ברוכים הבאים, גאסט

חנוכה און די 12 סטעפס
(0 באזוכער) 
  • בלאט:
  • 1

טעמע: חנוכה און די 12 סטעפס 1780 באזוכער

חנוכה און די 12 סטעפס כ"ז כסלו התשע"ג 12:13 #14479

  • למד גימל
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 49
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
  • קאָרמא: 0
איך וויל בעטן דעם עולם, ווער עס קען זאל ביטע שרייבן עפעס א רעיון וועגן קשר פון חנוכה צו די 12 סטעפס

דאס מיינט נישט צו זאגן אז חנוכה וואס דער מקור דערפון זענען די הייליגע חז"ל, האט א עכטן קשר מיט די 12 סטעפס וואס איז נתייסד געווארן דורך פשוטע מענטשן - גויים, וואס האבן געזוכט א רפואה אויף זייער גייסטיגע קרענק,  נאר היות די 12 סטעפס זענען דאך געבויעט אויף פרינציפן וואס מיר געפינען אין די תורה, תנ"ך, גמרא, חובת הלבבות, מוסר ספרים, חסידישע ספרים, אאז"וו, ממילא קענען מיר פערזענליך אלס אידן געפינען א קשר, און עס וועט זיין לתועלת אז בשעת מען טוט אין חנוכה וועט דאס אונז פערזענליך דערמאנען די 12 סטעפס פרינציפן

איך וועל זיין בעזה"י דער מתחיל:

ביי מיר פערזנליך איז דער שייכות ווי פאלגענד

חנוכה סימבאליזירט דער נצחון פון די 'חשמונאים' אויף די יונים,  עס ווערט ערקלערט אין ספה"ק אז 'חכמת יונית' בעדייט אז זיי האבן נאר געגלייבט אין זאכן וואס זיי פארשטייען, אבער ענינים למעלה פון שכל האנושי האבן זיי נישט געוואלט אננעמען, אבער יודישקייט גייט דוקא מיט אמונה

ביי מיר, ביז ווילאנג איך האב נישט געטראפן די 12 סטעפס, בין איך אויך געווען א יוני, יא א עכטער יוני, איך האב נאר געגלייבט אין זאכן וואס איך פארשטיי, און איך האב געמיינט אז איך בין קלוגער פון יעדן איינעם

היינט פארשטיי איך אז מען דארף האבן אמונה, היינט האב איך אמונה אין כח העליון, דאס וואס מיר אידן רופן באשעפער, נישט קיין חילוק צו איך פארשטיי עס יא צו נישט, ווייל איך ווייס אז אנדערש קען איך נישט ממשיך זיין מיין לעבן
דאס איז די שייכות ביי מיר חנוכה מיט די 12 סטעפס  - א מ ו נ ה


נאך א שייכות!

די מצוה פון חנוכה ליכט איז אויף די "שטוב" נר איש וביתו. אנדערש ווי אנדערע מצוות וואס זענען אויפן מענטש. איך האב אמאל געהערט פון א אדם גדול. אז דאס איז צוליב דעם  ווייל די יונים האבן געוואלט צעברעכן די "אידישע שטוב" די יונגע מענטשן שלעפן צו ספארט און אנדערע גופניות'דיגע זאכן, און עס זאל בכלל נישט הערשן קיין אטמאספער פון א שטוב

ליידער איז ביי אונז אין שטוב אויך אזוי געווען, יא! אפפישעלי האט מען אלעס געטוהן, אבער איך האב נישט געהאט קיין שום נערווען צו שטוב, היינט האט זיך עס אביסל געטוישט, און מיטן הילף פונעם באשעפער וועט זיך עס נאך אסאך טוישן
                                ישר כח
                                                                                                                  למד גימל

טעמע: חנוכה און די 12 סטעפס כ"ז כסלו התשע"ג 12:40 #14483

  • עבודת הבורא
  • יעצט אנליין
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2706
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל
  • קאָרמא: 7
שכח למד גימל

פון די נס חנוכה זעען מיר אז ווען מיר טוען דאס אינזעריגע אן קיין חשבונות, נאר אדרבה לויט די חשבונות זעהט אויס אז די פאר חשמנאים גייען און מלחמה מיט א זיכערע דורכפאל אבער אז מען גלייבט אז דער וואס פירט די וועלט טוט אלעס און קען אלעס טון און מיר טוען נאר וואס אינז קען מיר דאן טוט ער דאס איבריגע.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: חנוכה און די 12 סטעפס י"א כסלו התשע"ה 23:37 #31776

  • עבד השם
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 829
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
  • קאָרמא: 1
קומט שוין באלד חנוכה לאמיר דא אפשטויבן...

טעמע: חנוכה און די 12 סטעפס י"א כסלו התשע"ה 23:55 #31777

  • GYE YIDDISH
  • יעצט אנליין
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1554
  • האט שוין געלייקט: 383 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל
  • קאָרמא: 7
יא יא. שכח עבד!
קען אויך צונוצקומען פאר די אימעילס
פאר סיי וועלכע הילף קענט איר אונז שיקן א PM אדער אן אימעיל צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it און מיר וועלן פרובירן אייך צו העלפן בס"ד

טעמע: חנוכה און די 12 סטעפס י"ב כסלו התשע"ה 10:14 #31783

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
  • קאָרמא: 18
טייערער למד גימל
די האסט אהנגערירט א פארווייטאגטע נושא
מען כאפט גארנישט ווי דער שטוב איז קאליע
נאר נאכן זיך היילען פון דעם עדיקשען, פלוצלונג זעהט מען ווי חרוב די שטוב איז
אויך לערנט מען זיך פון חנוכה דעם ענין פון כסדר זיין מוסיף והולך
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

Re: טעמע: חנוכה און די 12 סטעפס י"ח כסלו התשע"ה 22:26 #235984

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
  • קאָרמא: 18
עבד השם געשריבן:
קומט שוין באלד חנוכה לאמיר דא אפשטויבן...

טייערער עבד השם
שוין אפגעשטויבט?
יעצט וואס ווייטער?
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

ענטפער: Re: טעמע: חנוכה און די 12 סטעפס ד' כסלו התש"פ 03:20 #262489

  • friend
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1113
  • האט שוין געלייקט: 351 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1122 מאל
  • קאָרמא: 12
שמייכל געשריבן on י"ח כסלו התשע"ה 22:26:

עבד השם געשריבן:
קומט שוין באלד חנוכה לאמיר דא אפשטויבן...

טייערער עבד השם
שוין אפגעשטויבט?
יעצט וואס ווייטער?

וואס הייסט וואס ווייטער? מוועט עס נאכאמאל אפשטויבען, מטאר נישט אויפגעבן.

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: Re: טעמע: חנוכה און די 12 סטעפס ד' כסלו התש"פ 21:43 #262543

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 728
  • האט שוין געלייקט: 3354 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 664 מאל
  • קאָרמא: 12

דער פרענד איז פיל מיט חיות
קיפ איט אפ

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.32 סעקונדעס

Are you sure?

יא