ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: ווערטער בליצן 1531 באזוכער

ענטפער: ווערטער בליצן י' שבט התש"פ 18:14 #264547

  • אש תמיד תוקד
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 33
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 6
יא יא
ס'קומט מיר טאקע א מזל טוב!!!

היינט איז דער 90'סטער טאג וואס דער ליבער געטרייער טאטע, דער אייבישטער 
האט מיך געהיטן און געהאלטן ריין,
24/7 איז געשטאנען לעבן מיר אין אנגעכאפט מיין האנט אויף טריט און שריט, 

און איך האב (נאר מיט זיין הילף) געהאט די זכיה און די שכל אים נישט צו שטערן פון מיך האלטן סאובער, און צו טון די זאכן (השתדלות) וואס זענען אנגעזאגט דורך די פראגראם זיך צו קענען דערנענטערן און זיך האלטן נאנט צו אים כדי צו קענען בלייבן ריין

דאס איז נאך 35 יאר פראבירן אליינס אויף אלע אופנים און נישט מצליח זיין אפילו פאר 7 טעג

איך שפיר ווי איך וויל טאנצן פאר פרייד, זינגען און לויבן צו אים, 

ווער וויל מיט טאנצן מיט מיר?

איז דא דא עפעס א מלחין אויף הדא?
איך וויל א לעבעדיגע טאנץ ניגון אויפן פסוק כי חסדך גדול עלי, והצלת נפשי משאול תחתי-ה

און נישט פארגעסן א גרויסן ישר כח פאר אלע חברי ומנהלי הד"א

איר האט א ריזיגע חלק אין דעם, נאר דער אייבישטער האט די מעגליכקייט אייך באמת באצאלן וויפיל שכר ס'קומט אייך דערפאר

חזק ואמץ
לעטס אלל קיפ אן טראקינג טוגעדער
אפשר שפעטער אדער מארגן, אויב כ'וועל האבן אביסל צייט וועל איך בל"נ מיט-טיילן מיט ענק חברים אפאר טיפ'ס וואס האט מיר געהאלפן בעזרתו יתברך אנקומען אהער

כאפט אים אן, און ווארפט אים ארויס, ער איז ניט פון אונזערע

לעצט פארראכטן: י' שבט התש"פ 18:27 דורך אש תמיד תוקד.

ענטפער: ווערטער בליצן י' שבט התש"פ 18:42 #264548

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 165
  • האט שוין געלייקט: 972 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 368 מאל
  • קאָרמא: 16

מזל טוב פאר דיין ניינציגסטע טאג.
איך בין באמת פרייליך פאר דיר

זאל דיר די רבוש"ע העלפן סזאל זיין "אש תמיד תוקד"

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: ווערטער בליצן י' שבט התש"פ 19:14 #264549

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 159 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 240
  • האט שוין געלייקט: 66 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
  • קאָרמא: 11

אש תמיד תוקד 
יא מען דארף עס נאר איינמאל אנצונדן און דאס וועט שוין ברענען און פלאקערן, מיט די הילף פון אויבן און השתדלות פון אונטן,
א ריזיגען מזל טוב, און עס איז אונז אן אמת'ע שמחה אז א חבר אונזער איז אנגעקומען בשעה טובה ומוצלחת צו די ערשטען מאל צו די לאנגע שטרעקע פון ניינציג טעג,  מיט א ריינקייט און הייליגקייט, 
זאל דיר די קדושה וטהרה ווייטער באגלייטן און קענען בלייבן ריין צו גוטע און געזונטע יארן,
האלט אן די מעכטיגע שווערע ארבעט מיט א זוגרייכע גרייכונג!

גדלי', וואס ארבעט זיך צו האלטן הייליג און ווערן נענטער צום טאטען
This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it


ביג בוק קאפיטאל 7

לעבן וועט באקומען א נייע באדייט. מיטצוהאלטן ווי מענטשן ערהוילן זיך, צו זעהן ווי אזוי זיי העלפן אנדערע, מיטצוהאלטן ווי אזוי איינזאמקייט ווערט פארשווינדן, צו זעהן ווי אזוי א חברותא'שאפט וואקסט אויף ארום דיר, צו האבן א גרויסע קבוצה פון חברים - דאס איז אן איבערלעבעניש וואס דו טארסט נישט פארפאסן. מיר ווייסן אז דו וועסט עס נישט ווילן פארפאסן. א שטענדיגע פארבינדונג מיט נייע-צוקומער און מיט אנדערע איז די ליכטיגע ווינקל פון אונזער לעבן.

ענטפער: ווערטער בליצן כ' אדר התש"פ 15:44 #265754

  • אש תמיד תוקד
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 33
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 6

היום יום שני
יא יא ליידער ליידער האלט איך נאר ביי צוויי טאג, עס טוט זייער וויי

כ'האב שוין אסאך צוזאם געוויינט אין די לעצטע צוויי טעג.
און ב"ה באקומען אסאך חיזוק פון חברים
ס'איז שוין צייט זיך אויפצוהייבן און גיין ווייטער מיט די סטעפס

כאפט אים אן, און ווארפט אים ארויס, ער איז ניט פון אונזערע

ענטפער: ווערטער בליצן כ' אדר התש"פ 22:45 #265762

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1105
  • האט שוין געלייקט: 5839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 960 מאל
  • קאָרמא: 20
אש תמיד תוקד געשריבן on כ' אדר התש"פ 15:44:

היום יום שני
יא יא ליידער ליידער האלט איך נאר ביי צוויי טאג, עס טוט זייער וויי

כ'האב שוין אסאך צוזאם געוויינט אין די לעצטע צוויי טעג.
און ב"ה באקומען אסאך חיזוק פון חברים
ס'איז שוין צייט זיך אויפצוהייבן און גיין ווייטער מיט די סטעפס


חזק חזק

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: ווערטער בליצן ב' ניסן התש"פ 11:48 #265986

  • אש תמיד תוקד
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 33
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 6
היום (אודך עוד הפעם) יום שני לנקיים, 
צום דריטן מאל, אבל בחסדי ה', זה הפעם בשמחה, וה' יעזור להלאה 

ווען איך האב טאקע איינגעזעהן בחוש די דברים כהוויתן פונעם הד"א (אימעיל) אז נישט מיין עצם דורכפאלן איז וואס דער שטן האט געוואלט,
נאר מיין צוקלאפטקייט און דערביטערקייט פונעם דורכפאל! 
איך זאל מיך שפירן ווי א שמאטע, איך זאל אויפגעבן און זיך נאכלאזן, און אזוי פאלן נאך און נאך טיפער און טיפער, דאס איז זיין עיקר כוונה

דאן בין איך געווען גרייט זיך אויפצושטעלן און אפשאקלען און זיך איינבעטן ביים באשעפער פאר די וויליגקייט און גרייטקייט צו סאררענדערן און ווייטער ארבייטן די פראגראם מיט א פרישקייט און א שטארקייט חברה האטס א לעכטיגן שבת. 

דרך אגב
חשבתי היום אז מיר לעבן שוין מיט די התחלתה דגאולה, א פענדעמיק פון וידעו כל עמי הארץ, ס'ווערט שוין מלא כל הארץ covid כבודו, אלע לענדער אלע פעלקער מקטן ועד גדול, טוען שוין איינזעהן אז די איינציגסטע solution איז a spiritual solution:
1) ​surrender
 admit powerlessnes
2) willing to go any length
 job, mikva, shul, weddings 
3) Clean house
Disinfect
4) Abstinence
Quarantine, distancing
​וכו'

נו מיר זענען שוין אלע מסכים אפילו מיר זענען נאך נישט גרייט, טאטע נעם אונז שוין אהיים זאל שוין טאקע זיין בניסן עתידין ליגאל

כאפט אים אן, און ווארפט אים ארויס, ער איז ניט פון אונזערע

ענטפער: ווערטער בליצן י"ב ניסן התש"פ 16:09 #266096

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1659
  • האט שוין געלייקט: 3846 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2999 מאל
  • קאָרמא: 55

וואס מאכסטו חבר?
שוין 10 טעג נישט געהערט פון דיר.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: ווערטער בליצן ל' ניסן התש"פ 00:55 #266300

  • אש תמיד תוקד
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 33
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 6
חברים יקרים, ס'ממש נישט פשוט ווי ווייט מ'קען זיך בשו"א נישט פארלאזן אויף זיך אליין, אז כ'וועל נאר קוקן די איין קורצע כשר'ע נייעס אויף א אומגעפילטערטע כלי,
אפילו ווען מ'איז באמת ריין און איז מחובר מיט גאט ב"ה, און מ'ארבייט די סטעפס מיטן גאנצן רצון

נעכטן האבעך געהאט זייער א גוטע טאג, 2 sa מיטינגס און אויך אנגעיאגט אסאך ביי די ארבייט, בקיצור גאר א געלונגענע און פיינע טאג. 

6 אזייגער, איך גרייט זיך אהיים צו גיין, מיין ווייב קלינגט אריין און זאגט טאטי די קאלזאון טשיז רינט אה-מחייה (melted cheese) 

זי ווייסט אז דאס איז מיין בעסטע נאכטמאל וואס איך גלייך זייער שטארק, אין אויך די זיסע אייניקלעך זענען אויך דא!!! 

(זי האט מיך באמת אנגערייצט אהיים צו לויפן שנעל) ,איך געב אזא געשריי, איך פלי שוין אהין, כ'וועל דיר זעהן אין 5 מינוט. (אויפגעהאנגען)

כ'האב זיך נאר דערמאנט אז כ'דארף נאך לייגן תפילין, אקעי שנעל געלייגט תפילין (קדש לי-והיה-שמע), און אנגעהויבן אויסטון די תפילין

כ'האב אדורך געוואקט די אנדערע desk (נישט מיינס) און די שווארצע קאפמיוטער סקרין האט זיך אויפגעמאכט
(די mouse האצעך לכאורה גערירט)
ס'איז אויפגעמישט צו די browser main Page מיט אלע נייעס.

איין נייעס האט מיך זייער געכאפט, איך מוז דאס זעהן (נישט קיין שמוץ) און... קליק!!!

איך שטיי דארט נאך האלב אין די תפילין, איך ליין, און... פלוצלינג זעה איך ס'איז 2:57am, די תפילין (נאכנישט צאמגעלייגט) ליגט אויפן טיש, איך דארף וויכטיג אפאר טישוס צו קענען פארמאכן די הויזן.

אוי, די געשמאקע cheese רינט שוין נישט
אבער הייסע טרערן פון מיין גאר געטרייע ווייב'ס אויגן רינט יא

כאפט אים אן, און ווארפט אים ארויס, ער איז ניט פון אונזערע

לעצט פארראכטן: ל' ניסן התש"פ 09:21 דורך אש תמיד תוקד.

ענטפער: ווערטער בליצן ל' ניסן התש"פ 09:15 #266304

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 171
  • האט שוין געלייקט: 458 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל
  • קאָרמא: 10

שרעקעדיגע מעשה!!!
זאל דיר דער באשעפער מחזק זיין צוזאמען מיט אינז אלע

איך קום אהער צו פייטן מיין אדיקשאן און קוים וואס איך בין דא 4 טעג ... האב איך שוין א פרישן אדיקשאן... ס'רופט זיך הדא

ענטפער: ווערטער בליצן ל' ניסן התש"פ 13:31 #266314

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 252 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 709
  • האט שוין געלייקט: 664 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1491 מאל
  • קאָרמא: 54

טייערע ברודער
איך וויל מיט טיילן מיינע אייגענע עקספיריענס און אזוינע מצבים, איך פלעג באקומען שרעקליכע שולד געפילן, און איך פלעג ווערן זייער צובראכן, און ווען איך פלעג אהיים קומען און זעהן מיין ווייב'ס פארוויינטע אויגן זענען מיינע שולד געפילן געווארן אסאך אסאך שטארקער, איך האב מיר ממש נישט געקענט אויפהייבן פון דעם, און אנשטאט צו זיין דא כאטשיק יעצט פאר מיין ווייב, און פרובירן צו פארעכטן די ווייטאג וואס איך האב איר צוגעברענגט, פלעג איך וועגן מיין פארלוירנקייט זיך דרייען אינדערהיים צוקלאפט, און דאס האט נאך מער צובראכן מיין ווייב, ואין להאריך ווי אזוי דאס האט אלעס עפעקטעד.

ביז איך האב פארשטאנען מיטן הילף פון אויבערשטן און דעת תורה, אז נאך אזא מצב טאר מען נישט צוריק טראכטן, נאר שפירן וואס דארף איך יעצט טוהן, אויסהערן און פארשטיין מיין ווייב'ס ווייטאג וואס איך האב איר פארשאפט, איבערבעהטן און זיין דא פאר איר ביז זי ווערט בארואיגט, און נאר נאכדעם וואס זי איז שוין בארואיגט קען איך אנהויבן טראכטן פון מיר.

חזק ואמץ זיי שטארק און דער אויבערשטער זאל זיין מיט אונז, מיר זאלן קענען טוהן וואס דער אויבערשטער וויל

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: ווערטער בליצן ב' אייר התש"פ 09:17 #266326

  • אש תמיד תוקד
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 33
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 6

יש"כ, דיינע ווערטער זענען שטארק ריכטיג,

אחוץ פון זיך אליין אויפהייבן אפשאקלען און גיין ווייטער ארבייטן די פראגראם, דארף מען אדרעסירן די ב"ב, אירע געפילן, און איר איבערבעטן,

און נאך אזויפיל טויזנטער מאל ברעכן די טראסט, און איבערבעטן, און אודך נאכאמאל געטון די זעלבע, איז עס נאר שווערער יעדעס מאל,
זי איז סך הכל א בשר ודם, בלי היכולת להיות מאריך אף, מוחל וסולח, פון זיך אליין נאטירליך אן קיין ארבייט פון איר זייט

איין קליינע דיפרענס איז יעצט יא דא ווען זי זעהט דעם נעקסטן טאג אז איך ארבייט ווייטער די פראגראם,

און בחסדי ה' האב איך א קלוגע און זייער איבערגעגעבענע אשת חיל וואס ווייסט אז איך בין אין פראגראם, און זי איז מיך שטארק מחזק כסדר אנצוהאלטן און ארבייטן די סטעפס, מיטינגס וכו'

און ווען זי געדענקט און פארשטייט אז ס'איז א cunning and baffling deasese, וואס איך אליינס מוטשע זיך דערמיט, און וויל נישט טון די זאכן, מאכט עס אביסל גרינגער אויפן הארץ, און צו קענען מוחל זיין, אבער ס'טוט נאך אלץ זייער וויי

כאפט אים אן, און ווארפט אים ארויס, ער איז ניט פון אונזערע

ענטפער: ווערטער בליצן ב' אייר התש"פ 11:56 #266330

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 278 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 215
  • האט שוין געלייקט: 297 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 260 מאל
  • קאָרמא: 24

דיין מעשה האט מיך זייער באנומען. מיט רחמנות אויף דיר אויף דיין ב״ב און אויף דיין משפחה׳לע. עס איז זייער שווער די געפיהל פון נישט האבן קאנטראל אויף זיך אליין און נישט קענען פרידיקטן ווען די נסיון גייט אריינפאלן און מען ווערט צוגענאגלט צום פלאסטישן פענסטער ביז עס נעמט זיך רעגענען און מען זוכט א שירעם. 

און אויך פאר א פרוי איז זייער זייער שווער ווען זי האט נישט די סעקיוריטי אז זי קען טראסטן איר באליבטן געשעצטן מאן. און זי קען נישט פרידיקן ווען ער גייט אהיים קומען. ווען ער גייט האבן א נסיון און זיין דאון, וואס זי שפירט דעלמאס אז זי האט פראלוירן איר מאן און איז נישט סעיף.

ס׳איז מיר סתם אינטערסאנט, אז נאך זיצן אזויפיל שעות האט דיר דיין ווייב נישט געקאלט פרעגן ״ווי לאנג איז 5 מינוט?״ 

יונה׳לע

לעצט פארראכטן: ב' אייר התש"פ 11:59 דורך יונה מצאה.

ענטפער: ווערטער בליצן ב' אייר התש"פ 12:50 #266331

  • אש תמיד תוקד
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 33
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 6
יונה מצאה געשריבן on ב' אייר התש"פ 11:56:

דיין מעשה האט מיך זייער באנומען. מיט רחמנות אויף דיר אויף דיין ב״ב און אויף דיין משפחה׳לע. עס איז זייער שווער די געפיהל פון נישט האבן קאנטראל אויף זיך אליין און נישט קענען פרידיקטן ווען די נסיון גייט אריינפאלן און מען ווערט צוגענאגלט צום פלאסטישן פענסטער ביז עס נעמט זיך רעגענען און מען זוכט א שירעם. 

און אויך פאר א פרוי איז זייער זייער שווער ווען זי האט נישט די סעקיוריטי אז זי קען טראסטן איר באליבטן געשעצטן מאן. און זי קען נישט פרידיקן ווען ער גייט אהיים קומען. ווען ער גייט האבן א נסיון און זיין דאון, וואס זי שפירט דעלמאס אז זי האט פראלוירן איר מאן און איז נישט סעיף.

ס׳איז מיר סתם אינטערסאנט, אז נאך זיצן אזויפיל שעות האט דיר דיין ווייב נישט געקאלט פרעגן ״ווי לאנג איז 5 מינוט?״ 

יונה׳לע


דו פרעגסט צו זי האט נישט געקאלט?

זי האט געקאלט בערך 40 מאל, געטעקסט עטליכע מאל, קודם אז זי האט אן אפוינטמענט ערגעץ אויב איך קען איר טראגן, (זי האט צום סוף גענומען א טעקסי)

דערנאך 1am ,2am נאך עטליכע טעקסטס,
און זי האט אויך געשיקט אימעילס, זיך בעטנדיג בתחנונים איך זאל נאר ריספאנדן אז איך לעב!
אזוי וועט זי זיין רואיג אז ביז עטליכע שעה וועל איך שוין זיין צוריק

אויך נאך מענטשן האבן מיך גערופן, ובתוכם מיין ספאנסער

אבער איך האב דאס אלעס נאר געזעהן הערשט אינמיטן נאכט, ווען כ'האב שוין פיינעלי גענדיגט טון וואס מיין עדיקט האט פארלאנגט

דער באקאנטער אויסדריק
"ווען איך עס איז אלעס געשטארבן" איז דאס מערסטע אמת במלוא מובן המילה ביי אן עדיקט בשעת ער טרינקט זיין דראג

כאפט אים אן, און ווארפט אים ארויס, ער איז ניט פון אונזערע

לעצט פארראכטן: ב' אייר התש"פ 12:54 דורך אש תמיד תוקד.

ענטפער: ווערטער בליצן ט' אייר התש"פ 17:52 #266435

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 369 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13
אש תמיד תוקד געשריבן on ב' אייר התש"פ 12:50:

יונה מצאה געשריבן on ב' אייר התש"פ 11:56:

דיין מעשה האט מיך זייער באנומען. מיט רחמנות אויף דיר אויף דיין ב״ב און אויף דיין משפחה׳לע. עס איז זייער שווער די געפיהל פון נישט האבן קאנטראל אויף זיך אליין און נישט קענען פרידיקטן ווען די נסיון גייט אריינפאלן און מען ווערט צוגענאגלט צום פלאסטישן פענסטער ביז עס נעמט זיך רעגענען און מען זוכט א שירעם. 

און אויך פאר א פרוי איז זייער זייער שווער ווען זי האט נישט די סעקיוריטי אז זי קען טראסטן איר באליבטן געשעצטן מאן. און זי קען נישט פרידיקן ווען ער גייט אהיים קומען. ווען ער גייט האבן א נסיון און זיין דאון, וואס זי שפירט דעלמאס אז זי האט פראלוירן איר מאן און איז נישט סעיף.

ס׳איז מיר סתם אינטערסאנט, אז נאך זיצן אזויפיל שעות האט דיר דיין ווייב נישט געקאלט פרעגן ״ווי לאנג איז 5 מינוט?״ 

יונה׳לע


דו פרעגסט צו זי האט נישט געקאלט?

זי האט געקאלט בערך 40 מאל, געטעקסט עטליכע מאל, קודם אז זי האט אן אפוינטמענט ערגעץ אויב איך קען איר טראגן, (זי האט צום סוף גענומען א טעקסי)

דערנאך 1am ,2am נאך עטליכע טעקסטס,
און זי האט אויך געשיקט אימעילס, זיך בעטנדיג בתחנונים איך זאל נאר ריספאנדן אז איך לעב!
אזוי וועט זי זיין רואיג אז ביז עטליכע שעה וועל איך שוין זיין צוריק

אויך נאך מענטשן האבן מיך גערופן, ובתוכם מיין ספאנסער

אבער איך האב דאס אלעס נאר געזעהן הערשט אינמיטן נאכט, ווען כ'האב שוין פיינעלי גענדיגט טון וואס מיין עדיקט האט פארלאנגט

דער באקאנטער אויסדריק
"ווען איך עס איז אלעס געשטארבן" איז דאס מערסטע אמת במלוא מובן המילה ביי אן עדיקט בשעת ער טרינקט זיין דראג


אזוי ווייטאגליך

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: ווערטער בליצן כ"ב תמוז התש"פ 23:59 #267663

  • אש תמיד תוקד
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 33
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 6

היום תשעה ועשרים יום נקי בעזרת האל יש"כ הייליגער באשעפער איך האב דיך ליב

כאפט אים אן, און ווארפט אים ארויס, ער איז ניט פון אונזערע

ענטפער: ווערטער בליצן כ"ג תמוז התש"פ 11:49 #267674

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 818 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1392
  • האט שוין געלייקט: 2050 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2049 מאל
  • קאָרמא: 15
אש תמיד תוקד געשריבן on ל' ניסן התש"פ 00:55:
חברים יקרים, ס'ממש נישט פשוט ווי ווייט מ'קען זיך בשו"א נישט פארלאזן אויף זיך אליין, אז כ'וועל נאר קוקן די איין קורצע כשר'ע נייעס אויף א אומגעפילטערטע כלי,
אפילו ווען מ'איז באמת ריין און איז מחובר מיט גאט ב"ה, און מ'ארבייט די סטעפס מיטן גאנצן רצון

נעכטן האבעך געהאט זייער א גוטע טאג, 2 sa מיטינגס און אויך אנגעיאגט אסאך ביי די ארבייט, בקיצור גאר א געלונגענע און פיינע טאג. 

6 אזייגער, איך גרייט זיך אהיים צו גיין, מיין ווייב קלינגט אריין און זאגט טאטי די קאלזאון טשיז רינט אה-מחייה (melted cheese) 

זי ווייסט אז דאס איז מיין בעסטע נאכטמאל וואס איך גלייך זייער שטארק, אין אויך די זיסע אייניקלעך זענען אויך דא!!! 

(זי האט מיך באמת אנגערייצט אהיים צו לויפן שנעל) ,איך געב אזא געשריי, איך פלי שוין אהין, כ'וועל דיר זעהן אין 5 מינוט. (אויפגעהאנגען)

כ'האב זיך נאר דערמאנט אז כ'דארף נאך לייגן תפילין, אקעי שנעל געלייגט תפילין (קדש לי-והיה-שמע), און אנגעהויבן אויסטון די תפילין

כ'האב אדורך געוואקט די אנדערע desk (נישט מיינס) און די שווארצע קאפמיוטער סקרין האט זיך אויפגעמאכט
(די mouse האצעך לכאורה גערירט)
ס'איז אויפגעמישט צו די browser main Page מיט אלע נייעס.

איין נייעס האט מיך זייער געכאפט, איך מוז דאס זעהן (נישט קיין שמוץ) און... קליק!!!

איך שטיי דארט נאך האלב אין די תפילין, איך ליין, און... פלוצלינג זעה איך ס'איז 2:57am, די תפילין (נאכנישט צאמגעלייגט) ליגט אויפן טיש, איך דארף וויכטיג אפאר טישוס צו קענען פארמאכן די הויזן.

אוי, די געשמאקע cheese רינט שוין נישט
אבער הייסע טרערן פון מיין גאר געטרייע ווייב'ס אויגן רינט יא

וואהו! שכח פארן מיטטיילן די מעשה, איך דארף דאס געדענקען ווי קאנינג בעפלינג און פאוערפול דער דיזיז איז, דאס איז איך בין סאבער היינט מיינט נישט אז באלד וועל איך נישט אוועקפליען ווי מיט א ראקעט און פארגעסן פון אלעס אלעס.

אין איינע פון די דעילי רעפלעקשנס פון עי עי שטייט זייער א פאוערפול ווארט וואס קומט מיר אסאך צוניץ; איך דארף אייביג האלטן דער בעטערי טשארדשאד אזוי ווען איך דארף עס ניצן זאל עס זיין 100% פול!

פאר מיר מיינט עס אז אפי׳ ווען אלעס פארט רואיג טאר איך נישט פארגעסן צו נעמען מיין מעדיקעישן יעדען טאג אזוי וועט מיין בעטערי זיין פול.

א צווייטער ענליכער רידינג קומט מיר יעצט אויפן געדאנק, איך קאל יעדען טאג (אפי׳ ווען איך דארף עס נישט האבן) מעמבערס, כדי איך זאל זיין צוגעוואוינט צו קאלן מעמבערס אז ווען איך וועל עס מיזן האבן זאל דער טעלעפאון נישט וועגן 1000 פונט...

ביידע זענען די זעלבע נקודה, און עס ארבייט פאר מין ווען איך ארבייט עס.
שכח

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: ווערטער בליצן י"ח אלול התש"פ 23:30 #268473

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 127
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל
  • קאָרמא: 7

נישט צום גלייבן
דער איז דאך טאקע אן אש תמיד תוקד
נאך אזא בראך, און ער איז שוין דא צוריק מיט 84 טאג:like:
כ'בין דיר מקנא, איך בין נאך נישט אנגקומען צו אזא נומער, שוין געהאלטן כמעט דארט אבער...

ענטפער: ווערטער בליצן י"ט אלול התש"פ 01:23 #268475

  • אש תמיד תוקד
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 33
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 6

יש"כ פארן מיר דערמאנען ווי איך האלט, אבער דאס מאל, איז איינס פון די זאכן וואס העלפט מיר זיין ריין איז דוקא נישט ציילן, איך געדענק ס"ה June 16, און מיט דעם טו איך אריינטשעקן ביי די מיטינג'ס, אבער איך פראביר כסדר צו גיבן "איין קוק ווינציגער" אויף די סכום טעג וואס איך האב שוין, איך טראכט נישט דערפון, נאר ווען א חבר דערמאנט מיך קום איך אהער צו זעהן די סכום אבער איך בין גלייך מסיח דעת דערפון, ווייל למשל יעצט פאר מיר אויסצורעכענען וועלכע טאג כ'גיי אנקומען צו 90 טעג איז ממש חזיר טרייף, ס'וועט מיר מאכן פאלן ח"ו, מיין עדיקט טוט מיך דוקא צוקוועטשן גלייך בעפאר סיי וועלכע הויכפונקט/דערגרייכונג

איך ווייס אז נאר היינט איז וואס רעכענט באמת
ס'שוין נישטא קיין נעכטן
ס'נאך נישט קיין מארגן
סנאר דא יעצט היינט, איין טאג, און צומאל איין שעה אויף אמאל.

יעדע שעה באזונדער איז א ריזיגע מתנה וואס איך דארף שעצן און שטרעבן צו האבן, איך דארף זיך יעדן טאג עקסטער איינבעטן ביי מיין טאטע וואס האט מיך ליב ער זאל מיך עס שענקן במתנת חנם

כאפט אים אן, און ווארפט אים ארויס, ער איז ניט פון אונזערע

לעצט פארראכטן: י"ט אלול התש"פ 01:31 דורך אש תמיד תוקד.

ענטפער: ווערטער בליצן כ"א אלול התש"פ 14:32 #268522

  • חפץ בטוב
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 3
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 0

פאר תשעה באב האב איך געלערנט א שטיקל מאור ושמש און איך האב געכאפט א בילד דערפון מיט מיין סעל און איך קוק עס כסדר איבער ווען איך דארף חיזוק צו ארבעטן נאר איין טאג אויף אמאל.
וועל איך עס אויך מיט טיילן דא מיט מיינע הייליגע ברודער אפשר וועט נאך איינער האבן דערפון חיזוק.

אטעטשמענטס:

ענטפער: ווערטער בליצן כ"א אלול התש"פ 15:03 #268523

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 127
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל
  • קאָרמא: 7

מורא'דיג  כדי פאר יעדן צו לערענען (עספעישאלי פאר די וואס זענען אין די פראגרעם)
איך טענה שוין לאנג אז יעדע זאך פון די פראגראם קען מען טרעפן א מקור בקדושה, מ'דארף נאר די ריכטיגע תלמידי חכמים און א 'חפץ בטוב'

א ריזיגע ייש"כ

ענטפער: ווערטער בליצן כ"א אלול התש"פ 17:39 #268526

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 159 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 240
  • האט שוין געלייקט: 66 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
  • קאָרמא: 11
חפץ בטוב געשריבן on כ"א אלול התש"פ 14:32:

פאר תשעה באב האב איך געלערנט א שטיקל מאור ושמש און איך האב געכאפט א בילד דערפון מיט מיין סעל און איך קוק עס כסדר איבער ווען איך דארף חיזוק צו ארבעטן נאר איין טאג אויף אמאל.
וועל איך עס אויך מיט טיילן דא מיט מיינע הייליגע ברודער אפשר וועט נאך איינער האבן דערפון חיזוק.


שטארקע טעגליכע מינוטליכע חיזוק

גדלי', וואס ארבעט זיך צו האלטן הייליג און ווערן נענטער צום טאטען
This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it


ביג בוק קאפיטאל 7

לעבן וועט באקומען א נייע באדייט. מיטצוהאלטן ווי מענטשן ערהוילן זיך, צו זעהן ווי אזוי זיי העלפן אנדערע, מיטצוהאלטן ווי אזוי איינזאמקייט ווערט פארשווינדן, צו זעהן ווי אזוי א חברותא'שאפט וואקסט אויף ארום דיר, צו האבן א גרויסע קבוצה פון חברים - דאס איז אן איבערלעבעניש וואס דו טארסט נישט פארפאסן. מיר ווייסן אז דו וועסט עס נישט ווילן פארפאסן. א שטענדיגע פארבינדונג מיט נייע-צוקומער און מיט אנדערע איז די ליכטיגע ווינקל פון אונזער לעבן.

ענטפער: ווערטער בליצן כ"ה אלול התש"פ 17:32 #268546

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 66 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 103
  • האט שוין געלייקט: 130 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל
  • קאָרמא: 3

גאר גאר שטארק, צום פינטל. שכח פארן מיטטיילן

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: ווערטער בליצן כ"ו אלול התש"פ 17:19 #268550

  • געב אכט
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 17
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
  • קאָרמא: 0

א שטארק ווארט וואס דארף אויפנעמען דעם אויבן אן ביי יעדען יוד......

גלייבט מיר איך קען עס שטארק נוצן...

לעצט פארראכטן: כ"ו אלול התש"פ 17:23 דורך געב אכט.

ענטפער: ווערטער בליצן נעכטן 08:34 #268574

  • אש תמיד תוקד
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 33
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 6
גוט מארגן חברים יקרים איך בין דאנקבאר צו גאט פאר די אלע ריינע טעג און שעות ביז נעכטן נאכמיטאג וואס ער האט מיר געשאנקן במתנת חנם

און איך בעט אים פאר איין ריינע טאג היינט, 
היינט וויל איך זייער שטארק זיין ריין

נעכטן נאכמיטאג בין איך געלאפן נאך תאווה פאר 8 שעה ברציפות ביז 1:00 ביינאכט, און זיך מעסטערבעיטעט

איך בעט גאט איך זאל זיך יעצט קענען גלייך צאמנעמען זיך אויפהייבן און צוריק גיין ווייטער אויפן גליקליכן וועג, איך זאל נישט גיין יעצט טרינקן נאך אביסל צו שטילן מיין ווייטאג

איך בעט גאט אז איך זאל קענען ארויסנעמען א לימוד פאר מיר אויף להבא ווי אזוי און פארוואס עס האט פאסירט

איך בעט גאט איך זאל געדענקן אז ס'איז נאר איין טאג אויף אמאל, און איך זאל באמת מחשיב זיין יעדע שעה, יעדע טאג באזונדער

איך בין דאנקבאר פאר ענק אלע חברים אז איך קען דא קומען און מיטטיילן איך דארף זיך נישט באגראבן אין זיך אליין, אין מיין אייגענע טונקעלע לאך

די יסורים זענען שטארק און ווערן נאר נאך שטארקער יעדע מינוט, 

איך האב זייער ב'עוולה'ט מיין ווייב און קינדער וואס האבן אזוי וויכטיג געווארט פאר מיר צו גיין איינקויפן וויכטיגע זאכן און צו גיין תשליך און שלאגן כפרות, זיי האבן מיך געטעקסט און גערופן הונדרעט מאל בלי גוזמה

און ביזדערווייל האב איך געשלאגן מיט זיי כפרות
איך האב ניטאמאל געקוקט ווער עס רופט, 

איך בין אנטלאפן פון זיי און פון זיך, צו נארישע לאסט וואס זעטיגט נישט,
עיני עיני יורדה מים

איך בעט גאט אויף די שטארקייט צו טון יעצט די נעקסטע ריכטיגע פעולה דורכאויס דעם היינטיגן טאג

כאפט אים אן, און ווארפט אים ארויס, ער איז ניט פון אונזערע

ענטפער: ווערטער בליצן נעכטן 08:39 #268575

  • אש תמיד תוקד
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 33
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 6
חפץ בטוב געשריבן on כ"א אלול התש"פ 14:32:

פאר תשעה באב האב איך געלערנט א שטיקל מאור ושמש און איך האב געכאפט א בילד דערפון מיט מיין סעל און איך קוק עס כסדר איבער ווען איך דארף חיזוק צו ארבעטן נאר איין טאג אויף אמאל.
וועל איך עס אויך מיט טיילן דא מיט מיינע הייליגע ברודער אפשר וועט נאך איינער האבן דערפון חיזוק.


יש"כ פארן ברענגען דעם הייליגן שטיקל, עס איז געקומען ווי א רפואה פאר די מכה

עס וועט מיר זיכער העלפן מחשיב צו זיין יעדע טאג ריינקייט באזונדער און צומאל יעדע שעה באזונדער

כאפט אים אן, און ווארפט אים ארויס, ער איז ניט פון אונזערע

  • בלאט:
  • 1
  • 2
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 1.31 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא