היות איך בין געווען אויף וואקאציע לעצטע וואך האב איך נישט געהאט די מעגליכקייט פאר א חענגערע באריכות איבער די מסיבה וואס איז פראגע קומען ליל שישי שמות.
יעצט ווען איך בין שוין צוריק דא ב״ה מיט פרישע כוחות וועל איך פראבירן צו מיטטיילן מיטן נייגעריג הונגעריג ציבור וואס וואלט באמת זיך געוואלט באטייליגן ביי אזא מסיבות של מצוה.
היות איך האב זיך געגרייט צו צו די נסיעה און איך בין געווען פארנומען מיט די הכנות איז מיר בכלל ארויס פון קאפ וועגן די מסיבה של מצוה און דעריבער האב איך ווייניג געשריבן דערוועגן בעפאר.
מיט וואך אינמיטן טאג קלינגט מיר מיין ב״ב שתחי׳ פרעגן אויב איך דארפן נאך אלס א קוגל פאר מארגן נאכט (דאנערשטאג)… איך שטיי פארוואונדערט און איך ווייס אפילו נישט פון וואס זי רעדט. וואס קוגל..? ווען קוגל .. ?? איך וויי נישט וואס דו רעדסט…ענפער איך פאר מיין ב״ב..
יא ענפערן זי….מארגן ביינאכט די מסיבה פאר הד״א! האסט אינגאנצן פארגעסן?? פרעגט זי מיט וואונדער.. און יא איך האב פשוט פארגעסן דערפון...
נו, איך האב נישט קיין סאך געקלערט מען דארף נאך מאכן די לעצטע הכנות,ארויס שיקן די לעצטע אנלאדענוג פארן ציבור וואס האט זיך איינגעשריבן. זיכער מאכן די אדרעסע זיכער מאכן ווער עס קומט און ווער נישט וכו..
איך האב זיך ארויפגעשארצט די ארבל און איך האב זיך גענומען צו די ארבעט. און גרויסע ישר כח פאר הרב ״אפהיטן״ פארן ארויס העלפן מיט די ארבעט...
בעפאר אנקומען אהיים בין איך געגאנגן אין געשעפט און איינגעקויפט די נויטיגע צוגעהערן וואס מען דארף. שפעטער אויף דער נאכט האב איך זיך געשטעלט אין קאך און אפגעשיילט די פאטעטאס, ארויסגענומען די בלענדער אנגעהייצט דעם אויוון און צוגעשטעלט א קוגל. דערנאך האט מען ארויסגענומען דעם גרויסן קראקפאט, און מען האט צוגעשטעלט א טשאלענט.
אינמיטן די נאכט האט מען זיך ארויס געשלייכט פון אונטער די ווארעמע דאכענע אריינצושטעלן די קוגל אז עס זאל זיך ווארעמען איבער נאכט אזוי אז עס זאל זיין פיינע געשמאקע ״אווערנייט קוגל״. און אויך אזוי א מיש געטוהן די טשאלענט.
צופרי ווען מען איז אויפגעשטאנען האט שוין פיין געשמעקט די הויז. די קינדער האבן פארשטייט זיך געפרעגט מיט נייגער וואס דאס איז. און איך האב זיי געענפערט אז טאטי האט היינט א מסיבה מיט זיינע חבירים. און עס גייט זיין פיינע ווארעמע קוגל מיט טשאלענט.
וועל מיר ממשיך זיין קומעדיגע געלעגנהייט.