ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: במקום פאבליק טשעט 10678 באזוכער

ענטפער: במקום פאבליק טשעט ט' אייר התשע"ט 12:27 #254422

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 655
  • האט שוין געלייקט: 286 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
חיים גליק געשריבן on ז' אייר התשע"ט 12:10:

ישר כח נטעלע, אחכה און ich vil zan ehrlich

געזעהן די וואך א שיינער משל קען זיין אז נאך וועלן הנאה האבן

די לאנגע רייעס שלענגלען זיך גאר ווייט. עס איז א פארנומענע סעזאן היינט אין לופטפעלד, פילע מענטשן פליען צו פארשידענע דעסטינאציעס, דעריבער נעמט זייער לאנג ביז מען קען אנקומען צום טישל, איבערגעבן דעם פאספארט און אריבער גיין דעם זיכערהייט צוים. צווישן דעם ריזיגן עולם שטייט אויך אונזער ר' גדליה וועלכער נעמט אונטער א נסיעה קיין ארץ ישראל אויף ל"ג בעומר. אומגעדולדיג רוקט ער זיך פאמעליך א טריט נאך א טריט און עס קוקט אויס ווי דאס ווארטן נעמט נישט קיין עק. זיין געדולד פלאצט אים שוין פון ווארטן אזוי לאנג צווישן אזויפיל גוים, ער האט נישט דא קיין איין חבר און באקאנטן מיט וועמען אויסצוטוישן איין ווארט.

פלוצלינג מערקט ער ווי דארט נישט ווייט איז פארהאן נאך א רייע וועלכע באשטייט פון ווייניג מענטשן, עס רוקט זיך שנעל, און דערצו זעהט ער דארטן עטליכע חשוב'ע רבנים, אזוי אויך געפונען זיך צווישן זיי עטליכע אידן מיט וועמען ער האט א גאנץ נאנטע פריינדשאפט. עס איז ממש א שאד נישט אריין צוגיין דארט אין יענע רייע, עס איז שנעל, היימיש און געשמאק. ער טראכט נישט קיין צוויי, ער שטעלט זיך אריין דארט אין יענע רייע, עס פארט טאקע שנעל און געשיקט, ער קומט אן צום טישל, דערלאנגט זיין פאספארט, און ווי אינטרעסאנט עס הערט זיך... א מיסטריעזע מעשה איז דא געשעהן, זיי האבן אים דורכגעלאזט אן קיין פראבלעמען. זיצנדיג אין ווארט זאל אויפן אנקום פונעם פליגער שפירט ער זיך דערהויבן ביז גאר, איין קלייניקייט? ער האט די זכיה צו זיצן אזוי נאנט צו אזעלכע הויכגעשעצטע רבנים. אין געווענליכע צייטן איז בכלל נישט אזוי גרינג אנצוקומען צו זיי, מען דארף ווארטן היבש לאנג אויף א פריוואטע אוידיענץ אריינצוגיין צו זיי, און דא זיצט ער אזוי נאנט צו זיי. ער האט אפילו געכאפט א קורצע שמועס מיט איינעם פון די חשוב'ע רבנים, ער איז איבערגליקליך. ביז א קורצע צייט דערזעהט ער זיך זיצן אויפן פליגער נעבן א חבר זיינס מיט וועמען ער פארברענגט זייער געשמאק און פריינטליך.

שעות זענען דורכגעלאפן... ער גיבט א קוק אויף זיין זייגער און זעהט אז מען זיצט שוין אויפן פליגער פאר איבער דרייצן שעה און מען האט נאך ניטאמאל אויסגערופן אז מען זאל זיך שוין גרייטן צום לאנדן, עס קומט אים פאר זייער מאדנע, ער ווענדט זיך צו זיין חבר און פרעגט אים: "וואס איז פשט אז דער וועג נעמט היינט אזוי לאנג?! נארמאל דארף נישט נעמען פון אמעריקע קיין ארץ ישראל מער ווי עלף שעה?! וואס גייט דא פאר?!". דער חבר הערנדיג דעם שאלה צינדט זיך אים אן א רויטע לעמפל... ער בעט אים ער זאל אים ווייזן זיין טיקעט פאר איין מינוט און עס ווערט אים גוט... דער מענטש האט דא געמאכט א קליין טעות'ל, ער איז ארויפגעגאנגען אויף א פליגער וואס פארט קיין אוסטראליע אנשטאט קיין ארץ ישראל... וויבאלד יעצט איז דאך סייווי נישטא וואס צו טון, האט ער אים נישט געוואלט סתם אזוי אנציען די נערווען און צושטערן זיין געשמאקע נסיעה, דעריבער זאגט ער אים עפעס א תירוץ אז צוליב א טעכנישע סיבה נעמט דאסמאל די וועג דאפלט צייט און עס וועט דויערן פיר און צוואנציג שעה אנשטאט צוועלף שעה. יענער האט זיך בארואיגט און געניסט ווייטער פונעם געשמאקן רייזע.

דער פליגער האט געלאנדעט און מען קומט אריין אין לופטפעלד. דא האט ער זיך געכאפט דעם בראך... ער זעהט זיך אין אויסטראליע... ער גייט צו צום טישל און דערלאנגט זיינע פאפירן פארן אויפזעהער. אויף יענעמס געזיכט ציהט זיך ארויף א צינישע גרימאסע, ווי איינער זאגט: "גיי דיר פון דאנעט! איך רעד נישט צו קיין צודרייטע מענטשן!"... ער גיבט אים צוריק זיינע פאפירן און הייסט אים שטיין אין די זייט און ווארטן אויף ווייטערדיגע באפעלן. ר' גדליה קען נישט קומען צו זיך פון ווייטאג און אנטריסונג: "מיין רענצל איז געפארן מיטן פליגער קיין ארץ ישראל! קיינער נעמט עס נישט אפ דארט און מן הסתם איז עס שוין פארלוירן געווארן דארט! איך שטיי דא ווי אן אפגעריסענע נאר אין א פרעמד לאנד אן קיין עסן און קליידער! ווען איך האב ווען אביסל מער געדולד און איך בלייב שטיין אין מיין רייע – דארט וואו איך האב געדארפט ווארטן – וואלט איך שוין לאנג געווען אין ארץ ישראל צוזאמען מיט מיינע רענצלעך! איך וואלט שוין אפילו געווען אין מירון ביי רבי שמעון! איך זעה דארט די אלע חשוב'ע רבנים און מיינע באקאנטע גייען ארויס פון לופטפעלד מיט זייערע פעקלעך, זיי נעמען א טעקסי און פארן אפ צו זייער דעסטינאציע, און נאר איך שטיי דא ווי א גולם און ווייס זיך נישט וואו אהין צו טון... זיי לאזן מיר נישט אריין אין לאנד אן קיין וויזע. אוי! ווען איך וואלט ווען געהאט אביסל שכל צו פארשטיין אז ווי שווער עס איז טאקע צו ווארטן איינער אליינס אין אזא לאנגע רייע צווישן אזויפיל גוים – איז דאך עס אבער פארט מיין פליגער וועלכע פארט דארט וואו איך דארף אנקומען, ווידעראום דער פליגער מיט וועלכע איך בין געפלויגן – ווי געשמאק און דערהויבן עס איז געווען צו זיין צווישן חברים און רעספעקטפולע פיגורן בשעת'ן פליען – אזוי ווייטאגליך איז דער פאטש יעצט ביים אנקומען צו אן אומריכטיגע דעסטינאציע בעירום ובחוסר כל ווארטנדיג מען זאל מיר באגנאדיגן און כאטש ארויפלייגן אויף א פליגער צוריק קיין אמעריקע...".

******

אינעם נמשל, דויערט דער פליה רייזע אכציג יאר! דער מענטש קומט אראפ אויף דער וועלט מיט א גענויע ציל וואוהין ער דארף גרייכן, וואס ער דארף דא אויפטון אויף דער וועלט און צוריקקומען צו זיין שורש פון וואנעט זיין נשמה שטאמט. דעריבער האט מען אים אראפגעלייגט אין א סביבה, אומשטענדן, כוחות און אייגנשאפטן – געאייגנט לויט דעם רייזע וואס ער דארף רייזן. מאכט זיך אבער אז עס איז אים צו לאנגווייליג, זיין רייע אוואו ער דארף שטיין און זיך רוקן א טריט נאך א טריט, א מדה נאך א מדה – רוקט זיך זייער שטאט, זייער פאמעליך, ער האט שוין נישט קיין געדולד און נערווען צו זיין דאס וואס ער איז. אזוי אויך שפירט ער אז אין דעם דאזיגן רייע וואו ער שטייט געפונען זיך נאר מיטל קלאס מענטשן, ער איז נישט צווישן די חשוב'ע אידן, ער איז צי פשוט און איינפאך, ער שטארט גארנישט ארויס עפעס ספעציעל. פלוצלינג בלאנדזשעט זיינע אויגן אריין צו אן אנדערע רייע פון מענטשן, א רייע פון גאר דערהויבענע עובדי ה', דארט איז ליכטיג און געשמאק, דארט פארן די מדרגות שנעל און גיך, עס הערשט דארט עפעס א העכערקייט, עס געפעלט אים זיך צו צוטשעפן צו זיי און ווערן א חלק פון זייער רייזע. זייענדיג דארטן שפירט ער זיך זייער גוט אז ער איז אזא חשוב'ע איד, אז ער איז פון די עובדים און צדיקים. ער שטייגט יעדן טאג העכער און העכער. אה! ממש א נחת!

די פראבלעם איז נאר ווען נאכן לאנדן אין לופטפעלד – דאס הייסט, נאך וואס זיין נשמה קומט צוריק אן אויף יענע וועלט – דערזעהט ער זיך אז ער איז אנגעקומען צו אן אנדערע פלאץ... נישט דא איז געווען זיין דעסטינאציע... נישט דאס איז געווען זיין אויפגאבע אויף דער וועלט, און נישט דאס האט אים געברענגט נענטער צו זיין שורש נשמה. מען הייסט אים שטיין אין דער זייט און ווארטן ביז ווען וועט אים צוריקשיקן צו דער וועלט און נאכאמאל דורכמאכן א רייזע פון אכציג יאר. ער זעהט ווי די אלע עובדים און צדיקים מיט וועמען ער האט זיך געהאלטן נאנט אויף דער וועלט – גייען אלע גלייך אריין אין גן עדן אן קיין צעגערונגען, זיי נעמען זייערע רענצלעך פון תורה און מצוות און לאזן זיך ארויס אויף אן אייביגע וואקאציע ליהנות מזיו השכינה, און נאר ער שטייט נעבעך אין דער זייט ווי אן אפגעריסענע נאר, מען לאזט אים נישט אריין דא און מען שיקט אים נאכנישט אזוי שנעל צוריק, זיינע רענצלעך פון תורה און מצוות זענען ווארשיינליך אנגעקומען צו די ריכטיגע דעסטינאציע, אבער ער איז נעבעך נישט דארט, ער איז דער וואס האט נישט געוואלט אננעמען דאס וואס מען האט אים צוגעטיילט פון אויבן, ווארטן אין זיין רייע, ווילאנג עס וועט נאר נעמען, ווי איינפאך עס איז נאר, ווייל דאס איז זיין חלק, דארט באלאנגט ער, דארט איז ער היימיש, ווידעראום דא – ווי שיין און ליכטיג עס איז נאר, ווי חשוב און דערהויבן עס איז נאר – איז ער אבער א פרעמדער אימיגראנט וועמען מען וויל בכלל נישט אריינלאזן אין לאנד. דער איד עסט זיך אויף דאס געזונט: "פאר אביסל חכמות און דערהויבנקייט, צוליב א חסרון פון אביסל שפלות און שמח בחלקו האב איך פארפאטשקעט מיינע אכציג יאר! אוי וויי געוואלד! פארוואס האב איך געטון אזא נארישקייט?".

******

די אלע טייערע חבירים וואס האבן זי זיכה זיך צי דרייען דא אויף הד"א, האבן א אנדערע ציל זיי זענען דא צי שטיין און די רייע מיט אלע נידריגע גוים און גויטעס ביטערע ניסינות פון קדישה אויף וואס מען דארף זיך שלאגן טאג טעגליך, קען זיך אמאל דאכטן קיק אויף מיין חבר און בימה"ד וואס שטייט אויף די אנדערע זייט רייע, ער לעבט און לאכט ער האט נישט די אלע פראבלמען עס גייט אים גיט פארוואס פינקט מיר איז אזוי שווער, די תריץ איז דיין חבר פארט אויף אויסטראליע ער פארט אויף גאנץ א צווייטע פלאץ, און די ווילסט אוואדע נישט פארן דארט, די ווילסט דאך פארן צי ר' שמעון, כאשט יעצט ווען די שטייסט און די רייע זעהסטי נישט און די פארשטייסט נישט קיין חילק , דארפסטי אבער גלייבן אז עס איז אזוי און זיך פרייען מיט דיין חילק, מען זאגט נאך פון צדיקים עס איז נישט קיין פראבלעם צי האבן א יצר הרע מען ווערט נאך נישט קיין רשע ווען מען האט ניסינות די פראבלעם איז נאר ווען מען פאלגט די יצר הרע ווען מען הייבט אויף די הענט און מען טיט וואס עס גליסט צי טיהן.


מיין נערווין לאזט מיר נישט ליינען אזוי פיל שורות
א שאד מקען נישט אריין רעדן און איך וועל עס אויס הערן

ענטפער: במקום פאבליק טשעט ט' אייר התשע"ט 12:30 #254423

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 655
  • האט שוין געלייקט: 286 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

אז מען רעד שוין פון אימעל
איינער ווייסט אויב מען קען אויסמעקן א אימעל אדרעס אינגאנצן

ענטפער: במקום פאבליק טשעט ט' אייר התשע"ט 12:48 #254424

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 315 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 316
  • האט שוין געלייקט: 814 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 486 מאל
סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: במקום פאבליק טשעט ט' אייר התשע"ט 12:58 #254425

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 655
  • האט שוין געלייקט: 286 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

ווי נעמט מיר די לינק
ער הייסט מיר אריין לייגען מיין פין נומבער

ענטפער: במקום פאבליק טשעט ט' אייר התשע"ט 13:14 #254426

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 315 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 316
  • האט שוין געלייקט: 814 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 486 מאל

שוין טראסט מיר נישט האסט מורא אריין צי לייגן דיין פעסווארד
גיי דא
myaccount.google.com/delete-services-or-account
דאס איז איין סטעפ פריער
און דריק דיליט יור אקאונט

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview
לעצט פארראכטן: ט' אייר התשע"ט 13:14 דורך פּרובירט.

ענטפער: במקום פאבליק טשעט י"ד אייר התשע"ט 18:22 #254484

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 655
  • האט שוין געלייקט: 286 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

אקטיוו ב״ה!!! י"ז אייר התשע"ט 15:47 #254638

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 331 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1261
  • האט שוין געלייקט: 1772 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1752 מאל
סך הכל היינטיגע ענטפערס: 63  סכך הכל נעכטיגע ענטפערס: 40

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו nuta.gye@gmail.com

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: במקום פאבליק טשעט י"ז אייר התשע"ט 15:56 #254640

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 74 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 111
  • האט שוין געלייקט: 17 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

פיין, פיין, פיין..... ב"ה לא אלמן ישראל..... דערולם שלאפט נישט......
מיר זענען אלע אויפן פראנט טיף אינמיטן דעם קריג צו באזיגן דעם שונא....

אחכה לו: מיר האפן אלע צו אונזער טאטע אין הימל!
אחכה לו: אונזער טאטע האפט אזוי שטארק צו אונז!
אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם!
אחכה לו: ווייל עס איז דא האפענונג!

ענטפער: במקום פאבליק טשעט נעכטן 11:58 #254731

  • חיים גליק
  • איצטיגע שטרעקע: 197 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 40
  • האט שוין געלייקט: 120 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

טאטע איך דאנק דיר טאטע איך לויב דיר ווייל איך האב דיר ליב, טאטע איך דאנק דיר טאטע איך לויב דיר ווייל איך איך בין א איד.

מיינע ניסיונות יעצט זימער איז שרעקליך שטארק, עס ברענט א פייער ביזן הימל טאג טעגליך, יעדן טאג ווייס איך נישט ווי אזוי די טאג וועט זיך ענדיגען, אבער איך דאנק דעם אייבישטער פאר דעם, מיין ליבע טאטע וואס וויל נאר זעהן מיין הצלחה און יעדע זאך, שיקט מיר עס, פאר מיר ספעציעל, טאקע ווייל איך בין אזוי חשוב ביי אים.

געזהן ברענגען פון הרה"ג רבי בערל טויבער שליט"א א יסוד און לעבן מיט א משל כדרכו,

אין די אמעריקאנער ארמיי שרייבן זיך איין טעגליך טויזענטער סאלדאטן. און זיי ווערן ציטיילט און צענדליגע אפטיילונגען לויט זייערע פעאיגקייטן. טייל קומען אן צי שמירן פיטער ברויט פאר די סאלדאטן, טייל וואשן וועש, אין די בעסערע טייל שיקט מען אויף די פראנטן זיך צי שלאגן פנים אל פנים מיטן שונא אין לייבן גריב.

איז ווער פון זיי דארף צי זיין דאס מערסטע גליקלעך? לכאורה די פיטער שמירערס? קיין שום איינשטעל, באקוועם אין קאך מיט לעקטער, הייצונג, איר קאנדישאן, און וואס נישט. וואס שייך בעסער.. פון די אנדערע זייט די קאמאנדאס זענען נעבעך אויפו פראנט הייס, קאלט, זיך שלאגן אין קעמפן פאר די לעבן און גאר שווערע מצבים.

אבער במציאות וועסטו זעען פארקערט!

די פיטער שמירער ווייסט גוט וווי ער שטייט, אז מען קען אים נישט טראסטן מיט קיין שווערע אויפגאבעס, ער איז גוט צי טוהן די מינדערוויכטיגע ארבעט, יעצט שטעל דיר פאר ווען זיין אויפזעער גיט אים א קאמפלימענט, WOW אזוי שנעל געשמירט די ברויט... די ביסט די בעסטע סאלדאט... וואס טראכט ער צי זיך? האלא איך ווייס פינקטלעך ווי איך ארבעט, און פארוואס איך טוה דעם ארבעט און נישט עפעס אנדערש.

לעומת זה ווען די קאמאנדא באקומט א קלאפ אין רוקן, קלערט ער, דאס ווי גוט איך בין דארפסטו מיר נישט פארציילן, איך בין אויסגעקליבן צי א שווערע פליכט נישט אומזיסט!

יעצט לאמיר גייו א שטאפל ווייטער, ווען עס קומט צי אדורך פירן א העכסט ריזיקאלישער מיסיע ווי צי גיין אין לענדן א העליקאפטער אין הויף פונעם טייוול אליין. און פאקיסטאן. וויט פונעם היימלאנד. און כאפן בין לאדין און טינקעלקייט פון נאכט. אפגעזעען אז ער האט וועכטער מיט געווער. באפאנצערט און באוואפנט. האט מען דערפאר אויסגעקליבן פין אפאר מיליאן סאלדאטן די סאמע בעסטע 20 וואס די געלערנטע אמיריקאנער ארמיי פארמאגט. און מען זאגט זיי גייטס אריין אין לייבן גריב! אין פירט אויס דעם ריזיקאלישער מיסיע!

וואס וואלטן זיי געדארפט טראכטן??

וואס? אזא שווערע אויפגאבע? ס'יז שרעקעדיג.. פארוואס פינקט אינז? ס'יז דאך דא אנדרע מיליאנען סאלדאטן? פליז.. איך קען דאס נישט מאכן...

ביים זיך הייבן צום מיסיע וואלטן זיי לכאורה געדארפט זיין פארלוירן און נידערגעשלאגן, אן קיין מוט און קוראדזש, הלמאי ס'יז דאך פון די שווערסטע אקציעס וואס אמעריקא האט נאר אמאל אדורך געפירט.

מיט אזא גיסטע וואלטן זיי דארט אנגעקומען, קוים ארויסגעקראכן פון העליקאפטער און פליצלינג אוי!! משיסט!!! ס'פליט קוילן.. לאמיר אנטלויפן...

אבער ניין!!

די קענסט זיין זיכער אז עס נישט אזוי ציגעגאנגען. (ווען יא וואלסטו קיינמאל פון די אקציע נישט געהערט.. עס וואלט געווען די גרעסטע דורכפאל אין היסטאריע...)

ווען זיי האבן באקומען די שווערע באפעל האבן זיי גאנץ גוט געוויסט אז דאס איז ווי די בעסטע קאמפלימענט וואס זיי קענען באקומען. דאס באדייט אז נאך שווערע טרענינונגען האט מען זיי געקליבן 20 פון אפאר מיליאן! אלץ די בעסטע קאמאנדאס און דער וועלט! מען קען זיי טראסטן אויף די שווערסטע אויפגאבעס. דאס אליין האט זיי געגעבן די מוט אדורכציפירן סוקסעספול די שווערסטע מצבים.

---

יא מיר דארפן זיך פרייען אויף די שווערע אויפגאבע וואס די רבוש"ע האט אונז באשערט.!!!

מיר גייען דאריך ביטערע נסיונות וואס א צווייטער בחור / אינגערמאן האט נישט און זיין גאנצן לעבן, מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט, מען פאלט און מען הייבט זיך אויף וחוזר חלילה.

עס איז טאקע שווער, ס'זעט אויס ביטער, און דערפאר האט די באשעפער נישט געטראסט אנדערע מיט אזא שווערע דורכגאנג!!

מיליאנען נשמות קומען אראפ אויף דעם עולם צי דינען א טערמין פון 80-90 יאר. טייל דערפון קען מען נישט טראסטן מיט קיין שווערע דורכגענג. און באקומען פארדעם א גרינגער לעבן.

אין אנדערע קען מען טראסטן מיט שווערעקייטן נאר פון צייט צו צייט, כל אחד לפי מדרגתו!

מיר האט דער באשעפער אויסגעוועלט און זאגט מיין טייערער ..... איך ווייס די ביסט מיר א געטרייער סאלדאט, דיר קען איך טראסטן מיט א שווערע דורכגאנג! גיי אריין און טיפן לייבן גריב און טוה פאר מיר מיין שלוחות מיט שטארקייט! גיב נישט אויף! איך קען דיר מיין קינד, די קענסט און וועסט דאס אויספירן!

די באשעפער זיצט יעצט מיט די פמליא של מעלה און סיטואציע צימער און קוקט זיך צי.. לאמיר זעען ווי אנפין פירט דורך די אקציע מיט סוקסעס.

ער האט הנאה יעדען מאל מיר געבן נאך א באכע דעם בעל דבר, יעדע מאל מען הייבט זיך אויף נאך א דורכפאל, מען טרייט נאכאמאל, מען געט נישט אויף, מען קען זיך נישט פארשטעלן וויפיל נחת דער באשעפער שעפט  פון אונזער שטארקייט. ער פרייט זיך מיט אונזער סוקסעס און וויינט אויף אונזערע דורכפעלער!

די עיקר איז האלטן פאר די אויגן!

מיר יא מיר האט מען געוועלט איינס פון זיבן ביליאן נפשות!! גיי אן האלט דיר שטארק!!

האב נישט מורה, מען האט מיר נישט געגעבן מער ווי איך קענסט!! 

לאמיר זיין פרייען אויף אונזער גורל לאמיר זיך שטארקן און נישט זיין ציבראכן ביי זיך, דער  באשעפער האט דאך אונז אויסגעקליבן  אלץ די בעסטע קאמאנדאס און דער וועלט מיט די  שווערסטע אויפגאבעס אלעס ווייל ער ווייסט אז נאר אונז קען ער טראסטן און א צווייטער נישט,

לאמיר לעבן מיט דעם יסוד און זיך פרייען מיט אונזער גורל, ומה נעים גורלינו.

ענטפער: במקום פאבליק טשעט נעכטן 12:22 #254736

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 349
  • האט שוין געלייקט: 354 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 887 מאל
WowowowowowowowowoW
די ביזט גיט, מער אפטער...... כמים קרים על נפש עיפה.....
להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: במקום פאבליק טשעט נעכטן 12:24 #254737

  • אין שום יואש
  • איצטיגע שטרעקע: 101 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 110
  • האט שוין געלייקט: 243 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

מיט טרערן פון חיזוק דאס איך דיר שכח חיים אזא באסט (קמץ ב) האב איך שוין לאנג נישט באקומען

ענטפער: במקום פאבליק טשעט נעכטן 14:02 #254739

  • ber
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 111
  • האט שוין געלייקט: 510 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

wwooww!!!
זייער שטארקע ווערטער!!!!!!!
שכח פאר די חיזוק!!!

איך בעט דיך, האלט דיך רואיג.... בערל!!

צייט צו מאכן א בלאט: 0.51 סעקונדעס