות פון די אשכול, איך האב עפעס פארפאסט?

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ב חשון התשפ"ב 15:20 #277181

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

שכוח YBird פארן פרעגן די שאלה. די שיעורים וואס אונז האמיר באקומען דא איז פרייזלאז.

איך וויל ענק נאר זאגן איין זאך וואס ענק די מגידי שיעור האבן אפשר פארפעלט.
ס’דא די פיזישע חלק פון די מצוה וואס מוז בכלל נישט קומען מחמת אהבה און מחמת לאסט. וואס אין די ריינע טעג האט מען נישט דעם פראבלעם ווייל עס גייט נישט אדורך אזא לאנגע צייט דעראן.
אבער ביים האבן א קינד, וואס דאן גייט מען דורך א גאר לאנגע צייט דעראן קען אמאל זיין פיזיש שווער, אפילו מען האט די בעסטע שלום בית און מען האלט זיך ריין פון לאסט.
אפשר א ווילדע געדאנק פאר ענק, איז עס אבער זייער פארשטענדליך פאר מיר.

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ב חשון התשפ"ב 15:22 #277182

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19
שלום גאנץ געשריבן on י"ב חשון התשפ"ב 14:16:

איך גיי נישט שרייבן קיין חידושים, איך גיי עס סתם אראפלייגן און אפאר בולעט פוינטס עס צו מאכן קלארער פאר מיר און אפשר וועט עס העלפן פאר נאכאיינעם


  • די ערשטע זאך איז צו וויסן אז מקען עס דורכגיין ריין, דער באשעפער געט כח וויפיל מדארף, און דער זעלעבער באשעפער וואס האלט מיר ריין אייביג וועט מיר יעצט אויך האלטן ריין
  • מדארף עס נעמען איין טאג אויפאמאל, איך ארבעט נאר פאר היינט און איך טראכט נישט וואס עס גייט זיין מארגען, איך האב נאכנישט די כח פאר די מארגענדיגע נסיון, מארגען וועט מען זען מארגען
  • זיך האלטן פארנומען סיי מיט די שמחה און סיי מיט וואס מקען, ווען די קאפ איז פארנומען איז די נסיון סאך גרינגער
  • זיך האלטן רואיג און אלע מצבים, דער אייבערשטער פירט נאך די בעסטע מיין לעבן, סאך בעסער ווי איך קען מיר עס אליינס אויסשטעלן, אלעס וועט פאלן און פלאץ על צד היותר טוב און די ריכטיגע צייט, אנגעצויגענקייט איז א רעסעפי פאר דיזעסטער
  • לגבי די חלק פון די שלום בית, איז פונקט ווי און די ריינע טעג די עיקר די לעבן צוזאמען פרייליך, ביי מיר ארבעט עס אז ווי מער מען פארברענגט אינאיינעם און מאיז דא איינער פארן צווייטן אלץ מער איז דא די ליבשאפט לגבי די מצווה, פאר די פרוי איז די עיקר אז די מאן איז דא פאר איר און איז איר געטריי און איז נישט פארנומען נאר צו באקומען הנאה פון איר, און די חלק איז און א צייט פון א קינד די מערסטע שייך, עס צוזאמען מיט איר כאטש נאכטמאל, פרעג דיר נאך ביי איר וויאזוי אלעס גייט, העלף איר די מערסטע וואס דו קענסט, דאס גייט אויפבויען די קשר צו די העכסטע שטאפל, ווייל זי ווייסט אז יעצט איז זי נישט ביכולת צו צוריקגעבן גארנישט, און מיט דעם אלעם ביסטו איר געטריי, דאס מיינט פאר איר אלעס, וואס הייסט? "איר מאן" דארף "איר" נישט די זאכן וואס זי געט

איך מיין אז דאס איז די סך הכל פון די תגובות פון די אשכול, איך האב עפעס פארפאסט?


דיינע ענטפערס באציען זיך יא צו וויאזוי איך קוק אן דעם פראבלעם. שכוח

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ב חשון התשפ"ב 16:30 #277186

  • יוסף המלך
  • איצטיגע שטרעקע: 158 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 269
  • האט שוין געלייקט: 3758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
  • קאָרמא: 8

לכבוד הרב שלום אהליך שליט״א זייער שיין און קלאר!

יוסף השם עליכם, עליכם ועל בניכם, ברוכים אתם להשם, עושה שמים וארץ!
ווען דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט האט ער געוויסט אלע שלעכטע מעשים פון יעדן איינעם און דאך האט ער עס באשאפן, ווייל ער האט אזויפיל מער הנאה פון די (נצחונות!) נאופ מער הנאה פון די מלחמה! אפילו מ׳פאלט דערנאך! דער עיקר מ׳שלאגט זיך…

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ב חשון התשפ"ב 17:17 #277187

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 714 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 455
  • האט שוין געלייקט: 670 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 637 מאל
  • קאָרמא: 53

הערליך שיין ארויסגעברענג ר' שלום... עס איז א נחת עס צו לייענען!

איך וויל נאר צולייגן. וואס איך האב שוין אסאך געשריבן און איך וויל עס איבער'חזר'ן. עס איז אמת אז עס איז די ארבעט פון די מאן צו געבן ליבשאפט פאר די פרוי וכו.. אבער אסאך מאל איז דא א שטערונג ביי די פרוי וואס ערלויבט איהר נישט צו נעמען ליבשאפט אויף א געזונטע וועג. זעה וואס איך האב געשריבן איבער דער "ודבק"...

איך האב שוין אסאך מאל מיטגעהאלטן ווי אינגעלייט פראבירן אלעס צו טוהן געבן און געבן און געבן... און זיי ווארטן אויף צוריק... און זיי האלטן אינאיין הערן אז זיי דארפן נאך און נאך געבן.... ביז זיי פאלן ליידער אריין אין יואש...
מען איז אזוי פארנומען מיט די אייגענע פראבלעמען אז מען פארגעסט צו קוקן אויף די גאנצע בילד... און ווען זיי זענען קלאר געווארן וואס עס טוט זיך אין זייער לעבן. און די די פרוי האט גענומען הילף און די פארפאלק האבן זיך געהאלפן זענען זאכן נשתנה געווארן מקצה אל הקצה (צומאל אויך אין די אייגענע פראבלעמען)... 

ממילא שפיר איך פאר וויכטיג עס צו איבער'חזרן. מען דארף קוקן אויף די גאנצע בילד. און זיך שטארקן און נעמען די הילף וואס נויטיגט זיך. 

ודי בזה כעת עתה...

יונהלע

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ב חשון התשפ"ב 20:52 #277195

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 426
  • האט שוין געלייקט: 715 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 878 מאל
  • קאָרמא: 23
BeVeryStrong געשריבן on י"ב חשון התשפ"ב 15:20:
"BeVeryStrong" post=277181 date=1634584844 catid=5


שכוח YBird פארן פרעגן די שאלה. די שיעורים וואס אונז האמיר באקומען דא איז פרייזלאז.

איך וויל ענק נאר זאגן איין זאך וואס ענק די מגידי שיעור האבן אפשר פארפעלט.
ס’דא די פיזישע חלק פון די מצוה וואס מוז בכלל נישט קומען מחמת אהבה און מחמת לאסט. וואס אין די ריינע טעג האט מען נישט דעם פראבלעם ווייל עס גייט נישט אדורך אזא לאנגע צייט דעראן.
אבער ביים האבן א קינד, וואס דאן גייט מען דורך א גאר לאנגע צייט דעראן קען אמאל זיין פיזיש שווער, אפילו מען האט די בעסטע שלום בית און מען האלט זיך ריין פון לאסט.
אפשר א ווילדע געדאנק פאר ענק, איז עס אבער זייער פארשטענדליך פאר מיר.


איך וויל טאקע פרעגן אויב איינער האט סיי וועלעכע עצה ווען די פיזישע חלק צושפילט זיך און מפילט אז מפאלירט קאנטראל, איך ביי מיר קען דאס צוברענגען די סוף… אפילו איך טו גארנישט בידים… איז דא איינער וואס רילעיט צו דעם? עני עצה איז עפרישיעטיט

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ב חשון התשפ"ב 23:19 #277201

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

איך רילעיט. דערווייל האב איך נישט קיין עצה

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ג חשון התשפ"ב 01:23 #277207

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 315
  • האט שוין געלייקט: 827 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
  • קאָרמא: 16

אויב האב איך גוט פארשטאנען די שאלה איז די עצה דערפאר עקסערסייז ווי פריער דערמאנט אינעם טרעד דורך שלום אהלך

פאר צוואנציג יאר איז אמעריקע געווען אין קריג אין אפגאניסטאן טאקע אסאך שוועריקייטן אדורך אבער די מיסיע איז אנגעגאנגען אין אלע טעראריסטן זענען געווען אינטערדרוקט ווי די טשיקנס פאר יום כיפור
פארלוירן האט מען נאר ווען??? ווען מ'האט אויפגעגעבן!!

Think about it

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ג חשון התשפ"ב 06:19 #277208

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 631 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 461
  • האט שוין געלייקט: 450 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל
  • קאָרמא: 16

ר' ביווערל, איבער דיין פראגע האב איך פריער גענטפערט וועגן די עקסערסייז, צו וויסן און געדענקן מיט א קלארקייט אז "איך מוז נישט", עס מיינט נישט אז די דראנג וועט אוועקגיין און אז די שטופ עובר צו זיין חלילה וועט ווערן אפגעשוואכט אבער עס איז גאר א שטארקע זאך ווען מ'זאגט זיך דאס מיט אן אמת, ומבשרי אחזה אז עפי"ר שוואכט עס יא אפ די אבסעשאן

יונה'לע, צוליב די סיבה וואס דו שרייבס האב איך בתוך דברי געשריבן: "איך קען איר נישט מאכן ווערן איינס מיט מיר, איך קען נאר טוען וואס איז שייך צו מיר און נישט מיט א צווייטן" וואס דאס נעמט אריין אויך די חלק אז ווען זי האט א פראבלעם קען איך איר נישט ארויסנעמען דערפון, אבער את שלי אעשה, איך וועל איר געבן פיל ליבשאפט,  ווארעמקייט און געטריישאפט, אז זי וועט וועלן זיין אזוי ליבליך צו מיר אויך און בבא עת הכושר וועט זי פילן אז זי פארמאגט אליין א זאך וואס בלאקירט איר פון זיין אפן ליבליך צו מיר און זי וועט זיך אליין וועלן העלפן (ערפארונג)

טשולענט, דוכט זיך אז ידידינו ר' שלום גאנץ האט געפרעגט ווען עס געשעהט פון זיך אליין אנע שום מעשים (אדער מחשבות) און דערויף העלפט נישט די עקסערסייז, ווי ווייט איך פארשטיי איז עס נאר מעשי יצר פונקט ווי א מקרה לילה ל"ע וואס קומט נאר אונז צו צוברעכן און די איינציגע עצה דערויף איז עס צו איגנארירן און שיקן דעם מעסעדזש פארן שונא, "איי דאנט קעיר, ס'גייט מיר נישט אהן די תחבולות וואס דו נוצט איך וועל בלייבן פעלזן פעסט מיט מיין וועג, און דו פוץ אפ" און אנגיין ווייטער מיט א שמחה.

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ג חשון התשפ"ב 09:43 #277212

  • Ybird
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 20
  • האט שוין געלייקט: 35 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
  • קאָרמא: 2

שכויעך יעדער איינער פארן אוועקגעבן ענקער טייערע צייט מיר צו מחזק זיין אין געבן חיזוק.
עקסטערע יישר כך פאר שלום אהלך האסט זייער שיין גערעדט, לייק איט ווערי מאטש.
אי"ה ווען איך וועל אנקומען צו 90 טעג וועט עס נאר זיין אין ענקער זכות, 

מיין שאלה איבער אויפבויען א גיטע קשר אין די נישט ריינע טעג איז נישט וויאזוי צו האלטען די אלטע גיטע קשר, איך האלט ליידער זייער ווייט פון דעם, איך וויל ווערן נאנט צו איר נאכן זיין דערווייטערט עמאניציעל אזוי לאנג, 
וויי בירד....

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ג חשון התשפ"ב 09:53 #277213

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1250 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1697
  • האט שוין געלייקט: 3027 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2571 מאל
  • קאָרמא: 24
Ybird געשריבן on י"ג חשון התשפ"ב 09:43:

שכויעך יעדער איינער פארן אוועקגעבן ענקער טייערע צייט מיר צו מחזק זיין אין געבן חיזוק.
עקסטערע יישר כך פאר שלום אהלך האסט זייער שיין גערעדט, לייק איט ווערי מאטש.
אי"ה ווען איך וועל אנקומען צו 90 טעג וועט עס נאר זיין אין ענקער זכות, 

מיין שאלה איבער אויפבויען א גיטע קשר אין די נישט ריינע טעג איז נישט וויאזוי צו האלטען די אלטע גיטע קשר, איך האלט ליידער זייער ווייט פון דעם, איך וויל ווערן נאנט צו איר נאכן זיין דערווייטערט עמאניציעל אזוי לאנג, 
וויי בירד....


פאר מיר האט דער בוך 5 love languages געטוישט מיין לעבן.

שטייצעך עס געלערענט צוזאמען מיט מיין ווייב.

און געגאנגען צו טערעפי פאר א לענגערע שטיקל צייט.

און דער עיקר געארבייט מיין פראגראם און געבליבן סאבער!

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן אדער דורך וואטס אפפ איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

לעצט פארראכטן: י"ג חשון התשפ"ב 09:54 דורך נטע׳לע.

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ג חשון התשפ"ב 10:17 #277214

  • Ybird
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 20
  • האט שוין געלייקט: 35 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
  • קאָרמא: 2
"5 love languages"
ס'דא דא צו באקומען עפעס וואס וועט נישט אויפרייצן מיין יצר'ל??
וויי בירד

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ג חשון התשפ"ב 12:00 #277218

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 631 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 461
  • האט שוין געלייקט: 450 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל
  • קאָרמא: 16
Ybird געשריבן on י"ג חשון התשפ"ב 09:43:

מיין שאלה איבער אויפבויען א גיטע קשר אין די נישט ריינע טעג איז נישט וויאזוי צו האלטען די אלטע גיטע קשר, איך האלט ליידער זייער ווייט פון דעם, איך וויל ווערן נאנט צו איר נאכן זיין דערווייטערט עמאניציעל אזוי לאנג, 
וויי בירד....


אופס הפנאי אבער איך פרובירן בקוצר אמרים.

לאמיר ווייטער גיין מיט די פסוקים אין פרשת בראשית, וואס דארט איז בעצם מבואר די גאנצע סוגיא פון שלום בית סיי אין די פסוקי תורת ה' און סיי אין די פילע גמרות און מפרשים וואס זענען מפרש און מבאר די אלע ענינים בטוטו"ד.

ויהי האדם לנפש חיה זאגט די תרגום והות באדם לרוח ממללא, און רשיה"ק אויפן פלאץ איז אויך מסביר די יתור וואס דער מענטש האט איבער אלע אנדערע באשעפענישן וזלה"ק: אף בהמה וחיה נקראו נפש חיה אך זו של אדם חיה שבכולן שנתוסף בו דעה ודבור און די הייליגע רמב"ן זאגט נאך קלארער: ואחרי שיצרו בהרגשה נפח באפיו נשמת חיים מפי עליון להוסיף הנפש הזאת על היצירה הנזכרת ויהי האדם כולו לנפש חיה כי בנשמה הזאת ישכיל וידבר ובה יעשה כל מעשה, דער מלבי"ם זאגט עס אויך זייער קלאר ויפח באפיו נשמת חיים. אחר שהודיע יצירת הגוף וכחותיו יודיענו מעלת נשמתו הרוחניית ושרשה. כמעט אלע מפרשים אויפן פלאץ רעדן דא ארום פון די נשמה און די דיבור ווי עס איז איין זאך, ותיתי ספר ותחזי ותמצא רב נחת.

מיט אונזער הקדמה פון פריער אז דער מאן און די פרוי זענען בעצמותם איינס, און די איינציגקייט איז בשרשם זייער נשמה, זעהן מיר זייער קלאר דא אז די נשמה שפראך איז "דיבור" דאס טייטש מען אויף אידיש "רעדן".

יעצט הער אויס, נישט קיין חילוק וויפיל געלט דו וועסט איר געבן, אדער וואספארא געשמאקע עסן דו וועסט איר קויפן, אדער וועלכע שיינע קליידער דו וועסט איר צושטעלן, אדער בלישקעדיגע צירונג דו וועסט איר באצירן, וועט דאס אלעס נישט צוברענגן די ריכטיגע אמת'ע אהבה און קשר צווישן דער מאן און די פרוי, כמובן מאך איך נישט נישט אוועק דאס אלעס, פארקערט עס איז גאר וויכטיג מפעם לפעם מיט שכל און הבנה, אבער דאס אלעס אליין וועט נישט ארבעטן, די וועג וואס ארבעט איז מיט דיבור. רעדן און שמועסן מיט איר אהן א שיעור.

יעצט, וואס מיינט דיבור, דיבור ווערט צוטיילט אין צוויי חלקים, א' מיינט אויסהערן, פארשטיין און מיטפילן און ב' מיינט פארציילן.

איך וועל דאס צונעמען אחת לאחת:
אויסהערן: זי וויל דיר פארציילן עפעס זי רעדט צו דיר, הער איר אויס, נישטא קיין טעלעפאון, נישטא קיין צעטל אדער בוך צו ליינען און עס איז גארנישט דא, נאר מיין טייערע ווייב וואס רעדט יעצט צו מיר - איר טייערע מאן - און איך הער איר אויס מיטן פולסטן מאס קאנצענטראציע און אהן אריינהאקן אינמיטן איע ווערטער.
פארשטיין: פרוביר איר צו פארשטיין, וואס וויל זי מיר פארציילן, וואס פרובירט זי ארויסצוברענגן, וויכטיג צו געדענקן אז א פרוי ברענגט זיך צומאל ארויס גאר שווער.
מיטפילן: פארשטיין וואס זי פילן און ווערן א חלק פון די מעשה וואס זי פארציילט, פרובירן אנקומען צו א פלאץ וואו איך וועל פילן (Felling) און שפירן (Sensation) ממש וואס זי שפירט (כמובן ווי ווייט שייך, ווייל ווי נישט ווי איז עס איר געפיל איבער איר איבערלעבעניש, שמחה, ספיקות, זארגן וכדו').
און דאן פארציילן: פארציילן מיינט רעדן, נאך וואס זי זאגט אלעס וואס זי וויל דיר זאגן ענטפער איר אויף אירע פראגן, בארואיג אירע געפילן און גיב איר - מיט דיינע ווערטער - צו שפירן אז עס איז דא איינער וועם עס אינטערעסירט איר לעבן און וואס זי גייט אדורך לטב ולמוטב און דערנאך פארצייל פון דיר, פון דיין לעבן, פון דיין טאג און פון דיינע אריבערגענג, ספיקות און געפילן.

גאר גאר גאר א וויכטיגע כלל אין שמועסן איז "קיינמאל נישט אוועק מאכן" און קיינמאל מיינט קיינמאל אויף קיין שום פאל, אפילו זי זאגט עפעס ממש שלא מן ההגיון.
נאך א וויכטיגע כלל, דו קענסט איר עצה'ן עפעס פאר איר פראבלעם אדער שאלה אבער זי איז אויסדרוקליך נישט מחויב עס אויסצופירן, און דעריבער זאל מען קיינמאל נישט זאגן: "איך מיין די זאלסט אזוי טוען" נאר ענדערש, "איך מיין אז די און די וועג וואלט געווען א גוטע זאך, וואס האלסטו?" וד"ל.

און וויבאלד רעדן און שמועסן איז אזוי וויכטיג, אזש ממש דער יסוד אין שלום בית און די קשר הנשמה איז תלוי דערין, איז זייער וויכטיג צו מייחד זיין די מערסטע צייט מעגליך אין די טאג אויף צו שמועסן און פארברענגן צוזאמען באהבה ואחוה, צופרי גריסן מיט א שמייכל און א גוטמוטיגקייט און דערביי פרעגן צו זי וויל איך זאל עפעס ערלעדיגן דורכן טאג, אהיים רופן אינמיטן טאג זיך נאכפרעגן וואס זי מאכט און אהיים קומען מיט א ריזיגע שמייכל און אן אויפגעלייגטקייט (זייער א וויכטיגע באשטאנטייל צו א גוטע שלום בית און א שטענדיגע גוטמוטיגע שטימונג אין שטוב) און אין אווענט פארברענגן וויפיל עס איז שייך, ותן לחכם ויחכם עוד.

א קלייניקייט צו באמערקן, דא איז נישט די פלאץ צו רעדן איבער די ענין, אבער מ'זעהט אין גמרא און אין הלכה אז די ריכטיגע וועג צוצוגיין צו מצות עונה איז מיט דריי מיני דיבורים אויפן רייע, און אהן דעם הויבט זיך גארנישט אהן, דברי פיוס, דברי רצוי און דברי חיבה, ואכ"מ ואידך פרישא זיל גמור.

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ג חשון התשפ"ב 12:09 #277220

  • יוסף המלך
  • איצטיגע שטרעקע: 158 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 269
  • האט שוין געלייקט: 3758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
  • קאָרמא: 8

לולי דמסתפינא… וואלט איך געזאגט אז די לעצטע פאוסט דא אויבן פון מו״ר הרה״צ שלום אהליך שליט״א איז פון די וויכטיגסטע, (אויב נישט ׳די׳ וויכטיגסטע) ידיעה וואס מיר מוזן וויסן און געדענקען און חזר׳ן בכל עת ועונה! בבחינת סור מרע ועשה טוב!
ייש״כ מנאי יוסף

אפשר וואלט כדי געווען צו פינען.

יוסף השם עליכם, עליכם ועל בניכם, ברוכים אתם להשם, עושה שמים וארץ!
ווען דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט האט ער געוויסט אלע שלעכטע מעשים פון יעדן איינעם און דאך האט ער עס באשאפן, ווייל ער האט אזויפיל מער הנאה פון די (נצחונות!) נאופ מער הנאה פון די מלחמה! אפילו מ׳פאלט דערנאך! דער עיקר מ׳שלאגט זיך…

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ג חשון התשפ"ב 12:19 #277222

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 1072 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2546 מאל
  • קאָרמא: 43

שלום אהליך, הפלא ופלא, זייער שיין און קלאר. זאפטיג מלא תוכן מיט א הערליכע קלארע שפראך.


ליידער שפיר איך מיך אזוי ווייט פון דארט

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ג חשון התשפ"ב 12:23 #277223

  • יוסף המלך
  • איצטיגע שטרעקע: 158 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 269
  • האט שוין געלייקט: 3758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
  • קאָרמא: 8

הייב אן מיט א קלייניקייט, מאך א כלי פאר די התעוררות…
איך למשל האב יעצט געשיקט א מעסעדזש פאר מיין ווייב ?hi hello dearest! How are you
ס׳זעהט ענק אפשר אויס פאני.. אבער יעדער לפי רוחו ומצבו קען יעצט טרעפן א וועג אריין אין קאננעקטן מיט די ווייב בדיבור.. יגעת ומצאת! אחי חזק!
מיט ליבשאפט! יוסף

יוסף השם עליכם, עליכם ועל בניכם, ברוכים אתם להשם, עושה שמים וארץ!
ווען דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט האט ער געוויסט אלע שלעכטע מעשים פון יעדן איינעם און דאך האט ער עס באשאפן, ווייל ער האט אזויפיל מער הנאה פון די (נצחונות!) נאופ מער הנאה פון די מלחמה! אפילו מ׳פאלט דערנאך! דער עיקר מ׳שלאגט זיך…

לעצט פארראכטן: י"ג חשון התשפ"ב 12:24 דורך יוסף המלך.

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ג חשון התשפ"ב 12:25 #277224

  • Ybird
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 20
  • האט שוין געלייקט: 35 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
  • קאָרמא: 2

שלום אהלך א באנטש לייקס
א שאד בוזט נישט געווען מיין חתן רבי

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ג חשון התשפ"ב 13:24 #277228

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 426
  • האט שוין געלייקט: 715 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 878 מאל
  • קאָרמא: 23
שלום אהליך געשריבן on י"ג חשון התשפ"ב 06:19:


טשולענט, דוכט זיך אז ידידינו ר' שלום גאנץ האט געפרעגט ווען עס געשעהט פון זיך אליין אנע שום מעשים (אדער מחשבות) און דערויף העלפט נישט די עקסערסייז, ווי ווייט איך פארשטיי איז עס נאר מעשי יצר פונקט ווי א מקרה לילה ל"ע וואס קומט נאר אונז צו צוברעכן און די איינציגע עצה דערויף איז עס צו איגנארירן און שיקן דעם מעסעדזש פארן שונא, "איי דאנט קעיר, ס'גייט מיר נישט אהן די תחבולות וואס דו נוצט איך וועל בלייבן פעלזן פעסט מיט מיין וועג, און דו פוץ אפ" און אנגיין ווייטער מיט א שמחה.


סארי פארן אריינהאקן... (אפשר זאל מען אפטיילן די צוויי נושאים)

פארקערט, די עיקר פראבלעם (ביי מיר) קומט פון מחשבות... די גאנצע פראבלעם שטאמט פון מיין מח, הגם איך פיל ווי דער פראבלעם איז און מיין גוף... והא ראיה ווען מיין קאפ איז פארנומען האב איך נישט די פראבלעם, און ס'מאכט זיך טאקע די מערסטע ביי מיר ביינאכט און בעט, וואס דעמאלטס בין איך נישט פארנומען... הגם ס'גרינג צו זאגן אז האלט פארנומען די קאפ, ארבעט עס אבער נישט אזוי גרינג, נאכדערצו ווען די סטראגל האט זיך שוין אנגעהויבן, ווייל און בעק פון מיין מח טראכט איך נאך אלץ דערפון

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ד חשון התשפ"ב 07:52 #277261

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 631 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 461
  • האט שוין געלייקט: 450 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל
  • קאָרמא: 16
Ybird געשריבן on י"ג חשון התשפ"ב 12:25:

שלום אהלך א באנטש לייקס
א שאד בוזט נישט געווען מיין חתן רבי


חתן רבי זאגסטו? הלואי וואלט איך געהאט א חתן רבי צו דער זאך, איך האב געקייעט שטרוי ביז איך בין צוגעקומען צו עטוואס א הבנה אין די גאר טיפע לעבנס וויכטיגע ענין פון שלום בית, און איך דארף ארבעטן יעדן טאג צו האבן (א גוטע) שלום בית טאמער וויל איך האבן א זיסע געשמאקע לעבן ברוחניות ובגשמיות פאר מיר און מיין טייערע ווייב.

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ד חשון התשפ"ב 08:20 #277262

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

אז מ’רעדט שוין יא פון חתן רבי’ס וועל איך... בלייבן שטיל

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ד חשון התשפ"ב 09:23 #277266

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28
BeVeryStrong געשריבן on י"ד חשון התשפ"ב 08:20:

אז מ’רעדט שוין יא פון חתן רבי’ס וועל איך... בלייבן שטיל


איך לאך און וויין אויפאיינמאל....

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"ד חשון התשפ"ב 09:26 #277268

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 1072 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2546 מאל
  • קאָרמא: 43

מיין חתן רבי האט מיר דערמאנט מיין רבי אין חיידר, וואס לערנט פאר מיט א שטעקן, ווער ס'שטערט אדער פאלגט נישט פונקטליך כאפט מיטן שטעקן און פליט צום מנהל...

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים כ"ב חשון התשפ"ב 11:04 #277729

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 631 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 461
  • האט שוין געלייקט: 450 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל
  • קאָרמא: 16

איך האב געלערנט היינט א שיינע לימוד אין ווי ווייט עס ברויך זיין די אהבה בין איש לאשתו.
דער פסוק פארציילט אונז ויבאה יצחק האהלה שרה אמו ויקח את רבקה ותהי לו לאשה ויאהבה וינחם יצחק אחרי אמו, יצחק האט אריינגעברענגט רבקה אין שרה'ס געצעלט און ער האט גענומען רבקה פאר א ווייב און ער האט זיך געטרייסט נאך זיין מאמע.

זאגט דער בעל הטורים א מסורה אז עס שטייט צוויי מאל די ווארט ויאהבה, איינמאל דא ביי יצחק און רבקה און נאכאמאל ביי אמנון און תמר, זאגט ער די פארגלייך, אז ביי ביידע פלעצער איז געווען אן אהבה אבער דארט איז די אהבה געווען תלויה בדבר דעריבער בטלה משא"כ דא איז עס נישט געווען תלויה אין קיין שום זאך האט זיך עס געהאלטן.

שטעלט זיך אבער די וועלטס פראגע וויאזוי קומט מען צו צום אהבה וואס זאל נישט זיין תלויה בדבר?
איז אונז דער הייליגער רמב"ן בתו"ד הזכיר האהבה כי מפני צדקתה וכשרון מעשיה אהבה דער תוה"ק פארציילט אונז איבער זיין אהבה צו איר ווייל צוליב איר צדקות און אירע פיינע מעשים האט ער איר ליב געהאט!

דאס איז דער רעצעפט צו א ליכטיגע שלום בית מיט אן אמת'ע אהבה שאינה תלויה בדבר, נאר זעהן שטענדיג צדקתה וכשרון מעשיה, מקיים זיין דעם הדבק במדותיו פון לא הביט עון ולא ראה עמל, בכלל נישט זעהן סיי וועלכע שלעכטס אדער אומרעכט אין איר.

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים ו' כסלו התשפ"ב 08:37 #278163

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 631 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 461
  • האט שוין געלייקט: 450 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל
  • קאָרמא: 16

די וואך זעהן מיר ווידער אין די פרשה די ריכטיגע וועג ווי זיך צו פירן אין שטוב און איך וויל עס אביסל ארויסברענגן ברצו"ה לחבירי החביבים הע"י.
הבהרה, די ענין וואס איך וויל בס"ד ארויסברענגן איז אביסל הייקל בפרט ברבים איך האף און איך בעט שלא אכשל בלשוני און עס זאל נאר זיין א תועלת, איך וועל פרובירן צו האלטן מיין שפראך די מערסטע איינגעהאלטן וואס שייך.
מיר זעהן די וואך אין די הייליגע תורה ווי עס ווערט פארציילט די שמועס צווישן אונזערע הייליגע אמהות רחל און לאה ווען ראובן האט אהיים געברענגט די דודאים פאר זיין מאמע און רחל האט געבעטן פון איר גיב מיר אביסל דערפון און לאה האט עס געשטערט ותאמר לה המעט קחתך את אישי ולקחת גם את דודאי בני און רחל האט איר געזאגט אז זי וועט איר באצאלן דערפאר אז זי גיבט איר אוועק יעקב היינט נאכט, יעקב קומט אהיים פון פעלד און לאה גייט איהם אנטקעגן און מיט פרייד דערציילט זי איהם זייער געשעפט און די פסוק ענדיגט צו וישכב עמה בלילה הוא.
לכאורה שטעלט זיך א הארבע פראגע, וואו איז יעקב, מ'רעדט דאך פון איהם און וואס ער זאל טוען פארוואס הערט מען נישט זיין מיינונג צו ער איז מסכים, די פשוק זאגט אונז קלאר אז יעקב איז פשוט מיטגעגאנגען 100% מיט זייער פלאן אהן א פיפס, וואס איז פשט דערפון?

נאר וואס דען, דער תוה"ק מלשון הוראה קומט אונז לערנען די הייליגע ריכטיגע וועג פון לעבן פון א איד, ער וויל דאס ער וויל יענץ, ער מיינט עס וועט זיין אזוי און אזוי זי וועט וועלן אהין אדער אהער אבער וויבאלד עס איז עונתה האט ער נישט קיין מיינונג אין די גאנצע ענין, רש"י הק' זאגט אונז קלאר אז די גאנצע טאג האט יעקב געמיינט אז היינט איז רחל'ס נאכט, שלי היתה שכיבת לילה זו ואני נותנה לך תחת דודאי בנך אבער יעקב קומט אהיים און ער הערט אז די פלאן האט זיך געטוישט טוט ער די רצון ה' און ווי דער אור החיים הקדוש זאגט אונז וטעם יעקב שהיה עושה הפרש בין ב' נשיו לצד שאין עליו חיוב לאה זולת עונה האמורה בתורה לא יגרע ווייל ער האט נישט חתונה געהאט מיט איר מרצונו און דעריבער איז די איינציגסטע חיוב אויף איהם עונתה אבער ווי נאר הוא מכיר בה שהיא משדלתו ומרצה אותו ומקשטת עצמה לפניו כדי שיתן דעתו עליה חייב לפקדה, און ער האט ניטאמאל געהאט א מיינונג דערין.

און ווי איך האב געהערט פון הרה"ג ר' בערל טויבער שליט"א א גוטע הגדרה, מ'זעהט אין שלחן צוויי סימנים וואס רעדן ארום איבער די מצוה קדוש ונקי, איינס אין סימן ר"מ אין אוה"ח און איינס סימן כ"ה אין אבן העזר וואס לפום עינה קוקט אביסל אויס ווי זיין זענען זיך סותר, אין סימן ר"מ (- אותיות רם און ווען מ'איז חלילה מהפך ווערט עס מר) זעהט מען גאנץ שטרענג און שארף ווי שטארק מ'מוז זיך היטן און אין סימן כ"ה זעהט מען גאר עפעס אנדערש בפרט אין סעיף ב' אין רמ"א, וואס איז פשט?
זאגט ר' בערל זייער שיין, סימן ר"מ איז פארן מאן וואס דערט שטייט קלאר ווי שטארק מ'דארף זיך דערווייטערן פון די גאנצע ענין און זיך האלטן בקדושה ווייל מרעיבו שבע משביעו רעב אבער סימן כ"ה איז פאר די פרוי, וואס איינמאל זי איז מרוצה פאר איהם איז ער מחויב צו טוען פאר איר אלעס איר צו מחיה זיין.

גאר וויכטיגע הבהרה, קיינער זאל חלילה נישט פארשטיין פאלש און נעמען פאלשע התירים פון ר' בערל'ס ווערטער, א מאן האט נישט קיין שום רעכט אויף וואס זיינע תאוות ציען איהם ער איז נאר מחויב בעונתה עפ"י תורה, וד"ל.

טאמער באדערט פאר איינעם די תגובה ביטע לאזן וויסן ואתקין בע"ה.

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים ו' כסלו התשפ"ב 12:58 #278181

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 631 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 461
  • האט שוין געלייקט: 450 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל
  • קאָרמא: 16

איך האב פריער אביסל איבערגעלערנט די פסוקים און איך געזעהן אין רש"י גאר א שטארקע זאך, רש"י הק' זאגט אויפן פסוק דארט, שטייט אין פסוק בלילה הוא זאגט די הייליגע רש"י הקב"ה סייעו שיצא משם יששכר.
לאמיר מדייק זיין אין רש"י'ס ווערטער, הקב"ה סייעו, לכאורה דארף מען פארשטיין ווי עס איז משמע אין די פסוקים איז די שכר געקומען פאר לאה צוליב איז גרויסע חשק מעמיד צו זיין שבטים ווי רש"י אליין זאגו אין די נעקסטע פסוק וישמע אלקים אל לאה - שהיתה מתאוה ומחזרת להרבות שבטים, לכאורה וואלט רש"י געדארפט זאגן "סייעה" אדער העכסטענס "סייעם" פארוואס זאגט רש"י "סייעו" וואס שיינט ארויפצוגיין אויף יעקב?
נאר פשט קען זיין אז ווען השב"ה האט געזעהן יעקב'ס קדושה און אז זיין כונה איז נאר לשם שמים "סייעו שיצא משם יששכר"

אויך זאגן די ספורנו, מלבי"ם און אוהחה"ק א שטארקע ווארט "ברוצונו ומדעתו" אזויווי די הלכה לויטעט, איינמאל ער האט געזעהן די מציאות איז דאס געווען מיט זיין רצון און חשק און צוליב דעם "סייעו שיצא משם יששכר".

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים ו' כסלו התשפ"ב 20:23 #278199

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 61
  • האט שוין געלייקט: 269 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל
  • קאָרמא: 4
‏‏‏‏כ"ה תברכו את בני ישראל (ולא בנות ישראל)
כ"ה יהיה זרעך
כ"ה תאמר לבית יעקב (בית יעקב אלו הנשים, אבער עס מיינט אויך די פשוטי המון עם)

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"א כסלו התשפ"ב 12:30 #278304

  • Ybird
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 20
  • האט שוין געלייקט: 35 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
  • קאָרמא: 2
BACK AT DAY ZERO

ענטפער: העלף מיר בלייבן הייליג אין שווערע זמנים י"א כסלו התשפ"ב 13:09 #278305

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 631 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 461
  • האט שוין געלייקט: 450 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל
  • קאָרמא: 16

הגה"צ הרב טווערסקי זצ"ל פלעג זאגן ווען איך דארף אנקומען ערגעץ צען גאסן אוועק אבער אויפן וועג אינמיטן די זעקסטע גאס האב איך זיך אויסגעגליטשט און אראפגעפאלן מיינט עס אז איך בין צוריק ביי גאס איינס? קלאר אז נישט איך בין ווייטער ביי גאס זעקס איך דארף זיך נאר אויפשטעלן און אנקומען צום צענטן גאס, מיין ענדגילטיגע ציל.

ברודער טייערע, דיינע טעג פון ביז יעצט שיינען און לייכטן, און דו ביזט נישט ביי זעראו, אדרבה, גיי אהן מיט א שטארקייט און הויב דיך אויף מיט א שטארקייט.

  • בלאט:
  • 1
  • 2
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 2.05 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא