ברוכים הבאים, גאסט

הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש
(0 באזוכער) 
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש 1294 באזוכער

הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש ד' כסלו התשע"ט 11:51 #251652

  • לוי
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 40
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

כאטש עס איז א ביסל פרי צו מודיע זיין אלע פרטים, ברענט אין מיר צו פארציילן אז עס פארעמט זיך א קאנפערענס קאל פון ריקאווערי און 12 סטעפס דורך הד"א.

איך ארבעט שוין אויף דעם א לענגערע צייט. די ארבעט נעמט אריין צו טרעפן די ריכטיגע מענטש וואס איז געפאסט פאר דעם. און דערנאך אים משכנע זיין אז ער זאל עס טוהן. דערנאך דארף ער באקומען רשות פון זיין ספאנסאר דאס צו טוהן. דערנאך דארף ער זיך דורך רעדן מיט אנדערע ווען און וויאזוי דאס צו טוהן, ועוד פרטים רבים.

איך האב אים געטראפן דעם מוצאי שבת און ער האט מיר געמאלדן אז ער פלאנט עס אהנצוהויבן בימים הקרובים.

די קאל גייט זיין שטארק אפגעהיטן, ווי מען וועט נאר אריינלאזן ערנסטע חברים פון די פארום. מיר פלאנען צו ארויסשיקן מעלדונג אין די עימעיל און עס פאוסטן אויף דעם סייט בימים הקרובים.

ובכן בקשתי שטוחה, אויב איר טראכט אז איר ווילט זיך משתתף זיין אין א חבורה ווי מען גייט באקומען עצות וחיזוק אויף ריקאווערי, צוזאמען מיט נקודות פון די 12 סטעפס, ביטע מיר שיקן א מודעה און מיר וועלן זיך פארבינדן מיט דיר.

אזוי אויך קענט איר דאס דיסקוסירן אין דעם טרעד.

מיר קוקן ארויס אז חפץ ה' בידינו יצליח להרבות פעלים לתורה, ולהרבות טהרה בישראל.

לוי
(הנקרא לומד)

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש ד' כסלו התשע"ט 15:41 #251660

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 331 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1261
  • האט שוין געלייקט: 1772 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1752 מאל

באמת א שכח!!!
שכרך הרבה מאוד!!!

פאר אסאך דא וועט עס אסאך העלפן.

איך אליינס ווייס נאכנישט ווי איך שטיי אויף דער וועלט.
איך וועל מיך דורך רעדן מיט לומד׳ל וואס צו טון.

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו nuta.gye@gmail.com

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש ד' כסלו התשע"ט 18:28 #251661

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 163 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 260
  • האט שוין געלייקט: 606 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 614 מאל

ש'כוח לומד פארן טוהן פאר אונז!!

[געטראכט א רמז, אז "לוי" איז מקיים דעם אשרי משכיל אל "דל", ווערט "לומד", דוק ותצחק]

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש ד' כסלו התשע"ט 19:41 #251666

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 636
  • האט שוין געלייקט: 1327 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1213 מאל

א גרויסן שכח.
ס'איבריגע העמערעדן אין פרייוועט

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש ה' כסלו התשע"ט 16:48 #251699

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 856 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1015
  • האט שוין געלייקט: 4318 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1385 מאל
 ידידי משה גייט אהנפירן די קאנפערענס קאל. משה האט אנגעהויבן זיין ריקאווערי אויף די ענגלישע סייט. נאכדעם וואס ער האט איינגעזעהן אז ער איז עדיקטעד צו לאסט והמסתעף, האט ער געזוכט ריקאווערי דורך די 12 סטעפס. בסייעתא דשמיא, איז משה ריין אין עסעי זינט ראש חודש חשון תשע"ד,  איין טאג אויף אמאהל .

די קאל איז געאייגנט פאר איינער וואסוואס האלט ער איז עדיקטעד צו לאסט און צו סעקס והמסתעף . אזוי אויך איז עס געווידמעט פאר איינע וואס טראכט אז עס קען זיין אז ער איז עדיקטעד צו לאסט והמסתעף . דאס אלס אויב ער האט פראבירט אנדערע אופנים און ער האט נישט געטראפן א סאלאשאן. 

די קאל זיין יעדעס זונטאג נאכט בערך 9 אזייגער .עס קען זיין אז לויט די פארלאנג וועט מען מאכן נאך א קאל דורכאויס די וואך.

משה גייט זיך רעגיסטרירן בעזרת השם,  האפענטליך היינט נאכט.

מיר האפן אז חפץ השם בידינו יצליח. 

עוד פרטים יבואו. האלט אייך געשפאנט.
לעצט פארראכטן: ה' כסלו התשע"ט 16:49 דורך לומד.

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש ה' כסלו התשע"ט 18:01 #251703

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 331 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1261
  • האט שוין געלייקט: 1772 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1752 מאל

מיר קוקן אלע ארויס אויף די פרטים. 
און מיר ווארטן צו באגריסן דעם נייעם מגי״ש הרב ר׳ משה שליט״א

נטע׳לע

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו nuta.gye@gmail.com

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש ה' כסלו התשע"ט 18:41 #251708

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 856 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1015
  • האט שוין געלייקט: 4318 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1385 מאל

ער איז נישט קיין הרב ר' משה שליט"א. ער איז פלעין משה. ער גייט נישט סובל זיין די אלע שטיקעס.

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש ה' כסלו התשע"ט 18:52 #251710

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 636
  • האט שוין געלייקט: 1327 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1213 מאל
לומד געשריבן on ה' כסלו התשע"ט 16:48:
די קאל איז געאייגנט פאר איינער וואסוואס האלט ער איז עדיקטעד צו לאסט און צו סעקס והמסתעף . אזוי אויך איז עס געווידמעט פאר איינע וואס טראכט אז עס קען זיין אז ער איז עדיקטעד צו לאסט והמסתעף . דאס אלס אויב ער האט פראבירט אנדערע אופנים און ער האט נישט געטראפן א סאלאשאן. 

וואס אלס דארף מען אלס האבן פראבירט צו קוואליפיצירן?

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש ה' כסלו התשע"ט 18:55 #251711

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 856 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1015
  • האט שוין געלייקט: 4318 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1385 מאל
ich vil zan ehrlich געשריבן on ה' כסלו התשע"ט 18:52:

לומד געשריבן on ה' כסלו התשע"ט 16:48:
די קאל איז געאייגנט פאר איינער וואסוואס האלט ער איז עדיקטעד צו לאסט און צו סעקס והמסתעף . אזוי אויך איז עס געווידמעט פאר איינע וואס טראכט אז עס קען זיין אז ער איז עדיקטעד צו לאסט והמסתעף . דאס אלס אויב ער האט פראבירט אנדערע אופנים און ער האט נישט געטראפן א סאלאשאן. 


וואס אלס דארף מען אלס האבן פראבירט צו קוואליפיצירן?


די נקודה איז די קאל איז נישט געמאכט פאר איינער וואס הייבט אהן און ער האט נאך נישט פראבירט.

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש ה' כסלו התשע"ט 21:48 #251729

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 49 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 386
  • האט שוין געלייקט: 204 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל
לומד געשריבן on ה' כסלו התשע"ט 18:41:

ער איז נישט קיין הרב ר' משה שליט"א. ער איז פלעין משה. ער גייט נישט סובל זיין די אלע שטיקעס.


ער איז אויך נישט משהלע האף איך , די משה'לע האב איך רעזאווירט פאר מיר............

משה'לע איז אזא נעבעך'ל ער קען זיך קוים אראפזעצן אויף א בענקל, ער קען נישט מאכן א טעלעפאן קאנפרענס........

משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש ו' כסלו התשע"ט 19:13 #251759

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 636
  • האט שוין געלייקט: 1327 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1213 מאל

ב"ה אז די בשורה איז שוין געקומען פון אויף א אנדערע פארום אז דער "מקנפרנס" איז שוין איינגעשריבן אין הדא. ס'זעהט אויס אז די זאך הייבט זיך אן רוקן. יה"ר שישרה שכינה במעשה ידיו.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש י"א כסלו התשע"ט 12:40 #251886

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 636
  • האט שוין געלייקט: 1327 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1213 מאל

נא.....???
וואס איז דעי שטילקייט וואס הערשט דא?
די פלאן איז אויס?
ר' לוי, ר' משה, קומטס אריין אפדעיטן.
איין זונטאג האמיר שוין דערלייגט.
די נעקסטע קען מען נאך ראטעווען.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש י"א כסלו התשע"ט 13:30 #251889

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 856 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1015
  • האט שוין געלייקט: 4318 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1385 מאל

מודעה נחוצה!!!!!!!!

יא עס גייט געשעהן!

עס גייט זיך אהנהייבן א אידישע 12 סטעפ קאל. די קאל גייט ווערן אהנגעפירט דורך משה וואס אויף אונזער פארום הייסט ער משה1.

משה איז ריין פאר איבער פינף יאהר, מיט א גוטע ריקאווערי. משה איז אין עס עי און פראקטיצירט די 12 סטעפס און גייט צו לייוו מיטינגס.

די קאל איז נישט קיין עס עי קאל און האט גארנישט מיט עס עי. די קאל גייט מען רעדן און טוהן אין די 12 סטעפס. עס גייט זיין בערך אזויווי די באקאנטע 'דוב'ס דעספאראדעס קאל', אויף ענגליש.

דאס גייט פארקומען יעדע זונטאג נאכט 8:45 ביז בערך 9:45 אויף די נוי יארקער זייגער. (עס קען זיין לויט די מבוקש וועט עס ווערן צוויי מאהל א וואך. אזוי אויך קען זיין לויט די פארלאנג פון די משתתפים וועט עס זיין אויף א אנדערע צייט).

דער ערשטע קאל וועט זיין זונטאג ח' טבת ולמספרם די 16טע פון דיצעמבער.

בכדי צו ווערן א טייל פון די קאל דארף מען שיקן א אימעיל צו משה דורך, moisheone@gmail.com

ובכן דיע אלע וואס פילן אז זיי זענען עדיקטעד און דארפן מעהר, און ווילן אביסל באקומען א שטיקל באגריף מיט א טועמיה פון די 12 סטעפס, זאלן זיך פארבינדן מיט משה.

מיר קוקן ארויס אויף די הצלחה פון דעם קאל, אז חפץ ה' בידינו יצליח להרבות טהרה בישראל.

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש י"א כסלו התשע"ט 13:54 #251890

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 636
  • האט שוין געלייקט: 1327 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1213 מאל

שכח פאר די אפדעיט

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש י"א כסלו התשע"ט 15:18 #251896

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 856 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1015
  • האט שוין געלייקט: 4318 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1385 מאל

אפיציעלע מעלדונג יעצט ארויס!!!
א נייע אידישע 12 סטעפ קאנפערענס קאל!


יעדער זונטאג נאכט 8:45 (מיום א' פרשת ויחי ח' טבת)

אויב ביסטו אונטרעסירט, ביטע זיך פארבינדען מיט 'משה' דורך moisheone@gmail.com

משה איז ריין אין SA פאר מעהר ווי פינף יאהר. ער וועט דורך גיין די 12 סטעפ פראגראם צוזאמען מיט די גרופע, און ער וועט ניצן זיין נסיון החיים, און עס איבערגעבן אין א אופן, אז דו וועסט עס קענען ניצן אויף דיין אייגענע וועג.

אויף דעם קאל וועט מען:


  • קענען פארזיעכרטעהייט ארויסברענגען אלע שאלות בנוגע עדיקשאן, 12 סטעפ פראגראם, פרייהייט פון זיין אן עבד כנעני צו דעם, און ריקאווערי, און עס איבערשמועסן אהן קיין בושה.
  •  אויסגעפונען אויב מען איז אן עדיקט אדער סתם א שלעכטע געוואונהייט וואס דארף א פארבעסערונג.
  • זיך פילן באקוועם צו זיך קוקן אין פנים אריין, און זעהן די גאנצע אמת וועגן זיך און וואס קען געטוהן ווערן וועגן דעם.
  • לערנען וואס מיינט אמת'ע פרייהייט פון די עבדות וואס די תאוה ברענגט אונז, און וויאזוי מען קען דאס באקומען.

עס איז א הזדמנות וואס איר ווילט נישט פארפעלן!

די נאמבער מיט די קאוד צו דעם קאל, וועט מען נאר געבן פאר דיע וואס וועלן ווערן געסקרינט דורך משה. דאס ערמעגליכט פאר יעדן צו האבן א סעיף פלאץ ווי מען קען זיין אפן און אמת'דיג מיט זיך און מיט אנדערע וואס מען ווייסט אז יעדער איז געווארן געסקרינט.

אויב ביסטו אינטרעסירט צו זיין א חלק פון דעם קאל, און דו ווילסט וויסן אויב עס איז פאר דיר, דעמאלס פארבינט זיך מיט 'משה' דיירעקט דורך moisheone@gmail.com.

מען קען זיך אויך פארבינדן מיט הנהלה דורך שיקן אן אימעיל צו די מנהל 'לוי' צו levygye@gmail.com.

מיר טוהן קלאהרשטעלן אז די קאנפערנס קאל פון משה האט נישט קיין שייכות מיט SA און איז נישט א טייל פון די פראגראם.

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש י"א כסלו התשע"ט 17:51 #251906

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 331 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1261
  • האט שוין געלייקט: 1772 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1752 מאל

באמת א ישר כח פאר אלעם וואס דו טוסט פאר אונז!!

נטע׳לע

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו nuta.gye@gmail.com

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש י"א כסלו התשע"ט 19:00 #251907

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 636
  • האט שוין געלייקט: 1327 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1213 מאל

שכח פארן אפדעיט.
איך קוק זייער ארויס.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש י"א כסלו התשע"ט 21:15 #251914

  • 5050
  • איצטיגע שטרעקע: 35 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 238
  • האט שוין געלייקט: 396 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

אאויב איך מעג פרעגין וואס איז דער חילוק פין צוועלף סטעפס צי SA Groups?

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש י"א כסלו התשע"ט 22:08 #251919

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 856 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1015
  • האט שוין געלייקט: 4318 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1385 מאל
5050 געשריבן on י"א כסלו התשע"ט 21:15:

אאויב איך מעג פרעגין וואס איז דער חילוק פין צוועלף סטעפס צי SA Groups?


 איינס דו מעגסט פרעגן . צוויי, 12 סטעפס איז א וועג פון ריקאווערי וואס עדיקטס באניצן שוין פאר איבער 80 יאהר. עס איז דא צענדליגע ריקאווערי גרופעס וואס גייען מיט דעם גאנג, כל אחד פאר זיין עדיקשאן, וכל אחד לויט די פארלאנג פון די גרופע. איינער פון די גרופעס איז SA.

די קאל האט נישט מיט עסעי. די קאל וויל אביסל אריינגיין אין די 12 סטעפס . 

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש י"ב כסלו התשע"ט 00:38 #251925

  • יוסף המלך
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 109
  • האט שוין געלייקט: 1943 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 168 מאל
לומד געשריבן on י"א כסלו התשע"ט 15:18:


  •  אויסגעפונען אויב מען איז אן עדיקט אדער סתם א שלעכטע געוואונהייט וואס דארף א פארבעסערונג.


נאר פארדעם אליינס...
יישר כח פאר דעם און פאר אלעס וואס דו טוסט להרבות טהרה בישראל!!

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש ח' טבת התשע"ט 17:20 #252514

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 331 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1261
  • האט שוין געלייקט: 1772 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1752 מאל

היינט נאכט 8:45 גייט זיין די ערשטע 12 סטעפ קאנפערענס קאל אין יודיש דורך משה.

אויב ווילסטו זיך איינשרייבן, אדער אויב ווילסטו וויסן מער פון דעם. ביטע זיך פארבינדן מיט אונזער מנהל דורך levygye@gmail.com אדער מיט משה דורך moisheone@gmail.com.

יעדער וואס וויל זיך באטייליגן וועט דארפן ווערן געסקרינט פארדעם פון משה.

מיר ווילן זיך באדאנקען פאר די הנהלה און פאר אונזער מנהל לומד/לוי וואס טוען מער וויפיל זיי קענען אונז צו העלפן.

אויב מאך איך נישט קיין טעות, איז עס דאס ערשטע מאל וואס איז דא א יודישע 12 סטעפ קאנפערענס קאל. ממילא דארף דאס ווערן באגריסט.

ס׳קען זיין אז דו ווילסט דאס נישט פארפאסן.

נטע׳לע בשם די הנהלה

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו nuta.gye@gmail.com

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש ח' טבת התשע"ט 21:35 #252520

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 179 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 360
  • האט שוין געלייקט: 525 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 782 מאל

איך האב געוואלט אריין אין די חבורה, נאר היות איך בין נישט געווען גרייט צו זאגן מיין נאמען פאר משה, נאר געוואלט דארט בלייבן אנונאמיסט, האט מען מיר נישט ערלויבט,

סאיז פארשטענדליך, נאר א שאד פאר מיר.

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש ח' טבת התשע"ט 21:37 #252521

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 331 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1261
  • האט שוין געלייקט: 1772 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1752 מאל
Hilega געשריבן on ח' טבת התשע"ט 21:35:

איך האב געוואלט אריין אין די חבורה, נאר היות איך בין נישט געווען גרייט צו זאגן מיין נאמען פאר משה, נאר געוואלט דארט בלייבן אנונאמיסט, האט מען מיר נישט ערלויבט,

סאיז פארשטענדליך, נאר א שאד פאר מיר.


טאקע א שאד.
איך האב מיט לייד מיט דיר

נטע׳לע

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו nuta.gye@gmail.com

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש ח' טבת התשע"ט 21:40 #252522

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 349
  • האט שוין געלייקט: 354 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 887 מאל
Hilega געשריבן on ח' טבת התשע"ט 21:35:

איך האב געוואלט אריין אין די חבורה, נאר היות איך בין נישט געווען גרייט צו זאגן מיין נאמען פאר משה, נאר געוואלט דארט בלייבן אנונאמיסט, האט מען מיר נישט ערלויבט,

סאיז פארשטענדליך, נאר א שאד פאר מיר.


איינס פין די בעסטע טאלס איז נישט צי זיין אנאנעמיס, דאנט געט מי ראנג, סאיז הישט קיין גרינגע זאך, אין מען רעט נישט זיך אויסטין די הויזן פאר גאנץ קהל, ווענטס זיך ווי די חמר שטייט איין

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש ח' טבת התשע"ט 21:41 #252524

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 331 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1261
  • האט שוין געלייקט: 1772 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1752 מאל

לומד האט לימיטעד עקסעס צו די אינטערנעט אין די נעקסטע טאג צוויי. האט ער מיר געבעטן צו זאגן, אז ס׳איז שוין יא דא אמאל געווען א יודישע פאון קאנפערענס.

ווי אויך האט ער מיר געזאגט, אז ס׳איז דא זייער א שטארקע נאכפראגע דערויף, מסתם אסאך וואס האבן זיך איינגעשריבן אין די לעצטע פאר טעג, איז משה נאכנישט אנגעקומען צו סקרינען, ממילא וועלן זיי קענען אנהייבן ערשט נעקסטע וואך.

נטע׳לע בשם די הנהלה

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו nuta.gye@gmail.com

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש ח' טבת התשע"ט 22:47 #252527

  • געטרייע יוד
  • איצטיגע שטרעקע: 385 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 62
  • האט שוין געלייקט: 21 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
Wow wow wow 
געווען געוואלדיג די ערשטע קאל שכוח אייבערשטער  שכוח משה !!
שכוח לוי שכוח הנהלה 

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש ח' טבת התשע"ט 23:09 #252528

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 331 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1261
  • האט שוין געלייקט: 1772 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1752 מאל
געטרייע יוד געשריבן on ח' טבת התשע"ט 22:47:
Wow wow wow 
געווען געוואלדיג די ערשטע קאל שכוח אייבערשטער  שכוח משה !!
שכוח לוי שכוח הנהלה 

שכח פארן מיט טיילן!

אפשר פארציילסטו אונז מער?

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו nuta.gye@gmail.com

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש ט' טבת התשע"ט 01:19 #252533

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 636
  • האט שוין געלייקט: 1327 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1213 מאל

איך פארשטיי נישט, קודם שרייבט נטע אז ס'גייט זיך הערשט אנהייבן נעקסטע וואך, און נאכדעם קומט געטרייע איד אריין מלא התרגשות פון די קאל, היאך יתקיימו שניהם?

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש ט' טבת התשע"ט 01:36 #252535

  • געטרייע יוד
  • איצטיגע שטרעקע: 385 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 62
  • האט שוין געלייקט: 21 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
ich vil zan ehrlich געשריבן on ט' טבת התשע"ט 01:19:

איך פארשטיי נישט, קודם שרייבט נטע אז ס'גייט זיך הערשט אנהייבן נעקסטע וואך, און נאכדעם קומט געטרייע איד אריין מלא התרגשות פון די קאל, היאך יתקיימו שניהם?


ליין איבער

ענטפער: הד"א מאכט א 12 סטעפ קאנפערענס אין אידיש ט' טבת התשע"ט 02:05 #252536

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 636
  • האט שוין געלייקט: 1327 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1213 מאל
געטרייע יוד געשריבן on ט' טבת התשע"ט 01:36:

ich vil zan ehrlich געשריבן on ט' טבת התשע"ט 01:19:

איך פארשטיי נישט, קודם שרייבט נטע אז ס'גייט זיך הערשט אנהייבן נעקסטע וואך, און נאכדעם קומט געטרייע איד אריין מלא התרגשות פון די קאל, היאך יתקיימו שניהם?


ליין איבער


פארשטאנען

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 0.88 סעקונדעס