ברוכים הבאים, גאסט

א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום...
(0 באזוכער) 
  • בלאט:
  • 1

טעמע: א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום... 2474 באזוכער

א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"א תמוז התשע"ה 08:52 #240783

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 459 מאל
  • קאָרמא: 13
שנת תתט"ו... 50 יאר ארום... ס'איז נישט אזוי ווייט... די יארן לויפן סאך שנעלער פון וואס מ'טראכט...

די גאנצע וועלט רוישט, עס טוט זיך א טימל... וואס איז? גוגעל איז ארויס מיט א מוראדיגע המצאה, א חידוש: מיט די טעכנעלאגיע פון יענע צייטן וועט מען קענען צוריק אויס ארבעטן און איבער ליינען גאר אלטע דורכשרייבונגען וואס מענטשטן האבן זיך געשריבן ביים אימעיל צענדליגע יארן צוריק...
פארשטייט זיך אז ס'איז דא מיימינים און ס'איז דא משמאילים, יש דורשים לשבח ויש דורשים לגנאי. הללו אומרים, ווי קען מען טוהן אזוינס, ליינען פריוואטע זאכן וואס מענטשטן האבן זיך געשריבן, ס'זאל ווערן א רשות הרבים. הללו אומרים, ס'שוין אריבער צענדליגע יארן פון דעמאלטס, רוב מענטשן לעבן שוין נישט, ממילא איז עס נישט געפערליך.
אלץ פשרה האט מען מחליט געווען אז נישט יעדער וועט קענען ליינען יעדעמס באשרייבונגען, נאר די אייניקלעך וועלן באקומען די רשות ליינען זייערע זיידעס ווערטער, וואס ער האט זיך געשריבן מיט זיינע חברים א יובל צוריק...

א גרויס התרגשות ביי די ווייס פאמיליע... נעכטן באקומען די הודעה אז אלץ אייניקלעך פון זייער זיידן ר' גרונם קלמן, וועלן זיי קענען ליינען זיינע אלטע דורכשרייבונגען... ואל ייקל בעיניכם, דער זיידע ר' גרונם קלמן זז"ג איז פון די שיינע אידן, זקן שקנה חכמה, א מוסטער פון א חסידישע איד וואס כל ימיו האט ער מחנך געווען זיינע קינדער און אייניקלעך אויף תורה יראת שמים און חסידות... א שיינע איד, א חסידישער... היינט איז ער שוין זייער אלט, אביסל בגדר שברי לוחות, אבער דאך איז ער א דמות וואס מ'קען זיך לערנען פון אים הליכות ישרות ודרכי נועם.
די התרגשות איז געווען גרויס, לאו בכל יומא איתרחיש אזא מין זאך, מ'זאל קענען ליינען די געוואלדיגע ווערטער וואס די זיידע האט מן הסתם געשריבן נאך אין די גוטע יארן... ווען ער איז נאך געווען בתוקפו... אויב אונז האט ער כסדר מדריך געווען מיט געוואלדיגע הדרכות ישרות, מיט מוסר און חסידות, ווער ווייסט וואס ער געשריבן פאר זיינע חברים, די חבריא, וואס מן הסתם זענען אלע געווען בני עליה ווי אים און זיי האבן זיך דורך געשמוסט ענינים שיש בהם לימוד, בעניני עבודת ה' תורה תפילה אמונה תשובה וכו' וכו'. מ'גייט זיכער טרעפן אן אוצר בלום פון דברי תורה והתחזקות וואס וועלן ביילאכטן די וועלט.
די משפחה האט באקומען די פרטים און די פעסווארד ווי מ'קען אריין גיין און אלעס זעהן... די גאנצע משפחה נעמט זיך צאם מיט א הרגשה אז זיי שטייען יעצט פאר א מאורע וואס געשעט נישט יעדן טאג... אלע קינדער, אייניקלעך און איר-אייניקלעך, זענען זיך צאמגעוקמען, מ'דריקט וואס און וואו מ'דארף דריקן, און מ'גייט אריין, מ'הייבט אן צו ליינען...
מ'בליקט אהין, מ'בליקט אהער... מ'זעט דא-דארט שיינע זאכן, דברי תורה וחסידות, אבער עפעס... ס'ווערט אביסל נישט אנגענעם... די שטערן ווערט נאס... מ'ריקט זיך פון איין זאט בענקל צום צווייטן... די קינדער שיקן אוועק די אייניקלעך מיט א תירוץ אז קודם דארפן נאר די קינדער ליינען זייער טאטנס כתבים... וואס טוט זיך דא? דאס איז טאקע אונזער טאטע? אפשר איז עס א טעות?...
ס'ווערט זיי שווארץ פאר יד אויגן, זיי זיכן א גרוב וואו זיך באגראבן... אוי זענען די בושות גרויס, אוי זענען די בזיונות געפערליך... זיי זעהן געפערליכע שמוציגע ביישרייבונגען פון זייער טאטן... זייער טאטע, דער געווייקטע חסידישער איד וואס האט זיי כסדר מחנך געווען אויף קדושה און פרישות, אויף צניעות און שמירת עינים, שרייבט דא כאחד הגרועים... ער איז ממש געלעגן אין שמוץ און אין טינופת... זיך איינגעשריבן מיט פאלטשע נעמען - אמאל ווייבערישע - אין געשריבן כל דבר אסור... אנגערייצט אנדערע און געווען חוטא ומחטיא... ווען זיי זעהן די בילדער וואס זייער טאטע האט געהאט ביי זיך אין קאמפיוטער, חלש'ט שוין איין קינד אוועק... זיי געבן א בליק אין די היסטאריע וועלכע סייט'ס זייער טאטע איז אריין יעדן טאג, און נאך צוויי קינדער חלש'ן אוועק, איינער כאפט זיך ביים הארץ...
זיי זעהן אז א לאנגע תקופה האט ער זיך געשריבן די ערגסטע מיט א פרוי וואס האט געוויאנט נישט ווייט, און מיט די דעמאלטס'דיגע טעכנעלאגיע קען מען זעהן ווער יענע פרוי איז - און איבעריג זאגן אז ס'איז גארנישט א פרוי, ס'איז א צווייטע כולל-יונגערמען וואס האט צופעליג געלערנט יענע יארן מיט זייער טאטן אין כולל...
אוי וואס וועט זיין, וויאזוי וועלן מיר קענען קוקן אין טאטנס פנים... אוי וויי וויי... און וואס וועט זיין ווען אונזערע קינדער וועלן זעהן אונזערס...
אוי זענען די בושות גרויס, אוי זענען די בזיונות געפערליך - - -

טייערע חברים, די מעשה איז גארנישט קיין דמיון, דאס איז א מציאות וואס ווערט געפראוועט נאך יעדעמ'ס 120... מ'העפנט אויבן א קאמפיוטער און מ'זעט אלעס... נישט די קינדער זעהן, נאר די טאטעס און די זיידעס למעלה למעלה, דור אחר דור, די רבי'ס, די חברים, אלעס זעט מען... אין דבר נעלם ממך ואין נסתר מנגד עיניך...
אוי זענען די בושות גרויס, אוי זענען די בזיונות געפערליך - - - אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה - - -
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...
לעצט פארראכטן: י"א תמוז התשע"ה 10:39 דורך משכני אחריך.

Re: א מעשה וועס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"א תמוז התשע"ה 08:59 #240784

  • tatahelfmich
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
  • קאָרמא: 1
משכני איך האב נישט קיין ווערטער
דו ביסט מוראדיג

Re: א מעשה וועס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"א תמוז התשע"ה 15:29 #240787

  • אש קודש
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 65
  • האט שוין געלייקט: 78 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
  • קאָרמא: 1
משכני,
דיינע פערל ווערטער האבן מיר געקאסט א שמייכל מיר א גוטן ציפ אין הארץ...
דיינע הערליכע רעיונות און דיין גאלדענער לשון איז דאך לעילא ולעילא..

Re: א מעשה וועס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"א תמוז התשע"ה 16:53 #240790

  • אש קודש
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 65
  • האט שוין געלייקט: 78 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
  • קאָרמא: 1
משכני,
איך האב שוין לאנג געטראכט אן ענליכן רעיון צו דעם וואס די האסט געשריבן....
עס איז ליידער באקאנט די שרעקליכע מחלה וואס הייסט אלצהיימערס, א מחלה וואס אלטע מענטשן קענען ליידן דערפון, ה"י, פאר אלע שונאים געזאגט, עס איז א מחלה וואס די מוח פאנג אן צו שרינקן אביסל און מפארגעסט אלעס, און נאר די אלטע זאכן פון די יונגע יארן געדענקט מען, און מרעדט נאר פון יענע יארן.. רח"ל,
געדענק איך א איד וואס איך האב געקענט, ער לעבט שוין נישט, זאל עס טאקע זיין לעילו נשמתו, וואס זיינע לעצטע יארן האט ער נעבעך שטארק געליטן אויף די מחלה, און עס איז געווען גאר ווייטאגליך צו זעהן ווי א איד פון דער אלטער היים, א יר"ש, א איד וואס איז געווען מקושר צו אלטע רבי'ס פונדערהיים, פלעגן נעבעך רעדן כאילו ער איז נאך אין יוראפ.. אין די אלטע היים.. און עא פלעגט נעבעך זוכן זיינע אינגע קינדערלעך(וואס זענען שוין היינט זיידעס).. און ער פלעגט זיך נעבעך כסדר דערשרעקן אז די דייטשן קומען און מדארף אנטלויפן... וכדו'... בקיצור, שרעקליך געווען צוצוקוקן...
מיר איז אבער געווען אן עקטערע ווייטאג.
פארוואס? ווייל איך האב געטראכט צו זיך, אז דער איד האט דאגות אז די דייטשן קומען.. און אז מוויל גיין צום רביןס שלש סעודות תורה (וואס לעבט שוין נישט עטליכע דרייסיג יאר).. אבער די וועלט שטעלט זיך נישט אפ, און צו די מחלה איז ליידער דערווייל נישטא קיין רפואה.. און ווען מיר וועלן זיין זיידעס און 'אונזערע שונאים' וועלן ליידן פון די מחלה וועלן זיי שטיין אין ביהמ"ד, אדער אינדערהיים פאר די קינדער און אייניקלעך און דערציילן וויאזוי מהאט אויפגעבראכן די פילטער אויפן קאמפיוטער.... וכדו'.... (פארגעס נישט, אסאך מאל דערקענט מען ניטאמאל די קינדער, רח"ל)...
די נמשל איז די זעלבע ווי די האסט געזאגט...

Re: א מעשה וועס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"א תמוז התשע"ה 17:23 #240791

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 638
  • האט שוין געלייקט: 676 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 688 מאל
  • קאָרמא: 10
tatahelfmich געשריבן:
משכני איך האב נישט קיין ווערטער
דו ביסט מוראדיג

דיינע פערל ווערטער האבן מיר געקאסט א שמייכל מיר א גוטן ציפ אין הארץ...
דיינע הערליכע רעיונות און דיין גאלדענער לשון איז דאך לעילא ולעילא..


הערליך!
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

Re: א מעשה וועס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"ב תמוז התשע"ה 11:47 #240801

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1374 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 335
  • האט שוין געלייקט: 69 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
  • קאָרמא: 8
א ציפ

Re: א מעשה וועס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"ב תמוז התשע"ה 16:26 #240808

  • geverisrael
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 133
  • האט שוין געלייקט: 83 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 1
משכני א ציפ האסטו מיר זיכער געגעבען אין הארץ אבער עס קומט מיט א גלעט אויפן באק, ליידער ליידער איז געשעהן אזא מעשה נישט צו לאנג צוריק אין אמעריקא וואס א איד איז ל"ע פלוצלינג נפטר געווארען און זיינע יורשים האבען פונקט (גארנישט איז פונקט, בושה איז ממרק עונותיו של אדם) נאכגעקוקט די היסטוריה פון זיין אינטרנט און עס איז זיי שווארץ געווארען פאר די אויגען, וד"ל!!! משכני איז א נביא, געבטס ענק אכטונג!!!

Re: א מעשה וועס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"ב תמוז התשע"ה 18:00 #240813

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 1004 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1019
  • האט שוין געלייקט: 4329 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1412 מאל
  • קאָרמא: 11
זייער שיין און א ציפעדיגע ארטיקל. עס איז נישט זיכער אויב דאס וועט געשען (גראדע כבר היה לעולמים אז מען האט נאכגעקוקט אין די שבעה א קאמפיוטער פון א טאטע און עס איז געווען בזיונות). אבער וואס איז יא זיכער אז ווען מיר וועלן קומען למעלה וועט מען אונז אלעס ווייזן און פארלייענן. און דאס איז א זיכערע זאך אז אוי לו לאותה בושה און או לו לאותה כלימה.

קען זיין אז למעלה וועט נישט זיין אזוי געפערליך אויב מיר טוהן תשובה מאהבה און דאס אלעס וועט געלייענט ווערן אויף אן אופן חיובי, דהיינו אז מיר האבן זיך צוריק געכאפט פון אזעלעכע שווערע מצבים און תשובה געטוהן כדבעי.

על כל פנים מיר גלייבן דאך אין ביאת המשיח ואחכה לו בכל יום שיבא. גאר שווער איז צו גלייבן אז משיח וועט נישט דא זיין ביז א קורצע צייט, וק"ו אז עס איז שווער צו גלייבן אז משיח וועט נישטא זיין אין 50 יאהר!

אבער דער פאוינט אז א שטארקע מעסעדזש.

יישר כוחכם
לעצט פארראכטן: י"ב תמוז התשע"ה 18:02 דורך לומד.

Re: א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"ג תמוז התשע"ה 11:19 #240832

  • בעלמאנט
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 134
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
  • קאָרמא: 2
הרב משכני שי' זייער שיין געשריבן, אבער פאר אונז בעלי המעשה איז פיל וויכטיגער צו קאנצאטרירן נאר אויף די איצטיגע מינוט שעה טאג, מיר קענען נישט טראכטן אפי' פון דעם מארגנדיגע טאג, מניעת החטא מיראת העונש העלף גאר ווייניג ביי אדיקטי"ד מענטשען.

און אגב ווי ר' לומד שי' האט שוין געזאגט, מיר ווייסען נישט וואס טוט זיך אויבען, אבער דאס איז אמאל זיכער אז די אלע וואס זענען עוסק אין תשובה אין עזיבת החטא אפי' מ'פאלט אמאל דורך וועט דער גרויסע דערבארימדיגער פאטער איהם אויפנעמען מיט זיין רעכטע האנט כביכול "אתה נותן יד לפושעים וימינך פשוטה לקבל שבים", דארט וועט מען נישט מעסטען לויט די ווייס"ע זאק"ן אדער בענ"ד דאו"ן הע"ט נאר ענדערש לויט וויפיל כוחות צער און יסורים מיר לייגען אריין זיך צו האלטן ערליך און ריין למען שמו יתברך, און פאר אונז איז אנגעגרייט אן עקסטרע היכל ליהנות מזוי שכינתו הק'.

נאר אזויפיל מיר בעטן פונעם באשעפאר "ולא נבוש כי בך בטחנו" ער זאל אונז נישט פארשעמען חלילה און טאמער יא זאל עס זיין א תיקון פאר אונזער נשמה.!!
רבש"ע זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלס אידן ווי איידער אלס גוים חלילה. ר"ר בונים מ'פרשיסחא זי"ע
לעצט פארראכטן: י"ג תמוז התשע"ה 16:46 דורך בעלמאנט.

Re: א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"ג תמוז התשע"ה 14:45 #240834

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 638
  • האט שוין געלייקט: 676 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 688 מאל
  • קאָרמא: 10
ער האט עס נישט געשריבן פאר קיין אדיקט. ער האט געשריבן די פשוטע אמת. וואס יעדער איד דארף וויסן, אויך א אדיקט, כאטשיג אז נאר דאס אליין וועט אים נישט העלפן...
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

Re: א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"ג תמוז התשע"ה 23:45 #240848

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
רבותי... מ'בעהט דער גאצן עולם זיך צו האלטן שטיל אפאר מינוט איך האב זייער וויכטיג עפעס איבערצוגעבן

איך וויל אייך פרעגן!!!! דער באשעפער זוכט אונז צו פארשעמען???
מ'רעדט דא פון א איד וואס זיינע קינדער או אייניקלעך ווייסן אז די זיידע איז א געהויבענע חסידישע איד, און אויפן אינטערנעט האט ער זיך נעבעך אויסגעגליטשט.....

רעדט מען דאך יא פון אן אדיקט, וואס איז נבעך שלא מרצונו הטוב אריינגעפאלן אין דעם ביטערן פעקל...... וויל דער גוטער באשעפער אזא איינעם אזוי ביטערלעך פארשעמען און באגראבן!!!!!

חלילה אזוי צו טראכטן
מטבע הטוב להטיב
דער באשעפער איז א גוטע באשעפער.... און ווען איינער איז חליה קראנק פון אדיקשאן, און מ'וועט ווייזן פאר די זיידעס אין גן עדן, קוק'טס ווי קראנק ער איז געווען, און דאך האט ער מיליאנען מאל פראבירט נאכאמאל אנצוהייבן, און צום סוף האט ער עס געמאכט......
ער האט זיך ריקאווערט און ער האט געטוהן אסאך צו העלפן אנדערע זיך היילן אבי צו זיין ערליך און ריין למען כבוד שמו ית'

זיין פנים וועט איהם שיינען און לייכטן און די מלאכים און הימל וועלן נישט קענען קוקן אין זיין פנים אריין מרוב אורו וקדושתו פון אא געהויבענע איד
דאס איז די מעשה וואס וועט פארקומען מיט דעם איד!!!!!

און איך בעהט אייך זייער שטארק...... נישט מאכן אזוי שלעכט די עתיד.... מיר באגראבן זיך אליינס מיט האקן טאג און נאכט ווי ביטער די סוף וועט זיין, און דאס פיהרט אונז טיפער אריין אין עצבות און מרה שחורה און פון דארט איז כפסע לבין המות צו ביטערע ירידות!!!

טייערע חברים
דער באשעפער האט אונז ליב, ער שעפט נחת פון אונז ווי מיר סטראגלען ארום און מיר פראבירן נאכאמאל און נאכאמאל
דער איבערשטער איז א יודע מחשבות... יודע כל תעלומות.... ער זעהט יעדע ברעקל ווייטאג יעדע ברעקל נסיון יעדע ברעקל אדיקשאן, און ער איז צופרידן פון אונז כאטש אונזערע ביטערע ירידות, ווייל ממיר געבן נישט אויף נאר מיר טוהן כפי יכולתינו צו ווערן אפגעהיטן דערפון

איך האף אז עטץ פארשטייטס מיך, קען זיין פאר סתם מענטשן מעג מען אזוי מעורר זין, אבער פאר אונזער הייליגע קהילה ווארט נאר אפ לעכטיגע טעג אין גן עדן

ביים בית דין של מעלה וועט מען אויפשפילן די מילאנען רגעים וואס מ'האט זיך געאמפערט און געשלאגן אקעגן דעם רשע מרושע און אפילו מ'וועט אויך זעהן די פאר הונדערט רגעים פון דורכפעלער וועט עס בטל ווערן בשש רבבות פעמים קעגן די אלע הארעוואניע רגעים

חזקו ונתחזקה

Re: א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"ד תמוז התשע"ה 06:08 #240850

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 459 מאל
  • קאָרמא: 13
טייערער בשמחה
דיינע ווערטער זענען כקילורין לעינים! זיס ווי האניג, ליכטיג ווי די זון, אמת און ריכטיג!

איבעריג צוזאגן אז מיט איין הרהור תשובה, מיט איין ציבראכן הארץ, מיט איין אמת'ע רצון זיך טוישן, מיט איין אמת'ע קרעכץ, מעקן זיך אויס פון די "קאמפיוטער" אסאך אסאך פון די פארגאנגענהייט...

ס'איז געשריבן געווארן נאר גיבן א קליין ציפ... אמאל פעלט עס אויס...
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

Re: א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"ד תמוז התשע"ה 06:27 #240851

  • tatahelfmich
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
  • קאָרמא: 1
יא יא מסכים צו משכני בשמחה איז הונדערט פראצענט גערעכט

און איך וועל נאר צולייגן אז מוועט עס נישט אויסמעקן די גאנצע היסטארי
פארקערט! מ'וועט עס ברענגען און צולייגן אויפן ריכטיגן זייט פונעם וואגשאל ווייל נאך אזא תשובה וואס אזעלכע אידן ווי אונז גייען אריבער וועט די אלטע מעשים ווערן איבערגעדרייט צו זכיות
מילא מ'וועט איבערגיין די היסטארי כדי צו זוכן וואס מער זכיות

טייערע ברידער שטארקס ענק האלטס ענק פעסט נאר מיט שמחה

און דרך אגב איך געב אזוי א קוק טייערע משכני זעה איך ווי דוה האלטס שוין ב''ה ביי 11 הייליגע טעג א בחינה פון ''אחד עשר יום מחרב '' קבלת התורה בהתחדשות
האלט דיך פעסט די באשעפער איז זיך מוראדיג משעשע מיט דיר

Re: א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"ד תמוז התשע"ה 07:07 #240852

  • geverisrael
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 133
  • האט שוין געלייקט: 83 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 1
עַל-כֵּן כָּל מִי שֶׁרוֹצֶה לְהוֹכִיחַ, אֲפִלּוּ אֶת עַצְמוֹ - צָרִיךְ לְדַקְדֵּק מְאֹד שֶׁלֹּא יַפִּיל אֶת עַצְמוֹ חַס וְשָׁלוֹם יוֹתֵר עַל-יְדֵי תּוֹכֵחוֹת, שֶׁלֹּא יַחֲלִישׁ אֶת דַּעְתּוֹ וְנִשְׁמָתוֹ, עַל-יְדֵי שֶׁיִּזְכֹּר רַק אֶת מַעֲשָֹיו הָרָעִים עַד שֶׁיּוּכַל לִפֹּל לְגַמְרֵי חַס וְשָׁלוֹם. עַל-כֵּן צָרִיךְ לְדַקְדֵּק לְהַטּוֹת כְּלַפֵּי חֶסֶד לְחַפֵּשׂ לִמְצֹא בְּעַצְמוֹ עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה נְקֻדּוֹת טוֹבוֹת, וְהַתּוֹכֵחָה תִּהְיֶה בְּדֶרֶךְ חֶסֶד, לְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בְּהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלִבְטוֹחַ בְּרַחֲמָיו הָעֲצוּמִים שֶׁיֵּשׁ אֶצְלוֹ חֶסֶד כָּזֶה - שֶׁגַּם כָּל מַעֲשָֹיו הָרָעִים יְכוֹלִין לְהִתְהַפֵּךְ לְזָכֻיּוֹת, אֲפִלּוּ אִם הִרְבָּה לִפְשֹׁעַ מְאֹד מְאֹד יָמִים וְשָׁנִים הַרְבֵּה, אַף-עַל-פִּי-כֵן "חַסְדֵּי ה' כִּי לֹא תָמְנוּ וְלֹא כָלוּ רַחֲמָיו לְעוֹלָם", "כִּי עִם ה' הַחֶסֶד וְהַרְבֵּה עִמּוֹ פְדוּת" .
(ליקוטי הלכות, ציצית ה', אות ז')

Re: א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"ד תמוז התשע"ה 07:14 #240853

  • tatahelfmich
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
  • קאָרמא: 1
יישר כח גדול גבר ישראל פאר דיין אפענע חיזוק ווערטער קלאר געשריבן שוין פאר כמעט צוויי הונדערט יאר צוריק פונעם גרויסען בעל המחזק לבבות נשברות

Re: א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"ד תמוז התשע"ה 08:08 #240859

  • geverisrael
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 133
  • האט שוין געלייקט: 83 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 1
חברה חברה קומטס אריין, איך שפרינג פאר שמחה אז איך קען קוים טייפע"ן אויפן קיבאר"ד, מיינע פינגערס שפרינגען פאר שמחה, היינט נאכט גייט זיין די יארצייט פון די אור החיים הקדוש, לאמיר זעהן במשנתו הטהורה וואס ער שרייבט דער וואך אין די פרשה אויף די פסוק ולא הביט און ביעקב, (הלוואי קען איינער אראפברענגען דא לשון קדשו).
ער טייטשט דארט אינמיטען די שמועס די פסוק, כולך יפה רעיתי ומום אין בך, שאין החטא עושה בו מום קבוע, אלא לכלוך העובר על ידי רחיצה והדחה... ממש אונזער שמועס, טייערע משכני, ביסט מיר זייער טייער, דו ווייסט אז דו ביסט צו מיר נענטער ווי א ברודער, אבער במחילת כבודך הגדול והקדוש, איז דאס פארקערט ווי דיין ציפידיגע מעשה, געדענקטס! א חטא לאזט נישט איבער קיין שום רושם, אביסעל שווענקען והדחה, און נישט געבליבען קיין זכר..... אשרינו

Re: א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"ד תמוז התשע"ה 08:27 #240860

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 459 מאל
  • קאָרמא: 13
טייערער גבר, ס'איז גארנישט קיין סתירה... ווי מ'האט שוין געשריבן פריער, אז נאך א רחיצה והדחה ווערט טאקע גימעקט אלעס... די ציפ דארף מען אויף דערמאנען טוהן די שטיפה והדחה...
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

Re: א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"ד תמוז התשע"ה 08:30 #240861

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 459 מאל
  • קאָרמא: 13
וזל"ק:

לא הביט און ביעקב. יתבאר על פי דבריהם ז"ל (זוה"ק ח"א קע:) שאמרו כי על ידי חטא האדם נרשם רושם כח הרע באבר שבו עשאו, והיא בחינת הפגם המוזכרת בדבריהם ז"ל, ופירוש און הוא כח הרע הנמשך מהעבירה, על דרך אומרו (משלי ל כ) לא פעלתי און, וכתיב (תהלים קכה ה) יוליכם ה' את פועלי האון, ולזה אמר לא הביט און, שהוא רושם המפעל הרע אינו אפילו ביעקב שהן המון העם שיתכנו בשם יעקב, שכולם נשמרים מעשות רע:
והגם שיטעו מדרך השכל אינו נקבע בנפשם האון, שהוא חלק הרע, על דרך אומרו (שה"ש ד ז) כלך יפה רעיתי ומום אין בך, פירוש שאין החטא עושה בו מום קבוע אלא לכלוך, העובר על ידי רחיצה והדחה, וכמו שרמזו ז"ל (שהש"ר) במה שאמר הכתוב שחורה אני ונאוה (שה"ש א ה) יעויין שם:
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

Re: א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"ד תמוז התשע"ה 09:39 #240864

  • tatahelfmich
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
  • קאָרמא: 1
יישר כח פארן היילגען לשון

זאל עס זיין לכבוד נשמתו הטהורה

Re: א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"ד תמוז התשע"ה 11:14 #240868

  • בעלמאנט
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 134
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
  • קאָרמא: 2
אויב מעג איך מציע זיין: די צוויי הייליגע חברים פון ירושת"ו הרה"צ משכני שליט"א והרה"צ גבר ישראל שליט"א זאלן זיין שליחא דרחמנא און ארויף גיין משתטח זיין אויפ'ן ציון הקדוש פונעם בעל ההילולא זי"ע און מעתיר זיין בעד הקהל הקדוש חבריא קדישא הדין וואס ווער נאך ווי זיי און אונז ווייסען די שרעקליכע ווייטאגן און יסורים צער ומכאובים אלע מאכן מיט כל אחד לפום דרגא דילי' צו עס איז טאקע אין די ענינים אדער אייגענע פרטיות'דיגע זאכען, ברודערלעך נעמט זיך די מוה פאר אייערט און פאר אונזערס וועגען רייסט איין ביים ציון הק' ס'זאל שוין נעמען א סוף צו די אלע צרות יעדער זאל אויפגעראכטן ווערן מיט זיין ישועה פרטית און אלע צוזאמען מיט'ן ישועה כללית במהרה דידן. אכי"ר
רבש"ע זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלס אידן ווי איידער אלס גוים חלילה. ר"ר בונים מ'פרשיסחא זי"ע

Re: א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"ד תמוז התשע"ה 11:18 #240869

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 459 מאל
  • קאָרמא: 13
געפוילט, בעז"ה בל"נ.

גבר וואס זאגסטו?
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

Re: א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"ד תמוז התשע"ה 11:40 #240870

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
בעלמאנט געשריבן:
אויב מעג איך מציע זיין: די צוויי הייליגע חברים פון ירושת"ו הרה"צ משכני שליט"א והרה"צ גבר ישראל שליט"א זאלן זיין שליחא דרחמנא און ארויף גיין משתטח זיין אויפ'ן ציון הקדוש פונעם בעל ההילולא זי"ע און מעתיר זיין בעד הקהל הקדוש חבריא קדישא הדין וואס ווער נאך ווי זיי און אונז ווייסען די שרעקליכע ווייטאגן און יסורים צער ומכאובים אלע מאכן מיט כל אחד לפום דרגא דילי' צו עס איז טאקע אין די ענינים אדער אייגענע פרטיות'דיגע זאכען, ברודערלעך נעמט זיך די מוה פאר אייערט און פאר אונזערס וועגען רייסט איין ביים ציון הק' ס'זאל שוין נעמען א סוף צו די אלע צרות יעדער זאל אויפגעראכטן ווערן מיט זיין ישועה פרטית און אלע צוזאמען מיט'ן ישועה כללית במהרה דידן. אכי"ר


גם אני מצטרף להבקשה
אויב עטץ גייטס ביטע שיקט מיר אין PM און איך וועל שיקן צוריק מיין עכטע נאמען מיט מיין מאמע'ס נאמען

Re: א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"ד תמוז התשע"ה 11:40 #240871

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
geverisrael געשריבן:
עַל-כֵּן כָּל מִי שֶׁרוֹצֶה לְהוֹכִיחַ, אֲפִלּוּ אֶת עַצְמוֹ - צָרִיךְ לְדַקְדֵּק מְאֹד שֶׁלֹּא יַפִּיל אֶת עַצְמוֹ חַס וְשָׁלוֹם יוֹתֵר עַל-יְדֵי תּוֹכֵחוֹת, שֶׁלֹּא יַחֲלִישׁ אֶת דַּעְתּוֹ וְנִשְׁמָתוֹ, עַל-יְדֵי שֶׁיִּזְכֹּר רַק אֶת מַעֲשָֹיו הָרָעִים עַד שֶׁיּוּכַל לִפֹּל לְגַמְרֵי חַס וְשָׁלוֹם. עַל-כֵּן צָרִיךְ לְדַקְדֵּק לְהַטּוֹת כְּלַפֵּי חֶסֶד לְחַפֵּשׂ לִמְצֹא בְּעַצְמוֹ עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה נְקֻדּוֹת טוֹבוֹת, וְהַתּוֹכֵחָה תִּהְיֶה בְּדֶרֶךְ חֶסֶד, לְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בְּהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלִבְטוֹחַ בְּרַחֲמָיו הָעֲצוּמִים שֶׁיֵּשׁ אֶצְלוֹ חֶסֶד כָּזֶה - שֶׁגַּם כָּל מַעֲשָֹיו הָרָעִים יְכוֹלִין לְהִתְהַפֵּךְ לְזָכֻיּוֹת, אֲפִלּוּ אִם הִרְבָּה לִפְשֹׁעַ מְאֹד מְאֹד יָמִים וְשָׁנִים הַרְבֵּה, אַף-עַל-פִּי-כֵן "חַסְדֵּי ה' כִּי לֹא תָמְנוּ וְלֹא כָלוּ רַחֲמָיו לְעוֹלָם", "כִּי עִם ה' הַחֶסֶד וְהַרְבֵּה עִמּוֹ פְדוּת" .
(ליקוטי הלכות, ציצית ה', אות ז')



יישר כח גבר פאר די לעכטיגע רייד

Re: א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"ד תמוז התשע"ה 12:44 #240880

  • geverisrael
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 133
  • האט שוין געלייקט: 83 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 1
משכני אחריך געשריבן:
געפוילט, בעז"ה בל"נ.

גבר וואס זאגסטו?

דו פרעגסט באמת??? וואס איז דיפראגע???? זיכער אז יא!!!

Re: א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"ד תמוז התשע"ה 13:23 #240883

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
צו וועם שיק איך מיין נאמען אין PM?

Re: א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"ד תמוז התשע"ה 13:24 #240884

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 459 מאל
  • קאָרמא: 13
צו איינע פון אונז צוויי
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

Re: א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום... י"ד תמוז התשע"ה 13:31 #240886

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
אקעי
איך שיק עס צו דיר משכני
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.69 סעקונדעס

Are you sure?

יא