ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: וואס איך טוה איז נישט גוט... 219 באזוכער

וואס איך טוה איז נישט גוט... י"ח סיון התש"פ 02:26 #267139

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 728
  • האט שוין געלייקט: 674 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1548 מאל
  • קאָרמא: 55

מזל טוב מזל טוב!

עס איז געבוירן געווארן די דריטע קינד ביי דוד'ל, א טייערע כולל אינגערמאן, וואס זיצט און לערנט מהבוקר עד הערב, און יעדער איינער איז זיך משתתף אין זיין שמחה, ער מאכט די וואך נאכט ביי זיין טאטע אינדערהיים, ווייל ער וואוינט אין א פיצעלע דירה, און ער האט נישט קיין פלאץ אויפצונעמען א גאסט דארט, און זיין טאטע זיצט און שעפט נחת פון די שמחה, אלע כולל אינגעלייט קומען און וואונטשען אים אן, מיט א ווארעמקייט, ער זאל זוכה זיין לגדלו לתורה לחופה ולמעשים טובים.

זיין טאטע האט אבער באמערקט א שטיקל וואלקן וואס הענגט אויף זיין באליבטע תלמיד חכם. ער האט אויסגעווארט מיט א רואיגקייט ביז 2:00 ביינאכט ווען יעדער איז זיך שוין צוגאנגען פון די שמחה, און מיט א פאטערליכע הארציגקייט פרעגט ער אים, דוד'ל וואס קוועטשט דיר ?

דוד'ל ענטפערט, טאטי וואס גייט זיין מיט פרנסה ? דער כולל האט שוין נישט באצאלט פאר אפאר חדשים, און אפילו דאס וואס זיי באצאלן יא, ווייסטו דאך אליין אז דאס איז ווייט נישט גענוג אפילו אויף צו קויפן עסן, ווער רעדט נאך פון באצאלן רענט געז לעקטער טעלעפון קליידונג וכו', ביז יעצט האט מיין ווייב געארבעט, אבער יעצט האט זי מיר געזאגט אז זי שפירט נישט אז זי וועט קענען ממשיך זיין צו ארבעטן מיט 3 פיצלעך קינדער, איז וואס גייט זיין ?

דער טאטע בארואיגט אים, זארג זיך נישט פרנסה געבט דער אויבערשטער, און ער וועט דיר העלפן ארויסגיין פון כולל, און דו וועסט טרעפן מיטן אויבערשטנ'ס הילף א גוטע אויסגעהאלטענע דזשאב, און דו וועסט זיך קענען מפרנס זיין, און אפילו דו ווילסט זייער שטארק בלייבן ביים לערנען, אבער חז"ל זאגן דאך "גדול הנהנה מיגיע כפו יותר מירא שמים" און ממילא אז דאס איז דעם רצון השם, וועסטו זיין א ערליכע ארבעטער אזוי ווי דער אויבערשטער וויל.

דוד'ל האט זיך בארואיגט אביסל, און ער איז צוגעגאנגען צו די שמחה מיט א גוטע געפיל פון אמונה ובטחון, אז דער אויבערשטער וועט אים נישט פארלאזן און צושטעלן א גוטע פרנסה.

צומארגנ'ס נאכן ברית האט ער ארויסגענומען דעם דבר יום ביומו, און ער האט געטראפן דארטן עדווערטייזט א ביזנעס וואס זוכט אויפצונעמען א ארבייטער, און זיי באצאלן פאר טרעינונג אויך, טראכט ער ביי זיך וואס קען זיין בעסער פון דעם, איך האב דאך נישט קיין שום פאך אין די הענט, אויב וועל איך מיר דארפן גיין אליין לערנען וועט דאס מיינען אז פאר די קומענדיגע שטיק צייט וועל איך נישט מאכן קיין געלט, אבער דא וועט מען מיר אויסלערנען די ארבעט, און נאך באצאלן פארדעם אויך, עס לוינט זיך עס איז ווערד, ער הייבט אויף א טעלעפון, און מען הייסט אים אראפקומען פאר א אינטערוויא.

נאכמיטאג איז ער אנגעקומען מיט א פרישקייט, ער קומט אריין אין א ריזיגע בנין, הונדערטער ארבייטערס דרייען זיך ארום, יעדער איז פאריאגט צו טוהן זיין דזשאב, ער ווערט אינגאנצן פארלוירן, ער ווייסט נישט ווי צו גיין, אינמיטן שטעלט אים אפ איינער און פרעגט אינגערמאן וועמען זוכסטו, ער זאגט אז ער זוכט דעם בעה"ב, ער איז דא אויף א אינטערוויא, זאגט ער אים דו דארפסט דעם בעה"ב אדער א אינטערוויא ? זאגט ער איך בין דא אויף א אינטערוויא, זאגט ער דעמולט'ס דארפסטו משה, גיי ארויף צום צווייטן שטאק די דריטע צומער אויף די רעכטע זייט, ער קומט דארט ארויף, מען נעמט אים אויף אין א שיינעם מעבעלעזירטע אפיס, און משה זאגט אים, הער אויס דא איז א ביזנעס פון עמעזאן ווי מענטשן האלטן זייער סחורה, און לויט די באשטעלונגען וואס קומען אריין שיקט מען ארויס די סחורה, אבער מען דארף זיין זייער פונקטליך נישט צו פארטוישן קיין אייטעם'ס, ווייל עס קען זיין סחורה וואס זעהט אויס זייער ענדליך איינס צו דער צווייטער, ממילא אויב ווילסטו דא ארבעטן דארפסטו זיך דרייען דא פאר עטליכע וואכן, באטראכטן אלע אייטעמ'ס וואס זענען דא זאלסט וויסן פונקטליך יעדע זאך ווי עס ליגט, וויאזוי עס זעהט אויס, און נאך אפאר וואכן וועסטו קענען צוביסלעך אנהייבן אליין צוזאמען צושטעלן די ארדער'ס.

ער האט מסכים געווען עס זעהט אים נישט אויס צו שווער, ער גייט אראפ און ער הייבט אן צו באטראכטן די זאכן, אזוי האט ער פארברענגט דארט איין טאג, און נאך א טאג, און א דריטע טאג, ער פילט אז ער טוט נישט גארנישט מיט די צייט, ער קומט אהיים סוף וואך מיט א פעי טשעק, און ער פילט אז נישט געארבעט כאטשיק געמאכט געלט, אבער ער איז נישט געווארן באפרידיגט, ווייל ער שפירט זיך ווי ער גייט ליידיג, און עס געבט אין נישט קיין שום סיפוק, און נאך 2 וואכן האט ער זיך געפילט נאך ערגער, נאך 3 וואכן האט ער געשפירט די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך וויל זוכן א נייע דזשאב, אבער זיין טאטע בעהט אים ער זאל פרובירן צו ווארטן נאך אביסל ביז מען וועט אים אנהייבן געבן ארבעט אפשר וועט ער פילן דעמולטס בעסער.

נאך 4 וואכן האט מען אים געגעבן די ערשטע ארדער צוזאמען צו שטעלן, און ער שיקט עס ארויס מען געבט אים די צווייטע ארדער, און יעדע ארדער נעמט אים אגאנצן טאג, ער מאכט זיכער 10 מאהל אז עס איז ריכטיג צוזאמען געשטעלט, אבער נאך 3 טעג רופט אים משה אריין אין אפיס, און ער ווייזט אים אז ער האט יעצט באקומען א קאמפלעינט אז די ערשטע ארדער וואס ער האט צוזאמען געשטעלט איז נישט ריכטיג, עס איז נישט די ריכטיגע אייטעם'ס, און בשעת ער זיצט דארט קומט אריין א טעלעפון קאל פון דער צווייטער ארדער וואס ער האט צוזאמען געשטעלט, און ער הערט ווי דער פון די אנדערע זייט שרייט, איך האב נישט באקומען וואס איך האב באשטעלט, און איך וויל מען זאל מיר פארגיטיגן אויף די שאדן וואס מען האט מיר געמאכט, ער פילט ווי ער הייבט אן צו וויינען, איך ארבעט שוין יא געלונגט עס נישט, ער איז אינגאנצן פארלוירן.

אבער משה בארואיגט אים עס איז נארמאל האב נישט קיין מורא אזוי גייט עס פון אנהייב דו וועסט זיך צוגעוואוינען, און צום סוף וועסטו נאך מצליח זיין און מאכן אסאך געלט דא, איך וויל דיר נאר בעסער ווייזן וויאזוי מען שטעלט צוזאמען די ארדער'ס, און קוק דיך צו וויאזוי אנדערע טוען עס, פארשטיי אז מען דארף צולייגן אסאך קאפ אריינצולייגן אין די ארדער פונקטליך וואס עס שטייט אין צעטל, אלעס מוז שטומען אויפן האר לויט וויאזוי מען האט עס באקומען, און אזוי איז אנגעגאנגען נאך אפאר וואכן ביז ער האט ענדליך מצליח געווען און אנגעהויבן צו קענען צוזאמען שטעלן די ארדער'ס בשלימות, ער האט זייער מצליח געווען, און ער איז אנגעקומען צו גאר א גוטע פלאץ ווי ער האט פלייסיג געארבעט און געמאכט זיין פרנסה.

זאגט אונז דער תפארת שלמה, די זעלבע האט פאסירט מיט די אידן אין מדבר, זיי האבן געוויסט אז דער אויבערשטער האט זיי אראפגעשיקט צו מתקן זיין די בריאה, מיט יעדע זאך וואס א איד עסט איז באהאלטן אינדעם ניצוצי נשמות וואס האבן א שייכות צו זיין נשמה, און מיט דעם וואס ער עסט עס איז ער דאס מעלה צו די ריכטיגע פלאץ, און ער איז עס מתקן, ער נעמט דאס ארויס פון די פלאץ ווי ער ווערט געהאלטן, און ער שיקט אים צוריק צו זיין פלאץ ווי ער דארף אנקומען.

אבער די אידן זענען געווען אין מדבר און זיי האבן געגעסן די מן, וואס איז א מאכל פון די מלאכים, דאס מיינט אז עס האט נישט קיין שום ניצוצין אין דעם, און מען דארף זיי בכלל נישט מתקן זיין, האבן די אידן געטענה'ט צו משה רבינו "ונפשנו קצה בלחם הקלקל" אונז שפירן נישט קיין שום טעם אין דעם עסן, ווייל מיר שפירן נישט אז מיר טוען עפעס אויף מיטן עסן, "זכרנו את הדגה" מיר געדענקען ווען מיר האבן געגעסן גשמיות'דיגע עסן, און מיר האבן געהאט וואס מתקן צו זיין, מיט וואס צו ארבעטן, אבער "ועתה נפשנו יבישה אין כל בלתי אל המן עינינו" היינט שפירן מיר זיך פארטריקנט, מיר האבן נישט קיין עבודה אין דעם עסן, עס איז א מאכל פון מלאכים וואס מען דארף נישט מתקן זיין, אבער זייער טעות איז געווען אז זיי האבן געמיינט אז זיי דארפן מתקן זיין די מאכלים לויט זייער שכל און לויט זייער פארשטאנד.

אזוי ווי עס האט זיך טאקע ארויסגעוויזן שפעטער ווען מען האט זיי געגעבן צו עסן פון דעם "שלו", וואס דאס איז שוין יא געווען א גשמיות'דיגע מאכל וואס מען דארף מתקן זיין, אבער אנשטאט עס מעלה צו זיין, זענען זיי אראפגעפאלן דורך דעם, ווייל דאס איז נישט געווען דעם רצון השם, אז זיי זאלן עס עסן, נאר זיי האבן געוואלט מתקן זיין די וועלט אזוי ווי זיי ווילן, און נישט אזוי ווי דער אויבערשטער האט געוואלט.

האבן די אידן געשריגן און געוויינט וואס איך טוה איז נישט גוט, אויב עס איך מן האב איך נישט קיין ארבעט, אויב עס איך פלייש, בין איך עס נישט מתקן איך מאך נאר ערגער מיט דעם, האט משה רבינו זיי גענטפערט "ויענך וירעיבך ויאכילך את המן.....למען הודיעך כי לא על הלחם לבדו יחיה האדם כי על כל מוצא פי ה' יחיה האדם" פארשטיי דו ביסט נישט מתקן מיט דיין עסן, נאר מיט דעם וואס דו טוסט וואס דער אויבערשטער זאגט, און וואס דער אויבערשטער וויל, יעצט האט דער אויבערשטער געזאגט אז דו זאלסט עסן מן בעהט נישט קיין פלייש, ווייל דיין גוף וועט ווערן אויסגערייניגט, און אזוי וועסטו מתקן זיין אלע נשמות וואס האבן א שייכות מיט דיר, און ווען דער אויבערשטער וועט וועלן אז דו זאלסט מתקן זיין מיטן עסן וועט ער דיר געבן פלייש, און דעמולט'ס וועט ער דיר אויך העלפן אז דו זאלסט עס קענען מתקן זיין, און נישט אראפ פאלן דורך דעם.

לענינינו, דרייט זיך ארום א אינגערמאן אויף די וועלט, און ער קוקט צוריק צו זיינע אינגע יארן, ווען ער איז געווען א אינגל אין חדר, געהאט אזא תמימות און א ריינקייט ליב געהאט צו טוהן א מצוה, ליב געהאט צו לערנען און צו דאווענען, און אפילו נישט געוויסט וואס מיינט זיך מוטשענען אויך די וועלט, אבער ער וויל נישט בלייבן אזוי, ער וויל עפעס אויפטוהן פארן אויבערשטן, בלייבן מיט זיין קינדערישע שכל איז נישט אינטרעסאנט, דער אויבערשטער האט דאך מיר אראפגעשיקט פאר א תכלית אויף דעם וועלט.

אבער יעצט ווען ער מוטשעט זיך ארום מיט נסיונות, און ער פרובירט אלע מיני וועגן צו בלייבן ריין, און עס גייט אים נישט, ער שפירט אויב בין איך אראפ געקומען אויף די וועלט זיך צו שטארקן, איז פארוואס גייט עס מיר נישט ? "ער פרובירט צו פארעכטן די גאנצע וועלט כדי ער זאל קענען בלייבן ריין" ער שפירט ווי פאר יעדע פראבלעם אין די וועלט האט ער א עצה, ער ווייסט וויאזוי מען דארף טוהן אז עס זאל זיך פירן גלייך און ריכטיג, ווען די פרויען זאלן גיין אנגעטוהן בצניעות וואלט ער נישט געהאט קיין פראבלעמען, און ממילא גייט ער ארום און דרייט אן די רבנים צו ארויסקומען מיט פרישע קול קורא'ס אז די פרויען זאלן זיך אנטוהן בצניעות. אבער עס העלפט נישט ער מוטשעט זיך נאך אלץ. ווען נישט די אינטערנעט וואלט ער זיך געקענט האלטן ריין, מאכט ער א איבערקערעניש, און דרייט איבער די גאנצע שטאט וועגן די אינטערנעט, אבער עס העלפט נישט ער מוטשעט זיך נאך אלץ. און אזוי ווייטער.

און ער פרעגט "עד מתי עוזך בשבי ותפארתך ביד צר" ביז ווילאנג וועל איך זיך מוטשענען רבוש"ע ? ווען וועל איך שוין קענען עפעס אויפטוהן פאר דיר ? איך האב דאך שוין מתקן געווען די גאנצע וועלט, יעדער איינער דא אין שטאט גייט שוין אנגעטוהן בצניעות, אלע אינטערנעט קיאסקן האב איך שוין פארמאכט, צוגעדעקט אלע שוי פענסטערס פון קליידער געשעפטן, חרוב געמאכט די ביזנעס פאר אלע מענטשן וואס זייער ביזנעס איז נישט אויסגעהאלטן לויט מיינע נסיונות, אבער איך בין געבליבן אויסגעשפילט, און איך זעה מיר נישט ארויס פון מיינע שוועריגקייטן.

אבער דא קומט דער אויבערשטער און זאגט אים, פארשטיי מיין קינד ווי לאנג דו וועסט אליין וועלן העלפן אלע פראבלעמען, און מסדר זיין די וועלט, וועסטו אין ערגעץ נישט אנקומען, ווייל דו קענסט נישט פארעכטן די וועלט, און דו קענסט נישט אליין גארנישט אויפטוהן, "כי על כל מוצא פי ה' יחיה" ווען דו וועסט זיך צוהערן צו מיין קול, און דו וועסט זיין גרייט אויסצופירן מיין שליחות וואס איך וויל פון דיר, און נישט זיין פארנומען מיט זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות צו דיר, וועסט מיר לאזן פירן די וועלט וויאזוי איך וויל, וועסט אפלאזן די צניעות פון די פרויען, וועסט אפלאזן דיין מלחמה מיט די אינטערנעט, וועסט אפלאזן דיין עסקנות אין אויפהערן צו פרובירן מסדר זיין יעדע דבר שבקדושה, נאר דו וועסט טראכטן וואס וויל איך פון "דיר", וויאזוי וויל איך אז "דו" זאלסט זיך פירן, דעמולט'ס וועל איך דיר האלטן ריין, און דו וועסט קענען אויפטוהן וואס דו דארפסט אויפטוהן אויף די וועלט, און דו וועסט לעבן א חיים טובים ומתוקים.

געדענק מיר לייגן אוועק אונזערע טשאנסן צו זיין הילפסבאר. מיר קענען נישט זיין הילפסבאר "צו אלע מענטשן". אבער כאטשיג וועט גאט אונז אנווייזן צו נעמען די ריכטיגע און ליבליכע טאלערענט בליק אויף יעדן איינציגן מענטש.

ענטפער: וואס איך טוה איז נישט גוט... ג' סיון התשפ"א 12:51 #272507

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 318
  • האט שוין געלייקט: 508 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
  • קאָרמא: 16

יעצט געטראפן
אוי איז דעס מוירדיגע ארטיקל
אונז בענקען זיך צירוק צי דיר הייליגע צדיק. דיין פעדער איז געוואלדיג.
מיר ווילן מער

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.44 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא