אויף די ריכטיגע וועג געשריבן on ב' חשון התש"פ 09:01:
§ איך וויל מיך באדאנקען פאר אלע חושיבע אידן וואס שרייבען דא איך קען אייך נישט זאגן וואס איר טיט אויף מיט'ן שרייבען עס איז מחזק אזוי פיל אנדערע אידן מען זאגט נאך פון צדיקים אז טאמער מען טוט א גוטע זאך אין איינער וואס קוקט פון דער זייט לערנט זיך אפ דערפון דעמאלטס ווען ער וועט אונקומען צום עולם האמת וועט מען עים געבן א שותפות אונעם שכר פון דער פלוני וואס האט זיך צוגעקוקט פון דער זייט במילא ווען איינער שרייבט דא א חיזוק ווארט אין אנדערע מענטשען זעען דאס ווערן זיי מחוזק פון ווערן פארלוירען פון לאסט וכו' און די שרייבער לאחר מאה ועשרים וועסט ארויפקומען בעולם האמת וועט מען דיר ארויפלייגען מצות ומעשים טובים וואס די האסט קיינמאל נישט געטון וועסטו געבן א שריי איין מינוט דעס איז נישט מיינע עפעס גייט דא פאר מען האט עס אויסגעמושט. דעס מיינט א עולם האמת וועסטו שרייען וועט מען דיר בארואיגן שריי נישט אלעס שטימט מען וועט דיר מסביר זיין אז טאמער די געדענקסט אז יום ............ בשעה..,.......... האסטו געשריבען אויף היט דיינע אויגן אין טויזענטער מענטשען האבן עס געליינט אין דערפאר האסטו א שותפות דערין באקומסטו אזוי פיל שכר במילא וויל איך ענק זאגן עטס טוטס א גוטע דשאב קיפ איט אפ עטס קענסט קיינמאל נישט וויסן וויפיל עס טוט אויף טאמער דו האסט א געדאנק שרייב עס טראכט נישט קיין צוויי קענסט קיינמאל נישט וויסן פאר וועם עס גייט העלפן
דברים קלורין לעינים
רבותי לאמיר זיך אנגארטלן כוחות יעדער מיט וואס ער קען, פון גאנצע ארטיקלען צו סתם טאג ביכער, ביז א פשוטע שמייכל, אבער האלט אקטיוו און פריש די זאך
ייש"כ פון פאראויס
(בשם די נייע חברים דא)
אגב הרב אויף די ריכטיגע וועג
וואס טוט זיך עפעס? שוין לאנג נישט געהערט פון דיר דא