ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: לאמיר זיך אנגרייטן צו יום טוב 780 באזוכער

טעמע: חג כשר ושמח! ד' ניסן התשע"ג 12:55 PM #17299

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
יא, א הערליכער געדאנק! ב"ה.

טעמע: חג כשר ושמח! ד' ניסן התשע"ג 12:59 PM #17300

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
נאך א שיינער געדאנק.

"מתחילה עובדי עבודה זרה היו אבותינו..."

שואל ר' אליהו דסלר בספרו 'מכתב מאליהו', מדוע אנחנו מזכירים את תרח אבי אברהם והרי אברהם אבינו התחיל
יחוס חדש וניתק את עצמו מאבותיו והוא מתרץ, אדרבה, לכך אנחנו מזכירים, שנזכיר לעצמנו את אמיצות רוחו של
אברהם אבינו שעמד נגד בית אביו ומשפחתו וסביבתו ונלחם בם לשם שמים ויכול להם. וזה עלינו ללמוד לעצמנו
שעם כל הנסיונות והקשיים לא להרפות.

טעמע: חג כשר ושמח! ט' ניסן התשע"ג 3:30 PM #17382

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
חברה, ווער ס'וועט נישט האבן קיין צוטריט צו אינטערעט במשך יו"ט, דארף זיכער מאכן אז זיין טשארט איז אפדעיטעד פאר יו"ט , זיך איינצופארן עגמת נפש.

טעמע: חג כשר ושמח! י' ניסן התשע"ג 11:28 AM #17387

  • עבודת הבורא
  • איצטיגע שטרעקע: 1836 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 1836 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2708
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 177 מאל
  • קאָרמא: 10
שכח פארן דערמאנונג, מען דארף עס צולייגן צום ערב פסח ליסט..........
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: חג כשר ושמח! י' ניסן התשע"ג 5:24 PM #17394

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
יא!

טעמע: חג כשר ושמח! י' ניסן התשע"ג 6:27 PM #17395

  • היימישער איד
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 323
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל
  • קאָרמא: 0
מפי ר' מיילך

א מלמד איז ארויס געלאפן פון קלאס מאכן א PHONE CALL, וואס טוט זיך מיט זיך מיט יענע לעדעל שוין געמאכט פסח'דיג? פרעגט ער, קענסט קוקן אויב מ'האט שוין אוועק געטראגן די מיסט? אזוי ווי ער איז פארטיג גייט ער צוריק און קלאס.

די מנהל איז געווען זייער נייגעריג וואס דאס מיינט, האט ער אים געפרעגט נאך חדר. דערציילט דער מלמד אז זיין ווייב האט אים געזאגט אז זי גייט פסח מאכן דעם לעדעל און ארויס ווארפן אלעס. האט ער זיך דערמאנט איצטער אז ער האט דארט א גרויסע סומע געלט, א הלואה פון א גמ"ח פאר חתונה מאכן, האט ער שנעל גערופן אזוי ווי ער האט געהערט אז זי האט שוין אלעס ארויס געווארפן, האט ער געבעטן צו מ'האט שוין אוועק געטראגן די מיסט, אויף איז אויך געווען די תירוץ יא.

פרעגט אים דער מנהל, און נאך אזא בשורה האסטו געקענט צוריק גיי אין קלאס כאילו לא היה? זאגט ער מיין רבי פלעגט זאגן: "אז נישט פאר אזעלכע מינוטען פארוואס דען איז מען אראפ געקומען אויף דער וועלט?!"

וויי וויי פאר אזאנע מינוטען[וואס יעדער האט אמאל]. אבער פארוואס דען איז מען אראפ געקומען אויף דער וועלט?

טעמע: חג כשר ושמח! י' ניסן התשע"ג 7:23 PM #17396

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
געוואלדיג!

אז מ'לאזט זיך פירן!

יישר כח

טעמע: חג כשר ושמח! י"א ניסן התשע"ג 12:04 PM #17404

  • עבודת הבורא
  • איצטיגע שטרעקע: 1836 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 1836 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2708
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 177 מאל
  • קאָרמא: 10
ערב פסח ליסט מען דארף צושרייבן די זמנים

Alos  עלות
Krias Shema    קריאת שמע
Siyum Bechorim      סיום בכורים
Check Pockets / Cuffs / Hats
Check Talis & Tfillin bags
Were Clothing picked up from cleaners (Kittel)
Empty, & Discard Vacuum Cleaner Bags
Check  Children's Carriages
Sell Chometz  by:    מכירת חמץ
Brush Teeth  (from chometz)
End of eating Chometz  by:  סו"ז אכילת חמץ
Pack away and seal all Chometz items to be sold
Empty out all trash cans (wash down)
Burning of Chometz  by:    סו"ז שריפת חמץ
Hair Cut / Nail Clipping          (before Chazos)
Baking of Mitzvah Matzos      (after Chatzos)
Pay for all Matzos (shelachem)
Take Challah from Matzos (without bracha)
Put children to sleep
Tevillah
Check & Clean Lettuce (Marror)
Roast the Zeroa & Beitzah
Grate the Chrein (horseraddish)
Make Charoses / prepare Salt Water
Open all Bottles / Containers & Packages
Set the Ovens & Ranges / Lights  (needed for Yom Tov)
Set Time Clocks
Place Food in Fridge / Oven as necessary
Prepare Haggadas / Pillows / Kittel / Afikomen bag
Prepare Items for the Kearah
Cut;  Paper / Foil / Towels
Prepare Machzorim (check for stuck pages)
Eruv Tavshilin    עירוב תבשילין
Shekiah  /  Sunset    שקיעה
Candle lighting  (seder candles)
Afikomon (before Chatzos)
Candle lighting (Thursday nite, not before)
Candle lighting (Friday nite, not Later than)
Cook Items needed for Shabbos
Take Machzorim to Shul (for Shabbos)
Motzei Shabbos (chol hamoed)

www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=107065#p107065
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: חג כשר ושמח! י"ד ניסן התשע"ג 12:45 PM #17411

  • ראש הקהל
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 29
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0
א פרייליכען כשרען יום טוב פאר אלע טייערע חברים און פאר גאנץ כלל ישראל

על הניסים ז' כסלו התשע"ד 4:00 PM #20024

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
על הניסים, עס קומען לעכטיגע נעכט
להודות ולהלל, זיצנדיג ביי די לעכט
השי"ת ברוב רחמיו האט אין דעם חשכות גאר געדעכט
נקַמְתָּ את נקמתם, נישט אונז איבערגעלאזט צושטעכט
יוחנן כהן גדול'ס זוהן מתתיהו, האט אן עתיד פאר אונז פארשפרעכט
סבוני גם סבבוני, בשם ה' כי אמילם פון סיי וואסערע שלעכט
יוונים אין סיי וועלכער פארעם, אידישקייט עס צוברעכט
םקימי מעפר דל, חנוכה דערמאנט אונז אבער מיר זענען דיינע קנעכט!
לעצט פארראכטן: כ"א כסלו התשע"ד 5:35 PM דורך .

טעמע: על הניסים ז' כסלו התשע"ד 4:13 PM #20025

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
ﬠס ווﬠרט דﬠרציילט, אז א גﬠוויסﬠר רב האט אמאל אין די טﬠג פון חנוכה גﬠהאלטן א דרשה, וואו ﬠר האט מﬠורר גﬠווﬠן די פארזאמﬠלטﬠ, ווי גרויס ﬠס זﬠנﬠן די טﬠג פון חנוכה. דﬠרביי האט ﬠר אויך דﬠרמאנט וואס ס׳ווﬠרט גﬠברﬠנגט אין די ספרים, אז אין די טﬠג פון חנוכה, איז דﬠר גמר החתימה, ווﬠם מ׳זיגﬠלט אפ דﬠם גמר דין. צווישן די אויסהﬠרﬠר האט זיך אויך גﬠפונﬠן א גרויסﬠר ﬠס הארץ, וואס האט פון די גאנצﬠ דרשה נישט צופיל פארשטאנﬠן. נאך די דרשה, ווﬠלנדיג באדאנקﬠן דﬠם רב, ווי שטארק ﬠר האט הנאה גﬠהאט פון די ווארﬠמﬠ ווﬠרטﬠר, האט ﬠר גﬠזאגט פאר׳ן רב, אז יﬠצט איז אים פארﬠנטפﬠרט גﬠווארן א קשיא וואס האט אים שוין לאנג גﬠארט: ווי קומט אריין אינמיטן די ראש-השנה מחזור, אינמיטן די תפלה פון "ונתנה תוקף", ווﬠן מ'רﬠדט פונﬠם יום הדין, די ווﬠרטﬠר "ומי בחניקה"... יﬠצט איז דאך ראש-השנה, פארוואס רﬠדט מﬠן דא פון חנוכה?
אבﬠר יﬠצט, אז דﬠר רב האט ﬠרקלﬠרט אז אין חנוכה איז אויך דﬠר גמר דין, איז שוין אלﬠס פארשטﬠנדליך...

טעמע: על הניסים ז' כסלו התשע"ד 4:21 PM #20026

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
חנוכה גﬠלט...

דﬠר צדיק הרה"ק רבי גרשון הﬠניך זצ"ל פון ראדזין, באקאנט מיט׳ו נאמﬠר דﬠר "בﬠל התכלת", האט אמאל אין די חנוכה טﬠג גﬠליטן אויף גאר שטארקﬠ ציין ווייטאג. דﬠר דאקטאר האט אים גﬠדארפט ארויסנﬠמﬠן א צאן, וואס איז איו יﬠנﬠ צייט גﬠווﬠן נאר שטארקﬠ יסורים (ס׳איז נאכנישט גﬠגﬠבן גﬠווארן אן איינשפּריצונג דﬠרפאר), און ﬠס האט גﬠקאסט אסאך גﬠלט.

ווﬠן דﬠר דאקטאר האט גﬠﬠנדיגט זיין ארבﬠט, האט דﬠר גאון אים גﬠפרﬠגט וויפיל ﬠר דארף באצאלן דﬠרויף. "גארנישט," האט דﬠר דאקטאר גﬠﬠנטפﬠרט. "דאס גﬠב איך פאר׳ן רבי׳ן אנשטאט חנוכה גﬠלט."

"גוט," האט אים דﬠר גאון גﬠזאגט, "אבﬠר מיט אייך ביטﬠ, דﬠרציילט דאס נישט פאר די שטאטס-לייט, ווייל אויב זיי ווﬠלין גﬠוואויר ווﬠרן דﬠרפון, ווﬠלין זיי מיר אלﬠ ווﬠלן גﬠבן די זﬠלבﬠ חנוכה גﬠלט..."

טעמע: על הניסים ז' כסלו התשע"ד 4:37 PM #20027

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
די הכנה צו די מצוה

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא וויינבﬠרגﬠר, דﬠר פאיﬠר רב זצ"ל, איז גﬠווﬠן דאס ﬠרשטﬠ מאל ביים סטראפובﬠר רב, הגה"ק רבי אברהם שלום זצוק"ל. אויף שבת חנוכה. יﬠנﬠם יאר איז דﬠר ﬠרשטﬠר טאג חנוכה אויסגﬠפאלן שבת, אבﬠר דאנﬠרשטאג ביינאכט, ווﬠן דﬠר פאיﬠר רב איז אריין צום טטראפקובﬠר רב נﬠמﬠן שלום, האט ﬠר גﬠזﬠן דﬠם רב זיצן פאר א מנורה מיט אנגﬠצונדﬠנﬠ ליכט!

דﬠר רב, זﬠﬠנדיג זיין וואונדﬠר. האט זיך אנגﬠרופן. "גﬠווﬠנליך לﬠרנט מﬠן זיך במשך דﬠם יום-טוב וויאזוי צו צינדן די ליכט. די ﬠרשטﬠ נאכט ברﬠנט ﬠס נאכנישט אזוי גוט, די צווייטﬠ נאכט ברﬠנט ﬠס אביסל בﬠסﬠר, און ביז די פינפטﬠ נאכט לﬠרנט מﬠן זיך שוין וויאזוי אויסצורﬠכﬠנﬠן די קנויטן, און דאן ברﬠנﬠן די ליכט שיין. וואס ﬠפﬠס קומט זיך פאר די ﬠרשטﬠ נﬠכט אז די ליכט זאלן ברﬠנﬠן ווייניגﬠר שיין ווי די פינפטﬠ נאכט? איך לﬠרן זיך יﬠצט צינדן"

טעמע: על הניסים ז' כסלו התשע"ד 4:45 PM #20028

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
א קינדער מנורה...

הרה"ק רבי שלום אליﬠזר פון ראצפﬠרט זיﬠײא פלﬠגט צינדן חנוכה-ליכט אין א קליינﬠ קינדﬠר מנורה, ﬠרקלﬠרנדינ אז די מנורה האט א באזונדﬠרﬠ חשיבות ביי אים, ווייל זיין טאטﬠ, דﬠר הייליגﬠר דברי חיים זיﬠ"א, האט נאך גﬠצונדן דﬠרין.

דﬠר טאטﬠ, דﬠר צאנזﬠר רב, פלﬠגט אווﬠקגﬠבן כל הונו פאר צדקה. אפטמאל פלﬠגט ﬠר זיך אנבארגן מיט שווﬠרﬠ גﬠלטﬠר, און אפילו פאר׳משכונ׳ט זיינﬠ חפצים כדי ארויסצוהﬠלפן א צווייטן איד. דﬠרפאר איז זיין מנורה, א חפץ וואס מﬠן נוצט נאר איינמאל אין יאר, גﬠווﬠן פאר׳משכונ׳ט א גאנץ יאר ביז הארט פאר חנוכה, ווﬠן די חסידים פלﬠגן ﬠס אויסלייזן.

"פאסירט איין יאר," דﬠרציילט רבי שלום אליﬠזר'ל, “ווﬠן קיין גﬠלט איז נישט גﬠווﬠן אויסצולייזן דﬠם טאטנ׳ס מנורה. איך בין דאן גﬠווﬠן א קינד, און דﬠר טאטﬠ האט גﬠנוצט מיין מנורה פאר די ליכט..."

טעמע: על הניסים ז' כסלו התשע"ד 5:47 PM #20033

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
  • קאָרמא: 2
אזויפיל אויף איינמאל?
יישר כח יישר כח יישר כח
זייער שיין!!!

טעמע: על הניסים ז' כסלו התשע"ד 9:50 PM #20035

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
א דאנק פאר'ן דאנק.

טעמע: על הניסים ז' כסלו התשע"ד 10:28 PM #20036

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
  • קאָרמא: 5
דער אור פון חנוכה לייכט שוין עס האבן זיך געעפנט די מייענות החכמה ביים רב

טעמע: על הניסים ח' כסלו התשע"ד 10:25 AM #20043

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
א מורא'דיגע מעשה מיט א שטארק מוסר השכל.

מיט גרויס ציטער און פחד האט דער צדיק הרה״ק רבי שמואל פון סלונים זיע״א אנגעגרייט די חנוכה-ליכט. ער האט זיך געדארפט זייער איילן, ווייל יענער טאג איז געווען ערב שבת, און מען האט געדארפט גרייט זיין אין צייט, בעפאר דער הייליגער שבת קומט אריין. ענדליך זענען די ליכט געשטאנען גרייט אין די מנורה, אריינגעשטעלט מיט די ריינסטע כוונות. יעצט האט זיך דער צדיק רבי שמואל געוואנדן צו דעם עיקר - ער האט זיך געאיילט צום הויז פון זיין זיידן דער סלונימער רבי, דער בעל 'יסוד העבודה', כדי צו הערן ווי ער מאכט די ברכה אויף זיינע ליכט. ווען ער וועט ענדיגן זיך צוקוקן צו זיין עבודת הקודש, וועט ער זיך שנעל אומקערן צו זיין אכסניא, וואו ער וועט באלד צינדן אין זיין מנורה וואס ער האט שוין פון פריער צוגעגרייט.

אינצווישן האבן פילע געסט געשטראמט צו דעם ארט. אלע זענען געקומען פראוון דעם שבת חנוכה ביים רבי'ן, דער ״יסוד העבודה״. איינער פון די געסט איז אנגעקומען שפעט אין זיין אכסניא, דארט וואו רבי שמואל האט זיך אויפגעהאלטן. דער הייליגער שבת וועט אט אט אויסשפרייטן זיינע פליגלען איבער די שטאט, און ער האט נאך אסאך ארבעט פאר זיך. ער האט נישט קיין גרייטע ליכט, ער האט נישט קיין גרייטן ארט וואו צו צינדן. וואס זאל ער טון? וויאזוי וועט ער מקיים זיין דעם חשוב'ן מצוה?

מיט שרעק האט ער זיך ארומגעקוקט, זוכנדיג אן עצה. וואס איז דאס? ער זעט פאר זיך שטיין א שיינע מנורה, גרייט אויף צום צינדן. ווער האט צוגעגרייט די דאזיגע ליכט? מסתמא זענען זיי צוגעגרייט געווארן פאר די געסט וואס קומען אויף שבת. דאס זענען געווען די ליכט וואס רבי שמואל האט צוגעגרייט מיט גרויס פלאג און פול מיט הייליגע כוונות, וואס ער האט געדארפט אין געציילטע מינוט אנצינדן. נישט זוימנדיג זיך בכלל, איז דער גאסט צוגעגאנגען צו דעם מנורה וואס איז געשטאנען גרייט מיט פראכט. ער האט געמאכט א ברכה אויף די ליכט און זיי אנגעצונדן. ער איז געווען זיכער ביי זיך, אז זיי זענען צוגעגרייט געווארן פאר אזעלכע געסט ווי ער. עמיצער האט אים געטון א טובה. ער האט געענדיגט זיינס, און ווייטער געלאפן זיך גרייטן פאר שבת וואס דערנענטערט זיך.

אינצווישן האט זיך ר' שמואל צוריקגעקערט, ער האט זיך געאיילט צו זיינע ליכט וואס ווארטן אים. אבער זיינע אויגן זענען פארטונקעלט געווארן - קעגן אים האבן געבליטשקעט די קליינע שיינענדיגע ליכט, רייצנדיג זיך מיט אים. עמיצער האט אנגעצינדן זיינע חנוכה ליכט, עמיצער האט זיי אנגעצינדן! וויאזוי קען דאס זיין? ווער האט גענומען עפעס וואס געהערט נישט פאר אים?

אבער נישט א מענטש ווי ר' שמואל וועט דערשראקן ווערן. ער האט זיך בליץ- שנעל אריענטירט, מיט א באשלוס אין זיין הארץ: ניין. ער וועט נישט אויספרעגן אלע געסט וואס זענען דא צוגאסט. ער וועט נישט אפירזוכן דעם מאן און אים אפירהאלטן אויף דאס וואס ער האט געטון. ער וועט נישט האלטן קעגן אים א באשולדיגונגס פינגער, און ער וועט נישט קומען צו אים מיט טענות. ער וועט זיך נישט רעגן אויף דער וואס האט גענוצט זיינע ליכט.

ר' שמואל האט נאר אויפגעהויבן זיינע אויגן אויף ארויף און זיך געוואנדן צום רבונו של עולם: ״דו האסט אונז באפוילן צו צינדן די חנוכה-ליכט בקדושה ובטהרה, און דו האסט אויך געבעטן פון אונז אז מיר זאלן נישט ווערן אין כעס. פונקט ווי איך האב געוואלט מקיים זיין דעם ערשטן באפעל דיינע, וועל איך אויך מקיים זיין דיין צווייטע באפעל מיט שמחה

נישט זוימנדיג זיך צופיל, האט ער זיך גענומען צו די ארבעט. די זייגער-ווייזערס בלייבן דאך נישט שטיין. ער האט באלד אנגעהויבן צוגרייטן פרישע ליכט, אנשטאט די ליכט וואס דער אנדערער האט געצינדן אן זיין וויסן. מיט ריינע כוונות האט ער ווידער צוגעגרייט די קנויטן, נישט דערציילנדיג פאר קיינעם דערוועגן. ער האט געצינדן די ליכט מיט גרויס פרייד, און געלאפן אין בית המדרש צו מקבל שבת זיין.

הנרות הללו קודש הם

(קרעדיט: א טעם אין יו"ט - ר' וועלוועל שמעלצער נ"י)

טעמע: על הניסים ח' כסלו התשע"ד 10:41 AM #20044

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
דער הייליגער בארדיטשווער רב זצ"ל האט געזאגט, פארוואס ליינט מען נישט אום חנוכה די מגילת אנטיוכום ווי אום פורים די מגילת אסתר? — ווייל די חז״ל האבן חושש
געוועהן טאמער, ליינענדיג די מגילה פון די מלחמות וואס אידן האבן דאן געפירט מיט די גריכן, וועט איינער קומען צו א מחשבה פון ״כחי ועוצם ידי״ אז נישט ח״ו די ישועת
ה', האט געבריינגט דעם ענדגילטיגן נצחון צו די חשמונאים.

(אגב, איך זיך דער מקור דערפון, איך וועל מכיר טובה זיין ווער עס וועט מיר עס צוווייזן)
לעצט פארראכטן: ח' כסלו התשע"ד 11:05 AM דורך .

טעמע: על הניסים ח' כסלו התשע"ד 11:09 AM #20045

  • היימישער איד
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 323
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל
  • קאָרמא: 0
ס'איז ממש נישט צום גלייבן, ווי ס'האט זיך געפענט די קוואל און ס'גיסט זיך פערל ווערטער... פון וחלק' זינט ער האט עולה לגדולה געווען
איך האב ליידער נישט אזוי סאך צייט אלס צו לעזן....

טעמע: על הניסים ח' כסלו התשע"ד 11:24 AM #20048

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
יישר כח היימישער, ומכאן מודעא רבה לאורייתא אז עס גיסן זיך פערל ווערטער בליעה"ר פון טייערע אידן בכל מקומות מושבותיהם און איך בין זיי נאר מלקט און הענג עס ארויף דא מהנה צו זיין מיינע ליכטיגע ברידער.

טעמע: על הניסים ח' כסלו התשע"ד 3:59 PM #20054

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
  • קאָרמא: 2
אונזער קהלה בליט און וואקסט ב"ה, מיר האבן שוין אויך א קלעבער, וואס הענגט די צעטליך.  ;D

טעמע: על הניסים ח' כסלו התשע"ד 4:50 PM #20055

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2

טעמע: על הניסים ח' כסלו התשע"ד 6:34 PM #20058

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן אפטער רב, און געזאגט אז האט א קרענק אז ער איז אלעמאל אין מרה שחורה, ער איז כסדר טרויעריג. האט דער הייליגער אפטער רב אים באפוילן, ער זאל קוקן אויף די חנוכה ליכטעלעך.
דער איד האט אזוי געטון, און דער קומענדיגער צופרי ווען ער האט זיך ערוועקט פון זיין שלאף איז ער געווען אן אנדערער מענטש. א געזונטער און פרייליכער מענטש.

טעמע: על הניסים ח' כסלו התשע"ד 6:43 PM #20059

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
ביים צדיק רבי יצחק אייזיק זידיטשויבער זצ״ל זענען געוועהן פשוט'ע מעבל און איינפאכע כלים. מיט זילבערנע כלים האט ער זיך באניצט נאר וועגן תשמישי קדושה: א קליין מנורה וועגן חנוכה־ליכט, אנדערע מנורות וועגן שבת־ליכט, א זילבערנער בעכער וועגן קידוש, א בשמים פושקע אויף הבדלה.

איינמאל האט איינער פון זיינע רייכע חסידים געוואונען אין גורל א קליין זילבערנער טישל. האט ער איהם געברענגט אלס מתנה צו רבי יצחק אייזיק, האט ער עס נישט געוואלט נעמען.

האט ר׳ יצחק אייזיק׳ס זוהן געזאגט זיין פאטער אז מיט דעם טישל קען מען באפוצן די מנורה וואס זאל שטיין דערויף, ווען די חנוכה־ליכט ברענען. איז עס דאך א הידור מצוה ווי עס שטייט אין פסוק ״זה א־לי ואנוהו״.

ענדליך איז ר׳ יצחק אייזיק באוויליגט געווארן דאס צונעמען. אבער א גאנץ יאהר איז עס געשטאנען ביים זוהן, נאר אויף חנוכה האט מען עס געברענגט צום פאטער כדי די מנורה זאל שטיין דערויף מיט פראכט.

טעמע: על הניסים ח' כסלו התשע"ד 10:32 PM #20061

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה

די טעג זענען געווען ווייטאגליכע טעג פאר'ן אידישן פאלק. די פאסירונגען פון די שרעקליכע וועלט-מלחמה. אבער אויך דאן, אין א צייט פון טרויער און קלעם, איז פאר אלע אנטפלעקט געווארן די וואונדערליכע גייסט פון די ריינע אידעלעך. די פייער פונק וואס ברענט אין די אידישע הערצער און צינדט אן די גאנצע נשמה, וואס ווערט א פייערדיגע פלאם און באשיינט מיט זיין ליכטיגקייט גאר ווייט.

דער טרויעריג-בארימטער לאגער אין 'בערגן-בעלזן'. שוועריגקייטן. ווייטאג. דער שאטן פון טויט שוועבט איבער די באראקן און אינווייניג אין זיי. אבער אין די הערצער ברענט א ליכטיגקייט פון אמונה.

״עס איז חנוכה היינט!״ גייט אריבער א פרייליכע בשורה, וואס לעבט אויף די צעבראכענע הערצער. היינט נאכט וועט מען צינדן חנוכה-ליכט! ווער איז דער וואס וועט דא פון פריש אנצינדן דעם אידישע בשורה, און ווייזן אז דער אידישער פונק ווערט קיינמאל נישט פארלאשן? ווער איז דער וואס וועט צינדן די חנוכה-ליכט אין אנוועזנהייט פון די יושבי חושך וצלמות?

דער הייליגער צדיק, דער רבי ר' ישראל שפירא פון בלאזשוב זיע״א, וועלכער געפונט זיך אויך דא אין לאגער. דער רבי וועט היינט נאכט מקיים זיין די מצוה פון חנוכה-ליכט צינדן, און אלע זענען געלאדנט זיך צוצוקוקן צו דעם נס.

עס הערשט א גרויסע סכנה פון הינטער'ן טיר פונעם באראק. אבער קיינער איז נישט גרייט צו מוותר זיין. שטיל, שטיל, קומען זיך די לאגער אידן צוזאם צום באשטימטן ארט. מען שטעלט זיך ארום דעם רבי'ן, גרייטנדיג זיך צום געהויבענעם מעמד.

דער רבי נעמט די ליכט אין זיין האנט. די ווערטער פון דעם ערשטן ברכה גייען ארויס פון זיין מויל מיט ציטער. זיי ווערן צוגאסן אינעם גאנצן באראק און ווארעמען אן די הערצער פון די וועלכע שטייען דארט צוזאמגעשטופט מיט אמונה. דאן קומען די ווערטער פון די צווייטע, און דריטע, ברכה. דערנאך בייגט זיך דער רבי איין צום חנוכה-מנורה.

א מנורה? אויב מען קען אזוי אנרופן צובראכענע שטיקלעך פון קריגלעך, וואס זענען ספעציעל פארקרימט און איינגעבויגן געווארן צו דינען לשם מצוה. יא! א מנורה. זיכער אז מען קען עס רופן אזוי, פאר אזא מסירות נפש.

״הייליגער רבי,״ וואגט זיך איינער פון די אידן צו זאגן, און שטעלט פאר זיין קשיא. ״איך פארשטיי פארוואס דער רבי מאכט דעם ברכה 'להדליק נר של חנוכה'. איך בין אויך מסכים צו דעם צווייטן ברכה 'שעשה נסים לאבותינו''.

אבער פארוואס מאכט דער רבי דעם ברכה 'שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה', ווען מיר געפונען זיך אין אזא שווערע צייט, אזא שווערע תקופה ביי דעם אידישן פאלק? ווי קען מען צוזאמשטעלן אזא לאגער ווי 'בערגן בעלזן' מיט אזא ברכה?״

״דו ביסט גערעכט, טייערער איד,״ האט ר' ישראל שפירא פון בלאזשוב זיע״א געזאגט, און זיינע ווערטער האבן אנגעווארעמט ווי די פלעמעלעך וואס ער האט אנגעצינדן. ״אויך איך בין מסופק געווען צי איך זאל מאכן דעם ברכה, צוליב דעם שווערן תקופה אינ'וועלכע מיר געפונען זיך. אבער ווען איך האב געזען אזויפיל אידן וועלכע האבן זיך איינגעשטעלט זייער לעבן און זענען זיך צונויפגעקומען צו זוכה זיין אנטיילצונעמען אין דעם טייערן מצוה פון צינדן חנוכה-ליכט - אויך דא אין דעם טונקעלן מצב אינ'וועלכע מיר געפונען זיך, האבן זיי נישט מוותר געווען אויף דעם גרויסן זכי', האב איך פארשטאנען אז פאר דעם אליין דארף מען מאכן דעם ברכה ׳שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה׳!״

טעמע: על הניסים י' כסלו התשע"ד 10:58 AM #20121

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
געווען איז עס חנוכה פון יאר תרכ"ה, א יאר פאר דער הסתלקות פון דעם ערשטן גור'ער רבי און גרינדער פון דער גור'ער דינאסטיע,  דער הייליגער ״חידושי הרי״ם״ זצ״ל,  דער רבי, וועלכער האט אלע זיינע דרייצן קינדער פארלוירן ל״ע ביי זיין לעבן,  האט זיך זייער פיהל אפגעגעבן מיט זיינע אייניקלאך,  וועלכע זענען פריצייטיג פאר'יתומ'ט געווארן,  אויך דאס מאל האט ער צונויפגעזאמעלט זיינע אייניקלאך און געטיילט ״חנוכה געלט״ אבער ווי מיט א עקסטרע כוונה האט ער אויסגעמיטן זיין עלטסטן אייניקעל,  לייבעלע,  דער שפעטערדיגער גור’ער רבי,  און ממלא מקומו,  באקאנט אלס דער ״שפת אמת״ וועלכער האט שוין דאמאלס גע'שמ'ט,  כאטש ער איז נאך געווען גאר יונג.
נאכדעם ווי אלע אייניקלאך האבן שוין באקומען זייער חנוכה געלט,  רופט דער רבי אויס צו זיין באליבטן אייניקל: און דו לייבעלע,  ווילסט גארנישט קיין חנוכה געלט ?
איך נויטיג זיך נישט אין קיין געלט,  זיידע - האט דער שפעטערדיגער ״שפת אמת״ געענטפערט. דערפאר נויטיגסט זיך אין א בן זכר, זאג איך דיר צו,  אז אי״ה איבער א יאר וועסטו האבן א זוהן,  און דאס וועט זיין דיין ״חנוכה געלט״.

אין א יאר ארום איז טאקע געבוירן געווארן ביי אים א קינד, האט זיך אויסגעדוכט,  און פאר איינע פון דער רבינ׳ם אייניקלאך האט זיך געדאכט אז מ'רעדט וועגן א מיידלע, וועלנדיג זיין די ערשטע אנצוזאגן דעם זיידן די גוטע בשורה, איז זי אריינגעלאפן צום זיידן,  אויסרופענדיג:
מזל טוב זיידע,  א מיידל!
דו זאגסט נישט ריכטיג,  טאכטערשי,  האט דער רבי גענטפערט מיט א שמייכל.
אין דעם זעלבן מאמענט איז אריינגעלאפן די אלטע רביצין מיט דער בשורה:
מזל טוב, א בן זכר!
דאס איז געווען זיבן טעג אין טבת פון יאר תרכ״ו,  אכציג טעג פאר דער פטירה פון דעם חידושי הרי״ם.

ביים ברית איז דער חידושי הרי״ם געווען גאר שטארק אויפגעלעגט,  ער האט ארום געשמועסט בדברי תורה, דערנאך האט ער אויסגערופן א שטראהלנדיגער:
געלויבט איז דער בורא, וואס ביי מיר איז מקוים געווארן ״גם בני מכיר בן מנשה יולדו על ברכי יוסף״, איך ווייס נישט,  וואס מען האט געקענט בעסער אויסבעטן...

ווי דער מנהג איז געווען,  האט דער אלטער רבי אויפגעשריבן אין א שער בלאט פון זיינס א ספר וועגן דעם געבורט פון זיין אור אייניקל,  אברהם מרדכי׳לע דאס אייניקעל פון זיין בכור וואס איז ליידער פריצייטיג נפטר,  דערביי האט ער געשריבן: לסדר את כל אשר הוא עושה ה׳ מצליח בידו״ לפרט ״ונחה עליו רוח ה׳ רוח חכמה ובינה,  רוח עצה וגבורה רוח דעת ויראת ה׳״. דערפון האבן חסירים געוואוסט,  אז אויף דעם אינגעל האט דער אלטער רבי געווארט, און ווירקליך נאכן געבורט פון זיין אור אייניקל,  האט נישט געדויערט קיין גאנצע דריי חדשים ביז כ"ה אדר ווען דער חדושי הרי״ם איז נסתלק געווארן ״ובא השמש וזרח השמש״.

טעמע: על הניסים י' כסלו התשע"ד 3:08 PM #20129

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
דאס קריגאלע אויל
אזא ריין ביסל אויל וואס מ׳האט געפונען איו בית המקדש, געפינט זיך ביי יעדן איד אין הארצן, און דאס איז הייליג און אומבאריהרט פון יעדן טומאה.
(שפת אמת)

טעמע: על הניסים י"ח כסלו התשע"ד 3:30 PM #20349

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
דער ריבניצער רבי זצ"ל פלעגט שטארק אנזאגן די שטוב מענטשן אז זיי זאלן נישט דורכלויפן די טיר פאר די מנורה  איינמאל איז א משמש בטעות דורכגעלאפן און איין ליכט האט זיך פארלאשן, דער משמש האט זיך דערשראקן "כ'האב געוואוסט וואס דאס מיינט פאר'ן רבי'ן" דערציילט ער, "אז דאס נעמט אים ממש אוועק א שטיק חיות און ס'שאפט איהם א מור'דיגער עגמת נפש, דער רבי האט אבער אויפגעהויבן די קאפ צו מיר און צוגעשאקלט מיט א שמייכל, און איך בין געבליבן שטיין פארגאפט ווי דער רבי באהערשט אזוי זיינע הרגשים, נישט צו שאפן עגמת נפש פאר א איד..."

(קרעדיט: א טעם אין שבת)

טעמע: על הניסים כ"א כסלו התשע"ד 7:49 PM #20424

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
דער גריידיצער רבי, ר׳ אליהו גוטמאכער, איז געווען א יחיד במינו מיט דעם וואס ער איז געווען דער איינציגער גוטער־איד אין פרייסן. בעת עס זיינען געווען א סך חסידים, באזונדערס אין פוילן און גאליציע, וואס האבן אויסגעדריקט זייער ספק אין די צדקות פון א רבין אויף דער טמא׳ער ערד פון פרייסן, וואו לויט דער חסיד׳ישער מסורה האבן דארט געפעהלט די הייליגע ״ניצוצות״ צו מאכן עס ראוי פאר אמת׳ער אידישקייט. האבן א סך אנדערע געהאלטן פון איהם עולם ומלואו און פלעגן זיך פון איהם דערציילן מופתים נישט ווייניגער ווי פון אנדערע רביים.
חסיד׳ישע אידן, וואס פלעגן קומען קיין פרייסן פאר מסחר, האבן געהאט א באזונדערן נחת רוח פון דעם, וואט זיי האבן דארט, אויף׳ן פלאץ, געהאט א רבי׳ן צו וועמען זיי האבן געקענט קומען פאר זיין ברכה און פארברענגען ביי זיין טיש. צום גריידיצער פלעגן דערפאר קומען נישט נאר זיינע אייגענע חסידים נאר אויך חסידים פון אנדערע רביים, וואס זיינען געווען ווייט פון דערהיים און געלעכצט נאך א חסיד׳יש ווארט און א חסיד׳ישע תורה'לע.
*
אלע, וואס האבן געקענט דעם גריידיצער רבין האבן געוואוסט, אז ביי איהם קען מען פועל ישועות זיין אין די וואך פון חנוכה א סך מער ווי אלע טעג פון א גאנץ יאר. פארוואס דוקא חנוכה האט קיינער נישט געקענט זאגן דעם טעם. אבער דער גריידיצער אליין פלעגט אפלייגן אויף חנוכה.
אויב איינער איז צו איהם געקומען מיט סיי וועלכע בקשה, פלעגט דער רבי, אפלייגן אויף חנוכה, ווען ער זאל פועל ישועות זיין. און אז מען פלעגט איהם פרעגן: פארוואס עפעס חנוכה ? פלעגט ער ענטפערן:
איהר פארשטייט? חנוכה איז ליכטיגער. מ׳קען דעמאלטס זעהן בעסער.
חסידים און מקורבים וואס האבן זיך צוגעקוקט צו זיין הנהגה, האבן שוין געוואוסט, אז חנוכה איז דער גריידיצער געווען גאר א אנדער מענטש. געבענשט חנוכה ליכט מיט גרויס כוונה, פלעגט ער זיך אוועקזעצן אויף זיין שטול פונקט אנטקעגן די ליכטלאך, פארווארפן דעם קאפ אויף׳ן שטול און אזוי בלייבן זיצן ביז די ליכטלאך זיינען אויסגעגאנגען.
די גאנצע צייט איז זיין פנים געווען בלייך און זיינע אויגן פארמאכט. עס האט אויסגעזעהן, ווי ער וואלט נישט געווען אויף׳ן עולם התחתון, נאר געשוועבט אין די עולמות העליונים.
חנוכה ליכט פלעגט דער גריידיצער בענטשן אין א מנורה, וואס ער האט געהאט בירושה פון זיינע אבות אבותיו. ער האט דעם דאזיגן מנורה אפגעהיט ווי א אויג אין קאפ.
*
איינמאל איז צום גריידיצער געקומען א פוילישער איד, וואס איז געווען א חסיד פון אן אנדער רבי׳ן.
מיין רבי האט מיך געשיקט צו אייך — האט דער חסיד געזאגט.
דערביי האט דער חסיד דערציילט דעם צדיק א טראגישע געשיכטע וועגן זיין איידים.
אט דער איידים, ערשט א קורצע צייט נאך דער חתונה, איז געווען גאר א וואויל לערנער, ער האט איהם געהאט אריינגענומען צו זיך אין הויז אויף קעסט און געוואלט אז ער זאל זיצן על התורה ועל העבודה.
פאסירט אבער, אז אין איידים גייט אריין א רוח שטות. ער הויבט אן לייענען טריפה'נע ביכלאך. הויבט דער שווער אן מיט איהם זיך ארומקריגן און מאכט אלערליי סטראשונקעס ביז דער איידים ווערט נעלם פון הויז.
האט דער שווער אנגעהויבן ארומזוכן דעם פארשוואונדענעם איידים. זאל ער כאטש געבן א גט זיין טאכטער און פטור א עסק! אבער גיי טרעף איהם, קיינער ווייס נישט וואו זיין געביין איז אהינגעקומען!
ער איז געפאהרן צו זיין אייגענעם רבין און יענער האט איהם געזאגט, אז אלץ וואס ער ווייס איז, אז דער איידים געפינט זיר ערגעץ אין בערלין, וואו ער איז אריינגעפאלן צווישן די אפיקורסים.
האט דער חסיד זיך באלד ארויסגעלאזט קיין בערלין און דארט אויפגעזוכט דעם איידים, אבער יענער האט איהם צו זיך אפילו נישט צוגעלאזט. ער האט געמוזט צוריקפאהרן אהיים מיט ליידיגע הענט.
זיין רבי האט איהם דאמאלסט געזאגט, אז דער איינציגער וואס קען איהם העלפן איז דער גריידיצער.
אבער דער גריידיצער האט קוים געוויזן גרייטקייט איהם צו העלפן.
— מיט וואס בין איך דען א גרעסערער בעל כח ווי דיין רבין — האט ער איהם געפרעגט.
דער חסיד האט שוין געהאט געהערט, אז דער גריידיצער לייגט אלעס אפ אויף חנוכה. אבער דער רבי האט איהם אפילו דאס נישט געזאגט, ווי ער וואלט זיך אין גאנצן געוואלט פון איהם אפטרייסלען.
האט ער אליין געפרעגט:
— זאל איך בלייבן ביז חנוכה?
דער רבי האט אויף דעם געענטפערט:
— ווילסט בלייבן, בלייב.
איז דער חסיד געבליבן ווארטן.

(פארזעצונג מארגן אי"ה)

טעמע: על הניסים כ"ב כסלו התשע"ד 11:27 AM #20430

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
אז עס איז געקומען חנוכה, האט ער זיך פריש גענומען צום גריידיצער. איצט האט גאר געזאלט זיין א שעת הכושר.
אבער דער רבי האט איהם קוים געגעבן א קלארע תשובה.
וואם האט דער חסיד איצט געזאלט טוהן? עס איז אוועק די ערשטע ליכטל און די צווייטע, די דריטע און די פערטע. עס האט שוין געהאלטו ביי דער פינפ'ער ליכטל, און דער גריידיצער האט קיין אנדייט נישט געגעבן, אז ער האט אין זינען די בקשה פון דעם פוילישן חסיד.
האט דער חסיד געשפירט ווי עס ווערט איהם ענג אין מח. ער האט עפעס געדארפט טוהן, כדי דער רבי זאל זיר צו איהם וועלן צוהערן. פאר אנדערע איז ער יא פועל ישועות און פאר איהם ניט?
איז ער געפאלן אויף אזא המצאה: פארנאכט, ווען דער רבי איז געווען צו מעריב, און דער חנוכה מנורה איז געשטאנען אין הויז גרייט צום צינדן דאס פינפטע ליכטל, איז דער חסיד אריין אין רבין׳ס הויז און האט דעם מנורה ארונטערגערוקט אונטער זיין מאנטל און איז מיט דעם ארויס. האבנדיג באהאלטן דעם מנורה אין א זיכערן ארט, איז ער צוריקגעקומען אין רבין׳ס הויז, צו זעהן וואס עס וועט געשעהן.
אפגעדאוונט מעריב, איז דער רבי געקומען אהיים בענטשן חנוכה ליכט. אבער נאך איידער ער איז אריין אין הויז, איז שוין דארט געווען א מהומה. דער משמש האט באמערקט אז דעם רבין׳ס חנוכה מנורה פעהלט. מען האט איבערגעקערט דאס גאנצע הויז און אין ערגעץ דעם מנורה נישט געפונען.
דער גריידיצער, דערהערנדיג וואם האט פאסירט, איז געווארן שטארק צוטראגן. אלע זיינע יאהרן האט ער געבענטשט חנוכה ליכט נאר אין אט דעם מנורה און איצט זאל ער פלוצים פארשוואונדן ווערן?!
עס האט איהם שטארק געערגערט.
דער משמש זיינער האט איהם שוין געוואלט מאכן גרייט אן אנדער מנורה. דער רבי האט אבער נישט געוואלט וויסן פון דעם.
— מ׳מוז מאכן א חקירה ודרישה — האט ער געפאדערט.
*
דא האט זיר שוין דער חסיד נישט געקענט איינהאלטן און איז צוגעגאנגען צום גריידיצער.
— הייליגער רבי! האט ער אנגעפאנגען, איך בין זיך מודה, אז איך האב באהאלטן אייער חנוכה מנורה, איך האב עס אבער געטוהן נאר מיט איין כוונה: ביי אייך אויסצו'פועל׳ן, אז איהר זאלט ממלא זיין מיין בקשה.
דער גריידיצער האט זיך א וויילע פארטראכט.
— דו פארלאנגסט פון מיר גאר א שווערע זאך, אבער וואס זאל איך טוהן? דו צווינגסט מיך דערצו — האט ער געזאגט.
דער חסיד האט באלד צוריקגעבראכט דעם חנוכה מנורה און דער רבי האט זיך געשטעלט צינדן ליכט.
מען האט געקענט זעהן, אז דער צדיק איז דאס מאל מער מאריך ווי געוויינליך און אז ער איז מער פאר׳דביקה׳ט ווי תמיד. אז ער האט זיך ווי זיין שטייגער, אריינגעזעצט אין שטול קעגנאיבער די ליכטלאך און פארווארפן דעם קאפ אויף צוריק און פארמאכט די אויגן, האט מען ממש געקענט פיהלן זיין דביקות.
די ליכטלאך האבן זיך שוין געהאט אויסגעברענט, אבער דער גריידיצער איז נאך אלץ געזעסן מיט א פארווארפענעם קאפ, שוועבנדיג אין אנדערע וועלטן. ערשט אין א צייט ארום האט ער געעפנט די אויגן, זיך אויסגעגליכן און דאן געזאגט צום חסיד:
— פאהר צוריק און זיך אויף דיין איידים. איצט וועט מען דיר צו איהם צולאזן. וועסט איהם געפינען אין א צושטאנד, אז ער וועט זיין צופרידן צו דיר זיך צוצוהערן. בעט פון איהם נישט קיין גט, נאר אז ער זאל זיך מיט דיר צוריקקעהרן אהיים צו דיין טאכטער.

(פארזעצונג בקרוב אי"ה)

טעמע: על הניסים כ"ב כסלו התשע"ד 11:41 AM #20431

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
געהערט אזעלכע דיבורים, איז דער חסיד געווארן מלא שמחה. און איז באלד געווען אויף׳ן וועג נאך בערלין. אויפגעזוכט זיין איידעם, האט ער זיך דערוואוסט אז ער ליגט געפעהרליך קראנק.
וואס עס איז מיט איהם געשעהן האט קיינער נישט געוואוסט צו זאגן. אלע דאקטוירים האבן געקוועטשט מיט די אקסלען און געזאגט, אז זיי ווייסן נישט וואס די מחלה איז און ווי אזוי צו היילן די דאזיגע מחלה.
איצט האט זיך שוין קיינער זיך נישט אנטקעגן געשטעלט דעם חסיד, ווען ער האט געוואלט צוקומען צום חולה׳ס בעט. דער חולה איז געווען פולשטענדיג ביי זיינע חושים, אז ער זאל זיין שווער דערקענען. ער האט אפילו ארויסגעצייגט צופרידנהייט, וואס ער זעהט איהם לעבן זיך.
— איך ווארט דאך אויף אייך די גאנצע צייט — האט דער איידים אויסגערופן — אנדערש, וועל איך פון דער מחלה נישט אויסגעהיילט ווערן.
דער שווער האט קוים פארשטאנען וואס זיין איידים מיינט צו זאגן מיט די ווערטער און ער איז געווען זיכער אז ער רעדט פון היץ.
דער חולה האט געכאפט, וואס עס טוט זיך ביי זיין שווער אין מח און ער האט איהם מסביר געווען דעם ענין.
מיט א קורצער צייט צוריק איז געקומען צו מיר אין חלום איינער, וואס האט געזאגט, אז ער איז דער גריידיצער רבי און מיר געהייסן באלד צוריקפאהרן אהיים, איך האב אבער זיך אנטזאגט עס צו טון, מיינענדיג, אז דאס איז נישט מעהר ווי א פוסטער חלום.
איז ער געקומען צו מיר א צווייטן מאל און מיר געלאזט וויסן, אז אויב אזוי וועל איך באלד זיך מוזן לייגן אין בעט מיט א חולאת און כ'וועל נישט קענען אויפשטיין ביז ווען איר, שווער לעבן, וועט אהער קומען און מיר בעטן אז איך זאל צוריקגיין אהיים מיט אייך.
— וועסטו אבער פון איצט און ווייטער זיין גוט און ערליך? האט דער שווער געוואלט זיין זיכער, אז דער איידעם וועט ווערן א פולשטענדיגער בעל תשובה.
— איך זאג עס אייך צו! האט דער חולה געזאגט, און שווער און איידים האבן שלום געמאכט.
נאך איידער דער שווער האט געקענט איינארדענען די נסיעה אויף צוריק, איז שוין דער איידים געווען צוריק אויף די פיס.
לאמיר כאטש פארן צום גריידיצער רבין אויף׳ן וועג צוריק, — האט דער איידים אויסגעדריקט א פארלאנג — לאמיר איהם געבן מיין דאנק.
און שווער און איידים האבן זיך אויף׳ן וועג אפגעשטעלט ביים גריידיצער. ביידע זיינען געווען דאנקבאר דעם צדיק.
— דער דאנק קומט מיין חנוכה־מנורה — האט דער צדיק געזאגט — אין זכות פון מיינע אבות, וואס האבן אין איהם געבענטשט חנוכה ליכט פאר דורות לאנג איז עס אלץ געשעהן מיטן אויבערשטנס הילף, חנוכה זעהט מען בעסער, חנוכה איז ליכטיגער!

(קרעדיט: דאס אידישע ליכט - תשל"ז)

טעמע: על הניסים כ"ג כסלו התשע"ד 9:17 AM #20444

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
״המהדרין״ - טייטשט דער הייליגער תפארת שלמה זצ״ל - די וואס קערן זיך אום , ער טהוען תשובה , ״נר לכל אחד ואחד״
הייבן אויף יעדן עבירה וואס זיי האבן געטהון, דאס הייסט, זיי נעמען ארויס די ניצוצות פון זיי און זענען ״מוסיף והולך״ אין תורה און מצוות ומעשים טובים.

טעמע: על הניסים כ"ג כסלו התשע"ד 11:51 AM #20454

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
פשוט'ע, הארציגע און געשמאקע ווערטער פון חברינו היקר הבלתי נשכח 'ווידעראמאל דא', זיך באגעגנט דערמיט ליינענדיג זיין טרעיד.

חנוכה איז א צייט וואס עס שטייט אין ספרים הקדוים אז די לעכטליך שיינען אריין א אור "ברוחניות ובגשמיות" איך האב היינט געטראכט אז מ'קען דאס אויכעט פארשטיין צו מיינען אז אין די לעכטיגקייט פון די נרות באלייכט עס טאקע אונזער פארבלינדעטע אויגן צו זעהן אז די גשמיות איז אומווערד. זעה וואס איז דא צוווישין די "יפיו של יפת" פון די גאס און די אמת'ע יופי פון דעם געזיכט פון א צדיק, מלך ביפיו תחזינה עיניך... די חנוכה לעכטילעך זענען אויף דעם מסוגל... להכיר בין תכלת לקלא אילן...

מ'זאגט אויס אזעלעכע בקשות ביים לשם יחוד פאר'ן ליכטצינדן. מ'קען זיך אויסבעטן סיי פאר זיך און סיי פאר די קינדער. אפילו אויב מיר שטיין אזוי ווי עס שטייט אין ספה"ק (בפרט שפת אמת) ברה"ר, אין ווינטער, ביי נאכט, למטה מעשרה טפחים. אבער נישט תוך ג' לקרקע. מ'מוז זיך האלטן פאר עפעס, נישט זיין לבוד -גלייך ווי דער ערד. און יעדער איד איז דאך דער עפעס... ער האט דאך דעם חלק אלוק' ממעל...

מ'דארף זיך נישט פלאגן אויף צו כאפן מלאכים, זאגטס נאר די ווערטער... צינדטס נאר די לעכטליך... האטס אמונה אין בורא כל עולמים...

יעדער איינער פון אונז האט דעם כח...

טעמע: על הניסים כ"ג כסלו התשע"ד 1:18 PM #20461

  • עבד השם
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 829
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל
  • קאָרמא: 1
אז מיר וועלן באמת גלייבן אין דעם
וועט עס זיכער פועל'ן אויף אונז בלי שום ספק

ווי זאגט אבער די וועלט די עצה דארף אויך אן עצה

טעמע: על הניסים כ"ד כסלו התשע"ד 10:54 AM #20495

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
וקבעו שמונת ימי חנוכה
עס איז באקאנט די קשיא פון דער בית יוסף פארוואס מען האט קובע געוועהן צו צינדען די מנורה אכט טאג, לכאורה די ערשטע טאג איז דאך געוועהן א קריגל אויל און עס האט נישט געברענט בדרך נס. קען מען מסביר זיין מיט א משל, עס
איז געוועהן א גרויסע סוחר וואס איז געפארן קיין ליפציג אויף גרויסע געשעפטן, אויפן וועג אהיים האט ער געהאט מיט זיך אכט זעק אנגעפילט מיט אבנים טובות און אסאך געלט, אינמיטן וועג האבן עם באפאלען א חברה גנבים און עם צוגענומען
זיין גאנצע פארמעגן, אבער איין זאק האבן זיי פארזעהן און ער איז איבער געבליבן מיט איין זאק, האט ער געדינגען אפאר מענטשן וואס זאלן נאך לויפן די גנבים, און ער האט זיך אויסגענומען אז ווען ער וועט צוריק באקומען די פארמעגן וועט ער
אפשיידן מעשר פאר צדקה, עס אזי אריבער א קארצע צייט און די זיבן זעק זענען צוריק אנגעקומען צו עם, מיט גרויס פרייד האט ער זיך אהיים געקערט, ווען ער איז אנגעקומען אהיים זענען גלייך די גבאי צדקה געקומען נעמן ביי עם די מעשר,
אבער עס איז געווארן א וויכוח אויפן אכט'ן זאק דער איד האט גע'טענה'ט אז דאס איז נישט גע'גנב'עט געווארן דארף ער נישט געבן פון דעם קיין מעשר, אבער די גבאי צדקה האבן גע'טענה'ט אז ווען נישט ער האט די אכטע זאק וואלט ער נישט געהאט
פון ווי צו דינגען די מענטשן וואס האבן געכאפט די גנבים, אויב אזוי איז א חלק פון די ישועה אויכט די אכטע זאק.

די נמשל איז אז עס איז טאקע געוועהן א קריגל אויל וואס האט געהאט גענוג פאר די ערשטע טאג, אבער כדאי עס זאל  קענען זיין א נס פאר די אנדערע טעג האט קודם געדארפט זיין די איין קריגל, אויב אזוי איז די ערשטע טאג אויך א נס.

טעמע: על הניסים כ"ד כסלו התשע"ד 11:00 AM #20499

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
חנוכה הוא הזמן להרבות אהבה ואחוה ושלום

אין סה"ק "הישר והטוב" (חנוכה) פרעגט ער: כידוע, אז עס איז דא א כלל, "אין לך יפה מן הצניעות", און דעריבער זענען די לוחות שניות געגעבן געווארן בצנעה. אויב
אזוי, פארוואס ביי נר חנוכה איז א מצוה להניחה בפתח ביתו מבחוץ, וואס דער דין איז נישטא בשאר מצוות?

ענטפערט ער, אז במתן תורה זעט מען אז ווען השי"ת האט געגעבן די לוחות הראשונות איז עס געווען בפרסום רב, און ערשט ביי לוחות האחרונות האט השי"ת
אנגעזאגט משה רבינו, "ואיש לא יעלה עמך", נאר דו אליין, ווייל אין לך יפה מן הצניעות. חס ושלום צו זאגן אז השי"ת האט חוזר געווען פון זיין החלטה בלוחות
הראשונות אז עס זאל זיין בפרסום, נאר ווייל דעמאלט איז געווען דער מעמד און מצב באחדות כאיש אחד ובלב אחד, און הגם מש"ר איז געווען במחיצה לבדו און אהרן הכהן
מחיצה לבדו, אבער ווייל עס איז נישט געווען קיין קנאה ושנאה ורעות עין, ווי עס שטייט, "ויחן שם ישראל נגד ההר כאיש אחד ובלב אחד", ממילא האט נישט געקענט -
שולט זיין קיין עין הרע, ווייל אן עינא בישא קען נישט א מענטש אויף זיך אליין ברענגען, און אזוי אויך דעמאלט שפסקה זוהמתן, האבן אידן זיך געקענט האלטן
צוזאמען באחדות ובטוב עין, דעריבער האט דער פרסום נישט געקענט ברענגען קיין עין הרע. משא"כ בלוחות השניות שחזרו לזוהמתן, דעמאלט האט עס נישט געטויגט, און
אפילו זיי וואלטן זיך צוזאמענגעקומען כמעמד הראשון, וואלט אבער זיכער געווען קנאה שנאה פון איין איד אויפ'ן צווייטן. דעריבער האט דער אויבערשטער אנגעזאגט -
פאר משה רבינו, "ואיש לא יעלה עמך".

עס איז ידוע, וואס חז"ל זאגן (יומא ט:), אז בבית שני איז געווען תורה, אבער ליידער איז געווען דעמאלט דער חטא פון מחלוקות ושנאת חנם. דער נס חנוכה
האט דאס אבער זיכער מתקן געווען, און צוליב דעם תיקון דארף מען מאכן א זכר להנס בפרהסיא, כדוגמת לוחות הראשונות. דאס קומט מעורר צו זיין אז חנוכה איז א זמן
פון מרבה זיין באחדות ובשלום, מוותר זיין איינער פאר'ן צווייטן, וואס דאס וועט זיין דער תיקון אויפ'ן חטא וואס האט גורם געווען חורבן ביהמ"ק, און עס וועט מקרב זיין
די גאולה שלמה בב"א.


(בנתיבות החיים - הרב י. י. ווייס שליט"א)

טעמע: על הניסים כ"ד כסלו התשע"ד 11:06 AM #20500

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
אפי לאנשים פחותים מאיר האור של חנוכה (עבודת ישראל וישב)

... דער ענין פון חנוכה איז פון דעם פסוק חנוך לנער על פי דרכו (משלי כב ו), אז דורך דעם גרויסן אור פון חנוכה, קען אפי' א מענטש וואס איז אין דער דרגה פון "נער",
זיך מחנך זיין צו עבודת ה' און זיך צוגרייטן א גלייכן וועג צו גיין אין איר, און דער אויבערשטער וועט איהם ארויס העלפן; ווייל דער עיקר כוונה פון צינדן די מנורה, איז כדי צו
ממשיך זיין די ליכטיגקייט צו די וואס זענען למטה און שטייען אונדרויסן פון די קדושה, אז זיי זאלן זיך אויך קענען דערנענטערן צום אויבערשטן.

ספה"ק דברי חיים לחנוכה א' טבת התשע"ד 1:04 AM #20615

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
  • קאָרמא: 2
פארוואס נישט מזכה זיין אפאר אידן, אפשר וועט איינער האבן חיזוק דערפון.
א שטיקל פון ספה"ק דברי חיים אויף חנוכה.

וזל"ק
ולפע"ד שלפי מה שכתבנו שנר חנוכה הוא לרמז לקרב רחוקים מאד גם כן לקדושה, ואם כן יש בחנוכה מקום לשוב אפילו על אותן עבירות שאין להם תשובה ח"ו כגון מוציא זרע לבטלה, כי הטעם שאין מועיל תשובה לחטא זה הוא מחמת שקלקל דעתו ומזוהם מאד, ולכן באמת בקושי גדול מהני תשובה, ויש דברים מסוגלים לזה כמבואר בספרים הקדושים, אך בחנוכה שאז מתפשט האור למרחוק, ואז אפילו לאיש כזה מהני ליה תשובה בקל.
ועל דרך משל, המלך כשיושב בעיר משכנו, לא יוכלו פחותי הערך ובפרט המעונשים על פי דתי המלך לבא לפני המלך להתחנן לו, כי המה מתועבים ליכנס בהיכל המלך, אולם בשעת שהמלך נוסע על פני המדינה, ודרכו לבקר בתי הענושים היושבים במסגר כלואים, אז כולם דבקים בהמלך ומתחננים הושיעה המלך.
כן הנמשל, בבוא עת התעוררות האור הקדוש יתירה עלינו, והתעוררות הקדושה מאירה מאד למרחוק, אפילו במקום שחוץ לקדושה, אז גם אותם פחותי הערך הנדחם מהקדושה יכולים להחזיק ולבקש על נפשם מאת המלך, וגם כי ח"ו הוא בתוך חיצונים יקיאו חיל שבלעו.

טעמע: ספה"ק דברי חיים לחנוכה א' טבת התשע"ד 10:48 AM #20616

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 2
הערליך, א הארציגן דאנק פרייליכער.
עס ווארעמט און עס שטארקט.
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 1.36 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא