ברוכים הבאים, גאסט

ארויס פון תפיסה! לאמיר זיך מיטכאפן...ארויס, ארויס!
(0 באזוכער) 
  • בלאט:
  • 1

טעמע: ארויס פון תפיסה! לאמיר זיך מיטכאפן...ארויס, ארויס! 277 באזוכער

ארויס פון תפיסה! לאמיר זיך מיטכאפן...ארויס, ארויס! כ"ו שבט התש"פ 14:38 #265106

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1225
  • האט שוין געלייקט: 991 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2250 מאל
  • קאָרמא: 54

אין די יעצטיגע מינוטן ערב שבת קודש מברכין החודש אדר, קומט אריין די גאר פרייליכע נייעס אז הר"ר מרדכי יצחק סאמעט הי"ו, גייט ווערן ארויסגעלאזט פון תפיסה אין דעם קומענדיגן סוף זוממער העבל"ט!

ומרדכ"י י'צ'א מלפני המלך בלבוש מלכות תכלת וחור ועטרת זהב גדולה ותכריך בוץ וארגמן והעיר שושן צהלה ושמחה, ליהודים הייתה אורה ושמחה וששון ויקר!

רבותי! עת רצון היום לנו, קוקטס ווי כלל ישראל פרייד זיך אזוי מיט, דער באשעפער דארט אויבן איז זיכער אויך שטארק בשמחה, ווייל ווען א איד איז בצער איז ער בצער...

לאמיר זיך מיטכאפן!

רבותי! ארויס פון תפיסה!

לאמיר בעטן ביי השי"ת, מיר ווילן אויך באפרייעט ווערן פון אונזער עדיקשאן, פון אונזערע לאסט, פון אונזערע צער און נסיונות, מיר ווילן ווערן באפרייעט פון די אייזענער קייטן! טאטע נעם אונז ארויס...

אוי  ווי גרויס די שמחה וועט זיין, אוי ווי לעכטיג, אוי ווי שיין, ווי זיס! אין אלע עולמות וועט מען זיך מיט אונז מיטפרייען, ס'וועט זיין ישמחו השמים ותגל הארץ!

א שמועה א זיסע,
ארויס פון תפיסה,
ער ווערט באפרייעט,
יעדער עס שרייעט,
לאמיר זיך מיטכאפן,
לאמיר אלע האפן,
מיר גייען מיט,
מיט פעסטע טריט,
ארויס פון דא, 
מיט די הילף פון הדא,
וואס דער בורא,
האט אונז צוגעשטעלט לאורה,
ס'איז פאר אים אזא צער,
און דערפאר,
מיר וועלן טון אלעס,
אנצוקומען צו אן התעלות,
צו א ריקאווערי א פולע,
טון יעדע פעולה,
און גורם זיין א פרייד,
אין די צייט,
אין אלע היכלים,
אום ערב שבת שקלים,
א שמחה א גרויסע,
ליהודים אורה היתה,
ארויס פון תפיסה,
מער נישט אין אן אטמאספער א מיאוסע,
פון היינט אין ווייטער,
מיר זענען אין א נייע שאטער,
לעכטיג און הייליג,
מער נישט לאנגווייליג,
די טעג ווי עס באדארף מיר נוצן אויס,
ווייל פון תפיסה מיר זענען ארויס!

האטס מיר אלע א לעכטיגן פרייליכן שבת שקלים מברכין החודש אדר!!!

ענטפער: ארויס פון תפיסה! לאמיר זיך מיטכאפן...ארויס, ארויס! כ"ו שבט התש"פ 17:01 #265109

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 728
  • האט שוין געלייקט: 674 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1543 מאל
  • קאָרמא: 54

ייש"כ פאר די בשורה טובה, בנוגע רמ"י סאמעט, און דער אויבערשטער זאל אונז טאקע העלפן אז מיר אלע זאלן אויך ארויסגיין פון אונזער תפיסה אמן

ענטפער: ארויס פון תפיסה! לאמיר זיך מיטכאפן...ארויס, ארויס! כ"ח שבט התש"פ 13:59 #265125

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 18 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1805
  • האט שוין געלייקט: 4295 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3203 מאל
  • קאָרמא: 59

געוואלדיג!!!
אחכה איז #1!!!
ארויס ארויס, פון גלות ארויס, אוי באשעפער לייז אונז שוין אויס, קליין און גרויס ארויס ארויס.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: ארויס פון תפיסה! לאמיר זיך מיטכאפן...ארויס, ארויס! כ"ח שבט התש"פ 18:52 #265132

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 430 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 276
  • האט שוין געלייקט: 341 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל
  • קאָרמא: 35

ישר כח פאר די בשורה טובה

ענטפער: ארויס פון תפיסה! לאמיר זיך מיטכאפן...ארויס, ארויס! ל' שבט התש"פ 15:32 #265179

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 303 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1938
  • האט שוין געלייקט: 1087 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3611 מאל
  • קאָרמא: 67

מזל טוב כלל ישראל מזל טוב!!!

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: ארויס פון תפיסה! לאמיר זיך מיטכאפן...ארויס, ארויס! ז' תשרי התשפ"א 15:59 #268649

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1225
  • האט שוין געלייקט: 991 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2250 מאל
  • קאָרמא: 54

די וועלט זאגט אז מען לעבט דערלעבט מען.

אט דאס איז פארווירקליכט געווארן דעם פארגאנגענעם ערב ר"ה תשפ"א, ווען עס איז מיט פרייד און התרגשות אויפגענומען געווארן די פרייליכע בשורה איבער דער ענדגילטיגער לאנג-ערווארטעטער באפרייאונג פון ר' מרדכי יצחק הי"ו.

אצינד איז זיכער דער צייט צו בעטן ביי השי"ת, און זיך מיטכאפן צו אונזער גאולה פרטי וכללי.

א גמח"ט וכט"ס.

ענטפער: ארויס פון תפיסה! לאמיר זיך מיטכאפן...ארויס, ארויס! ט' תשרי התשפ"א 09:01 #268650

  • גפן
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 26
  • האט שוין געלייקט: 72 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
  • קאָרמא: 2

בפרט יעצט ערב יום הקדוש, ווי מע זאגט נאך פונעם הייליקן בעל התניא. 

וואס איז די גרויסע זאך פין כל נדרי? לכאורה מתיר נדר זיין האט מען דאך שוין. אין נאכמער וואס איז כל נדרי אנדערש אז אפילו מענטשטען וואס האבן כמעט נישט קיין שייכות מיט אידישקייט אבער כל נדרי קימט מען אין שוהל. 

זאגט די הייליקע בעל התניא אז כל נדרי גייט ארויף אויף די אלע זאכן וואס אונז זענען ציגעבינדען צידעם אינז זעמער אדוק אין דעם אזוי ווי אין תפיסה אונז קענען זיך נישט ארויס זעין פין דעים, אין סשטערט אונז פין רינדער עבודת הבורא סשטערט אונז פין זיין א נארמאלע מענטש. בעטן מיר פין דעם אייבישטער העלף אונז בינד אונז אויף אונז זאל מיך ארויס זעין פין אונזער תפיסה. 

זאל אונז טאקע די אייבישטער העלפן אונז זאל מיך זוך קענען ארויס זעין פין אינזער תפיסה וואס שנעלער. 
א גמר חתונה טובה!!! 

כוויס נישט פארוואס גפן. אבער ס'זאל זיך גיסען געזינט פרנסה נחת!

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 0.56 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא