אחכה לו געשריבן on ו' חשון התש"פ 10:56:
נו אויב אזוי לאמיר אלע אויסשרייען: "אשרינו מה טוב חלקינו, ווייל איך בין א הדא איד".
אין דער טרעד וועט געגעבן ווערן א געלעגענהייט לכל מאן דבעי, פאר ווער ס'וויל ארויסברענגען זיינע דערהויבענע געפילן איבער דעם וואס ער איז "א הדא איד"!
איך בין יעצט אריינגעפאלן אין דעם טרעד, און איך שטוין פון מיר אליין, איך פרוביר צו טראכטן וויאזוי איך האב אויסגעקיקט מיט אפאר חדשים צוריק, און איך שפיר אז איך בין א נייע געבוירענע מענטש, און איך קען ריכטיג אויסשרייען דעם אשרינו מה טוב חלקינו ווייל איך בין א הד"א איד.
עס האט זיך ארום געדרייט א פאלוירענער צובראכענער אינגערמאן אין די גאסן, זיין שטערן איז פארקנייטשט, און זיינע אויגן פליען ארום אין די לעכער, עס זעהט אויס ווי ער איז פארטיפט אין גאר א שווערע תוספות, און ער כאפט אפילו נישט ווי ער גייט, און ער האפט אז קיינער קען נישט אפליינען זיינע מחשבות וואס ווירבלען אים אין קאפ, פון איין זייט גייט ער און ער טראכט פארוואס בין איך דא אויף די וועלט, איך בין דער נידריגסטער מענטש אויף די וועלט, און פארוואס קוק איך ווי מען טאר נישט, איך ווייס וואס עס גייט מיר צוברענגען אין 5 מינוט ארום, און פון די אנדערע זייט אין די זעלבע צייט שפאצירט מען ארויף און אראפ, כאילו מען גייט עפעס ארלעידיגן, און מען זעטיגט זיך אן ווי מער, אבער א זייטיגער צוקיקער כאפט גלייך אז שוין די לעצטע 2 שעה דרייט זיך דער אינגערמאן דא ארום, און ער שטעלט אים אפ און פרעגט אים, אינגערמאן דו זיכסט עפעס ? און ער הייבט אן צו שטאמלען פארלוירענערהייט אםםם ניין, איך ווארט דא פאר איינעם, און יענער גייט אוועק.
ער טראגט זיך אפ פון די גאס, אבער ער האט זיך נאכנישט אויסגעלערנט און ער גייט צו די קומענדיגע גאס, און הייבט אן צו פארברענגען זיין צייט, אינמיטן צופייפט זיך זיין טעלעפון, ער געבט א קוק, און עס כאפט אים א ציטער, עס איז מיין ווייב, וואס גיי איך איר ענטפערן ? ער הייבט אויף זיין טעלעפון, און זיין ווייב פרעגט אים מיט פאראיבל, יענקל ווי ביסטו ? און ער זאגט איך בין אין ביהמ"ד, און האקט אים איבער ביסט ארויסגעגאנגען 3 שעה צוריק, האסט מיר געזאגט אז דו גייסט דאווענען, און נאכדעם גייסטו אין גראסערי, און דו ברענגסט מיר אהיים מעהל אז איך זאל קענען באקן חלות אויף שבת, און עס ווערט שוין שפעיט, וואס האסטו זיך פארשפעטיגט, און ער הייבט זיך אן צו פארענטפערן, אמת דו ביסט גערעכט אבער דו דארפסט פארשטיין, אז איך בין אנגעקומען האב איך געוואלט גיין אין מקוה, און ווען איך בין ארויסגעקומען פון מקוה, האט די מנין שוין געהאלטן ביי הודו, און איך האב מיר נישט געוואלט מיטכאפן מיט א מנין, נאר דאווענען געהעריג, האב איך געווארט ביז עס האט זיך געשטעלט די קומענדיגע מנין, און איך האב מיר געשטעלט דאווענען, דערווייל איז מיר ארויסגעפלויגן פון קאפ אז איך דארף גיין אין גראסערי, און נאכן דאווענען האב איך מיר אראפגעזעצט טרינקען א לחיים אין ביהמ"ד, און מען האט פארברענגט, נאכדעם האט מיין חברותא פון כולל מיר געפרעגט צו איך וויל אביסל איבער חזר'ן די שיעור פון כולל, ווייל זינטאג גייט זיין די בחינה, און איך האב מסכים געווען, איך ענדיג צו אין 5 מינוט און איך לויף אין גראסערי, און איך ברענג דיר אהיים די מעהל.
זי בעהט אים אז ער זאל זיך צו יאגן, ווייל עס אז עכט שפעיט די זמן איז פרי די וואך, און ער לויפט שנעל אריין אין ביהמ"ד טוט שנעל אן טלית ותפילין, דאווענט א תפילה קצרה, און אין ווייניגער פון 5 מינוט איז ער פארטיג, און ער לויפט אריבער אין גראסערי, און ער ברענגט אהיים די מעהל פאר די חלות, און ער עסט זיך דאס געזונט שוין ווייטער פארפאטשקעט 3 שעה פאר די שטותים, שוין ווייטער פארפאסט תפילה בזמנה, תפילה בציבור, תפילה במנין, און כמעט תפילה אינגאנצן, נאר וועגן מיינע שגץ שטיק, וואס וועט זיין פון מיר, איך בין א משוגענער, איך בין גארנישט ווערד, און ער זאגט פאר זיין ווייב אז עס איז א מצוה זיך אראפ צו לייגן ערב שבת, ממילא גייט ער זיך צולייגן אביסל, זי בעהט אים אפשר קענסטו מיר אביסל העלפן לכבוד שבת, און ער זאגט אז ער איז זייער אויסגעמוטשעט, און ער האט זייער מורא אז אויב ער וועט זיך נישט אראפלייגן וועט ער נישט האבן קיין כח צו די עבודת הקודש פון שבת, און בפרט דו ווייסט דאך אז ר' מענדלי רימינובער האט געזאגט אז עס איז אים א חידוש אז עס שטייט נישט אין די עשרת הדברות, אז מען דארף שלאפן ערב שבת, ער גייט אריין אין בעט דעפרעסטערהייט, און ער וויינט אויבערשטער וואס וועט זיין מיט מיר ?
עס איז אריבער א שבת מיט ערענסטע תפילות צום אויבערשטן וזכינו לקבל שבתות מתוך מיעוט עוונות, און זינטאג אינדערפרי ער שפאצירט זיך אויפן גאס אזוי געמיטלעך, און אינמיטן באגעגענט אים איינער, און ער גריסט אים שיין, און ער טראכט פון ווי קען איך אים ? און פלוצלונג ווערט אים קאלט און ווארעם אין אלע ביינער, דאס איז דער יעניגער וואס האט אים געטראפן דא פאריגע וואך פרייטיג און געפרעגט צו ער זיכט עפעס, שוין ער גריסט יענעם צוריק און ער וויל גיין ווייטער, אבער יענער זאגט אים איין מינוט איך האב עפעס פאר דיר, און ער נעמט ארויס א ביזנעס קארד פון טאש, און געבט דאס אים, און ער גייט אוועק.
ער כאפט א בליק אויף דו ביזנעס קארד, און ער זעהט שטיין אזוי, הייב אן פון פריש, איין טאג אויף אמאל, hitdanoigen.comער טראכט יא ניין יא ניין, און ער קומט ארויף, ער הייבט אן צו ליינען, און ער ווערט נבהל ונשתומם, איך בין נישט דער איינציגסטער ? עס זענען דא נאך מענטשן וואס מוטשענען זיך ? און איך קען געהאלפן ווערן ? ער שרייבט זיך גלייך איין, און ער הייבט אן צו גיין ארויף און אראפ, רעכטס און לינקס, אבער ענדליך איז ער אנגעקומען צו זיין ריכטיגע וועגפון ריקאווערי, ער איז געווארן א נארמאלער מענטש, א געטרייע מאן פאר זיין ווייב, א געטרייע ליבליכע טאטע פאר זיינע קינדער, א פלייסיגע ארבייטער, א רואיגע מענטש אין ביהמ"ד, און א צופרידענע מענטש מיט זיך אליין.
נאך א האלבע יאר ער גייט אין גאס און א איד קומט צו אים און רוימט אים אריין אין אויער, אשרינו מה טוב חלקינו אז איך בין א הד"א איד, ער געבט זיך א האסטיגע שטעל אפ, און ער דרייט זיך אויס, און ער טרעפט דעם איד וואס האט אים געגעבן דעם ביזנעס קארטל, ער ווערט אביסל רויט, אבער ער געבט זיך א רוף אן ייש"כ דו האסט געראטעוועט מיין לעבן