ברוכים הבאים, גאסט

פאר וועמען איז די 12 סטעפ פראגרעם געמאכט!!!
(0 באזוכער) 
  • בלאט:
  • 1

טעמע: פאר וועמען איז די 12 סטעפ פראגרעם געמאכט!!! 54 באזוכער

פאר וועמען איז די 12 סטעפ פראגרעם געמאכט!!! ב' סיון התשפ"א 13:10 #272474

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 318
  • האט שוין געלייקט: 508 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
  • קאָרמא: 16

גענומען פון איי וועלט געשריבן דורכן ניק @פון אמעריקא !!!
ליינט אין האט הנאה

כ'ווייס נישט ווי אנצופאנגען דא...

נו, קודם א מעשה; די רבי אמאל אויפ'ן וועג אריין צום טיש האט פלוצים געפילט ווי די הויזן הייבט אהן זיך אראפגליטשען, ער שטעלט זיך גלייך אפ, צושפרייט די בעקיטשע און פארעכט זיך די הויזן לעיני כל החסידים, די גבאי ווערט רויט און שארט דעם רבי'ן אין אויער אריין "רבי, ספאסט נישט", ענפערט אים די רבי "אז די הויזן וועט פאלן אינגאנצען וועט עס יא פאסן?"

לאמיר קודם קלאר מאכ'ן אזוי, 12 סטעפס איז געמאכט פאר מענטשן וואס ליידן פון די מחלה וואס הייסט עדיקשאן, נישט יעדער אינגערמאן וואס מאכט קידוש ביים ליינען איז אן אלקעהאליק, נישט יעדער וואס רויכערט אמאל א לילקע איז א דראג עדיקט וכדומה, על פי רוב וועט א טרענירטע טערעפיסט וויסן צו זאגן צו איינער איז אן עדיקט צו נישט. איך וויל מיך דא באציען נאר צו מענטשן וואס זענען טאקע עדיקטס.

יעצט צום ענין, זייער אסאך מענטשן (נישט יעדער, אבער א חלק ניכר אויב נישט רוב) ווען זיי קומען אריין אין די 12 סטעפס פראגראם מיינט אידישקייט סייווי נישט קיין סך פאר זיי (איך בעהט איבער די וואס קענען נישט פארנעמען א נישט אזוי איינגעהאלטענע שפראך, אבער עס פעהלט זיך אויס לטובת הענין), זיי קוקען אויס אינדרויסן פונק ווי יעדער איינעם אנדערש, זיי גייען דורך די מאושענס פון אידישקייט, אבער ס'מיינט נישט גארנישט פאר זיי, נישט ח"ו ווייל זיי גלייבן נישט אדער זענען חלילה שלעכט, נאר פשוט ווייל פאר אן עדיקט מיינט גארנישט אין לעבען גארנישט.

לאמיר זיך אביסעלע אויסשמיסען וואס אדיקשען איז און וואס דאס טוט צו דעם מענטש וואס ליידט דערפון (עמיר רעדן פון אלקאהאליזם ווייל דאס איז די גרינגסטע פאר מענטשן צו פארשטיין, אבער די זעלבע גייט אהן פאר געמבלינג, דראגס, שמוץ, און וואס אימער עס זאל נאר זיין די זאך צו וואס דער מענטש איז אדיקטעד).

אן אלקאהאליק, ווען ער הייבט אהן טרינקען און נעמט אריין דאס ערשטע גלעזעל ברוינפען אין מויל, געשענט עפעס וואס איז פונקט פארקערט פון רוב מענטשן, רוב מענטשן וועלן דארפן דאס צווייטע גלעזעל אביסל ווייניגער ווי ער האט געדארפט דעם ערשטן, די דריטע נאך ווייניגער, און אזוי ווייטער ביז די אכטע צו ניינטע גלעזעל ווען ער האט געהאט גענוג און ער הערט אויף טרינקען, ער ווייסט וויפיל ער קען פארנעמען, און ער קען זיך אפשטעלן ווען ער קומט אהן אהין.

דער אלקאהאליק אבער, ער דארף דעם צווייטען גלאז נאך מער ווי ער האט געדארפט דאס ערשטע, די דריטע מער ווי די צווייטע, און אזוי ווייטער, ווי מער ער האט אין בויך אלס מער ציט עס אים צו טרינקען מער און מער, (היינט פארשטייט מען שוין סייענטיפיש פארוואס דאס איז אזוי, מיר וועלן נישט אריינגיין דערין דא), עס ציט אים אזוי שטארק אז ער האט נישט די מעגליכקייט זיך אפצושטעלן און אזוי ווערט ער טויט שיכור יעדעס מאל ער נעמט אפילו נאר איין לעק ברוינפען.

איי, זאל ער נישט אנהייבן בכלל, אז ער ווייסט אז ער קען זיך נישט אפשטעלן פארוואס הייבט ער אהן?

דא קומט די חלק צו וואס איך וויל ציקומען, דער אלקאהאליק איז געווארן עדיקטעד ווייל אין דעם ביטערן טראפ האט ער געטראפן אן אויסוועג פון זיינע פראבלעמען, ווען ער טרינק האט ער נישט קיין פראבלעם פון געלט, בושה, שלום בית וכדומה, זאכן מיט וואס ער שלעפט זיך ארום און קען זיי נישט דערהייבן, טרינקען נעמט אים אוועק אלע פראבלעמען, ער איז קיינמאל נישט אזוי רואיג און צופרידען ווי נאכ'ן טרינקען, דאס מיינט צו זאגן, אז טרינקען איז נאר דער בענדעידז פאר'ן אלקאהאליק, די אמת'דיג פראבלעם זיינע איז אז ער קען זיך נישט באגיין מיט זיין לעבן, צופיל זאכן גייען אים בארג אראפ אדערן באדער'ן אים און לאזט אים נישט מנוחה, טרינקען גיט אים א ברעיק פון עכטע לעבן, און איינמאל זיין מח ווייסט שוין די סוד וואס א טרינק טוט פאר אים, וועט זיין מח אלעמאל אים געבן פרישע ווארימע תירוצים פארוואס ער מעג טרינקען דאס מאל, תירוצים וואס שטימט נישט פאר קיינעם אנדערש, אבער פאר אים איז דאס גענוג צו נעמען א טרינק, אפילו ער ווייסט קלאר וואס ס'איז געשען יעדעס מאל ביז אהער ווען ער האט גענומען א טרינק.

קומט אויס אז דער אלקאהאליק קען נישט, נישט טרינקען, און ווען ער טרינקט קען ער זיך נישט אפשטעלן ביז ער איז טויט שיכור, דאס איז די שורש פון עדיקשאן, נישט קענען אינגאנצען אוועקשטיין, און נישט קענען קאנטראלירן וויפיל.

ס'איז נישט שווער צו פארשטיין וואס עדיקשאן טוט צו דעם מענטש, דער מענטש ווייסט אז אמת'דיג וויל ער נישט טרינקען, ער האט שוין פראבירט אלע מיטלען אין די וועלט, אבער ער ווערט נאכאלס כסדר שיכור, און יעדעס מאל ער שיכורט ווערט זיין לעבן שווערער און שווערער, און די איינציגסטע זאך וואס קען אים העלפן זיך ספראווען מיט לעבן - א טרינט - קען ער נישט נעמען, אבער ער טוט עס סייווי אהן ווילען, וחוזר חלילה נאכאמאל און נאכאמאל. נאך א שטיק צייט הערט דער מענטש אויף צו וועלן לעבן, גארנישט האט נישט קיין מיינונג ביי אים, גארנישט איז אים נישט וויכטיגער ווי אויפהערן טרינקען, און דאס גייט אים נישט בשום אין אופן, א חידוש וויפיל עדיקס נעמען זיך דאס לעבען?

דאס אלעס ווען מ'רעדט אפילו פון א גוי אן אלקאהאליק, שטעל זיך פאר א חסידישער אינגערמאן וואס זיין עדיקשאן איז שמוץ, קיינער וואס איז דאס נישט דורך, קיינער, נאך א מאל, קיין איינער נישט, קען נישט פארשטיין די אומדערהייבארע פיזיקאלע און נפשיות'דיגע יסורים וואס דער אינגערמאן גייט אריבער, ער וויל זיין וואויל, ער וויינט ביים דאווענען, זאגט תהילים, גיט צדקה, לערענט שעות, אבער ער האלט אין איין דורכפאלן און זיך דערקייקלען צו נידריגערע און נידריגערע שטאפלען.

יעצט, לאמיר קלאר ארויסהאבן אז ווען מענטשן האבן פראבלעמען מיט'ן גיין צו 12 סטעפס, רעדט מען פון אט דעם אינגערמאן, דער אינגערמאן וואס איז שוין גרייט צו פארקוקען אויף אלעם און זיך אראפזעצן מיט פרעמדע מענטשן און ארויספאקן אלע זיינע אינערליכע סודות און ווייטאגן, ווייל זיין לעבן איז אים שוין סייווי נישט ווערד קיין איין ברעקל, דער אינגערמאן וואס אידישקייט איז פינסטער נעבעך, אסאך האבן טראמא פון ווערן אויפגעצויגן און אן אכזריות'דיגע אטמאספערע וואס זיינע עלטערן אדער מלמדים האבן גערופן אידישקייט און דאס קען גאר זיין די גורם צו זיין עדיקשאן, פאר דעם אינגערמאן קען מען זאגן גיי נישט זיך העלפן ווייל ס'שטימט נישט אינגאנצען מיט אידישקייט, צו ווייל ס’איז נישט פונק אונזער פלעיווער פון אידישקייט? איז עס נישט ווי די רבי וואס די הויזן גייט אים אינגאנצען אראפ פאלן און אים גורם זיין אסאך גרעסערע בושות? וואס וועט געשען אויב דער אינגערמאן גייט זיך נישט העלפן מיט די לעצטע זאך וואס איז אים נאך געבליבן צו פראבירען, גייט זיין אידישקייט זיין אקעי, גייט ער בכלל בלייבן בין החיים פאר לאנגע יארן?

(גיימיר אפילו נישט רעדן דערפון אז ס'איז בכלל נישט קיין סתירה, און אז אדרבה, מענטשן קומען דורך די סטעפס אהן צו אזא מין דערהויבענע אידישקייט און נאנטקייט צום הייליגען באשעפער וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געהאט אהן די סטעפס.)

עדיקשאן איז א טויטליכע מחלה און איז געהעריג א מצב פון פיקוח נפש (עיין ספרי הרב טווערסקי זצ"ל), פאר יעדער אנדערע מצב פיקוח נפש פארשטייט יעדער צו לייגן אידישקייט אין די זייט ווילאנג די סכנה גייט אריבער, קומט זיך נישט דעם אינגערמאן די זעלבע סענסעטיוויקייט און פארשטאנד?

די נושא איז זייער א האקעלע, און רבנים וואס פארשטייען נישט וואס עדיקשאן איז, קענען נישט די סטעפס, און קענען אסאך מאל נישט די עכטע מצב פונעם עדיקט צו וועם זיי רעדן, וועלן אסאך מאל הייסן אוועקשטיין דערפון אהן דאס דורך טהון געהעריג, זיי וואלטן נישט געפאסקנט א שאלה וועגן קימא אן דאס דורך טהון געהעריג, זיי וואלטן נישט געהייסן גיין לערנען איינשטאט נעמען קימא ווייל תורה איז סמא דחייא, אבער דא גייען זיי יא אוועקמאכן די 12 סטעפס און זאגן בראתי יצר הרע ובראתי תורה תבלין, ווייל ליידער ווייסען זיי נישט די עכטע מציאות הדברים, ס'איז נישט זייער שולד, נאכדערצו אז רוב מענטשן וואס גייען צו די פראגראם און טוישן זייער לעבן אויף הונדערט ביליאן מאל בעסער פילן געווענליך נישט פאר וויכטיג צוריק צו גיין צום רב און אים אינפארמירן וואס די סטעפס האבן געטהון פאר אים, ווייל זיי זענען שוין באקוועם מיט זייער לעבן, זיי ווייסן וואס זיי האבן צו טהון, און ס'איז זיי גוט אפילו די רב האלט נישט דערפון, ממילא הערן זיי נאר פון די וואס זענען דורך געפאלן אין פראגראם (געווענליך די וואס נעמען עס נישט ערענסט און ארבעטן נישט געהעריג די סטעפס).

איך קען מעיד זיין אויף איינע פון די גאר גרויסע חסידישע רביס וואס פלעגט זיין שארף דערקעגן, ביז ער האט געהערט פון מיר ערשט האנטיג און אינגאנצען געטוישט זיין מיינונג, צוליב זיין שמיעס מיט מיר האט ער געזאגט פאר א אינגערמאן מיט וועם ער האט מיטגעהאטלן פון די נאנט, יא צו גיין צו די סטעפס, און יעצט זעהט ער מיט די אייגענע אויגן וויאזוי דאס שטעלט אוועק יענעם אינגערמאן מיט זיין גאנצע שטוב אויף א הערליכע פארנעם, אבער דאס איז נאר אדאנק וואס ער האט אמת'דיג געקענט דעם אינגערמאן'ס מצב, און ער האט זיך עכט אריינגעלייגט צו פארשטיין, און ער פאלויט אוף.

האב איך עפעס אויסגעלאזט? דאכצעך כ'האב געזאגט אלעס וואס איך קען זאגן אויף די נושא אין א פאבליק פארום.

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: פאר וועמען איז די 12 סטעפ פראגרעם געמאכט!!! ב' סיון התשפ"א 13:12 #272475

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 318
  • האט שוין געלייקט: 508 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
  • קאָרמא: 16
גענומען פון איי וועלט געשריבן דורך ניק @טעראטישע פאקטן
נישטא װאס צוצולײגן צו @פון אמעריקע,
נאר אױף נאך א װעג נאר צו אילוסטרירן, װען דו זעסט אן עדדיקט זעסטו בלױז א װידעא, ס׳נאר א פנים פון א מענטש, אינעװײניג איז אלעס ״טױט״ און אין א קאמא ר״ל!!, דו אײנציגסטע זאך װאס לעבט נאך דארט און טומלט ארום איז זײן אדדיקשאן, 12 סטעפ (אױב ארבעט מען מיט, מיט דעם ריכטיג) איז פשוט אױפצולעבן זײן (כמעט) טױטע נפש, ממילא קודם דארף מען זעהן אז דער מענטש זאל קענען פשוט אטעמען!, און נאכדעם קען מען אנהײבן צו רעדן װעגן אידישקײט (אױב ס׳איז טאקע אזױ שלעכט װי מאנכע קוקן דאס אן, אבער נניח) דער מענטש אטעמט פשוט נישט!! און די פראבלעם איז אז אסאך מאל זײנע ארומיגע לײדן ב״ה נישט דערױף און באגרײפן נישט די ערנסקײט פון זײן מצב װאס איז ממש פיקוח נפש!! (פאר דער װאס איז באקאנט) ממילא װיל מען אפהאלטן - אדער קאנטראלירן װאס װען און װיאזױ, סאו די עצה איז ״אװערנעס״ פון װאס מ׳רעדט דא!!, װײל עכט אמת׳דיג באגרײפן װי שװער אדיקשאן איז, איז פשוט ״נישט מעגליך״ פאר אײנער װאס איז ב״ה נישט קײן אדיקט, אבער אזױפיל קען מען יא פארשטײן אז מ׳רעדט דא פון פיקוח נפש ממש!! און ס׳איז א ריזיגע אחריות און עוולה אפצוהאלטן אײנער װאס דארף עס, צוצוקומען דערצו, און אז מ׳דארף אלעס טוהן צו העלפן א איד אטעמען, און בעזת השם יתברך װען מען איז שױן גענוג לאנג אין רעקאװערי װעט דער באטרעפנדער קומען צו זיך און אנהײבן א נײעם - פרײען לעבן בס״ד,
(רוב מאל אױב מײנט מען עס אמת׳דיג װערט די אידישקײט נאר אסאך שטערקער און בעסער, אפי׳ אמאל פון אנפאנג קוקט אױס אנדערש, װאו @פון אמעריקע האט שױן זײער שײן ארױסגעברענגט,)

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

לעצט פארראכטן: ב' סיון התשפ"א 13:13 דורך שיע.

ענטפער: פאר וועמען איז די 12 סטעפ פראגרעם געמאכט!!! ב' סיון התשפ"א 13:15 #272477

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 318
  • האט שוין געלייקט: 508 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
  • קאָרמא: 16
דעס איז די לינק ווי מען קען זעהן די גאנצע שמועס איבער די 12 סטעפס אין די פראגראמען וואס עס איז דא 
 www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=45555&start=75#p2770898

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.44 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא