ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: קרח, ס'איז נישט משה, ס'איז דער אייבישטער! 74 באזוכער

קרח, ס'איז נישט משה, ס'איז דער אייבישטער! כ"ח סיון התשפ"א 12:44 #272967

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 725
  • האט שוין געלייקט: 596 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

די פאוסט איז מעשי ידיו להתפאר של ידידינו היקר והקדוש "שלום אהליך" וואס צוליב טעכנישע פראבלעמען ביים פילטער קען ער נישט אריין קומען אהער די טעג. מיט האפנונג עס זאל בקרוב מסודר ווערן, פאר אונזער אלעמען'ס הנאה.

וזהו תוכן דבריו:

וואס איז געווען קרח'ס עבירה? ער האט געקלערט אז אלעס קומט פון משה ועל פיו ישק כל דבר, ער מאכט כה"ג וועם איהם שמעקט און ער קען אויך מאכן אויס כה"ג אויב וועט ער וועלן, נא אויב אזוי האב איך א גערעכטע טענה פארוואס דו מיט אהרן באקומען פאזיציעס ועוד אליצפן א זוהן פון די אינגסטע‎...
ביטע טויש עס‎!
אבער משה האט איהם גענטפערט בוקר ויודע ה' את אשר לו‎.
דער באשעפער וועט מודיע זיין אז אלעס איז שלו‎.
און אזוי זעהט מען טאקע ווי די גאנצע פרשה לויפט משה זאגט עס קומט פון אויבערשטען אבער קרח רעדט אלס כאילו משה איז דער וואס באשליסט: המעט מכם כי הבדיל אלקי ישראל אתכם, דייקא גאט איז דער מבדיל אתכם, נישט איך, ויקרב אותך, "ער" האט דיר מקרב געווען, הנועדים "על ה'" ענק האבן טענות אויפן בוכ"ע נישט אויף מיר. ווייטער זעהט מען ווי דתן ואבירם ענטפערן: אף לא אל ארץ זבת חלב ודבש הבאותנו ותתן לנו וכו', "דו" האסט אונז נישט אריינגעברענגט און "דו" האסט אונז נישט געגעבן,‎ וכו' וכו' אזוי גייט צו די גאנצע פרשה‎.

און מ'זעהט טאקע ווי די גאנצע מעשה ענדיגט זיך צו מיט א פסוק וואס זאגט עדות אויף די צדקות פון משה רבינו: ויעש משה כאשר צוה אותו ה' כן עשה, די פסוק לייגט צו נאכאמאל "כן עשה" צו לאזן הערן אז יא, ער האט טאקע געטוען אבער אלעס איז געווען נאר נאך וואס צוה אותו ה'‎.

האב איך ווייטער געקלערט בס"ד פשט אין פסוק "מפי עליון לא תצא הרעות והטוב", לדוגמא, ווען איך האב ביי מיר עפעס וואס איך בין דערויף בעה"ב און איך גיב עס פאר וועם איך וויל, אבער דערנאך גייט עס ארויס פון מיין רשות, דאן קען איך מער גארנישט גיבן פאר קיינעם, און ווען איינער גייט פון יעצט באקומען דערפון, קומט עס נישט פון מיר.
דאס זאגט אונז דער נביא, מפי עליון לא תצא הרעות והטוב, סיי גוט און סיי שלעכטס, גייט נישט פון איהם ארויס, ס'בלייבט ביי איהם, און ווען איינער באקומט סיי וואס, גוטס צו שלעכטס, קומט פונעם איין איינציגן בארים הארציגן גוטער גאט!

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

לעצט פארראכטן: כ"ח סיון התשפ"א 13:11 דורך נישט שפעט.

ענטפער: קרח, ס'איז נישט משה, ס'איז דער אייבישטער! כ"ח סיון התשפ"א 13:59 #272977

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 318
  • האט שוין געלייקט: 508 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
  • קאָרמא: 16

אוי איז דעס א מוירעדיגע געדאנק !!!
זייער זיס אין גוט אראפגעלייגט די פסוקים.
שכח נישט שפעט פארן עס ארויפלייגען 
שלום אהליך אונז בעקען זיך נאך דיר די הנהלה לייגט אריין געוואלדיגע כוחות  צי מסדר זיין מיט די פילטער קאמפעני די זאלסט קענען צירוק קומען געהעריג ווי שנעלער

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: קרח, ס'איז נישט משה, ס'איז דער אייבישטער! כ"ח סיון התשפ"א 14:25 #272979

  • WillKeepHoping
  • איצטיגע שטרעקע: 35 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 59 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
  • קאָרמא: 2

זייער פאוערפול. 

איך וואלט אביסל געטוישט דיינע סאמע לעצטע ווערטער:

אלעס וואס קומט אויף א מענשט, איז פונעם בארעמהארציגן גאט, און אז אלעס איז פון אים, ווייס מיר אויף זיכער אז אלעס איז נאר גוטס. 

שכויעך הרב נישט שפעט. 

הרב שלום אהלך, זייער שיין געזאגט, און אונז בענק מיר זיך נאך דיר, בפרט אונז נייע חברים קוקן שטארק ארויף אויף דיר, און געדענק טאקע אז ס'איז נישט דא קיין טעכנישע פראבלעמען, און אויך נישט קיין פילטער, דער אייבערשטער טראגט אונז כביכול אין זיין האנט מיט רחמים וחסדים. 

הצלחה ברכה

לעצט פארראכטן: כ"ח סיון התשפ"א 14:33 דורך WillKeepHoping.

ענטפער: קרח, ס'איז נישט משה, ס'איז דער אייבישטער! כ"ח סיון התשפ"א 19:20 #272995

  • טוב לי
  • איצטיגע שטרעקע: 33 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 228 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

זייער זייער א שיינע געדאנק, שכח שלום אהלך, את בביתך דיין פילטער לאזט דיך נישט קומען אבער ומצידך פריסה על הד"א דיינע שיינע געדאנקען קומען סיי ווי אהער

ענטפער: קרח, ס'איז נישט משה, ס'איז דער אייבישטער! ל' סיון התשפ"א 11:09 #273053

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12

שלום עליכם ליבער פריינט און טייערע ברודער הצמודים לליבי.

יעצט האב איך שוין ווידער צוטריט צו אונזער הייליגע בלוט און טרערן דורכגעווייקטע מסירת נפש'דיגע ביהמ"ד ווי איך וועל בעז"ה מרחיב בדיבור זיין און מיין טרעד ווי איך בין אייך נאך שולדיג א פארזעצונג.

אבער קודם מוז איך אהער קומען זיך באדאנקען פאר ידידי היקר והחביב "נישט שפעט" וואס האט ארויפגעשטעלט אזוי שיין און קלאר די שיינע געדאנק וואס השי"ת האט מיר אריינגעשיקט, יישר כח ברודער, אויך א ייש"כ פאר די לייקס און מגיבים.

WillKeepHoping, אונז זאגן די זעלבע זאך נאר אין אנדערע ווערטער, ליין נאכאמאל איבער ביטע.

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.38 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא