ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט 13755 באזוכער

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט י"ז כסלו התשע"ח 09:01 #246785

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 129 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 359
  • האט שוין געלייקט: 525 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 765 מאל

סאיז דא מענטשען וואס היות זיי זענען דורך געפאלן. זענען זיי צובראכען. אין כמה פעמים טראכטען זיי אפילו ווען זיי הערן חיזוק. ווי לדוגמא א רעדנער זאגט נישט קיין חילוק ווי ווייט מאיז פארקראכען די באשעפער האט דיך נאך אלץ ליעב.

טראכט מען אזוי.

יענער ווייסט נישט וואס מיינט זינדיגען. ביי אים צו יענער מיינט זינדיגען אויב מקיקט אביסעל ארום. אדער מיינט זזינדיגען. ליגענט לשון הרע. אין דער רעדנער מאכט זיך נאך אזוי הייליג. אז דער וואס דארף מקבל זיין. קען נישט עפעס אנדערש טראכטען נאר אז איינער וואס איז א קדוש מרחם שטייט אין רעד. אין רילעדט נישט מיט מיינע פראבלעמען. וואס איז ווייט ווייט פין יענעמ'ס השגות. אין וויסטעו חלום. חלמ'ט נישט יענער. ווי ווייט איך בין.

מקען אויך טראכטען אוודאי איזחשוב יעדע קליינע עבודה אבער סאיז נאך אלץ נישט. סקימט נישט צוצו. צו די ריינע נשמות. איידעלע יונגעלייט וואס זענען קליען. קיינמאל נישט פוגם געווען

אדער טראכט מען יא. איך פארשטיי יענער זאגט אזוי כדאי צו מקרב זיין. אזוי רעד מען צו אדורך געפאלענעם! זארג נישט די טו נאר אביסעל. די ביסט אזוי חשוב אויבען. כו.

אבער באמת לאמיתו בין איך טיף טייער. קוים וואס איך באלאנג צו די עדה קדושה. אמת איך האב א חלק אלוקי ממעל. אבער אזוי פין די שאלאכץ. מהיכי תיתי.

אדער מיז זיין אז איך בין קראנק. פשוט נישט געזינט. ווייל אויב בין איך געזינט מיינט עס איך בין א פלענע בעל תאוה. נישט ח''ו אז עס נישט אמת. קען טאקע זיין אז מאיז קראנק. איך מיין די געדאנק. אז אויב בין איך געזינט בין איך א פלענע רשע.

סאו איך גיי נישט ארייןוואס דער אמת איז. צו די רעדנער איז טאקע אזוי הייליג. אין צו איינער וואס איז נישט אנגעקימען אזוי ווייט ווי איך איז אגרעסערע צדיק וכו'

איך וויל נאר נאך ברענגען א מורידיגע ווארט פון שם משמואל.

ער שרייבט דארט אויףוואס די קאצקער רבי האט געזאגט. אז דאס אין דאס קען נאר שפירען איינער וואס האט קיינמאל חוטא געווען. 

זאגט די שם משמואל איינער וואס איז זיך מקבל. איז פונקט ווי קיינמאל חוטא געווען.

שם משמואל איז א למדן. סאו ער שרייבט א פשוטע חשבון.

אויב א גר וואס קימט פון א טיפה שלא בקדושה. ווען ער איז זיך מגייר. איז ער כקטן שנולד. להלכה. ער וואלט געמעגט חתונה האבען מיט זיין שוועסטער מה''ת.

סאו א מענטש וואס קימט פין א טיפה קדושה. ס''ה איז נפרד געווארן פין אים טיפות שלא בקדושה. ווען ער איז זיך מקבל פין היינט אין ווייטער. ווי א גר. איז ער דאך זיכער. כקטן שנולד.

איך מיין עס איז א געוואלדיגע ווארט. א קבלה א טבילה. א פרישע מענטש. 

די סברא איז שטארק.

א סברא איז א דאורייתא.

אבא תחדש לי לגמרי.

תדליק לי את הנשמה.

מה שהיה היה.

העיקר להתחיל מהתחלה.

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט י"ז כסלו התשע"ח 18:37 #246798

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 624
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל
מורדיגע ווערטער פון שם משמואל
איך זעה אז דיין נאמען איז דאקע "הייליג" ווייל או יעדע מצב איז מען הייליג נישט גיין חיליק און וואס פאר א מצב מען שטייט
(אויב קענסטו לייגן פונקליך די מראה מקום און ספר שם משמואל וואלט איך עס געוואלט זעהן אינווייניג)

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט י"ז כסלו התשע"ח 18:43 #246799

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 129 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 359
  • האט שוין געלייקט: 525 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 765 מאל

פריינד. איך וועל דיר זאגען. פונקט געפנט שבת א שם משמואל. איך מיין פרשת תצוה. אדער דף תכא. אדער שכא. אויף א ע''א. כמעט זיכער.

אויף יעדע פאל אויב די טרעפסט עס. זאג מיר צו איך האב עס גוט אפגעלערנט.

לענ''ד זאגט ער וואס איך האב געשריבען.

אין די ווארט איז געוואלדיג. נאו דינגעביל.

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט י"ז כסלו התשע"ח 18:48 #246800

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 624
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל
Hilega געשריבן on י"ז כסלו התשע"ח 18:43:

פריינד. איך וועל דיר זאגען. פונקט געפנט שבת א שם משמואל. איך מיין פרשת תצוה. אדער דף תכא. אדער שכא. אויף א ע''א. כמעט זיכער.
אויף יעדע פאל אויב די טרעפסט עס. זאג מיר צו איך האב עס גוט אפגעלערנט.
לענ''ד זאגט ער וואס איך האב געשריבען.
אין די ווארט איז געוואלדיג. נאו דינגעביל.

די ווארט איז געוואלדיג
לאמיר זאגן אז ער זאגט עס נישט איז אויך נישט גפערליך
איך וועל עס נאך זאגן בשם דיר

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט י"ז כסלו התשע"ח 18:52 #246801

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 129 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 359
  • האט שוין געלייקט: 525 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 765 מאל

כהאב געזען שטיין א טייער ווארט פינעם הייליגען יוד....!...

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט י"ז כסלו התשע"ח 18:56 #246802

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 624
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל
Hilega געשריבן on י"ז כסלו התשע"ח 18:52:

כהאב געזען שטיין א טייער ווארט פינעם הייליגען יוד....!...

אה, האסט נאך אייגענע טייערע ווערטער 
איך בון גרייט צו הערן
(איך קען א יוד וואס לייגט זיך נישט שלאפן פאר ער איז עפעס מחדש יענע טאג)

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט י"ז כסלו התשע"ח 19:03 #246803

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1201 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 878 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 716 מאל
הייליגע, אוי זאגסטו גוט.

און וויפיל מאל שטייט דער רעדנער און רעדט אזוי, נאר דערפאר ווייל ער וויל זיך אליינס מחזק זיין, וויסנדיג ווי גוט און ווי טיעף ער איז נעכטן דורכגעפאלן, און ער האפט אז דורך זאגן פאר אנדערע, דורך עס האקן אין קאפ פאר אנדערע, וועט עפעס אריינגיין ביי אים אויך.

וויפיל אזעלכע מענטשן רעדן, נאר ווייל זיי אליינס קענען זיך נישט טרעפן און זיי רעדן נעבעך פון פארלוירנקייט (פרעגט מיך נישט פון ווי איך ווייס...) און פון נישט קענען טרעפן א וועג ארויס, אבער טיעף אינעווייניג ווילן זיי גלייבן אז דער באשעפער האט זיי ליב, אנדערש גייען זיי זיך שוין נעמען דאס לעבן. און דערפאר רעדן זיי אזוי.

אלזא, עס קען זייער מעגליך זיין אז דער דרשן שטייט ערגער פון דיר (איי, וואס מיינט ערגער???).

והאידנא וויל איך זאגן נאך עפעס. א וויכטיגע נקודה, וואס האט מיר געדויערט אסאך יארן מפנים צו זיין, צו אינטערנעלייזן און אנהייבן צו לעבן דערמיט. מיר זענען געוואוינט צו זעהן זאכן אזוי ווי זיי זעען אונז אויס פון דרויסן. עס איז זייער שווער פאר אונז צו זעהן א זאך און גלייבן אז עס איז עפעס אנדערש. פונקט ווי עס וועט זיין שווער פאר א מענטש פון דריי הונדערט יאר צוריק צו גלייבן אז מיט א סעלפאון קען מען פאקטיש רעדן מיט א מענטש צום אנדערן עק וועלט, כאטש עס איז א פאקט.

דאס זעלבע איז נוגע פאר אונז. עס איז שווער פאר אונז זיך אנצוקוקן און זעהן דעם שלעכטס מיט דעם גוטס אויף איין מאל, זיי ביידע מעריך זיין פאר וואס זיי זענען באמת, און אין די זעלבע צייט נישט ווערן אפעקטירט פון דעם ארום און ארום.

אין אונזער וועלט איז סעקשועל אישוס לגמרי נישט מקובל. ווער רעדט נאך ווען עס גייט אביסל ווייטער, וואטשן פארנאגראפיע, און אויב איז מען שוין אנגעקומען צו ווייטערס פון דעם איז דאך אפגערעדט. אונזער ציבור האט פארשידענע ווערטער וויאזוי מען רופט דאס אן, תועבה, מנוול, חזיר, טינוף, נואף, וגו' וכו'. און מיר קויפן דאס אלעס אפ פאר גוט געלט, (בשעת מיר פארגעסן זייער אפט אז דער זעלבער וואס זאגט דאס מיט אזא פאטאס, איז גאר אפט אליינס געשלאגן מיט דעם) און מיר זאגן עס שוין פאר זיך אליינס פיל בעסער און שטערקער ווי די אנדערע קענען.

אבער מיר לעבן אין אונזער קליינעם וועלטל, און מיר זעען נישט וואס טוט זיך אויבן, א וועלט וועלכע איז אפגעריקט פון אונז, נישט דריי הונדערט יאר, נאר טויזענטער יארן. מיר האבן נישט קיין מושג און מיר הייבן נישט אן פארשטיין וויאזוי מען קוקט דארט אן זאכן.

ווי איך האב שוין געשריבן, קען מעגליך זיין אז פאר דעם גרויסן מתמיד און ת"ח וועלכער זיצט און לערנט יומם ולילה און לערנט צענדליגער בלעטער א טאג גמרא תוס' מיט מפרשים, ראשונים ואחרונים, שו"ע מיט די נושאי כלים און טראסקעט אריין אין לערנען אן אויפהער, קען עס זייער מעגליך זיין אז דער מענטש פירט בכלל נישט אויס זיין תפקיד אויף דער וועלט. צו ווייל לפי זיינע כשרונות דארף ער טוהן פיל מער, צו ווייל ער ארבעט נישט אויף זיינע מידות צו פאר אנדערע סיבות. אבער עס קען מעגליך זיין אזא מציאות. אז פאר מיר קוקט אויס אז דער מענטש איז פון די גדולי הדור און איך בין אים מקנא, בשעת ווען דער מענטש קומט אינגאנצן נישט אן צו זיין תכלית אויף וועלכען ער איז באשאפן געווארן.

ווידער, אזעלכע מענטשן ווי אונז, וואס יא, טייל פון אונז זענען גאר גאר שטארק געפאלן אין עניני סעקס און מיר קוקן זיך אליינס אן ווי די גרעסטע דורכפעלער, נאטורליך, ספעציעל ווען מיר פרובירן זיך צוצושטעלן צו געוויסע אנדערע מענטשן וואס מיר (רעדן זיך איין אז מיר) קענען זיי. אבער ביי אונז איז געווענדליך דאס "דער" ענין אויף וואס מיר זענען דא. עס איז נישט אונזער דזשאב צו לערנען און דאווענען און האלטן דרשות אזוי גוט און אזוי סאך ווי יענער. אונזער דזשאב איז עפעס אנדערש.

דאס איז אזוי ווי א גרופע פון ארבייטער וועלכע מען האט געדונגען איבערצובויען א חרוב'ע געביידע. דער עלעקטרישאן ארבעט א גאנצע וואך, ער האט קוים מצליח געווען ארויסצונעמען אביסל פון די אלטע, חרוב'ע לעקטער און ער קלערט נאך נישט אפילו פון אריינלייגן נייע. נאך א וואך, קוקט ער זיך אן. וואס האב איך אויפגעטאן. ער קוקט אויף דעם פעינטער און דעם פענסטער לייגער, זייער ארבעט זעהט זיך אן, יעדער באמערקט, יעדער רעדט דערפון: "אה, מ'זעהט ווי דער בנין ווערט איבערגעבויעט און ווערט ניי". אבער פון זיין שווערע ארבעט אונטן אין קעלער ביי דעם פיוז באקס. קיינער באמערקט נישט, קיינער ווייסט נישט, און אוודאי אז קיינער רעדט נישט דערפון.

אבער אויב די אלע פעינטערס, פענסטער לייגערס וכדו', וועלן ענדיגן זייער ארבעט און מען וועט מאכן א גרויסער חנוכת הבית און עס וועט נישט זיין קיין עלעקטריק אין דעם בילדינג, וועט זיין חוזק מחוזק.

אט דאס איז אונזער מצב. קיינער ווייסט נישט וועמענס ארבעט איז חשוב'ער. זאל דער דרשן דרש'ענען וויפיל ער וויל און זאגן וואס ער וויל, אבער איך דארף וויסן ביי מיר אז איך בין חשוב און באליבט ביים באשעפער. כאטש איך האב געטון כזאת וכזאת. און נישט אז מיר מאכן אוועק דעם כזאת וכזאת. ניין. אפילו אויב איך פארשטיי ביי מיר אז איך בין קראנק, מאך איך אויך נישט אוועק דעם כזאת וכזאת. קראנקע מענטשן, כאטש זיי זענען אפשר נישט שולדיג אין זייער קרענק, שטארבן אויב זיי נעמען נישט קער דערפון. און אויב זיי אנערקענען נישט ווי הארב זייער מחלה איז, וועלן זיי קיינמאל נישט קער נעמען דערפון.

דערפאר דארף איך קענען מאכן א דעם דקות'דיגן חילוק. ווען דער רעדנער זאגט און איך טראכט ביי מיר: ווען ער זאל ווען וויסן... דארף איך טאקע וויסן, יא, (ווען יענער זאל ווען וויסן וואלט געווען ביטער ווייל יענער פארשטייט נישט, אבער) איך פארשטיי טאקע אז איך בין טיעף געפאלן, און עס איז זייער ביטער, און עס ליגט אויף מיר, עס איז מיין אחריות צו טון וואס אימער איך קען אויף זיך צו היילן, און אזוי לאנג ווי איך וועל זוכן און נישט אויפהערן צו זוכן, אפילו אויב איך בלייב אמאל סטאק אינמיטן זוכן, בין איך אקעי, טוה איך מיין תפקיד.

און יא, דער באשעפער האט מיך ליב. מיט מיינע פראבלעמען אינאיינעם. ער האט זיי מיר געגעבן אז איך זאל ארבעטן אויף דעם, און ער ווייסט אז עס געשעהט נישט אין איין מינוט. ער האט מיך ליב און איך קען גארנישט טון צו דעם. (דאס מיינט נישט אז עס איז נישט דא קיין שכר ועונש חלילה, אבער ליב האט ער מיך פיל מער ווי איך קען משיג זיין.)

אקעי, איך האב זיך אביסל צו צופירט די פינגער. יישר כח פארן לאזן דרש'ענען (כ'מיין, טייפן).

האט אלע הצלחה אין אייערע אינדיווידועלע רייזעס, וגם אני הק' בתוכם.

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט י"ז כסלו התשע"ח 19:07 #246804

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 624
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל
גבאי געשריבן on י"ז כסלו התשע"ח 19:03:

חשובע גבאי
איר וועט מיזן ווארטן אפאר טעג ביז איך וועל ענדיגען אדורך ליינען וואס די שרייבסט, 

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט י"ז כסלו התשע"ח 19:12 #246805

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 129 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 359
  • האט שוין געלייקט: 525 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 765 מאל

פריינד מקען עס ליינען אין פינעף מינוט.

אבער עס איז דאך ווערט איבער צו ליינען אפאר טעג

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט י"ח כסלו התשע"ח 11:17 #246815

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 624
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל
גבאי געשריבן on י"ז כסלו התשע"ח 19:03:
"גבאי" post=246803 date=1512514996 catid=7
ווי איך האב שוין געשריבן, קען מעגליך זיין אז פאר דעם גרויסן מתמיד און ת"ח וועלכער זיצט און לערנט יומם ולילה און לערנט צענדליגער בלעטער א טאג גמרא תוס' מיט מפרשים, ראשונים ואחרונים, שו"ע מיט די נושאי כלים און טראסקעט אריין אין לערנען אן אויפהער, קען עס זייער מעגליך זיין אז דער מענטש פירט בכלל נישט אויס זיין תפקיד אויף דער וועלט. צו ווייל לפי זיינע כשרונות דארף ער טוהן פיל מער, צו ווייל ער ארבעט נישט אויף זיינע מידות צו פאר אנדערע סיבות. אבער עס קען מעגליך זיין אזא מציאות. אז פאר מיר קוקט אויס אז דער מענטש איז פון די גדולי הדור און איך בין אים מקנא, בשעת ווען דער מענטש קומט אינגאנצן נישט אן צו זיין תכלית אויף וועלכען ער איז באשאפן געווארן.

ווידער, אזעלכע מענטשן ווי אונז, וואס יא, טייל פון אונז זענען גאר גאר שטארק געפאלן אין עניני סעקס און מיר קוקן זיך אליינס אן ווי די גרעסטע דורכפעלער, נאטורליך, ספעציעל ווען מיר פרובירן זיך צוצושטעלן צו געוויסע אנדערע מענטשן וואס מיר (רעדן זיך איין אז מיר) קענען זיי. אבער ביי אונז איז געווענדליך דאס "דער" ענין אויף וואס מיר זענען דא. עס איז נישט אונזער דזשאב צו לערנען און דאווענען און האלטן דרשות אזוי גוט און אזוי סאך ווי יענער. אונזער דזשאב איז עפעס אנדערש.

דאס איז אזוי ווי א גרופע פון ארבייטער וועלכע מען האט געדונגען איבערצובויען א חרוב'ע געביידע. דער עלעקטרישאן ארבעט א גאנצע וואך, ער האט קוים מצליח געווען ארויסצונעמען אביסל פון די אלטע, חרוב'ע לעקטער און ער קלערט נאך נישט אפילו פון אריינלייגן נייע. נאך א וואך, קוקט ער זיך אן. וואס האב איך אויפגעטאן. ער קוקט אויף דעם פעינטער און דעם פענסטער לייגער, זייער ארבעט זעהט זיך אן, יעדער באמערקט, יעדער רעדט דערפון: "אה, מ'זעהט ווי דער בנין ווערט איבערגעבויעט און ווערט ניי". אבער פון זיין שווערע ארבעט אונטן אין קעלער ביי דעם פיוז באקס. קיינער באמערקט נישט, קיינער ווייסט נישט, און אוודאי אז קיינער רעדט נישט דערפון.

אבער אויב די אלע פעינטערס, פענסטער לייגערס וכדו', וועלן ענדיגן זייער ארבעט און מען וועט מאכן א גרויסער חנוכת הבית און עס וועט נישט זיין קיין עלעקטריק אין דעם בילדינג, וועט זיין חוזק מחוזק.

אט דאס איז אונזער מצב. קיינער ווייסט נישט וועמענס ארבעט איז חשוב'ער. זאל דער דרשן דרש'ענען וויפיל ער וויל און זאגן וואס ער וויל, אבער איך דארף וויסן ביי מיר אז איך בין חשוב און באליבט ביים באשעפער. כאטש איך האב געטון כזאת וכזאת. און נישט אז מיר מאכן אוועק דעם כזאת וכזאת. ניין. אפילו אויב איך פארשטיי ביי מיר אז איך בין קראנק, מאך איך אויך נישט אוועק דעם כזאת וכזאת. קראנקע מענטשן, כאטש זיי זענען אפשר נישט שולדיג אין זייער קרענק, שטארבן אויב זיי נעמען נישט קער דערפון. און אויב זיי אנערקענען נישט ווי הארב זייער מחלה איז, וועלן זיי קיינמאל נישט קער נעמען דערפון.

דערפאר דארף איך קענען מאכן א דעם דקות'דיגן חילוק. ווען דער רעדנער זאגט און איך טראכט ביי מיר: ווען ער זאל ווען וויסן... דארף איך טאקע וויסן, יא, (ווען יענער זאל ווען וויסן וואלט געווען ביטער ווייל יענער פארשטייט נישט, אבער) איך פארשטיי טאקע אז איך בין טיעף געפאלן, און עס איז זייער ביטער, און עס ליגט אויף מיר, עס איז מיין אחריות צו טון וואס אימער איך קען אויף זיך צו היילן, און אזוי לאנג ווי איך וועל זוכן און נישט אויפהערן צו זוכן, אפילו אויב איך בלייב אמאל סטאק אינמיטן זוכן, בין איך אקעי, טוה איך מיין תפקיד.

און יא, דער באשעפער האט מיך ליב. מיט מיינע פראבלעמען אינאיינעם. ער האט זיי מיר געגעבן אז איך זאל ארבעטן אויף דעם, און ער ווייסט אז עס געשעהט נישט אין איין מינוט. ער האט מיך ליב און איך קען גארנישט טון צו דעם. (דאס מיינט נישט אז עס איז נישט דא קיין שכר ועונש חלילה, אבער ליב האט ער מיך פיל מער ווי איך קען משיג זיין.)

אקעי, איך האב זיך אביסל צו צופירט די פינגער. יישר כח פארן לאזן דרש'ענען (כ'מיין, טייפן).

האט אלע הצלחה אין אייערע אינדיווידועלע רייזעס, וגם אני הק' בתוכם.

איך מיין אז איר זענט אביסל פארפארן פון וואס הייליג האט געזאגט
איר זענט אריין געגיינגען אונגאנצן און א אנדערע נושא ווער עס איז חשובער,
א יוד וואס האלט דרשות אדער א יוד וואס לערנט תורה,
אדער איינער וואס איז פארנימען מיט זיך ברעכען זיינע תאוות,
און די זאגסט אז די וואס ברעכען זיך זייער תאוות זענען נאך אסאך חשובער
1  די נושא דא איז נישט ווער עס איז חשובער 
2  א יעדע יוד איז מחיוב צו לערנען (און אויך זיך ברעכען) נישט גיין חיליק און וועלעכע מצב ער שטייט,

(עס איז פורצאפאל לעצטענס אנגעהויבן ארויס צוקימען הערליכע גליונות וואס הייסט קביעת עתים לתורה פארן בעל הבית) מן הסתם האט עס שוין יעדער געזען אויב נישט קען מען מיר מודיע זיין און איך וועל עס אטעטשין)

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט י"ח כסלו התשע"ח 11:41 #246816

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 129 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 359
  • האט שוין געלייקט: 525 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 765 מאל

טייערער פריינד. קיק איבער די גבאי'ס ווערטער וועסטו זעהן ווי ער פאנגט אן א נייע זאך.

עיין ד''ה והאידנא.

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט י"ח כסלו התשע"ח 17:34 #246821

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1201 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 878 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 716 מאל

יישר כח הייליגע
און קוק טאקע איבער פריינד, ביידע, סיי וואס הייליגע האט געשריבן און סיי וואס איך האב מגיב געווען. הייליגע האט אנגעהויבן מיט דעם וואס מען פילט זיך געפאלן ווען יענער רעדט מיט פאטאס, און מען טראכט, אוי, ווען ער וואלט נאר געוואוסט, און וואס יענער רעדט איז זיכער נישט נוגע פאר מיר.

אויף דעם האב איך זיך באצויגן. אוודאי איז יעדער איד מחויב אין קביעות עתים לתורה, דאס איז נישט דער נושא דא. אבער עס קען זייער מעגליך זיין אז דו ביסט חשוב'ער פון יענעם רעדנער (און איך האב אפילו מסביר געווען פארוואס), און ממילא זאלסטו זיך נישט פילן געפאלן. דיין ארבעט וואס דו טוסט איז זייער חשוב, אפילו עס קוקט נישט אויס אזוי אין די אויגן פון "די גאס".

און איך האב אויך אריינגעווארפן אז מיר טארן נישט ווערן צו שטארק פארכאפט אין דעם מחשבה אויך נישט, ווייל דעמאלס קענען מיר זיך אפקיהלן פון טון וואס מיר דארפט. אנשטאט דארפן מיר קענען ארבעטן מיט זיך אליינס. אנערקענען אז וואס מיר האבן געטון איז נישט גוט, פארשטיין אז מיר האבן נישט קיין גראדע קאנטראל איבער דעם און דעריבער טארן מיר נישט אויפגעבן פון זוכן וואס מיר קענען טוהן. און ווען מיר טוען עס, זענען מיר עוסק אין עבודת ה' אויף א גאר הויכן מדריגה.

איך האף איך האב עס אביסל בעסער מסביר געווען.

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט י"ט כסלו התשע"ח 12:54 #246834

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 624
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

יעדע פאסירונג אין היסטאריע איז א צוגרייטונג פארן ציקונפט אין צוגאב צו די פאסירונג זעלבסט!
די מעשה פון יוסף הצדיק איז געווען א צוגרייטונג פאר כלל ישראל א זכות קיום אין גלות מצריים אין צוגאב צו די חשיבת און הצלחה פון די מעשה פאר זוך. 

(הרב הצדיק ר' אביגדור מילער זצ"ל)
גענימען פון די אלטע אימעל'ס

לעצט פארראכטן: י"ט כסלו התשע"ח 12:55 דורך friend.

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט י"ט כסלו התשע"ח 17:20 #246846

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1201 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 878 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 716 מאל
friend געשריבן on י"ט כסלו התשע"ח 12:54:

יעדע פאסירונג אין היסטאריע איז א צוגרייטונג פארן ציקונפט אין צוגאב צו די פאסירונג זעלבסט!
די מעשה פון יוסף הצדיק איז געווען א צוגרייטונג פאר כלל ישראל א זכות קיום אין גלות מצריים אין צוגאב צו די חשיבת און הצלחה פון די מעשה פאר זוך. 

(הרב הצדיק ר' אביגדור מילער זצ"ל)
גענימען פון די אלטע אימעל'ס

און דערפאר איז וויכטיג עס צו האלטן אלעמאל אין קאפ, אז ווען איך האב א נסיון, און איך שפיר ווי איך קען נישט און איך מוז נאכגעבן, זאל מען זיך דערמאנען פון דעם און טראכטן: "וואס עס קומט יעצט פאר דא ביי מיר איז א צוגרייטונג פאר ווייטער, פאר די דורות הבאים און אפשר גאר פאר גאנץ כלל ישראל און די גאנצע וועלט".

וויפיל כח קען איך שעפן פון דעם אליינס?

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט כ"א כסלו התשע"ח 22:26 #246898

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 624
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

בני חיי ומזוני לאו בזכותי תליא אלא במזלא
במזלא גימטריה יסוד

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט כ"ב כסלו התשע"ח 17:04 #246927

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 618
  • האט שוין געלייקט: 640 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
ויוסף הוא המשביר. 
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט כ"ג כסלו התשע"ח 18:45 #246966

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 624
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל
ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט
איך דארף עס וויכטיג

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט כ"ג כסלו התשע"ח 18:52 #246970

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 129 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 359
  • האט שוין געלייקט: 525 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 765 מאל

אינז דארפן אלע חיזוק.

חזק חזק ונתחזק.

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט כ"ה כסלו התשע"ח 00:43 #247026

  • מיט א פרישקייט
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 185
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

באקומען אין אימעיל פון "חבורת התחזקות"
איר קענט זיך איינשרייבן צו באקומען 
אויף

hischazkusmail@gmail.com

דער חנוכה ליכט ווערט געצינדען אונטער צען טפחים.

חנוכה שיינט דער אויבערשטער'ס ליכט אין די נידעריגסטע פלעצער.

***

נאכ'ן צינדען די הייליגע חנוכה ליכט, איז א באוויליגטע צייט,

זיך ריינצווואשען די הייליגע נשמה, און זיך אויסבעטן אלעס גוט'ס.

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט כ"ה כסלו התשע"ח 00:45 #247027

  • מיט א פרישקייט
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 185
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

נאך פון נעכטן...

דער עיקר צוגרייטונג צום יו"ט חנוכה, איז צו געדענקען,

אז אלע גוטע השפעות, איז פון דער אויבערשטער'ס אומזיסטע שענקען.

****

אז די עפנסט די קראן, וועסטו קיין וואסער נישט האבען, נאר אז די וועסט א גלעזל אונטערלייגען.

די השפעות פון חנוכה גיסען זיך, אבער כדי צו ארייננעמען פון דעם, דארף מען פון פריער א כלי צוגרייטען.

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט כ"ה כסלו התשע"ח 12:17 #247039

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 624
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל
Hilega געשריבן on י"ז כסלו התשע"ח 18:43:

פריינד. איך וועל דיר זאגען. פונקט געפנט שבת א שם משמואל. איך מיין פרשת תצוה. אדער דף תכא. אדער שכא. אויף א ע''א. כמעט זיכער.

נישט געטראפן דארט
ווי נאך קען עס זיין ?

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט כ"ה כסלו התשע"ח 22:57 #247069

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 129 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 359
  • האט שוין געלייקט: 525 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 765 מאל

געבלעטערט אין אלטע פארום. געטראפן דארט א חיזוק. געשריבן דורך א ריינע איד אין שנת 2011.

איך בין זייער ווייניג אינדערהיים און איך דארף אפשר ריקאווערי פאר דעהם אויך. היינט ווען איך בין אהיים איז מיין קליינע אינגעלע צוויי יאר אלט מיר אנטקעגן געלאפען אזוי ווי אייביק ווייל ער בענקט נאך מיר און האט מיר זייער ליב, ער האט נאר געוואלט איך זאל איהם האלטען. אבער איך האב אנגעהאט א שיינע העמיד און ער איז געווהן אנגעשמירט מיט טאמעטא און ספיגערי האב איך מיר געוואלט ארויסדרייען אבער ער גיבט נישט אויף טאטי.. טאטי... גיב איך א טראכט, וואס איז שוין א העמיד ער וויל דאך ליבשאפט דאס וואס איך האב נישט געקריגען אלץ קינד. איך גיב איהם א הייב און מיט נחת פארשמיר מיין העמיד מיט די לאקשען.  אזוי האלטענדיג טראכט איך ווי איך בעהט דעהם אייבערשטן הייב מיר אויף טאטי... טאטי...  און ער קוקט מיר אן אז איך טראג א שמיציגער העמיד פון כל המינים , און ער גיבט א זאג אז מיין קינד בעהט מיר אז איך זאל איהם אויפהייבען וועל איך קוקען אויף דאס ביסעל שמיץ?  ער וויל דאך בלויז ליבשאפט. און יא, א טאטע קען מיר טוישען דאס העמיד אויך.

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט ח' טבת התשע"ח 22:36 #247416

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 624
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

שמירת עינים איז נישט א לייכטע זאך. זיך דארפען אוועקדרייען פון א ראי' אסורה האט אמאל די פיינליכע הרגשה פון אראפשלינגען א ביטערע מעדעצין. אבער ווען מען קוקט אויפן גאנצן בילד, איז עס פיל גרינגער.

ווייל אט די מסירת נפש פון זיך אוועקדרייען פון א ראי' אסורה איז דער שליסל פון השפעה רוחניות און גשמיות און אויך דער עתיד פון אונזער נצחיות, חוץ פונעם געוואלדיגן שכר וואס א מענטש איז צו דעם זוכה, ווייל צוליב די התמסרות ווערט דער טאג-טעגליכער לעבן גליקליך און פרייליך, מיט אן אמת'ער שמחת החיים.

בנוסף לזה, יעדער מענטש האט זיך אין זיין לעבן פארשידענע פעקלעך און שווערעקייטן. צי איז עס פינאנציעלע פראבלעמען, אדער א שווערער שלו' בית, צי צער גידול בנים, אדער גאר פארשידענע מיחושים אין געזונט ל"ע. דארף מען וויסן וואס איז מבואר אין ספה"ק, אז טאקע דורך די ביטערע מעדיצין, זיך אוועקדרייענדיג פון א ראי' אסורה, וואס איז אזוי שווער צואראפשלינגען, ווערט מען פטור פון אָן א שיעור אנדערע ביטערע מעדיצינען!

ווען עס קומט אונטער פאר א מענטש א נסיון דארף ער מאכען א חשבון: וועלכע ביטערע מעדיצין וויל איך נעמען?
קרעדיט: חברינו היקר מגסבמס פון אונזער פארום

(גענימען פון די אלטע אימעל'ס)

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט כ"א טבת התשע"ח 18:43 #247608

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 624
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

דער הייליגער תפארת שלמה זצ"ל (מועדים דף קיז ע"א)
ווען ער רעדט ארום איבער דעם חיוב פון מתפלל זיין צו קענען בייקומען דעם יצר הרע, שמועסט ער אויס א וויכטיגע נקודה, אז אזעלכע תפלות דארף א מענטש מתפלל זיין יעדן טאג באזונדער אויף יענעם גאנצן טאג, און עס העלפט נישט פון איין טאג צום אנדערן.
דערפאר דארף מען טאקע יעדן טאג באזונדער מתפלל זיין צו געראטעוועט ווערן פון  די פינסטערע כוחות היצר, אזוי ווי מיר זעען אינעם נוסח התפלה וואס די אנשי כנסת הגדולה האבן מתקן געווען, וואס מען איז יעדן טאג נאכאמאל מתפלל אויף דעם,
סיי ביי ברכת השחר "ואל תביאנו לא לידי חטא ולא לידי נסיון... ואל ישלוט בנו יצר הרע",
און דערנאך ביים יהי רצון "שתצילנו היום ובכל יום... מיצר הרע",
און ווידער ביי די שמו"ע "ותצילנו מיצר הרע",
און ביים גיין שלאפן זאגט מען נאכאמאל אין ברכת המפיל, "ואל תביאנו לידי חטא ולא לידי נסיון... ואל ישלוט בי יצר הרע... ואל יבהלינו רעיוני וכו' והרהורים רעים"

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט כ"א טבת התשע"ח 18:45 #247609

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 624
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

און ספר הקדוש "אור המאיר" ווערט געברענגט א מורא'דיגע מעשה,

אין די צייטן פונעם גרויסן מגיד פון מעזריטש זי"ע, נאך איידער עס איז נתגלה געווארן זיינע גרויסע מדריגות, האט ער געדינט אלס מלמד אין איינע פון די שטעטלעך און געלערנט תורה מיט אידישע קינדער בקדושה ובטהרה.
עס האט פאסירט אז אין איינע פון די טעג איז דער קעניג און די קעניגן פונעם לאנד געקומען באזוכן די שטאט וואו דער הייליגער מגיד האט זיך געפונען, און זיי זענען ארומגעגאנגען אין די שטאט פון איין פלאץ צום צווייטן צו זען וויאזוי די שטאט פירט זיך, און אינצווישן זענען זיי אויך אנגעקומען צו דעם ווינקל וואו דער הייליגער מגיד האט געלערנט מיט די קינדערלעך.
דער הייליגער מגיד האט זיך געשטעלט פארנט פונעם קעניג און די קעניגן מיט גרויס יראת הכבוד, און זיי אפגעגעבן דעם ריכטיגן כבוד המלכות. אינמיטן דעם באזוך האט אבער פאסירט אז דער מגיד האט בטעות אויפגעהויבן זיינע הייליגע אויגן און ער האט געזען דאס פנים פון די קעניגן וועלכע איז געזיצן דארט מיט'ן גאנצן פראכט און אלע אירע בגדי המלכות.
דער הייליגער מגיד האט דאס נישט געקענט פארטראגן, און עס האט אים זייער געגרוילט דעם בליק אויף די קעניגן, אויף אזוי ווייט אז ער האט זיך גענומען ברעכן דארט אויפ'ן פלאץ פארנט פונעם קעניג און די קעניגן !
ווען דער קעניג האט דאס צוגעזען האט ער פארשטאנען מיט זיין גוי'אישן קאפ אז דער מענטש איז מסתמא א חסר דעה, און ער האט באפוילן אז מען זאל אים גלייך ארויספירן פון דארטן...!
מיט דעם סיפור פירט אויס דער ספה"ק אור המאיר א גאר פאסיגער לימוד אויף למעשה, אז מען זאל ארויסנעמען פון דעם אן עצה טובה ביי א פאל ווען עס קומט אונטער פאר א מענטש א ראיה אסורה, זאל מען זיך פארעקלן דערפון און שפייען כדי עס זאל חלילה נישט מאכן אין אים קיין רושם!                                                          
           (אור המאיר פרשת חיי שרה)

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט ט' שבט התשע"ח 15:50 #247787

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 825 טעג
  • יעצט אנליין
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 284
  • האט שוין געלייקט: 311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל

איך לייג ארויף דא א שטיקל געדאנק וואס השי"ת האט מיר חונן דעת געווען. 
לכבוד ולזכות מיין טייערע חבר "היילוג", ער איז די איספעראציע פאר מיין שרייבן די געאנק. 
יישר כח היילוג.

ביים אוועקלייגען די סוכה, די שווערע ברעטער זאגט מיר מיין זוהן, טאטי די קלעצער זענען אזוי שווער ווי כאפן פעקלאך ביי אן אופריף אין ביהמ״ד (ביי אונז אין ביהמ״ד איז דאס א קליינעקייט יעדער האט אפאר פעקלאך).
איך הער זיין פארגלייך און איך שטיי מיט אן אפענע מויל.... וואסארע פארגלייך איז דאס ????

חז״ל (סוטה ב) זאגען אונז קשה זיווגו של אדם כקריאת ים סוף, קשה פרנסתו של אדם כקריאת ים סוף.

וואס איז די פארגלייך בכלל? קריאת ים סוף פאר די יודן איז געווען א גוטע זאך, ענדליך פטור געווארן פון די מצריים. און פאר השי״ת? איז אים דען עפעס שווער?

[איך בין נישט דא צו פארענטפערן וואס איז די פארגלייך קריאת ים סוף צו פרנסה און זיווג]

נאר כידוע (כתבי האריז״ל) אז און מצריים זענען די יודן געווען אין מ״ט שערי טומאה, און הגם אז שוין פאר 210 יאר האט מען שוין געווארט צו קענען זיך דערהייבן פון די טומאה. אבער ווען עס קומט למעשה, און צוזעהן ווי די רעה ווערט בטל ומבוטל  רייסט עס ביים הארץ אזש טייל האבען געזאגט חדל ממנו ונעבדה את מצרים כי טוב לנו עבד מצרים ממתנו במדבר (שמות יד יב) וואס אלע שטעלען זיך אויף דעים אז נאך די 10 מכות ווי קען דען זיין אז די יודען האבן בכלל געהאט א הוא אמינא אז  השי״ת איז נישטביכולת איבערצוקומען די מצריים?

לענינו אז די יודן האבען געזעהן אז די מצריים זענען דא זיי אינטער זיי, וועט דאך השי״ת זיי זיכער אומברענגען. און די געפיל פון זעהן די טומאה וואס מ׳איז אזוי צוגעבינדען געווען גייט ווערן אויס, איז א גאר שווערע פיל אראפצושלינגען.אויף דעים האט משה רבינו געזאגט אל תיראו התיצבו וראו את ישועת השם כי אשר ראיתם את מצרים היום לא תספו לראתם עוד עד עולם (שמות יד יג)אז ווען מ׳שטארקט זיך מיט א תפילה צום באשעפער ווי עס שטייט פריער ויצעקו בני ישראל אל השם (שמות יד י) אז די מענטש טוהט זיינס התיצבו און א שרייעדיגע תפילה צו השי״ת ויצעקו, אויף דעים איז משה רבינו מבטיח וראו את ישועת השם כי אשר ראיתם את מצרים היום לא תספו לראתם עוד עד עולם, די פריערדיגע קשר׳דיגע בליק וועט זיך טוישן אזש מער וועט איר נישט זעהן מצריים-טומאה מיט די זעלבע בליק ווי פריער נאר השם ילחם לכם ואתם תחרישון (שמות יד יד).

לעצט פארראכטן: ט' שבט התשע"ח 16:04 דורך holychaim.

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט ו' 'אדר ב התשע"ט 17:42 #253825

  • חיים גליק
  • איצטיגע שטרעקע: 130 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 24
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

מען האלט יעצט ביי מצות מחיית עמלק, איך האב געזעהן פינעם אלשך הק' אויפן פסוק ויחלש יהושע את עמלק נאך דעם שטייט דער אייבישטער האט געזאגט פאר משה כתוב זאת זכרון בספר ושים באזני יהושע זאגט די הייליגער אלשך הק' דער גרויסער צדיק יהושע האט געהאט גרויסע חלישות הדעת ער איז געווען זייער צבראכן ביי זיך ווייל ער האט געזעהן אז ער קען נישט בייקימען דעם עמלק דער עמלק איז אסאך שטערקער פון אים ער האט אים בלויז געקענט אפשוואכן ווי עס שטייט 'ויחלש' יהושע את עמלק אויף דעם ארויף האט אים משה רבינו דער געטרייער רועה ישראל געדארפט קימען און מחזק זיין, ושים באזני יהושע ער זאל עס גיט דערהערן, די האסט געטיהן וואס די קענסט און וויפיל די קענסט, און דאס איז דיין עבודה מען דארף נישט מער פון דיר, דער עמלק איז אסאך אסאך שטערקער פון דיר די טי נאר וויפיל די קענסט און די איבריגע האט נישט מיט דיר.

מלחמה לה' בעמלק מדר דר, יעדען דור איז דא א פרישע מלחה פון עמלק וואס ווארפט אריין ספיקות אינעם מענטש ער זאל טראכטן און זיין מספק און טראכטן ביי זיך היש ה' בקרבינו אם אין, א מענטש ווייסט ביי זיך אז זיין מצוב און רחניות איז דאך נישט די בעסטע עס איז נישט 100% מען ארבעט אזוי שווער אויף נאך א שעה צו זיין ריין נאך א טאג צו זיין ערליך, און דער יצר לאזט נישט אפ ער געט נישט קיין מנוחה, יעדען טאג מיט פרישע ברענעדיגע ניסיונות, אפשר קיק נישט דער אייבישטער אויף מיין זייט, ער איז אפשר נישט ציפרידן מיט מיר, ער איז ברוגז אויף מיר, די אלע סארט קישת דאס איז אונזער מלחמת עמלק און אויף דעם ארויף האט משה רבינו אונז מחזק געווען די טי וויפיל די קענסט די מאך אים נאר שוואכער אז עס איז נישט געגענגען נעכטן כאטש היינט גיי איך אים נישט נאכגעבן, אז איך קען נישט היינט זיין ריין א גאנצן טאג וועל איך עס כאטש אפשטיפן פאר א ביסל, דאס איז וואס מען ווארט פון מיר איך זאל טיהן און נישט מער.
יש תקוה נשיר כולנו יחד
יש אמונה חזקה מכל פחד 
לא נפול לא נרעד
כו אנחנו לא לבד
יש לנו ה' אחד

לעצט פארראכטן: ו' 'אדר ב התשע"ט 17:55 דורך חיים גליק.

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט היינט 12:53 #253854

  • חיים גליק
  • איצטיגע שטרעקע: 130 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 24
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

א מענטש קען אמאל טראכטן ווער זאגט אז דער אייבישטער וויל מיר, פארוואס זאל איך נאך בכלל טרייען צו זיין ערליך, איך ווייס דאך ביי מיר ווי אזוי עס גייט זיך למעשה ענדיגען, איך גיי טרייען פאר א פאר שעה און ביים סוף אבער גיי איך נישט אויספירן, מיין יצר הרע איז אסאך שטערקער ווי מיר, סא ווער זאגט אז דער אייבישטער איז בכלל מחשב דאס וואס איך שטרענג מיר בכלל אן,

די תריץ האב איך אמאל געהערט פון א בעל דרשן דער אייבישטער דער בורא עולם פירט א גרויסע ביזנעס טויזענטער ארבעטער א ריזיגער עמעזאן, וואס ברענגט אים יעדע שעה יעדע מיניט שווערע מיליאנען, ער איז נישט דא צו פארברענגען קיין צייט אויב זעהט ער אויף עפעס אז עס ברענגט אים נישט קיין געלט קיין ריוח וועט ער עס גלייך אפשטעלן צו פארקויפן א שאד די צייט ער קען דאך און די צייט מאכן געלט אויף אנדערע זאכן וואס ברענגען אים יא געלט, ווער רעדט נאך אויב ער זאל דערלייגען אויף עפעס געלט אפגערעדט אז עס וועט פליען פון זיין ביזנעס ער איז נישט דא צו פארברענגען קיין איבריגע מיניט,

מען זאגט יעדן טאג המחזיר נשמות לפגרים מתים, יעדען טאג דארף מען פריש אנצינדן דיין מאשין, מען דארף דיר פריש לעבעדיג מאכן, אז די שטייסט אויף אינדערפרי און די זעהסט אז די לעבסט דער אייבישטער האט דיר צריק געגעבן דיין נשמה איז עס די גרעסטע באווייז אז ער פרייד זיך צי דייין עבודה ער קיקט ארויס אויף נאך א טאג ווי די גייסט דיר שלאגן מיט דיין יצר הרע נאך א פאר שעה וואס די גייסט אויסשרייען איך וויל זיין ערליך איך וויל דיר דינען איך וויל דיר ממלך זיין ווייל איך האב דיר ליב, אפילו און דיינע פליישיגע אויגן קיק דיר עס אז אז אויף דיר דערלייגט מען נאר,

נעכטן ביי מעריב האב איך געטראכט ביי די ווערטער ומעביר יום ומביא לילה דער אייבישטער ברענגט אויף א מענטש פינסטערנישט עס איז חושך די יצר מאכט מיר משיגע ער לאזט נישט קיין מנוחה, אינזער ארבעט איז צו אויסשרייען תמיד ימלוך עלינו די ביסט אונזער קעניג און נאר דיר וועלן מיר דינען נישט קיין חילק ווי שווער עס איז און נישט קיין חילק צו און מיינע אויגן הייסט דאס א הצלחה איך וועל עס שטיפן אויף נאך א מיניט אויף נאך א שעה וויפיל איך וועל קענען,

אוי אלע אינאיינעם, מיר אידעלך אינאיינעם מיר האבן נישט מורא פאר קיינעם נאר פארן בורא עולם דעם איינעם
לאמיר אלע ליסטיג זיין פרייליך זיין ערליך זיין ריין זיין
לאמיר אלע דינען דעם באשעפער אליין

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט היינט 13:00 #253855

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 264 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1136
  • האט שוין געלייקט: 1282 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1488 מאל

זייער שטארק! שכח חיימל פאר די אויפרעכטיגע רייד.

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!!
צייט צו מאכן א בלאט: 0.92 סעקונדעס