ברוכים הבאים, גאסט

צווייטע & דריטע סטעפס - פראגן און ענטפער'ס
(0 באזוכער) 
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: צווייטע & דריטע סטעפס - פראגן און ענטפער'ס 3165 באזוכער

צווייטע & דריטע סטעפס - פראגן און ענטפער'ס י"א אדר התשע"ג 12:34 #16762

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 8
די צווייטע סטעפ
2. מיר זענען געקומען צום גלויבונג אז א כח וואס איז גרעסער פון אונז קען אונז צוריק ברענגן צו מנוחת הנפש.

די דריטע סטעפ
3. געמאכט א החלטה איבער צו געבען אונזער ווילן און אונזער לעבן אינטערן שוץ פונעם אייבערשטן לפי השגתינו.

ווען מען ליינט די צוויי סטעפס פרעגט זיך און אינז אסאך קשיות, וואס האט דאס מיט אינז אידן וואס זענען מאמינים בני מאמינים, מיר גלייבן דאך און דעם און מיר זענען דאך זיכער גרייט דערויף.
און אויב מען וועט אינז אנהייבן מסביר זיין אז מען רעדט דא פון עפעס אנדרשט פון וואס די ביסט באקאנט ביז היינט, ווערן מיר גאר דערשראקן, וואס? מען ווילן דא לערנען נייע זאכן בעיקרי הדת?

פארדעם מיזן מיר קלאר וויסן און פארשטיין אז ניין ח"ו, אמת מען רעדט פון זאכן וואס מיר דארפן יעצט אנהייבן פראקטעצירן און אינזער טאג טעגליכע לעבן, און אויב מיר זענען אנגעקומען צו אינזער אדיקטיוו מצב האבן מיר ביז היינט נישט אזוי געלעבט, אבער געלערנט האבן מיר עס שוין און די וויגעלע שמע ישראל עס איז דא נאר איין באשעפער וואס האט אינז באשאפן און פירט אינז טאג טעגליך בכל פרט ופרט בכל עת ובכל רגע ובכל שעה, און ער לאזט קיינעם נישט ארויס פון אינטער זיין הנהגה.

דארפן מיר יעצט אנהייבן פארשטיין אז מיר האבן פארפעלט ביז היינט עפעס, און דאס איז בלויז דאס פראקטעצירן אמונה, מיר האבן געהאט אמונה און אינזער אינסטיק האט זיך ארום געשפילט און אינז גענערט, אז מיר לעבן דערמיט.

דא וועלן מיר קענען אויסשמועסן אלע ספיקות איבער דעם ענין אלע שאלות וואס קומט אויף פאר א ערליכער אינגערמאן וואס ווערט נאטירליך געשטערט פון צו שפאנען ווייטער דעם פראגראם ווען עס זעהט אויס אז מען רעדט פון זאכן וואס מען טאר נישט רירן, מיר ווילן בעזר השם ענטפערן און ברענגן איבערצייגונג אז מען בארירט נישט גארנישט וואס מען טאר נישט, מען ענדחגט צו די אמינה וואס איז ביי אינז שטעקן געבליבן ביי אינזער ידועה און עס איז נישט אריבער צו אן עשיה.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
לעצט פארראכטן: כ"ח סיון התשע"ג 11:42 דורך .

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"א סיון התשע"ג 11:27 #18200

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 8
אסאך פרעגן ווען מען קומט אריין און די פראגראם
איך בון דאך א יוד פון געבורט, איך גלייב און אייבערשטן, איך טו זיינע מצוות, און דאווענען צו אים, א.א.וו. אויב אזוי פארוואס דארף איך טוהן די ערשטע דריי סטעפס? איך בון מסכים אז איך קען גארנישט אליין (סטעפ 1), איך גלייב אז נאר ער פירט די וועלט (סטעפ 2) און זיכער בון איך גרייט זיך איבערגעבן צו זיין הנהגה (סטעפ 3)
און מען קומט אמאהל צו א החלטה אז מען קען ראיג אנהייבן ביים פערטן סטעפ.
לאמיר טאקע פארשטיין פארוואס טאקע איז די געדאנקונג'ס גאנג נישט ריכטוג
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
לעצט פארראכטן: כ"א סיון התשע"ג 11:29 דורך .

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"א סיון התשע"ג 12:09 #18201

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 8
די גרינדער פון די פראגראם האבן געזוכט א סעלאשן פאר זייער קרענק, זיי האבן ארויס גענימען פון זייער איקספיריענס אז די הויפט מחלה הייבט זיך אן מוט Restless, Irritable and Discontent דאס מיינט דער מענטש גייט דורך אדער לעבט שטענדיג מיט א אומראיקייט, אנגעצויגענקייט, און אומצפרידנהייט, און דעס האט געברענגט אז ער האט זיך איין געוויאנט ממש ווי א טבע שני צו לויפן צו א עיר מקלט וואס מאכט אים פארגעסן פון זיין אומבאקוועמע סיטאציע.

וויבאלד דעס איז דער שורש פונעם פראבלעם, מיינט דאס, אז אויב דער מענטש וועט זיך יא געפינען גוט און זיין אייגענע הויט, וועט ער נישט קומען צום דעם רצון צו לויפן צו זיין אדיקשן, האבן זיי געזוכט א וועג ווי אזוי א מענטש קען לעבן אויף א אופן אז ער זאל נישט אנקומען צו Restless, Irritable and Discontent און זיי האבן דאס געטראפן.

זיי זענען געקומן צום אנערקענונג אז דער מענטש איז זייער א שוואכע זאך, ער איז נאר א זאך וואס ווערט געפירט דורך דעם וואס האט אים באשאפן, און דער מענטש איז נישט און קאנטראל אויף גארנישט, נאר אויף איין זאך, וואס דאס איז, צו לעבן מיט דעם וואס האט אים באשאפן, און פירט זיין לעבן אן א אויפהער, ער זאל רעדן צו אים און אים בעטן אנוואזינגן וואס ער דארף יא טוהן און וואס נישט א.א.וו. דענסמאהל קען א מענטש אנקומען צו א ראיגע לעבן על מי מנוחות, ווייל דעמאלטס נעמט טאקע דער אייבערשטער איבער און פירט זיין לעבן און ווען ער פירט עס פירט ער עס על מי מנוחות.

בעפאר דעם וואס די מענטש זעהט דאס נישט איין, און אפילו ער זעהט דאס יא איין אבער ער ברענגט דאס נישט אריין און זיין טאג טעגליכע לעבן בכל פרט פרט קען דער מענטש נישט האבן קיין מנוחה, ווייל ער איז נישט צפרידן מיט זאכן וואס געשעהן מיט אים, ער וואלט זייער אסאך זאכן געוואלט עס זאל זיין אנדרשט ווי עס איז, און דאס ברענגט Restless, Irritable and Discontent

יעצט לאמיר אריבער גיין צו אינז אידן, מיר האבן 13 אני מאמין'ס וואס מיר גלייבן דערין, מיר זענען מאמינים בני מאמינים מיר זענען מדקדקים בקלה כבחמורה, מיר טוען חסד וואס האט נישט איר גלייכנס א.א.וו. פארוואס טוען מיר די אלע זאכן, זיכער ווייל מיר גלייבן אונעם איין איינציגן באשעפער, מיר גלייבן און שכר ועונש א.א.וו.

אבער לויט ווי עס זעהט אויס פון ספרים הקדושים איז דא 2 פון די 13 אני מאמין'ס וואס דארף אינז ברענגן צו די דרגה אז מיר זאלן זיין באהיטן פון Restless, Irritable and Discontent דאס מיינט אומראיקייט, אנגעצויגענקייט, און אומצפרידנהייט, און אויב מיר לעבן נאך יא מיט אינזערע פראבלעמן מיז זיין אז און די צוויי אני מאמין'ס פעלט נאך פון צו זיין בשלימות מיר האבן נאך אסאך וואס צו ארבעטן דערויף מיר דארפן טוען מיט דעם מער ווי עס זאגן אינדערפרי נאכן דאווענען.

א) אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה.
שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים.
וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים

ה) אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה.
שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ לוֹ לְבַדּוֹ רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל.
וְאֵין רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל לְזוּלָתוֹ:

ווען א מענטש זאהל לעבן מיט די אני מאמין'ס איז ער זוכה צו א אוםבאשרייבליכע מנוחת הנפש.

איז ווען א מענטש וויל אויסלאזן די ערשטע דריי סטעפס ווייל ער איז א אידיש קינד וואס גלייבט נאך פון די וויגעלע זאל ער קודם מאכן אויף זיך א טעסט צו ער קען און די אני מאמין'ס נאך ניצן א גרויסע תיקון.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
לעצט פארראכטן: כ"א סיון התשע"ג 12:55 דורך .

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"א סיון התשע"ג 12:31 #18202

  • חזקלע_למדן
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 500
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
  • קאָרמא: 0
א דאנק אייך עבודת טייערע איך האב זייער הנאה געהאט פון די היינטיגע שטיקל, זייער קלאר און צום זאך.
צדיק, איך האב דיר ליב!

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"א סיון התשע"ג 13:10 #18204

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 5
קלאר קלאר, שטארק שטארק,
גוט ארויס געברענגט,
ישר כח

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"א סיון התשע"ג 13:13 #18206

  • בן למקום
  • איצטיגע שטרעקע: 40 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 394
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 2
א גרויסן דאנק דיר הר"ר עבודת הבורא פאר די קלארע באלערנדע ווערטער
ס'ווינדערט מיך נאר פארוואס די קומסט נישט ארויס מיט א ספר איך האלט אז עס וואלט געווען א בעסט סעלער
עוד רגע אדבר די צוויי אני מאמין'ס וואס די האסט דא צוגעברענגט ווען מ'זאגט עס יעדן כמצות אנשים מלומדה אן געהעריג אריינטראכטן אין וואס מ'זאגט, ווייסט מען נישט וואס פאר אן אוצר עס ליגט באהאלטן דערין וואס קען ארויסהעלפן דעם מענטש אין זיין טאג טעגליכן לעבן בכל התחומים, פרנסה, שלום בית, קינדער, וכו' און אפילו אין עבודת השם
אלענפאלס א גרויסן דאנק און הצלחה בכל אשר תפנה

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"א סיון התשע"ג 20:58 #18210

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 8
א גרויסן דאנק אלע חברים
איך האב אנגעהויבן שרייבן די מאמר נעשה ונשמע בין ישראל לעמים, למעשה זעה איך עס שלעפט מיך אוועק פון מיין טעגליכע דאטי'ס, איך ווער איפסעסט דערמיט, און דאס איז זייער נישט גוט פאר מיר, אשר על כן וועל איך פראבירן צו שרייבן נישט מער ווי איינ'ס א טאג, א שאלה מיט א תשובה און אזוי ארום ארויס ברענגן זאכן וואס איך האב דארט געוואלט ארויסברענגן, איך מיין אז דער עולם גלייכט אויך בעסער קורצערע זאכן.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
לעצט פארראכטן: כ"ב סיון התשע"ג 09:39 דורך .

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"ב סיון התשע"ג 09:42 #18212

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 8
שאלה
נעכטן אויפן GYE קאל האב איך געהערט ווי איינער פרעגט, פארוואס זאגסטו אז איך האב נישט קיין בטחון, איך האב נישט קיין אמונה, ווען איך לייג אריין און פישקע יעדן אינדערפרי אז איך זאל האבן הצלחה און דעם טאג, און איך בעט דעם אייבערשטן אויף אלעם וואס איך דארף, ווען איך זאל נישט האבן אמונה און בטחון וואלט איך נישט געגלייבט און סגולות און איך וואלט נישט געדאווענט אזוי ווי איך דאווען
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"ב סיון התשע"ג 10:09 #18215

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 8
דער תירץ ליגט ממש און די ווערטער פון די קשיא
פון חזון איש איז דא א קליין ספר'ל אויף בטחון שרייבט ער דארט, אז מענטשן האבן א גרויסע טעות און די איבערטייטש פון בטחון, ווען דער מענטש בעט פונעם אייבערשטן אז די היינטיגע געשפטן זאלן אים גיין געשמירט און עס זאל אים געלונגן דעם פלאן וואס ער האט, און נאכער האט ער טאקע בטחון אז דער אייבערשטער וועט עס טאקע טוען פאר אים, דאס איז נישט קיין בטחון און נישט קיין אמונה.

דער חזון איש לייגט אראפ די יסוד און איבערטייטש פון אמונה איז, אז די גרייטסט טאקע אן דיינע ביזנעס פלענער אבער מיט א מחשבת ספק, איך ווייס נישט אויב דעס וויל טאקע דער אייבערשטער, איך גיי דעס טוען נאר אלס השתדלות און איך בון גרייט יעדע רגע צו באקומען דעם ווינק פון אויבן צו איך טו יא ריכטוג צו נישט, די רגע וואס איך זעה אז איך קען עס נישט אויספירן, נאר אז למשל איך מיז טוען עפעס א נישט אויסגעהאלטענע זאך, פארשטיי איך אז איך דארף מיך אפשטעלן און גיין ווייטער, און זיכער קומט נישט דא אריין קיין שום פאראיבל אויב עס שטעלט זיך ארויס אן הצלחה, און אפילו עס וועט זיך ארויס שטעלן מיט שאדן ווייס איך נאך אלס אז וויבאלד איך האב געטון נאר לויט ווי מען האט מיך געפירט פון אויבן איז יעדע שאדן א באשערעטע זאך און פינקט אזוי דארף עס זיין.

דער חזון איש זאגט אז בטחון איז טייטש ווען למשל א מענטש איז און א שרעקליכע מצב מיז ער האבן בטחון אז דער אייבערשטער קען איבערדרייען די מצב פון איין מינוט אויפן צווייטן עס איז נישט קיין חילוק אפילו חרב חדה מנחת על צווארו של אדם דארף ער האבן די בטחון, אבער דאס מיינט נישט אז דער אייבערשטער וועט טאקע איבערדרייען די מצב, עס קען זיין אז לויט די חשבונות פון הנהגת העולם מיז יעצט זיין מצב זיין אזוי ווי עס איז, צו האבן בטחון אז עס וועט זיכער זיין גוט איז נישט די איבערטייטש פון בטחון.

די בטחון און דייקא נאר די סארט בטחון קען דעם מענטש ברענגן צו א ראיגקייט, אבער אויב ער לייגט אריין און פישקע אז דער טאג זאהל אים גוט גיין דאס מיינט אז ער האט זיך פינקטליך אליין אויסגעשטעלט וואס ער וויל, און וואס וועט זיין אויב דער אייבערטער וויל אנדרשט דעמאלטס וועט נישט העלפן אזא בטחון און דער מענטש וועט זיין דיסעפוינטעט בטחון בטחון.

די זעלבע איז מיט תפילה, אויב ווען די ביסט מתפלל, ביסטו מתפלל אז דעס וואס די פלאנסט צו טוען און דיינע געשעפטן זאל גיין מיט הצלחה, דאס איז קעגן אמונה, די קענסט נישט פלאנען, עס איז שוין דא איינער וואס האט אלעס אויספלאנירט און די דארפסט מיט גיין דערמיט.

און גענוי דאס איז די בטחון וואס מען פארלאנגט דא פון אינז.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"ב סיון התשע"ג 11:07 #18216

  • Idontknow
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 658
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 0
סא תפילה מיט בטחון איז א סתירה??

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"ב סיון התשע"ג 11:41 #18217

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 5

אסאך פרעגן ווען מען קומט אריין און די פראגראם
איך בון דאך א יוד פון געבורט, איך גלייב און אייבערשטן, איך טו זיינע מצוות, און דאווענען צו אים, א.א.וו. אויב אזוי פארוואס דארף איך טוהן די ערשטע דריי סטעפס? איך בון מסכים אז איך קען גארנישט אליין (סטעפ 1), איך גלייב אז נאר ער פירט די וועלט (סטעפ 2) און זיכער בון איך גרייט זיך איבערגעבן צו זיין הנהגה (סטעפ 3)



נעכטן אויפן GYE קאל האב איך געהערט ווי איינער פרעגט, פארוואס זאגסטו אז איך האב נישט קיין בטחון, איך האב נישט קיין אמונה, ווען איך לייג אריין און פישקע יעדן אינדערפרי אז איך זאל האבן הצלחה און דעם טאג, און איך בעט דעם אייבערשטן אויף אלעם וואס איך דארף, ווען איך זאל נישט האבן אמונה און בטחון וואלט איך נישט געגלייבט און סגולות און איך וואלט נישט געדאווענט אזוי ווי איך דאווען


מו"ה עבודת הבורא שליט"א האט זייער קלאר געענטפערט
ואני הקטן לא באתי להוסיף על דבריו, נאר לאמיר פשוט עפענען א חומש און  זעען וואס דארט שטייט

פ' ואתחנן,  וידעת היום והשבות אל לבבך כי ה' הוא הא-לקים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת אין עוד

שטייט 2 פעולות
1 וידעת היום
2 והשבות אל לבבך

וואס?  ווייטער 2 זאכן
1 כי ה' הוא הא-לקים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת
2 אין עוד

לאמיר קודם זעען די ערשטע העלפט פסוק
1 וידעת היום מ'זאל וויסן , איז דא ראשונים וואס לערנען אז מ'מוז זיך אליינס חקר'נען אונז'ערע רבי'ס זצ"ל האבן אנגענומען אז מיר זענען קלאר איבערצייגט און מציאות השם וויל מיר גלייבן וואס אונזערע מאמעס האבן פארציילט און וויג, אחת הוא יש לנו אב זקן לא נשתנה ולא ישתנה

2 והשבות אל לבבך מ'זאל עס אריין לייגן אין הארץ אריין, מ'זאל מיט דעם לעבן, אהה דאס איז שוין א לעבנס ארבעט כסדר דארף מען דאס חזר'ן, פאר דעם ליינט מען קר"ש יעדן טאג 2 מאל, תפילין, מזוזות, שבת יו"ט וכו' ווי דער חינוך זאגט אז רוב מצוות זענען כדי אריין צולייגן און הארץ, און ס'איז באמת ביי יעדן איד אין הארץ מתולדתו כמבואר בספר התניא, נאר ס'איז דא א גרויסע שאלעכטס וואס באדעקט דאס, דאס זענען אוזערע מדות רעות וואס זענען געבעיסט אויף אונזער איגא (ונקרא ג"כ יצר הרע בפי העולם) און פארדעם זעמיר דא טאקע צומאכן דעם פתח כפתחו של מחט הלואי גרוסער בורא ונזכה

און וואס זענען די זאכן וואס מדארף דארט אריין לייגן אין הארץ
1 כי ה' הוא הא-לקים
  ס'איז דא א באשעפער וואס ער איז
תקיף ובעל היכולת - ער איז שטארק און ער קען אלעס
עילת העילות וסיבות - אלעס וואס געשעט קומט פון אים

2 אין עוד נישטא נאך איינער,    נישטא נישטא  נאך איינער
לאו דוקא עבודה זרה נאר גארנישט
 
גארנישט און אפילו נישט איך  (און אויך נישט מיין בהע"ב, קאסטעמער, קאמפעטישן, שכן, חבר, וכו' און אויך נישט קיין שום מצב בעולם)
אין עוד מלבדו

און נישט מ'זאל מיינען אז יענע 2'טע זאך איז טאקע נישט אזוי שטארק ווי כביכול אבער עפעס א כח האט עס דאך, ניין, נאר

אפס זולתו
ס'איז אפס גארנישט
יעצט לאמיר נאר זעען וויפיל ארבעט פארלאנגט זיך צומאכן פון זיך גארנישט
און אנשטאט דעם מקבל זיין מלכות שמים
לעצט פארראכטן: כ"ד סיון התשע"ג 12:25 דורך .

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"ב סיון התשע"ג 11:46 #18218

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 8
געוואלדיג
א גרויסן יישר כח פאר דיינע שיינע קלארע ווערטער.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"ב סיון התשע"ג 11:57 #18219

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 8
Idontknow געשריבן on כ"ב סיון התשע"ג 11:07:

סא תפילה מיט בטחון איז א סתירה??


איי דאנט נוי
די פרעגסט זייער א גוטע קשיא
עס איז אזוי אנגענומען און די וועלט בפרט ווען עס רעדט זיך פון פאליטיק אז אויב מען ענטפערט נישט גלייך אויפן פלאץ און צו די זאך מיינט דאס אז עס איז נישטא געהעריג צו ענטפערן, אבער חז"ל זאגן ואינו נבהל להשיב, מען דארף אריין טראכטן די אופן פון אראפ לייגן דעם תירץ עס זאל טאקע געהערט ווערן די כוונה וואס מען וויל ארויס ברענגן.

איך וועל איבערקוקן דעם חזון איש און אויך א חמדה גנוזה וואס אינזער חבר בידו אפקיד האט מיר געשיקט איבער דעם ענין, און מיר ווילן אי"ה ענטעפערן.

מכאן מודעה, אז דער עולם איז געלאדענט צו פרעגן איבער דעם ענין, און איבער אלע ענינם פון די 12 סטעפ פראגראם, ווי אויך ווען איינער האט וואס צו ענטפערן זאל ער ענטפערן, דאס וועט ארויסברענגן אלע שאלות און אלע ספיקות וואס אינזערע היימישע אינגעלייט האבן מיט רעכט אויף דעם פראגראם און מען וועט עס אויסקלארן סזאל זיין קלירן לענים, און מיר וועלן אלע קענען האבן די רפואה דורך די מהלך.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
לעצט פארראכטן: כ"ב סיון התשע"ג 12:00 דורך .

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"ב סיון התשע"ג 12:00 #18220

  • Idontknow
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 658
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 0
די קשיא פלאגט מיר שוין יארן אז די וועסט טרעפן א תירוץ וועל איך דיר זייער דאנקבאר זיין (אז נישט אויך  )

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"ב סיון התשע"ג 12:01 #18221

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 8
דער תירץ איז דא איך דארף עס נאר צאמנעמן אויף א אופן עס זאל גוט פארשטאנען ווערן
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"ד סיון התשע"ג 20:34 #18231

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 8
Idontknow געשריבן on כ"ב סיון התשע"ג 11:07:

סא תפילה מיט בטחון איז א סתירה??


סאיז דא תפילה וואס איז א סתירה מיט אמונה און סאיז דא תפילה וואס סאיז א חלק פון אמונה

משל למה הדבר דומה

איינמאהל שפעט נאכמיטאג זעהט זיך ר' שעפטעל אן א ווייפערס אויף די קאר זעהט אויס סאיז קאליע געווארן ביים פאריגן שניי, יעצט איז שוין 8 אזייגער צונאכטס און מען דארף ארויס פארן קיין קאנאדא און קיין געשעפט איז נישט אופן, איין פלאץ ווי מען קען דאס נאך באקומען אזוי שפעט, איז און וואל מארט, בלית ברירה פול מיט עגמת נפש פארט ער צו קיין וואל מארט ער קומט אריין און געשעפט עס ווערט אים שלעכט, ער ווייסט נישט ווי ער הייבט אן זוכן, ער געט זיך א דריי אהער א דריי אהין און די זייגער ריקט זיך פאראויס ענדליך האט אים איינער אנגעוויזן דאס פלאץ ווי עס ליגט, ער קומט אהין און ער זיכט און זיכט ער איז שוין גוט אנגעצויגן אבער ענדליך ער טרעפט עס, ער שפאנט פאראויס שנעל צום קעשיער ער פרייד זיך ווען ער זעהט אזויפיל קשיער'ס ער וועט עס מאכן שנעל 1 2 3 און פארגעסן פון די גאנצע עגמת נפש, דערווייל זעהט ער אז נאר 2 3 קעשיער'ס זענען אויפן, אנגעצויגן שטייט ער און די ליין אויף ציפעדיגע שפילקעס, ענדליך ווען ער זעהט זיך אינדרויסן פון געשעפט געט ער האסטיג א קוק אויפן זייגער און זעהט עס דאס גאנצע געשעפט האט אים גענימען קרוב צו א שעה.

נאך א שיינעם טאג וואס איז דורך אויף מרת קלאפהאלץ טראכט זי צו זיך היינט נאכט וואלט געווען א ראיגער צייט זיך אריבער כאפן אויף וואל מארט פאר א פאר שעה, די קינדער שלאפן שוין די גרויסע בחור איז נארוואס צירוק און ישיבה, דאס מיידל איז שוין אנפאנג וואך געפארן און קעמפ אריין, עס איז א ראיגער צייט, און איינוועגס וועט זי שוין מיטנעמען איר פארוועלקטע ליסט וואס זי שרייבט אלס אויף זאכן וואס זי קען געברויכן אויב מען באגעגענט עס און געשעפט, א גוטער פלאן, זי נעמט מיט זיך א שכנטע וואס איז אויך און בערך די זעלבע ראיגע מצב יעצט און קען אויך ניצן אזא נאכט אויסליפטעריי, מיטן חשבן אז פאר 3 שעה גייען זיי נישט ארויס פון געשעפט, מיר דארפן גארנישט פארציילן וואסערע אנגענעמע ראיגע אטמעספער עס איז געווען ווען מרת קלאפהאלץ מיט איר שכנטע און געשעפט און באטראכטן זאכן און לייגן צירוק, גייען ווייטער און טרעפן א פאר גוטע זאכן וואס מען קען געברויכן און א אידישע שטוב.

יעצט לאמיר קלאהר מאכן וואס איז די חילוק פון ר' שעפטעל און ווידעראום מרת קלאפהאלץ פארוואס ר' שעפטעל וואס איז געווען און די זעלבע געשעפט מיט אזא אנגסט און אנגעצויגנקייט, און ווידעראום מרת קלאפהאלץ האט געשעפט פון דעם חיזוק אויף די קומעדיגע וואך.

סאיז זייער קלאר אז ר' שעפטעל האט געדארפט איין זאך, ער האט געדארפט ווייפערס פאר די קאר, ער האט זיך נישט געראכטן אז ער וועט דאס יעצט דארפן ספראווען מיט דעם, מילא יעדע זאך וואס ציעט אויס די צייט צו פארברענגן מיט דעם ווערט ער צושפרינגן, ווייל אים ליגט פאר די אויגן די ווייפערס זאלן ליגן אויף די קאר, און ווי לאנג דאס וועט נישט זיין וועט ער שפרינגן, דאס זוכן די ווייפערס איז על אפו ועל חמתו דאס פארן צו וואל מארט איז אים אפקומעניש דאס שטיין ביי די רעטשיסטער און ווארטן אויפן ליין איז אים א אפקומעניש אלס ווייל דאס איז נאך א זאך און נאך א זאך וואס האלט אים בלויז אויף פון די זאך וואס ער וויל שוין זעהן לאנג פערטיג.

מרת קלאפהאלץ איז נישט דא פאר די זאכן וואס זי קויפט יעצט, זיכער קויפט זי נישט קיין איבריגע זאך, אבער דאך איז זי נישט פארדעם דא, סאיז דא צו אטעמן יעצט ראיגע ליפט און דאס האט זי זיי אויפן וועג צו וואל מארט סיי ביים ווארטן אויפן ליין, און אפילו ווען זי דארף עפעס זוכן, ווייל וואס אימער זי טוט יעצט דא איז א חלק פונעם אויסליפטעריי וואס איז דער עיקר ציל דא.

יעצט לאמיר זעהן וואס איז אינזער ציל ווען מיר דאווענען צון אייבערטשן ווען מיר בעטן פון אים אינזערע תפילות.

ווען איינער בעט דעם אייבערשטן זיינע צרכים למשל העלף מיר איך זאל אנקומען צו מיין איפוינטמענט פינקטליך, געב מיר געלדט איך זאל יעצט קענען ארויס גיין עפעס קויפן, געב מיר הצלחה און די נייע בייפאל וואז איך גיי היינט אנהייבן טרייען ביי מיר און געשעפט, דאס איז א סתורה צו אמונה, עס טראגט א פנים ווי יענער וואס איז ארום געפארן די בלאק צו טרעפן א ליידיג פלאץ צו פארקן זיין קאר, און אזוי זיכנדיג שעפשעט ער א תפילה צום אייבערשטן באשעפער העלף מיר איך זאל שוין טרעפן ווי צו פארקן, פליצלינג באמערקט ער פאר זיין נאז אויף זיין לינקע זייט א ליידיג פלאץ צו פארקן, געט ער א זאג, סאיז שוין אקעי באשעפער, איך האב שוין געטראפן א פלאץ איך דארף שוין נישט, שכח עני וועי.

ווער זאגט דיר אז עס איז אזוי גוט אז די זאלסט אנקומען צו די איפוינטמענט אזוי פינקטליך אפשר דער באשעפער וואס זעהט יעצט זאכן וואס די זעהסט נישט זעהט אז עס איז גאר א טובה די זאלסט אנקומען אביסל שפעטער, ווער זאגט די אז אויב די וועסט האבן געלדט צו קויפן עפעס גייט דיר אזוי גוט זיין, די ווייסט דאך נישט אלעס, ער ווייסט יא אלעס, און אפשר לויט זיין אינפערמעשן כביכול איז בעסער פאר דיר אז די זאלסט נישט האבן יעצט קיין געלדט, די זעלבע זאך ווען די האסט א נייע בייפאל און געשעפט אפשר האט דער אייבערשטער א בעסערע באפאל, מילא מתפלל זיין אז זאכן זאלן גיין מיין וועג וואס האב מיר אויספלאנירט אז עס איז גוט איז קלאר א סתורה מיט אמונה.

אויב איינער וויל זיך דינגען מיט דעם אז ער האט יא אמונה והראי' ווען נישט וואלט ער דאך נישט געבעטן דעם אייבערשטן, אמת ער האט מער אמונה ווי איינער וואס גלייבט נישט אינגאנצן, סאיז זיכער א געוויסע דרגה און אמונה אבער ווילאנג ער האלט אז ער ווייסט וואס איז גוט פאר אים, וועט זיין ציל ביים דאווענען זיין נאר צו האבן וואס ער וויל, און ווי שוין געזאגט אויבן וועט ער פון אזא אמונה האבן די זעלבע עגמת נפש וואס ר' שעפטעל האט געהאט מיט די ווינדוי ווייפערס פאר זיין קאר.

נאר ווי אזוי דען דארף אויסקוקן אונזערע תפילות?

אינזער ציל ווען מיר בעטן דעם אייבערשטן אינזערע געברויכן איז בעיקר דריי זאכן.

1) מתפלל זיין פאר אנדערע אידן, אריין ברענגן און אינזער הארץ א געפיל פאר אנדערע אידן און בעטן פאר זיי, מיר טרעפן ביי איוב וואס דער אייבערשטער האט אים געשטראפט, ער האט פארלוירן זיינע קינדער זיין גאנצע פארמעגן און ער איז אליין געווארן געשלאגן מיט יסורים, ווי אזוי איז ער געהוילפן געווארן זאגט דער פסוק
והשם שב את שבות איוב בהתפללו בעד רעהו ויסף השם את כל אשר לאיוב למשנה... והשם ברך את אחרית איוב מראשתו, אלעס נאר ווייל ער האט מתפלל געווען פאר זיינע חברים.

מען טרעפט ביי יצחק און רבקה, יצחק האט געבעטן פאר רבקה, און רבקה האט געבעטן פאר יצחק און אזוי זענען זיי געהאלפן געווארן, דער ענין דערפון איז ד' צילך דער אייבערשטער פירט זיך מיטן מענטש גענוי מיט די מידות וואס דער מענטש זעלבסט פירט זיך, און אויב די האסט רחמנות אויף יענעם האט דער אייבערשטער רחמנות אויף דיר, דאס מיינט אז ער העלפט אינז נישט ווייל מיר האבן אזוי געוואלט און געבעטן פון אים, מיר האבן זיך געפירט אזוי ווי ער וויל לויט זיין רצון מיט רחמנות אויף אנדערע, דאן און זיין דרך זיך צו פירן מיט אינז אויפן זעלבן וועג.

מיר זעהן חז"ל לערנען ארויס פון אברהם אבינו ווען ער האט מתפלל געווען אויף אבימלך אז ער זאל נפקד ווערן בשעת ער האט נאך נישט געהאט קיין קינדער, אז המתפלל בעד חברו והוא צריך לאותו דבר הוא נענה תחילה, ווייל דאס איז דער ריכטיגער וועג פון תפילה.

פארדעם וען מיר זענען מתפלל תפילת שמונה עשרה איז אלעס בלשון רבים מיר זענען מתפלל פאר אלע אידן און אגב זענען מיר אויך א חלק פון כלל ישראל, חננו מאתך חכמה איז א לשון רבים, די זעלבע השבינו, סלח לנו, ראה נא בענינו, רפאינו, א.א.וו. מיר בעטן נישט געב "פאר מיר" דעס אדער יענס וואס איך וויל זייער שטארק עס זאל מיר גיין גוט, מיר זענען מתפלל פאר אלע אידן און פארשטייט זיך אז מיר זענען אויך נכלל און דעם, און אלע תפילות וואס איז נאר דא פון פריעדיגע גייט מיט דעם נוסח, ביי געוויסע פעלער נאכן בעטן פאר אנדערע זאגט מען ובכללם זאלסט מיך אויך העלפן.

2) אויך טרעפן מיר ביי אלע בקשות וואס מיר בעטן ביי שמונה עשרה פאר אינזערע צרכים ענדיגט זיך די ברכה מיט א נתינת טעם כי קל טוב וסלך אתה, כי קל גואל חזק אתה, כי קל מלך רופה נאמן ורחמן אתה, כי קל טוב ומטיב אתה ומברך השנים, כי אתה שומע תפילת כל פה. דאס מיינט אז מיר זענען מגלה דעת נאכן בעטן פאר זיך אז מיר גלייבן אז די ביסט דער וואס טוט די אלע זאכן, דאס מיינט אויב כי קל גואל חזק אתה איז נישט קיין סתירה צום ראה נא בענינו, מיר בעטן נאר אויב עס איז איינשטימיג מיט דיר, איי פארוואס דארפן מיר בעטן, דא קומט די דריטע זאך.

3) דער אייבערשטער האט געוואלט מיר זאלן גלייבן און אים און שפירן נאנט מיט אים און רעדן צו אים אלעס וואס באדערט אינז זיך אויסשמועסן מיט אים, און מיר דאווענען נאר ווייל דער אייבערשטער האט געזאגט אז דאס איז זיין רצון.

ווען מען האט די אויבנדערמאנטע צילן ווען מיר דאווענען, זעהן מיר ענדרשט אויס ווי מרת קלאפהאלץ מיר טוען זיך פארבינדן מיט אינזער באשעפער און מיר רעדן מיט אים, מיר בעטן אויף אינזערע ברידער, און איין וועגס וועלן מיר אויך געהאלפן ווערן ווייל דער אייבערשטער וועט גיין מיט וועג מיט ער פירט די מענטשן און וועט געבן וואס מיר האבן געבעטן פאר אנדערע.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
לעצט פארראכטן: כ"ה סיון התשע"ג 12:58 דורך .

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"ה סיון התשע"ג 13:46 #18239

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 5
!!!WOW
א משל מיט טעם גוט צו פארשטיין
דו לייכסט אונז אויף די אויגן
לעצט פארראכטן: כ"ה סיון התשע"ג 14:51 דורך .

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"ה סיון התשע"ג 14:50 #18244

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 5
איך האב פארשטאנען פונעם רבי'נס ווערטער ווי פאלגעד;  טעל מי איף איי עם רייט

להודיע, איך בין נישט קיין ת"ח און א אויסגעבויטע איד, ס'קען זיין טעותי, אויך בין איך נישט אויסגעארבעט אין די ענינים איך שרייב אלעס כענין לאמיר זיך צוזאמען דורכשמועסן און זעען אויף וואס מיר דארפן ארבעטן, ואדרבה מי שיכול לעורר יעורר בכח הרבים וועט עס זיין מער לאמתו של דבר

בטחון

בטחון איז א געפיל וואס קומט צום מענטש דער געפיל איז געבויט אויף עטליכע שטארקע נקודות

1 אז דער באשעפער איז א כל יכול

2 אז דער באשעפער איז משגיח בהשגחה פרטית

3 אז דער באשעפער איז א מטיב, און א רחמן

4 אז קיינער קען גארנישט טוען אויסער דער באשעפער

5 אז דער באשעפער ווייסט פונקטליך וואס עס לוינט זיך פאר מיר די מערסטע

6 דער באשעפער גיבט מיר כסדר וואס מיר פעלט אויס

7 דער באשעפער ווערט נישט מיד כביכול, און גיבט שטענדיג לראוי ושאינו ראוי


די אלע זאכן גלייבן מיר און דאס ברענגט א געפיל פון בטחון

בטחון טייטשט פארזיכערט, אינשורט, סעקיורט, ווען איינער האט א שוועריקייט, ווערט ער אנגעצויגן, נבהל, פארלוירן, רעסטלעס, ווען די שוועריקייט איז מסודר איז ער בארואיגט,

למשל, (ס'זאל זיך נישט מאכן) ר' גד ווערט געוואר אז די באנק וויל אים שוין ארויסווארפן, ווערט שטארק פארלוירן, ווען ער דערמאנט זיך אז ער האט א גוטער ידיד ר' ירוחם וואס האט שוין אויסגעבעילט אסאך מענטשן אין אזא מצב, ווערט בארואיגט,

דאס איז אפילו, יענער איז אליינס נישט פארזיכערט, יענער ווייסט נישט וואס מיר לוינט זיך ענדערשט,  יענער קען אויך האבן מניעות, וכו'

יעצט, אין דעם איז דא אסאך מדריגות, איינעם וועט דוירען ווי לאנג ער כאפט זיך אז ער האט א שטארקע באשעפער, איינער וועט טיפער אינערליך זיין מער רואיג, איינער קוקט מער זאכן אן גוט, איינער וועט עס אפטער געדענקן, וכו' וכו', די פוינט איז אז מדארף ארבעטן דערויף, און דאס ליגט באמת ביי יעדן איד אין הארץ מ'דארף עס נאר אויפאקערן,

און אודאי ווילאנג א מענטש לעבט האט ער א יצר הרע (וואס דאס מאכט אויך דער באשעפער, און דאס איז אויך א חלק פונעם אין עוד מלבדו) וואס מאכט מען זאל דאס פארגעסן און כסדר דארף מען דאס מעינטענען, און נישט דערשראקן ווערן אז עס גייט נישט אריין אין קאפ דער באשעפער האט אונז באשאפן אויף אזא אויפן איין טאג איז בעסער איין טאג איז מער פארנעפלט, אונזער תפקיד איז, צו ארבעטן דערויף,


תפילה

-עס איז א מצוה (חינוך מצוה תל"ג) ווען א איד האט א מצב וואס זעעט -אין זיינע אויגן- אויס שווער, זאל ער זיך ווענדן צום בורא עולם, און לויט טייל ראשונים איז א מצוה יעדן טאג צו מתפלל זיינע טעגליכע צרכים, וואס דאס ברענגט אונז צו די הכרה אז הכל מאתו

-א יעדע תפלה וואס א איד איז מתפלל ווערט אויסגעהערט פונעם באשעפער אליינס (באקומט ספעשאל עטענשאן) (דברים ד' פסוק ז')

- די עיקר תפלה פון א איד דארף זיין צו קענען דינען דעם באשעפער מיט א ריין הארץ, זוכה צו זיין לתשובה באמת, ושיתגלה כבוד מלכותו

רבינו יונה (משלי ג' כ"ו) זאגט אז ווען א איד האט די בטחון אז הכל בידו יתברך, און ער איז א מטיב ורחמן, האט ער א געפיל פון "האפענונג" (תקוה=האפענונג, בטחון=פארזיכערונג) אז זיינע תפלות וועלן נתקבל ווערן, אין זיין מצב וועט ווערן טוב בגלוי, ער זאגט אז דאס קען מען אויך רופן בטחון וויבאלד דאס איז א צווייג פון בטחון,

למשל, ווען דער ר' גד וויל האבן א טובה פון ר' ירוחם וועט ער אים מוזן אנקאלן, (באמת ווייסט דער אייבערשטער אלעס וועס פעלט אונז, אבער דאך איז זיין רצון מיר זאלן זיך צו אים ווענדן -דאס אויך לטובתנו )

ס'איז אבער א חילוק, אויב למשל ר' ירוחם וויל נישט העלפן ממש א יעדן איינעם, וועט  זיך ר' גד מוזן איבערשטרענגן איבערצוצייגן זיין שווערע מצב און זיך בעטן בתחנונים ער זאל אים העלפן, אויב ר' ירוחם העלפט יעדן אן אויסנאם וועט מען בלויז דארפן אויספילן דעם אפליקעישאן,

דאס איז א שטארקע חילוק צווישן איין תפלה און א צווייטע

אויב וועט ר' ירוחם אפמאכן, איך האלט נישט דערביי דיר צו העלפן, זיך דיר א צווייטן אויף וועם זיך אנצולייגן, וועט מען ווערן ברוגז, פרובירן זיך איין טענה'ן אפשר דאך, אויב אבער ר' ירוחם איז א גוטער ביזנעס מאן און האט ארויס קלאר דעם סיטועישאן און וועט אויפווייזן אז יעצט לוינט זיך נישט דער שריט וועט מען עס מקבל זיין

דער רבש"ע ווייסט וואס לוינט זיך אונז די מערסטע, ער קען אונזער פעסט און פיוטשער, אינס & אוטס, ער וויל בלויז אונזער גוטס און אויב ענטפערט ער, קינד מיינס דער מצב איז יעצט דאס בעסטע פאר דיר, וועלן מיר עס מקבל זיין מיט טראסט און הכנעה, און מיר האבן נישט ארויס וואס לוינט זיך פאר אונז און לטובתינו האט מען אונז באשאפן אויף אזא אופן אז מיר זעען נישט באמת וואס פעלט אונז אויס


די גמרא אין מס' ברכות גיבט אונז א היתר, אז אויב ס'האט זיך נישט געטוישט די מצב נאכן מתפלל זיין, מעג מען מתפלל זיין נאכאמאל, ווי עס שטייט אין פסוק קוה אל ה' חזק ויאמץ לבך וקוה אל ה'  אבער אלץ מיט די זעלבע טראסט אז דער רבש"ע ווייסט וואס לוינט זיך מיר די מערסטע, און הכנעה צו חכמתו יתברך



טייערע הייליגע ברידער, דער בעל התניא שרייבט, אז אויב איינער ווערט צובראכן אז ער פארגעסט אסאך מאל די אלע זאכן,איז ער א בעל גאוה, אז ער האלט אז ער איז שוין אין די מדריגה אז ער וואלט שוין נישט געדארפט פארגעסן ,  
it’s a program of progress not perfection



מראה מקומות ; חובת הלבבות שער הבטחון, רבינו יונה משלי ג' כ"ו, חינוך מצוה תל"ג, חזון איש אמונה ובטחון, חמדה גנוזה דרשה קודם כל נדרי מהרה"ק מצאנז זי"ע,

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"ה סיון התשע"ג 18:10 #18246

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 8
שכח בידו פארן ברענגן אזעליכע שיינע זאכן מיט קלארע מראה מקומות א מחיה
מיר זאגן ביידע גאנץ גלייכע נקידות, אבער ווי שיין צו זעהן זאכן און פארשידענע פארמאטן.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"ה סיון התשע"ג 19:14 #18247

  • WannaBeEhrlich
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 340
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0
יישר כחכם פאר די חיזוק און התעוררות אין תפילה, אמונה און בטחון.
עבודת און בידו, כל אחד לפי השגתו הערליך שיין געשריבן און בא'טעמ'ט אויסגעשמועסט.
יישר כחכם!

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"ו סיון התשע"ג 01:34 #18248

  • Idontknow
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 658
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 0
ווען דארף מען בעטן און ווען דארף מען האבן בטחון אז אזוי וויל דער אייבערשטער??

פארוואס האט משה רבינו נישט געזאגט אז איך האב בטחון אינעם באשעפער און אז ער וויל איך זאל אריינגיין אין ארץ ישראל וועל איך אריינגיין

אויב האט מען בטחון מיינט דאס אז מאכן א insurance policy איז די פארקערטע פון בטחון??

ווען א מענטש כאפט א קלאפ מעג ער גיין צום דאקטער אדער ער דארף האבן בטחון אז די באשעפער וויל יעצט אז איך זאל האבן יסורים און ווארטן ביז עס היילט זיך אויס

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"ו סיון התשע"ג 10:03 #18249

  • שטייג העכער
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1299
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
  • קאָרמא: 1
Idontknow געשריבן on כ"ו סיון התשע"ג 01:34:

ווען דארף מען בעטן און ווען דארף מען האבן בטחון אז אזוי וויל דער אייבערשטער??


לפענ"ד א מענטש האט א חיוב פון דאווענען, דאווענען איז מחזק אמונה, איך בעט נאר פון איינעם וואס קען מיך העלפן. א מענטש דארף אייביג דאווענען פאר יעדע בקשה וואס ער האט, אבער, נישט דוקא ווייל איך וויל עס זאל זיין אזוי, נאר, ווייל די רצון ה' איז אז ווען איך האב א פראבלעים, וויל ער איך זאל דאווענען צו עם, און איך האבווייטער בטחון אז ער וועט טון בלויז גוטס פאר מיר. עז איז וויכטיג צו געדענקען, אז אסאך ווערט פארשריבען אין הימל א גזירה אזוי, יענער וועט ליידן אויף די אויגן און נאכדעם וואס ער וועט דעליווערען 350תפילות וועט עס אוועקגיין, די תפילה איז נישט קיין שינוי רצון, עס איז לכתחילה געווען אזוי די פלאן אין הימל. איך בעט פונעם אייבערשטען, איך האב א פראבלעים ,אין מיינע גשם אויגן וואס דו ה' האסט מיר באשאפן. איך זע עס איז א פראבלעים, הייליגע באשעפער, העלף מיר אז עס זאל מיר ווערן גוט, העלף מיר צו ווערן געזונט, ווייל אזוי מיין איך אז עס אז גוט פאר מיר, אבער, אויב האלטסטו באשעפער אז עס איז בעסער איך זאל בלייבן קראנק, בין איך מסכים צו דיין רצון און איך בעט דיך זאלסט מיר העלפן זען דאס גוטס דערפון. ווייל דו ווילסט דאך זיכער נאר גוטס.

Idontknow געשריבן on כ"ו סיון התשע"ג 01:34:

פארוואס האט משה רבינו נישט געזאגט אז איך האב בטחון אינעם באשעפער און אז ער וויל איך זאל אריינגיין אין ארץ ישראל וועל איך אריינגיין


ווייל עס איז די רצון ה' אז משה רבינו זאך מתפלל זיין פאר זיינע פראבלעימן, ווי נאר ה' האט עםגעזאגט אז איך וויל נישטדו זאלסט מתפלל זיין האט ער געסטאפט צו בעטן, פארוואס האט ה' עם אפגעשטעלט ביי די 515טע תפילה, ווייל ביז אהין האט ה'געוואלט ער זאל בעטן

Idontknow געשריבן on כ"ו סיון התשע"ג 01:34:

אויב האט מען בטחון מיינט דאס אז מאכן א insurance policy איז די פארקערטע פון בטחון??

ניין. א מענטש האט א חיוב צו טון השתדלות, אויב עס איז נארמאל אנגענומען אין די ציוויליזירטע וועלט אז פאר דע זאך מאכט מען אינשורענס איז דא א חיות מצד השתדלות צו מאכן אינשורענס, וברכתיך בכל אשר "תעשה".  פונדעסטוועגן, א מענטש וואס האט גאר שטארקע בטחון און ער פילט אז ה' פארזיכערט עם און ער דארף נישט קיין אינשורענס, אזא מענטש וועט די אייבערשטער געבן מער פערזענליכע השגחה ער זאל טאקע נישט דארפן אנקומען דערצו. השגחה היא סיבת הדביקות.

Idontknow געשריבן on כ"ו סיון התשע"ג 01:34:

ווען א מענטש כאפט א קלאפ מעג ער גיין צום דאקטער אדער ער דארף האבן בטחון אז די באשעפער וויל יעצט אז איך זאל האבן יסורים און ווארטן ביז עס היילט זיך אויס

בערך די זעלבע ענטפער ווי פריער. ורפא ירפא, מכאן שניתן רשות לרופא לרפא, איינמאן מקען זיך היילן איז דא א חיות מצד השתדלות זיך צו גיין היילן.


איך שרייב נאר פון זאכן וואס עס קומט מיר ארויף אין קאפ, פון וואס איך האב מיך אלץ צאמגעהערט איבער די ענינים. איך בין נישט קיין מומחה אין דע ענינים און איך קען נישט צייגן קיין מקורות.

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"ו סיון התשע"ג 11:06 #18250

  • Idontknow
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 658
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 0
שכח שטייג בידו און עבודת פארן אראפ נעמען פון אייער צייט און ענטפערן

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"ו סיון התשע"ג 11:48 #18251

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 5
א גרויסן ישר כח רבינו שטייג העכער
זייער קלאר
ס'קומט דיר ארויף אין קאפ גאנץ גוטע זאכן

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"ו סיון התשע"ג 11:56 #18252

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 8
איך וויל ראגירן קודם אויף די דאנק ווערטער פון וואנע בי, נאכער וועלן מיר גיין צו איי דאנט נוי'ס שאלות וואס אגב איז עס זייער גוטע שאלות וואס מען גייט אי"ה עס שיין אויסשמועסן.

וואנע בי דיין שכח האט מיך אויפגעברענגט א וויכטיגע נקידה וואס עס דארף ווערן ארויס געברענגט, איך זאג נישט אז דא איז דער פאל אזוי ווי איך גיי דא שרייבן, אבער אזוי ווי דעס האט מיך דערמאנט וועל איך עס דא אויסשמועסן.

איך וויל דאס ניצן מסביר צו זיין וואס האט א שייכות די גאנצע שיעור פון אמונה און בטחון מיט די 12 סטעפ פראגראם, מיר האבן שוין געזאגט און א פריעדיגע תגובה אז די געדאנק פון גלייבן און באשעפער וואס פירט די וועלט און האט מיך באשאפן און פירט מיך טאג טעגליך בכל עת ובכל רגע ובכל שעה מיט השגחה פרטיות וואס מיר ווייסן פון די תורה האבן מיר קיינמאל נישט בפועל אריין געלייגט און אינזער הרגש אויף למעשה, מיר שפירן באמת מער אז מיר קענען אליין פירן אינזער לעבן, העכסענס וועט מען בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל טוען אינזער רצון, פרעגט זיך א שאלה פארוואס איז טאקע נישט אריין און אינזערע ביינער און אינזער לעבן.

דער תירץ קען ענטפערן יעדער אדיקט וואס איז און די פראגראם פון 12 סטעפס, וזה הוא, מיר זענען איבערצייגט געווארן אז אינזער איגא, אינזער סעלפישקייט, אינזער סעלף סענטער'טקייט (די וועלט דרייט זיך ארום מיר) איז זייער א גרויסע חלק פון אינז, מילא ווען מיר האבן נאר געהערט שיינע ווערטער וועגן האבן אמינה האבן מיר עס געניצט פאר אינזער הנאה, דהיני, א געשמאקע דרשה, א מחיה צוהערן, סאיז געשמאק צו הערן אזעליכע ווערטער פון אמונה סאיז ממש מתוק לחיך, אבער עס האט זיך גענדיגט מיט א גרויסן שכח פאר די דרשה, אויף למעשה האבן מיר עס נישט גענימען ערנסט, ווייל צו לעבן מיט אמונה מיינט אויס איגא, איגא זאגט אינז מיר זענען קליג, מיר זענען שטארק, קיינער זאל מיך נישט העלפן, איך ווייס וואס איך האב צו טון, און לעבן מיט אמונה מיינט דעס אוועק ווארפן, קען זיך א מענטש פארשטעלן ווי אזוי ער גייט לעבן אן דעם, וואס הייסט און צו מיך ארויס פון זאגן א דעה און מיין אייגן לעבן, איינער אנדרשט פון מיר גייט פירן מיין לעבן, סאיז זייער שרעקעדיג.

ווייטער די פראגראם האט דיך געכאפט יעצט ביי א שווערע קרענק פון אדיקשן, ער האט דיך געכאפט און א מצב וואס די ביסט צובראכן און כמעט אדער אינגאנצן מיואש, ער האט דיך געטראפן און מצב וואס די זעהסט אליין אז דא קען זיך ענדיגן אזוי טראגיש, אז איך קען הארגענן מיין לעבן, מיין ווייבס לעבן, מיינע קינדער'ס לעבן, פאר מיין קרענק, יעצט זאגט דיר פראגראם, מיר האבן געזוכט רפואת פאר דיין מצב, מיר זענען געווען און דיין מצב, מיר זענען געווען און אסאך א ערגערע מצב, און מיר זענען שוין געווען אויפן וועג צום שטארבן און א ספעציעלן איינשטאלט פאר מענטשן וואס מען קען מיט זיי שוין גארנישט טוען, און אזוי ווי מיר האבן אריין געברענגט דעם אייבערשטן און אינזער מצב און מיר האבן זיך געלאזט פון אים פירן טאטאל, האבן מיר אנגעהויבן צרוק זיך צו היילן.

די פראגראם לערנט נישט קיין גלויבן, די פראגראם זאגט א וועג זיך צו היילן, פארפאלן מען האט נישט געטראפן קיין אנדער וועג, די דאקטר שרייבט און זיין בריוו פאר AA מיר האבן אלס געזעהן אז מיר פארפעלן עפעס ווען עס קומט צו באהאנדלן אדיקשן, און מיר האבן געזעהן די מציאות אז די פראגראם האט פארפילט וואס מיר האבן פארפעלט.

מיר אלס סעלפישע מענטשן באקומען יעצט די ערשטע מאהל און לעבן די מעסיטש, ווייל אינזער איגא איז מסכים מיט דעם אינגאנצן, יא פאר אינז זעלבסט וועלן מיר עס טוען, און מען הייבט אן צו פארשטיין אלעס וואס מען האט געלערנט פון אמונה און חדר, עס הייבט אן צו באקומען פירש המילות, זייט נישט באזארגט שפעטער און די פראגראם וועט מען ארבעטן ארויס צו קריכן פון אינזער סעלפישקייט, און מיר וועלן בלייבן מיט אינזער ריינע אמינה וואס מען האט מיט אינז געלערנט און די וויגעלע.

ווען מיר וואלטן אנגענומען די תורה מיט זעלבן ערנסטקייט, אזוי מיר זאגן כי הם חיינו ואורך ימינו דאס איז אינזער לעבן און אן דעם איז קיין לעבן נישט וואלטן מיר נישט אנגעקומען צו דעם אלעם, אבער די סעקילערער וועלט באשעוועט מיט כפירה, די באקוועמלעכקייט וואס די היינטיגע וועלט שטעלט צו זאגט הויך פאר יעדן קינד, די קענסט אליין, קיינער וועט דיר נישט איינטיילן, און הן המה היה בעכרינו, אבער דער אייבערשטער ווילן אינז יא האבן ביי זיין טיש ברענגט ער אינז צירוק אויף סיי וואסערע אויפן.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"ו סיון התשע"ג 12:13 #18253

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 8
איי דאנט נוי
פאר מיר גייען ווייטער מיט די נושא מיז דא ווערן אויסגעשמועסט איין וויכטיגע נקידה וזה הוא

לאמיר צוגיין גלייך צום משל.

דער שכל אנושי האט ערצייגט די קליגע כלי וואס הייסט קאמפיטער, ווי אויך איז דא א כלי וואס הייסט ראבאט, א מעשין און א געשטעל פון א מענטש וואס גיין און קומען וכדומה, ווען איך זאל יעצט וועלן אז דער קאמפיטער זאל קענען גיין און קומען אזוי ווי די ראבאט, וועל איך נישט קענען אויספירן מיין ווילן, פארוואס? ווייל דער וואס האט געמאכט די קאמפיטער האט עס נישט אזוי אהער געשטעלט, ווי קליג דער קאמפיטער זאל זיין וועט ער נישט קענען טוען נאר דאס וואס דער מענטש האט און אים אריין געפראגרעמט, די זעלבע מיט די קליגע ראבאט, נישט קיין חלוק ווי מאדערענע פארגעשריטענע כלי דאס איז וועט עס נישט קענען מחדש זיין אליין קיין זאכן, נאר וואס דער מעניפעקטשער האט און אים אריין געפראגרעמט דאס וועט ער קענען באווייזן.

די ערשטע זאך און אמינה איז מיר דארפן וויסן אז מיר זענען א פראדוקט פונעם אייבערשטן, און ער האט אינז אויסגעשטעלט מיט כוחות און פארשטאנד, אבער אינזער פארשטאנד קען נישט פארשטיין איין טראפ מער וואס ער האט און אינז אריין געפראגרעמט, יא, ער האט אינז באשאפן און א וועלט, וואס ער פירט און ער טוט אלעס, און מיט דעם אלעם וויל ער אז מיר זאלן טוהן געוויסע זאכן אליינס, און מיר זאלן נישט פארגעסן אז נאך אלס איז ער דער וואס טוט עס, לויט די יכולת וואס ער האט אריין געלייגט און אינזער שכל, וואלט אינזער שכל געזאגט ממה נפשך אויב טוט ער אלעס דארף איך דאך גארנישט טוען נישט קיין פרנסה נישט קיין געזניט א.ד.ג., און אויב איך טו אלעס פארוואס שטלפער איך מיך אן אויף טריט און שריט, דער מציאות זאגט דאך מיר אז איך קען נישט טוהן אלעס, אלא מאי איז דעס פון די זאכן וואס גייט העכער אינזער שכל, עפעס וואס האט אינז ערצייגט אז מיר זאלן פארשטיין זאכן, ער פארשטייט מער פון אינז, מיר קענען נאר מיט גיין מיט אים אזוי ווי די ראבאט וואס גייט מיט זיין בעל הבית.

דאס איז פשט ווען מען זאגט "דער אייבערשטער קען מיר טוען דאס וואס איך קען מיר אליינס נישט".
ווען א קאמפיטער וועט צובראכן ווערן, ווער וועט עס קענען פיקסן, נאר א טקנישן וועט קענען אריין קוקן דערון און ער וועט עס קענען פארעכטן, עס וועט נישט קענען קומען צוגיין א אנדערע קאמפיטער און פיקסן, פארוואס? ווייל דער קאמפיטער האט זיך נישט אליינס געמאכט, דער שכל אנושי האט עס ערצייגט מילא קען נאר ער עס פארעכטן אויב עס ווערט פארקריפלט, אפילו אויב איז דא געוויסע פעלער וואס די קאמפיטער קען זיך אליין פארעכטן פארשטייט יעדער אז דאס איז נאר ווייל דער שכל אנושי האט עס אזוי געפראגראמט.

די זעלבע איז מיט אינז מענטשן מיר קענען נישט טוען פאר זיך דאס וואס דער אייבערשטער קען, ווייל ער האט אינז געמאכט, מילא קען נאר ער אינז פארעכטן אויב מיר זענען פארקריפלט, און אפילו אויב מען זעהט יא אמאהל א גרויסע ספעציעליסט וואס קען אינז העלפן אפילו ער איז נאר א מענטש פינקט ווי אינז, דאס איז נאר ווייל דער אייבערטער האט אים אזוי געווייערט, ער האט אים געגעבן די כוחות דערצו, אבער ער און נאר ער איז דער העכערע כח פון אינז וואס קען אינז העלפן.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
לעצט פארראכטן: כ"ז סיון התשע"ג 12:34 דורך .

טעמע: צווייטע סטעפ - פראגן און ענטפער'ס כ"ז סיון התשע"ג 12:23 #18257

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 8
נאך איבער דעם ענין פון די 2טע סטעפס פאר אינז אידן

דער אור החיים ה"ק זאגט פרשת קרח אויפן פסוק למען אשר לא יקרב איש זר אשר לא מזרע אהרן, להקטיר קטרת לפני השם ולא יהיה כקרח וכעדתו
פרעגא ער פארוואס פעלט אויס די גאנצע אריכות פון דערמאנען דעם ולא יהיה כקרח וכעדתו לכאורה וואלט געניג געווען ווען עס שטייט לא יקרב איש זר וכל הקרב תבלענו הארץ?

זאגט ער אז אויב וועט ער נישט דערמאנען דאס וואס איז געשעהן מיט קרח קען אמאהל זיין איינער וואס וועט אים נישט בארירן בלויז דער לאו פון לבל יקרב איש זר, אבער מיטן דערמאנען ולא יהיה כקרח וכעדתו וועט דאס מער קיינער נישט צירירן.

די זעלבע זעהמיר און רש"י און פרשת אחרי וואס ברענגט דעם מדרש
רבי אלעזר בן עזריה אומר משל למה הדבר דומה לרופא שנכנס אצל החולה אמר ליה אל תשתה צונן ואל תשכב בטחב, בא
אחר ואמר לו אל תשתה צונן ואל תשכב בטחב שמא תמות כדרך שמת פלוני זה זרזו יותר מהראשון, לכך
נאמר דבר אל אהרן אחיך ואל יבא, ואם בא מת הוא שנאמר ואל יבא ולא ימות הא אם בא הוא מת כדרך
שמתו בניו, לכך נאמר אחרי מות שני בני אהרן

יעצט די זעלבע איז דא מיטן פראגראם, די פראגראם זאגט דיר נישט קיין חידושים און אמונה, עס קומט אינז נאר זאגן אז אויב רעדט זיך עס פון אדיקשן זאלסטו וויסן אז אויב די נעמסט אן אמונה פאר א שפיל ווען די ווילסט לאזט אריין דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן, און ווען די ווילסט טוען וואס די ווילסט, בעטסטו נישט פון אים קיין הילף אויב יא עפעס האסטו נאר מורא אז ער זאל דיר נישט שטערן דיין פלאן, און אויב די וועסט דיך יא ארום שפילן מיט אמונה וועסטו אויסזעהן.... שמא תמות כדרך שמת פלוני זה, דער פראגראם דערמאנט אינז אז מען רעדט נישט דא פון א סתם א בעטמטע נושא פון אמונה, נעם עס ערנסט ולא יהי' כקרח ועדתו, זאלסט נישט זיין ווי אנדערע קראנקע מענטשן וואס האבן פארקויפט זייער לעבן פאר זייער אדיקשן, און פארדעם דערהער מיר דעם מעסיטש הויך און קלאר פון די פראגראם.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: פראגן און ענטפער'ס כ"ז סיון התשע"ג 12:27 #18258

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 5

א גרויסן דאנק דיר הר"ר עבודת הבורא פאר די קלארע באלערנדע ווערטער
ס'ווינדערט מיך נאר פארוואס די קומסט נישט ארויס מיט א ספר איך האלט אז עס וואלט געווען א בעסט סעלער

טעמע: צווייטע סטעפ - פראגן און ענטפער'ס כ"ז סיון התשע"ג 12:36 #18260

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 8
שכח פארן שכח
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: צווייטע סטעפ - פראגן און ענטפער'ס כ"ז סיון התשע"ג 13:41 #18264

  • בן למקום
  • איצטיגע שטרעקע: 40 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 394
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 2
ס'איז א גרויסע מחלוקת צו אויב מ'בעט אז דער רבש"ע זאל מיר העלפען לויט מיינע פלענער איז א סתירה צו בטחון
ס'איז דא וואס האלטן אז נישט! ר' עזריאל טויבער ביי זיינע שבתים האט א גאנצע שיעור נאר פון דעם ער רופט עס אן בטחון א' און בטחון ב'
איך געדענק נישט יעצט פונקטליך איך דארף איבער הערן די טעיפ ועוד חזון למועד
וועגן תפילה לכאורה אז מ'גלייבט אז דער רבש"ע האט ביי ששת ימי בראשית שוין באשטימט פונקטליך אלעס וואס ס'דארף פאסירן מיט'ן מענטש עד סוף כל הדורות, וואס איז שייך צו בעטן ? וואס ס'איז דיר באשערט וועסטו סייווי באקומען און וואס נישט וועסטו נישט
נאר ס'שטייט ואדם אין לעבוד את האדמה מיינט אז ס'איז נישט געווען ווער ס'זאל בעטן פאר רעגן ביז אדם הראשון האט מתפלל געווען
דאמאלס איז געווען ואיד יעלה מן הארץ והשקה וכו', פשט איז דער רבש"ע האט אזוי באשאפען די וועלט אז כדי די זאלסט באקומען וואס ס'איז דיר באשערט מיזטו בעטן דערפאר, ר' עזריאל זאגט א משל דערויף אז איינער האט גערופען אן עלעקטערישן אריינצוציען עלעקטעריק אין זיין נייע דירה, ווען ער האט געענדיגט האט דער בעה"ב אריין געלייגט א באלב אין ער ווארט אז ס'זאל ווערן ליכטיג אבער ס'גייט נישט ס'איז פינסטער פונקט ווי פריער, ער רופט שנעל אריבער דעם אומן מיט איין בהלה וואס גייט דא פאר? דער געט א קוק זעט ער אז ער האט פשוט נישט אנגעצינדן די סוויטש זאגט ער אים איך קען ציען וויפיל לעקטער די ווילסט, אויב די וועסט נישט ארויפריקען די סוויטש וועט ליכטיג נישט ווערן
די זעלבע תפלה איז אזויווי א סוויטש אראפצוברענגען אלע השפעות וואס עס פעלט זיך אויס, ממילא איך דארף דאווענען אויף אלע גוטע זאכן
ווייל אן תפילה וועל איך עס נישט באקומען (כידוע המעשה מהבעש"ט) אין טאקע נאכדעם וואס איך האב געדאווענט אין איך זע אז איך האב עס נישט באקומען איז א סימן אז ס'איז מיר נישט געווען באשערט, און מ'דארף דאנקען השי"ת אויף וואס מ'האט יא, און אביסל שארף אפילו אויף וואס מ'האט נישט, ווייל ס'קען אז די זאך איז א סכנה פאר דיר ברוחניות אדער בגשמיות און נאר דער רבש"ע ווייסט דערפון
זאל דער רבש"ע העלפען אז אלע אידן זאלן געבענטשט ווערן ממעון הברכות מיט אלעם גוטן 
לעצט פארראכטן: כ"ז סיון התשע"ג 13:44 דורך .

טעמע: צווייטע סטעפ - פראגן און ענטפער'ס כ"ז סיון התשע"ג 14:12 #18265

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 5
עקסעלענט א ריכטיגער בן למקום

וועגן בטחון א'-ב'

רבינו יונה (משלי ג' כ"ו) זאגט אז ווען א איד האט די בטחון אז הכל בידו יתברך, און ער איז א מטיב ורחמן, האט ער א געפיל פון "האפענונג" (תקוה=האפענונג, בטחון=פארזיכערונג) אז זיינע תפלות וועלן נתקבל ווערן, אין זיין מצב וועט ווערן טוב בגלוי, ער זאגט אז דאס קען מען אויך רופן בטחון וויבאלד דאס איז א צווייג פון בטחון,



דהיינו 2 מדריגות, זה למעלה מזה,



דער תירץ קען ענטפערן יעדער אדיקט וואס איז און די פראגראם פון 12 סטעפס, וזה הוא, מיר זענען איבערצייגט געווארן אז אינזער איגא, אינזער סעלפישקייט, אינזער סעלף סענטער'טקייט (די וועלט דרייט זיך ארום מיר) איז זייער א גרויסע חלק פון אינז, מילא ווען מיר האבן נאר געהערט שיינע ווערטער וועגן האבן אמינה האבן מיר עס געניצט פאר אינזער הנאה, דהיני, א געשמאקע דרשה, א מחיה צוהערן, סאיז געשמאק צו הערן אזעליכע ווערטער פון אמונה סאיז ממש מתוק לחיך, אבער עס האט זיך גענדיגט מיט א גרויסן שכח פאר די דרשה, אויף למעשה האבן מיר עס נישט גענימען ערנסט, ווייל צו לעבן מיט אמונה מיינט אויס איגא, איגא זאגט אינז מיר זענען קליג, מיר זענען שטארק, קיינער זאל מיך נישט העלפן, איך ווייס וואס איך האב צו טון, און לעבן מיט אמונה מיינט דעס אוועק ווארפן, קען זיך א מענטש פארשטעלן ווי אזוי ער גייט לעבן אן דעם, וואס הייסט און צו מיך ארויס פון זאגן א דעה און מיין אייגן לעבן, איינער אנדרשט פון מיר גייט פירן מיין לעבן, סאיז זייער שרעקעדיג.

ווייטער די פראגראם האט דיך געכאפט יעצט ביי א שווערע קרענק פון אדיקשן, ער האט דיך געכאפט און א מצב וואס די ביסט צובראכן און כמעט אדער אינגאנצן מיואש, ער האט דיך געטראפן און מצב וואס די זעהסט אליין אז דא קען זיך ענדיגן אזוי טראגיש, אז איך קען הארגענן מיין לעבן, מיין ווייבס לעבן, מיינע קינדער'ס לעבן, פאר מיין קרענק, יעצט זאגט דיר פראגראם, מיר האבן געזוכט רפואת פאר דיין מצב, מיר זענען געווען און דיין מצב, מיר זענען געווען און אסאך א ערגערע מצב, און מיר זענען שוין געווען אויפן וועג צום שטארבן און א ספעציעלן איינשטאלט פאר מענטשן וואס מען קען מיט זיי שוין גארנישט טוען, און אזוי ווי מיר האבן אריין געברענגט דעם אייבערשטן און אינזער מצב און מיר האבן זיך געלאזט פון אים פירן טאטאל, האבן מיר אנגעהויבן צרוק זיך צו היילן.

די פראגראם לערנט נישט קיין גלויבן, די פראגראם זאגט א וועג זיך צו היילן, פארפאלן מען האט נישט געטראפן קיין אנדער וועג, די דאקטר שרייבט און זיין בריוו פאר AA מיר האבן אלס געזעהן אז מיר פארפעלן עפעס ווען עס קומט צו באהאנדלן אדיקשן, און מיר האבן געזעהן די מציאות אז די פראגראם האט פארפילט וואס מיר האבן פארפעלט.

מיר אלס סעלפישע מענטשן באקומען יעצט די ערשטע מאהל און לעבן די מעסיטש, ווייל אינזער איגא איז מסכים מיט דעם אינגאנצן, יא פאר אינז זעלבסט וועלן מיר עס טוען, און מען הייבט אן צו פארשטיין אלעס וואס מען האט געלערנט פון אמונה און חדר, עס הייבט אן צו באקומען פירש המילות, זייט נישט באזארגט שפעטער און די פראגראם וועט מען ארבעטן ארויס צו קריכן פון אינזער סעלפישקייט, און מיר וועלן בלייבן מיט אינזער ריינע אמינה וואס מען האט מיט אינז געלערנט און די וויגעלע.

ווען מיר וואלטן אנגענומען די תורה מיט זעלבן ערנסטקייט, אזוי מיר זאגן כי הם חיינו ואורך ימינו דאס איז אינזער לעבן און אן דעם איז קיין לעבן נישט וואלטן מיר נישט אנגעקומען צו דעם אלעם, אבער די סעקילערער וועלט באשעוועט מיט כפירה, די באקוועמלעכקייט וואס די היינטיגע וועלט שטעלט צו זאגט הויך פאר יעדן קינד, די קענסט אליין, קיינער וועט דיר נישט איינטיילן, און הן המה היה בעכרינו, אבער דער אייבערשטער ווילן אינז יא האבן ביי זיין טיש ברענגט ער אינז צירוק אויף סיי וואסערע אויפן.


דהיינו אלעס וואס מו"ה בן למקום שרייבט איז אמת
למעשה אבער איינער וואס איז אן עדיקט אויף וואס דארף ער ארבעטן?
ווען איינער איז א גערעיגטער  דארף ער ארבעטן אויף כעס  אויב וועט ער ארבעטן אויף אן אנדער מדה וועט נישט אויסגעהיילט ווערן די כעס
קומט יעצט די פראגרעם און זאגט אונז;
"מיר האבן אריינגעקוקט און די נאטורן פונעם עדיקט, און מיר זעען די זאכן אויף וואס ער דארף ארבעטן"
יעצט ווער עס וויל מצליח זיין מיטן פראגרעם דארף ער זעען צו ארבעטן אויף די זאכן וואס מ' האט אים מגלה געווען אז דארט זאל ער ארבעטן

טעמע: צווייטע סטעפ - פראגן און ענטפער'ס כ"ז סיון התשע"ג 19:42 #18270

  • WannaBeEhrlich
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 340
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0
קודם פאר הרב עבודת, איך זעה נישט פונקטליך וועלכע ווארט אין מיין ש'כח האט דיך ערוועקט צו שרייבן אזא שיינער שמועס, אבער הוָ קעירס, העמיר דארפן אביסל אפטער ש'כח'ן...
יעצט סיריעסלי, ס'איז הערליך שיינע און קלארע ווערטער קילורין לעינים, מתוקין לחיך וחומר למחשבה, יישר כחכם! (נישט סתם ווי א ש'כח נאך א דרשה...)

און א דאנק בן למקום, שוין געהערט כמ"פ דעם רעיון מיט'ן משל, אבער חזרה איז זייער וויכטיג ובפרט אין עניני אמונה. ייש"כ פאר'ן מעתיק זיין די שיינע ווערטער.

טעמע: צווייטע סטעפ - פראגן און ענטפער'ס כ"ז סיון התשע"ג 20:27 #18274

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 8
שכח פאר אלע חברים פארן שכח

בידו האסט זייער גוט געזאגט, וויבאלד מיר האבן דא צוטוען מיט אדיקשן זיכן מיר אויף די מהלך פון אמונה און בטחון, און תניא און אגרות קדש רעדט ער פון אמונה אויף דעם אופן

להשכילך בינה. כי לא זו הדרך ישכון אור ה' להיות חפץ בחיי בשרים ובני ומזוני כי ע"ז ארז"ל בטל רצונך כו' דהיינו שיהי' רצונו בטל במציאות ולא יהיה לו שום רצון כלל בעניני עולם הזה כולם הנכללים בבני חיי ומזוני וכמארז"ל שע"כ אתה חי:

וביאור הענין הוא רק אמונה אמיתית ביוצר בראשית דהיינו שהבריאה יש מאין הנק' ראשית חכמה והיא חכמתו שאינה מושגת לשום נברא הבריאה הזאת היא בכל עת ורגע שמתהוים כל הברואים יש מאין מחכמתו ית' המחיה את הכל וכשיתבונן האדם בעומק הבנתו ויצייר בדעתו הווייתו מאין בכל רגע ורגע ממש האיך יעלה על דעתו כי רע לו או שום יסורים מבני חיי ומזוני או שארי יסורין בעולם הרי האין שהיא חכמתו יתברך הוא מקור החיים והטוב והעונג והוא העדן שלמעלה מעוה"ב רק מפני שאינו מושג לכן נדמה לו רע או יסורים אבל באמת אין רע יורד מלמעלה והכל טוב רק שאינו מושג לגודלו ורב טובו וזהו עיקר האמונה שבשבילה נברא האדם להאמין דלית אתר פנוי מיני' ובאור פני מלך חיים וע"כ עוז וחדוה במקומו הואיל והוא רק טוב כל היום וע"כ ראשית הכל שישמח האדם ויגל בכל עת ושעה ויחיה ממש באמונתו בה' המחיה ומטיב עמו בכל רגע ומי שמתעצב ומתאונן מראה בעצמו שיש לו מעט רע ויסורין וחסר לו איזה טובה והרי זה ככופר ח"ו וע"כ הרחיקו מדת העצבות במאד חכמי האמת. אבל המאמין לא יחוש משום יסורין בעולם ובכל עניני העולם הן ולאו שוין אצלו בהשוואה אמיתית ומי שאין שוין לו מראה בעצמו שהוא מערב רב דלגרמייהו עבדין ואוהב א"ע לצאת מתחת יד ה' ולחיות בחיי עו"ג בשביל אהבתו א"ע וע"כ הוא חפץ בחיי בשרים ובני ומזוני כי זה טוב לו ונוח לו שלא נברא כי עיקר בריאת האדם בעוה"ז הוא בשביל לנסותו בנסיונות אלו ולדעת את אשר בלבבו אם יפנה לבבו אחרי אלהים אחרים שהם תאוות הגוף המשתלשלים מס"א ובהם הוא חפץ או אם חפצו ורצונו לחיות חיים אמיתים המשתלשלים מאלקים חיים אף שאינו יכול:

(צריך עיון. ובאיזה כתב יד ליתא תיבות אלו [אף שאינו יכול] ובנוסחא אחרת מצאנו כך. "או אם חפצו ורצונו אף שאינו יכול לחיות חיי אמיתים כו'". ולפי נוסחא זו נראה שתיבות [אף שאינו יכול] הוא מאמר מוסגר).:

ויאמין שבאמת הוא חי בהם וכל צרכיו וכל עניניו משתלשלים באמת בפרטי פרטיותיהם שלא מס"א כי מה' מצעדי גבר כוננו ואין מלה כו' ואם כן הכל טוב בתכלית רק שאינו מושג ובאמונה זו באמת נעשה הכל טוב גם בגלוי שבאמונה זו שמאמין שהרע הנדמה בגלוי כל חיותו הוא מטוב העליון שהיא חכמתו יתברך שאינה מושגת והיא העדן שלמעלה מעוה"ב הרי באמונה זו נכלל ומתעלה באמת הרע המדומה בטוב העליון הגנוז:
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: צווייטע & דריטע סטעפס - פראגן און ענטפער'ס כ"ח סיון התשע"ג 12:21 #18276

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 8
נאך וועגן אמונה וואס מיר דארפן פראקטעצירן לויט אינזערע מצב

די גמרא און ערכין זאגט
עד היכן תכלית יסורין - רש"י סוף מדת יסורין כלומר יסורין שאין פחותין מהן
אמר רבי אלעזר כל שארגו לו בגד ללבוש ואין מתקבל עליו - רש"י שאינו למדתו כהגון וצער הוא לו
רבא זעירא ואיתימא רבי שמואל בר נחמני גדולה מזו אמרו אפילו נתכוונו למזוג בחמין ומזגו לו בצונן בצונן ומזגו לו בחמין
מר בריה דרבינא אמר אפילו נהפך לו חלוקו - רש"י שלא לבשה כסדר וצריך להופכה ולפושטה
רבא ואיתימא רב חסדא ואיתימא רבי יצחק ואמרי לה במתניתא תנא אפילו הושיט ידו לכיס ליטול שלש ועלו בידו שתים - רש"י איכא טירחא למיהדר ולמשקל שלישית
וכל כך למה - רש"י כלומר למאי הילכתא הוו יסורין
דתניא דבי רבי ישמעאל כל שעברו עליו ארבעים יום בלא יסורין קיבל עולמו - רש"י כל מנוחתו לעתיד ואי עבר עליה חד מהנך הרי הוא יסורין

און אינזער שפראך ניצט מען די ווארט תכלית פאר ציל, (לדוגמא דער תכלית פון וואס איך טו יעצט איז דעס) מיר ווייסן אז די תכלית פארוואס דער אייבערשטער שיקט אויף א מענטש יסורים איז אים מזכך זיין און ברענגן נענטער צו זיך, קען מען זאגן אז ווען די גמרא פרעגט עד היכן תכלית יסורין, פרעגט ער אזוי ווי רש"י זאגט ווי גרויס דארף זיין יסורים אז עס זאל ברענגן צום תכלית דערפון וואס דאס איז נאנטקייט צום אייבערשטן, אויף דעם זעהן מיר וואס די גמרא ענטפערט אפילו סאיז נאר אזא קלייניקייט ווי ער טוט זיך אן העמעד און ער זעהט אז עס איז נישט זיין סייז, זאגט די גמרא, אויב וועט ער דעס אנעמען און אויסניצן פאר נאנטער ווערן צום אייבערשטן דורכן צולייגן קאפ און נישט ווערן גערעגט, נאר געדענקן אז די קליינע זאך איז אויך פון אייבערשטן און עס האט א חשבון און אזוי האט עס געדארפט זיין, און אזוי ווייטער וואס די גמרא רעכענט אלס אויס ער זיך געוואלט אנגיסן ווארעם'ס און ער האט געגאסן קאלט, געדענק דאס איז א חלק פונעם אייבערשטנס פלאן פאר דיר היינט, סאיז נישט געשעהן א טעות וואס סאיז דא אויף וואס זיך צו רעגן, ווייטער ער טוט זיך אן פארקערט די העמד, ער נעמט ארויס פון טאש א אנדער מטבע וואס ער האט געוואלט, און אנדערע ווערטער עס בלייבט נישט איבער אזאך וואס איז נישט מידו של הקב"ה אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה, און אויף יעדע זאך דארף מען זיך האלטן ראיג, ווייל עס וואלט אבסעלוט נישט געקענט זיין אנדרש.

דאס פרעגט טאקע די גמרא וכל כך למה ווי רש"י זאגט פארוואסערע צוועק איז דעס יסורים ענטפערט די גמרא דתניא דבי רבי ישמעאל כל שעברו עליו ארבעים יום בלא יסורין קיבל עולמו און ער וועט שוין נישט באקומען אויף יענע וועלט, אבער אויב איינער האט איינע פון די יסורים וואס מען האט דא אויסגערעכנט הייסט עס יא אז ער האט געהאט יסורים, לכאורה פארוואס הייסט דעס יסורים, ווייל אויב עס האט געברענגט צום תכלית און ער האט עס אנגענימען און אויסגעניצט זיך צו פארבינדן מיטן אייבערשטען האט דאס די זעלבע ניצן ווי גרויסע יסורים.

דאס זעהן מיר אויך און די תניא וואס מיר האבן געברענגט אז סוף כל סוף וועט זיך ביי דער סארט מאמין באמת אויסדרייען אלעס צום גוטן, ווייל אויב ער איז צוגעקומען צום תכלית פון יסורים דארף ער שוין נישט די גרויסע יסורים.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
לעצט פארראכטן: כ"ח סיון התשע"ג 12:22 דורך .

טעמע: צווייטע & דריטע סטעפס - פראגן און ענטפער'ס כ"ח סיון התשע"ג 12:28 #18277

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 8
שאלה
לכאורה אויב דארפן מיר זיין ראיג און צפרידן מיט אלעס וואס געשעהט מיט אינז, ווייל דאס איז רצון השם, פיין און וואויל, אבער מיר ווייסן דאך אז עס איז דא אזא זאך ווי א בעל בחירה וואס האט א כח צו טוען שלעכטס פאר א צווייטן מיט זיין כח הבחירה, פארוואס זאל דאס אינז נישט באימראיגן אינזער געוויסן?
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
לעצט פארראכטן: כ"ט סיון התשע"ג 10:11 דורך .

טעמע: צווייטע & דריטע סטעפס - פראגן און ענטפער'ס כ"ח סיון התשע"ג 12:32 #18278

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 8
דער תירץ אויף דעם איז אז די פראגראם האט פאר דעם צוועק גאנצע 4 (פערטע פיפטע זעקסטע זיבעטע) סטעפס וואס געט זיך אפ מיט די אלע סארט ווייטוגען וואס מיר האבן צווישן אינז און אנדערע מענטשן וואס זענען בעלי בחירה.

דער חידוש איז גאר גרויס ווען מיר וועלן קודם געוואהר ווערן אז רוב זאכן ווייטוגען וואס מיר האבן כלפי די אנדערע בעלי בחירה ליגט ענדרשט און אינזער בחירה זיך צו ארבעטן אויף אינזערע האקעלע הינער אויג וואס דאס איז אינזער איגא אינזער שרעקליכע דראנג צו זיין פארזיכערט פינאציעל, און אינזער תאווה.

גענוי די ווערטער זאגן אינזער הייליגע חכמים הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם, האב איך אמאהל געהערט אז די משנה קומט פארענטפערן א הארבע קשיא, מיר ווייסן דאך אז דער אייבערשטער איז א טוב ומטיב לכל, און דער גאנצער תכלית הבריאה איז געווען להטיב לזלתו, ווי קען זיין אזא מציאות וואס מיר זעהן און די היינטיגע צייטן אז א גרעסערע חלק וועלט ליידט אויף דיפרעסיע, איז דאס דער אייבערשטער'ס וועלט וואס איז באשאפן געווארן בלויז כדי להטיב לברואיו, דער תירץ זאגט אינז די משנה הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם, איינער וואס איז אנגעשטעקט (און ווער איז נישט למחצה לשליש ולרביע) מיט די אויבנדערמאנטע מידות איז ער נישט און אייבערשטנס וועלט, ער איז און זיין אייגענע וועלט, אויב ווילסטו זיין און אייבערשטנס וועלט איז דא א שליסל וואס די דארפסט נעמען און אויפמאכן די טיר דאן קענסטו דארט אריין גיין, און ווען די וועסט זיין דארט וועט דיר זיין פיין און וואויל, דארט ליידט קיינער נישט אויף דיפרעשען, און דאס שליסל איז זיך אויסארבעטן און די דריי מידות פון קנאה תאוה און כבוד, און אויף דעם איז געשטעלט די פערטע פיפטע זעקסטע זיבעטע סטעפס.

היוצא לנו מכל זה אויף צו פארענטפערן אינזער קשיא פון בעלי בחירה, די ערשטע זאך דארף מען קודם ארבעטן אויף די אויבנדערמאנטע מידות, נאכדעם וועט מען געואר ווערן אז אויב א בעל בחירה קען דיר עפעס שלעכטס'ס טוען איז דאס אינז אליין אסאך מער פון סיי וועליכע אנדערע בעלי בחירה, נאך די גאנצע ארבעט ווערט די גאנצע קשיא פון בעלי בחירה כמעט צוגאנגן, ווייל נאכן ארבעטן אויף אינזערע מהות אז עס זאל נישט זיין להוט צו דינען די איגא און עס זאל נישט זיין להוט בכלל צו זיין אייגענע רצונות, שטעלט זיך ארויס די ריאליטעט קלאר פאר אינזערע אויגן, אז עס בלייבט איבער זייער א קליינע פארצענט וואס א בעל בחירה וויל דיר אפילו עפעס שלעכטס טוען, אבער די ביסל וואס בלייבט נאך יא איבער דאס איז שוין נישט אזוי שווער ארויף צולייגן אויפן אייבערשטן, ווי מיר זעהן ביי די אחי יוסף וואס דארטן זעהן מיר דאך ווי ראובן האט נאר געוואלט אז מען זאל אים אריין לייגן און גרוב די סיבה איז געווען ווייל ער האט געוואלט אז ער זאל נישט ליגן און די הענט פון בעלי בחירה וואס מען קען פון זיי נישט ניצל ווערן, אבער און גרוב וועט ווי עס איז דא נחשים ועקרבים וואס זענען נישט קיין בעלי בחירה וועלן זיי אים סיי ווי גארנישט קענען טוען אויב עס איז נישט די רצון השם, אבער דער אייבערשטער האט געוויזן ביי די מעשה יוסף גופא אז א בעל בחירה קען מאכן פלענער און קען טאקע אויספירן וואס ער וויל אבער אויב דעם אייבערשטנס רצון איז פארקערט זעהט מען ווי די מעשים וואס די שבטים האבן געוואלט טוען כדי ונראה מה יה' חלמתיו הא גופא איז געווען די גורם און די סיבה אז עס זאל יא מקיום ווערן זיינע חלומת.

דאס מיינט אז אפילו עס איז דא אזא זאך ווי א בעלי בחירה אבער אויב מען איז נאנט מיטן אייבערשטן און מען לאזט זיך פירן פון אייבערטשן איז נישט דא פון וואס מורא צו האבן.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
לעצט פארראכטן: כ"ט סיון התשע"ג 10:47 דורך .

טעמע: צווייטע & דריטע סטעפס - פראגן און ענטפער'ס ג' תמוז התשע"ג 18:40 #18301

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 8
די דריטע סטעפ
3. געמאכט א החלטה איבער צו געבען אונזער ווילן און אונזער לעבן אינטערן שוץ פונעם אייבערשטן לפי השגתינו.
“Made a decision to turn our will and our lives over to the care of God, as we understood Him”

לויט ווי איך פארשטיי האט נישט א איד דאס געשריבן, זעהט עס נישט אויס ח"ו אז מען רירט דא אן זייער האקעלע זאכן, מען דארף דאס קלאר מאכן פאר מען געט א טרעט פאראויס.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
לעצט פארראכטן: ד' תמוז התשע"ג 11:33 דורך .

טעמע: צווייטע & דריטע סטעפס - פראגן און ענטפער'ס ד' תמוז התשע"ג 11:53 #18304

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 8
און אמתן האט מען דאס שוין בארירט און דעם דאזיגן נושא אבער מיר וועלן מרחיב זיין אביסל את הדבר ע"י משל ונמשל

איין שיינעם פרימארגן וועק מען זיך אויף צו די נייעס וואס ליינט זיך ווי פאלגענד.

עס האט זיך נארוואס גענדיגט א גרויסע שטאדיע פון די גרעסטע דאקטורים אויף די וועלט, פון א ציזאמשטעל פון די גרעסטע ינעוווערזיטעטן פון איבער די גארער וועלט וואס האבן געארבעט אויף דעם וויכטיגע פאריעקט שוין פאר די לעצטע צעהן יאר, אז די מענטשן וואס עסן חזיר פלייש שטארבען פריצייטיג, און חזיר פלייש איז גאר א שעדליכע זאך וואס גייט פארבאטן ווערן עמטליך דורך די פעדעראלע העלט דיפארטמענט א.א.וו.

פאר אינז אידן מיינט אזא נייעס גארנישט סאיז נישט מעלה און סאיז נישט מוריד אויף למעשה, אבער וואס מיר וועלן קענן ארויס לערנען פון דעם איז, אז אזא זאך וואס איז אזוי מסוכן פאר א מענטש'ס געזינט, האט אינז דער אייבערשטער שוין פארבאטן פאר איבער דריי טויזענט יאר צירוק, ער וואס האט אינז באשאפן און האט באשאפן די באשעפעניש וואס הייסט חזיר האט געוויסט אז דאס איז נישט געזינט פארן מענטש נישט ברוחניות און נישט בגשמיות האט ער אינז באפוילן ווי א געטרייע טאטע וואס לאזט נישט דעם קינד טוהן זאכן וואס איז פאר אים נישט גיט אפילו דאס קינד וועט עס נישט פארשטיין, (עיין בספר החינוך בשורשי המצוות) און דער גוי צילוב דעם וואס ער האט נישט מקבל געווען די תורה קען ער דאך נישט וויסן וואס איז גוט און וואס נישט נאר דורך זיינע אייגענע שטאדיע'ס, יעדע ערליכע איד וועט ראגירן צו אזא נייעס מיטן ברוך אלוקינו שבראנו לכבודו. (איך האב אנגעכאפט חזיר פאר א משל אבער באופן כללי איז עס מעשים בכל יום ווי מען טוישט די געזעצן ביי די אמות העולם טאג און נאכט אלס ווייל אלעס וואס מעגן יא אדער נישט איז לפי שכלם וואס איז זייער באגרענצט נאר צו שטאדיע'ס און פריווען, מה שאין כן דער וואס האט מעניפעקטשערט א זאך אליין פון אנהייב ביזן סוף וועט ארויס האבן און וויסן וואס יא און וואס נישט, אן דעם וואס ער זאל עס שטאדירן.)

יעצט לאמיר אריבער גיין צו ר' תנחום וואס איז נארוואס געווארן א בעל תשובה און ער מיטשעט זיך נאך ארום זייער מיט זיין אלטע וועג פון לעבן, און זיין נייע וועג אלס בעל תשובה, פון צייט צו צייט כאפט אים אן א תאוה צו א פעטע שטיקל חזיר, אבער נאכן הערן די נייע שטאדיע העלפט אים דאס שטארק ארויס מיט דעם נסיון.

עס איז קלאר אז די שטאדיע האט נישט קיין שייכות מיט די תורה, אפילו ביידע זאגן להבדיל די זעלבע זאך אז חזיר טאר מען נישט עסן, ווייל וויבאלד עס איז בלויז פארבאטן דורך א שטאדיע קען עס זיך נאכאלס אויסשטעלן צו זיין קעגו די תורה, לדוגמה זיי קענען ארויס קומען און זאגן אז אויב מען וועט טריטן דעם חזיר מיט עפעס א קעמיקל דעמאלטס גייט ארויס אלע שעדליכע זאכן דערפון און דעמאלטס וועט מען עס יא קענען עסן, מילא ר' תנחום וועט נאר נעמען פון דעם שטאדיע די חיזוק נישט צו עסן דעם חזיר אבער ער וועט עס נישט נעמען אזוי ווי זיי זאגן עס.

די פראגראם האט גארנישט מיט קיין אמונה, עס  זיכט א רפואה פאר זיין מחלה, און ער האט עס געטראפן, א חלק פון די דרכי רפואה איז, אז ער מיז גלייבן אז ער פירט נישט זיין לעבן און זיינע הצלחות איז נישט געוואנדן און אים עס איז דא א העכערע כח וואס פירט אים, און ער דארף זיך פארלאזן אויף אים.

פאר אן א ערליכע איד וואס איז באמת נאנט מיטן אייבערשטן איז איין נפקא מינה וואס דער גוי זאגט וועגן דעם, אבער פאר אזעליכע ר' תנחום'ס וואס זענען ווייט פון די מהלך און לעבן, אפילו ער גלייבט אבער נישט מיט אזא גלייבוינג וואס ברענגט די געפאדערטע מנוחת הנפש וואס מיר דארפן פאר אינזער רפואה, ווען מיר הערן וואס דער גוי זאגט דערוועגן, העלפט עס אינז אריין צו קומען דערין, אזוי ווי די שטאדיע האט געהאלםן פאר ר' תנחום.

אוודא דארפן מיר זיכער מאכן אז עס שטימט מיט די תורה, און ווען מיר וועלן דאס טוהן וועלן מיר זעהן אז די פראגראם גרינדער ווען זיי רעדן פון דעם באשעפער וואס דער מענטש דארף גלייבן כדי ער זאל זיך קענען היילן, רעדן זיי פון דעם באשעפער וואס האט אינז (מענטשן) באשאפן, און ער פירט אלעס, יעדע ריר און מיין לעבן איז מיט השגחה פרטיות, ער האט באשאפן אלע מענטשן און אלעס וואס געשהט און די וועלט טוט ער, ער האט אינז ליב און וויל נאר אינזער גוטס, ער איז אלעמאהל דא אויסצוהערן אינזערע תפילות, א.א.וו.

סאיז אינז נישט קיין נ"מ וואס ער זאגט וועגן די אנדערע אני מאמין'ס ווייל אפילו די אני מאמין'ס וואס זענען פארבינדן מיט דעם, נעם איך אויך נישט פון אים, אזוי ווי ווען איך עס נישט קיין חזיר איז דאס מכח די תורה און נישט מכח די די שטאדיע, די זעלבע איז מיט דעם, איך האב אמונה ווייל איך דארף האבן אמונה, אבער איך נעם ארויס פון דעם פראגראם וואס עס קען מיר העלפן און מיין אמונה, יעצט וויבאלד עס איז און איינקלאנג מיט די תורה קענען מיר ראיג אנעמען די דרכי רפואה פון די פראגראם אפילו זיי רעדן פון אמונה, ווייל דעס אז זיי רעדן פון אמונה געט אינז נאר חיזוק און אינזער אמונה, ווייל אויב פשוטע גוים האבן מסיח לפי תומם זיכנדיג א רפואה פאר זייער שטערבלעכע מחלה איינגעזעהן אז נאר מיט די אמונה איז דער לעבן א לעבן, און עס שטעלט זיך ארויס אז די אמונה פון וואס זיי רעדן איז ממש גענוי די איבערטייטש פון עטליכע פון די אני מאמין'ס, געט אינז דאס חיזוק און קארזש אז משה אמת ותורתו אמת.

אזוי ווי ר' תנחום נעמט חיזוק פון די שטאדיע, און עס וועט נישט זיין קיין הווא אמונה פאר ר' תנחום אז ער זאל נאכלאזן פון זיין אידישקייט און נאר מקיים זיין די איינע לאוו פון נישט עסן חזיר, נאר אדרבה פון דעם וועט ער נעמען א ראי' אז ער האט געמאכט דעם גוטן אויסוואל, מיט דעם וואס ער האט חוזר געווען בתשובה באלאנגט ער צו א פאלק וואס מען האט זיי שוין באהיטן פון אלעם בייזן דורך דער באשעפער וואס ווייסט פון בעפאר אלסדינג, די זעלבע ווערט און אינז אויך נתחזק די אמונה ווען מיר טרעפן די געוואלדיגע אוצרות אויף אזא מסיח לפי תומו'דיגן אופן, דאס געט אינז חיזוק און אנערקענונג אז מיר געהערן צום עם הנבחר וואס האט איבערגענימען די תורה פון אייבערשטן אליין און ווייזט דעם ריכטיגן וועג פון לעבן.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
לעצט פארראכטן: ה' תמוז התשע"ג 12:10 דורך .

טעמע: צווייטע & דריטע סטעפס - פראגן און ענטפער'ס ה' תמוז התשע"ג 12:02 #18308

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 8
די דריטע סטעפ
געמאכט א החלטה איבער צו געבען אונזער ווילן און אונזער לעבן אינטערן שוץ פונעם אייבערשטן לפי השגתינו.
“Made a decision to turn our will and our lives over to the care of God, as we understood Him

וואס איז די איבערטייטש פון די ווערטער "דער אייבערשטער ווי אזוי מיר פארשטייען אים"
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
לעצט פארראכטן: ה' תמוז התשע"ג 12:05 דורך .

טעמע: צווייטע & דריטע סטעפס - פראגן און ענטפער'ס ו' תמוז התשע"ג 12:47 #18314

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2704
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 8
איך דארף קלאר מאכן איידער איך ענטפער, אז איך רעדט נאר לפי מיין קוק ווינקל, לויט מיין מצב בעת איך האב געטראפן די פראגראם.

ספרי מוסר וחסידות
איך וויל קודם אראפ ברענגן א שטיקל וואס ר' יעקב ליפשיץ ז"ל וואס איז געווען די רעכטע ביי ר' יצחק אלחנן פון קאוונע, א אויסגעקאכטע איד וכו. שרייבט און זיין ספר זכרון יעקב, זאגט ער בערך אזוי, מיר ווייסן אלע אז חוץ חומש רש"י און גמרא תוס' האבן אידן און אלע דורות געהאט אן עקסטער לימוד וואס איז געווען מיוחד פאר די נשמה פונעם יוד, לדוגמה, מיר ווייסן און די צייטן פון די ראשונים איז געווען די לימוד הפילזאפי' וואס די רמב"ם און די חובת הלבבות און נאך האבן מיט דעם געברענגט אידן צו אמינה אונעם אייבערשטן.
שפעטער ווען מען האט געזעהן אז פאר די דורות וואס די מח איז נישט אזוי ברייט און זיי נעמען נישט ארויס פון דעם קיין יראת שמים נאר פארקערט, האט מען עס גאסר'ט צו לערנען, ווי אויך ווייסן מיר איבער דעם לימוד ספר הזוהר ה"ק וואס האט אויך געדינט דעם זעלבן צוועק אריין צו ברענגן קדושה און טהרה מיט קרבת אלוקים אבער ווען מען האט געזעהן אז ש"ץ האט דעס גענימען צו דערווייטערן אידן פון אייבערשטן האט מען זייער באגרענצט דעם גאנצן לימוד קבלה. עכ"ל

מיר זעהן פון דעם אז דער ציהל און תועלת וואס דאס איז געווען יראת שמים מיט קרבת אלוקים, איז געווען דער עיקר, און אויב עס האט געטוהן די פארקערטע פעולה האט מען דאס אוועקגעשטעלט און א זייט.

עס איז באקאנט אז נאך דעם וואס ש"ץ ימ"ש האט אנגעמאכט דעם חרבן און אידישקייט און דער זוהר האט מען מער נישט געלאזט לערנען איז געווארן העולם שמם א גרויס עם הארץ'ס מיט א פויערישקייט האט זיך אראפ געלאזט אויף די וועלט, ביז דער אייבערשטער האט אראפ געשיקט דעם הייליגען בעל שם טוב וואס האט ווייטער אויפגעשיינט די וועלט מיטן דרך החסידות, מיט אסאך יארן שפעטער ווען די מתנגדים האבן איינגעזעהן אז עס פעלט טאקע עפעס אויס פאר די נשמה איז געקומען ר' ישראל סלנטר און מייסד געווען די תנועת המוסר עס זאל דינען דעם צוועק.

במשך די יארן פון די תלמידי תלמידי הבעל שם ה"ק טרעפן מיר אנדערע מהלכים און עבודת השם, מיר טרעפן און די פריעדיגע אז א איד דארף דינען דעם אייבערשטען קודם מיטן סור מרע און נאכדעם מיטן עשה טוב ווייל אז נישט קען גיין די מצוות און די תורה צום ס"א ח"ו ווייטער שפעטערע דורות טרעפן מיר א פארקערטע מהלך זיי קודם זאל א מענטש טוהן וואס ער קען מיטן עשה טוב און שפעטער וועט ער שוין זיך מטפל זיין מיטן סור מרע.

היוצא לנו מכל זה
מיר דארפן טרעפן די ספרים וואס גייען אינז ברענגן נענטער צום אייבערשטן, אויב ווען מיין זיידע האט געלערנט ראשית חכמה האט עס אים געברענגט צו יראת שמים, דארף איך וויסן אויב עס ברענגט מיר אויך צו יראת שמים, אויב וועט מען גוט קוקן וועט מען אפשר געוואר ווערן אז עס האט געברענגט דאס פארקערטע, דאס האט נישט קיין פארבינדינג מיטן הייליגן ספר ראשית חכמה, עס האט צו טוהן מיטן נתמעטו הלבבות, די זעלבע זאך וואס האט גורם געווען אז פילזאפיה ע"פ תורה מיטן הייליגן זוהר זאלן געניצט ווערן אויפן פארקערטע ריכטונג די זעלבע האט גורם געווען צו דעם, און וואס איז דאס? די נתמעטו הלבבות די דורות ווערן שוואכער מען פארנעמט נישט אלעס וואס מען האט אמאהל פארנומען, אבער אינזער ארבעט דארף זיין אפיר צו זוכן די סארט ספרים ה"ק וואס רעדן יא פון דעם דרך און עבדת השם, לאמיר אנכאפן א ספר ווי ישמח ישראל וואס איז פיל מיט חיזוק און פיל מיטן זין אינטערווארפן אינטער דעם אייבערשטנס האנט, און נאך און נאך, אנדערע וועלן עס טרעפן און ספרי ברסלוו אדער חב"ד, מען קען עס טרעפן און אלע חסידישע ספרים ווען מען מאכט א גוטן ליקט אויף דעם מהלך.

און דאס איז דער פשט פון "דער אייבערשטער ווי אזוי מיר פארשטייען אים"

דאס קען אסאך מאל מיינען ביי אסאך פון אינז זיך צו טוישן דראסטיש די בליק אויפן אייבערשטן פון וואס מען איז אויפגעצויגן געווארן, ווייל אויב מיר זענען אויפגעצויגן געווארן מיטן שפראך פונעם ראשית חכמה וכדומה, וואס ע"פ רוב האבן אינזערע עלטערן עס יא פארנומען (מילא האבן זיי נישט פארשטאנען אז פינקט ביי זייערע קינדער איז געשעהן די נתמעטו הלבבות) און האבן מיט אינז געלערנט דעם אייבערשטן ווי א שטרענגע זאך, וואס האט אינז נישט געברענגט נענטער צום אייבערשטן, איז אינזער ארבעט צו זאגן פאר זיך אז ניין, טויש דיין מהלך המחשבה וואס די האסט אויפן אייבערשטן קוק אריין און די ספרים וואס רעדט פונעם אייבערשטן אויף א אופן וואס וועט דיך צו ברענגן נאנט צן אים.

זיכער איז אילו ואילו דברי אלוקים חיים אז עס שטייט און ישמח ישראל ווי גוט דער אייבערשטער איז און ווי שטארק זיין אהבה צו אינז איז, איז דאס נישט קיין שום סתירה צום ראשית חכמה, עס איז אלעס איין תורה, נאר איינער וואס ווערט נתעורר צו עבדות השם מיטן דרך פונעם ראשית חכמה מיינט דאס אז דער אייבערשטער וויל אז ער זאל האבן די אינפארמאציע איבער יענע וועלט, און איינער וואס ווערט נתוערר פונעם ישמח ישראל וויל דער אייבערשטער ער זאל האבן די אינפארמאציע און רוחניות, מיר ז"ה נאר מענטשעליך מיר קענען נישט און דארפן נישט וויסן און פארשטיין אלעס, מיר דארפן טוהן אלעס וואס עס פעלט זיך אויס כדי מיר זאלן נענטער ווערן מיטן אייבערשטן, יעדער איינער לפי השגתו

די ווערסיע פונעם גרויסן בוך
ווען זיי זאגן "דער אייבערשטער ווי אזוי מיר פארשטייען אים" רעדן זיי צו גוים וואס האבן קשיות אויף זייער ריליגע, און זיי האבן עס שוין לאנג אוועקגעווארפן, קומט יעצט די בוך און זאגט זיי, אויב ווילט עטס געהאלפן ווערן, דארף  עטס גלייבן, איי זיי האסן דאך רילגיע, זענען זיי מסביר מיר מיינען נישט דא קיין ריליגע, מיר מיינען נאר, אז כדי געהיילט צ ווערן דארפסטו גלייבן אז איינער האט דיך באשפאן און יענער איז משגיח אויף דיר, און יענער פירט דיך דיין לעבן, ער נעמט נישט אראפ אויף קיין רגע זיין השגחה, און ער פירט די גאנצע וועלט, און איז דער מסבב כל הסיבות, און ער הערט וואס מען בעט פון אים א.א.וו.

ווען עס איז דא ביי אינז אזא איינער וואס מחמת כמה סיבות וואס האט אים געטראפן אלס קינד האט ער ליידער אנגעהויבן צו האסן אידישקייט, ווייל מיט די קינדערישע שכל טיילט זיך נישט אפ צווישן צרות און די תורה, נאר אויב און די זעלבע צייט וואס ער איז געווען א קינד און געהאט די אלע פראבלעמן האט ער אויך געדארפט לערנען תורה, האסט ער ביידע צוזאמען, אזא איינער וועט לכאורה אויך דארפן גיין מיט די ווערסיע פון די בוך

נאכאמהל וויל איך קלאר מאכן איך רעד נישט בשם די פראגראם נאר בשם מיין קוק ווינקל צו די פראגראם. וואס ווי באקאנט עפלייט יעדער די פראגראם צו זיין אייגענע סיטאציע.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
לעצט פארראכטן: ו' תמוז התשע"ג 12:50 דורך .
  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 1.27 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא