ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה 768 באזוכער

דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה כ"ו חשון התש"פ 00:02 #262104

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

כאטש איך בין נישט קיין גיטע שרייבער און נישט די גרעסטע יודע ספר
אבער אזווי איך האב ב"ה געזען אסאך ווערטער און חסידשע ספרים און נאך ספרים אדער געהערט גיטע ווערטער וואס קענען דא געבען א חיזוק פאר יעדם איינעם דא 

וועל איך מקיים זיין אל תמנע טוב מבעליו און פראבירן ווי וויט איך קען שרייבן יעדן טאג א גיט ווארט 
אויב דאס וועט זיין די ווילן פון גאט

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה כ"ו חשון התש"פ 00:05 #262105

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

וואס זאל איך טוען וויינען אויף ביז יעצט אדער זיך פרייען אז כאטש יעצט וועל איך זיין ריין ?


מען דערציילט אז אמאל זענען געגאנגן צוויי אלטע יודן א חסיד אין א מתנגד בודק זיין די תפילין ביים סופר און דער סופר האט געזאגט פאר זיי ביידע אז 70 יאר האט איר געלייגט פסול'ע תפילין 

דער מתנגד האט אנגעהויבן צי קלאגן אין וויינען אויף וואס עס איז געווען ביז יעצט אזי פיל יארן געוואלד עס איז געווען ממש תשעה באב
אבער דער חסיד האט געטאנצען פרייליך ווי פורים נאכמיטג און געדאנקט דעם בורא אז גאט האט אים געהאלפון אז ער איז געגאנגען בודק זיין זיינע תפילין איז ער געוואיר געווארן אז עס איז פסול און פון  יעצט  אוועט ער ער קעען לייגן כשרע תפילן 
למעש די געפיל איז זייער שלעכט אויף ביז יעצט אבער לאמיר כאפן א טענצל אז פין יעצט און ווייטער וועל מיר מיט גאט'ס הילף האבן ריינע טעג 

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה כ"ו חשון התש"פ 00:08 #262106

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20
1) מעשה ווען דער ראמיסריווקא רבי פון ב"פ שליט"א איז געווארן א איידם ביי הרה"ק מסקווער זי"ע האט ער געשריבן א בריוו צי זיין טאטע אז ער האלט  נישט אויס צי וואינען אין אמעריקא און  א"י מער הייליג ועוד 
האט ער אים גענפערט איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט מיר זענען סאלדאטן און אייבערשטען ארמיי און יעדע ארמיי שטעלט דער מלך א פלאץ פאר יעדע סאלדאט ווי ער וועט אויס פירן זיין תפקיד אויף די בעסטע וועג דיין תפקיד איז צו זיין דארט

2) צו דעם שפאלע זיידע איז אמאל געקומען א יוד און זיך זייער אפגערט אז ער האט א קרעשטמע און די גוים דארט זענען אזוי נידריג די נסיונת זענען געפליך 
האט ער אים גענפערט די ווילסט זיין אויף א הייליגע פלאץ נאר הייליג אלעס ארום הייליג אויף דעם איז שוין דא אסאך מאלכים דער הייליגער באשפער זיכט הייליגער מענטשען אויף די וועלט אפ' מיט אלע ניסיונת האלט ער זיכט פעסט און שטארק

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה כ"ו חשון התש"פ 00:09 #262107

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20
איך בין נישט קיין שרייבער אבער מיין רב האט מיר פארציילט שבת א גיטע משל פון של"ה הקדוש וואס קען זיין א גוטע חיזוק פאר אונץ
וועל איך  עס מיטיילן בקיצור

א מלך האט געשיקט ארבטער צי בויען א פאלאץ ועוד 

דער קעניג איז געווען א גיטער און האט מורא געהאט אז די ארבטער וועלן נישט קענען טוען די ארבעט האט ער געמאכט א הייל פון ווי זיי זאלן קענען אנטלויפן אין זיך נישט דארפן שעמען און באקומען א שטראף אז זיי האבן נישט געטוען זייער ארבעט גוט 

איינמאל איז דער קעניג געקומען און יעדער איז אנטלפוין פון דארט חוץ איין ארבטער

האט אים דער קעניג געזאגט פארוואסטו ביסטו נישט אנטלויפן ווייל די האסט נישט מיך ליב און נישט מורא פון מיר פארדעם וועסטו באקומען  א שטראף

אז מיר האבן א פראבלעם מיט.......   אבער מיר קענען יא ב"ה דא אהער קומען צו הד"א און און ארבטען די פראגאם און אזוי זיך האלטון ריין

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה כ"ו חשון התש"פ 00:36 #262108

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

מיר האבן א כלל איינמאל א אדיק איז א  אדיק פאר אייביג

שטייט און ייטב לב אויף דעם פסוק והי יושב פתח האהל כחום היום

זאגט ער אז אברהם אבינו איז געזעצן ביי 90 יאר ביים פתח האוהל דאס מיינט די טויערן פון דעם מענטש אויגן אויער מויל אז עס זאל גארנישט אריין קימען קייו שלעכטס און אפ' ער איז שוין געווען אזוי אלט האט ער זיך אפגעהיטן כחום היום אזוי ער איז א יונגערמאן וואס די תאווה ברענט נאך ביי אים ווייל א מענטש קען קיינמאל זיין זיכער מיט זיך אז וועט נישט דורפאלן 

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה כ"ו חשון התש"פ 11:11 #262111

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 150 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 129
  • האט שוין געלייקט: 724 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 321 מאל
  • קאָרמא: 13

יש בורא עולם

שכוח פאר די טרעפליכע ווערטער. כהאב זייער הנאה דערפון.
דו דארפסט דיך נישט פארענטפערן צו ביסט א גוטע שרייבער צו נישט, דא איז יעדער וועלקאם צו שרייבן...

אגב - איך גלייך זייער שטארק דיין נאמען "יש בורא עולם" יא, איך קוק מיך אן אז איך קען האלטן דא און קליקן צום 96'טע מאל איך בין נאך אלץ ריין שרייעט זיך ארויס פון מיין מויל יש בורא עולם. אן די הילף פונעם רבוש"ע וואלט איך דאס קיינמאל נישט געקענט באווייזן.

נאכאמאל א גרויסן שכוח פאר דיין זיסע ווערטער, קיפ איט אפ.

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה כ"ו חשון התש"פ 11:56 #262115

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39

איך בין מתפלל פאר די קיום פון דעם אשכול, דעיס איז פיינע נייעס.
שכח יש בורא עולם. נישט ווי עפרון שאמר הרבה ואפילו מעט לא עשה נאר ווי די משנה פארלאנגט "אמור מעט ועשה הרבה". דו האסט געגאזגט אז דו וועסט שרייבן "יעדן טאג א גוט ווארט", משמע איינס פאר א טאג, אבער למעשה האסטו שוין ארויפגערוקט אפאר שטיק היינט!
כה לחי! איך ווארט אויף נאך סחורה!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה כ"ז חשון התש"פ 00:37 #262150

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

א גיטע נאכט טייערע יודן

מ'קען נישט גיין שלאפון פאר מען איז מקיים א גוט ווארט פאר די הייליגע קהילה 

טייערע ברידער זייער אסאך מאל טראכט איך וואס וויל גאט פון מיר מיר געגעבן א נאטור צי זינדיגן א עדיק  וואס איז מיין תפקיד אויף די וועלט וואס ווי גאט פון מיר

נאר מ'קוק אריין און די סדרה פון די וואך וואס גייט פאר יצחק האט צוויי קינדער יעקב און עשו א'פאר זאכן פארשטייט מען נישט
1)קען דאס זיין יצחק האט א קינד א רשע
2)אויב עשו איז א רשע פארוואס איז ער די בכור
3)אויף דעם האט מען מתפלל געווען א קינד א רשע
4)האט עשו נישט געהאט א בחירה

דער קרן לדוד איז דאס שיין מסביר מיט א קלארקייט 

א טאטע דאווענט ביים בורא עולם געב מיר א ערליכע קינד און ב"ה מזל טוב געבוירן א הייליג קינד א הייליגע נשמה מודת טובת צוטירט פון א עבירה אזווי פייער די אויגן אפגעהיטן פון זיך אליין בקיצור ממש א צדיק קדוש מרחם אמו
דאס איז א געוואלדיגע מדרגה ער הייסט א ירא ה' אבער צו די מדיגה האט ער נישט אליין געהארוועט נאר א ירא ה' גאט האט אים דאס געשאנקען די מדרגה און דאס איז אונער צדיק יעקב געווען

אבער עס איז דא נאך א גרעסרע מדרגה איינער וואס ווערט געבורין ווי א נארמאל קינד אן קיין מדריגות אדער איינער וואס ווערט געבורין מיט שלכטע מידות יעדעס מאל וואס ער גייט אויפן גאס אן עקסטרע מלחמה זיך האלטו די אויגן ריין און שטוב אליין ישב ולא עבר עבירה איז ביי אים ממש אומעגליך ווער רעדט נאך ווען עס קימט אינער א נסיון דאס איז ממש געפערלין ער דראפט זיך אויף גראדע ווענט ער וויינט צום טאטען אין הימל אוי טאטע איך וויל טוען דיין רצון זיין ערליך און איך וויל זיין ריין ערליך איך האלט נישט אויס די יסורי איוב וואס מיר גייען דורך און ווער רעדט נאך פון די בושה צי שערן מיט א צווייטען

אבער מיט דעם אלעם האלט ער זיך שטארק איך וועל אלעס טוען אויף די וועלט צי זיין נאנט צו דיר  און טוען דיין רצון און בלייבן ריין 

אזא איינער איז און אסאך אסאך א גרעסרע מדרגה ווייל ער האט אויף אלעם אליינס גע'ארבעט דאס נישט כוחת וואס ער האט באקומען נאר שווער געארבעט 

און מדרש שטייט אז עס איז געווען א מלך וואס האט געקענט חכמת הפרצף האט ער אראפגעשיקט צום מדבר א מאלער אפצומאלן א בילד פון משה רבינו און ווען דער מאלער איז צוריק געקומען האט ער אים געהארגעט ווייל ער האט געזאגט אז עס קען נישט זיין אז דאס איז משה דער מענטש וואס האט גערעט מיט גאט פנים אל פנים איך זעה דאך אויף אים אלע שלעכטע מידות האט ער אראפגעשיקט א צווייטען און יענער האט צוריק געברענגט דעם זעלבן בילד
האט ער געזאגט ער מיז אליין גיין צום מדבר זעהן וואס גייט דא פאר ווען ער האט געזעהן משה רבינו האט ער אים געפרעגט ווי אזוי ארבעט דאס ?
א געטליכע מאן מיט אזלכע מידות האט אים משה רבינו גענפערט אז איד קען זיך אויס ארבטען זיינע שלעכטע מידות און דעמלס קומט ער צי אסאך א גרעסרע מדריה פון דעם וואילן שעפעלע 

דאס דער קרן  לדוד עשו איז געווען די בכור ווייל וואלט ער געוואלט ארבטען באמת וואלט ער געווען אין א גרעסרע מדריגה פון יעקב ווייל  יעקב האט דאס באקומען א מתנה און עשו האט אליינסגקענט ארבעטן און דאס איז אסאך א גרעסערע מדריגה אבער ליידער האט ער נישט און..................

און איף אזא יוד וואס ארבעט שווער צי זיין ערליך שטייט און גמרא גדול הנהנה מיגיע כפו יותר מיראת שמים עס איז אסאך א גרעסרע מדרגה אליין צו ארבטען און זיין הנהנה מיגיע כפו פון איינער וואס האט דאס אליינס באקומען מיראת שמים  און אויף דעם זאגט די גמרא אשריך בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא 


יעצט לאמיר נישט זיין ווי עשו נאר ארבטען באמת אויף אונזער ריקאוורי און זיין ריין אפ' עס איז ממש געפערליך שווער און זוכה זיי צו  אשריך בעולם הזה וטוב לך לעום הבא

א גיטע נאכט

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה כ"ז חשון התש"פ 14:18 #262170

  • קאוונע
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 51
  • האט שוין געלייקט: 38 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל
  • קאָרמא: 1

א גרויסן דאנק פאר דיינע דברי חיזוק.
אויך פאר דיין חיזוק און הדרכה פריוואט די העלפסט גאר אסאך ארויס זיך צו האלטן. 

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה כ"ז חשון התש"פ 21:32 #262198

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39

זייער שטארק!
מ'קען האבן מידות ווי עשו אבער וואקסן גרעסער ווי יעקב!
מורא'דיגע חיזוק. שכח יש בורא עולם.

וממדריגה למדריגה תעלנו עד שנזכה לבוא למעלת אבותינו אברהם יצחק ויעקב (קרעדיט: מיילעך קאלטענעס)

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 23:03 דורך ich vil zan ehrlich.

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה כ"ז חשון התש"פ 22:55 #262206

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 125 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 862
  • האט שוין געלייקט: 757 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1608 מאל
  • קאָרמא: 41

ממש כעין זה ווערט געברענגט אויף דוד המלך אויך.

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה כ"ח חשון התש"פ 00:07 #262213

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 858
  • האט שוין געלייקט: 4393 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
  • קאָרמא: 15
איך האב עס יעצט געליינט [געלערנט] עס איז זייער שטארק שכח'

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה כ"ח חשון התש"פ 00:35 #262215

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

רבותי עס איז זייער שפעט מען דארף אויף שטיין פרי אבער פטור בלא כלום אי אפשר 

איך האב היינט געוויינט ווען איך האב געליינט אז א טייערע חבר איז געפאלן פיל איך אז מיז שרייבן א מעשה וואס איך האב היינט געהערט פון מורי ורבי הרב ר' שמעון שפיצער שליט"א

עס איז אריין געקומען א איד צו הרה"ק מסקוויער זי"ע מיט א קוויטעל און שרייבט אראפ די נעמען פון זיינע קינדער און צי ידע קינד שרייבט ארויס זיינע מעלות 

יצחק האט גענדיעט ש"ס
שמואל א ירוא"ש
שלמה לערנט 20 שעה א טאג 
רחל א צנועה אזוי שרה אמינו 

דער רבי ליינט די קוויטעל מיט ווינדער וואס גייט פאר און ערפרעגט בלי עין הרע זוכה געווען צי אזוינס אזא זכיה

הייבט דער יוד אן צי וויינען מיט ביטערע טרערן דאס אלעס האב איך אלעס געהאט אבער אלעס פארלורין דער רשע דער דייטש האט מיר אלעס ציגענומען 

ריף זיך אן די רבי ציגענימען וואס די אלע מצות וואס די האסט מחנך געווען די קינדער זייער לימוד התורה ויר"ש וכי' איז א זאך וואס בללייבט לנצח נצחים דאס קען דיר קיינער נישט צונעמען 
אפשר בגשמיות אבער וואס איז געווען ביז דעמלעס איז דיינס אויף אייביג 

הרה"ק מאחמסריווקא האטפאר ציילט די מעשה און ציגעלייגט א שטארקע נקודה אז ווען א יוד באקומעט א ירודה מיינט ער האט אלעס פארלוירן אבער עס איז נישט אמת די גיטע צייט איז דיינס לנצח נצחים און מען דארף בעטן גאט אויף נייע גוטע צייטן 

לעינינו ווען איינער פון אינז האט א דורכפאל פילט ער אז ליידער האט ער אלעס פארלוירן באמת קען זיין די חיזוק פון אזוי פיל ריינע טעג אויף די טשארט פארלירט ער און אויף דארף פריש אנהייבן צו ארבטען

אבער די ריינע טעג פארן בורא עולם בלייבט אייביג מיט דיר 
די ריינע טעג וואס די ביסט געווען א טאטע מאן און שטוב 
​די ריינע טעג וואס די ביסט געווען א ארבטער וואס יעדער האט הנאה פון דיר 
די ריינע טעג וואס די ביסט געווען צופרידן פון דיר 

די ריינע טעג וואס די האסט געקענט לערנען און דאוונען
 וכ'  וכ'  וכ'  וכ'  וכ'  וכ'  וכ'  וכ'  וכ'  וכ'  וכ'  וכ'  וכ'  וכ' 
דאס בלייבט אייביג מיט דיר 

און די האסט א חיזוק אויף ווייטער ווייל די האסט שוין געשפירט וואס עס מיינט צי זיין ריין 


גדענק צם סוף וועט זיין מיט גאט הילף ווי מען זאגט אין ליבאוויטש די דן נצח

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה כ"ט חשון התש"פ 00:11 #262266

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

טיירע ברידער אז מ'נעמט זיך אונטער העלפט גאט 
היינט געהערט א מורדיג'ע ווארט פיל חיזוק  פאר אינז לאמיר אנהייבן זייער אסך מאל פרעג איך מיר אליין

טאטע הימל וואס בי איך שולדיג אז מיטש מיר אזלכע נסיונת וואס האב איך געטעון געווען א ערליכע יונגל און פלצלינג אלעס טראך און איך האב שוין נישט קיין בחירה מער
מיר גלייבן אלעס האט גאט אויסגרעכנט פון פריער אויך מיינע שווערסטע יארן געוואלד טאטע וואס גייט פאר


טייערע ברידער לייג צו קאפ פאר א מינוט
חזקיה המלך האט נישט געוואלט חתנה האבן ווייל ער האט געזעהן ברוח הקודש אז ער וועט האבן נישט קיין ערליכע קינדער ווי מנשה וואס וועט מעמיד ליידער א צלם בהיכל

האט דער נביא אים געזאגט מת אתה ולא תחיה מת אתה בעולם הזה ולא תחיה בעולם הבא ווייל די ביסט מחייב צי טוען און וואס וועט זיין וועט זייט  מיש דיך נישט אריין און גאט חשבונת  ער האט באהאלטנע זאכן וואס די וויסט נישט

שטייט און ספר איליהו פון הרב אליהו שיק אבד"ק קראקע ז"ל 
וואס זענען די חשבונת וואס זענען באהאלטן זאגט ער צוויי פשטים 1) אז עס איז ארוס געקימען פון מנשה די מלך יאשיה וואס איז יא געווען ערליך

און נאך דעם זאגט ער א טיפע נקודה פאר אינז אךע אז ווען מנשה האט געוואלט תשובה טוען האבן די מאלכים פארשפארט אלע טוירן פון הימל אז זיין תשובה זאל נישט ווערן אנגנימען

אבער גאט האט יא געוואלט אנעמען זיין תשבוה האט הקב"ה געמאכט נייע וועג מתחת כסא הכבוד וואס די מאלאכים האבן נישט געוויסט און זיין תשבה איז געווארן אנגענומען זאגט גער איליה אז דאס איז די באהאלטנע חשבונת פון גאט ער האט געוואלט אז עס זאל זיין פאר כלל ישראל א נייע וועג פון תשובה האט ער געלאסט מנשה זינדען אזוי פיל יארן אבער ער וועט נאך דעם עפנען נייע טויערן

לדעתי ווען מיר ווילן זיךהאלטן באמת ריין אינגאנצען פון לאסט וכ' מיזן מיר אנגעקימען צי מדריגות וואס נאר צדיקים קענען אנקימען ציטירן פון א עבירה אזוי יום המיתה  און ארבטען אז נישט קיין איין סקונדע האבן אפ' א שלעכטע מחשבה 
און מיט די 12 ציקומען צי מדריגות און אמונה און בטחון בקיצער א חובת הלבבות יוד 
און צי דעם זענען מיר ציגעקומען נאר ווייל מיר זענען נעבעך געווען אזוי טיף און מיר וויל עס צירוק דרייען דארפון מיר ארבטען זייער שווער 
פארשטייט יעדער קען נאך וואקסן מער עס איז נישט קיין שיעור 

אבער די נקודה גאט האט דיר נעבעך געלאסט יארן לאסטן און פאלן טיף און זימפ אריין טיפער און טיפער
ווייל צוס סוף מיט גאט הילף ווען מוועט פילן אז מען פילן אז מען האלט שוין נישט אויס וועט מען זיך קערן צי גאט און טוען תשבה שלימה און גיין מעלה מעלה ממדרגה למדרגה צי וואס סתם איינער קימט נישט צו



ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה כ"ט חשון התש"פ 04:48 #262274

  • געש
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • לאמיר זיך שטארקן
  • מעלדונגען: 103
  • האט שוין געלייקט: 316 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 244 מאל
  • קאָרמא: 4

איך האב געהערט פון א איד וואס איז שוין ריין 2 יאר ער זאגט מיר זיין דאווענען האט באקומען אן אנדערע פנים אזויפיל אהבה אזויפיל השתפכות הנפש סגיסט זיך פארוואס ווייל ער גיסט נישט אויס די אהבה ערגעץ אנדערש
איך האב געהערט פון א הייליגע איד ר' ארי' דוד שטיינהארטער שליט''א פון בני ברק אז די מענטשן האבן אין זיך אן אויסערגעווענליכע כח אהבת ד' מ'קען צוקומען צו מדריגות וואס אנדערע קענען נישט מ'זאל נאר נישט פארפאטשקענען זיך האלטן ריין

זיי פרייליך אז דו ביסט א איד

געש-מאק                         ג'עוואלדיגע ע'רענסטער ש'ומר
געש-טארקט                                        ג'רייט ע'כט ש'וין
געש-טיגן                                      ג'וטע ע'רענסטע ש'כן
געש-יקט

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה כ"ט חשון התש"פ 10:26 #262278

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15
יש בורא עולם געשריבן on כ"ט חשון התש"פ 00:11:

געוואלדיג
גאר שטארקע חיזוק
איך האב נישט קיין ווערטער

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה כ"ט חשון התש"פ 10:44 #262281

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 150 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 129
  • האט שוין געלייקט: 724 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 321 מאל
  • קאָרמא: 13
wow

יש בורא עולם, געוואלדיג!

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה כ"ט חשון התש"פ 14:49 #262291

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 146 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 145
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל
  • קאָרמא: 27

יש בורא 
אויסנאם !!!

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה ל' חשון התש"פ 00:50 #262330

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20
ב"ה היינט 69 ווער האט דאס געגלייבט מען האלט שוין כמעט ביי די ימי הזקנה

איך האב געהערט אז א שיינע מעשה בשם דער הייליגער תפרת שלמה 

אז דער יצה"ר האט זיך אפגערט אז ער האט נישט קיין ארבעט ווייל די גוים זינדיגן אליין אן דעם וואס מרעדט זיי איין וואס צו טוען

האט השי"ת גענפערט עס וועט נאך קומען אברהם ער וועט נישט זינדיגן וועסט ארבטעןן ביי אים 

דער יצר קומט צו אברהם און אברהם ער איז פארנומען מיט די געסט ער האט נישט קיין צייט דער יצר ווארט ווען האט אברהם א ליידיגע מינוט ער אז אלץ פארנומען מיט די געסט נאך צוויי וואכען זאגט ער פאר אברהם איך דארף רעדן מיט דיר עפעס שטיל אברהם פרעגט זאגעט איםדער יצר  ......... אברהם זאגט איך בין צי פארנומען גיי דיר מיט דיינע עבירות

טראכט דער יצר אפשר ביי יצחק  אבער פון פחד יצחק מיט פחד מען ציטירט דאך געפערליך פון די עבירה האט ער באקומען געהרגטע קלעפ   הבא להרגך השכם להרגו און ער אנטלויפט פון דארט

אבער ביי יעקב זעט אים אויס אז דער געשעפט גייט גוט דא פארהאנדלט ער מיט עשו פאפט אויס זיין טאטע און נאך דעם מיט לבן ער איז ממש מיינער אזוי טראכט ער 
אבער פלצלינג זעט 12 שבטי קה הייליגע קינדער און יעקב האט אים סתם נאר גוט אויסגענארט און באמת זיך יא געפירט ערילך און די אלע דריידליך וואס האט געטען איז נאר געווען צו טוען דעם רצון הבורא 
מיט פבושת פנים אנטלולפט ער

איך זעה און די מעשה דריי עצות וואס מיר טוען זיך צו האלטון ריין - מעשה אבות סימן לבנים
1)זיין פארנומען נישט האבן ליידגע צייט ווייל בטלה מביא......
2) פחד ציטירן פון א עבירה יא עקטו אט מיינט שטארבן
3) מען נעמט זיך שערן אלעס וואס גייט פאר דער יצר מיינט אמחי יעצט רעדט ער וואס איך וויל
אבער עס דארט נישט לאנג און ער זעט דאס איז נאר זיך צי האלטון ריין 

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה א' כסלו התש"פ 01:37 #262393

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

טייערע ברידער היינט געהערט די ניגון 
ווען איך האב אמאל געהערט די ניגון
לעבן אויף קידש השם ווי קען דאס זיין 
וואקסען דורך מייינע נסיונת ווי קען דאס זיין

אבער מיט די 12 סטעפס פארשטיי איך 
יא בלייבן ריין אפ' עס מיינט ביטער שווער מסירת נפש ממש 
יא פון מיינע שווערקייטן בין איך נאר געוואקסן אסאך אסך מער צים סוף

https://drive.google.com/file/d/1NNOyRLFZ-MZrr2Ek03sNZze11RM6qAF0/view?usp=sharing
איך מיין אז דאס קען מען ריפון די 12 סטעפס ניגון

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה א' כסלו התש"פ 01:51 #262394

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

רבותי עס איז זייער שפעט גאט וויל איך זאל גיין שלאפון עס איז זייער שפעט 
אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן א געוואלדיגע ווארט פארן עולם איך האף אז איך טיה זיין רצון יעצט

הרה"ג ר' מיכאל בער ווייסמאנדל האט געזאגט א תורה ביי א ברית פון זיין פיפטע קינד נאך די מלחמה 

האט ער פינף פון מיינע קינדער האבן מקדש שם שמים געווען ליידער אין די גאז קמערן ביי די צווייטע וועלט מלחמה

זאל איר וויס ווען א יוד האלט זיך בוקדשה דא אויף די וועלט מיט מסירת נפש ווערט דאס און הימל די זעלבע ווי די אנדרע קדושים און הימל נאר מיר קענען זיין לעבדיג און עס טוען יעדע מינוט 

און ער האט געטייט די נקישך וואס די אשכנזים זאגן
נְקַדֵּשׁ אֶת שִׁמְךָ בָּעולָם. כְּשֵׁם שֶׁמַּקְדִּישִׁים אותו בִּשְׁמֵי מָרום. כַּכָּתוּב עַל יַד נְבִיאֶךָ:

נְקַדֵּשׁ אֶת שִׁמְךָ בָּעולָם מיינע קינדער וואס לעבען זאלן מקדש זיין גאט'ס נאמען ווען זיי האלטון זיך ריין הייליג זעענען זיי אוף די זעלבע מדריגה כְּשֵׁם שֶׁמַּקְדִּישִׁים אותו בִּשְׁמֵי מָרום ווי די וואס האבן מקדש שם שמים און זענען שוין און הימל 
וואס שטייט און חז"ל אז קיינער קען נישט שטיין במחיצתן

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה ה' כסלו התש"פ 01:50 #262557

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

טייערע ברידער איך שעם זיך שוין לאנג נישט געשריבן נא וואס זאלן מיר טוען ליידער געווען פארנומען 

א קורצע נקודה מיר רופן זיך אן  בני אברהם יצחק ויעקב 
פרעגט דער רבינו בחי פארוואס ריפון מיר זיך נישט אן קינדער פון תרח בתואל הרן מיר זענען דאך זייערע אייניקליך ?

זאגט ער א שטארקע נקודה אמותנו  היה עקרות קיין קינדער נישט געקענט האבן קיין קינדער 
אבער מיט תפילה ווערט מען א נייע מענטשן און זיי האבן יא געקענט האבן קינדער

איז ריכטיג אז מיר זענען אייניקליך פון אברהם יצחק ויעקב און נישט פון תרח בתואל הרן ווייל די אבות זענען נישט די מענטשן וואס זיי זענען געבורן געוורין ביי די פליישגע טאטע און מאמע נאר מיט תפילה געוורין נייע מענטשן

לענינו די נסיון פראבלעם קרענק ווי אזוי דו וויסלט עס ריפון אבער מיר קענען זיך נישט א עצה מיט דעם ממש נישט צום אויסהאלטן 
אבער ווען מיר געבען זיך באמת איבער צו גאט און מיר בעטן ביי אים קענען מיר און וועלן ווערן נייע מענטשן  

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה ה' כסלו התש"פ 23:34 #262611

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

רבנה"ק מסאטמאר פלעגט יעדע יאר פ' ויצא נאך זאגן די מדרש אויפן פסוק ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה

יעקב אבינו האט געזאגט ווען אליעזר האט געזוכט א שידך פאר מייין טאטע יצחק האט ער געהאט צען קעמלך מיט א שטר מיט אלע גיטע זאכן 

אבער איך האב גארנישט גארנישט אבער מיט דעם אלעם פאליר איך נישט מיין בטחון און גאט אז ער טיט נאר גיטס מיט מיר און אלעס וועט זיין גוט

טייערע ברידער זייער אסאך מאל פילן מיר אז מיר האבן אלעס פאלורן אבער גאט האבן מיר נישט פאלוירן ער וועט אייביג זיין מיט אינז און זחכער מאכן אז נאר גיטס וועט פאסירן מיט אינז

ישראל בטח בה' עזרם ומגינם היא

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה ו' כסלו התש"פ 18:49 #262649

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

ווען הרה"ק רי מיכל מזלאטשוב איז געווען איונגערמאן איז ער געווען א שרעקליכע ארימאן 

און א יוד גייט אריבער זעט ער ווי זיין ווייב און די קינדער וויינען ווייל זיי זענען הונגעריג

אבער ער זעט אז ר' מיכלע איז פרייליך פרעגט ער רבי וואס גייט פאר יעדער וויינט און די לאכסט
ענפערט ר' מיכל זיי האבן פארוואס צו וויינען ווייל זיי פארלאזן זיך אויף מיר אז איך וועל ברענגן צו עס . וואס קען איך דען גארנישט 

אבער איך בין פרייליך ווייל איך פארלאז מיך נאר אויף גאט און ער קען מיר אלעס געבן

טייערע ברידער איך אליין האב האב שוין אלעס פראבירט צו טוען צו זיין ריין ביז אהער איך האב געמיזסט מודה זיין אז איך קען גארניש

נאר דער באשעפער פון די וועלט ער קען אלעס טוען און מיט כח קען מיר זיך האלטון ריין
לאמיר אים בעטן ווייל נאר ער  קען 

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה ח' כסלו התש"פ 17:13 #262704

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

טייערע ברידער א גיט שבת 
ביי שבת זעהן מיר א גאט האט געריט גענדיט אלע ארבעט 

ווען מיר ענדיגן די ארבטען די ארבעט אויב ווייסן מיר אז מיר זענען נאר זיינע ארבטער און מיר טוען נאר זיין רצון דעמאלס קענען מיר אנקומען צי שבת מיט א ראוגייט 
לארמיר עס זאגן נאכמאל ביז מיר וועלן עס באמת קונה זיין 
 נאר פאר דיר נאר פאר דיר קה רבון עלם ועלמיא

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה י' כסלו התש"פ 03:04 #262716

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

א גיטע וואך טייערע ברידער איך הף איר האט געהאט אזא געשמקע שבת אזוי ביי מיר ב"ה מיט גאט היף הילף נאר געזוכט צו טוען זיין רצון יעצט שפעט מוצאי שבת און איך קיק צוריק אזוי הערליך שיין הייליג יעדער האט הנאה געהאט 

נאר איין נקודה מזאגט נאך אז דער מהר"ם שיק האט אמאל גענדיט ש"ס האט ער געוויינט און געזאגט שס שס איך איך האב דיר געלערנט אזוי פיל מאל ב"ה און איך קען דיר אבער וואס איך מיך אויסגעלערנט פון דיר האב איך מיר עפעס געטוישט (בערך דאס זענען געווען זיינע ווערטער)

טייערע ברידער איך זיץ און טראכט הד"א און 12 סטעפס איך האב איך דיר גוט געלערנט און איך קען דיר 
און יא די האסט געטוישט מיין לעבען צו א מענטש וואס לעבט מיט אמונה און בטחון - אמתדיגע ריינע טעג - זיין א ערליכע טאטע  מאן - און ראויגע צפרידנע מענטש ועוד 

אבער איך איך ווייס אז איך וואס איך קען איז גארינשט איך האף נאך אסאך זיך לערען און ווערן נענטער צו גאט און שטייגן ווייטער 

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה י' כסלו התש"פ 16:06 #262727

  • קאוונע
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 51
  • האט שוין געלייקט: 38 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל
  • קאָרמא: 1

א שכח דיר יב"ע דיין חיזוק און הילף העלפט פאר יעדן
ב"ה אז די האלטסט שוין היבש נאנט צו דיין צ' יום
נאך 11 מאל "1 טאג אויפאמאל" און ביסט דארט בעזר הבוי"ת
ביום כ"א כסליו וועלן מיר אלע מיטאנצען מיט דיין הודי' להקב"ה אויף זיינע געוואלדיגע חסדים און נסים גלויים מיט דיר.

לעצט פארראכטן: י' כסלו התש"פ 16:07 דורך קאוונע.

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה י"א כסלו התש"פ 00:29 #262744

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

א גיטן טייערע ברידער 

שטייט און קו הישר אויף דעם פסוק והבוטח בה' חסד יסובבנו 

פרעגט ער וואס איז דער זכות פון דער יוד וואס האט בטחון מער פון א יעדע מצוה
ערפרט דער קו הישר  אז חוץ פון דעם וואס ער איז נישט עובר אויף אונאה גזל וכ' ווייל ער האט בטחון אז גאט וועט אים אלעס געבען 

האט ער מעלה אז יעדע זאך וואס ער טיט בעט ער ביי גאט און חזרט איבער די אמונה און בטחון ביי יעדע זאך וואס ער טיט א גאנצע טאג אז נאר גאט פירט זיין לעבען און ער טיט נאר גיטס און מ'קען זיך פארלאזן אויף אים און נאר אויף גאט אליין
ווערט דאך פון דעם באשאפען טוזנטער מלאכים און זיי באגלייטן אים און נעמען אים ארום מיט חסד א  גאנצע צייט און היטן אפ דעם מענטש פון אלעס שלעכט 

וואס איך נעם ארויס פון די ווארט 
ווען מיר ארבטען שווער צי זיין ריין און געבען זיך איבער צו גאט אינגאנצען און וויינען און בעטן זיך ביי אים האלט אינז ריין 
ווערן ארום גענומען מיט מלאכים געטליכע כוחת וואס האלטון אינז ריין און מיר קענען באמת פירן א פרייליכע ריינע ערליכע געזונטע ציפרידנע לעבן  

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה י"א כסלו התש"פ 00:46 #262745

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

רבותי  א הצלה קאל - וואס טיט מען ווען הצלה ריפט 

אזוי עס איז מיר אויסגעקומען צי רעדן מיט אפאר חבירם דא 
איך איך האב געהערט א זאך וויל איך עס מיטיילן מיט א יעדן איינם דא

איר דארפט וויסן ווען די קימסט ארויף דא אויפן סייט זיך צו העלפון  עס איז דא ביי אינז אסאך הונגערע יודן זיי קיקן ארויס פאר אביסל חיזוק אפאר גוטע שורת וואס וועט זיי מחי זיין און געבען כח זיך צי האלטן ווייטער ריין 
אדער אפ' פאר א לייק וואס זיי גייען באקומען אדער א גיטע עצה אדער א זאך וואס די האסט שוין מיטעלעבט און וואס די האסט דעמאלס געטון
עס האט שוין געראטוועט זייער אסך חברה 

טראכט אריין ווען איינער וואלט דיר געריפן און דיר געבעטן שרייב מיר אפאר ווערטער אדער געב א לייק איך דארף דאס צים לעבען איך קען נישט מער עס איז ביטער שווער וואלסטו עס נישט געטוען זיכער אז יא 
נאר מטראכט וואס וועט עס שוין אפטוען יעדער זעט אויס גוט קיינער שטארבט נישט 
מדארף אבער וויסן אז מהאט שוין אזוי געראטוועט צענדליע חברים 
פון פאלן און באקומען גיטע הדרכה וואס צו טוען ווייטער 
און אויך פארדינט מען אז עס העלפט פאר זיך אליין 

גדענקט דא ריפט מען הצלה ראטווע איך וויל בלייבן ריין העלף מיר

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה י"א כסלו התש"פ 01:44 #262746

  • כוויל זיין א צדיק
  • איצטיגע שטרעקע: 75 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 132
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 294 מאל
  • קאָרמא: 6

יא אמת איך פלעג אמאל גארנישט ענפערן אדער לייקן. איינמאל האט אינער געמאכט אן אפיעל אז דער עולם זאל זיך וויסענדיג מאכן פין א צווייטן (קען זיין ס'איז געווען דיך. כ'דענק נישט) זייט דאמולט פראביר איך צו זאגן עפעס ווען איך האב.

און שכוח פארן מאכן דעם אפיעל אזוי זאל זיך די עולם אנריפען ווארעם

און ווי א הסכמה. איך קוק געווענליך מיינע מעלדונגען אויב ס'האס אן ענפער אדער לייקס

באשעפער האסט מיך ליב, און נאר מיט דיין הילף בין איך דא, און כ'גיי ווייטער

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה י"ב כסלו התש"פ 00:20 #262805

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

טייערע ברידער אסאך מאל האבן מיר א שווערע מינוט מיט לאסט אדער אנדרע זאכן און מיר דרייען זיך אויס צו גאט און מיר ווייינען צי אים וואס טוען מיר אויף מיט דעם מיר ווילן זיין ריין נאר מיט וויינען קענען מיר ?


נאר איך וויל איך נאר מיטיילן א ווארט מיר זעהען אז ווען רחל האט געוויינט אויף די גלות האט גאט גליין רחמנות געהאט אויף איר און געזאגט הער אויף איף וועל זיי ארויס נעמען פון גלות 
אבער ביי לאה ווען זי האט געוויינט אז זי זאל חתנה האבן מיט יעקב זעט מען נישט אזא זאך נאר זי האט געוויינט יארן לאנג פארוואס פאר איר האט מען יא געלאסט וויינען

נאר רחל האט געוויינט אויך א צער עפעס וואס טיט וויי האט גאט געזאגט אז איך וויל נישט מיין קינד זאל האבן צער 
אבער לאה האט געבעטן זי וויל זיין ערליך נאנט צו גאט מיט זיין אדי ווייב פון יעקב און נישט פון עשו 
האט גאט איר יא געלאסט וויינען ווייל מיט ידע תפילה יעדע טרער ווערט מען נאנטער צו גאט 

יא טייערע ברידער מיט יעדע טרער און תפילה און זיך פאלאזען נאר אויף גאט ווערן מיר נענטער צו גאט ווי שווערער אלץ שטרקער און נענטער צי אים אליין ווערן מיר

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה י"ב כסלו התש"פ 00:43 #262806

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 156 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 503
  • האט שוין געלייקט: 816 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
  • קאָרמא: 13

אייגענס?

הק' העלפמי

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה י"ב כסלו התש"פ 01:24 #262814

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15
יש בורא עולם געשריבן on י"ב כסלו התש"פ 00:20:

נאר רחל האט געוויינט אויך א צער עפעס וואס טיט וויי האט גאט געזאגט אז איך וויל נישט מיין קינד זאל האבן צער 
אבער לאה האט געבעטן זי וויל זיין ערליך נאנט צו גאט מיט זיין אדי ווייב פון יעקב און נישט פון עשו 
האט גאט איר יא געלאסט וויינען ווייל מיט ידע תפילה יעדע טרער ווערט מען נאנטער צו גאט 

יא טייערע ברידער מיט יעדע טרער און תפילה און זיך פאלאזען נאר אויף גאט ווערן מיר נענטער צו גאט ווי שווערער אלץ שטרקער און נענטער צי אים אליין ווערן מיר


איך וויל ארויס ברענגען מיינע נאן סענס, אבער דאס איז מיין געפיל, רחל האט געשריגן רבוש"ע עס טוט מיר וויי, האט דער אויבערשטער איר גלייך געקומען בארואיגן, ווייל אז עס טוט וויי העלפט דער אויבערשטער.
לאה האט געוויינט זי וויל זיין ערליך האט דער אויבערשטער איר געזאגט, איך פארשטיי אז דו ווילסט זיין ערליך אבער אפשר וויל איך אז דו זאלסט יא האבן דעם נסיון, און ממילא האט ער איר געלאזט וויינען.

לענינינו אויב איינער וויינט צום אויבערשטן רבוש"ע מיין לעבן איז חרוב, די לאסט וואס איך פאל אריין די נסיונות וואס איך גיי אדורך, לייגן מיר צוגרינד, וועט דער אויבערשטער גלייך קומען העלפן.
אבער אויב איינער זאגט, רבוש"ע מיין לעבן איז מיר גוט מיין לעבן איז נישט חרוב, מיין פראבלעם איז נאר אז איך בין עובר רצון ה', און ממילא נעם מיר צו דעם נסיון, זאגט דער אויבערשטער אפשר וויל איך יא אז דו זאלסט זיך מוטשענען מיט דעם

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה י"ב כסלו התש"פ 15:10 #262830

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 156 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 503
  • האט שוין געלייקט: 816 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
  • קאָרמא: 13

הייליגער צדיק, איך מיין זאלבט אהערקומען אפטער מיט אזאלכע "נאנ סענס" 

הק' העלפמי

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה י"ב כסלו התש"פ 23:39 #262848

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

טייערע ברידער א גיט ווארט פאר כל הקהל הקודש
וואס זאל אייך זאגן ב"ה געהאט זייער א שווערע שווערע טאג 
יא אפ' יש בורא עולם קען אויך מיינען אז ער פלאצט 
אבער זיך געהאלטון שטארק און געחזרט
אז בכל צער וצער שיש לישראל אני עמהם מיר זענען דא צי טוען גאטס רצון און נישט מיינע און נישט מורא האבן פאר 1 מינוט שפעטער נאר וואס וויל  גאט די רגע פון מיר 
און קיק צירוק אויף די היינטיגע טאג אזאנעס האב איך נישט געגלייבט אז איך וועל דאס דורכמאכן מיט אזא יושב הדעת און הצלחה אבער מיט גאט קען מען אלעס

רבון הָעוֹלָמִים יָדַעְתִּי כִּי הִנְנִי בְּיָדְךָ לְבַד כַּחֹמֶר בְּיַד הַיּוֹצֵר, וְאִם כִּי אֶתְאַמֵּץ
בְּעֵצוֹת וְתַחְבּוּלוֹת, וְכָל יוֹשְׁבֵי תֵּבֵל יַעַמְדוּ לִימִינִי לְהוֹשִׁיעֵנִי וְלִתְמֹךְ
נַפְשִׁי,מִבַּלְעֲדֵי עֻזְּךָ וְעֶזְָרתְךָ, אֵין עֶזְָרה וִישׁוּעָה, וְאִם חָלִילָה יֶחְפְּצוּ כֻּלָּם לְהַָרע
לִי,
אָז אַתָּה בְּחֶמְלָתְךָ תָּשִׂים עֵינֶיךָ עָלַי וְתַשְׁקִיף עָלַי לְטוֹבָה מִמְּעוֹן קָדְשְׁךָ,

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה ט"ו כסלו התש"פ 09:49 #262916

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

דער דובער מגיד האט אמאל געזאגט א משל 

א קעניג האט אמאל געדארפט מופן צי א נייע פאלץ 

האט ער גענומען אלע זאכען איינגעפאקט שיין און אלע באדינערס טראגן די זאכען שיין איינגעפאקט מיט שיינע וועגנער ממש א פראכט 

אבער פאר די גרעסטע שרים באדינערס זיינע געטרייסטע שרים האט ער געגעבן ציריסנע זעק מיט ציבראכנע וועגנער
די באדינערס וואלטן געקענט זיין אנגווייטאגט אויפגרעגט ציבראכן וואס גייט פאר ? וואס וויל דער קעניג פון אינז וואס האבן מיר געטוען ?

אבער מיר ווייסן עפעס ליגט דא דער קעניג מיינט נישט קיין שלעכטס 

ווען מאיז אנגעקומען צי נייע פלאץ האט דער קעניג אויס געריפון 
וויסן זאלט איר איר האט געטראגן מיין קרוין אין די טייערסוטע זאכן וואס איך האב

און איך האב מורא געהאט פון גנבים רויבער האב איך געמאכט אז פון אינדרויסן זעט עס אויס נאר גארביטש אבער באמת ליגט דארט די טייערסטע וואס איך פארמאג 

טייערע ברידער זייער אסאך קיקן מיר זיך אינאנצען ציריסן איין שטיק גארביטש מיט אינער פראבלעם און אינזער גאנצע לעבן

 אבער וויסן זאלסטו גאט ווייסט יא וואס פאר א כוחת און מדריגות ליגט באהאלטן און דיר און מיטן זיך האלט באמת ריין און ארבטען אויף זיף וועט עס נתגלה ווערן דיינע כוחת און דיין נייע פרייליכע הייליגע לעבן

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה ט"ו כסלו התש"פ 15:57 #262929

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

רבותי א גדאנק אויף די פרשה וויפיל איך טראכט זעה איך נאך אמאל אינזער ארבעט נאכאמאל און נאכאמאל און די תורה 

יעקב אבינו האט געטוען  דריי זאכען צי צי ראטווען פון עשו דורן תפילה מלחמה (וואס מיינט אנטלויפן)


ביי אינז האבן אויך די אלע דריי דורן תפילה מלחמה (וואס מיינט אנטלויפן)

דורן - א מתנה פאר אינזער יצר אינזער אדישען איזגעווען פאר מיר האבן געהאט  די סטעפ 1 און מיר האבן געהאט געטוען מעשים אשר לא יעשו און געזעהן אזעס איז עק וועלט און געווארן מרה שחורה וואס געווענדליך וועט דאס אינז פיר צי ווייטער ...........

תפלה זיך איבערגעגן אינגאנצן פאר גאט און אים געבעטן מיט הכנה אז ער זאל פירן אונזער לעבן און אינז האלטון ריין

מלחמה טוען מיר אייביג וויסן איינמאל א עדיק איז אייביג און מיר קענען זיך נישט אפ' טריקן דעם ביטן טראפ אפ' א טראפ ווייל דאס וועט אינז פירן צו................ מיר אנטלויפן פון א משהו אזוי פון פייער

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה י"ז כסלו התש"פ 02:37 #262937

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20

א גיטע וואך 
געהערט א מעשה פון ר' יוחנן מראחאמסטרווקע​ האט פארציילט

א קעניג האט געהאט געבויט א שיינע פאלץ און זיין שטוב האט ער געהאט פיר ווענט און ער האט געוואלט אלעס פון די שענסטע און די בעסטע האט ער גענומען פיר מעלערס און געהייסן יעדען איינער זאל מאלן אויף איין וואנט און ווער עס וועט מאלן די שענסטע וועט באקומען באצאלט די מערסטע געלט אזוי וועט יעדער ארבען צי מאכן די שענסטע בילד

דריי חברה האבען אנגהויבן צי מאלן הערליך שיין עס איז געווען הערליך עס האט אויס געזען ממש לעבדיגע בילדער איינס שענער פון די אנדרע 

אבער דער פערטער קימט אריין מיט א אפאר שמאטע'ס  און זייף און הייבט אן צי וואשען רייניגען רייבן און נעמט אראפ אלע שמיץ וואס ליגט שוין דארט יארן לאנג
און ווען ער האט גענדיגט האט מען געזען אויף די וואנט א שפיגל און עס האט זיך אפגעשפיגלט אלע דריי  ווענט און עס איז געווען הערליך אז אלע דריי ווענט האבן געשיינט און איר 
און יעדער האט געזעהן אז די וואנט איז די שענסטע

האט די רבי אוסגעפירט מיינע אבות האבן געהאט געמאכט שיינע ווענט פאר גאט בה מצות ומעשים טובים       וואס קען איך טוען נאר זיך רייניגען אזוי וועלן זייערע ארבעט זיך אפשפילן און מיר 

איך טראכט לדעתי הקטן אז מקען זיך ארויס לערנען

יא מיר קענען ארבטען צו זיין א גיטע טאטע מאן ארבטער מענטש חבר ברידער קינד שכן
אבער ווען מיר האבען ארבטען צו האבן ריינע טעג אינגאנצן ריין טוען מיר דעם שפיגל קלאר מאכן און עס זעט זיך דארט א הערליכע מענטש אלעס אויפאיינמאל 
לאמיר ארבטען אויפן ריכטיגן ציל

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה י"ז כסלו התש"פ 13:25 #262951

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 858
  • האט שוין געלייקט: 4393 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
  • קאָרמא: 15

אוטש..

קיינמאל נישט געהערט.
וועלכע ר יוחנן ?
די ערשטע אדער די צווייטע ?

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: דברי חיזוק פאר די גאנצע קהילה י"ז כסלו התש"פ 17:56 #262974

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
  • קאָרמא: 20
יחיאל געשריבן on י"ז כסלו התש"פ 13:25:

אוטש..

קיינמאל נישט געהערט.
וועלכע ר יוחנן ?
די ערשטע אדער די צווייטע ?


די ערשטע 
געהערט די מעשה פון ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א

  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 0.99 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא