ברוכים הבאים, גאסט

(6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט
(0 באזוכער) 
  • בלאט:
  • 1

טעמע: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט 531 באזוכער

(6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט י"ח שבט התשע"ט 10:10 #253231

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41
זעלטן האָבן מיר געזען אַ מענטש דורכפאַלן וואס איז נאכגעגאנגען אונזער וועג דורך און אדורך, די וואס טוהן זיך נישט ערהוילן זענען מענטשן וואס קענען נישט אדער ווילן נישט גענצליך זיך איבערגעבן פאר די פשוט'ע פראגראם, געווענליך מענער און פרויען וואס זענען נישט ביכולת צו זיין אמת'דיג מיט זיך. סאיז דא אזעלעכע נעבעכדיגע, זיי זענען נישט שולדיג, זיי זעהן אויס צו זיין געבוירן די וועג, זיי זענען נאטורלעך נישט ביכולת צו אויפכאפן און אנטוויקלען א וועג פון לעבן וואס פארלאנגט שטרענגע אמתדיגקייט, זייערע טשאנסן זענען ווייניגער ווי דורכשניטלעך, ס'איז אויך דא אזעלעכע וואס ליידן פון ערענסטע עמאציענאלע און גייסטישע דיסארדערס, אבער אסאך פון זיי ערהוילן זיך אויב זיי האבן די מעגליכקייט צו זיין אמתדיג.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט י"ט שבט התשע"ט 10:43 #253260

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

אונזערע מעשית טוען זאגן אין א אלגעמיינע וועג וויאזוי מיר זענען געווען, וואס איז געשעהן, און וויאזוי מיר זעהן יעצט אויס, אויב דו האסט באשלאסן אז דו ווילסט וואס אונז  האבן, און דו האסט די רצון צו גיין סיי ווי אימער עס צו דערגרייכן, דעמאלטס בוזטו גרייט צו נעמען געוויסע סטעפ'ס.

אויף געוויסע פון די האבן מיר זיך צוריקגעהאלטן, אונז האבן געמיינט מיר קענען טרעפן א גרינגערע און ווייכערע וועג, אבער מיר האבן נישט געקענט. מיט אלע ערנסקייט פון אונזער באפעל, מיר בעטן דיר צו זיין פחדלאז, און גרונטליך פון גלייך ביים אנהויב, אסאך פון אונז האבן פרובירט אנצוהאלטן צו אונזערע אלטע געדאנקן און די רעזולטאטן זענען געווען נול, ביז אונז לאז מיר דאס גיין אינגאנצן.

געדענק מיר האנדלן מיט כיטרע אלקאהאל, אומפארשטענדליך, שטארק! אן הילף איז עס צו אסאך פאר אונז, סאיז אבער דא איינער וואס וואס האט אלע שטארקייטן, דער איינער איז גאט. זאלט איר אים יעצט געפונען.

טוהן נאר האלבע מיטלען האט אונז גארנישט געהאלפן, אונז זעמיר געשטאנען ביים קער פונקט, אונז האב מיר געבעטן פאר זיין אפהיטונג און זארגן פאר אונז, און מיר האבן זיך איבערגעלאזט אינגאנצן.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט כ"א שבט התשע"ט 16:32 #253270

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

דא זענען די סטעפס וואס מיר האבן גענומען, וואס איז רעקאמענדירט אלץ א פראגראם פאר ערהוילונג.

1)     מיר האבן געטוהן אנערקענען אז מיר זענען געווארן מאכטלאז איבער אלקאהאל - און אז איז אונזער לעבן איז געווארן אומקאנטראלירבאר.

2)     געקומען צום גלויבונג אז דער איין איינציגער בשאעפער וואס איז א כל יכול, ער קען יא אונז צוריק שטעלן צו ישוב הדעת

3)     געמאכט א החלטה איבער צו געבען אונזער ווילן און אונזער לעבן צו די שוץ פונעם באשעפער לויט וויפיל אונז זענען מיר איהם משיג

4)     געמאכט א גרונטליכע און אומדערשראקענע אונטערזוכונג איבער אונזער מאָראַל (מידות).

5)     מודה געווען פארן באשעפער, פאר זיך, און פאר אן אנדערן מענטש די פונקטליכע נאטור פון אונזערע אומרעכטן

6)     געוועהן אינגאנצן גרייט אז דער באשעפער זאל אוועק נעמען אלע חסרונות אין אונזער כאראקטער

7)     מיט ענוה און הכנעה איהם געבעטן אוועק צו נעמען אונזערע חסרונות.

8)     געמאכט א ליסטע פון אלע מענטשן וואס מיר האבן געשעדיגט, און געווארן וויליג צו פארגיטונגען פאר זיי אלע.

9)     געמאכט דירעקטע פארגיטונגען צו אזעלעכע מענטשן ווי ווייט מעגליך, אויסער אויב דאס קען שאטן פאר זיי אדער פאר אנדערע.

10)  ממשיך געוועהן צו נעמען פערזענליכע אינטערזוכונג און ווען מיר זענען באגאנגען אן אומרעכט גלייך מודה געווען.

11)  געזוכט דורך תפילה און מעדיטאציע צו פארשטערקערן אונזער פארבינדונג מיטן באשעפער לויט אונזערע השגות, בעטנדיג נאר צו וויסן זיין רצון פאר אונז און די כח דאס אויסצופירן.

12)  וויבאלד מיר האבן געהאט א רוחניות'דיגע ערוועקונג אלץ א רעזולטאט פון די סטעפס, האבן מיר פראבירט צו איבערגעבן די בשורה צו אנדערע וואס ליידן דערפון, און זיך צו פירען מיט די כללים אין אלע אונזערע ענינים.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט כ"ב שבט התשע"ט 15:07 #253284

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

אסאך פון אונז האבן אויסגעשריגן, "וואספארא ארדער! איך קען נישט ווייטער גיין דערמיט". ווער נישט קוראזשלאז, קיינער צווישן אונז האט נישט געקענט אנהאלטן א פערפעקט צוגעקלעבטקייט צו אונזערע פרינציפן, אונז זעמיר נישט קיין מלאכים, די פונקט איז, אז אונז וויל מיר מיטוואקסן מיט רוחניות'דיגע ליניע'ס, די פרינציפן וואס אונז האמיר אראפגעשטעלט איז א וועג ווייזער צו מאכן פארשריט, אונז בעט מיר פאר רוחניות'דיגע פארשריט ווי איידער פאר רוחניות'דיגע שלימות.

אונזער פארשטעלונג פון די אלקעהאליק, מיט די קאפיטל פאר די אומגלויביגע, און אונזער פערזענליכע פאסירונגען פארדעם און נאכדעם מאכט קלאר דריי רעלעוואנטע געדאנקן.

א)     אז אונז זעמיר אלקעהאליק און קענען נישט פירן אונזער אייגן לעבן.

ב)     אז מן הסתם קיין שום מענטשליכע שטארקייט וואלט געקענט באפרייען אונזער אלקאהאליזם.

ג)      אז גאט קען און וועט אויב אונז וועל מיר אים זוכן.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט כ"ג שבט התשע"ט 13:01 #253293

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

זייענדיג פארזיכערט אז מיר זענען ביי סטעפ דריי, וואס איז אז מיר האבן באשלאסן צו איבערגעבן אונזער ווילן און אונזער לעבן פאר גאט אזוי ווי מיר  זענען אים משיג, איז וואס מיינען מיר מיט דעם, און וואס פונקטליך דארפן מיר טוהן?

די ערשטע פארלאנגטע זאך איז אז מיר דארפן זיין זיכער אז סיי וועלעכע לעבן עס לויפט דורך בלויז אייגענע רצון איז שווער צו זיין מיט הצלחה, מיט אזא רעיון זענען מיר כמעט אייביג אין א צונויפשטויס מיט עפעס אדער מיט איינעם, אפילו אונזער מאטיווען זענען גוטע, די מערהייט מענטשן פרובירן צו לעבן מיט שטופן די אייגענע אינטערעסן, יעדע מענטש איז ווי אן עקטיאר וואס וויל אנפירן די גאנצע שפיל, ער וועט פאר אייביג פרובירן צו אראנזשירן די לעקטער'ס, די טיקעט'ס, די ליילעלכער פאר די סצענעס, און די אלע איבעריגע שפילער'ס אלעס לויט זיין אייגענע וועג, אויב זיינע אראנזשירונגען זאלן נאר אנהאלטן אזוי ווי ער וויל, אויב נאר די מענטשן זאלן טוהן אזוי ווי ער וואונטש זיך, די שפיל וואלט געווען וואונדערבאר, יעדער אריינגערעכנט ער זעלבסט וואלט געווען צופרידן, דאס לעבן וואלט געווען וואונדערבאר, ביים פרובירן צו מאכן די ארענדזשמענטס, אונזער שפילער קען אסאך מאל זיין גאנץ עהרליך, ער קען זיין גוט, רעכענדיג מיט יענעם, געדולדיג, גוטהארציג, און אפילו באשיידן און נאכגעביג, אבער פון די אנדערע זייט קען ער אויך זיין שלעכט, איגאיסטיש, סעלפיש, און נישט אמתדיג, אבער אזוי מיט רוב מענטשן, ער איז מער ווייניגער אויסגעשטעלט צו האבן מערערע מידות.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט כ"ד שבט התשע"ט 12:05 #253303

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

וואס פאסירט געווענליך? די שפיל ענדיגט זיך נישט זייער גוט, ער הייבט אן טראכטן אז די לעבן פירט זיך נישט צו אים ריכטיג, ער באשלוסט צו אריינלייגן מער כח, ער ווערט ביי די קומענדיגע מאל מער פארלאנגענדיג, אדער מער גענאדיקט, וויאזוי עס זאל נאר זיין, נאכאלץ די שפיל ארבייט זיך נישט אויס פאר אים, אנערקענענדיג אז ער קען זיין אביסל שולדיג דערין, ער איז אבער זיכער אז אנדערע מענטשן איז מער סיבה צו באשולדיגן, ער ווערט אויפגערעגט, אויפגעקאכט, אנגעווייטאגט, וואס איז זיין עיקר פראבלעם? איז ער נישט באמת א זעלבסט זוכער אפילו ווען ער פרובירט צו זיין גוט? איז ער נישט א קרבן פון א פאנטאזיע אז ער קען מיט כח שאפן א צופרידנקייט און פרייליכקייט ארויס פון די וועלט נאר אויב ער וועט גוט אנפירן די זאך? איז דאס נישט ארויסשרייעדיג פאר די אלע איבעריגע שפילער'ס אז דאס זענען די זאכן וואס ער וויל? און טוט נישט זיינע מעשים פאראורזאכן אז יעדע פון זיי זאל וועלן נקמה נעמען, אוועקכאפענדיג אלעס וואס זיי קענען פון די שפיל? איז ער נישט אפילו אין זיינע בעסטע מאמענטן א פרודעצירער פון צומישעניש ענדערש ווי הארמאניע?

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט כ"ה שבט התשע"ט 12:43 #253335

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

אונזער שפילער איז פארנומען מיט זיך, עגאיסטיש, ווי מענטשן האבן עס ליב צו רופן היינט צוטאגס, ער איז ווי דער ריטייערטער ביזנעסמאן וואס רוהט זיך אויס אין פלארידא אינטער די זון אינמיטן ווינטער, זיך אפרעדענדיג אויף די נישט גוטע סיטואציע פון די לאנד, אדער דער מיניסטער קרעכצענדיג איבער די זינד פון די היינטיגע טעג, אדער פאליטישענס און רעפארמירער וואס זענען זיכער אז אלעס וואלט ווען געווען א גאלדענע וועלט ווען יעדער זאל זיך ווען אויפירן ווי עס ברויך צו זיין, אדער ווי דער באנדיט וואס ברעכט זיך איין אין בענק האלט אז די מענטשהייט האט אים באהאנדלט אומיושרדיג, און דער אלקאהאליק וואס האט פארלוירן אלעס און איז איינגעשפארט, קיין חילוק וואס די מצב איז, איז נישט מערסטנס פון אונז פארנומען מיט זיך זעלבסט, אונזער פארדראס אדער אנגעווייטאגקייט?

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט כ"ו שבט התשע"ט 11:22 #253355

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

סעלפישנעס, זיין פארנומען מיט זיך, דאס איז וואס אונז טראכטן איז די ווארצעל פון אונזערע פראבלעמען, ווערענדיג געפירט דורך הונדערטער ערליי פחדים, פארלייקענען די מציאות, זיין פארנומען מיט זיך, זיין אנגעווייטאגט, אונז טרעט מיט אויף די פינגער'ס פון אונזערע חברים, און זיי נעמען נקמה נאכדעם, אסאך מאל טוהן זיי אונז וויי אנדעם וואס מיר זאלן פארדעם מאכן סיי וואספארא פראוואקאציע, אבער שטענדיג וועלן מיר געפונען אז ביי א געוויסע זמן אין די פארגאנגענהייט האבן מיר געמאכט החלטות באזירט אויף אונזערע אינטערעסן, וואס האט נאכדעם אונז געשטעלט אין א פאזיציע צו ווערן וויי געטוהן.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט כ"ח שבט התשע"ט 16:52 #253359

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

איז אונזערע פראבלעמען, אזוי טראכטן מיר, איז בעיקר וואס מיר האבן אליינס געמאכט, זיי קומען ארויס פון אונז אליין, און דער אלקאהאליק איז א עקסטרעמע ביישפיל פון אייגענע אינטערעסן צעווילדיוועדקייט, על אף וואס ער טראכט נישט געווענדליך אזוי. איבער אלעם, מיר אלקאהאליקס מוזן פטור ווערן אינגאנצן פון אונזער סעלפישנעס. אונז מוזן מיר, אדער וועט עס אונז הרגענען! גאט מאכט עס מעגליך. און אסאך מאל זעהט אויס אז ס'איז נישטא קיין וועג צו אינגאנצן פטור ווערן פון די סעלפישנעס אן דעם אייבערשטנס הילף. אסאך פון אונז האבן געהאט שטארקע מאראלישע אדער פיליזאפישע איבערצייגונג, אבער מיר האבן עס נישט געקענט פאקטיש איינהאלטן כאטשיג מיר וואלטן ווען געוואלט אזוי לעבן. אונז האב מיר אפילו נישט געקענט ווייניגער מאכן אונזער זעלבסט-זיכונג דורך זיך וואונטשן אדער פרובירן אויף אונזערע אייגענע כוחות. אונז האב מיר געברויכט האבן גאט'ס הילף.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט כ"ט שבט התשע"ט 14:06 #253363

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

דאס איז די וויאזוי און פארוואס פון דעם. צום אלעם ערשט, מיר האבן געמוזט ענדיגן שפילן גאט, עס האט נישט געארבייט. נאכדעם האבן מיר באשלאסן אז פון יעצט און ווייטער אין אונזער דראמאטישע לעבן, וועט גאט זיין אונזער אנפירער. ער איז אונזער הויפט, מיר זענען זיינע אגענטן. ער איז די טאטע, און מיר זענען זיינע קינדער. אסאך גוטע געדאנקן זענען פשוט, און די באגריף איז געווען די גרינדשטיין פון די נייע  כיטרעדיגער זיגרייכע וואס מיר זענען דורכגעגאנגען צו פרייהייט.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט ל' שבט התשע"ט 12:20 #253388

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

ווען מיר האבן ערענסט גענומען אזא פאזיציע, אלע מינע אויסערגעווענליכע זאכן זענען נאכגעקומען. אונז האבן געהאט א נייע ארבייטס-געבער. זייענדיג אנגעפילט מיט כח, ער האט צוגעשטעלט וואס מיר ברויכן, אויב מיר האבן זיך געהאלטן נאנט צו אים און אויסגעפירט זיין ארבייט גוט.  געגרינדעט אויף אזא פונדאמענט זענען מר געווארן ווייניגער און ווייניגער אינטערעסירט אין אונז אליין, אונזערע קליינע פלענער, אין אונזער אייגענע אויסשטעל. מער און מער זענען מיר געווארן אינטערסירט וואס מיר קענען ביישטייערן צום לעבן. אזוי ווי מיר האבן געשפירט נייע כוחות פליסן אריין, אזוי ווי מיר האבן הנאה געהאט פון גייסטישע רואיגקייט, אזוי ווי מיר האבן געטראפן אז מיר קענען האבן א הצלחה'דיגע לעבן, אזוי ווי מיר זענען געווארן באוויסטזיניג פון אייבערשטנס דא זיין, האבן מיר אנגעהויבן צו פארלירן אונזער פחד פון היינט, מארגן, און נאכדעם. אונז זעמיר געווארן ניי געבוירן.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט א' אדר התשע"ט 16:13 #253410

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

מיר זענען געווען יעצט ביי סטעפ דריי. אסאך פון אונז האבן געזאגט צו אונזער באשאפער אזוי ווי מיר קענען אים פארשטיין, "גאט, איך געב מיר איבער פאר דיר, צו בויען מיט מיר, און טוהן מיט מיר וואס דו ווילסט. באפריי מיר פון קנעכטשאפט פון מיר אליין, אז איך זאל קענען בעסער טוהן דיין ווילן. נעם אוועק מיינע שוועריקייטן, כדי א זיג איבער זיי זאל קענען זיין עדות צו יענע וועם איך וועל העלפן ווייזן דיין מאכט, דיין ליבשאפט, דיין וועג פון לעבן. איך זאל קענען טוהן דיין רצון שטענדיג!" טראכט גוט אריין פאר דו נעמסט די סטעפ. מאך זיכער אז דו בוזט גרייט, אז דו וועסט צום סוף זיך איבערלאזן אינגאנצן צו אים.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט ב' אדר התשע"ט 11:21 #253425

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

עס וואלט געווען א וויכטיגע זאך צו מאכן דיין באשלוס מיט א פארשטענדליכע מענטש פארדעם. עס מעג זיין דיין ווייב, א גוטער פריינד, אדער דיין רוחניות'דיגע פירער. אבער געדענק, ס'איז בעסער זיך צו טרעפען מיט גאט אליין ווי איידער מיט איינעם וואס וועט דיר נישט פארשטיין. דו מוזט דאס אליינס באשליסן. די ווערטער פון דיין באשלוס איז פארשטייט זיך וויאזוי דו קלויבסט דיך אויס, אזוי לאנג ווי דו דרוקסט אויס די געדאנק, זאגענדיג אן קיין רעזערוואציעס. די החלטה איז נאר א אנהויב, כאטש אויב מען האט דאס געמאכט אמת'דיג און בענווה'דיג, א ווירקונג טיילמאל זייער א גרוסע וועט זיך שפירן מיטאמאל.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט ג' אדר התשע"ט 11:16 #253443

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

ווייטער מיר לאזן זיך ארויס אויף א רייזע פון קריטישע ארבייט, די ערשטע סטעפ וואס איז א פערזענליכע הויז רייניגונג, וואס אסאך פון אונז האבן קיינמאל נישט געמאכט. כאטש אונזער באשלוס איז געווען א וויכטיגע און קריטישע שריט, קען עס אבער האבן א קליינע שטענדיגע ווירקונג, חוץ אויב מען איז דורכגעגאנגען איינמאל א גאר שטארקע מי-ה צו קוקן און באפרייען די אלע זאכן וואס זענען געווען א בלאקירונג פאר אונז. אונזער ליקער איז געווען נאר א סימפטעם. איז ברויכן מיר דערגיין די סיבות און די קאנדישענס.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט ו' אדר התשע"ט 14:24 #253474

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

דעריבער האבן מיר אנגעהויבן א פערזענליכע חשבון הנפש. דאס איז געווען סטעפ 4. א געשעפט וואס נעמט נישט קיין חשבון רעגלמעסיג, וועט געווענליך גיין געבראכן. מאכענדיג א קאמערציאלע חשבון הנפש איז א פראצעדור צו געפונען די פאקטן, און אנערקענען די מציאות. עס איז א מי-ה צו אנדעקן דעם אמת איבער וואס מען מאכט ביזנעס. איין ציל איז צו טרעפן צובראכענע אדער אומפארקויפבארע סחורה, און ווערן פטור דערפון שנעל און אן קיין חרטה. אויב דער בעל הבית פון די ביזנעס וויל זיין סוקסעספול, קען ער זיך נישט נער'ן איבער די ווערט.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט ז' אדר התשע"ט 16:10 #253492

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

מיר האבן געטוהן פונקט די זעלבע זאך מיט אונזער לעבן. מיר האבן גענומען אונזער סחורה אמתדיג. צום אלעם ערשט האבן מיט געזוכט די אלע שוואכקייטן וואס מיר באזיצן, וואס האט געפירט צו אונזער דורכפאל. זייענדיג איבערגעצייגט אז איגאיזם דורך פארשידענע אופנים איז דאס וואס האט אונז באזיגט, האבן מיר דאס אנגענומען אלס די מערסטע שולדיג פאר אונזער פראבלעם.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט ח' אדר התשע"ט 11:54 #253505

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

אנגעווייטאגקייט איז די נומבער איינס אנגרייפער. עס טוט פארניכטן אלקאהאליקס מער פון עפעס אנדערש. פון דעם שטאמט ארויס אלע פארומ'ן פון רוחניות'דיגע קראנקהייטן, מיר זענען נישט בלויז פיזיש און גייסטיש קראנק, מיר זענען אויך רוחניות'דיג קראנק. ווען די רוחניות'דיגע קראנקהייט ווערט איבערגעקומען, דאן גראד זיך אויס אלע פיזישע און גייסטישע קרענק. אין האנדלן מיט אנגעווייטאגקייט, מיר שרייבן דאס אראפ אויף פאפיר. מיר האבן אראפגעשריבן מענטשן, אינסטיטוציעס, אדער פירער'ס מיט וועם מיר זענען גערעגט. מיר האבן געפרעגט זיך אליינס פארוואס מיר זענען גערעגט. אין מערסטנס פעלער האבן מיר געפונען אז אונזער זעלבסטזיכערקייט, אונזער בערזל, אונזערע אמביציעס, אונזער פערזענליכע נאנטשאפט (אריינגערעכנט סעקסיאלע) איז געווארן וויי געטוהן אדער געסטראשעט. זענען מיר געווארן ביטער, מיר זענען געווארן אינגאנצן אפגעברענט.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט ט' אדר התשע"ט 11:32 #253512

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

אויף אונזער אנגעווייטאגטע ליסטע, לעבן יעדע נאמען שרייבן מיר אראפ אונזערע וואונדן. איז עס געווען אונזער זעלבסטזיכערקייט, אונזער פארזיכערונג, אונזערע אמביציעס, אונזערע פערזענליכע אדער סעקסואלע פארבינדונגען, וואס איז געווארן געשטערט?

אונז זעמיר געווענליך קלאר אזוי ווי די ביישפיל.

איך בין אנגעווייטאג אויף:די סיבה: אפעקטירט מיין:
מר. ברויןזיין אויפמערקזאמקייט צו מיין ווייב. דערציילט פאר מיין ווייב איבער  מיינע שוואכקייטן. ברוין קען באקומען מיין ארבייט אין די אפיס ווי איך ארבייט.  סעקסואלע פארבינדונג.    זעלבסט-זיכערקייט. (פחד)
מרת דזשוינס.זי איז א ניס. זי האט מיר גוט אריינגעפליקט. זי איז די גורם אז איר מאן איז א טרינקער. ער איז מיין פריינד, זי איז א יענטא.סעקסולע פארבינדונג. זעלבסט-זיכערקייט (פחד)
מיין ארבייטסגעבערער איז א קרומער מענטש. אומגערעכט. ער בעל-בעתיוועט שוין צופיל. ער סטראשעט מיר אויסצוווארפן וועגן מיין טרינקען, און אויסגעבן אומנויטיג געלט פאר די קאמפעני.זעלבסט-זיכערקייט (פחד) פינאנציעלע זיכערקייט.
מיין ווייבפארשטייט מיר נישט. גרידזשעט מיר. זי האט ליב ברוין. וויל די הויז זאל זיין אויף איר נאמען.שטאלץ. פערזענליכע און סעקסואלע פארבינדונג. זיכערקייט (פחד)

                                                               

                                                  

לעצט פארראכטן: ט' אדר התשע"ט 11:35 דורך עד כאן.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט י' אדר התשע"ט 12:06 #253519

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

מיר זענען צוריקגעגאנגען אונזער לעבן. גארנישט גערעכנט נאר פארזיכטיג און אמת'דיג. ווען מיר זענען געווארן פארטיג, האבן מיר עס דורכגעקוקט פארזיכטיג. די ערשטע זאך קענטיג גלייך איז אז די וועלט מיט אירע מענטשן זענען גאנץ אסאך מאל אומריכטיג. צו באשליסן אז אנדערע באגייען זיך אומריכטיג איז די ווייטסטע וואס די מערסטנס פון אונז זענען נאר אמאל געגאנגען. די געווענדליכע אויסקום דערפון איז, אז מענטשן האלטן אין איין שלעכטס טוהן פאר אונז, און מיר בלייבן אנגעווייטאגט. אסאך מאל איז עס חרטה געפילן וואס מיר האבן געטוהן, און דאן זענען מיר אנגעווייטאגט אויף זיך אליין. אבער די מער מיר האבן געקעמפט און פרובירט צו האבן אונזער אייגענע וועג, די ערגער זענען זאכן געווארן. ווי אין א מלחמה, דער געווינער געווינט אלעמאל. אונזערע מאמענטן פון נצחון איז געווען קורץ-געלעבט.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט י"ב אדר התשע"ט 17:39 #253522

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

סאיז פשוט אז א לעבן וואס האט אין זיך טיפע ווייטאג, פירט נאר צו האפענונגסלאז און אומצופרידנקייט. צו די גענויע מאס וואס מיר טוהן דאס ערלויבן, פארברענגן מיר סתם די טייערע צייט. אבער מיט די אלקעהאליקער, וועמענ'ס האפענונג איז די אויפארבעטונג און וואוקס פון א רוחניות'דיגע לעבן, די געשעפט פון פארדראס איז שרעקליך שטארק. מיר געפונען אז עס איז פאטאל. ווייל ווען עס קומט ארויף די נעגאטיווע געפילן, האקן מיר זיך אפ פון אונזער רוחניות'דיגע גייסט. די משוגעת פון אלקעהאל קומט צוריק און מיר טרינקן נאכאמאל. און מיט אונז, טרינקן מיינט שטארבן.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט י"ג אדר התשע"ט 10:25 #253525

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

אויב מיר זענען דא צו לעבן, מוזן מיר זיין פריי פון כעס. די זיך אפרעדן און איבערטראכן אונזער אנעסענישן איז נישט פאר אונז. זיי קענען אפשר זיין א לוקסעריעזע זאך פאר נארמאלע מענטשן, אבער פאר אלקאהאליקס איז דאס סם.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט י"ד אדר התשע"ט 10:43 #253543

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

מיר האבן זיך צוריקגעקערט צו אונזער ליסטע וואס מיר האבן געמאכט, ווייל דאס אנטהאלט די שליסל פון אונזער צוקונפט. מיר זענען געווען צוגעגרייט עס אנצוקוקן פון גאנץ אן אנדער'ן קוק וואונקל. מיר האבן אנגעהויבן איינצוזעהן אז די וועלט מיט אירע מענטשן דאמינירן טאקע איבער אונז. אין די אומשטענדן, די שלעכטס פון אנדערע מענטשן קען אפשר אדער באמת האבן די כח אונז צו הרגע'נען. וואו קענען מיר אנטלויפן? מיר האבן איינגעזעהן אז אונזערע ווייטאגן מוזן ווערן גרינטליך פארשטאנען, אבער וויאזוי טוט מען דאס? מיר קענען נישט געבן פאר קיינעם מער ווי אלקאהאל.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט ט"ו אדר התשע"ט 13:43 #253563

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

דאס איז געווען די וועג: מיר זענען געקומען צו די החלטה אז די מענטשן וואס האבן אונז וויי געטוהן זענען מן הסתם רוחניות'דיג קראנק. הגם מיר האבן בכלל נישט געגליכן די סימפטאמען אין די וועג וויאזוי דאס האט אונז געשטערט, זיי אזוי ווי מיר אליין, זענען אויך קראנק. מיר האבן געבעטן גאט זאל אונז העלפן ארויסווייזן די זעלבע מאס טאלערענץ, רחמנות, און געדולד וואס מיר וואלטן פרייליכערהייט געטוהן פאר א קראנקן חבר. ווען א מענטש באליידיגט אונז, זאגן מיר צו זיך, דאס איז א קראנקע מענטש. וויאזוי קען איך זיין בייהילפיג צו אים? גאט העלף מיר פון ווערן גערעגט. דיין רצון זאל זאל איך קענען דערפילן.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט ט"ז אדר התשע"ט 10:08 #253569

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

מיר טוהן אויסמיידן נקמה און ארגומענטן. מיר וועלן זיך נישט אזוי באגיין צו קראנקע מענטשן. אויב טוהן מיר דאס, לייגן מיר אוועק אונזערע טשאנסן צו זיין הילפסבאר. מיר קענען נישט זיין הילפסבאר צו אלע מענטשן. אבער כאטשיג וועט גאט אונז אנווייזן צו נעמען די ריכטיגע און ליבליכע טאלערענט בליק אויף יעדן איינציגן מענטש.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט י"ז אדר התשע"ט 10:02 #253571

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

גייענדיג צוריק צו אונזער ליסט נאכאמאל. ארויסנעמענדיג פון אונזער מח די שלעכטס וואס אנדערע האבן געטוהן. האבן מיר דוקא געזוכט פאר אונזער אייגענע מיסברויכן. וואו זענען מיר געווען סעלפיש, אומ'אמת'דיג, געזוכט אייגענע אינטערעסן, און מורא געהאט? אמת אז די סיטואציע איז נישט געווען אינגאנצן אונזער שולד, מיר פרובירן ארויסצונעמען אינגאנצן די אנדערע פערזאן פון דעם. וואו איז דא אונז צו באשולדיגן? די חשבון הנפש איז אונזער'ס, נישט די אנדערע מענטשן. ווען מיר זעהן אונזערע חסרונות שרייבן מיר זיי אראפ. מיר לייגן זיי פאר אונז אויף שווארץ און ווייס. מיר זענען מודה אויף אונזערע מיסברויכן, מיט א אמת'דיגקייט, און אונז זעמיר גרייט צו אויסגראדן די אלע זאכן.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט י"ט אדר התשע"ט 16:40 #253576

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

זעה ווי די ווארט פחד איז ארומגערינגלט ביי די ליסטע פון אונזערע ווייטאג'ן לעבן מר. ברוין, מרת דזשוינס, דער ארבייטס-געבער, און די ווייב. די קליינע ווארט טוט עפעס אפעקטירן כמעט אלעס אין אונזער לעבן. עס איז געווען ווי א בייזע צוגאנגענע פאדעם, די פונדאמענט פון אונזער עקזיסטענץ איז געווארן אדורכגעשניטן דערמיט. עס האט געלאזט אין גאנג באנען מיט אומשטענדן וואס האט געפירט אונז צו אומגליק וואס מיר האלטן אז מיר האבן נישט פארדינט. אבער האבן מיר נישט אונז אליין אנגעשטעלט דעם באלי צו לויפן? אסאך מאל טראכטן מיר אז פחד דארף זיין קלאסיפיצירט מיט גניבה. עס זעהט אויס צו שאפן מער פראבלעמען.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט כ' אדר התשע"ט 10:28 #253579

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

מיר האבן גוט איבערגעקוקט אונזערע פחדים, מיר האבן זיי געלייגט אויף פאפיר, אפילו עס האט נישט געהאט קיין שום פארבינדונג צו אנגעווייטאגקייט.  מיר האבן געפרעגט פארוואס מיר האבן דאס. איז דאס נישט ווייל דאס וואס מיר האבן זיך פארלאזט אויף אונזערע אייגענע כוחות האט אונז אין ערגעץ געטראגן? פארלאזן אויף זיך זעלבסט איז אזוי גוט ווי לאנג עס גייט, אבער עס גייט נישט צו ווייט. אסאך פון אונז האבן געהאט אמאל שטארקע זעלבסט-זיכערקייט, אבער עס האט נישט אינגאנצן געלעזט אונזער פחד פראבלעם, אדער עפעס אנדערש. ווען עס האט אונז געמאכט עגא'איסטיש, איז עס געווען ערגער.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט כ"א אדר התשע"ט 11:10 #253592

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

מן הסתם איז דא א בעסערע וועג, אזוי טראכטן מיר. אבער מיר לעבן יעצט אן אנדער'ן יסוד. אונזער יסוד איז געטרויען און זיך פארלאזן אויף גאט. מיר האבן ענדבארע טראסט אין גאט, ווי איידער ענדבארע טראסט אין זיך אליין. אונז זענען דא אויף די וועלט צו שפילן די ראלע וואס ער האט אונז געשטעלט. נאר ווען מיר טוהן וואס מיר טראכטן אז ער וואלט אונז געהייסן טוהן, און מיט ענוה זיך פארלאזן אויף אים, דאמאלטס וועט ער מאכן אז מיר זאלן קענען איינטוישן אומגליק מיט רואיגקייט.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט כ"ב אדר התשע"ט 10:15 #253604

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

מיר האבן קיינמאל נישט איבערגעבעטן קיינעם פאר זיין אנגעוויזן אויפן באשעפער. מיר קענען לאכן אויף די וואס מיינען אז א רוחניות'דיגע לעבן מיינט א וועג פון שוואכקייט. פונקט פארקערט, עס איז א וועג פון שטארקייט. יארן וואס איז שוין אנגענומען אז אמונה מיינט קוראזש. מענטשן וואס האבן אמונה האבן קוראזש. זיי האבן צוטרוי אין גאט. מיר טוהן קיינמאל נישט זיך אנטשולדיגן פאר גאט. אנשטאט דעם לאזן מיר אים דעמאנסטרירן דורך אונז, וואס ער קען טוהן. מיר בעטן אים ער זאל אראפנעמען פון אונז די פחד, און דירעקטירן אונזער אויפמערקזאמקייט צו דעם וואס ער וויל אונז זאל מיר זיין. צום סוף וועלן מיר אנהויבן צו אויסוואקסן אונזער פחד.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט כ"ג אדר התשע"ט 10:06 #253607

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

יעצט איבער סעקס. אסאך פון אונז האבן געברויכט אן ערנסטע איבערמאכונג דארטן. מערסטנס פון אלעם, האבן מיר פרובירט צו זיין סענסיבל מיט די קשיא. ס'איז אזוי גרינג אראפצוגיין פון טרעק. דא געפינען מיר מענטשליכע מיינונגען לויפן צו די עקסטערם. מן הסתם ווילד עקסטרעם. איין טייל מענטשן שרייען אז סעקס איז א לאסט פון אונזער נידעריגער נאטור, און עס איז א וויכטיגע באשטאנדטייל נאר פאר פרו ורבו. דערנאך האבן מיר א אנדערע טייל וואס שרייען פאר סעקס און מער סעקס. וואס טוהן באוויינען אונזער צושטאנד פון מאן און ווייב, זיי טראכטן אז די מערסטע פראבלעמען פון די ראסע טוט צוריקפירן צו סעקסואלע סיבות. זיי האלטן אז מיר האבן נישט גענוג דערפון, אדער אז מיר האבן נאכנישט געהאט די ריכטיגע מין, זיי זעהן עס פאר א וויכטיגקייט איבעראל. איין שולע וועט נישט לאזן א מענטש האבן קיין שום טעם פאר די פרייז וואס ער האט באצאלט, און אן אנדערע וואלט אונז געלייגט אויף א גראדע פעפער דיעטע. אונז וויל מיר זיך האלטן אינדערויסן פון די קאנטראווערסיע. אונז זוכן נישט צו איינטיילן קיינעם'ס סעקסואלע אויפירונג. מיר אלע האבן סעקסואלע פראבלעמען. מיר וואלטן קוים געווען מענטשן אויב מיר וואלטן נישט געהאט. וואס קענען מיר טוהן דערצו?

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט כ"ד אדר התשע"ט 11:07 #253618

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

מיר האבן איבערגעקוקט אונזער אייגענע אויפפירונג איבער די פארגאנגענע יארן. ווי זענען מיר געווען סעלפיש, אומ'אמת'דיג, אדער זיך נישט גערעכנט מיט יענעם? וועם האבן מיר וויי געטוהן? האבן מיר אומבארעכטיגערהייט אנגעצונדן קנאה, חשדות, אדער דערביטערקייט? וואו זענען מיר שולדיג, וואס וואלטן מיר געדארפט טוהן אנשטאט? מיר האבן אלעס אראפגעלייגט אויף פאפיר און געקוקט דערויף.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט כ"ו אדר התשע"ט 16:41 #253623

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

אויף דעם וועג האבן מיר פרובירט אויסצושטעלן א נארמאל און מסתבר'דיגע סעקסואלע לעבן פאר אונזער צוקונפט. אונז האבן געלייגט יעדע סעקסואלע פארבינדונג צו די פארהער איז דאס געווען סעלפיש אדער נישט? מיר האבן געבעטן גאט צו אויספארעמען אונזערע געדאנקן און העלפן עס איינהאלטן. מיר געדענקן אייביג אז אונזערע סעקסואלע כוחות איז געגעבן געווארן פון גאט במילא מוז זיין אז עס איז גוט, נישט אז מיר זאלן דאס נוצן לייכטזיניג אדער סעלפיש, אבער אויך נישט אז מיר זאלן דאס פיינט אדער נישט ליב האבן.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט כ"ז אדר התשע"ט 13:54 #253643

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

נישט קיין חילוק וואסערע מהלך מיר וועלן ווייטער נעמען, מיר דארפן וועלן וואקסן דערמיט. מיר דארפן וועלן מאכן אן אויסבעסערונג דארטן ווי מיר האבן געטוהן שאדן, פארשטייט זיך אז מיר ברענגן נישט מער שאדן ווען מיר וועלן דאס טוהן. אין אנדערע ווערטער, מיר באהאנדלן סעקס פונקט ווי אלע אנדערע פראבלעם. אין מעדיטאציע, מיר בעטן גאט וואס זאלן מיר טוהן וועגן יעדע איינציגע פאסירונג. די ריכטיגע ענטפער וועט קומען, אויב מיר זאלן נאר וועלן.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט כ"ח אדר התשע"ט 11:20 #253674

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

נאר גאט אליין קען אונז דן זיין איבער אונזער סעקסואלע סיטואציע. זיך אדורכרעדן מיט מענטשן איז אסאך מאל א גוטע זאך, אבער מיר לאזן גאט זיין די ענדגילטיגע ריכטער. מיר פארשטייען אז געוויסע מענטשן זענען זייער פאנאטיש איבער סעקס, די זעלביגע איז דא וואס זענען פריי דערמיט. מיר טוהן אויסמיידן איבער די מאס דורכטראכטונג אדער הילף.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט כ"ט אדר התשע"ט 10:54 #253701

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

רעכנסט אונז גרייך מיר אביסל ווייניגער ווי אונזער אויסדערוועלטע מהלך, און מיר שטאלפער'ן זיך? מיינט דאס אז מיר גייען יעצט ווערן אנגעטרינקן? געוויסע מענטשן זאגן אונז אזוי. אבער דאס איז נאר א האלבע אמת. עס ווענדט זיך אין אונז, און אין אונזערע מאטיוון. אויב פיל מיר זיך שולדיג אויף וואס מיר האבן געטוהן, און מיר האבן אן אמת'דיגע רצון צו לאזן גאט זאל אונז נעמען צו בעסערע זאכן, גלייבן מיר אז מיר וועלן פארגיבן ווערן, און מיר וועלן האבן געלערנט אונזער לעקציע. אויב שפירן מיר זיך נישט שולדיג, און אונזער אויפירונג איז ממשיך צו וויי טוהן אנדערע מענטשן, זענען מיר גאנץ זיכער אז מיר וועלן ווערן אנגעטרינקן. אונז קומען נישט דא מיט טע'אריעס, דאס זענען פאקטן פון אונזער עקספיריענס.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט ל' אדר התשע"ט 11:21 #253729

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

צו מאכן דעם סך הכל וועגן סעקס: מיר דאווענען ערענסט פאר די ריכטיגע צוגאנג, וואס צו טוהן ביי יעדע שאלה'דיגע סיטואציע, פאר נארמאלקייט, און פאר די שטארקייט צו טוהן די ריכטיגע שריט. אויב סעקס איז פראבלעמאטיש, ווארפן מיר זיך אריין נאך שווערער צו העלפן אנדערע. מיר טראכטן פון זייערע געברויכן, און מיר ארבייטן פאר זיי. דאס נעמט אונז ארויס פון אונזערע סעלפישקייט. עס מאכט שטיל די דורשט צו געוועלטיגן, וואס ווען מיר געבן דאס נאך מיינט דאס הארץ ווייטאג.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט ג' 'אדר ב התשע"ט 18:12 #253780

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

אויב זענען מיר געווען גרינטלעך מיט אונזער פערזענליכע חשבון הנפש, האבן מיר אראפגעשריבן אסאך. מיר האבן אראפגעשריבן און אנאליזירט אונזער אנגעווייטאגקייט. מיר האבן אנגעהויבן באגרייפן די אומנויטיגקייט און די פאטאלקייט דערפון. מיר האבן אנגעהויבן צו זעהן די שרעקליכע חורבנות דערפין. מיר האבן אנגעהויבן צו לערנען טאלערענץ, געדולד, און זיין גוט צו אלע מענטשן, אפילו אונזערע שונאים, ווייל מיר באטראכטן זיי ווי קראנקע מענטשן. מיר האבן אראפגעשריבן די מענטשן וואס מיר האבן וויי געטוהן דורך אונזער אויפירונג, און מיר זענען גרייט אויסצוגלייכן די פארגאנגענהייט אויב מיר קענען.

ענטפער: (6) גרויסע בוך - קאפיטל 5 - וויאזוי עס ארבייט ד' 'אדר ב התשע"ט 11:22 #253795

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 863
  • האט שוין געלייקט: 758 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1609 מאל
  • קאָרמא: 41

און דעם בוך ליינסטו נאכאמאל און נאכאמאל, וואס אמונה האט מיט אונז געטוהן, וואס מיר האבן נישט געקענט טוהן צו זיך אליינס. מיר האפן איר זענט איבערגעצייגט יעצט, אז גאט קען באזייטיגן סיי וואספארא גאוה וואס האט דיר געשטערט פון זיין נאנט צו אים. אויב האסטו שוין געמאכט אן החלטה, און א חשבון הנפש פון דיין גרויסע מאכטלאזיקייט, האסטו געמאכט א גוטע התחלה. מיט דעם האסטו אראפגעשלינגען, און פארדייט עטליכע גרויסע שטיקער אמת פון זיך.

  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 1.40 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא