ברוכים הבאים, גאסט

פריוואטער צימער - פריוואטער מעסעדזש
(1 באזוכער) עומד בנסיון
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: פריוואטער צימער - פריוואטער מעסעדזש 1401 באזוכער

פריוואטער צימער - פריוואטער מעסעדזש כ' תמוז התשע"ח 23:32 #249433

  • לוי
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 40
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל

וויכטיגע מעלדונג! 

עס איז אהנגעקומען צו אונז א ידיעה איבער מעמבערס וואס האבן זיך געשריבן אויף א וועג וואס איז נישט אויפן גייסט פון ריקאווערי. ואין כאן המקום אריינצוגיין אין דעם ענין. 

מיר פארשטייען אז די נאטור פון אונזער נסיון קען ברענגן אז געוויסע וואס זענען נאך טיף אין די פראבלעם , קענען דערמיט צוריק אריינשלעפן אנדערע וואס האלטן שוין אויפן וועג ארויס. דעריבער פילן מיר אן אחריות נאכצוגיין דעם זאך, און זיין עומד על המשמר, אז דאס זאל נישט פאר קומען,  און חס ושלום די גאנצע פלאץ זאל גיין לטמיון צוזאמען מיט אחינו בני ישראל וואס דארפן זיך העלפן. 

אלזא טוהן מיר מעורר זיין, אויב א מעמבער איז געבעטן געווארן צו שרייבן אדער רעדן נישט לתועלת, זאל ער מיר תיכף מודיע זיין, בכדי צו ראטעווען אז אנדערע זאלן נישט חס וחלילה מיט געשלעפט ווערן. מען קען מיר שיקן א פריוואטע מעסעדזש, אדער אן אימייל צו levygye@gmail.com , אדער אויף די אינטערקאם ביי די רעכטע זייט פון אונטען. 

באופן כללי איז וויכטיג צו געדענקן, איינס, אז פאר דו מאכסט א קשר און א שפראך מיט איינעם אויף דעם סייט, מאך זיכער אז עס איז לתועלת פון דיין ריקאווערי. מאך זיכער אז יענער איז שוין גרייט צו זיין ריין (יעדער וועט זיין גרייט אין זיין צייט).

צווייטנס,  חייך קודמים. דו קענסט יענעם נישט העלפן אויב יענער וויל זיך אליינס נישט העלפן. 

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש י"ט אב התשע"ח 13:42 #249756

  • לוי
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 40
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל

עס איז דא פראבלעמן די לעצטע פאהר טעג  מיט די פרייוואטע טשעט און פרייוואטע מעסידזשעס. 

אונזערע טעקנישאןס ארבעטן אויף דעם און מיר האפן אז עס ווערט ווערן מסודר בקרוב.

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש י"ט אב התשע"ח 14:17 #249760

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 239 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 282
  • האט שוין געלייקט: 743 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 426 מאל

שקויעך פאר'ן אריין קומען אפדעיטען

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש י"ט אב התשע"ח 15:44 #249762

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 264 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1136
  • האט שוין געלייקט: 1282 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1488 מאל

ס׳האט מיר אויסגעזען פון די שמועות וואס האבן דא קערסירט, אז ס׳געווען מכשולות. במילא איז עס פערטיג.

פון דיין אפדעיט זעט אויס ווי ס׳איז נאר א פראבלעם, און בקרוב וועט מען עס צוריק האבן.

ב״ה.

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!!

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש י"ט אב התשע"ח 17:04 #249768

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1015
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1380 מאל

אונזער אינפא איז אז עס איז דא א טעכנישע פראבלעם וואס דארף פארראכטן ווערן

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש י"ט אב התשע"ח 18:01 #249770

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 239 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 282
  • האט שוין געלייקט: 743 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 426 מאל

פון די ענגלישע סייט האט אויסגעזען אז ס'איז געווען מכשולות 
וועגען דעם האט מען עס געסטאפט

אבער אז מען מעג יא איז דא אן עצה אויף דערווייל 
און די עפענטליכע שמועס צימער קען מען מאכן נאך א צימער נאר פאר איינגעליידענטע
אזוי

untitled.png

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש כ' אב התשע"ח 08:27 #249780

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 264 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1136
  • האט שוין געלייקט: 1282 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1488 מאל

מזל טוב! 
פרייוועט ושעט איז דא צוריק!!

ישר כח הנהלת הדא פאר אלעם!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!!

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש כ' אב התשע"ח 16:45 #249787

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1015
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1380 מאל

איך באדאנקען סוד פאר זיכער מאכן אז עס ארבעט גוט.

לאמיר האפן אז זאכן וועלן זיין מסודר

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש כ' אב התשע"ח 19:04 #249791

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 264 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1136
  • האט שוין געלייקט: 1282 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1488 מאל
לומד געשריבן on כ' אב התשע"ח 16:45:

איך באדאנקען סוד פאר זיכער מאכן אז עס ארבעט גוט.

לאמיר האפן אז זאכן וועלן זיין מסודר

איך קען נישט סוד. 
אבער אז ער האט געארבייט פאר דעם, זאל ער זוכה צו דעם מי שברך פאר עוסקים בצרכי ציבור באמנה. ונאמממממר אמן, (מיטן שבתדיגן נוסח...)

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!!

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש כ"ב אב התשע"ח 10:39 #249824

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 264 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1136
  • האט שוין געלייקט: 1282 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1488 מאל

ס׳ארבייט נאך בעסער (ביי מיר) ווי פארן קראך!
איך דארף נישט רעפרעשן דעם פעידש צו בייקומען מעסעדשעס

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!!

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש כ"ב אב התשע"ח 14:38 #249832

  • אברהם העברי
  • איצטיגע שטרעקע: 128 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 189
  • האט שוין געלייקט: 389 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 557 מאל
נטע געשריבן on כ"ב אב התשע"ח 10:39:

ס׳ארבייט נאך בעסער (ביי מיר) ווי פארן קראך!
איך דארף נישט רעפרעשן דעם פעידש צו בייקומען מעסעדשעס

גם אני מצטרף, א ריזן דאנק פאר די מארגנים.

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש כ"ז אב התשע"ח 11:44 #249961

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 264 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1136
  • האט שוין געלייקט: 1282 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1488 מאל

איך וואלט געוואלט בעטן, אויב מ׳קען אויסארבייטן דעם פריוואטען טשעט, אז איך זאל זען אז איינער האט מיר עפעס געשיקט אפי׳ ווען יענער איז שוין נישט אנליין.

ווייל כ׳האב נעכטן געזען א מעסעדש פון איינעם וואס יענער האט געשיקט א חודש צוריק.

א גרויסן שכח.
נטע׳לע

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!!

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש ח' כסלו התשע"ט 12:37 #251802

  • לוי
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 40
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
שלום וברכה ידידי וחבירי היקרים שיחיו.

מיר אלע קומען דא אהער זיך צו העלפן פון אונזער שוועריגקייט אין די נסיון פון סעקס, קדושה, לאסט, שמירת עינים, והמסתעף. הד"א שטעלט אוועק כלים און עצות וויאזוי יעדער איינער קען עס ניצן.

ווען מען מאכט א מקום ווי אונז קענען אהערקומען און זיך העלפן, איז אלץ דא די חשש אז עס זאל נישט ארויסגיין קיין תקלה על ידינו. יעדער האלט אין זיין אייגענע מצב און נסיון וואס דער באשעפער האט אים אריינגעלייגט. ממילא קען זיך מאכן אז מאנכע וועלן דערווייל נאך זוכן צו האבן נפילות איידער זיי זענען גרייט אדער איידער עס איז געקומען די צייט אז זיי זאלן ווערן ריין און משנה זיין זייער\אונזער סדר החיים.

ולכן טוהן מיר כסדר נאכגיין און פראבירן זיכער מאכן אז עס זאל נישט זיין קיין היזקות, און על כל פנים עס זאל זיין שכר יותר מן ההפסד.

אזויווי איך האב שוין אויבן געשריבן אז די נושא פון טשעט און מעסעדזש איז א מקום סכנה. אבער פון די אנדערע זייט טוהט עס העלפן גאר א סאך ווי איש את רעיהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק.

איך בין אין א בחינה פון או לי מיוצרי ואו לי מיצרי. טייל מאהל טראכט די הנהלה אז מען זאל פארשפארן די פריוואטע טשעט. טייל מאהל טראכט מען אז מען זעהט אז עס העלפט.

אחי ורעי, דא רעדט מען פון נפשות. מיין לעבן און ענקער לעבן איז דא אויפן וואגשאהל. זאלן אונז לאזן ווייטער טשעט כדי אנדערע זאלן זיך קענען העלפן דערמיט? זאלן אונז פארמאכן די טשעט ווייל עס מאכט זיך כסדר אז עס ווערט פראבלעמאטיש צווישן יחידים?

די מציאות איז אז מענטשן וואס קומען צו אונזער סייט איז יעדער עלול צו זיין דער יחיד וואס זאל אדער קאליע מאכן אנדערע אדער וואס וועט נפגע ווערן פון אנדערע. בקיצור מען רעדט נישט פון יענעם. מען רעדט פון זיך.

ולכן טוהן מיר דאס גוט נאכגיין, יותר מכפי יכלתינו.

ובכן, פילט די הנהלה אז מען מוז אוועקשטעלן נייע גדרים, אויב מען וויל ווייטער קענען אהנהאלטן די פריוואטע טשעט. פאלגענד איז א ליסטע פון הוראות בנוגע פריוואטע טשעט. דאס איז נוגע אויכעט אביסל פאר פריוואטע מעסעדזש:
  1. יעדע נייע מעמבער גייט נישט באקומען קען עקסעס צו פריוואטע טשעט.
  2. א נייע מעמבער וואס וויל באקומען צוטריט צו פריוואטע טשעט, וועט זיך מוזן פארבינדן מיט מיר אדער מיט איינער פון די הנהלה.
  3. ער וועט מוזן שיקן א בקשה. מיר וועלן פארלענגען געוויסע פרטים.
  4. למשל פארוואס דו ביסט דא? וואס איז דיין פראבלעם?
  5. מיר גייען דיר פרעגן אויב דו האסט א אנדערע באהאלטענע נאמען? מיט א סיבה מוצדקת פארוואס דו האסט געמוזט טוישן די נאמען.
  6. איינער וואס שרייבט 40 תגובות אויף די פארום, און עס איז ניכר מתוכו אז ער איז דא באמת פאר ריקאווערי, וועלן מיר עפענען א די פריוואטע טשעט.
  7. מיר גייען אויכעט פארלאנגען אז דער נייע מעמבער זאל זיין אויף די 90 טעג טשארט.
  8. מיר רופן צו אלע חברים וואס ניצו די טשעט צו זיך איינסיינן צו די 90 טעג טשארט.
  9. דאס טוהט אויסקלאהרן פאר דער וואס וויל מיט דיר טשעטן צו וויסן צו דו נעמסט ער ערנסט.
  10. מיר פארלאנגען פון יעדער איינער וואס איז אין טשעט אז לטובתו ולטובת הציבור זאל מען ריפארטן פאר יעדער חבר וואס טשעט מיט דיר און עס זעהט אויס עפעס פויגלדיג זיין כוונה. עס איז בעסער צו ריפארטן א חשש אפילו אויב דו ביסט 'כמעט' זיכער אז עס איז נישט קיין פראבלעם.
  11. געדענק ווען דו טיילסט מיט א נסיון צו א מעמבער דארף עס זיין באופן בקשה און נישט באופן פון פארציילן די 'געשמאק' פון די תאוה.
  12. חכמים הזהרו: געב נישט דיין אימעיל אדער דיין נאמבער פאר דו ביסט זיכער אז דער איז דא 'נאר, און נאר' פאר ריקאווערי. דאס איז נישט קיין קינדער שפיל.
  13. די הנהלה לאזט זיך די רעכט צו אראפנעמן אדער ארויפלייגן נייע תקנות.

איך האב פארשפארט פון טשעט א גרויסע טייל פון חברים וואס האבן זיך לעצטנס איינגעשריבן אין די פארום. אויב איינער וויל האבן צוטריט צו די טשעט זאל ער מיר שיקן א הודעה.

איך בעט איבער פאר די שארפקייט אבער עס מוז זיין א מצב פון לתקוני שדרתיך ולא לעוותי. פון די אנדערע זייט וויל איך דאנקן דעם באשעפער פאר די גוטע מצב וואס גייט דא פאהר יעצט אויף די סייט. עס איז שוין לאנג נישט געווען אזא גוטע מצב פון ריקאווערי אזוי ווי עס איז יעצט דא. וכן יעזרינו ה' להלאה, אז מיר זאלן אלע קענען אויספירן די רצון ה', מיר זאלן אלע זיך קענען שטעלן אויף די ריכטיגע וועג בכל הענינים.

לוי
לעצט פארראכטן: ח' כסלו התשע"ט 13:02 דורך לוי.

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש ח' כסלו התשע"ט 12:49 #251803

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 129 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 359
  • האט שוין געלייקט: 525 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 765 מאל
איך וואלט נאר איין זאך געזאגט אז מקען האבן ביידע,

דהיינו אז א נייער זאל יא קענען האבן טשעט אבער נאר צו געציילטע וואס זענען שוין לדוגמא צוויי יאר אין ריקאווערי,

ווייל איך קען זען אז די טשעט העלפא זייער שטארק, די פראבלעים איז אויך זייער שטארק, סאו די מהלך וואלט געהאלפן ביידע,

איך בעט איבער פארן זיך אריינמישען, 

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש ח' כסלו התשע"ט 13:30 #251804

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 264 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1136
  • האט שוין געלייקט: 1282 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1488 מאל

זייער שטארק געזאגט.

אבער דאס איז א שטארק פוינט, או לי מיוצר ואו לי מיצרי, ווייל מיר און אסאך פון די חבירים האט עס גאר שטארק געהאלפן.

וועלן זיי האבן עקסעס צו די פאבליק טשעט?

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!!

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש ח' כסלו התשע"ט 13:39 #251805

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1015
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1380 מאל
נטע געשריבן on ח' כסלו התשע"ט 13:30:

זייער שטארק געזאגט.

אבער דאס איז א שטארק פוינט, או לי מיוצר ואו לי מיצרי, ווייל מיר און אסאך פון די חבירים האט עס גאר שטארק געהאלפן.

וועלן זיי האבן עקסעס צו די פאבליק טשעט?

יא זיי גייען האבן עקסעס צו פאבליק טשעט.

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש ח' כסלו התשע"ט 13:47 #251806

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 264 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1136
  • האט שוין געלייקט: 1282 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1488 מאל

אבער ס׳נישט געפערליך.

יעדער קען באקומען עקסעס דערצו, מיטן זיך פארבינדן מיט די הנהלה. און נאך קומען תקנות 2-7 ווי דער מנהל האט פריער געשריבן.

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!!
לעצט פארראכטן: ח' כסלו התשע"ט 13:50 דורך נטע.

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש י' כסלו התשע"ט 15:11 #251820

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 587
  • האט שוין געלייקט: 1236 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1054 מאל

שכח הנהלת הדא פארן טוהן יותר מכפי יכלתכם פאר די הייליגקייט און זיכערהייט פון די חברים.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש י"א כסלו התשע"ט 13:19 #251888

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1015
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1380 מאל

היות אז איך (לוי) קוק דורך די טשעט, האב איך געפילט אז איך דארף מעורר זיין א נקודה'לע אדער צוויי.

ווען איינער עדט זיך אפ צו דיר איז נישט אייביג זיין כוונה אז ער וויל הערן עצות. רוב מאהל דארף ער בעיקר מיט געפיל. ובכן פאר דו געבסט עצות איז בעסער זיכער צו מאכן קודם אים צו ווייזן סימפאטיע, און דערנאך אים פרעגן אויב ער וויל הערן פידבעק, און ערשט דערנאך קענסטו מציע זיין עצות.

צווייטנס, די בעסטע וועג צו העלפן א מענטש איז אים צו זאגן אז ווען איך האב געהאט די זעלבער סיטואציא (און ארויס ברעגנן די פרטים פון מיין סיטואציע) האב איך געטוהן אזוי און אזוי. דאס ברענגט ארויס אז איך האב דאס אויכעט געהאט און דער וועג האט מיר געהאלפן.

דריטנס, אפילו אויב איך דארף יענעם זאגן אז ער זאל טוהן אזוי און אזוי, איז אלס בעסער עס צו זאגן באופן פון הצעה און נישט באופן פון דארפסט טוהן דאס און דאס. דהיינו ווען איך וועל זאגן פאר יענעם אז קען זיין דו וואלסט געוואלט לייגן א בעסערע פליטער, למשל, איז עס לייכטער מתקבל, ווי ווען איך זאג אים 'דו דארפסט לייגען א בעסערע פילטער'.

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש י"ח כסלו התשע"ט 17:32 #252071

  • לוי
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 40
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
שלום וברכה,

איך וויל נאך אמאהל מעורר זיין איבער דעם ענין. עס מאכט זיך טייל מאהל אז א חבר בעט דיר אז דו זאלסט זיך אויסטוישן אימעיל אדרעסן מיט אים. די סיבה פשוטה איז אלץ באקוועמליכקייט. דהיינו אין אימעיל איז מען מעהר דארט, און אויך גוגל ארבעט בעסער ווי אונזער סייט.

אבער איך מוז געדענקן אז די סיבה פארוואס איך בין דא איז ווייל איך האב א פראבלעם. עס קען אלץ זיין אז איך בין ברוך ה' היינט בעסער. אבער דע מאין באת. און ממילא קיינער ווייסט נישט ווען איך אדער א צווייטע וועט האבן א שוואכע מינוט. ממילא פאר דו געבסט דיין אימעיל, געדענק צו מאכן זיכער אז יענער איז באמת אין א גוטע צושטאנד. דערנאך מאך זיכער אז דו מאכסט שטארקע גדרים נישט חס ושלום יענעם אריינצושלעפן אין דיין שוואכע מינוטן, און אזוי אויך נישט צו ווערן מיטגעשלעפט ווערן מיט יענעםס שוואכע מינוט.

פון די אנדערע זייט איז אלץ בעסער און מעהר סעיף צו קאמיוניקירין אויף דעם סייט, אפילו עס איז נישט אזוי געשמאק ווי אין גוגל.

ועוד, עס איז וויכטיג פאר דיר און פאר די סעיפטי פון אנדערע צו ריפארטן צו מיר אדער איינער פון די הנהלה אויב עפעס איז פארגעגאנגן וואס איז נישט לטובה.

געדענק, דער פלאץ קען נישט מצליח זיין אהן די הילף פון יעדן איינעם. יעדער מוז זיך אפהיטן. קיינער איז נישט שולדיג. יעדער איז וואויל און פיין. יעדער דא האט א שווערע נסיון. אבער מען מוז מאכן דעם סייט סעיף.

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש י"ח כסלו התשע"ט 18:59 #252072

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 587
  • האט שוין געלייקט: 1236 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1054 מאל
לוי געשריבן on י"ח כסלו התשע"ט 17:32:

שכח פארן מעורר זיין, איך בין נישט נזהר געווען אין דעם, טאקע וויכטיג.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש ב' טבת התשע"ט 14:29 #252380

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 587
  • האט שוין געלייקט: 1236 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1054 מאל

איך זעה אז ס'זענען דא אזעלכע וואס ווען איך וויל טשעטן מיט זיי קומט ארויף די מעסעדזש אז איך קען נישט (This user is not yet verified for private chatting) אבער זיי קענען יא אנהייבן א פרייוועט טשעט מיט מיך.
מה הועילו חכמים בתקנתם?

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש ב' טבת התשע"ט 14:57 #252381

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 264 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1136
  • האט שוין געלייקט: 1282 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1488 מאל
די הנהלה ארבייט צו פארמאכן די לעכער
היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!!

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש ב' טבת התשע"ט 19:54 #252385

  • הייליגער
  • איצטיגע שטרעקע: 108 טעג
  • OFFLINE
  • פארבאטן
  • מעלדונגען: 11
  • האט שוין געלייקט: 3 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל
i am so happy

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש י"ח טבת התשע"ט 02:27 #252733

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1015
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1380 מאל

עס איז ליידער פארגעקומען עטליכע פעללער ווי עס האט נישט געטויגט די קשר צווישן חברים וואס האבן זיך געשריבן אין זייער גוגל הענגאויט, אדער טעקסטן. 

  1. מיר רעקאמענדירן נישט אויסצואוישן נומערן אדעראדער אימעיל נאר לאחרי בירור גמור ,אזויווי מיר האבן שוין געשריבן. 
  2. מיר בעטן איבער צו געבן אינצידענטן אויב חס וחלילה איינער האט אייך געטריגערט וכדומה. דאס איז אונזער לעבן.

ביטע איבער לייענען דעם אשכול.

יישר כח.

בתקווה להבנה 

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש י"ח טבת התשע"ט 02:32 #252735

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 264 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1136
  • האט שוין געלייקט: 1282 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1488 מאל

זייער פארשטעדנליך ליידער.
מיר דארפן געדענקען אז מיר זענען קראנק...

איך פרעג לומד פאר איך מאך א קשר מיט איינעם דא, וואס ער זאגטט דערצו.

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!!

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש י"ח טבת התשע"ט 09:40 #252737

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 587
  • האט שוין געלייקט: 1236 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1054 מאל

אזא ווייטאג, א איד קומט אהער זיך צו העלפן און ער טרעפט ס'פארקערטע. חכינו לעת מרפא והנה בעתה.
מ'דארף זייער וואטשן.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: פריוואטע צימער - פריואטער מעסעדזש י"ח טבת התשע"ט 14:36 #252743

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1015
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1380 מאל

מען איז חס ושלום קיינעם נישט דן. ווייל ווען איך בין אין עקטיוו עדיקשאן קען איך טוהן די זעלבע. אבער מיר מוזן זיין דא צוזאם צו זיך העלפן און מאכן זיכער אז מיר ברענגן קיינעם נישט אראפ.

ענטפער: פריוואטער צימער - פריוואטער מעסעדזש ו' 'אדר ב התשע"ט 17:22 #253824

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 264 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1136
  • האט שוין געלייקט: 1282 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1488 מאל

דער טשעט רום גייט דורך רענאוואציעס. סאו דערווייל איז עס אראפ גענומען געווארן. האפענטליך וועט עס זיין צוריק ווי אמשנעלסטן.

נטע׳לע בשם אונזער מנהל GYE Yiddish

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!!
לעצט פארראכטן: ו' 'אדר ב התשע"ט 17:23 דורך נטע.

ענטפער: פריוואטער צימער - פריוואטער מעסעדזש ו' 'אדר ב התשע"ט 20:30 #253828

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 587
  • האט שוין געלייקט: 1236 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1054 מאל
נטע געשריבן on ו' 'אדר ב התשע"ט 17:22:

דער טשעט רום גייט דורך רענאוואציעס. סאו דערווייל איז עס אראפ גענומען געווארן. האפענטליך וועט עס זיין צוריק ווי אמשנעלסטן.

נטע׳לע בשם אונזער מנהל GYE Yiddish

די גאנצע אונטערשטע Ribbon איז נישט דא, ס'פעלט די אפציע צוריקצוגיין צו די אויבן פון די פעידזש, אפשר קען מען דעיס יא צוריקלייגן?

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 0.88 סעקונדעס