ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: משה'לעס דאווענען 368 באזוכער

משה'לעס דאווענען כ' חשון התש"פ 07:42 #261688

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

א גוט מארגן ליבע הייליגע טאטע אין הימל.

אט הייבט משה'לע אן דא זיין נייע סידור, משה'לעס דאווענען.

קודם מודה אני לפניך, איך האב אזויפיל צו דאנקן פאר דיר, דו האסט מיר צוריקגעגעבן מיין נשמה, איך בין ריין, גארנישט אויסגעקט, א פרישע טאג, טאטע איך דאנק דיר דערפאר, איך קען מיר נישט האלטן ריין אליינס, איך האב נישט די כוחות זיך צו שלאגן מיט אזא מעכטיגע כח וואס איז קעגן מיר, איך בין א שוואכע בשר ודם וואס היום כאן ומחר בקבר, דו אבער בוזט א מלך חי וקים! איז העלף מיר ארויס זיך צו קענען היינט האלטן זויבער און ריין, האסט מיר צוריקגעגעבן א ריינע נשמה צו קענען אנהייבן די טאג פון דאסניי, און איך דאנק דיר פארדעם שהחזרת בי נשמתי בחמלה רבה, איך געב אבער שוין אויף מיין קריג מיטן יצר, איך געב מיר איבער אינגאנצן פאר דיר, דו גייסט מיר פירן היינט, דו גייסט אוועקנעמען מיינע שלעכטע דרכים און געוואוינהייטן, און דו גייסט מיר העלפן בלייבן היינט ריין, איך בעט דיר פאר היינט! און איך גלייב אין דיר אמונתך סלה.

ענטפער: משה'לעס דאווענען כ' חשון התש"פ 10:35 #261694

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 150 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 129
  • האט שוין געלייקט: 724 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 321 מאל
  • קאָרמא: 13

מזל טוב משה'לע פאר די נייע טרעיד "משה'לעס דאווענען"
לאמיר זיך צושטעלן צו משה'לע'ס מנין און דאווענען אינאיינעם איך קוק ארויס אויף א געשמאקע דאווענען...

כהאב אמאל געהערט א טייטש "רבה אמונתיך" גרויס איז דיין אמונה אין מיר. רבוש"ע נאך אלעם וואס איך האב אלץ אפגעטוהן, האסטו מיר נאך אלץ צוריקגעגעבן מיין נשמה, דאס ווייזט אז די רבוש"ע גלייבט נאך אין מיר אז איך קען נאך זיין גוט.

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

לעצט פארראכטן: כ' חשון התש"פ 10:35 דורך חיים חייקל.

ענטפער: משה'לעס דאווענען כ' חשון התש"פ 10:46 #261696

  • כוויל זיין א צדיק
  • איצטיגע שטרעקע: 77 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 134
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 295 מאל
  • קאָרמא: 6

די מנין דאווענט ווייטער
ראשית חכמה אנהייב האב איך געמיינט אז איך געווין די עצר הרע מיט מיין חכמה 'איך' שלאג מיך מיט אים. פארשטייט זיך אז ס'האט נישט געקענט אנהאלטן צו לאנג
יראת ה' שכל טטוב מהאט באקומען אביסעל שכל און איינגעזען אז אילו לא היה עזרו לא יכול אז דער אייבערשטער לכל עושיהם ער איז דער וואס טוט אלעס

באשעפער האסט מיך ליב, און נאר מיט דיין הילף בין איך דא, און כ'גיי ווייטער

ענטפער: משה'לעס דאווענען כ' חשון התש"פ 14:17 #261707

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 44 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 176
  • האט שוין געלייקט: 124 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
  • קאָרמא: 15
Wow
טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: משה'לעס דאווענען כ' חשון התש"פ 18:29 #261736

  • יונגערמאן
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 511 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 627 מאל
  • קאָרמא: 17

א גרויסע שמחה הערשט אין קהילת הד"א! אונזער חבר משה'לע וואס איז פון די גרויסע חברה דא איז צוריק דא מיטן גאנצען קנאק מיט א נייע טרעד!!

משה'לע מיר האבן זיך געבענקט נאך דיר. מיר האפן צו דאווענען צוזאמען אין דיין מנין אבער שטילערהייט, כדי נישט צו מבלבל זיין פון מחדש זיין די גרויסע חידושים

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: משה'לעס דאווענען כ"א חשון התש"פ 12:32 #261820

  • יוסי
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 75
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל
  • קאָרמא: 8
wow wow wow....
א מורא'דיגע געדאנק א סידור מהדורת משה'לע....

און באמת קען מען טרעפן אין די סידור אלעס וואס מען דארף, מען זאגט נאך אז אין תהילים איז מרומז אלע פראבלעמען וואס א יוד גייט נאר אריבער, (און אפשר וועט משה'לע נאך ארויס געבן א תהילים 'מהדורת משה'לע') און איך מיין [לענ''ד] אז די זעלבע זאך איז ביים סידור, יעדן טאג איז די פרוש המלות לויט די צורך פון יענע טאג, פאר יעדן יוד באזינדער.
זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו
לעצט פארראכטן: כ"א חשון התש"פ 12:36 דורך יוסי.

ענטפער: משה'לעס דאווענען כ"א חשון התש"פ 16:39 #261838

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

די ערשטע זאך צו געדענקן פאר'ן טאג אויב וויל איך מצליח זיין, איך ארבייט פאר'ן אייבערשטן, ער איז מיין הער און איך בין זיין קנעכט, ראשית חכמה יראת השם, איי פון וואו וועל איך וויסן וואס די אייבערשטער וויל איך זאל טוהן? די תירוץ איז אויב געבט מען זיך באמת איבער פאר אים, דאן שיקט ער אונטער מעסעדזשעס פאר די מענטש וואס צו טוהן, שכל טוב לכל עושיהם , די לעבעדיגע עדות פון די מענטשן וואס האבן זיך איבערגעגעבן אינגאנצן פאר גאט ב''ה, און זיי האבן מצליח געווען, דאס איז אן עדות וואס בלייבט אויף אייביג, ווייזענדיג דעם אייבערשטנס כח, זיין ליעבשאפט צו יעדן וואס זוכט אים, תהילתו עומדת לעד

ענטפער: משה'לעס דאווענען כ"ב חשון התש"פ 10:44 #261901

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

מיין עיקר יסוד וואס האלט מיר ריין איז זיין נאנט מיט גאט, איך מוז אים האבן מיט מיר א גאנצן טאג, אנבונדן א קשר מיט אים, די תורה ברענגט אונז דערצו, די גאנצע תרי''ג מצות איז כדי מיר זאלן קענען ווערן נענטער צו השי'ת און דאס איז די מטרה פון קיום התורה והמצוות, קענען ווערן נענטער צו גאט, קודשא בריך הוא ואוריתא וישראל חד, באקומען א רוחניות'דיגע אויפוואכונג, ווערן נאנט מיט השי''ת, און שפורן א רוחניות'דיגע איבערלעבעניש, תורה צוה לנו משה, מיטן ציל און מטרה צו ווערן נאנט מיט דיר, עס איז נישט מיין פערזענליכע אייגענטום, איך האב עס באקומען בירושה אומזינסט, און איך ברויך העלפן אנדערע דערמיט אומזינסט, עס איז א ירושה וואס באלאנגט צו יעדן איד, מורשה קהילת יעקב.

ענטפער: משה'לעס דאווענען כ"ז חשון התש"פ 23:13 #262207

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

רבונו של עולם, איך האב דיר גענומען פאר א טאטע, און איך בין דיין קינד! איך וויל הערן וואס דו ווילסט איך זאל טוהן פאר דיר היינט, שמע בני מוסר אביך, איך גיי אויף זייער א האקעלע וועג, איך ארבייט די 12 סטעפס, איך בין אין כסדר'דיגע פארבינדונג מיט גוים איבער די נושא, איך וויל לעבן אזא דרך החיים וואס דו האסט ליעב, עס זאל זיין איינשטימיג מיט וואס מיינע עלטערן האבן מקבל געווען אויפן בארג סיני, איז איך בעט דיר באשעפער העלף מיר אז איך זאל מיר קענען האלטן אויפן ריכטיגן וועג, ואל תטוש תורת אמך, אויב איז דא פארשידענארטיגע מיינונגען איבער וואס און וויאזוי, דעמאלטס וויל איך אז די תורה זאל זיין מיין וועגווייזער, תורה תהא אמונתי, אבער באשעפער איך בין א בלינדע עדיקט! איך הייב נישט אן צו וויסן וואס איז ריכטיג און וואס נישט, איך קען נישט אפטיילן אמת פון שקר, איך בין פארבלענדעט, איך דארף דיין הילף! באשעפער אן דיר בין איך איין שטיק דורכפאל! דו מוזט מיר ווייזן די וועג, דו מוזט מיר שטיין צו הילף, איך קען נישט אליין!!! וקל שקי בעזרתי.

איך ווייס אז אויב וועל איך מיר האלטן נאנט צו דיר היינט א גאנצן טאג, איך וועל לעבן א רוחניות'דיגע לעבן, זיין דבוק אין דיר א גאנצן טאג, וועל איך קענען בלייבן זויבער היינט, ואתם הדבקים בה' אלוקיכם, איז חיים כולכם 'היום'

אבער, איך מוז דיין הילף! נאר דו קענסט מיר געבן היינט א ריינע טאג! איז לישועתך קויתי השם!

ענטפער: משה'לעס דאווענען כ' כסלו התש"פ 16:08 #263122

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 365 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 457
  • האט שוין געלייקט: 487 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל
  • קאָרמא: 1

עד כאן איך בין ממש נתפעל פין דיר

ענטפער: משה'לעס דאווענען כ' כסלו התש"פ 16:21 #263124

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41
kosher געשריבן on כ' כסלו התש"פ 16:08:

עד כאן איך בין ממש נתפעל פין דיר


ישר כח, עס איז אבער נישט מיר, עס איז גאט.

ענטפער: משה'לעס דאווענען כ' כסלו התש"פ 16:53 #263134

  • לייף
  • איצטיגע שטרעקע: 40 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל
  • קאָרמא: 1
עד כאן געשריבן on כ' כסלו התש"פ 16:21:

kosher געשריבן on כ' כסלו התש"פ 16:08:

עד כאן איך בין ממש נתפעל פין דיר


ישר כח, עס איז אבער נישט מיר, עס איז גאט.


אוודאי איז עס דיר, הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים!

דו האסט די בחירה וכו'

ענטפער: משה'לעס דאווענען כ' כסלו התש"פ 17:21 #263137

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41
לייף געשריבן on כ' כסלו התש"פ 16:53:

עד כאן געשריבן on כ' כסלו התש"פ 16:21:

kosher געשריבן on כ' כסלו התש"פ 16:08:

עד כאן איך בין ממש נתפעל פין דיר


ישר כח, עס איז אבער נישט מיר, עס איז גאט.


אוודאי איז עס דיר, הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים!

דו האסט די בחירה וכו'


מיין בחירה איז בלויז אז איך האב אויסגעקליבן זיך צו לאזן פירן פון גאט און זיך גענצליך איבערגעבן פאר אים אן קיין שום רעזערוואציע'ס, דאס איבעריגע איז שוין וואס גאט טוט מיט מיר, דער אייבערשטער איז זייער גרויס און מאכטפול, און מיינע מעשים טוהן רעפלעקטירן וואס ער קען טוהן מיט איינעם וואס איז געווען אזוי שטארק טיף טיף אין די אדמה עטליכע יאר צוריק, אלעס וואס האט זיך פארלאנגט פון מיין זייט איז געווען בלויז אים צו זוכן, און זיך איבערגעבן פאר אים, און זיך לאזן פירן דורך אים, דאס איבעריגע איז ממש אותות ומופתים וואס ער טוט מיר בכל רגע ובכל עת.

ענטפער: משה'לעס דאווענען כ' כסלו התש"פ 17:43 #263141

  • לייף
  • איצטיגע שטרעקע: 40 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל
  • קאָרמא: 1
עד כאן געשריבן on כ' כסלו התש"פ 17:21:

לייף געשריבן on כ' כסלו התש"פ 16:53:

עד כאן געשריבן on כ' כסלו התש"פ 16:21:

kosher געשריבן on כ' כסלו התש"פ 16:08:

עד כאן איך בין ממש נתפעל פין דיר


ישר כח, עס איז אבער נישט מיר, עס איז גאט.


אוודאי איז עס דיר, הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים!

דו האסט די בחירה וכו'


מיין בחירה איז בלויז אז איך האב אויסגעקליבן זיך צו לאזן פירן פון גאט און זיך גענצליך איבערגעבן פאר אים אן קיין שום רעזערוואציע'ס, דאס איבעריגע איז שוין וואס גאט טוט מיט מיר, דער אייבערשטער איז זייער גרויס און מאכטפול, און מיינע מעשים טוהן רעפלעקטירן וואס ער קען טוהן מיט איינעם וואס איז געווען אזוי שטארק טיף טיף אין די אדמה עטליכע יאר צוריק, אלעס וואס האט זיך פארלאנגט פון מיין זייט איז געווען בלויז אים צו זוכן, און זיך איבערגעבן פאר אים, און זיך לאזן פירן דורך אים, דאס איבעריגע איז ממש אותות ומופתים וואס ער טוט מיר בכל רגע ובכל עת.


דו האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געמיינט צו זאגן

דיין יראת שמים וואס שפרידלט פון צווישן די שורות איז בידך...

און אוודאי דארף א מענטש זיך ארויף ווארפן אויף השי"ת, נאר ער קען העלפן (און שלאגן) און אלעס וואס פאסירט איז דורך אים

ענטפער: משה'לעס דאווענען כ"א כסלו התש"פ 11:20 #263189

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

איך האב אמאל נישט געקענט אריינטרעטן אין ביהמ''ד, עס איז מיר געווען אזא אפקומעניש, יעדע מאל איך האב מיר געשטעלט דאווענען האב איך געמיינט איך שפרונג ארויס פון מיין הויט, ממש נישט דערהויבן צו זיצן דארטן, אבער היינט מה טובו אוהליך יעקב משכנותיך ישראל, עס האט גארנישט מיט מיר אז איך קען היינט דאווענען רואיג אין ביהמ''ד, עס איז בלויז א חסד פון גאט וואס ער האט געטוהן מיט מיר אז איך קען היינט קומען דאווענען, ואני ברוב חסדך אבוא ביתך, און נישט בלויז קומען און זיצן דארטן, נאר אפילו דאווענען בכונה און מיט מורא פאר דיר, אשתחוה אל היכל קדשך ביראתך.
אמאל איז מיר עס געווען נישט בלויז א אפקימעניש דאס דאווענען, איך האב עס פשוט פיינט געהאט, אבער היינט השם אהבתי מעון ביתך ומקום משכן כבודיך, נישט בלויז איך קען היינט רואיג דאווענען אין שול, נאר איך קוק ארויס דערויף יעדן טאג, מיין דאווענען היינט איז נישט אז איך טייל דיר איין וואס צו טוהן, איך דאווען היינט בהכנעה אזוי ווי עס פאסט צו שטיין פאר א מלך, ואני אשתחוה ואכרעה, און אלעס וואס איך טוה היינט איז בלויז צוליב דיר, דיין כח, דו האסט מיר געמאכט! איך בין בלויז א לעבעדיגע עדות פאר מיינע ארומיגע וואס דו מיט דיין כח קען מאכן מיט א מענטש, פארדעם אברכה לפני השם עשי.

און יעצט שטייענדיג דא פאר דיר הייליגער באשעפער, וויל איך אויסנוצן די געלעגנהייט ווען איך דאווען בציבור וואס דעמאלטס איז אן עת רצון, און מתפלל זיין צו דיר, ואני תפילתי לך השם עת רצון, מיין תפילה צו דיר גוט הארציגע באשעפער,  מיט דיינע גרויסע חסדים, אלוקים ברב חסדיך, בעט איך דיר איין זאך, איך וויל לעבן א אמתדיגע לעבן, איך קען שוין מער נישט לעבן מיט שקר, איך וויל היינט בלויז אמת, איך דארף אבער דיין הילף זאלסט מיר ווייזן די אמת, אוי עננו באמת ישעך.

ענטפער: משה'לעס דאווענען ט"ז טבת התש"פ 14:40 #263811

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

איך געדענק די צייטן ווען איך האב נישט געהאט קיין געדולד צו זיצן אין ביהמ''ד, ווער רעדט פון דאווענען, איך האב נישט געקענט אינזינען האבן גארנישט, איך האב געפילט מיין הויט ברענט! נאכן ארבייטן פעסט אויף ריקאווערי האב איך גערעדט מיט א גוטע ידיד, און יענער האט מיר געזאגט הער אויף צו פארלאנגען פון דיר די גאנצע וועלט, דארםסט נישט אינזינען האבן די גאנצע דאווענען, נעם בלויז איין שטיקל פון דאווענען וואס רעדט צו דיר די מערסטע, און האב יענץ אינזינען וואס דו זאגסט יעדן טאג, די איבעריגע וועט נאכקומען שפעטער!

נו שטייענדיג ביי אזא פארלעגנהייט, וועלעכע שטיקל זאל איך נעמען?
האלטענדיג דעמאלטס ביי סטעפ צוויי וואו איך האב אנערקענט אז עס איז דא א כח עליון וואס איז אסאך אסאך שטערקער פון מיר און פון מיין עדיקשאן, האב איך באשלאסן דעמאלטס צו נעמען אדון עולם.

איך בין געקומען צום אנערקענונג אז די די וועלט האט א פירער! און ער איז די מלך, בעבר ובהוה ובעתיד, די וועלט האט זיך נישט געמאכט פון זיך אליינס, און די פירער פון די וועלט איז דער קעניג פון די וועלט ווייל די וועלט באלאנגט צו אים, עס איז זיין אייגענטום, אדון עולם!, ער איז געווען די מלך פאר די וועלט באשאף, ווען קיין שום יציר איז נאכנישט געווען, אשר מלך בטרם כל יציר נברא (עבר), און ווען די וועלט איז שוין אין איר עקזיסטענץ, און אלעס איז שוין געמאכט איז ער נאך אלץ דער מלך, לעת נעשה בחפצו כל אזי מלך שמו נקרא (הוה), און נאכדעם וואס אלעס וועט זיך ענדיגן לעתיד בלייבט ער נאכאלץ דער מלך, ואחרי ככלות הכל לבדו ימלוך נורא (עתיד). עס איז ביי מיר קלאר אז והוא היה, והוא הוה, והוא יהיה בתפארה.

א מלך געבט ארויס זיינע באפעלן צו זיינע באדינער'ס, א באדינער קען נישט ארויסגעבן באפעלן צום קעניג עס ארבייט נישט די וועג, איך פלעג אלעמאל דאווענען צום אייבערשטן כאילו איך בין דער מלך ח''ו און איך האב געגעבן באפעלן פאר'ן אייבערשטן, געב מיר פרנסה, געב מיר ריינקייט, געב מיר געזונט, איך האב פארלאנגט פון אים א גאנצע ליסטע מיט זאכן, און כאילו אויב ער געבט מיר דאס נישט דעמאלט'ס וועל איך גיין אויסעקטן! כאילו איך געב א פאנעשמענט פאר מיין באדינער ח''ו, איך בין ממש געווען פאריקט! היינט ווייס איך שוין עס איז דא נאר איין מלך! דער אייבערשטער! איך בין זיין באדינער!! איך דארף אויספירן זיינע שליחות, איך פארלאנג מער נישט זאכן פון אים! אויב זעה איך אז איך מוז האבן פרנסה אויסצופירן זיין שליחות בשלימות, דעמאלט'ס בעט איך אים אזוי ווי א באדינער בעהט זיין האר אז ער ברויך האבן וואפן צו קענען פירן קריג מיטן שונא, איך זאג פונקטליך פאר השי''ת אז איך ברויך די פרנסה כדי צו קענען שפייזן דערמיט מיין ווייב און מיינע קינדער, א שליחות וואס השי''ת האט מיר געשיקט אויף די וועלט, עס איז נישט ווייל איך דארף! נאר פשוט צו קענען אויספירן בשלימות זיין שליחות! און דאס זעלביגע איז מיט בעטן אויף ריינקייט און געזונט, אלעס כדי צו קענען אויספירן זיין שליחות בשלימות, און אויב וויל גאט נישט מיר געבן די זאכן, ער איז די קעניג און איך בין זיין באדינער, איך דארף טוהן וואס גאט וויל נישט וואס איך וויל, איך בין מער נישט די מלך, נאר דער אייבערשטער איז מלך. והוא אחד ואין שני להמשיל לו להחבירה.

מיין שליחות בלייבט אויף אייביג, עס האט נישט קיין שום עקספייערי דעיט, איך גיי נישט באקומען אן אנדערע מלך שפעטער, און איך גיי נישט בלייבן אן א מלך, נישט קיין חילוק צו איך האב שוין גענדיגט די סטעפס צו נישט, דער אייבערשטער בלייבט מלך, ער איז א נצחי, עס איז א גאנץ לעבן מיין עבודה פאר אים, בלי ראשית ובלי תחלית.

איך האב נישט קיין ברעקל כח קעגן מיין תאוה, מיין עדיקשאן איז אסאך שטערקער פון מיר, אבער עס איז דא איינער וואס האט יא די כוחות, און איז אסאך שטערקער פון מיין עדיקשאן, און דער איינער איז גאט, ולו העוז והמשרה.

איך שלאג מיר מער נישט מיט מיין עדיקשאן, איך האב א גאט און ער העלפט מיר, והוא אלי וחי גואלי, עס איז גאט'ס כח נישט מיינ'ס, און ער האלט מיר זויבער, ווען איך האב א טריגער אדער א שווערע מינוט, ווענד איך מיר צו אים, איך געב אים איבער אלעס, און ער נעמט איבער די קריג פאר מיר, וצור חבלי בעת צרה.

יעדן טאג וואס איך בין ריין איז א עקסטערע נס פון גאט, ער האלט מיר זויבער עס האט גארנישט מיט מיר, ער מאכט מיט מיר יעדן טאג נסים, און איך בעהט אים יעדן טאג עקסטער נאך א נס, והוא נסי ומנוס לי, אלעס קומט פון אים, איך ברויך נאר איין זאך, רעדן צו אים, מנת חלקי ביום אקרא.

ווען איך גיי שלאפן, די לעצטע זאך טראכט איך איבער מיין טאג, האב איך אויסגעפירט היינט די שליחות פון גאט בנאמנות? האב איך מיר ריכטיג איבערגעגעבן צו גאט? בין איך געווען היינט א באדינער אדער געשפילט מלך? איך בעט השם זאל מיר מוחל זיין אויף מיין טאג, און אזוי פארמאך איך מיינע אויגן ביינאכט, בידו אפקיד רוחי בעת אישן, צופרי ווען איך שטיי אויף איז די ערשטע זאך געב איך מיר איבער פאר'ן אייבערשטן, איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל מיר פירן, און ווייזן דעם ריכטיגן וועג, ואעירה.

און אויב האב איך אויפגעארבייט מיין רוחניות, און איך האלט מיר באמת נאנט מיטן אייבערשטן, איך טראכט פון גאט, לעב מיט גאט, איך רעד מיט גאט, ועם רוחי גויתי, דעמאלט'ס השם לי ולא אירא! אלע מיינע פחדים פאלן אוועק! די פחד פון היינט, מארגן אדער איבערמארגן, אלעס פליעט אוועק, נישטא מער.


ומצאתי כתוב כל מי שמכוון בעת התחלת אדון עולם, כתב רבי יודא החסיד ורב האי גאון ורב שרירא גאון, ערב אני בדבר שתפלתו נשמעת, ואין שטן מקטרג על תפלתו, ואין לו שטן ופגע רע בראש השנה וביום הכפורים בתפלתו, ואויביו נופלים לפניו, ויש אומרים אף יצר הרע משלים אתו. ועליו אמר שלמה המלך ע"ה (משלי טז, ז) ברצות ה' דרכי איש גם אויביו ישלים איתו (ספר מטה משה (עמוד העבודה בית הכנסת, ברכות ופסוקי דזמרה סימן ל"א))

ענטפער: משה'לעס דאווענען י"ז טבת התש"פ 16:37 #263875

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 312 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 918
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1807 מאל
  • קאָרמא: 36

א מעסטער פיס!

מיין אדון עולם מארגן גייט געזאגט ווערן בעז"ה מיט גאנץ א נייע און צווייטע משמעות ווי ביז היינט.

ייש"כ משה'לע, און נישט נאר פאר דעם.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: משה'לעס דאווענען י"ח טבת התש"פ 11:32 #263931

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

מיינע ערשטע זאכן צופרי, איך גיס אפ מיינע הענטעלעך מיט נעגל וואסער, פארוואס? ווייל אזוי וויל דער אייבערשטער! איך דארף נישט קיין סיבות און טעמים מיט פשעטלעך און דרושים. גאנץ פשוט, איך בין א באדינער און דאס וויל מיין האר!

איך טוה מיין שליחות נישט מיט א דעפרעסטע אומגינסטיגע געפיל, איך בין פרייליך צו טוהן מיין אןיפגאבע! און נישט נאר פרייליך, נאר איך בענטש אים בשעת מעשה! ברוך אתה השם אלוקינו, ער איז מיין קעניג און איך בין זיין באדינער! מלך העולם.

כדי הקב''ה זאל מיר וועלן האלטן ריין, ברויך איך מיר האלטן נאנט צו אים, טוהן מיין ארבייט בשלימות, ווען איך פאלג אויס דעם רצון השם, ווער איך נענטער צו אים, איך ווער מער רוחניות'דיג! עס געשעהט אין מיר א רוחניות'דיגע אויפוואכונג, איך באקום א רוחניות'דיגע עקספיריענס, די אויפגאבעס פונעם אייבערשטן הייבט אויף א מענטש ברוחניות אויב פירט מען זיי דורך בשלימות, אשר קדשנו במצותיו.

איך גיס מיר נישט אפ מיין הענט ווייל אזוי שמעקט מיר צו טוהן, און אויך נישט ווייל איך פיל מיין הענט איז שמוציג, איך טוה דאס ווייל גאט וויל דאס פון מיר, וצונו על נטילת ידים!

  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.71 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא