ברוכים הבאים, גאסט

א רוצחי'שער שידוך.
(0 באזוכער) 
  • בלאט:
  • 1

טעמע: א רוצחי'שער שידוך. 1857 באזוכער

א רוצחי'שער שידוך. י"ז חשון התשע"ד 11:54 #19683

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
א רוצחי'שער שידוך. (ארטיקל געליינט אויף אייוועלט, כ'האב הנאה געהאט און באשלאסן מהנה צו זיין די ברידערהוד דא.)

מזל טוב (?) נישט געהערט גארנישט? אודאי סאושעל איז די חתן און מידיא איז די כלה. זיי הייסן היינט באנאזאם "סאושעל מידיע"
זאל דער שידוך עולה כפרה זיין.

האלט אייך רואיג. וואו בין איך אנגעקומען צום שידוך? עס שטייט נישט אויפן דבר יום ביומו. און נישט אין קיין שום אנדערע אויסגאבע. איך האב נאר איין טאג זיך געטראפן פנים אל פנים מיטן פארל, און עס איז מיר ארויפגעקומען דער שווערער פראגע. ווער האט דעם שידוך אנגעטראגן? וויאזוי האט דאס געקענט צושטאנד קומען?

ווייל אין מיין ביכל הייסט מידיא מיט א קורצן אדער לאנגען הסבר, אז איינער פיטערט דעם עולם מיט זיין מיינונג און זיין געוויסן, און מ'האט נישט קיין צוויי ברירות ווי צו אקצעפטירן, אדער גלייבן אדער נישט, אבער ס'האט גארנישט מיטן מקבל.
סאושעל איז גאר א צווייטער משמעות, עס איז איך מיט דו צוזאמען אויף איין שטאק, דו רעדסט און איך רעד, און אפיציעל הערן מיר זיך ביידע אויס. (נישט אייביג, אבער דו מיינסט אזוי...)

וועלכע פון די צוויי איז א גרעסערע קללה איז אונטער אן ערנסטן פראגע צייכן, די מידיע מאכט חרוב לענדער, לעבנ'ס און אלץ וואס שטייט אונטער איר וועג, ווי א צונאמי וואס פארכאפט הייזער און שטעט... ווידעראום סאשעל ווי שיין און וואויל ס'פנים ער שטעלט אהער איז אויך מיר א גיפטיגער שלאנג מיט אלע אירע צוגעהערן, חרוב צו מאכן שלום בית'ער און לעבנ'ס - אידן ווי גוים - אן קיין רחמנות.

נו, באמת איז דאס דאך א געוואלדיגע שידוך, הא?

לאמיר צוריקגיין צו די יארן ווען די צוויי רוצחים האבן געלעבט איינציג און סינגל, און זיך נאך נישט צוזאם געפארט אזוי שיין.

סאושעל איז געווען א שיינער רוצח, ער האט געהאט א שפאר ביסל בלוט געזויגן, אבער ער האט געהאט א פראבלעם, ער האט נאר געקענט רצח'נען די וואס האבן אים געפינען אין די באר'ס און די קלאב'ס און אין די טרעין סטעישאן'ס וכו'.
ווען זיין סאושעל חבר איז געווען אין דער ארבייט אדער אינדערהיים האבן זיי נישט געקענט סאשעלייזן צופיל, און דער פראבלעם איז געווען ווייט לימיטעד צו א צייט אפשניט, פון געוויסע אינטערוואלן. און אויב האט מען שוין יא זיך געוואלט מער טרעפן, און פארברענגען, האט דאס געקאסט אמאל טעלעפאן געלט (איר געדענקט נאך ווען עס איז געווען לימיטעד? מ'האט געמוזט צאלן אויף די מינוטן?) אדער א סטעמפ? א פעקס? אדער צאלן א וויזיט מיט הויכע קאסטן..

ווידעראום דער צד השני, ר' מידיע איז געזעצן אויבן ביים שטייסל, און געפאמפט אינפארמאציע פאר ווער עס האט נאר געוואלט הערן, און ער האט געארבעט פלייסיג אז די וואס הערן אים זאלן נשפע ווערן. זיין פראבלעם איז אבער געווען צווייפאכיג, איינס. אז נישט אלס האט מען אים געהערט, און נישט יעדער האט געהאט צוטריט אים צו הערן. צוויי. ער האט נישט געהאט קיין ריכטיגן בליק אויפן קליינעם נעבעכדיגן מענטש, ער האט נישט געהאט קיין שום קאמיוניקאציע, צו וויסן וואס איז באמת דער דעת פון זיין אינטערדריקטן אינטערטאן.

און אט האט עס פאסירט.... דער גרויסער שדכן דער פייערדיגער מלאך וקרא בשמו שטן, האט מיט זיינע תחבולות אפיר געזזוכט די חתן און די כלה, און פארגעשלאגן א העפטיגן נדן וואס האט זיך אים אויסגעצאלט פי כמה. ער האט געשריגן חי וקיים אז ווען די צוויי זאלן מאכן א בונד, וועט די וועלט פארן כאדאראם.

דאס ערשטע מאל ווען די צוויי האבן זיך געטראפן, האבן ביידע אזוי שעמעוודיג געקוקט איינער אויפן צווייטן נישט וויסנדיג, ווי קום איך צו דיר. סאושעל האט געקלערט: דער גרויסער גראבער מידיא דער וועט דאך מיך באגראבן מיט זיינע אומגעהויערע כוחות
מידיא האט געקלערט: מיט דעם קליינעם סאושעל קען איך ערגעץ דען אנקומען? ער איז וואנזיניג דארטשיג, און נידריג געוואוקסן.

דא איז דער שדכן אריינגעקומען אין בילד און געשריגן מיט א באסאווע שטימע.... הערט מיך מיינע טייערע, איר זענט נישט אין מיין ליין פון ביזנעס. וואס פארשטייט איר? איך זאג אייך אז אויב די גראבער מידיא וועסט דיך אביסל אראפברענגען צום שטאנד פון סאושעל'ן און דו קליינער סאושעל וועסט דיך אביסל אינטערגארטלען מיט קוראזש. קענען מיר חרוב מאכן ש"י עולמות צוזאמען. דער זיווג וועט עולה יפה זיין, און עס וועלן זיין חרבנות לדורות.... גלייבט מיר האט ער געשריגן אריינזופנדיג פון די גרייטע לחיים.

נאך די גאר שטארקע פראזן פון איבערצייגונג, און די העלע קאלירן פון דעם רעזולטאט, וועלכע האבן געשלאגן ווארצלען אין די מיינונגען פון די רוצחים, האט מען אן איבערשלאפן געשלאסן דעם פאקט, והנה דער שידוך איז געווארן א פאקט.

דער שדכן דער ס"מ (יא, דאס איז אויך די ראשי תיבות פון דאס פארל...) האט געמאכט אז מיר זאלן זיצן און צוזאמברענגען לייבן מיט מייזן, קעץ מיט פרעש, און מענטשן מיט אוממענטשן.... און זאכן וואס מיר וואלטן קיינמאל נישט געחלומ'ט איז פלוצלינג ארויסגעוואקסן. מענטשן פארלירן זייער לעצט ביסל בושה, מענטשן פארגעסן פון זייער ריעל לייף און די ארומיגע קוקן ווייטאגליך צו ווי דער ווירטואל לייף נעמט איבער די מאכט, מ'זיצט און מ'טשעט, יעדער תנא קמא וואס וויל מאכן אפאר דאלער קומט אויף מיט א גרינגערע און שנעלערע וועג צוזאמענצוברענגען מער חיות און בהמות אונטער איין דאך, דער פוקס רופט זיך ר' בערל, און דער בער רופט זיך ר' פוקסל, און ביידע נעבעך מיינען אז ער איז גאר דער בלאפער... און אזוי זיצן זיי און כאפן אריין פרישע קרבנות אין נעץ, און די תמימות'דיגע קלאץ קעפ וועלכע נעמען נעבעך א קאמפלימענט אלס א ערנסטע וואלוטע, שטעלן נאך ארויס זייער גאנצע וועזן, מיט אלע זייערע אינפארמאציע אפילו אזש מיט בילדער פון זיך יעדער אויף אנאנדער וועג, און ווייסן נישט אז די חיות טורפות לאקערן נאך זיי מיט אויסגעשארפטע ציין.

נעמט א דוגמא, ווען א פשוטע'ר גוי האט געוואלט האבן אביסל מנוחה, און שפילן א געים אוואו ער האט געזעהן ביים טאטן תרח, אבער דער טוט עס שוין א שטייגער מיט זיין סאושעליזירטע וועלט אויפן געוועבעכץ, פלוצלינג האט ער גוטע פריינט פון טאקיא און כינע, און ער ווייסט גארנישט מיט וועם ער פארברענגט. יענער זאגט אים נאך א קאמפלימענט, און די וועלט ווערט אים ליכטיג, ער מיינט אז יענער ווייסט אדער יענער מיינט אז ער ווייסט און ביידע לעבן צוזאמען א לעבן אין דמיון. וויי איז נעבעך ווען דער מציאות שלאגט אים אין פנים, און ער זעהט ווער דער צד השני איז געווען.... אוי ווי ביטער איז ווען דער האזל קוקט ארויס פון נעץ און זעהט נישט וואו מ'קניפט אויף די דיקע שטריקן!!! אוי ווי ער וויינט פאר די פאר אומפאראנטווארטליכע טריט וואס ער האט געמאכט.

איז נישט דאס וואס מידיא איז? צו קאנטראלירן אונזערע דעות?

איז נישט דאס וואס סאושעל איז? צו אפעקטירן אונזערע געפילן?

וואס זענען די רעזולטאטן???

דער מוח מיטן הארץ זענען פארכאפט אין א נעץ פון וועלכן זיי זעהען זיך נישט ארויס, און דער ס"מ באקומט די קרעדיט...

יא! דאס וואס סאושעל אליינס האט געטון מיט אינדיווידועלן. און קיינמאל נישט געקענט מאכן אזא מאסן רציחה. האט ער זיך שיין ערוואבן מיטן שותף ר' מידיא...

וואטסעפפ. פעיסבוק, טוויטער, טשעטרום'ס, א שיינער שדכנות געלט!!! דער ס"מ, דער שדכן, גיבט נישט קיין מעשר.... ער נוצט יעדע פעני צו ריאינוועסטן אין זיין גוט גייענדע ביזנעס...

*****
(דער ארטיקל איז א רעזולטאט פון א שפעט נאכטיגע ביזנעס מיטינג צווישן זאלץוואסער און מבין. והמבין יבין... וד"ל.
סיריעס, דער זאלץ וואסער האט מיר געטראפן זיצן אויף דער ארטיקל, און אויסגעגאסן א קריגל מיט געדאנקען, אזש דער ס"מ האט זיך נישט געטראפן ס'פלאץ...)

יישר כח זאלץוואסער

טעמע: א רוצחי'שער שידוך. י"ז חשון התשע"ד 12:13 #19686

  • ddmm11219
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 286
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 1
wow
thanks
...וְאִם גַּם אֶתְאַמֵּץ בְּעֵצוֹת וְתַחְבֻּלוֹת וְכָל יוֹשְׁבֵי תֵבֵל יַעַמְדוּ לִימִינִי לְהוֹשִׁיעֵנִי וְלִתְמֹךְ נַפְשִׁי, מִבַּלְעֲדֵי עֻזְּךָ וְעֶזְרָתְךָ אֵין עֶזְרָה וִישׁוּעָה...‬

מתוך תפילה נפלאה שחיבר הרה"ק רבי מאיר מאפטא זצוק"ל, בעל מחבר ספר "אור לשמים", ונדפסה בתחילת ספרו.

טעמע: א רוצחי'שער שידוך. י"ז חשון התשע"ד 12:22 #19689

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 1
WOW WOW WOW WOW WOW
דאס איז א געלוואלדיגע ארטיקל,
איך מיין אז מ'מעג דאס צושפרייטן אין די בתי מדרשים,

טעמע: א רוצחי'שער שידוך. י"ז חשון התשע"ד 12:32 #19691

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 5
שכח פארן אהער ברענגן
גוט ארויס געברענגט

איך זיך נאך אן עיצה איך זאל נישט אויסשטרעקן מיין האלז פארן מלאך המות מיט מיין אייגענע ווילן 

טעמע: א רוצחי'שער שידוך. י"ז חשון התשע"ד 13:12 #19693

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
מיט דיין אייגענעם ווילן? יא? דו גלייבסט אין דיינע ווערטער?
דיין אמת'ער ווילן איז זיך אויסצושטרעקן פאר איהם?

טעמע: א רוצחי'שער שידוך. י"ז חשון התשע"ד 14:02 #19695

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 5
אמת איך וויל טאקע נישט

מיין פראבלעם איז אז אפי' איך בין באוויסטזיניג אז די א. ד. זענען פשוט'ע רוצחים, דאך אנשטאט צו אנטלויפן פון זיי לויף איך צו זיי
איי עם פאוערלעס אווער מיי עדיקשאן ס'העלפט נישט די הסברים אדרבה האק עס מיר אריין אין קאפ אפשר דארף איך איבערליינען דעם ארטיקל 101 מאל

טעמע: א רוצחי'שער שידוך. י"ז חשון התשע"ד 14:29 #19696

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
איך האב שטארק הנאה אז כ'האב דיך איבערגעפרעגט.

אמת איך וויל טאקע נישט וכו'  דאך אנשטאט צו אנטלויפן פון זיי לויף איך צו זיי

די ווערטער זענען קלארע באווייזן אז עס האנדעלט זיך פון אן אדיקשאן.

אבער זענען זענען זיך סותר מיט די פאלגענדע ווערטער,

איך זאל נישט אויסשטרעקן מיין האלז פארן מלאך המות מיט מיין אייגענע ווילן

דערפאר האב איך איבערגעפרעגט...

טעמע: א רוצחי'שער שידוך. י"ז חשון התשע"ד 21:07 #19697

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 5

טעמע: א רוצחי'שער שידוך. י"ז חשון התשע"ד 21:19 #19698

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1

טעמע: א רוצחי'שער שידוך. י"ח חשון התשע"ד 09:40 #19699

  • ddmm11219
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 286
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 1
גוט מארגן
איך האב עס נעכטן ארום געשיקט צו א טייל פון מיינע קאנטעקטס, באקומען פיינע גריסן, כהאב געשמייכלט נעכטן נאכט און שול ווען כהאט געהערט ווי צוויי יונגעלייט -וואס זענען נישט אויף מיין ליסט- באשמוסן עס.
...וְאִם גַּם אֶתְאַמֵּץ בְּעֵצוֹת וְתַחְבֻּלוֹת וְכָל יוֹשְׁבֵי תֵבֵל יַעַמְדוּ לִימִינִי לְהוֹשִׁיעֵנִי וְלִתְמֹךְ נַפְשִׁי, מִבַּלְעֲדֵי עֻזְּךָ וְעֶזְרָתְךָ אֵין עֶזְרָה וִישׁוּעָה...‬

מתוך תפילה נפלאה שחיבר הרה"ק רבי מאיר מאפטא זצוק"ל, בעל מחבר ספר "אור לשמים", ונדפסה בתחילת ספרו.

טעמע: א רוצחי'שער שידוך. י"ח חשון התשע"ד 09:46 #19700

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1

ווען כהאט געהערט ווי צוויי יונגעלייט -וואס זענען נישט אויף מיין ליסט- באשמוסן עס.

לאמיר פארן, איך וויל נאכאמאל דערמאנען אז עס קומט פון אייוועלט.

טעמע: א רוצחי'שער שידוך. י"ח חשון התשע"ד 13:50 #19704

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 1
און וואס פארגינסטו אים נישט די הנאה? הא?
נעם דיך נישט צום הארצן.
עניוועי נישט קיין חילוק וואו זיי האבן עס געליינט ס'איז געשמאק צו הערן ווי דער עולם רעדט דערפון, ניין?

טעמע: א רוצחי'שער שידוך. י"ח חשון התשע"ד 14:33 #19710

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
  • קאָרמא: 1
בוודאי, כ'האב נאר נישט געוואלט נעמען קרעדיט דערפאר, האב איך עס נאכאמאל ארויסגעברענגט.

ענטפער: א רוצחי'שער שידוך. י"ד סיון התשע"ט 22:02 #255927

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 471
  • האט שוין געלייקט: 1606 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל
  • קאָרמא: 7
וחלקלקות געשריבן on י"ז חשון התשע"ד 11:54:
א רוצחי'שער שידוך. (ארטיקל געליינט אויף אייוועלט, כ'האב הנאה געהאט און באשלאסן מהנה צו זיין די ברידערהוד דא.)

מזל טוב (?) נישט געהערט גארנישט? אודאי סאושעל איז די חתן און מידיא איז די כלה. זיי הייסן היינט באנאזאם "סאושעל מידיע"
זאל דער שידוך עולה כפרה זיין.

האלט אייך רואיג. וואו בין איך אנגעקומען צום שידוך? עס שטייט נישט אויפן דבר יום ביומו. און נישט אין קיין שום אנדערע אויסגאבע. איך האב נאר איין טאג זיך געטראפן פנים אל פנים מיטן פארל, און עס איז מיר ארויפגעקומען דער שווערער פראגע. ווער האט דעם שידוך אנגעטראגן? וויאזוי האט דאס געקענט צושטאנד קומען?

ווייל אין מיין ביכל הייסט מידיא מיט א קורצן אדער לאנגען הסבר, אז איינער פיטערט דעם עולם מיט זיין מיינונג און זיין געוויסן, און מ'האט נישט קיין צוויי ברירות ווי צו אקצעפטירן, אדער גלייבן אדער נישט, אבער ס'האט גארנישט מיטן מקבל.
סאושעל איז גאר א צווייטער משמעות, עס איז איך מיט דו צוזאמען אויף איין שטאק, דו רעדסט און איך רעד, און אפיציעל הערן מיר זיך ביידע אויס. (נישט אייביג, אבער דו מיינסט אזוי...)

וועלכע פון די צוויי איז א גרעסערע קללה איז אונטער אן ערנסטן פראגע צייכן, די מידיע מאכט חרוב לענדער, לעבנ'ס און אלץ וואס שטייט אונטער איר וועג, ווי א צונאמי וואס פארכאפט הייזער און שטעט... ווידעראום סאשעל ווי שיין און וואויל ס'פנים ער שטעלט אהער איז אויך מיר א גיפטיגער שלאנג מיט אלע אירע צוגעהערן, חרוב צו מאכן שלום בית'ער און לעבנ'ס - אידן ווי גוים - אן קיין רחמנות.

נו, באמת איז דאס דאך א געוואלדיגע שידוך, הא?

לאמיר צוריקגיין צו די יארן ווען די צוויי רוצחים האבן געלעבט איינציג און סינגל, און זיך נאך נישט צוזאם געפארט אזוי שיין.

סאושעל איז געווען א שיינער רוצח, ער האט געהאט א שפאר ביסל בלוט געזויגן, אבער ער האט געהאט א פראבלעם, ער האט נאר געקענט רצח'נען די וואס האבן אים געפינען אין די באר'ס און די קלאב'ס און אין די טרעין סטעישאן'ס וכו'.
ווען זיין סאושעל חבר איז געווען אין דער ארבייט אדער אינדערהיים האבן זיי נישט געקענט סאשעלייזן צופיל, און דער פראבלעם איז געווען ווייט לימיטעד צו א צייט אפשניט, פון געוויסע אינטערוואלן. און אויב האט מען שוין יא זיך געוואלט מער טרעפן, און פארברענגען, האט דאס געקאסט אמאל טעלעפאן געלט (איר געדענקט נאך ווען עס איז געווען לימיטעד? מ'האט געמוזט צאלן אויף די מינוטן?) אדער א סטעמפ? א פעקס? אדער צאלן א וויזיט מיט הויכע קאסטן..

ווידעראום דער צד השני, ר' מידיע איז געזעצן אויבן ביים שטייסל, און געפאמפט אינפארמאציע פאר ווער עס האט נאר געוואלט הערן, און ער האט געארבעט פלייסיג אז די וואס הערן אים זאלן נשפע ווערן. זיין פראבלעם איז אבער געווען צווייפאכיג, איינס. אז נישט אלס האט מען אים געהערט, און נישט יעדער האט געהאט צוטריט אים צו הערן. צוויי. ער האט נישט געהאט קיין ריכטיגן בליק אויפן קליינעם נעבעכדיגן מענטש, ער האט נישט געהאט קיין שום קאמיוניקאציע, צו וויסן וואס איז באמת דער דעת פון זיין אינטערדריקטן אינטערטאן.

און אט האט עס פאסירט.... דער גרויסער שדכן דער פייערדיגער מלאך וקרא בשמו שטן, האט מיט זיינע תחבולות אפיר געזזוכט די חתן און די כלה, און פארגעשלאגן א העפטיגן נדן וואס האט זיך אים אויסגעצאלט פי כמה. ער האט געשריגן חי וקיים אז ווען די צוויי זאלן מאכן א בונד, וועט די וועלט פארן כאדאראם.

דאס ערשטע מאל ווען די צוויי האבן זיך געטראפן, האבן ביידע אזוי שעמעוודיג געקוקט איינער אויפן צווייטן נישט וויסנדיג, ווי קום איך צו דיר. סאושעל האט געקלערט: דער גרויסער גראבער מידיא דער וועט דאך מיך באגראבן מיט זיינע אומגעהויערע כוחות
מידיא האט געקלערט: מיט דעם קליינעם סאושעל קען איך ערגעץ דען אנקומען? ער איז וואנזיניג דארטשיג, און נידריג געוואוקסן.

דא איז דער שדכן אריינגעקומען אין בילד און געשריגן מיט א באסאווע שטימע.... הערט מיך מיינע טייערע, איר זענט נישט אין מיין ליין פון ביזנעס. וואס פארשטייט איר? איך זאג אייך אז אויב די גראבער מידיא וועסט דיך אביסל אראפברענגען צום שטאנד פון סאושעל'ן און דו קליינער סאושעל וועסט דיך אביסל אינטערגארטלען מיט קוראזש. קענען מיר חרוב מאכן ש"י עולמות צוזאמען. דער זיווג וועט עולה יפה זיין, און עס וועלן זיין חרבנות לדורות.... גלייבט מיר האט ער געשריגן אריינזופנדיג פון די גרייטע לחיים.

נאך די גאר שטארקע פראזן פון איבערצייגונג, און די העלע קאלירן פון דעם רעזולטאט, וועלכע האבן געשלאגן ווארצלען אין די מיינונגען פון די רוצחים, האט מען אן איבערשלאפן געשלאסן דעם פאקט, והנה דער שידוך איז געווארן א פאקט.

דער שדכן דער ס"מ (יא, דאס איז אויך די ראשי תיבות פון דאס פארל...) האט געמאכט אז מיר זאלן זיצן און צוזאמברענגען לייבן מיט מייזן, קעץ מיט פרעש, און מענטשן מיט אוממענטשן.... און זאכן וואס מיר וואלטן קיינמאל נישט געחלומ'ט איז פלוצלינג ארויסגעוואקסן. מענטשן פארלירן זייער לעצט ביסל בושה, מענטשן פארגעסן פון זייער ריעל לייף און די ארומיגע קוקן ווייטאגליך צו ווי דער ווירטואל לייף נעמט איבער די מאכט, מ'זיצט און מ'טשעט, יעדער תנא קמא וואס וויל מאכן אפאר דאלער קומט אויף מיט א גרינגערע און שנעלערע וועג צוזאמענצוברענגען מער חיות און בהמות אונטער איין דאך, דער פוקס רופט זיך ר' בערל, און דער בער רופט זיך ר' פוקסל, און ביידע נעבעך מיינען אז ער איז גאר דער בלאפער... און אזוי זיצן זיי און כאפן אריין פרישע קרבנות אין נעץ, און די תמימות'דיגע קלאץ קעפ וועלכע נעמען נעבעך א קאמפלימענט אלס א ערנסטע וואלוטע, שטעלן נאך ארויס זייער גאנצע וועזן, מיט אלע זייערע אינפארמאציע אפילו אזש מיט בילדער פון זיך יעדער אויף אנאנדער וועג, און ווייסן נישט אז די חיות טורפות לאקערן נאך זיי מיט אויסגעשארפטע ציין.

נעמט א דוגמא, ווען א פשוטע'ר גוי האט געוואלט האבן אביסל מנוחה, און שפילן א געים אוואו ער האט געזעהן ביים טאטן תרח, אבער דער טוט עס שוין א שטייגער מיט זיין סאושעליזירטע וועלט אויפן געוועבעכץ, פלוצלינג האט ער גוטע פריינט פון טאקיא און כינע, און ער ווייסט גארנישט מיט וועם ער פארברענגט. יענער זאגט אים נאך א קאמפלימענט, און די וועלט ווערט אים ליכטיג, ער מיינט אז יענער ווייסט אדער יענער מיינט אז ער ווייסט און ביידע לעבן צוזאמען א לעבן אין דמיון. וויי איז נעבעך ווען דער מציאות שלאגט אים אין פנים, און ער זעהט ווער דער צד השני איז געווען.... אוי ווי ביטער איז ווען דער האזל קוקט ארויס פון נעץ און זעהט נישט וואו מ'קניפט אויף די דיקע שטריקן!!! אוי ווי ער וויינט פאר די פאר אומפאראנטווארטליכע טריט וואס ער האט געמאכט.

איז נישט דאס וואס מידיא איז? צו קאנטראלירן אונזערע דעות?

איז נישט דאס וואס סאושעל איז? צו אפעקטירן אונזערע געפילן?

וואס זענען די רעזולטאטן???

דער מוח מיטן הארץ זענען פארכאפט אין א נעץ פון וועלכן זיי זעהען זיך נישט ארויס, און דער ס"מ באקומט די קרעדיט...

יא! דאס וואס סאושעל אליינס האט געטון מיט אינדיווידועלן. און קיינמאל נישט געקענט מאכן אזא מאסן רציחה. האט ער זיך שיין ערוואבן מיטן שותף ר' מידיא...

וואטסעפפ. פעיסבוק, טוויטער, טשעטרום'ס, א שיינער שדכנות געלט!!! דער ס"מ, דער שדכן, גיבט נישט קיין מעשר.... ער נוצט יעדע פעני צו ריאינוועסטן אין זיין גוט גייענדע ביזנעס...

*****
(דער ארטיקל איז א רעזולטאט פון א שפעט נאכטיגע ביזנעס מיטינג צווישן זאלץוואסער און מבין. והמבין יבין... וד"ל.
סיריעס, דער זאלץ וואסער האט מיר געטראפן זיצן אויף דער ארטיקל, און אויסגעגאסן א קריגל מיט געדאנקען, אזש דער ס"מ האט זיך נישט געטראפן ס'פלאץ...)

יישר כח זאלץוואסער

א שיינע שטיקל עס לוינט צו ליינען      שמייכל הק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: א רוצחי'שער שידוך. ט"ז סיון התשע"ט 18:16 #255975

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 147 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1161
  • האט שוין געלייקט: 2242 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2025 מאל
  • קאָרמא: 27
יחיאל געשריבן on י"ד סיון התשע"ט 22:02:

די ארטיקל איז מעגליך שיין. די נושא וואס ער באשרייבט איז ליידער זייער מיאוס....
ירחם המנחם.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: א רוצחי'שער שידוך. י"ז אב התשע"ט 11:49 #258066

  • עמדתי בנסיון
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 132
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

מוראדיגער געדאנק
דארפן מיר זה לעומת זה ניצן די זעלבע טולס אים צו צושמעטערן

  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.78 סעקונדעס

Are you sure?

יא