ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: ט' באב 1166 באזוכער

ט' באב ח' אב התשע"ג 12:44 #18569

  • לטוב
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 67
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
  • קאָרמא: 0
זאס האב איך געקאפיד פון "אייוועלט" מיט א לינק צו א PDF, עס באלאנג היבש צו אונז:

מי לד' אלי?

איך וויל דא מעורר זיין דעם חשובן ציבור איבער א נושא וואס איז עומד על הפרק און פרעגן די הארבע אמת'ע שאלה: מי לד' אלי?


זענט איר באמת אן ערליכער איד אדער נאר ווען עס איז די רעדע פון יענעם? לאמיר זיך אליינס מעסטן!


עס איז אייך וואויל באקאנט און איר זענט אלע באהאוונט מיט די מערכה וואס אונזערע גדולים האבן אינטערגענומען קעגן טעכנאלאגיע, און בעיקר מיטן שוועריגקייט פון מבחין זיין צווישן די טומאה ווען יא מתיר צו זיין לצורך געשעפטן און די הררים תלויים בשערה ווען מ'קען ח"ו זינקען אין די קנ"ט שערי טומאה רח"ל.


מיר אלע וואס פארמאגן די כלים ווער מער און ווער ווייניגער האבן דעם תירוץ אז מיר מוזן עס האבן פאר געשעפטן און רעכטפארטיג אזוי! די רבנים האבן נאר געבעטן מ'זאל זיך צוימען אויף ווי ווייט מעגליך ווייל דאס איז א פייער וואס פלאקערט און איז מכלה נפש עד בשר.


***


דער הייליגער תנא רבי יהושע בן לוי האט געבעטן דעם מלאך המות ער זאל אים ווייזן זיין פלאץ אין גן עדן, און דער מלאך האט אים טאקע געפירט צום טויער פון גן עדן.


דער הייליגער תנא בעט פונעם מלאך זיין מעסערל און דער מלאך רע בעל כרחו עונה אמן ווייל דער תנא מיט זיין קדושה האט די כח צו באפעלן אויף א מלאך אויך.


מען קומט אן צום גן עדן, און דער הייליגער תנא זעהט דעם רוחניות'דיגן שיינהייט. ער זעהט די קדושה און עס ציהט אים מיט א קראפט! ער שפרינגט אריבער דעם צוים און רופט אויס א שבועה אז ער גייט נישט צוריק.


די הימלען רוישן! מלאכים לויפן! געוואלד וואס טוט מען? עס איז דאך נישט מן הסדר צו האבן א חי זיך ארום דרייען מיטן ארציות'דיגן גוף כאטש אויסגעלייטערט אזוי שטארק דא אין גן עדן.


דער מלאך המות ברומט און שוימט אויף דעם שפיל וואס ריב"ל האט מיט אים געמאכט און פארלאנגט מ'זאל אין שוין צוריק געבן דעם הייליגן תנא וועלכער האט זיך אזוי קונצליך ארויסגעדרייט פון זיין מעסער.


דער שאלה איז א פארוויקלטער און עס קומט אן פארן הייליגן כסא הכבוד, און אט איז דער פסק!


לאמיר קוקן אויב האט דער תנא אמאל זיך געלאזט מתיר זיין א שבועה, און אויב יא, קען מען דאס מאל אויך מתיר זיין און אים צוריק געבן צום מלאך אין די הענט, אויב אבער נישט, איז הדין עמו און מ'קען נישט צושטערן זיין שבועה.


וכך הוה, דער הייליגער תנא איז געבליבן פון די יחידי סגולה צו זיין לעבעדיג אין גן עדן.


***


עס איז יאר תתס"ה, דער אלטער ר' חיים ליגט על ערש דוי, בנים ובני בנים כשתילי זיתים באזארגט ארום זיין געלעגער, די דאקטורים זאגן אז מיט אלע טעכנאלאגיע אינאיינעם זעהט אויס ווי די מינוטן זענען געציילטע, און ר' חיים גייט זיך אפגעזעגענען פון דער נידעריגער וועלט.


די קינדער זאגן די פסוקי יחוד, פארשטייט זיך אז מ'זאגט עס אויף קליינע מאשינקעלעך ווי עס וועט דעמאלס זיין דער שטייגער, און מ'וויינט אויף די אבידה וואס מ'האט פארלוירן! ר' חיים איז נישטא ...


ר' חיים נאכן דורכגיין די שמערצן פון פירוד נשמה פונעם גוף, ער זעהט א שטארקע ליכטיגקייט, עס בלענדט אים די אויגן, ער קען נישט אהין קוקן! דאס ליכטיגקייט ציהט אים און ער ווערט אריינגעצויגן ווי אין א וועקיום פון שטראלן, און דערמיט ווערט זיין נשמה ארויסגעצויגן פון דעם שמאלן קליינעם גשר צר ווי ער האט זיך געפונען די לעצטע 120 יאר.


ער שפירט ער האט באגלייטערס וואס שטופן אים פאראויס און שלעפן אים צום ווייטן אויסגעפלאסטערטן וועג וואס ער זעהט, ער קען אבער נישט אידענטיפיצירן זיינע אונטערטראגער, זיי מאנעווירן ער זאל זיי נישט קענען זעהן.

אזוי שפאצירט ער שטיל א לאנגען וועג, ווען פלוצלינג זעהט ער זיך ארום גענומען מיט שרעקווארפענדיגע חיות און ברואים וואס ער האט נאך אזוינס אין זיין לעבן נישט געזעהן. ער ווערט שוואך פון טראכטן וואס די ברואים טוען דא? ער זעהט אלע קוקן צו אים! ער פאלט אונמאכט! מ'הייבט אים אינטער און א קול זאגט: ר' חיים! נישטא קיין צייט צו שטארבן דא! אונז דארף מיר לויפן! דער בי"ד ווארט!


עס ציטערן אים די מארעך אין די ביינער. ער ווייסט דאך יא אז עס איז ביטער! וואס טוט מען דא?


ער שטייט אין א ריזיגען מיילן ווייט אויסגעפלאסטערטן היכל מיט א ליכטיגקייט וואס לאזט נישט ארויף קוקן און ער ציטערט ווי א בלעטל ווען ער הערט אויסרופן: חיים בן גד קום אפגעבן דעם דין וחשבון...


וואס זאל איך אייך האלטן געשפאנט? הלא דברים ידועים אין די ספרי מוסר, עס סקרוכט אין די ביינער!


אבער אינדערמיט קומט ארויף אויפן טיש א דינער פלעט סקרין מלאך, מיט א טאטש סקרין קיעבארד און ער ווארפט זיך ווי א וויידל מיט א שרעקליכן צארנדיגן אויסזעהן, די מלאכים די הייליגע דרייען זיך אוועק פאר גרויל! זיי קענען נישט אנקוקן דעם צעריסענעם צעבראכענעם פארשמירטן מלאך, זעלטן זעהט מען דארט אזא קאליקע.


און דער בי"ד שרייט: ר' חיים! פארוואס האסטו געזינדיגט? פארוואס האסטו געהאלטן א כלי וואס האט דיר נאר געקענט אפילו גורם זיין לחטא?


ר' חיים שאקלט און ווארפט זיך און קוקט ארום אויב ער קען אנטלויפן און מיט גרויס פארכט מורמלט ער ארויס:


פאר ביזזזזזנננעעעס! כככהאב עס געדארפט פאר ביזזנעסס...


די ביזיונות זענען גרויס, אבער עפעס ענטפערט ער! דער סניגור שפרונגט אריין און עפנט אויף א בוך מיט קול קורא'ס און מ'לייענט פאר אז יא! חיים. איז גערעכט! פאר ביזנעס האט מען געמעגט האבן די כלים.


דער קטיגור שרייט: וואס ביזנעס? ווען ביזנעס? ער דערמאנט אים אפאר וועבזייטלעך וואס איז ווייט פון ביזנעס. און די בעסערע פון זיי זענען נייעס!


דער סניגור שרייט: די נסיונות זענען געווען גרויס! ער האט עס געהאט פאר ביזנעס און טאקע דערנאך מיאוס דורכגעפאלן!


וואס טוט מען דא? עס איז אן עולם האמת!!!


דער פסק קומט זייער שנעל:


זאל מען אפיר נעמען די ביכער און זעהן וואס ר' חיים האט געטוהן אין צייטן ווען מ'האט נישט געטוהן ביזנעס אויפן מאשינקעלע, און מ'מישט שנעל צוריק צו תשעה באב תשע"ג און מ'זעהט ר' חיים'ן זיצן ביי קינות און שיקן דזשאוקס פאר זיין גרופע! און די געלעכטערס זענען גרויס!


חיים איז ווייס! ער ווייסט שוין! ער הערט די גרויליקע געלעכטערס פון די חיות טורפות וואס ווארטן אים צו פארצוקן!


וואס ענטפערט מען?


וואס טוה איך דא? קוקט ער צום אנטוישטן סניגור וועלכער דרייט זיך אויך אוועק פון אים, נישט קענענדיג פארטיידיגן מער....


ר' חיים! וועקט אייך אויף! איר זענט נאך ביי די מעגליכקייט צו טוישן דעם דין למוטב!


לייגט אוועק די כלים ביים קינות זאגן! לאמיר נישט טעקסטן בשעת די שכינה הקדושה וויינט! די בושה וועט זיין עד אין לשער ווען מ'וועט דאס אויפשפילן אויבן. ווי אויפן קליינעם באנק זיצט ר' עקיבא מיט ר' ברוך און וויינען אויפן חורבן! און חיימ'ל שיקט טעקסט מעסעדזשעס מיט דזשאוקס!


דארף מען נאך עפעס זאגן?


מי לד' אלי? נעמט אייך פאר דאס איינע, אז ביים קינות זאגן וועט איר אויסלעשן דעם כלי! לאמיר מאכן א קידוש השם און ווייזן אונזער חלק פון קלאגן אויפן ביהמ"ק מיטן אוועק געבן א באקוועמליכקייט פאר צוויי שעה! קענט איר דאס באווייזן? אודאי!


לאמיר שפרייזן צוזאמען!!!


לאמיר אלע אויסבעטן די גאולה שלימה בקרוב.



(ביטע מפרסם זיין! אפשר וועט נאך איינער דערהערן)
This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it



www.ivelt.com/forum/download/file.php?id=49848

טעמע: ט' באב ח' אב התשע"ג 14:24 #18570

  • לטוב
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 67
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
  • קאָרמא: 0
עס איז אפשר פאסיג צוצולייגן וואס איז באקאנט פון הרה"ק פנחס מקאריץ זי"ע (אמרי פינחס ח"א אות שפ"א)
אז עס איז א עת רצון צו בעטן וואס מען דארף, בשעת מען זיצט אויף דער ערד,
ווער נאך ווי אונז זיצט אויף אזוי אויף דער ערד און ווייסט וואס צו בעטן.
"רבוש"ע הייב אוינז שוין אויף"

טעמע: ט' באב ח' אב התשע"ג 18:35 #18571

  • עבודת הבורא
  • איצטיגע שטרעקע: 1093 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל
  • קאָרמא: 10
שכח ר' לטוב פארן אהער ברענגן דער שיינער ארטיקל
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: ט' באב י' אב התשע"ג 08:29 #18577

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1

שכח ר' לטוב פארן אהער ברענגן דער שיינער ארטיקל

ענטפער: ט' באב ה' אב התשע"ט 18:04 #257750

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1101
  • האט שוין געלייקט: 5839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל
  • קאָרמא: 20
לטוב געשריבן on ח' אב התשע"ג 12:44:
זאס האב איך געקאפיד פון "אייוועלט" מיט א לינק צו א PDF, עס באלאנג היבש צו אונז:

מי לד' אלי?

איך וויל דא מעורר זיין דעם חשובן ציבור איבער א נושא וואס איז עומד על הפרק און פרעגן די הארבע אמת'ע שאלה: מי לד' אלי?


זענט איר באמת אן ערליכער איד אדער נאר ווען עס איז די רעדע פון יענעם? לאמיר זיך אליינס מעסטן!


עס איז אייך וואויל באקאנט און איר זענט אלע באהאוונט מיט די מערכה וואס אונזערע גדולים האבן אינטערגענומען קעגן טעכנאלאגיע, און בעיקר מיטן שוועריגקייט פון מבחין זיין צווישן די טומאה ווען יא מתיר צו זיין לצורך געשעפטן און די הררים תלויים בשערה ווען מ'קען ח"ו זינקען אין די קנ"ט שערי טומאה רח"ל.


מיר אלע וואס פארמאגן די כלים ווער מער און ווער ווייניגער האבן דעם תירוץ אז מיר מוזן עס האבן פאר געשעפטן און רעכטפארטיג אזוי! די רבנים האבן נאר געבעטן מ'זאל זיך צוימען אויף ווי ווייט מעגליך ווייל דאס איז א פייער וואס פלאקערט און איז מכלה נפש עד בשר.


***


דער הייליגער תנא רבי יהושע בן לוי האט געבעטן דעם מלאך המות ער זאל אים ווייזן זיין פלאץ אין גן עדן, און דער מלאך האט אים טאקע געפירט צום טויער פון גן עדן.


דער הייליגער תנא בעט פונעם מלאך זיין מעסערל און דער מלאך רע בעל כרחו עונה אמן ווייל דער תנא מיט זיין קדושה האט די כח צו באפעלן אויף א מלאך אויך.


מען קומט אן צום גן עדן, און דער הייליגער תנא זעהט דעם רוחניות'דיגן שיינהייט. ער זעהט די קדושה און עס ציהט אים מיט א קראפט! ער שפרינגט אריבער דעם צוים און רופט אויס א שבועה אז ער גייט נישט צוריק.


די הימלען רוישן! מלאכים לויפן! געוואלד וואס טוט מען? עס איז דאך נישט מן הסדר צו האבן א חי זיך ארום דרייען מיטן ארציות'דיגן גוף כאטש אויסגעלייטערט אזוי שטארק דא אין גן עדן.


דער מלאך המות ברומט און שוימט אויף דעם שפיל וואס ריב"ל האט מיט אים געמאכט און פארלאנגט מ'זאל אין שוין צוריק געבן דעם הייליגן תנא וועלכער האט זיך אזוי קונצליך ארויסגעדרייט פון זיין מעסער.


דער שאלה איז א פארוויקלטער און עס קומט אן פארן הייליגן כסא הכבוד, און אט איז דער פסק!


לאמיר קוקן אויב האט דער תנא אמאל זיך געלאזט מתיר זיין א שבועה, און אויב יא, קען מען דאס מאל אויך מתיר זיין און אים צוריק געבן צום מלאך אין די הענט, אויב אבער נישט, איז הדין עמו און מ'קען נישט צושטערן זיין שבועה.


וכך הוה, דער הייליגער תנא איז געבליבן פון די יחידי סגולה צו זיין לעבעדיג אין גן עדן.


***


עס איז יאר תתס"ה, דער אלטער ר' חיים ליגט על ערש דוי, בנים ובני בנים כשתילי זיתים באזארגט ארום זיין געלעגער, די דאקטורים זאגן אז מיט אלע טעכנאלאגיע אינאיינעם זעהט אויס ווי די מינוטן זענען געציילטע, און ר' חיים גייט זיך אפגעזעגענען פון דער נידעריגער וועלט.


די קינדער זאגן די פסוקי יחוד, פארשטייט זיך אז מ'זאגט עס אויף קליינע מאשינקעלעך ווי עס וועט דעמאלס זיין דער שטייגער, און מ'וויינט אויף די אבידה וואס מ'האט פארלוירן! ר' חיים איז נישטא ...


ר' חיים נאכן דורכגיין די שמערצן פון פירוד נשמה פונעם גוף, ער זעהט א שטארקע ליכטיגקייט, עס בלענדט אים די אויגן, ער קען נישט אהין קוקן! דאס ליכטיגקייט ציהט אים און ער ווערט אריינגעצויגן ווי אין א וועקיום פון שטראלן, און דערמיט ווערט זיין נשמה ארויסגעצויגן פון דעם שמאלן קליינעם גשר צר ווי ער האט זיך געפונען די לעצטע 120 יאר.


ער שפירט ער האט באגלייטערס וואס שטופן אים פאראויס און שלעפן אים צום ווייטן אויסגעפלאסטערטן וועג וואס ער זעהט, ער קען אבער נישט אידענטיפיצירן זיינע אונטערטראגער, זיי מאנעווירן ער זאל זיי נישט קענען זעהן.

אזוי שפאצירט ער שטיל א לאנגען וועג, ווען פלוצלינג זעהט ער זיך ארום גענומען מיט שרעקווארפענדיגע חיות און ברואים וואס ער האט נאך אזוינס אין זיין לעבן נישט געזעהן. ער ווערט שוואך פון טראכטן וואס די ברואים טוען דא? ער זעהט אלע קוקן צו אים! ער פאלט אונמאכט! מ'הייבט אים אינטער און א קול זאגט: ר' חיים! נישטא קיין צייט צו שטארבן דא! אונז דארף מיר לויפן! דער בי"ד ווארט!


עס ציטערן אים די מארעך אין די ביינער. ער ווייסט דאך יא אז עס איז ביטער! וואס טוט מען דא?


ער שטייט אין א ריזיגען מיילן ווייט אויסגעפלאסטערטן היכל מיט א ליכטיגקייט וואס לאזט נישט ארויף קוקן און ער ציטערט ווי א בלעטל ווען ער הערט אויסרופן: חיים בן גד קום אפגעבן דעם דין וחשבון...


וואס זאל איך אייך האלטן געשפאנט? הלא דברים ידועים אין די ספרי מוסר, עס סקרוכט אין די ביינער!


אבער אינדערמיט קומט ארויף אויפן טיש א דינער פלעט סקרין מלאך, מיט א טאטש סקרין קיעבארד און ער ווארפט זיך ווי א וויידל מיט א שרעקליכן צארנדיגן אויסזעהן, די מלאכים די הייליגע דרייען זיך אוועק פאר גרויל! זיי קענען נישט אנקוקן דעם צעריסענעם צעבראכענעם פארשמירטן מלאך, זעלטן זעהט מען דארט אזא קאליקע.


און דער בי"ד שרייט: ר' חיים! פארוואס האסטו געזינדיגט? פארוואס האסטו געהאלטן א כלי וואס האט דיר נאר געקענט אפילו גורם זיין לחטא?


ר' חיים שאקלט און ווארפט זיך און קוקט ארום אויב ער קען אנטלויפן און מיט גרויס פארכט מורמלט ער ארויס:


פאר ביזזזזזנננעעעס! כככהאב עס געדארפט פאר ביזזנעסס...


די ביזיונות זענען גרויס, אבער עפעס ענטפערט ער! דער סניגור שפרונגט אריין און עפנט אויף א בוך מיט קול קורא'ס און מ'לייענט פאר אז יא! חיים. איז גערעכט! פאר ביזנעס האט מען געמעגט האבן די כלים.


דער קטיגור שרייט: וואס ביזנעס? ווען ביזנעס? ער דערמאנט אים אפאר וועבזייטלעך וואס איז ווייט פון ביזנעס. און די בעסערע פון זיי זענען נייעס!


דער סניגור שרייט: די נסיונות זענען געווען גרויס! ער האט עס געהאט פאר ביזנעס און טאקע דערנאך מיאוס דורכגעפאלן!


וואס טוט מען דא? עס איז אן עולם האמת!!!


דער פסק קומט זייער שנעל:


זאל מען אפיר נעמען די ביכער און זעהן וואס ר' חיים האט געטוהן אין צייטן ווען מ'האט נישט געטוהן ביזנעס אויפן מאשינקעלע, און מ'מישט שנעל צוריק צו תשעה באב תשע"ג און מ'זעהט ר' חיים'ן זיצן ביי קינות און שיקן דזשאוקס פאר זיין גרופע! און די געלעכטערס זענען גרויס!


חיים איז ווייס! ער ווייסט שוין! ער הערט די גרויליקע געלעכטערס פון די חיות טורפות וואס ווארטן אים צו פארצוקן!


וואס ענטפערט מען?


וואס טוה איך דא? קוקט ער צום אנטוישטן סניגור וועלכער דרייט זיך אויך אוועק פון אים, נישט קענענדיג פארטיידיגן מער....


ר' חיים! וועקט אייך אויף! איר זענט נאך ביי די מעגליכקייט צו טוישן דעם דין למוטב!


לייגט אוועק די כלים ביים קינות זאגן! לאמיר נישט טעקסטן בשעת די שכינה הקדושה וויינט! די בושה וועט זיין עד אין לשער ווען מ'וועט דאס אויפשפילן אויבן. ווי אויפן קליינעם באנק זיצט ר' עקיבא מיט ר' ברוך און וויינען אויפן חורבן! און חיימ'ל שיקט טעקסט מעסעדזשעס מיט דזשאוקס!


דארף מען נאך עפעס זאגן?


מי לד' אלי? נעמט אייך פאר דאס איינע, אז ביים קינות זאגן וועט איר אויסלעשן דעם כלי! לאמיר מאכן א קידוש השם און ווייזן אונזער חלק פון קלאגן אויפן ביהמ"ק מיטן אוועק געבן א באקוועמליכקייט פאר צוויי שעה! קענט איר דאס באווייזן? אודאי!


לאמיר שפרייזן צוזאמען!!!


לאמיר אלע אויסבעטן די גאולה שלימה בקרוב.



(ביטע מפרסם זיין! אפשר וועט נאך איינער דערהערן)
This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it



www.ivelt.com/forum/download/file.php?id=49848

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: ט' באב ה' אב התשע"ט 18:07 #257751

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 522 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1126
  • האט שוין געלייקט: 877 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2128 מאל
  • קאָרמא: 50
ייש"כ יחיאל פארן ארויפברענגן!

ענטפער: ט' באב ה' אב התשע"ט 18:58 #257754

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 483
  • האט שוין געלייקט: 465 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1160 מאל
  • קאָרמא: 6

נעבעך אזוי גערעכט....
עס שוידערט..... 
מען דארף זיך נעמען אין די האנט אריין....

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: ט' באב ח' אב התש"פ 13:55 #267871

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 522 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1126
  • האט שוין געלייקט: 877 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2128 מאל
  • קאָרמא: 50

ארויף לכבוד תשעה באב.

ענטפער: ט' באב ט' אב התש"פ 13:32 #267881

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 251 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 709
  • האט שוין געלייקט: 664 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1490 מאל
  • קאָרמא: 53
אונז זענען אייביג צוגעוואוינט צו זאגן אז מיר דארפן זיך לאזן פירן פון אויבערשטן, און וויאזוי דער אויבערשטער טוט איז גוט, אבער היינט איז תשעה באב, די מצוות היום איז צו קלאגן און וויינען אויפן חורבן בית המקדש, זיי אויף די אייגענע צער וואס מען גייט אדורך, און סיי אויף דעם אויבערשטנ׳ס צער.
איז וויאזוי מאכט מען דאס און מען שרייט נישט אז דאס איז די רצון השם און ממילא איז דאס גוט, און איך בין פרייליך און צופרידן מיט דעם ?

איך וועל מיר פרובירן צוזאמען צו נעמען און ארויסשרייבן דער געדאנק וואס עס ווערט געברענגט אין ספה"ק, איבער דען ענין פון קלאגן אויפן חורבן ביהמ"ק.
אז מען איז מעיין אין די עברי טייטש פון איכה זעהט מען א אינטרעסאנטע זאך, אין יעדע קאפיטל וויפיל מען רעדט פון די שווערע צייטן וואס מען איז אריבער, ענדיגט מען צו מיט ווערטער אז עס גייט נעמען א עק, און די גוים וועלן טייער באצאלן פאר דאס וואס זיי האבן געטוהן, און אונז אידן וועלן צוריק דערהויבן ווערן, און ווערן צוריק נאנט צום אויבערשטן.

דאס קומט אונז צו לערנען אז דער ענין פון קלאגן אויפן חורבן ביהמ"ק מיינט נישט באוויינען די מצב, נאר
עס מיינט בענקען צום תכלית, בענקען צום תיקון השלם, בענקען צום הגלות מלכות שמים אויף די וועלט.
ווען נישט אז דער אויבערשטער זאגט אונז צו אז ער גייט אונז צוריק נעמען, און ער גייט אויפבויען דעם דריטן ביהמ"ק, וואלטן מיר שוין פון לאנג געווען בארואיגט, און געלעבט דא אין גלות מיט א רואיגקייט, אזוי ווי להבדיל דער גוי וואס קומט ממקורו פון פרס, בענקט זיך נישט קיין פרס, דער וואס קומט ממקורו פון רוים בענקט זיך נישט קיין רוים, זיי קענען נישט יענע שפראך אפילו, און זיי גייען נישט אנגעטוהן מיט די קליידונג פון יענע מדינה, נאר זיי האבן זיך איינגעלעבט אין זייער נייע פלאץ, און דאס איז זייער לאנד, זייער פלאץ, און זיי זענען צופרידן.

משא"כ דער איד להבדיל אלף אלפי הבדלות, ער גייט אנגעטוהן אנדערש ווי דער גוי, ער רעדט אנדערש פון דעם גוי, ער טראכט אנדערש פון דעם גוי, זיין גאנצער מהלך החיים איז אנדערש פון דעם גוי, ווייל ער ווייסט איך בין נישט יעצט אויף מיין פלאץ, איך באלאנג צום אויבערשטן, איך בין דעם אויבערשטנ'ס קינד, און איך וויל צוריק גיין צו אים.

אפילו אז יעצט ווען איך בין דא פיר איך מיר אויף אזוי ווי איך פיר מיר אויף, ולב יודע מרת נפשו, און ער פאלט אדורך מיט זיינע זאכן, אבער ער הייבט אויף זיינע אויגן צום אויבערשטן, און מיט א בליק פון ליבשאפט און בענקשאפט, זאגט ער טאטי איך בין דיינס, איך בין נישט ווי דער גוי, און דערביי גליטשט זיך אראפ א טרער פון זיינע אויגן, פון גרויס בענקשאפט.

און די זעלבע צייט זאגט דער אויבערשטער אויף פארן איד, איך בענק צו דיר די זעלבע וואס דו בענקסט צו מיר, און אפילו נאכמער, זארג זיך נישט עס וועט קומען די צייט וואס איך וועל זאגן "עד כאן" גענוג געווען דערווייטערט פון מיר, עס איז צייט אויפצושטיין צו עבודת הבורא, איך נעם ענק צוריק צו מיר אהיים, און יא איך קען ענק צוריק נעמען, עס איז געקומען דער צייט צו וידעת כי שלום אהלך מען גייט צוריק בויען אונזער הויז אזוי ווי פריער, און די גאנצע וועלט וועט וויסן אז "אין עוד מלבדו" עס איז נישט דא גארנישט נאר דער אויבערשטער אליין, און ווער איז דעם אויבערשטנ'ס קינד ? "בני בכורי ישראל" זעה מיין טייערע קינד דו ביסט מיין בכור מיין איינציג קינד.

דאס איז די עבודה פון די היינטיגע טאג, ווען מיר ליינען דאס וואס איז פארגעגאנגען אין יענע צייטן, ווי דער איין איינציג קינד פון אויבערשטן איז געווארן אפגעריסן, אויף אזא שווערע אופן פון זיין טאטן, און די הסתרה איז געווארן אזוי גרויס, שרייט זיך ארויס פון טיפעניש פון הארץ, צמאה לך נפשי כמה לך בשרי בארץ ציה ועיף בלי מים, איך בענק אזוי צו דיר ליבער טאטע, איך וויל אזוי שטארק זיין נאנט צו דיר, קום טאטי לאמיר זיך אראפ זעצן אינאיינעם און וויינען פון בענקעניש, און פון האפענונג, אז מיר זאלן שוין זעהן דעם אמת'דיגן קשר צווישן מיר און דיר.

שוין איך קען מער נישט שרייבן עס רינען מיר די טרערן, האטס אלע א גרינגע תענית און אחכה לו בכל יום שיבוא​
טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: ט' באב י"ב אב התש"פ 22:18 #267894

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 55
  • האט שוין געלייקט: 88 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל
  • קאָרמא: 3

מורא'דיגע דיבורים.
לפי זה קען מען זייער גוט פארשטיין דעם כל המתאבל על ירושלים זוכה ורואה בשמחתה.
ווייל דער גאנצער מתאבל על ירושלים, איז דאך נאר צוליב דעם זוכה ורואה בשמחתה. ממילא איז דאס די ריכטיגע תוצאה פונעם אבילות.. והבן.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 0.91 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא