גיט מארגן טייערע חברים, איך וויל דא שרייבן א שטיקל פונעם הייליגען דברי שמואל פרשת מצורע
זיסע ווערטער וואס רעדן אזוי שטארק צו מיין טייערע נשמה.
זאת תהיה תורת המצורע ביום טהרתו, זאת היא התורה המיוחדת למצורע שיהיה אצלו יום טהרתו עיקר לבל יביט יותר מדי על העבר, ויעמיק מחשבתו במעשיו הרעים ח"ו, ובל יהגה מחשבות מה יהיה אתו בעתיד,
אלא ישית נכחו את יום טהרתו בלבד, עתה נתנה לי התורה הקדושה רשות ללמוד להתפלל לעשות נח"ר לפני הקב"ה זהו חיי,
זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו,
אין עלי לשקוע בחשבונות מן העבר והעתיד אשר יעכבונו מעבודתו יתברך העיקר הוא ביום טהרתו
וואס וויל איך ארויסברענגען?
לאחרונה האב איך געהאט א ביטערע נפילה נאך אזאליכע געהויבנע טעג, איך בין געפלויגען אין די ליפטען זיך געשפירט אזוי גיט, אזאנע הרגשות וואס איך האב נאך נישט געהאט אין מיין לעבן, מיינע חברים האבן מיר אנגעקוקט וואס איז מיט דיר געשעהן, איך האב געדאווענט אנדערש, געלערנט אנדערש, מיין ווייב שטייט אין די זייט צוקוקענדיג נישט וויסנדיג וואס דא גייט פאהר, מיין גאנצע לעבן האט זיך געטוישט ספיריטשוע"ל, אין פלוצלינג OUT OF THE BLUE האט די ערעפלאן געקראכט אין צופיצלט אויפ קליינע שטיקער, איך האב זיך אונטערגעבראכן אין די גאנצע בנין איז מיר געפאלען אויפן קאפ, סהאט מיר גענומען אפאר שעה, איך בין געוועהן צורידערט,
מה עשה הקב"ה ער האט מיר מזמין געוועהן דעם שטיקל דברי שמואל אין סהאט מיר אדורכגעלעכרט מיין הארץ, אוי וואס פאר א זיסע באשעפער מיר האבן, עתה נתנה לי התורה הקדושה רשות ללמוד להתפלל לעשות נח"ר לפני הקב"ה זהו חיי,
זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו,
אנשטאט זאגן, רבי יוד סגייט נישט אזוי איך האב מוראדיגע טענות קעגן דיר, סקען נישט ווייטער אנגיין , קודם לאמיר זיך מפשר זיין, לאמיר זיך אויסקומען,די קענסט נישט טוען וואס די ווילסט אין זיך מאכן כאילו לא היה, די האסט מיר אזוי מבזה געוועהן, די ווייסט וואס דיין פגם האט אויפגעטוען, די ווייסט וויפיהל עולמות די האסט חרוב געמאכט
ניין סאיז נישט ריכטיג אין פונקט פארקערט די זיסע באשעפער בעהט זיך ביי מיר שטיי אויפ אין גיי ווייטער, וואס די האסט יעצט אפגעטוען גייט מען זיך בארעכענען א צווייטע מאל, קודם די רגע מאך מיר א נח"ר, איך וויל דיין טובה יעצט, פאל נישט ווייטער, די יעצטיגע רגע האט גארנישט מיט פריער, איך ווארט אין בעהט דיר, שטארק זיך יעצט, די באשעפער שטיפט קיינעם נישט אוועק נאר פארקערט ער בעהט זיך ביי מיר ברחמים געב מיר א נח"ר עכ"פ די רגע,
אוי אשרי העם שככה לו אשרי העם שהשם אלוקיו