ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: וואס מיינט ווערן נאנט צום אייבערשטן 1092 באזוכער

וואס מיינט ווערן נאנט צום אייבערשטן ט' ניסן התשע"ו 17:44 #244488

  • מלחמת חיים
  • איצטיגע שטרעקע: 257 טעג
  • OFFLINE
  • פארבאטן
  • מעלדונגען: 96
  • האט שוין געלייקט: 46 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל
  • קאָרמא: 2
קודם לאמיר אנפאנגען מיט א שבח והודיה צום אייבערשטן אז ער האט מיר געהאלפן ביז יעצט, איך פיל ווי וואס א טאג מער עס גייט אדורך ווער איך מער און מער קלארער אין מיין קאפ צו וויסן און אוסצופירן די תכלית אויף וואס איך בין באשאפן געווארן, איך פיל א געוואלדיגע צופרידנקייט און א געוואלדיגע שמחה פון יעדע מינוט וואס איך האב די זכיה אריינצואטעמען די פרישע לופט וואס השי"ת האט באשאפן, איך פיל גוט פון מיר אליין און פון דעם אז דער אייברעשטער האט מיר באשאפן אלץ א בריה בכלל, ובפרט אז איך בין א חלק פון די הייליגע כלל ישראל, וואס השי"ת האט אויסגעוועלט מער פון אלע פעלקער.

איך האב געוואלט מעורר זיין א נקודה וואס איך זעה אז געוויסע מענטשן זענען זיך טועה, און איך וויל דאס אביסל אויסשמועסן ברבים, עס קען זיין א געוואלדיגע תועלת פאר אלע וואס וועלן דאס ליינען.

מאנכע שרייבן אסאך מאל "איך פיל אז איך ווער נאנטער צום אייבערשטן מער און מער", אדער שרייבט מען "לעצטענס איז מיין קשר צו השי"ת געוואלדיג", האב איך געוואלט אויסשמועסן בעז"ה וואס מיינט דאס אז מען איז נאנט צום אייבערשטן און וואס מיינט מען איז דערווייטערט פון אייבערשטן.

מאנכע מיינען אז נאנטקייט צום אייבערשטן איז "נאר" בשעת די געפילן זענען אנגעצונדן, מען מיינט אז נאנטקייט צום אייבערשטן איז א געפילשע זאך, דהיינו למשל מען פאנגט אן צו טראכטן פון די גרויסקייט פון באשעפער און מען איז מעורר אין הארץ א געפיל צו אט דעם גרויסן באשעפער, און די געפילן ווערן אנגעצונדן און מען רעדט צום אייבערשטן, צו מען פילט אז מען גיט אים איבער די גאנצע לעבן וכו' מען שפירט ווי ער האט מיך ליב, און דאס איז געוואלדיג מעורר די געפילן און מען פילט מען איז נאנט צום אייבערשטן, יעצט ווען ער ווערט פארנומען מיט זיינע אייגענע געברויכן און ער פילט נישט אט די נאנטקייט מיינט ער אז ער איז מרוחק פונעם אייבערשטן.

דאס איז א טעות גמור, אוודאי בשעת מען צינדט אן די געפילן צו השי"ת איז מען מקיים די מצוה פון אהבת ה' פון אמונה פון דביקות און נאך פארשידענע מצות, אבער די סיבה אז בשעת מעשה איז מען נאנט צו השי"ת איז נישט ווייל איך שפיר א נאנטקייט, עס האט גארנישט מיט דיין שפירן נאר די סיבה פון דיין יעצטיגע נאנטקייט ווייל די ביזט יעצט מקיים די מצוה פון אהבת ה'.

לאמיר דאס בעסער מסביר זיין, די דריטע אני מאמין איז "אני מאמין באמונה שלימה שהבורא ית"ש אינו גוף ולא ישגיהו משיגי הגוף", די אלע געפילן וואס א מענטש האט דאס זענען משיגי הגוף, און דאס זענען דמיונות פונעם מענטש, סיי ווען ער שפירט אז ער איז נאנט צום אייבערשטן און סיי ווען ער שפירט דערווייטערט פון אייבערשטן דאס זענען אלעס זיינע אייגענע משיגי הגוף עס מיז נישט מיינען אז עס איז טאקע ריכטיג, ווייל די קשר וואס א מענטש האט מיט השי"ת איז נישט קיין גשמיות'דיגע קשר, נאר א רוחניות'דיגע קשר א נשמה'דיגע קשר וואס האט נישט קיין שייכות מיט משיגי הגוף.

ווי אזוי קען א מענטש יא וויסן צו ער איז נאנט צום אייבערשטן אדער ח"ו נישט ?

איך בין אמאל אריין צו א גרויסע מקובל פון די צדיקי דורינו, אינמיטן שמועס פרעג איך אים, פון ווייס איך וואס עס איז רצון השם, וואס השי"ת וויל פון מיר, האט ער מיר געזאגט אז א מענטשליכע שכל קען נישט שפירן און וויסן דורך זיין אייגענע שכל וואס איז רצון השם, ווייל די רצון השם באמת איז למעלה למעלה מהשגתינו, נאר וואס דען השי"ת האט אונז געגעבן א תורה, און דארט האט ער פונקטליך געשריבן וואס עס איז זיין רצון, און ווי לאנג א מענטש האלט זיך צו די חוקי התורה, טוט ער רצון השם, און אויב נישט קען ער האבן די בעסטע הסבירם און פשטלעך, מיט רצון השם האט דאס נישט קיין שייכות.

איך וועל דאס מסביר זיין בדרך משל, א איד וועט טראכטן פון השי"ת גאר שטארק און ער וועט מעורר זיין זיינע געפילן ער וועט שפירן זיין אהבה צום אייבערשטן און דעם אייבערשטנס אהבה צו אים, ממש ער וועט פלאקערן פאר אהבה און געפיל צום אייבערשטן, און בשעת מעשה וועט ער עסן א שטיקל חזיר פלייש, היעלה על הדעת אז ער איז יעצט נאנט צום אייבערשטן, דער איד איז דאך נעבעך מרוחק בתכלית הריחוק רח"ל.

וואס קומט ארויס פון דעם אז נאנטקייט צום אייבערשטן האט נישט קיין שייכות צו געפילן, נאר עס האט א שייכות צו די מעשה, בשעת א איד טוט א מצוה, נישט קיין חילוק וואס ער שפירט בשעת מעשה, איז ער די רגע דבוק אין השי"ת בתכלית הדביקות, משא"כ, אויב א איד ח"ו טוט אן עבירה, צו ער קוקט א ראיה אסורה, אדער ער רעדט א לשון הרע וכו', יענע רגע איז ער מרוחק פון השי"ת בתכלית הריחוק, (כמובן דורך תשובה קען מען אין איין רגע נתקרב ווערן כמבואר ברמב"ם).

היוצא לנו מכל זה אויב א איד דאווענט יעדן טאג און ער איז מקיים אלע מצות איז ער דבוק אין השי"ת בתכלית הדביקות, און אויב ח"ו א איד לייגט נישט קיין תפילין רח"ל האט ער זיך יענע טאג אפגעריסן פונעם שורש. (עס איז דא דריי זאכן וואס זענען אן אות, שבת, תפילין, אות ברית, און ווען איינער איז עובר אויף אן אות איז מבואר בזוה"ק אז ער האט זיך אפגעריסן פון שורש, כמובן עד שישוב).

לאמיר מסיים זיין, איך האב באמת זייער אסאך צו שרייבן איבער דעם ענין, איך קען דאס מסביר זיין אסאך בעסער דורך רעדן ווי דורך שרייבן, אויב איינער האט נישט פארשטאנען קען מען מיר פרעגן שאלות און איך וועל פראבירן בעסער מסביר זיין, אבער דאס וואס איך האב געשריבן דאס איז תורת אמת וואס איך האב מקבל געווען פון מיינע רבי'ס.

חוזרין על השטר בשיטה אחרונה.
נאנט צום אייבערשטן האט נישט קיין שום שייכות וואס מען פילט, נאר וואס מען טוט.
לעצט פארראכטן: ט' ניסן התשע"ו 18:44 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: וואס מיינט ווערן נאנט צום אייבערשטן ט"ז טבת התש"פ 23:13 #263837

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15

איך בין יעצט אריינגעפאלן אין דעי טרעד, אפילו עס איז שוין זייער אלט, דאך וויל איך אויסשמועסן אביסל די נושא פון מיין קוק ווינקל.
זיין נאנט צום אויבערשטן האט טאקע בשום אופן נישט צו טוהן מיט די געפילן פון די מענטש, צו ער פילט זיך נאנט אדער ער פילט זיך דערווייטערט, ווייל דער אויבערשטער איז מלא כל הארץ כבודו, ווי דער מענטש געפונט זיך נאר איז ער אייביג נאנט צום אויבערשטן. 
למשל אע"פ שאין המשל דומה לנמשל, אבער אביסל צו פארשטיין, עס איז געווען א מענטש וואס האט געוואוינט אין בארא פארק און ער האט זיך פארפלאנטערט מיט די רעגירונג פון אמעריקא, און ער האט מורא געהאט אז מן גייט אים כאפן, האט ער מחליט געווען אז ער גייט אנטלויפן צו א ווייטע פלאץ ווי די ווייטע הענט פון די רעגירונג וועט אים נישט קענען דערגרייכן.
ער האט גלייך באשטעלט א טעקסי, און ער האט אים געהייסן פארן די שנעלסטע וואס איז מעגליך, ביז קיין קרית יואל, ווייל דארט איז ער שוין גענוג ווייט, און אפילו זיי וועלן געוואויר ווערן אז ער איז אנטלאפן אהין, זענען זיי שוין נישט בעל הבית דארט אים צו קומען נעמען פון דארט.
האט אים איינער מסביר געווען דו ביסט זייער א קליינע קאפ, דו רעדסט זיך איין אז אמעריקא הייבט זיך אן ביי בארא פארק און ענדיגט זיך ביי בארא פארק, און קרית יואל איז א צווייטער מדינה, און מען דארף אדורך פארן עטליכע מדינות כדי אנצוקומען אהין, ווי למשל וויליאמסבורג מאנסי ספרינג וועלי וכו', אבער די לעבסט אין א טעות אמעריקא איז א ריזיגע מדינה וואס באשטייט פון גאר אסאך שטעיט, און קרית יואל מיט בארא פארק אפילו עס נעמט 2 שעה צו פארן איז עס די זעלבע שטאט, און אוודאי די זעלבע מדינה, אויב ווילסטו אנטךויפן מיסטו גיין צו גאר א אנדערע מדינה, און נישט אזא סארט מדינה וואס האט קשר מיט די פאראייניגטע שטאטן, ווייל אויב יא וועט מען דיר צוריק שיקן.
והנמשל מובן מאליו אויב גלייב איך אז דער אויבערשטער איז איבעראל, און לית אתר פנוי מיניה, אויב אזוי איז נישט שייך בכלל די ווארט געווארן דערווייטערט פון אויבערשטן, ווייל ווי דו וועסט נאר אנטלויפן ביסטו צוזאמען מיטן אויבערשטן, און ממילא האט עס נישט צו טוהן מיט די געפילן פון דעם מענטש, נאר דער מענטש איז אייביג נאנט צום אויבערשטן.
דער איינצוגסטע זאך וואס געשעהט יא, איז ווען א מענטש זינדיגט, דעקט ער צו זיינע רוחניותדיגע אויגן אז ער זאל נישט קענען זעהן אדער שפירן די נאנטקייט צום אויבערשטן, און עס איז א משל ווען א מענטש שטייט לעבן א גרויס בארג, און ער דעקט צו זיינע אויגן, ממינט עס נישט אז ער האט זיך דערווייטערט פון דעם בארג, נאר ער שטייט לעבן דעם בארג און ער זעהט עס נישט ווייל זיינע אויגן זענען צוגעדעקט.
די זעלבע איז ביים אויבערשטן די עבירה דעקט צו זיינע אויגן אז ער זעהט נישט די נאנטקייט צום אויבערשטן, און ווען ער טוט תשובה נעמט ער אראפ די זאך וואס דעקט צו זיינע אויגן, און דורך די מצוות וואס ער טוט ווערט זיין זעה קראפט קלארער און קלארער, ביז ער קומט צו אז ער זעהט שוין אז דער אויבערשטער איז געווען נאנט צו אים אייביג, און ער האט זיך באמת קיינמאהל נישט דערווייטערט פון אויבערשטן

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)
לעצט פארראכטן: ט"ז טבת התש"פ 23:14 דורך Heiligertzadik.

ענטפער: וואס מיינט ווערן נאנט צום אייבערשטן י"ז טבת התש"פ 12:12 #263859

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 225
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל
  • קאָרמא: 4
Heiligertzadik געשריבן on ט"ז טבת התש"פ 23:13:

איך בין יעצט אריינגעפאלן אין דעי טרעד, אפילו עס איז שוין זייער אלט, דאך וויל איך אויסשמועסן אביסל די נושא פון מיין קוק ווינקל.
זיין נאנט צום אויבערשטן האט טאקע בשום אופן נישט צו טוהן מיט די געפילן פון די מענטש, צו ער פילט זיך נאנט אדער ער פילט זיך דערווייטערט, ווייל דער אויבערשטער איז מלא כל הארץ כבודו, ווי דער מענטש געפונט זיך נאר איז ער אייביג נאנט צום אויבערשטן. 
למשל אע"פ שאין המשל דומה לנמשל, אבער אביסל צו פארשטיין, עס איז געווען א מענטש וואס האט געוואוינט אין בארא פארק און ער האט זיך פארפלאנטערט מיט די רעגירונג פון אמעריקא, און ער האט מורא געהאט אז מן גייט אים כאפן, האט ער מחליט געווען אז ער גייט אנטלויפן צו א ווייטע פלאץ ווי די ווייטע הענט פון די רעגירונג וועט אים נישט קענען דערגרייכן.
ער האט גלייך באשטעלט א טעקסי, און ער האט אים געהייסן פארן די שנעלסטע וואס איז מעגליך, ביז קיין קרית יואל, ווייל דארט איז ער שוין גענוג ווייט, און אפילו זיי וועלן געוואויר ווערן אז ער איז אנטלאפן אהין, זענען זיי שוין נישט בעל הבית דארט אים צו קומען נעמען פון דארט.
האט אים איינער מסביר געווען דו ביסט זייער א קליינע קאפ, דו רעדסט זיך איין אז אמעריקא הייבט זיך אן ביי בארא פארק און ענדיגט זיך ביי בארא פארק, און קרית יואל איז א צווייטער מדינה, און מען דארף אדורך פארן עטליכע מדינות כדי אנצוקומען אהין, ווי למשל וויליאמסבורג מאנסי ספרינג וועלי וכו', אבער די לעבסט אין א טעות אמעריקא איז א ריזיגע מדינה וואס באשטייט פון גאר אסאך שטעיט, און קרית יואל מיט בארא פארק אפילו עס נעמט 2 שעה צו פארן איז עס די זעלבע שטאט, און אוודאי די זעלבע מדינה, אויב ווילסטו אנטךויפן מיסטו גיין צו גאר א אנדערע מדינה, און נישט אזא סארט מדינה וואס האט קשר מיט די פאראייניגטע שטאטן, ווייל אויב יא וועט מען דיר צוריק שיקן.
והנמשל מובן מאליו אויב גלייב איך אז דער אויבערשטער איז איבעראל, און לית אתר פנוי מיניה, אויב אזוי איז נישט שייך בכלל די ווארט געווארן דערווייטערט פון אויבערשטן, ווייל ווי דו וועסט נאר אנטלויפן ביסטו צוזאמען מיטן אויבערשטן, און ממילא האט עס נישט צו טוהן מיט די געפילן פון דעם מענטש, נאר דער מענטש איז אייביג נאנט צום אויבערשטן.
דער איינצוגסטע זאך וואס געשעהט יא, איז ווען א מענטש זינדיגט, דעקט ער צו זיינע רוחניותדיגע אויגן אז ער זאל נישט קענען זעהן אדער שפירן די נאנטקייט צום אויבערשטן, און עס איז א משל ווען א מענטש שטייט לעבן א גרויס בארג, און ער דעקט צו זיינע אויגן, ממינט עס נישט אז ער האט זיך דערווייטערט פון דעם בארג, נאר ער שטייט לעבן דעם בארג און ער זעהט עס נישט ווייל זיינע אויגן זענען צוגעדעקט.
די זעלבע איז ביים אויבערשטן די עבירה דעקט צו זיינע אויגן אז ער זעהט נישט די נאנטקייט צום אויבערשטן, און ווען ער טוט תשובה נעמט ער אראפ די זאך וואס דעקט צו זיינע אויגן, און דורך די מצוות וואס ער טוט ווערט זיין זעה קראפט קלארער און קלארער, ביז ער קומט צו אז ער זעהט שוין אז דער אויבערשטער איז געווען נאנט צו אים אייביג, און ער האט זיך באמת קיינמאהל נישט דערווייטערט פון אויבערשטן


ממש די ווערטער פין דוד המלך
אנה, אלך מרוחך;    ואנה, מפניך אברח.
 אם אסק שמיים, שם אתה;    ואציעה שאול הנך.
 אשא כנפי-שחר;    אשכנה, באחרית ים.
 גם-שם, ידך תנחני;    ותאחזני ימינך.
ואומר, אך-חושך ישופני;    ולילה, אור בעדני.
גם-חושך,    לא-יחשיך ממך ולילה, כיום יאיר--    כחשיכה, כאורה

ענטפער: וואס מיינט ווערן נאנט צום אייבערשטן י"ז טבת התש"פ 16:46 #263877

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 312 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 918
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1805 מאל
  • קאָרמא: 36

ייש"כ צדיק פארן עס אזוי שיין ארויסברענגען, זייער הנאה געהאט. און כמובן שוין געליינט אויך וואס מלחמת חיים האט געשריבן פאר 4 יאר צוריק, איך האב מיר נאך קיינמאל נישט באגעגענט מיט דעם טרעד, א באזונדערע ייש"כ פארן עס אפשטויבן.

אגב האב איך ארויסגענומען נאך א חיזוק, אז יעדע זאך וואס מ'שרייבט דא, קען קומען א איד 3, 4, און 5 יאר שפעטער, און אפי' נאך לענגער, און עס ליינען און ארויסנעמען חיזוק אויף למעשה, עד היכן הדברים מגיעין!

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: וואס מיינט ווערן נאנט צום אייבערשטן י"ז טבת התש"פ 18:10 #263888

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • יעצט אנליין
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 11
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 4

א גרויסן ייש"כ פאר מלחמת חיים פאר'ן אראפשרייבן די נושא, און א גרויסן ייש"כ פאר'ן הייליגן צדיק אזוי שטארק און קלאר בטוטו"ד מסביר זיין די ענין וואס פלאגט מיר שוין זייער לאנג צו פארשטיין.
דאנק אייך אלע ובראשם הד"א פארן ערמעגליכן די פלאטפארם

[אגב: מלחמת חיים וואו ביזטו? קוקסט אויס צו האבן א קלארע שכל, מיט א פליסיגע פעדער]

  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.38 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא