ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: פליגער מיט 163 פאסאדשירן פארשוואונדן 396 באזוכער

פליגער מיט 163 פאסאדשירן פארשוואונדן ו' טבת התשע"ה 17:45 #236295

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 625
  • האט שוין געלייקט: 533 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
  • קאָרמא: 27
בעזהשי''ת

אלע נייעס קוועלער זענען יעצט אויף מיט די ברעכעדיגע נייעס, א פליגער מיט 163 פאסאדשירן דערויף זענען פארשוואונדן געווארן פונעם האריזאנט אן געבן אפילו א מעלדונג דערויף, די קאווע שטיבלעך אין די בתי מדרשים זענען פיל מיט דעבאטירער, זה בונה וזה מפרק, מען באהאנדעלט די טעמע ווי די שווערסטע סוגיות אין ש''ס, מען לאזט נישט אויס קיין איין פארשטופטע מיינונג פון סיי וועמען, יעדן ציגאנער פון סיי וועלעכע נייעס סטאנציע זאגט מען נאך כאילו מען רעדט יעצט פון עפעס א גדול בישראל, ווי קען זיין אז א פליגער זאל פארשוואונדן ווערן שוין צום צווייטן מאל אן קיין שום שפירונג נאך זיך, איז מען נישט יעצט אין יארע 2014? יעדער פרובירט ארויסצוווייזן זיינע קענטעניסן אין פליגער'ס, טייל האבן נאך ניטאמאל געזעהן א פליגער פון די נאנט, אבער א מבין איז ער, דער סך הכל איז אז יעדער ברעכט זיך די קאפ וויאזוי האט דאס פאסירט.

אסאך טינט גייט זיך נאך גיסן איבער די טעמע, פולע בלעטער וועט נאך ווערן אפגעשריבן אין די צייטונגען, באגלייט מיט אנאליזן, און דעבאטעס, מיט בילדער, אזש אפילו אונזער יוגענט זאל נישט פארפאסן און מיטהאלטן פונקטליך וואס דא האט פאסירט, הלמאי זיין חבר יענקי אין חדר וועט וויסן פונקטליך די נייעס און ער נישט?
דער באקאנטער קול שטעלער ביים היימישן גאס קול מבשר האט שוין אינטערוויאוט אפאר חברה, עס קאכט זיך א קאשע, עס וועט נישט אזוי שנעל אראפגיין פון טיש, מען וועט נאך אפירזוכן עפעס א איד אינעם ווייטען אינדאניזיע וואס זאל געבן אן אינטערוויאו, זארגט אייך נישט ליוו איט פאר די פראפעשענאלס.


אבער פאמעליך, הונדערטער פליגער'ס ווערן פארשוואונדן יערליך מיט אידישע פאסאדזשירן דערויף, ערגעץ ווייט אוועק אינעם אינטערנעטישן ים, ואין פוצה פה ומצפצף, איז דאס נארמאל? שטייען הונדערטער טאטעס און מאמעס און וויינען נאך זייערע קינדער, זיי זענען ערגעץ וואו אוועקגעפארן פונעם אידישן וועג, און פארשוואונדן געווארן ערגעץ אויפן אינטער געוועב, אין נישטא קיין קול מבשר אינטערוויאוס, נישטא קיין קרעמלעך אין די קאווע שטיבער, די צייטונגען זענען געדעקט יעדע וואך מיט אנדערע נערישע ארטיקלען, אבער איבער אונזערע אידישע ברודער וואס זענען נעבעך פארשוואונדן געווארן פונעם אידישן האריזאנט, מאן דכר שמיה, זאג נאר זענען די 163 אראבער וואס זענען געווען אויפן פליגער מער ווערט ביי דיר ווי די טויזענטער אידישע קינדער וואס זענען נעבעך אויף א פליגער וואס טראגט זיי גיי ווייס וואו? וואס טוט זיך מיט די טאטעס און מאמעס וואס באנעצן זייערע קישענעס ביינאכט און ווייסן נישט ווי זייער קינד געפונט זיך יעצט, אפשר קען מען איינעם ארויפברענגן אויף א אינטערוויאו, אדער אפשר קען איינע פון די אזוי גערופענע צייטונגען פון די אלוועלטליכע אידנטום האבן עפעס א באשרייבונג דערוועגן, און אונז מיטטיילן יעדע וואך ווי דעס האלט, איז עס נישט מער נייעס ווי דער פליגער וואס טייל קענען ניטאמאל ארויסזאגן די שטאט פון ווי עס איז ארויסגעפארן?


אבער איך בין נישט דא יעצט איבערצומאכן די שריפטשטעלער אין די צייטונגען, און נישט די באגאבטע אינטערוויוערס אויף קול מבשר, און אויך נישט די היציגע קעפלעך אין די קאווע שטיבלעך, מיר האבן דא א חשובע קהילה, מיט טייערע מיטגלידער וואס פארן אויף א פליגער וואס איז פארשוואונדן געווארן פונעם אידישן וועג, און מיר ווייסן שוין אז מיר זענען נישט ריכטיג געפארן, און טייל זוכן נאך דעם וועג צוריק, און טייל האבן שוין אפשר געטראפן דעם וועג צוריק, און טייל רעדן זיך נאך איין אז זיי האבן דעם וועג צוריק, אבער הצד השוה בזה, מיר ווייסן אלע גוט וואס האט אונז געפירט אהין, מיר דארפן נישט ווארטן עטליכע חדשים ביז מען וועט טרעפן אונזער שווארצן קעסטל, און עס אויסהערן, לב יודע מרת נפשו, איעדער דא פון אונז האט זיין שווארצן קעסטל ביי זיך אין הארץ, און ווייסט פונקטליך וואס האט אים געפירט דרום.


עס דערמאנט מיר די מעשה מיטן דובנער מגיד, איך וועל עס אביסל מער מרחיב זיין, און צו ווארפן אפאר צוקערלעך צום משל און צום געדאנק, איך האף ער וועט נישט ברוגז זיין אויף מיר.

עס איז געווען אמאל א בעקער וואס איז געשטאנען אפאר שעה אין אפגעבאקן א קוישל מיט בייגלעך, דערנאך האט ער זיך געשטעלט מיט זיין קוישל אנגעפילט מיט בייגלעך אויף די מארק, און געווארט אז די קונים זאלן קומען קויפן, אינמיטן קומט צו א לץ, און ער פרעגט דעם משה'לע בעקער, זאגמיר, וואס דארפסטו פאר די גאנצע קוישל מיט זעמלעך?
דער משה'לע בעקער שארט זיך די הענט, אויף אזאנס האט ער זיך נישט געראכטן, פארקויפן אלע בייגלעך אויף איינמאל, זאגט ער אים פאר 2 רובל גיבט ער אים די גאנצע קוישל, רופט זיך אן דער לץ צו אים, ווייסטו וואס, מאך מיר א געשעפט, דו עסט אויף די גאנצע קוישל מיט בייגלעך, און איך געב דיר נאכדעם 2 רובל,
דער משה'לע טראכט נישט קיין צוויי, ער גייט דא זאט ווערן און נאך באקומען באצאלט דערפאר, ווי דא בעסער'ס פון דעם? אומר ועושה, ער הייבט אן אריינהאקן בייגל נאך בייגל, ער טראסקעט אריין וויפיל ס'גייט, און דער לץ הרגע'ט זיך פאר געלעכטער, אזש ער ווערט שיעור דערשטיקט, און דער בעקער קוקט נישט אויף גארנישט, ער ווייסט אז ווי נאר ער ענדיגט באקומט ער 2 רובל, ער שטופט אריין די לעצטע איבערגעבליבענע בייגלעך, ממש בשארית כוחותיו, מיט די געוואלד רוקט ער זיי אריין, ער האלט שוין ביים לעצטן בייגל, און דער לץ הייבט פוס אין טראגט אפ פון דארט, נישטא קיין רובל נישטא קיין בייגלעך און דער לץ האט געהאט א גוטן טאג אויפן חשבון פונעם בעקער,

אבער דער לץ איז נאכנישט צופרידן, ער שטעלט זיך אפאר גאסן אהינצור, ער נעמט צונויף אפאר מענטשן און ער ווייזט זיי צו זיין שפיצל וואס ער האט נארוואס פארענדיגט מיטן בעקער, און ווי גוט דאס איז געלונגען, אלעס שטייט אין לאכט פונעם בעקער, און דער בעקער שטייט אזוי רויט אינמיטן גאס פארשעמט, דערנידערט, און צוטראגן, זעמלעך האט ער מער נישט, קיין רובל האט ער נישט געקריגן, חוזק איז ער, און יעדער לאכט פון אים, נו ער מאכט זיך א חשבון דא וויינען יעצט ברבים האט דאך נישט קיין פשט, ער וועט דאך נאר ווערן מער צושפאט, ער הייבט פיס אין אנטלויפט, און ער וויינט ביי זיך אינערליך אין הארץ ביז ער כאפט א הארץ אטאקע, און פון אונזער באליבטן בעקער בלייבט א גרויסן שטיין אויפן אלטן בית החיים.

דער דובנער מגיד לייגט דאס אראפ אויפן יצר הרע, אבער מיר וועלן דאס אביסל מרחיב זיין און ברייטער אויסשמועסן לויט אונזער מצב והוא רחום יכפר.

אונז האב מיר אלע אין זיך גאר טייערע כלים, די אויגן די מחשבה, די הענט דער גוף, דער אות ברית קודש, און מיר גייען דאס קענען גאר גוט פארקויפן נאך אונזער 120, ווען מיר וועלן זיין ביים בית דין של מעלה, מיר וועלן צוצייגן וויפיל ראיות אסורות מיר האבן פארמיטן, וויפיל מאל מיר האבן זיך איינגעהאלטן פון קוקן ווי מטאר נישט, וויפיל מאל מיר האבן זיך איינגעהאלטן פון מוציא זיין ז''ל, דאס אלעס גייען מיר קענען גאר גוט איינקעשן אויבן אין הימל, אונז גיי מיר האבן גאר גוטע סחורה צו פארקויפן דארט אויבן, די פריערדיגע דורות האבן נישט געהאט אזעלעכע קנאקעדיגע סחורה וואס מיר האבן היינט, ביי זיי איז נאכנישט געווען קיין אינטערנעט, די גאס איז נאכנישט געווען אזוי געמיין ווי היינט, נו קען דען אונזער אלטער נער שטיין פון דערווייטענס און דאס צולאזן?

שטייט דער לץ, און באט אונז אן א געשעפט, מיר זאלן אים פארקויפן אונזערע אויגן מיט אונזער מחשבה, מיט אלע אונזערע כלים, אין ער וועט באצאלן די גוטע הנאה וואס מיר וועלן האבן פון די מעשי עבירה, און ער לייגט נאך אראפ ווי גוט דאס איז ווי דער וועלט זאגט שוחט אמאי מחייב, משום צובע, נא, אויב לאזן מיר זיך איינרעדן פון דעם לץ און מיר פאלן נעבעך אדורך, שטייט דער לץ אינדערזייט אין הרגעט זיך פאר געלעכטער פון אונז, און אונז עס מיר אויף איין בייגל נאך דער אנדערע ביז דער לץ זעהט מיר האבן שוין אויפגעגעסן אלע אונזערע אברים, מיר האבן שוין גארנישט צו פארקויפן נאך די 120, מאכט ער פליטה,
און ער איז נאכנישט צופרידן, ער רוקט אונטער אפאר מענטשן זיי זאלן מיטהאלטן מיט אונזער דורכפאל, און פארשטייט זיך ער הארגעט זיך פאר גלעכטער אינדערזייט, און מיר ווערן ביטער פארשעמט און אנידערגעשלאגן, און עס קען זיך דערנאך ענדיגן פאטאל,

מיר דארפן וויסן אז אויב האלטן מיר נאכנישט ביים מצב פון אויפגעגעסן אלע בייגלעך, דעמאלטס דארפן מיר זיך באצייטנס כאפן, און זיך אפטראגן פון דעם לץ און ראטעווען וויפיל מיר קענען, און אויב זענען מיר שוין מיט א ליידיגן קויש, לאז דיך נישט פון דעם לץ, ער וויל דיך יעצט זעהן אין דער ערד, אזוי וועסטו נישט קענען תשובה טוהן אין די וועסט בלייבן מיט א ליידיגן קויש, ער וועט אוודאי אונטערשיקן דיין ווייב אדער א צווייטען וואס זאל אויסגעפונען וואס דו האסט געטוהן, אזוי וועסטו בלייבן אנידערגעשלאגן, און עס וועט בלייבן פון דיר היסטאריע,
לאז דיך נישט פון אים, וויאזוי פלעגט מיר א איד זאגן, ווען איך וואק אריבער מיינע שונאים מאך איך זיכער צו שמייכלן, זיי זאלן נישט הנאה האבן פון מיין דורכפאל, פלאצן זאלסטו נישט איך.

מען שמייכלט, און מען גייט צוריק צום קיך, מען פארקנעט א פרישן טייג, און מען מאכט פרישע בייגלעך, און דאסמאל וועלן מיר זיך שוין נישט לאזן פון דעם ציגאנער, מיר האבן גוטע בייגלעך און מיר דארפן דאס גוט היטן אויף נאך די 120 ווי מיר וועלן דאס קענען פארקויפן פאר גוט געלט, בכל יום יהיו בעניך כחדשים, יעדן טאג האב מיר א נייע שיפמענט מיט בייגלעך, און מיר וועלן דאס גוט פארקויפן אי''ה.


א לעכטיגן טאג
אייער פריינט, עד כאן (משה'לע)

פליגער מיט 163 פאסאדשירן פארשוואונדן ו' טבת התשע"ה 21:20 #236300

  • בן למקום
  • איצטיגע שטרעקע: 40 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 394
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 2
דברים כדרבונות!
נישטא וואס צוצולייגן,

פליגער מיט 163 פאסאדשירן פארשוואונדן ו' טבת התשע"ה 21:34 #236301

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
שלום עליכם "עד כאן" ["משה'לע" בלשון חביבות]

שוין טאקע לאנג נישט געטראפן דאהי

דיינע ווערטער זענען זיס ווי האניג

דיין משל שטארקט מיך גאר שטארק און עס גיבט קלארקייט צו אונזערע שווערע נסיונות

געב מער אפט ווייל ס'איז א געוואלדיגע זכות

עד כאן געשריבן:

עס דערמאנט מיר די מעשה מיטן דובנער מגיד, איך וועל עס אביסל מער מרחיב זיין, און צו ווארפן אפאר צוקערלעך צום משל און צום געדאנק, איך האף ער וועט נישט ברוגז זיין אויף מיר.


ברוגז מאן דכר שמי'
לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז די נשמה פון דובנא'ער מגיד האט אריינגעגעבן אין דיר, די ריכטיגע משל צו אונזער היינטיגע מצב
נאכדערצו ווען די זאגסט עס נאך בשם אומרו און די ביזט נאר מוסיף מדילך, אן משנה זיין פון זיין עצם משל איז עס זיכער לנחת רוח פון הייליגן דובנא'ער מגיד

עס איז באקאנט אז דער דובנא'ער מגיד פלעגט ארומפאהרן און די שטעט און דערפלעך צו זאגן מגידות, און ער פלעגט ציען חיונה דערפון וואס מענטשן פלעגן איהם שטיצען
ויהי היום און דער דובנער מגיד קומט אן און א שטאט און ער טרעפט צעטליך אז דער דובנא'ער מגיד איז דא אין שטאט און גייט רעדן היינט נאכט, און ער האט פארשטאנען אז עמיצער א שווינדלער פראבירט צו פארדינען אויף זיין חשבון, און געבט זיך אן אלס דובנא'ער מגיד, האט דער אמת'ער דובנא'ער מגיד באשלאסן אז ער וועט קיינעם נישט זאגן ווער ער איז, און ער וועט קומען ביינאכט צום דרשה פונעם פאלשן מגיד און זעהן ווער דאס איז, און וואס ער פארקויפט
צום באשטימטע צייט האט זיך די שטאטישע שוהל אנגעפיהלט מיט מענטש גרויס און קליין און דער אמת'ע מגיד האט זיך אויך געזעצט צווישן עולם, און דער פאלשער מגיד קומט אריין און דער עולם שטעלט זיך אויף און ער טרעט צו צום בימה, און דער אמת'ער מגיד דערקענט אז דער פאלשער מגיד איז נישט מער און נישט ווייניגער נאר זיין געוועזענער גבאי און באגלייטער, וועלעכע האט זיך אנגעהערט מיט אסאך משלים און יעצט גייט ער ארום און ער פארקויפוט זיי ווי כאילו ער איז גאר דער בעל מחבר דערפון..... אבער דער מגיד מיט זיין גרויס צדקות האט זיך געמאכט ווי כאילו ס'איז גארנישט
דער פאלשער מגיד האט תיכף באמערקט זיין שרעקליכע בראך אז דער אמת'ע מגיד זיצט דא בתוך הנאספים און ער איז געווען זייער פארלוירן, און מיט א שטאמלדיגע לשון האט ער פראבירט צו זאגן זיין מגידות, אבער עס איז איהם שווער אנגעקומען
דער הייליגער דובנא מגיד בגודל צדקתו האט באשלאסן איהם צו העלפן און ער האט איהם אונטערגעזאגט דא און דארט אזוי ביז ער האט געקענט רעדן געהעריג זע'ענדיג אז דער מגיד שפילט מיט מיט איהם
צובילעך האט דער פאלשער מגיד זיך געפיהלט גוט אז ער זאגט אזוי פיין, האט ער באשלאסן אז ער וועט ווייזן פאר'ן דובנא'ער מגיד אז ער זאגט נישט נאר נאך זיינע משלים, נאר ער זאגט אייגענ'ס אויך, האט ער אנגעהויבן צו פארבריצירן זיינע אייגענע תורות און משלים, און ער האט דאך נישט געקענט, איז ער ווידער פארפלאנטערט געווארן און דאן האט ער אזוי געקוקט אויפן אמת'ע מגיד ער זאל איהם העלפן...
אבער דער מגיד האט באשלאסן אז ווילאנג ער זאגט נאך נאך מיינע אמת'ע רייד וועל איך איהם העלפן.... ווייל וואס א חילוק ווער עס זאגט, אבי דער אמת ווערט דערהערט.... אבער אז ער הייבט אן פארקויפ זיינע אייגענע תורת לאקשן בשם דובנא'ער מגיד דאן איז שוין נישט שייך ער זאל איהם העלפן...
דער פאלשער מגיד איז געבליבן שטיין שטיל און פארלוירן און דער גאנצער עולם האט געכאפט וואס דא גייט פאר, און מ'האט פארבעטן דעם אמת'ן מגיד אז ער זאל ארויפגיין און איבערנעמען די בימה!!!!
דער מגיד האט אנגעהויבן זיין דרשה מיט א משל כדרכו בקודש!!
אמאל איז געווען צוויי ברודער'ס איין ברודער איז געווען גאר א גרויסע עושר, ווידעראום דער אנדערער איז נעבעך געווען א בלוטיגע ארימאן, דער רייכע ברודער האט זיך קיינמאל נישט וויסענדיג געמאכט פונעם ארימען ברודער
אבער ווען עס איז געקומען אז דער רייכע ברודער האט געהאלטן ביים חתונה מאכן זיין איינציג קינד, איז דער ארימער ברודער געווען זיכער אז צו די חתונה וועט איהם די ברודער זיכער רופן, און ער האט זיך געלאזט אויסהונגערן, כדי אז אויף די חתונה וועט ער דאך האבן סעודת שלמה בשעתו און עס איז ממש א שאד צו עסן די פאר טעג פאר די חתונה....
ויהי היום עס איז שוין די חתונה און די ברודער האט איהם פשוט נישט גערופן צו די חתונה... די צער און עגמת נפש איז געווען גאר גרויס, און די הונגער האט נאך צוגעגעבן צו אלעם, אזש ממש ער האלט עס נישט אויס
ער האט נישט קיין פרוטה צו די נשמה, און קיין עסן אויך נישט, און ער ווייסט נישט וואס צו טוהן פאר הונגער און צער, ער זוכט און נישטערט און אלע שופלאדן אפשר דאך וועט ער עפעס טרעפן ביז ער האט געטראפן א צוויבל
האט ער עס מיט שנעלקייט אויפגעגעסן, און די הונגער האט ווייטער געריסן, האט ער ווייטער געזוכט און געטראפן א קנאבל, און עס אויך אויפגעגעסן, און ער לייגט זיך אויפן שטרויענעם מאטראץ וויינענדיג אויף זיין ביטערע גורל....
נאך די חופה כאפט זיך דער רייכער ברודער אז ער האט גאר פארזעהן צו רופן זיין ארימע ברדער צו די חתונה, ס'איז נישט שיין, די גאנצע שטאט באקומט א רייכע סעודה און נאר זיין ארימע ברודער נישט??!! שנעל שיקט ער א שליח זאל שוין ברענגען דעם ברודער
דער ברודער ווען ער הערט אז מ'רופט איהם איהם ווערט איהם לעכטג פאר די אויגן און מיט איין שמחה קומט ער אן אין זאל, און די רייכע ברודער אנטשולדיגט זיך און ער הייסט מ'זאל איהם סערווירן פונעם שענסטן אין בעסטן, חלה, ברוינפן, וויין זופ, פלייש, קוגל, גרינצייג, קאמפאט, אייז קרעם.... און ער האקט שטיקער אז ס'גייט א רויעך.....
פארשטייט זיך אז נאכן הונגערן א וואך און אויף א ליידיגע מאגן ריקט מען אריין א פארדארבענע צוויבל און א פארשימעלטע קנאבל, און דערנאך אויף דעם א רייכע סעודה, האט די מאגן זיך אנגעויבן צו דרייען ביז.... דער ארימער ברודער האט אנגעהויבן צו ברעכן אין זאל....
דער מחותן דער רייכער ברודער איז געקומען צו לויפן מיט א שיסל און אונטערגעהאלטן, ווילאנג דער ברודער ברעכט אזוי אויס אויף צוריק-צו-וועגס די אייז קרעם, קאמפאט, גרינצייג, קוגל, פלייש, זופ, ברוינפן, פיש, חלה!!
און דער רייכע ברודער ציהט אוועק די שיסל.... שרייט דער ארימער ברודער... איין מינוט עס קומט נאך קנאבל מיט צוויבל......
זאגט די רייכע ברודער... ווילאנג די ברעכסט מיינס, וועל איך דיר אונטערהאלטן...... אבער אז די ברעכסט שוין דיין אייגענס דאן האלט דיך אליין אונטער
והנמשל מובן מאיליו


און צו דיר עד כאן, אז די זאגסט אז עס דיין אייגענ'ס און די נאר'סט נישט קיינעם אז עס קומט פונעם מגיד, דאן איז נישטא וואס ברוגז צו זיין
אפשר וועסטו זיך דארפן אליין אונטערהאלטן, אבער די זאגסט גוט, דארפסטו נישט באזארגט זיין
לעצט פארראכטן: ו' טבת התשע"ה 21:37 דורך בשמחה תמיד.

פליגער מיט 163 פאסאדשירן פארשוואונדן ו' טבת התשע"ה 22:59 #236308

  • גוטער איד
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 147
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
  • קאָרמא: 0
ישר כח

פליגער מיט 163 פאסאדשירן פארשוואונדן ז' טבת התשע"ה 04:07 #236312

  • עבד השם
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 829
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
  • קאָרמא: 1
שפתים ישק
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.40 סעקונדעס

Are you sure?

יא