ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט 16261 באזוכער

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט י"ט 'אדר ב התשע"ט 13:14 #253926

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 315 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 316
  • האט שוין געלייקט: 814 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 486 מאל

איך ווייס נישט ווער די אינגעל איז און וועלעכע טאטע וויל אז זיין אינגעל זאל רעדן פאר די פאבליק
אבער די שטיקל איז מיר געפאלן
drive.google.com/file/d/1mJ3aIk-H8-uXaetb30mupIIwSVaOpAxS/view?usp=sharing

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview
לעצט פארראכטן: י"ט 'אדר ב התשע"ט 13:17 דורך פּרובירט.

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט כ"א 'אדר ב התשע"ט 13:54 #253953

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 74 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 111
  • האט שוין געלייקט: 17 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל
מיינע הייליגע פריינד!

ס'קומט אצינד "שבת פרה"! אה... א הייליגער שבת וואס מ'קוקט שוין א גאנץ יאר ארויס דערויף, א שבת מלא וגדוש מיט קדושה, מיט טהרת הלב, מיט ריינקייט, און הכנה פאר התחדשות.
דער הייליגער באשעפער גייט אויף אונז אלע אראפגיסן דער "מים טהורים" לטהר טמאים, איך רעד נישט יעצט דא נאר צו די חבירים וועלעכע האלטן ביי העכערע נומערן, און אויך נישט צו די וואס האלטן ביי די קלענערע, איך רעד אויך צו ענק מיינע טייערע פריינט וואס האלטן נאך ביים ערשטן טאג! יא.. ביי סאמע ערשטער ריינע טאג, און נישט קיין חילוק צום וויפילטן מאל.


מיר אלע וואס זענען איינגעשריבן דא אין הדא זענען די וואס האבן געעפענט דעם "חודו של מחט" און אצינד וועט דער באשעפער אויפשליסן פאר אונז דער "פתחו של אולם"


מיינע געפילן פון הכנה צום שבת פרה העומד אחר כתלינו, איז א געפיל מיט וואס איך בין נאך קיינמאל בעפאר נישט צוגעגאנגן צו דעם שבת.


האטס מיר אלע א פרייליכן, הייליגן, ליכטיגער שבת. 


 
אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ווייל עס איז דא האפענונג!
לעצט פארראכטן: כ"א 'אדר ב התשע"ט 13:56 דורך אחכה לו.

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט ח' אייר התשע"ט 17:46 #254406

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 39
  • האט שוין געלייקט: 42 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

היינט ביים דאווענען, ביי ידיד נפש, ביי די ווערטער וחוסה נא על בן אהובך, האט מיר געגעבן א היט, וואס איך בין דעם אייבערשטען'ס בן אהובך?? כ'מיין, דער אייבערשטער ווייסט פונקטליך ווי מיין קאפ ליגט א גאנצן טאג, ווא איך טו, און וויאזוי איך זעה אויס, ווי שעם איך מיר נישט זיך צו באטיטלען בן אהובך??  שוין העמער דאווענען ווייטער, זאגט מען דארט כי זה כמה נכסוף נכספתי, וואה!! ממש א תירץ אויף מיין קשיא!!  יא, איך בין דעם אייבערשטען'ס בן אהוב דעם אייבערשטען'ס ילד שעשועים, ווייל איך גלוסט צו אים, איך וויל זיין הייליג און ריין, נישט קיין חילוק וויאזוי איך זעה למעשה אויס, בין איך דעם אייבערשטען'ס בן אהובך!!!!

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט ח' אייר התשע"ט 18:25 #254407

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 74 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 111
  • האט שוין געלייקט: 17 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל
שלום גאנץ געשריבן on ח' אייר התשע"ט 17:46:

היינט ביים דאווענען, ביי ידיד נפש, ביי די ווערטער וחוסה נא על בן אהובך, האט מיר געגעבן א היט, וואס איך בין דעם אייבערשטען'ס בן אהובך?? כ'מיין, דער אייבערשטער ווייסט פונקטליך ווי מיין קאפ ליגט א גאנצן טאג, ווא איך טו, און וויאזוי איך זעה אויס, ווי שעם איך מיר נישט זיך צו באטיטלען בן אהובך??  שוין העמער דאווענען ווייטער, זאגט מען דארט כי זה כמה נכסוף נכספתי, וואה!! ממש א תירץ אויף מיין קשיא!!  יא, איך בין דעם אייבערשטען'ס בן אהוב דעם אייבערשטען'ס ילד שעשועים, ווייל איך גלוסט צו אים, איך וויל זיין הייליג און ריין, נישט קיין חילוק וויאזוי איך זעה למעשה אויס, בין איך דעם אייבערשטען'ס בן אהובך!!!!


כמים קרים על נפש עייפה!
יישר כח פאר די טייערע ווערטער יוצאים מלב טהור.
יא מיר זענען אלע "באליבט" ביי אונזער גרויסן טאטן אין הימל...

אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ווייל עס איז דא האפענונג!

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט ח' אייר התשע"ט 22:42 #254414

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 39
  • האט שוין געלייקט: 42 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל


יישר כח פאר די טייערע ווערטער יוצאים מלב טהור.

איך נעם אן דיינע ווערטער אלץ א ברכה, ווייל דערווייל כאטש וואס דער אייבערשטער האט מיר געגעבן במתנה 39 מאל איין ריינע טאג, איז נאך מיין לב זייער ווייט פון טהור, ליידער.

יא מיר זענען אלע "באליבט" ביי אונזער גרויסן טאטן אין הימל...


איך וויל נאר קלארער מאכן, איך האב געוויסט אז דער אייבערשטער האט "ליב" יעדע איד נישט קיין חילוק אין וועלעכע מצב ער איז, איך האב נאר געפילט אז מילא מ'בעט וחוסה נא על בנך, בין איך מסכים, בין כך ובין כך קרואים בנים, אבער מ'בעט דא על בן אהובך, נישט סתם א זוהן, נאר דיין "באליבט קינד", דיין מיוחס, אזא איינער וואס בשעת די מלאכים זינגען שירה זאגט דער אייבערשטער ששששש......  מיין טייערער שלום דארט אין דער עולם השפל האט אנגעהויבן צו דאווענען לאמיך הערן וואס ער בעט, דאס האט מיר געבאדערט, און אויף דעם האב איך געפילט אז די תירץ איז יא, ווילאנג איך גלוסט צום אייבערשטען, ווי לאנג איך וויל און האף און פרוביר צו זיין הייליג, בין איך -יא איך שמוציגע יונג- דעם אייבערשטענס מיוחס, דעם אייבערשטענס טשאטשקע.    

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט ט' אייר התשע"ט 12:21 #254421

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 655
  • האט שוין געלייקט: 286 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

איך וואלט געוואלט בעטן אויב מען קען שרייבן חיזיק ווערטער 
קליינע ווערטער  איז מער ווערט
ווייל דאס האב איך מער נערווין צו ליינען

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט ט' אייר התשע"ט 19:54 #254428

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 331 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1261
  • האט שוין געלייקט: 1772 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1752 מאל
friend געשריבן on ט' אייר התשע"ט 12:21:

איך וואלט געוואלט בעטן אויב מען קען שרייבן חיזיק ווערטער 
קליינע ווערטער  איז מער ווערט
ווייל דאס האב איך מער נערווין צו ליינען


אפשר קענסטו בעסער מסביר זיין.
איך האב נישט פארשטאנען.

אבער פרענט, מיר דארפן דיר עפטער!

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו nuta.gye@gmail.com

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט ט"ו אייר התשע"ט 16:21 #254513

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 39
  • האט שוין געלייקט: 42 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

געזען א שטארק ווארט די שבת אין גליון חיים נצחיים, איך ברענג עס אהער זאל דער עולם הנאה האבן:


מה מקוה מטהר את המטאים
)יומא, פ"ח, מ"ט(
לכאורה צריך ביאור; איזה משמעות רוצה ר' עקיבא ללמדנו בזה
שמדמה טהרת הקב"ה לישראל - למקוה שמטהר את המטאים?
לכאורה היה לו לומר בסתם ש"הקב"ה מטהר את ישראל" ותו
לא? ואפשר לומר, כי כמו כשאדם נטמא וטבל עצמו במים, ואח''כ
נטמא עוד הפעם וטבל עצמו עוד הפעם, וכמו"כ הרבה פעמים -
אזי לעולם לא יאמרו; שאם טימא עצמו כ"כ פעמים אזי אין טבילתו
מועיל לו כלום - לא! כי הכל יודעים שסגולת המקוה כך היא;
שתמיד היא מטהר את הטמאים, יהיה איך שיהיה. אפילו אחר
הרבה פעמים - כך "הקב"ה מטהר את ישראל" תמיד! אפילו אם
עבר ונטמא הרבה פעמים ח"ו, אעפ"כ בכל פעם שבא ליטהר עצמו
לפניו יתברך, אזי מטהר אותו בכל פעם מחדש:

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט ט"ו אייר התשע"ט 16:26 #254514

  • עומד בנסיון
  • איצטיגע שטרעקע: 47 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 29
  • האט שוין געלייקט: 72 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל
שלום גאנץ געשריבן on ט"ו אייר התשע"ט 16:21:

געזען א שטארק ווארט די שבת אין גליון חיים נצחיים, איך ברענג עס אהער זאל דער עולם הנאה האבן:


מה מקוה מטהר את המטאים
)יומא, פ"ח, מ"ט(
לכאורה צריך ביאור; איזה משמעות רוצה ר' עקיבא ללמדנו בזה
שמדמה טהרת הקב"ה לישראל - למקוה שמטהר את המטאים?
לכאורה היה לו לומר בסתם ש"הקב"ה מטהר את ישראל" ותו
לא? ואפשר לומר, כי כמו כשאדם נטמא וטבל עצמו במים, ואח''כ
נטמא עוד הפעם וטבל עצמו עוד הפעם, וכמו"כ הרבה פעמים -
אזי לעולם לא יאמרו; שאם טימא עצמו כ"כ פעמים אזי אין טבילתו
מועיל לו כלום - לא! כי הכל יודעים שסגולת המקוה כך היא;
שתמיד היא מטהר את הטמאים, יהיה איך שיהיה. אפילו אחר
הרבה פעמים - כך "הקב"ה מטהר את ישראל" תמיד! אפילו אם
עבר ונטמא הרבה פעמים ח"ו, אעפ"כ בכל פעם שבא ליטהר עצמו
לפניו יתברך, אזי מטהר אותו בכל פעם מחדש:

יישר כח
שטארק ווארט

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט ט"ו אייר התשע"ט 16:28 #254515

  • עומד בנסיון
  • איצטיגע שטרעקע: 47 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 29
  • האט שוין געלייקט: 72 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל
שטארקע חיזוק פון הר"ר אלימלך בידערמאן שליט"א

www.dropbox.com/s/9qly0hzei9fclgk/VID-20190517-WA0003.mp4?dl=0

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט ט"ו אייר התשע"ט 16:31 #254516

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 349
  • האט שוין געלייקט: 354 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 887 מאל
עומד בנסיון געשריבן on ט"ו אייר התשע"ט 16:28:
שטארקע חיזוק פון הר"ר אלימלך בידערמאן שליט"א

www.dropbox.com/s/9qly0hzei9fclgk/VID-20190517-WA0003.mp4?dl=0

ר' עומד..
וואוו, איך האב עס פינקט יעצט געוואלט ארויף לייגען, ישר כח, ביזט א מזכה את הרבים...
קיפ איט אפ, ביט אינזער שטאלץ...

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: ר' איד! זאגט אריין א חיזוק ווארט ט"ו אייר התשע"ט 17:34 #254520

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 39
  • האט שוין געלייקט: 42 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל
עומד בנסיון געשריבן on ט"ו אייר התשע"ט 16:28:
שטארקע חיזוק פון הר"ר אלימלך בידערמאן שליט"א

www.dropbox.com/s/9qly0hzei9fclgk/VID-20190517-WA0003.mp4?dl=0

עומד, מוראדיג הנאה געהאט!!

keep it coming! למען זיכו הרבים

צייט צו מאכן א בלאט: 0.52 סעקונדעס