ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: במקום פאבליק טשעט 22762 באזוכער

ענטפער: במקום פאבליק טשעט ט"ז טבת התש"פ 15:53 #263814

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 125 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 862
  • האט שוין געלייקט: 757 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1608 מאל
  • קאָרמא: 41

איך האב געהאט אמאל אזא שאלה, מען פלעגט מיר נוצן אלץ א געוויסע פאזיציע וואו איך האב געפילט אז אלץ עדיקט בין איך נישט ראוי לאותו איצטלא, בבחינת צוויי פענימער, אין שול בין איך......... און מיין אפיס בין איך........!!

עס האט מיר זייער שטארק געגרידזשעט אין מיין מח כדת מה לעשות, ביז איין יאר האב איך באשלאסן צו מאכן זיכער אז מען טרעפט מיר נישט צו געבן די כיבוד, איך האב מיר עטליכע וואכן פארדעם שוין אנגעהויבן זיכער מאכן אז מען זעהט מיר נישט, און יענע יאר האב איך מיר טאקע ארויסגעדרייט דערפון. 
למעשה האט עס מיר זייער שטארק וויי געטוהן, קודם כל איז פשוט, יאר'ן וואס איך האב עס געטוהן און עס האט מיר געברענגט כבוד מיט קאמפלימענטן פון אלע זייטן, און דא בלייב איך מיט די צונג אינדערויסן!
און נאכמער האט מיר געבאדערט, אז איך האב עפעס אנגעהויבן פילן וואו אזא פחיתות הכבוד, כאילו מען האט מיר באזייטיגט, און עס האט מיר זייער שטארק וויי געטוהן, עד כדי כך אז איך האב עטליכע וואכן ממש זיך נישט געקענט בארואיגן דערפון.

די אנדערע יאר, האב איך שוין געהאט געארבייט די סטעפ'ס, און ויהי היום מען קומט צו, און מען איז מיר מכבד דערמיט נאכאמאל, איך האב געזאגט איך ברויך עס איבערקלערן, איך האב עס אויסגעשמועסט דעמאלט'ס מיט איינעם וואס ארבייט די סטעפ'ס, און עס איז געבליבן אזוי, אויב טוה איך דאס בלויז ווייל איך וויל ארויסנעמען די מאקסימום כבוד און קאמפלימענטן פאר מיר, דעמאלט'ס איז עס נישט א סערוויס וואס איך טוה פאר גאט, איך בין אין אזא פאל אן עבודה זרה וואו איך דין מיר אליינס, און פארשטייט זיך אז איך קען נישט האבן אזא פאזיציע.

אויב איז די סיבה ווייל עס איז נישטא א צווייטער, און איך טוה דאס בכונה צו זיין בייהילפיג פאר אנדערע מענטשן און צו גאט, און איך דארף נישט קיין ברעקל כבוד דערפון און ערווארט נישט קיין איין קאמפלימענט נאכדעם, און ווען איך באקום יא א קאמפלעמענט וועל איך זאגן פאר יענעם הכתר והכבוד לחי עולמים! עס האט נישט מיט מיר, עס איז די כח פון גאט, דעמאלט'ס קען איך אנעמען אזא פאזיציע.

והך קוה, יענע יאר האב איך יא עס אנגענומען, און איך האב מתפלל געווען עטליכע מאל פארדעם צו גאט אז ער זאל אוועקנעמען יעדע ברעקל סעלפישקייט פון מיר, און איך זאל זיין צו מאקסימום סערוויס פון גאט און מיינע ארומיגע.

דאס איז מיין אייגענע עקספיריענס, איך זאג נישט אז א צווייטער ברויך מיר נאכמאכן, אויב אבער איינער וויל קען ער עס פרובירן. 

ענטפער: במקום פאבליק טשעט ט"ז טבת התש"פ 18:09 #263822

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • יעצט אנליין
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 11
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 4

ביזט גערעכט ר' משה,דארט שטייט אז 
 דער וואס נוצט אומגעפילטערטע אינטערנעט:
איך האב פשוט נישט מדייק געווען די ווארט "נוצט" ווואס באדייט אז ער באנוצט זיך נאך אלס,

ייש"כ פאר די חיזוק
און מז"ט פאר 20'סטע טאג!!

ענטפער: במקום פאבליק טשעט ט"ז טבת התש"פ 18:11 #263823

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • יעצט אנליין
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 11
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 4
moshe11 געשריבן on ט"ו טבת התש"פ 15:09:

איין קוק ווינציגער (גראדע האב איך זייער ליב דיין נאמען) איך גלייב בשעת'ן שרייבן די שירות האסטי די בעסטע פילטער וואס איז פארהאן, אז נישט איז אשאד דיין צייט דא

ני איז וואס איז דיין שאלה?


ביזט גערעכט ר' משה,דארט שטייט אז 
 דער וואס נוצט אומגעפילטערטע אינטערנעט:
איך האב פשוט נישט מדייק געווען די ווארט "נוצט" ווואס באדייט אז ער באנוצט זיך נאך אלס,

ייש"כ פאר די חיזוק
און מז"ט פאר 20'סטע טאג!!

ענטפער: במקום פאבליק טשעט ט"ז טבת התש"פ 21:57 #263833

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15
עד כאן געשריבן on ט"ז טבת התש"פ 15:53:

איך האב געהאט אמאל אזא שאלה, מען פלעגט מיר נוצן אלץ א געוויסע פאזיציע וואו איך האב געפילט אז אלץ עדיקט בין איך נישט ראוי לאותו איצטלא, בבחינת צוויי פענימער, אין שול בין איך......... און מיין אפיס בין איך........!!

עס האט מיר זייער שטארק געגרידזשעט אין מיין מח כדת מה לעשות, ביז איין יאר האב איך באשלאסן צו מאכן זיכער אז מען טרעפט מיר נישט צו געבן די כיבוד, איך האב מיר עטליכע וואכן פארדעם שוין אנגעהויבן זיכער מאכן אז מען זעהט מיר נישט, און יענע יאר האב איך מיר טאקע ארויסגעדרייט דערפון. 
למעשה האט עס מיר זייער שטארק וויי געטוהן, קודם כל איז פשוט, יאר'ן וואס איך האב עס געטוהן און עס האט מיר געברענגט כבוד מיט קאמפלימענטן פון אלע זייטן, און דא בלייב איך מיט די צונג אינדערויסן!
און נאכמער האט מיר געבאדערט, אז איך האב עפעס אנגעהויבן פילן וואו אזא פחיתות הכבוד, כאילו מען האט מיר באזייטיגט, און עס האט מיר זייער שטארק וויי געטוהן, עד כדי כך אז איך האב עטליכע וואכן ממש זיך נישט געקענט בארואיגן דערפון.

די אנדערע יאר, האב איך שוין געהאט געארבייט די סטעפ'ס, און ויהי היום מען קומט צו, און מען איז מיר מכבד דערמיט נאכאמאל, איך האב געזאגט איך ברויך עס איבערקלערן, איך האב עס אויסגעשמועסט דעמאלט'ס מיט איינעם וואס ארבייט די סטעפ'ס, און עס איז געבליבן אזוי, אויב טוה איך דאס בלויז ווייל איך וויל ארויסנעמען די מאקסימום כבוד און קאמפלימענטן פאר מיר, דעמאלט'ס איז עס נישט א סערוויס וואס איך טוה פאר גאט, איך בין אין אזא פאל אן עבודה זרה וואו איך דין מיר אליינס, און פארשטייט זיך אז איך קען נישט האבן אזא פאזיציע.

אויב איז די סיבה ווייל עס איז נישטא א צווייטער, און איך טוה דאס בכונה צו זיין בייהילפיג פאר אנדערע מענטשן און צו גאט, און איך דארף נישט קיין ברעקל כבוד דערפון און ערווארט נישט קיין איין קאמפלימענט נאכדעם, און ווען איך באקום יא א קאמפלעמענט וועל איך זאגן פאר יענעם הכתר והכבוד לחי עולמים! עס האט נישט מיט מיר, עס איז די כח פון גאט, דעמאלט'ס קען איך אנעמען אזא פאזיציע.

והך קוה, יענע יאר האב איך יא עס אנגענומען, און איך האב מתפלל געווען עטליכע מאל פארדעם צו גאט אז ער זאל אוועקנעמען יעדע ברעקל סעלפישקייט פון מיר, און איך זאל זיין צו מאקסימום סערוויס פון גאט און מיינע ארומיגע.

דאס איז מיין אייגענע עקספיריענס, איך זאג נישט אז א צווייטער ברויך מיר נאכמאכן, אויב אבער איינער וויל קען ער עס פרובירן.


ווי איך פארשטיי פון דיין תשובה מיינסטו צו זאגן אז איינע פון אונזערע עיקר פראבלעמען וואס זענען סם פאר אונז איז סעלפישקייט, און ממילא דארף מען זיך זייער אכטונג געבן אז ווען מען גייט צו צום עמוד, מען ליינט די מגילה, מען איז בעל מקריא אדער בעל תוקע, מען גרייט אן די פארענטשעס פארן טיש פונעם רבין, וכו׳, זאל מען עס טוהן נאר צו געבן פאר אנדערע, און נישט כדי צוריק צו באקומען עפעס פון דעם.
זייער א גוטע נקודה און זייער קלאר ארויסגעברענגט.
אבער ווי איך האב פארשטאנען די שאלה, מיינט עס ווען יענער זאל ווען וויסן וואס איך האב שוין אלץ אפ געטוהן, נישט נאר מען וואלט מיר נישט צוגעשיקט צום עמוד, נאר אפילו פאר א צענטער צו מנין וואלט מען מיר נישט געניצט, אויב מען וואלט מיר נישט ארויס געווארפן.
איז יעצט אויב די פסק הלכה איז וכו׳ וכו׳ ווער זאגט אז איך האב א רעכט צו דאווענען פארן עמוד, איי איך האב ליב צו דאווענען פארן עמוד און די עולם האט עס אויך ליב, וועט מען מוזן ווארטן ביס איך ווער א ערליכע איד, און נאכדעם וועל איך קענען ווידער אנהייבן דאווענען פארן עמוד

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: במקום פאבליק טשעט היינט 12:17 #264048

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1350
  • האט שוין געלייקט: 2914 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל
  • קאָרמא: 39
איך קאפי דא איבער א מעסעדזש וואס די מנהל GYE YIDDISH האט געשריבן אויף די הענגאוטס גרופ נאך וואס איינער האט געשריבן א מעשה וואו א צווייטער האט מיטגעטיילט פריוואטע אינפארמאציע איבער מעמבערס
וזה לשונו:

איך וואלט זייער געוואלט בעטן יעדן איינעם (עכט דארף איך עס שרייבן אויך אויפן פארום, אבער שוין....), אז ווען איינער שטויסט זיך אן מיט עפעס וואס טויג נישט, ווי למשל דאס וואס מ'האט פריער ערווענט וועגן ארויסגעבן אינפארמאציע, אז אנשטאט דאס ארויסצולייגן אין פובליק (וואס איך פארשטיי גראדע דעם געפיל פון ארויסגעבן א ווייטאג פארן עולם), זאל מען פרובירן צו קומען צו די הנהלה וואס וועט פרובירן דאס מסדר צו זיין עצהיו"ט בעז"ה.דאס עס צו צעשמירן אין פובליק איז זייער נישט געאייגנט, סיי צוליב עס לייגט א נעגאטיוון בליק אויפן סייט און סיי עס טוט נישט למעשה עכט תכלית'דיג אויף אויף להבא.
ישר כח פארן מיך לאזן דאס מיטטיילן‎.

אמר המעתיק: דברי הרב אין צריכין חיזוק, אבער איך וויל צולייגן פון מיין פריוואטע קוק-ווינקל א דריטע חסרון ווען מ'צושמירט אזעלכע זאכן אין פאבליק (און "פאבליק" מוז נישט דוקא מיינען אויפן סייט, ס'מיינט אפילו 2 מעמבערס צווישן זיך).
פארהאן אסאך מאל ווען ראובן זאגט א ווארט פאר שמעון וואס שמעקט פאר שמעון אז ראובן האט געבראכן זיין פרייוועסי, פארשטייט זיך אז שמעון איז זייער אויפגעברויזט. דער אמת קען אפשר זיין אז ס'איז געווען א טעות, א דמיון, א ליגנט, א פליטת פה וכו' וכו'.
אויב וועט יעצט ראובן לויפן צו לוי - אדער נאך ערגער: אין פאבליק - און איבערדערציילן וואס דא איז געווען וועט ווערן א גאנצע קעיס פון א זאך וואס איז באמת נישט און א זאק מיט מעמבערס וועלן שוין צוליב דעם דערשראקן ווערן און אפלאזן די סייט אדער זיך שרעקן צו נעמען אנדערע קריטישע סטעפס פאר זייער רעקאווערי. און דאס אלס גייט אויף די קאנטע פון דעם אומפאראנטווארטליכן "וויסל-בלאוער".
 משא"כ ווען מ'טוט די ריכטיגע שריט און מ'געט עס איבער פאר די אחריות'דיגע מנהלים\אחראים וועלן זיי אלעס קענען אויסגראדן והוברר הדבר למפרע שלא היו דברים מעולם.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

לעצט פארראכטן: היינט 12:17 דורך ich vil zan ehrlich.
צייט צו מאכן א בלאט: 0.34 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא