עס איז דא איין נושא וואס איז נאך נישט צוגערירט געווארן דא, דאס קען זייער זיירע אומאיינגענעם און נאך מער פון דעם.
לאמיר שוין זאגן אז באגעגענען א באקאנטן איז נישט אזוי געפערליך, און ס'איז טאקע נישט, אזוילאנג ווי יענער איז א נארמאלע פארשטענדליכע מענטש, אבער וואס טוט זיך אויב יענער איז נישט אזוי קלוג ווי דו, און יעדעס מאל ווען ער וועט דיך טרעפן אין ביהמ"ד, גאס, שמחה וכדומה וועט ער נאר קענען רעדן איבער בלויז "איין" טעמע.
און דאס איז נאר א באקאנטן, וואס הערט זיך אויב דו באגעגענסט דארט דיין ברודער, שוואגער, וכדומה, און ווער רעדט נאך פון דיין טאטע אדער שווער?! רבי, רב, דיין, מגי"ש וכו' וכו', די אלע זאכן האבן שוין ווירקליך פאסירט.
איך מיין נישט קיינעם אנצושרעקן פון גיין צו לייוו מיטינגען, אויב איז דאס וואס דו דארפסט טוהן פאר דיין סאברייעטי זאלסטו עס סייווי טוהן, אבער מען זאל אויך נישט אינגאנצן אוועק מאכן די פחד פון גיין אז עס מאכט ממש נישט קיין סענס. ודו"ק.