ברוכים הבאים, גאסט

רובאשקין באפרייט, לשמחת לב כל ישראל
(0 באזוכער) 
  • בלאט:
  • 1

טעמע: רובאשקין באפרייט, לשמחת לב כל ישראל 1505 באזוכער

רובאשקין באפרייט, לשמחת לב כל ישראל ג' טבת התשע"ח 06:23 #247266

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1426 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 882 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 722 מאל
  • קאָרמא: 14
איש בשורה אנוכי היום.

פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט באפרייט שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין. צום פרייד פון צענדליגער טויזענטער אידן איבער די גאנצע וועלט. בכל מקום אשר דבר טראמפ ודתו מגיע שמחה וששון ליהודים משתה ויום טוב. וריקודים ומחולות ברחובות ניו יארק וגלילותיה.

טייערע אידן, ביי מיר איז דאס א פערזענליכע שמחה, צו דעם וואס דער רבונו של עולם האט מיך מזכה געווען צו זיין איין קליינטשיגע רינגעלע אין דעם לאנגן קייט פון גורמים וועלכע האבן געהאלפן צופירן די זאכן, איינע נאך איינע, ביז מען איז אנגעקומען צו דעם פרייליכן טאג אז ר' שלום מרדכי איז די נאכט געשלאפן אין א פרייע בעט, אינאיינעם מיט זיין פאמיליע און קינדער.

און אצינד וויל איך ארויסנעמען פון דעם א מוסר השכל צו אונזער ענין. אכט שווערע יארן איז ר' שלום מרדכי אפגעזעצן. אכט שווערע יארן האבן זיין פאמיליע און עסקנים געארבעט אומערמידליך, און נישט אויפגעגעבן, ארויסצונעמען זייער טאטע פון תפיסה ווי ער איז געזעצן שלא ביושר. אכט יאר פון פעטש און פראסקעס איינס נאך די אנדערע. איך האב אביסל מיטגעהאלטן און איך קען אייך זאגן אז מען האט געכאפט שווערע פעטש.

אנדערע וואלטן שוין לאנג אויפגעגעבן. אנדערע געבן אויף. דאס איז דער מציאות, מען געט אויף. יו קענט פייט סיטי האלל. און אוודאי נישט די פעדעראלע רעגירונג. און דא איז דאך נאך געווען קארופציע פון אונטן ביז ארויף און פילע חברה האבן אים דוקא נישט געוואלט ארויסלאזן. בקיצור. עס האט אויסגעזעהן א פארלוירענער קאמפף.

אבער שלום מרדכי האט נישט אויפגעגעבן. עס איז פשוט נישט צום גלייבן. ער האט אריינגעבלאזן די חיזוק אין זיין פאמיליע נישט אויפצוגעבן. ווי עס האט זיך פארמאכט א טיר, איז מען תיכף געלאפן זוכן א צווייטן. מען האט זיך נישט אפגעשטעלט פאר א רגע און נישט געלאזט די פעטש מאכן א רושם.

אט אזוי דארפן מיר זיך פירן. וויפיל פעטש מיר כאפן. וויפיל מאל מיר פאלן, טארן מיר נישט אויפגעבן. טרייען און פרובירן איין מאל און נאכאמאל. און נאכאמאל און נאכאמאל. געפאלן, זיך אויפהייבן. געכאפט א פראסק, גייט מען ווייטער. פארמאכט א טיר, זוכט מען אן אפענעם ערגעץ אנדערש.

אבער איין זאך: "נישט אויפגעבן. קיינמאל".

אז מען פירט זיך אזוי קומט מען אן. מען דערלעבט צו ווערן אויסגעלייזט.
לעצט פארראכטן: ו' טבת התשע"ח 17:16 דורך גבאי.

ענטפער: פרעזידענט טראמפ באפרייט רובאשקין ג' טבת התשע"ח 09:24 #247267

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 179 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 362
  • האט שוין געלייקט: 525 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 783 מאל
  • קאָרמא: 6

איך האב געזען ר' שמשון פינקוס שרייבן. כוואלט געדארפט ברענגען זיין לשון. אז נישט וועט עטץ נישט גלייבן.

סאיז דא כמה אופנים ווי א מענטש קישט א צווייטען.

סאיז דא אין די זייט.

סאיז דא איך פאנג אן.

איך געב דיר.

איך באקים צירוק.

אזוי לייג ער אראפ.

חנוכה איז ישקינו מנשיקות פיהו.

גייט ארויף אויף חנוכה אין מדרש.

דאס הייסט מיר באקימען פין אייבערטען. א קיש.

אין ווי?

פה אל פה אין פיסק אריין. נשיקות פיהו.

די נענסטע קיש וואס שייך.

גאט קימט אראפ למטה מעשרה טפחים. אין קישט אינז.

אינז יודען האבען צירוק געקישט. מיט די חנוכה נירות.

אין די חברי הדא. סיי די וואס גייען אן אין סיי די וואס ווילן אנגיין.

האבן צירוק געקישט אין פנים כביכול.

אין יעצט זאת חנוכההאבן מיר באקימען די דאמינאו ריעקשן. די קיש נאכאמאל צירוק.

ביי מיר איז קלאר. שלום ממרדכיס בפרייאינג. איז א קיש אויף צירוק צום צווייטן מאל.

אין אינז גיי מיר צירוק קישן. 

סארי פאר די שפראך.

אפשר וועט מען עס פארמעקן. קען מען אויך אויסמעקן הרב פנקוס ספרים. ער שרייבט עס.

נאו כלל ישראל האט באקימען אזא זאפטיגע קיש.

סקען זיך נישט ענדיגן דא.

סמיז גיין אהין אין צירוק.

רבותי לאמיר צירוק קישען.

לעצט פארראכטן: ג' טבת התשע"ח 12:23 דורך Hilega.

ענטפער: פרעזידענט טראמפ באפרייט רובאשקין ג' טבת התשע"ח 15:36 #247280

  • friend
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 323 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 10
טראמפ ברענגט פרישע נייעס יעדן דריטען טאג מען וואלט אפשר געדארפט עפענען איין טעמע וואס זאל הייסען טראמפ און עס וואלט געווען פארנימען א גאנצע 4 יאר

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: פרעזידענט טראמפ באפרייט רובאשקין ד' טבת התשע"ח 03:38 #247295

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1426 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 882 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 722 מאל
  • קאָרמא: 14

ער זאל כסדר ברענגען נאך און נאך אזעלכע סארט נייעס. דאן זאל ער פון מיין זייט בלייבן פרעזידענט פאר צוואנציג יאר.

ענטפער: פרעזידענט טראמפ באפרייט רובאשקין ד' טבת התשע"ח 05:46 #247297

  • אוזן קשבת
  • איצטיגע שטרעקע: 8 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 113 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל
  • קאָרמא: 2
גבאי געשריבן on ד' טבת התשע"ח 03:38:

ער זאל כסדר ברענגען נאך און נאך אזעלכע סארט נייעס. דאן זאל ער פון מיין זייט בלייבן פרעזידענט פאר צוואנציג יאר.


ער ברענגט נייעס !?
די אייבישטער האט איהם באפרייט ! די אייבישטער ברענגט די נייעס !
היות וואס ער איז יעצט פרעזידענט איז ער געוועהן די שליח
אהן די אייבישטער האט מען גארנישט
די טיטל "פרעזידענט טראמפ באפרייט רובאשקין" קראצט און די אויערן !!

ענטפער: פרעזידענט טראמפ באפרייט רובאשקין ד' טבת התשע"ח 06:10 #247300

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1426 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 882 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 722 מאל
  • קאָרמא: 14
אוזן, איך הער וואס דו זאגסט. אבער לפי זה וואלט דיר געדארפט קראצן אין די אויערן במשך אלע יארן, אלע צייטונגען און מאגאזינען, און אפילו דרשות און רעדעס, יעדעס מאל וואס ער ווערט דערמאנט "דער פרעזידענט האט...", אדער אם כבר, דארף דיך באדערן יעדעס מאל מען זאגט אויף סיי וועמען אז ער האט געטאן וואס אימער. הלמאי, דער באשעפער טוט דאך אלעס.

נישט בוש איז געגאנגען אין מלחמה (און אפשר היטלער אויך נישט...), נישט אבאמא האט געטאפלט אמעריקא'ס חובות, און נישט טראמפ האט אנערקענט ירושלים...

אלא מאי. אוודאי גלייבן מיר אידן אז אלעס איז פונעם אויבערשטן, די טויזענטער אידן וועלכע האבן זיך ספאנטאן ארויסגעבראכן אין פייערדיגע טענץ בערי אמעריקא ובחוצות ניו יארק האבן נישט געטאנצט פאר טראמפ נאר פאר'ן אויבערשטן, כאפ נאר א שמועס מיט סיי וועלכען איד וועסטו הערן וואס מען שפירט רגשי הודאה פאר קודשא בריך הוא, און נישט נאר הודאה נאר מען בענקט און לעכצט נאך אים, מען שפירט אהבה בלי מצרים. נאר אלס טייל פון אידישקייט קומט אויך דער מידה פון הכרת הטוב.

און דא, העפפענס טו בי, אז דער גוטער שליח איז געווען דער גוי דאנאלד טראמפ. (איין מינוט, פאלט מיר יעצט ביי א שאלה. פארוואס האט מען אריינגעלייגט אין נוסח פון שושנת יעקב דעם וגם חרבונה, דער אויבערשטער האט דאך אלעס געטון. אלא מאי, קומען מיר צוריק צום ענין) און ווען טראמפ טוט א גוטע זאך דערמאנט מען עס אויף זיין נאמען.

ער האט געהאט אלע סיבות עס נישט צו טון. פונקט ווי אבאמא, און פונקט ווי דער אידישער אנטיסעמיט טשאק שומער... וועלכער האט בשום אופן נישט געוואלט געבן א בריוו ווייל חסידים קימערן זיך נישט מיט'ן געזעץ, און פונקט ווי אבאמא האט נאר באפרייט שווארצע מערדער און דראג דילער, אבער חלילה נישט דעם חסיד רובאשקין, וועלכער האט שוין ווער ווייסט וואס געטאן. האט דאך טראמפ אויך געקענט מאכן דעם חשבון, אבער ער האט עס נישט געטון.

נו, ס"ה האט מען דערמאנט אז ער האט עס געטון. דעצאל. לפי דעתי העניה, דארפן יעצט דיינע אויערן אויפהערן קראצן.


ולסיום, אוזן זיסער, אז איר האט שוין געשריבן דא, זייט מוחל און שרייבט נאך. לויפט נישט אוועק.

ענטפער: פרעזידענט טראמפ באפרייט רובאשקין ד' טבת התשע"ח 07:15 #247301

  • אוזן קשבת
  • איצטיגע שטרעקע: 8 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 113 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל
  • קאָרמא: 2
איך מוז שוין זיך גיין גרייטן פאר ש"ק
אי"ה וועל איך זיך מסביר זיין נאך שבת

אבער טייערע גבאי במשך די שבת לאמיר צוזאמען זינגען אביסל פון די ניגון רבון העולמים .......... מבלעדי עוזך ....אין עזרה
לעצט פארראכטן: ד' טבת התשע"ח 07:21 דורך אוזן קשבת.

ענטפער: פרעזידענט טראמפ באפרייט רובאשקין ד' טבת התשע"ח 11:31 #247302

  • friend
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 323 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 10
אוזן קשבת געשריבן on ד' טבת התשע"ח 05:46:

גבאי געשריבן on ד' טבת התשע"ח 03:38:

ער זאל כסדר ברענגען נאך און נאך אזעלכע סארט נייעס. דאן זאל ער פון מיין זייט בלייבן פרעזידענט פאר צוואנציג יאר.


ער ברענגט נייעס !?
די אייבישטער האט איהם באפרייט ! די אייבישטער ברענגט די נייעס !
היות וואס ער איז יעצט פרעזידענט איז ער געוועהן די שליח
אהן די אייבישטער האט מען גארנישט
די טיטל "פרעזידענט טראמפ באפרייט רובאשקין" קראצט און די אויערן !!


מען קען צו לייגען
"פרעזידענט טראמפ איז דער שליח צו באפרייט רובאשקין"

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: פרעזידענט טראמפ באפרייט רובאשקין ד' טבת התשע"ח 13:11 #247314

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 179 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 362
  • האט שוין געלייקט: 525 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 783 מאל
  • קאָרמא: 6
friend געשריבן on ד' טבת התשע"ח 11:31:

אוזן קשבת געשריבן on ד' טבת התשע"ח 05:46:

גבאי געשריבן on ד' טבת התשע"ח 03:38:

ער זאל כסדר ברענגען נאך און נאך אזעלכע סארט נייעס. דאן זאל ער פון מיין זייט בלייבן פרעזידענט פאר צוואנציג יאר.


ער ברענגט נייעס !?
די אייבישטער האט איהם באפרייט ! די אייבישטער ברענגט די נייעס !
היות וואס ער איז יעצט פרעזידענט איז ער געוועהן די שליח
אהן די אייבישטער האט מען גארנישט
די טיטל "פרעזידענט טראמפ באפרייט רובאשקין" קראצט און די אויערן !!


מען קען צו לייגען
"פרעזידענט טראמפ איז דער שליח צו באפרייט רובאשקין"


אין ליבאוויטש. איז אלעס שליחים

ענטפער: פרעזידענט טראמפ באפרייט רובאשקין ו' טבת התשע"ח 10:02 #247329

  • אוזן קשבת
  • איצטיגע שטרעקע: 8 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 113 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל
  • קאָרמא: 2
גבאי געשריבן on ד' טבת התשע"ח 06:10:
אוזן, איך הער וואס דו זאגסט. אבער לפי זה וואלט דיר געדארפט קראצן אין די אויערן במשך אלע יארן, אלע צייטונגען און מאגאזינען, און אפילו דרשות און רעדעס, יעדעס מאל וואס ער ווערט דערמאנט "דער פרעזידענט האט...", אדער אם כבר, דארף דיך באדערן יעדעס מאל מען זאגט אויף סיי וועמען אז ער האט געטאן וואס אימער. הלמאי, דער באשעפער טוט דאך אלעס.

נישט בוש איז געגאנגען אין מלחמה (און אפשר היטלער אויך נישט...), נישט אבאמא האט געטאפלט אמעריקא'ס חובות, און נישט טראמפ האט אנערקענט ירושלים...

אלא מאי. אוודאי גלייבן מיר אידן אז אלעס איז פונעם אויבערשטן, די טויזענטער אידן וועלכע האבן זיך ספאנטאן ארויסגעבראכן אין פייערדיגע טענץ בערי אמעריקא ובחוצות ניו יארק האבן נישט געטאנצט פאר טראמפ נאר פאר'ן אויבערשטן, כאפ נאר א שמועס מיט סיי וועלכען איד וועסטו הערן וואס מען שפירט רגשי הודאה פאר קודשא בריך הוא, און נישט נאר הודאה נאר מען בענקט און לעכצט נאך אים, מען שפירט אהבה בלי מצרים. נאר אלס טייל פון אידישקייט קומט אויך דער מידה פון הכרת הטוב.

און דא, העפפענס טו בי, אז דער גוטער שליח איז געווען דער גוי דאנאלד טראמפ. (איין מינוט, פאלט מיר יעצט ביי א שאלה. פארוואס האט מען אריינגעלייגט אין נוסח פון שושנת יעקב דעם וגם חרבונה, דער אויבערשטער האט דאך אלעס געטון. אלא מאי, קומען מיר צוריק צום ענין) און ווען טראמפ טוט א גוטע זאך דערמאנט מען עס אויף זיין נאמען.

ער האט געהאט אלע סיבות עס נישט צו טון. פונקט ווי אבאמא, און פונקט ווי דער אידישער אנטיסעמיט טשאק שומער... וועלכער האט בשום אופן נישט געוואלט געבן א בריוו ווייל חסידים קימערן זיך נישט מיט'ן געזעץ, און פונקט ווי אבאמא האט נאר באפרייט שווארצע מערדער און דראג דילער, אבער חלילה נישט דעם חסיד רובאשקין, וועלכער האט שוין ווער ווייסט וואס געטאן. האט דאך טראמפ אויך געקענט מאכן דעם חשבון, אבער ער האט עס נישט געטון.

נו, ס"ה האט מען דערמאנט אז ער האט עס געטון. דעצאל. לפי דעתי העניה, דארפן יעצט דיינע אויערן אויפהערן קראצן.


ולסיום, אוזן זיסער, אז איר האט שוין געשריבן דא, זייט מוחל און שרייבט נאך. לויפט נישט אוועק.



שלום וברכה געטרייע גבאי

איך וועל ענטפרן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון
א- צייטונגען און מאגאזינען איז נישט קשיא דארט ווערט טאקע געשריבן זאכן אן קיין ריח תורה אבער דא ביי אונז אונזער שפראך איז אוודאי א אמונהדיגע שפראך  

ב- די גבאי שרייבט "איש בשורה אנכי היום" וואס איז די בשורה אז רובשקין איז באפרייט אדער ווי אזוי ער איז באפרייט געווארן ?
שטעלטס ענק פאר איינער זאגט "רבותי גוטע נייעס! שדכן פלוני האט אויסגעפירט יענע שידוך" דאס פאסט נאר אויב די נייעס איז בעיקר אויף די שדכן למשל זיין ערשטע שידוך אבער אויב די ניייעס איז אויף די עצם שידוך דאן זאגט מען גרונם מיט שמערל האבן זיך משדך געוועהן נאכדעם וועט מען זאגן נאך א פרט ווער האט געמאכט אט די שידוך !

דאס גלייכע איז דא ווער עס האט געגעבן די פסק אז רובשקין איז באפרייט איז פרט פונקט ווי ווער עס האט איהם געעפנט די טיהר פון זייו צימער און דאס פאסט נישט פאר א כותרת נאר פאר אזא איינער וואס גלייבט נישט (געדענקט נישט) אז אלעס פירט זיך פון אויבן (למשל די צייטונגען) איז טאקע דער עיקר מעשה ווער עס האט עס געמאכט.

ג- חרבונה  די קשיא איז גוט לאמיר עס נאך שווערע מאכן
ווי אזוי קומט חרבונה דארט אריין נאר עס איז געוועהן אליהו הנביא וואס האט זיך פארשטעלט אויף חרבונה 
נו האט ער טאקע גארנישט געטוהן איז פארוואס קומט איהם א זכור לטוב ?
נאר אז אליהו הנביא האט זיך פארשטלעט פונקט אויף חרבונה איז א סימן אז עפעס א זכות האט וואס אויף דעם קומט זיך א זכור לטוב
אבער דאס איז א פשט (איך ווייס נישט פון וועם) אפילו ווי עס ליינט זיך פשוט אז יא חרבונה איז טאקע דארט געוועהן איז עס א פרט וואס ווערט דערמאנט צום סוף אז ער האט אויך געהאט א חלק אין די ישועה אבער נישט אלס כותרת

גבאי איך מיין נישט דיר פערזענדליך ווייל ווען יא שרייב איך עס פריוואטע מעסיטש עס האט מיר געקראצט האב איך געוואלט מעורר זיין

הצלחה ווייטער אין אלעס !! 

ענטפער: פרעזידענט טראמפ באפרייט רובאשקין ו' טבת התשע"ח 17:15 #247338

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1426 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 882 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 722 מאל
  • קאָרמא: 14
אוזן, א גרויסער יישר כח פאר'ן זיך מסביר זיין. יעצט פארשטיי איך בעסער וואס דו האסט געמיינט. איך האב געמיינט אז עס באדערט דיך פשוט אז מען דערמאנט טראמפ. יעצט, נאך דיין הסבר פארשטיי איך עס בעסער. איך וועל טאקע טוישן דעם קעפל.

ענטפער: רובאשקין באפרייט, לשמחת לב כל ישראל ו' טבת התשע"ח 17:17 #247339

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1426 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 882 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 722 מאל
  • קאָרמא: 14

פאראכטן דעם קעפל, קרעדיט קומט פאר אוזן קשבת. צוויי מאל, איינס פארן מעורר זיין אויף א ריכטיגע זאך, צווייטנס, פארן שרייבן דא.

אצינד, בעט איך אייך נעמט אייך נאך א קרעדיט און שרייבט נאך.

ענטפער: רובאשקין באפרייט, לשמחת לב כל ישראל ו' טבת התשע"ח 17:40 #247341

  • אוזן קשבת
  • איצטיגע שטרעקע: 8 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 113 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל
  • קאָרמא: 2
גבאי געשריבן on ו' טבת התשע"ח 17:17:

פאראכטן דעם קעפל, קרעדיט קומט פאר אוזן קשבת. צוויי מאל, איינס פארן מעורר זיין אויף א ריכטיגע זאך, צווייטנס, פארן שרייבן דא.

אצינד, בעט איך אייך נעמט אייך נאך א קרעדיט און שרייבט נאך.


ישר כח גבאי 

איך נאך אין פלאן צו שרייבן עוד חזון למועד  קודם דריי איך מיר דא

ענטפער: רובאשקין באפרייט, לשמחת לב כל ישראל ו' טבת התשע"ח 23:56 #247357

  • 5050
  • איצטיגע שטרעקע: 34 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 245
  • האט שוין געלייקט: 468 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 499 מאל
  • קאָרמא: 4
גבאי געשריבן on ו' טבת התשע"ח 17:17:

פאראכטן דעם קעפל, קרעדיט קומט פאר אוזן קשבת. צוויי מאל, איינס פארן מעורר זיין אויף א ריכטיגע זאך, צווייטנס, פארן שרייבן דא.

אצינד, בעט איך אייך נעמט אייך נאך א קרעדיט און שרייבט נאך.


אוך ווער נתפאל פין די גבאי'ס מידות אפי ער האט שטארק רעכט צו בלייבען מוט דעם קעפעל,  ער האט אוף אלס אוועק געקוקט אבי נאך א מעמבער זאל שריבען אופען סייט, דאס מיינט א געטרייער גבאי וואס קיקט אוועק אוף זייענע איגגנע כבוד.

לעצט פארראכטן: ו' טבת התשע"ח 23:57 דורך 5050.

ענטפער: רובאשקין באפרייט, לשמחת לב כל ישראל ז' טבת התשע"ח 02:39 #247359

  • lashem
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 7
  • האט שוין געלייקט: 142 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
  • קאָרמא: 0
גבאי געשריבן on ג' טבת התשע"ח 06:23:
איש בשורה אנוכי היום.


טייערע אידן, ביי מיר איז דאס א פערזענליכע שמחה, צו דעם וואס דער רבונו של עולם האט מיך מזכה געווען צו זיין איין קליינטשיגע רינגעלע אין דעם לאנגן קייט פון גורמים וועלכע האבן געהאלפן צופירן די זאכן, איינע נאך איינע, ביז מען איז אנגעקומען צו דעם פרייליכן טאג אז ר' שלום מרדכי איז די נאכט געשלאפן אין א פרייע בעט, אינאיינעם מיט זיין פאמיליע און קינדער.


האמיר א נייע ראשי תיבות אויף גבאי לרגל שמחת רובאשקין
א'מונה
ב'טחון
י'סוד
ג'אולה   

ענטפער: רובאשקין באפרייט, לשמחת לב כל ישראל ב' טבת התשע"ט 18:51 #252384

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 432 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 607
  • האט שוין געלייקט: 1307 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 773 מאל
  • קאָרמא: 7

ארויף לכבוד די יארצייט

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.52 סעקונדעס

Are you sure?

יא