ברוכים הבאים, גאסט

ווייסע בוך אין "אידיש"
(0 באזוכער) 

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" 40739 באזוכער

ווייסע בוך אין "אידיש" ד' טבת התשע"ג 11:07 #14565

  • לא יכרע
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1641
  • האט שוין געלייקט: 23 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 1
די פראבלעם

אסאך פון אונז שפירן זיך אומטויגליך, ווערדלאז, אליין, און דערשראקן.
אונזער פנימיות איז קיינמאל נישט געוועהן א פארגלייך צו וואס מיר האבען געזעהן ביי די חיצוניות פון אנדערע.
גאנץ אנהייב, האבן מיר אנגעהויבן זיך צו שפירן אפגערוקט פון אונזערע עלטערן, פון חברים, און פון זיך אליין.
מיר האבען זיך אפגעטיילט מיטן פאנטאזירן און הוז"ל.
מיר האבן זיך באהאפטן דורעכן זיך אָנטרונקען מיט די בילדער, די צורות, און נאכלויפן די אביעקטן וואס מאכן אונז פאנטאזירן.
מיר זענען נאכגעלאפן לאָסט און געוואלט אז אנדערע זאלן אונז נאכלויפן פאר לאָסט.
מיר זענען געווארן ריכטיגע אדיקטס: סעקס מיט זיך אליין (הוז"ל), ניאוף, זנות,קראנקע פריינטשאפטן, און מערערע פאנטאזיע.
מיר זענען צו געקומען דערצו דורעך די אויגן; מיר האבן דאס געקויפט און פארקויפט, מיר האבן עס איינגעטוישט, און דאס אוועק געגעבן.
מיר זענען געווארען אָדיק צו די אינטערסאנטקייט, זיך אנצורייצען.
די איינציגסטע וועג וואס מיר האבן געוואוסט אז מיר קענען פטור ווערן דערפון איז געוועהן דאס נאכצוגעבען.
"באהעפט זיך מיט מיר און און מאכט מיר גאנץ!" האבן מיר געשריגן מיט אויסגעשטרעקטע ארעמעס.
נאכלויפנדיג נאך די ריכטיגע 'געשמאק', האבן מיר אוועק געגעבן אונזער כח פאר אנדערע.
דאס האט אונז געמאכט שפירן שולד, חרטה, ווייטאג, שפירן ליידיג, זיך אליין פיינט האבן,
און מיר זענען אלץ געווארן אינטערסירט נאר אין זיך, אוועק פונעם מציאות, אוועק פון ליבשאפט, מיר האבען פארלוירן אונזער 'אינערליכע זיך'. 
אונזערע געוואוינהייטן האט געמאכט אז ס'זאל זיין פאר אונז אוממעגליך אמת'דיגע נאנטשאפט.
מיר קענען קיינמאל נישט צוקומען צו עכטע נאנטשאפט מיט א צווייטן ווייל מיר זענען געווארן אדיקטס צו די נישט עכטע מציאות.
מיר זענען נאכגעגאנגען די "magic",ווייל דאס האט איבערגעשפרינגען די אמת'דיגע נאנטשאפט.
פאנטאזיע טוט קאליע מאכן די עכטע מציאות; לאָסט טוט הארגענען ליבשאפט.
קודם זענען מיר געווארען אדיקטס, און דערנאך ליבשאפט קראנק.
מיר האבן גענומען פון אנדערע אנצופילן דאס וואס ס'האט געפעלט ביי אונז אליין.
זיך אליין נער'נדיג נאכאמאל און נאכאמאל אז די קומענדיגע, דאס וועט אונז ראטעווען…
מיר האלטען באמת ביים פארלירן אונזער לעבן.

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" ד' טבת התשע"ג 16:23 #14586

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל
  • קאָרמא: 2
כ'ווייס נישט וואס צו קאמענטירן, אויב בכלל, אבער הכרת הטוב קומט זיך זיכער

א הארציגן יישר כח לא יכרע, פאר די חשובע ארבעט
איך דערקען זיך דא אין יעדע שירה עקסטער
כ'האב שטארק הנאה אז דו האסט אנגענומען אונזער מיינונג יא צו שרייבן

קיט איט אפ! יישר כח נאכאמאל!

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" ה' טבת התשע"ג 11:45 #14617

  • לא יכרע
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1641
  • האט שוין געלייקט: 23 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 1
הקדמה

דער בוך איז געמאכט פאר אזעלעכע וואס ווילן אויפהערן זייער סעקסואלי זעלבסט מחריב'דיגע וועג פון טראכטונג און אויפפירונג. ס'איז געשריבן געווארן שטיקל ביי שטיקל אזוי ווי עס האט זיך פארלאנגט בשעת'ן עס ארויסגעבן און די וואוקס פון סעקסוהאליקס אנאנימעס. די פארשידענע שטיקלעך זענען שוואכליך צוזאם געשטעלט געווארן דורעך עטליכע פריער'דיגע גרופע'ס פון סעקסוהאליק אנאנימעס און איז שפעטער געטוישט געווארן און געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין 1984. א פארלאנג וואס איז באקאנט אלץ "די ווייסע בוך" איז געוואקסן, און עס ווערט יעצט גרייט געמאכט אין דעם נייעם איבערגעדרוקטן פארמאט.

סעקסוהאליקס אנאנימעס איז געשטעלט אויף די פרינציפן פון אלקאהאליקס אנאנימעס. אין דעם בוך טוען מיר באשרייבן ווי אזוי די פרינציפן ארבעטן פאר אונז. ווען ס'איז געשטעלט אויף א יסוד פון סעקסואל זויבערקייט און דורעכן אריינלייגן פערזענליכע ארבעט, ווערן די צוועלעף סטעפס און טראדיציעס די אנפאנג פון אינגאנצן א נייע וועג פון לעבן. ווי לענגער מיר האלטן זיך זויבער און וואקסן אין א חברותא'שאפט פון היילונג, אלץ מער לערנען מיר זיך וועגן ביידע זאכן די פראבלעם און די לעזונג. מיר לערנען נאך נאר דערווייל.

סעקסוהאליקס אנאנימעס איז געווארן א פאקט אין די יארן 1979-1981. און עס איז יעצט א וואקסענדע, אינטערנאציאנאלע חברותא'שפט. די צוועלעף סטעפ פראגראם, האט געברענגט אויף דער וועלט דורעכן עס טרעפן א זיג איבער די געוועלטיגונג פון אלקאהאליזם, און איז געווארן אונזערס דורעך די גוטסקייט פון באשעפער. מיר טוען פארשלאגן דעם בוך מיט די האפענונג און א געבעט אז עס וועט פארזעצן צו געבענטשט ווערן דורעך די היילונג פאר אסאך פון סעקסוהאליזעם

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" ה' טבת התשע"ג 12:31 #14624

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל
  • קאָרמא: 2
יישר כח לא יכרע!
איך ווייס עס איז נישט קיין לייכטער ארבעט דאס איבער זעצן פון ענגליש אויף אידיש, כאטש עס איז דא הילף דערויף.
יישר כח וחילך לאורייתא, להגדיל תורה וקדושה במחנינו.
אמן.

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" ו' טבת התשע"ג 18:19 #14643

  • למד גימל
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 49
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
  • קאָרמא: 0
געוואלדיג!!!!! געוואלדיג!!!!  ח"י פעמים געוואלדיג!!!
איך האב נישט קיין צייט מאריך זיין
כה לחי!!!
זכות הרבים תלוי בך
כל טוב
למד גימל

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" ז' טבת התשע"ג 00:31 #14653

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל
  • קאָרמא: 2
א גרויסן און הארציגן יישר כח!!!!
מיר ווייסן אז ס'איז נישט גרינג דאס איבערזעצן,
זאל דיר דער באשעפער געבן כח און הצלחה און דיין ארבעט.
וזכות הרבים תלוי בך

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" ז' טבת התשע"ג 10:35 #14659

  • לא יכרע
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1641
  • האט שוין געלייקט: 23 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 1
צו די ניי קומענדע

וואס ארבעט פאר אונז

די פון אונז וואס ערהוילן זיך אין סעקסוהאליקס אנאנימעס זענען אהער געפירט געווארן דורעך פארשידענע ערליי פארעמען פון דעם זעלבן פראבלעם. א חלק פון אונז פאסן זיך זייער גוט אריין און די חברותא'שאפט פון וואס א סעקסוהאליק קען זיין און א חלק פון אונז נישט. א חלק פון אונז זענען געפירט געווארן צו קויפן אדער פארקויפן סעקס אויף די גאס, אנדערע האבן עס נאר געהאט אנאנעמעסלי אין באר'ס אדער אין פאבליק פלעצער. א חלק פון אונז האבן זיך געטראפן אין ווייטאגליכע און מחריב'דיגע ענינים אדער זענען אריינגעשלעפט געווארן אין אן אומגעזונטע באנעמעניש מיט א באזונדערע מענטש אדער א גרופע פון מענטשן. א חלק פון אונז האבן געהאלטן אונזער באנעמעניש פאר זיך אליין, זיך באנוצנדיג זיך דערמיט הנאה צו האבן פון הוז"ל, בילדער, זאכן וואס טוען אנרייצן, אדער זיך ארויסווייזן פארן פאבליק. א חלק פון אונז האבן געשעדיגט אנדערע. און מיט אסאך פון אונז, האט אונזער באדערפעניש גענומען אן אפצאל פון אונזערע משפחות, מיט ארבעטער'ס, און פריינט. זייער אסאך מאל, האבן מיר געשפירט אז מיר זענען די איינציגסטע וואס קענען נישט אויפהערן,און אז מיר טוען דאס- אפילו דאס איז אנטקעגן אונזער ווילן.

ווען מיר זענען אנגעקומען צו SA, האבן מיר אויסגעפונען אז כאטש די אלע פארשידענהייטן וואס איז דא צווישן אונז, זענען מיר אבער אייניג מיט א גאנגבארע פראבלעם – די באנעמעניש פון לאסט, געווענטליך איז דאס צוזאם געשטעלט מיט א שטארקע ציאונג'ס געברויך פאר סעקס אויף עפעס א פארמאט. מיר האבן זיך אידענטיפיצירט איינער מיטן אנדערן אויף די אינעווייניגסטע חלק פונעם פראבלעם נישט קיין חילוק וואס די דעטאלן זענען געווען, מיר שטארבן נפשיות'דיג – פון שולד, שרעק, און איינזאמקייט, ווען מיר האבן איינגעזעהן אז מיר האבן א בשותפות'דיגע גאנגבארע פראבלעם, האבן מיר אויך איינגעזעהן אז ס'דא פאר אונז א גאנגבארע לעזונג – די צוועלעף סטעפ'ס פון ערהוילונג פראקטיצירט אין א חברותא'שאפט און אויף א יסוד וואס מיר רופן סעקסואל זויבערקייט.

די הגדרה פון זויבערקייט טוט פאר אונז אראפשטעלן, די עיקר און די נויטיגע צושטאנד צו אנהאלטן די פרייהייט פון די ווייטאג וואס האט אונז געברענגט צו SA. מיר האבן אויסגעפונען אז אן דעם ארבעט גארנישט. ווען מיר האבן פראבירט צו לייקענען דאס וואס אונזער געווענטליכע ערפארונג האט אונז געזאגט, האבן מיר אויסגעפונען אז די ערהוילונג טוט זיך נאך אלץ ארויסדרייען פון אונז. און דאס שטעלט זיך ארויס צו זיין ריכטיג נישט קיין חילוק וואס מיר זענען מענער צו פרויען; חתונה געהאט צו נישט; ווי אזוי אונזער זיך אויסגעבן זאל האבן געווען מיט די זעלבע אדער פארקערטע סעקס; נישט קיין חילוק ווי אזוי אונזערע פארבינדונגען זענען געווען "עמטליך," "וויכטיג," אדער נאר אויף איין נאכט; אדער האבן מיר נאר געכאפט א קליינע סעקס מיט זיך אליין ווי א "פיזישע ארויסגאנג." אזוי ווי די מענער און פרויען פון אלקאהאליקס אנאנימעס האבן געלערענט פאר פופציג יאר פריער, "האלב פון די מיטלען ברענגט אונז גארנישט"!.

מיר טוען נישט פאדערן צו פארשטיין אלע רעזולטאטן פון סעקסואל זויבערקייט. א חלק פון אונז זענען געקומען צום גלויבונג אז ס'דא א טיפערע נפשיות'דיגע באדייט אין סעקסואל זויבערקייט,  בעת אנדערע האבן פשוט אונטער געשטראכן אז אן א פעסטע און קלארע אונטערשטע שורה, טוט אונזער "כיטרע, פאפערישע, און שטארקע" סעקסוהאליזעם אונז איבערנעמען פריער אדער שפעטער. אויך טוען מיר נישט דערקלערן אז זויבערקייט אליין וועט פירן צו אן אנהאלטענדיגע און לוסטיגע ערהוילונג. פונקט ווי אלקאהאליקס, מיר קענען זיין "טריקן" אנדעם וואס מיר זאלן זיין זויבער אין א טיפערע דערהער. מיר טוען ניטאמאל ערקלערן אז סעקסואל זויבערקייט זאל איינעם מאכן גלייך שפירן בעסער. מיר, פונקט ווי אנדערע אדיקט'ס, קענען אדורעכגיין אומבאקוועמליכע סימפטאמען ווען מיר געבן אויף אונזער "מעדעצין." פון די אנדערע זייט, אין פארגלייך צו די קשיות, געראנגעלנישן, און צומישעניש וואס מיר זענען אדורעך, געפונען מיר אז סעקסואל זויבערקייט איז אמת'דיג "די שליסל צו א פרייליכע און לוסטיגע פרייהייט וואס מיר וואלטן אנדערש נישט געקענט וויסן." דאס איז פארוואס מיר האלטן אין איין צוריק קומען צו SA.

מיר האבן א לעזונג. מיר טוען נישט דערקלערן אז ס'איז פאר יעדעם איינעם, אבער פאר אונז, ארבעט עס. אויב דו טוסט דיך אידענטיפיצירן מיט אונז און דו טראכסט אז דו האסט אויך אונזער פראבלעם, וואלטן מיר געוואלט אייך מיטטיילן אונזער לעזונג.

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" י' טבת התשע"ג 16:38 #14684

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל
  • קאָרמא: 2
לא יכרע, דו גיסט אריין אין מיין נפש א פרישקייט וואס כ'האב שוין נישט געהאט פאר א שיינע שטיק צייט, א גאר טיפע הנאה, קלארקייט און ישוב הדעת, כ'האב פשוט נישט ווי אזוי זיך צו באדאנקען פאר דיין שווערע און געוואלדיגע ארבעט!

אונזער הייליגער באשעפער זאל דיך באגיסן מיט השפעות טובות!

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" י"א טבת התשע"ג 08:17 #14694

  • למד גימל
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 49
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
  • קאָרמא: 0
א גרויסן יישר כח פאר דיין שרייבן

עס איז גוט געשריבן און געשמאק, איך קעןזיך לערנען פון דיין שרייבן פארשידנס לגבי מיין שרייבן דעם גרויסן בוך

זיי ממשיך בהצלחה

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" י"א טבת התשע"ג 12:03 #14702

  • עבודת הבורא
  • איצטיגע שטרעקע: 1585 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2706
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל
  • קאָרמא: 10
ווי לאנג מיר זענען אלע גרייט זיך צו לערנען איינער פון צווייטען וועלן מיר אלע שטייגן
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" י"א טבת התשע"ג 12:24 #14705

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל
  • קאָרמא: 2
איך זאג שוין אמן!

דאס איז געווען א פסק? א ברכה? א פאקט? אדער?

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" י"א טבת התשע"ג 12:47 #14709

  • לא יכרע
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1641
  • האט שוין געלייקט: 23 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 1
א אויפמערקונג

מיר טוען רעקאמענדירן  אז די ניי געקומענע צו סעקסוהאליקס אנאנימעס זאלן נישט אנטדעקן זייער סעקסואל פארגאנגענהייט פאר די ווייב/מאן אדער משפחה מיטגליד וואס ווייסן נאכנישט דערפון, אן קיין זיכערע איבערגעטראכטקייט, און פון א שטיק צייט סעקסואל זויבערקייט, און אפילו דעמאלטס, זאל מען עס קודם אדורעך רעדן מיט א SA ספאנסער אדער גרופע. געווענטליך, ווען מיר קומען אריין אין דעם פראגראם, ווילן מיר גלייך מיטטיילן אונזער התרגשות פאר אונזערע נאנטסטע און אלעס גלייך דערציילן. אזעלעכע אנטפלעקונגען קענען שעדיגן אונזער משפחה אדער אנדערע און דארף בלייבן פארמאכט אין די גרופע וואס מיר זענען א חלק דערפון ביז ס'וועט אנגעוויזן ווערן א קלוגע מהלך. פארשטייט זיך, אויב ס'איז דא א מעגליכקייט אז מיר האבן איינעם אריין געלייגט אין א סכנה, נעמען מיר גלייך סטעפס צו פראבירן עס צו פארעכטן.

אפאר זאכן וואס קענען זייער שעדיגן די מעגליכקייט צו ווערן אויסגעהיילט אין א משפחה אזויווי א צו פריע ווידוי פאר די ווייב/מאן ווי הייליגקייטן און באגלייבטקייט זענען פארשטערט געווארן. אומוויסנדיג, קענען אזעלעכע ווידוים זיין א שטער צו די חלק פון אוועק ווארפן אונזער שולד, און צוריק אריינקומען און א גוטע לעבנסשטייגער, אדער פשוט צו מאכן א פרישע רצון. גרויס פארזיכטיגקייט איז רעקאמענדירט דא.
צו איבערגעבן פאר משפחה מוז זיך עס אנהייבן מיט סעקסואל זויבערקייט, א געטוישטע אויפפירונג אויף א טעגליכע סדר. דעמאלטס, ווען מיר שטייגן אין ערהוילונג, וועלן מיר טרעפן א וועג וויאזוי צו דירעקט עס איבערגעבן. הילף פון די ספאנסער און די גרופע איז דא זייער וויכטיג. ס'אייביג דא א וועג, אויב מיר ווילן באמת טוהן די זאכן ריכטיג.

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" י"ב טבת התשע"ג 11:32 #14729

  • שטייג העכער
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1299
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 1
דאס איז זייער א וויכטיגע יסוד און מיר זאלן דאס ווייזן פאר די נייע חברה וואס פרעגן צו זיי זאלן פארציילן פאר זייער ווייב.

יעדעס ווארט דא איז טיפע יסודות און וויכטיג.

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" י"ב טבת התשע"ג 12:12 #14733

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל
  • קאָרמא: 2
גם אני בחלומי - כ'בין געווען איינע פון די וואס האבן געפרעגט די שאלה - האב שטארק הנאה געהאט דערפון. יישר כח ל"ג

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" י"ב טבת התשע"ג 12:23 #14735

  • עבודת הבורא
  • איצטיגע שטרעקע: 1585 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2706
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל
  • קאָרמא: 10
שכח לא יכרע זייער א שיינע ארבעט
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" י"ב טבת התשע"ג 13:44 #14738

  • לא יכרע
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1641
  • האט שוין געלייקט: 23 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 1
וואס איז א סעקסוהאליק און וואס איז סעקסואל זויבערקייט?

מיר קענען נאר רעדן פון זיך אליין. די נאטור פון סעקסוהאליקס אנאנימעס קען די בעסטע פארשטאנען ווערן דורעכ'ן האבען א קלארקייט אין די גדרים פון וואס מיר רופן אן א סעקסוהאליק.דער סעקסוהאליק האט זיך ארויסגענומען פון די גאנצע באדייט וואס ס'מיינט ריכטיג און נישט-ריכטיג. ער האט פארלוירן קאנטראל איבער זיך,ער האט שוין נישט דעם כח צו מאכן אן אויסוואל, און ער איז נישט פריי אויפצוהערן. לאָָסט איז געווארן אן אדיקשאן. אונזער מצב איז אזויווי דער אלקאהאליק וואס קען מער נישט פארנעמען אלקאהאל און מוז אינגאנצן אויפהערן צו טרינקען, אבער ער איז צוגעבינדן דערצו און קען נישט אויפהערן. די זעלבע איז מיט דעם סעקסוהאליק, אדער סעקס פאר'שיכור'טער, וואס קען מער נישט פארנעמען קיין לאָסט אבער קען נישט אויפהערן.

דערפאר, פאר די סעקסוהאליק, איז סיי וועלעכע פארמאט פון סעקס צו מיט זיך אליין (הוז"ל) צו מיט א צווייטן אויסער די ווייב טוט פארשטערקערן די אדיקשאן און טוט עם חרוב מאכן. אויך זעהן מיר אז לאָָסט איז די זאך וואס שטופט אונז מוז"ל זיין, און אמת'דיגע זויבערקייט טוט אריינרעכענען צוביסעל'כער זיג איבער לאָסט. מיר זענען באצוואונגען געווארן מקבל צו זיין די אלע מסקנות במשך די געשיכטע פון אונזער ערהוילונג; מיר האבן נישט קיין שום אנדערע ברירה. אבער מיר האבן געזעהן אז דאס אננעמען די פאקטן איז די שליסל צו א פרייליכע און לוסטיגע פרייהייט פון וואס מיר וואלטן אנדערש קיינמאל נישט געוואוסט.

דאס וועט - און דארף –אוועק נעמען די חשק פון אסאך פאראינטערסירטע וואס טוען מודה זיין אז זיי האבען א אבנארמאלער תאוה און שטופ צו סעקס אבער זיי ווילן עס פשוט קאנטראלירן און נאך אלץ ווייטער קענען הנאה האבן דערפון, בדומה צו דעם שיכור, דער אלקאהאליק, וואס וויל קאנטראלירן און הנאה האבן פון זיין טרינקען. ביז מיר זענען נישט צוגעקומען צו די נקודה פון ייאוש, ביז מיר האבן נישט באמת געוואלט אויפהערן און בשום אופן נישט געקענט, האבן מיר זיך נישט אינגאנצען איבערגעגעבן צו דעם פראגראם וואס וועט אונז היילן. סעקסוהאליקס אנאנימעס איז פאר אזעלעכע וואס ווייסן אז זיי האבן נישט קיין שום אנדערע ברירה חוץ צו אויפהערן, און זייער אייגענע זעלבסט-אינטערעסע מוז זיי דאס זאגן.

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" י"ב טבת התשע"ג 14:56 #14739

  • שטייג העכער
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1299
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 1
ישר כח לא יכרע

זייער וויכטיג
סעקסואל זויבערקייט אדער סאברייעטי ווי מ'רופט עס. די דיקשאנערי זאגט אז סאברייעטי מיינט אז מ'איז סאבער און סאבער מיינק "נישט שיכור".

זיין נישט שיכור פון סעקס מיינט 2 זאכן
1) "נישט האבן" סיי וועלעכע פארמאט פון סעקס צו מיט זיך אליין (הוז"ל) צו מיט א צווייטן אויסער די ווייב
2) צוביסעל'כער זיג איבער לאָסט

דאס הייסט, אז אפילו איינער וואס איז נישט מוז"ל (אדער ערגערס) פאר 10 יאר אין א צי אבער ער קומט נישט נאך די צווייטע תנאי פון נישט האבן א PROGRESSIVE VICTORY OVER LUST, אזא איינער איז נאך שיכור לויט די SA סטאנדארטן, ער איז נישט סאבער.

מ'פארשטייט אליינס אז עס איז אוממעגליך צן אויפהערן לאסטן פון איין רגע צו צווייטן, (משא"ב אויהערן הוז"ל איז יא מעגליך, טראץ ביטער שווער), עס פארלאנגט זיך נישט אויפהערן אינגאנצען, עס פארלאנגט זיך א אנגייענדע זיג איבער לאסט.

און צו זיין א קאנדידאט פון SA דאפסטו ניטאמאל דעס, דארפסט בלויז א אמת'ע רצון צו ווילן זיין סאבער לויט די אויבערדערמאנטע תנאים פון סאבער.

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" י"ב טבת התשע"ג 16:08 #14744

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל
  • קאָרמא: 2
ווי אזוי וואלסטו מסביר געווען די צווייטע חלק, די ערשטע תנאי איז א פיזישער, נישט מוז"ל זיין און פארטיג! אבער ווי אזוי גייט צו דער זיג??

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" י"ב טבת התשע"ג 17:56 #14746

  • שטייג העכער
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1299
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 1
מיר דארפן האבן א רצון נישט צו גליסטן, אנערקענען אז נישט נאר די אקטיוויטעט אליין איז שעדליך, נאר דאס עצם גליסטן איז שעדליך. טראכטן שטענדיג, איך וויל נישט גלוסטן, ווען א מחשבה קומט אריין אין קאפ, זיך זאגן, איך וויל נישט גלוסטן, ווייל גלוסטן איז א חורבן פאר מיר, רבוש"ע, איך קען נישט אליינס, העלף מיר נעם פון מיר אוועק דו גלוסטעיניש און דו ווילן צו גלוסטן.

פארשטייט זיך אז די עיקר מהלך איז דורך די 12 סטעפס, אויב די פראבלעמן ווערן געלעזט אן גלוסטן, פארוואס וועל איך וועלן נוצן גלוסטעניש אלץ א סאלושען, איך האב דאך נישט דעם פראבלעים.

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" י"ב טבת התשע"ג 18:17 #14748

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל
  • קאָרמא: 2
יישר כח!

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" י"ט טבת התשע"ג 13:51 #14839

  • לא יכרע
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1641
  • האט שוין געלייקט: 23 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 1
וואס איז סעקסוהאליקס אנאנימעס?

סעקסוהאליקס אנאנימעס איז א גרופע פון מענער און פרויען וואס טוען מיטטיילן זייער ערפארונג, שטארקייט, און האפענונג איינער מיטן אנדערן מיט וואס זיי קענען לעיזען זייער געמיינזאמע פראבלעם און העלפן אנדערע צוריק ווערן געזונט. די איינציגסטע פאדערונג וואס ווערט פארלאנגט צו ווערן א מעמבער איז א רצון צו אויפהערן נאכגיין לאָסט און ווערן סעקסואלי זויבער. מ'דארף נישט באצאלן קיין מעמבערשיפ פרייז כדי צו ווערן א מעמבער איןSA. מיר טוען זיך אויסהאלטן דורעך אונזער אייגענע נדבות.

SA האט נישט קיין שייכות מיט קיין שום רעליגיע, פאליטישע פארטיי, ארגיניזאציע, אדער מוסד; עס האט נישט קיין שום ציל צו נעמען א שטעלונג אין קיין שום מחלוקת; עס טוט נישט אינדארסירן אדער זיך אנטקעגן שטעלען קיין שם צוועק. אונזער הויפט ציל איז צו בלייבן סעקסואלי ריין און העלפן אנדערע צו דערגרייכן סעקסואל ריינקייט

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" כ' טבת התשע"ג 12:58 #14866

  • לא יכרע
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1641
  • האט שוין געלייקט: 23 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 1
די צוועלעף סטעפס פון סעקסוהאליקס אנאנימעס

1. מיר האבען מודה געוועהן אז מיר זענען געווארן מאכטלאז איבער לאָסט - אז איז אונזער לעבן איז געווארן אומקאנטראלירבאר.

2. געקומען צום גלויבונג אז א כח וואס איז גרעסער פון אונז קען אונז צוריק שטעלן צו ישוב הדעת.

3. געמאכט א החלטה איבער צו געבען אונזער ווילן און אונזער לעבן צו די שוץ פונעם באשעפער אזויווי מיר פארשטייען איהם.

4. געמאכט א גרונטליכע און אומדערשראקענע אונטערזוכונג איבער אונזער מאָראַל.

5. מודה געווען פארן באשעפער, פאר זיך, און פאר אן אנדערן מענטש די פונקטליכע נאטור פון אונזערע אומרעכטן.

6. געוועהן אינגאנצן גרייט אז דער באשעפער זאל אוועק נעמען אלע חסרונות אין אונזער כאראקטער.

7. מיט ענוה און הכנעה איהם געבעטן אוועק צו נעמען אונזערע חסרונות.

8. געמאכט א ליסטע פון אלע מענטשן וואס מיר האבן געשעדיגט, און געווארן וויליג צו פארגיטונגען פאר זיי אלע.

9. געמאכט דירעקטע פארגיטונגען צו אזעלעכע מענטשן ווי ווייט מעגליך, אויסער אויב דאס קען שאטן פאר זיי אדער פאר אנדערע.

10. ממשיך געוועהן צו נעמען פערזענליכע אינטערזוכונג און ווען מיר זענען באגאנגען אן אומרעכט גלייך מודה געווען.

11. געזוכט דורך תפילה און התבוננות צו פארשטערקערן אונזער פארבינדונג מיטן באשעפער אזויווי מיר פארשטייען איהם, בעטנדיג נאר צו וויסן זיין רצון פאר אונז און די כח דאס אויסצופירן.

12. וויבאלד מיר האבן געהאט א רוחניות'דיגע ערוועקונג אלץ א רעזולטאט פון די סטעפס, האבן מיר פראבירט צו איבערגעבן די בשורה צו סעקסוהאליקס און זיך צו פירען מיט די כללים אין אלע אונזערע ענינים.

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" כ"א טבת התשע"ג 10:46 #14887

  • לא יכרע
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1641
  • האט שוין געלייקט: 23 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 1
די צוועלעף טראדיציעס פון סעקסוהאליקס אנאנימעס

1. אונזער כלליות'דיגער טובה קומט ערשט; פערזענליכע ערהוילונג ווענדט זיך אין די אחדות פון SA.

2. בנוגע אונזער גרופע איז נאר דא איין אויטאריטעט – א ליבליכער באשעפער ווי ער ווייזט ארויס זיין רצון דורך די ציבור'ישע דעת פון אונזער גרופע. אונזערע פירער'ס זענען נישט מער ווי געטרייע משמשים; זיי זענען נישט קיין בעלי בתים.

3. די איינציגע פאדערונג פאר מעמבערשיפ איז א ווילן צו אויפהערן מיט לאָסט און ווערן סעקסואלי ריין.

4. יעדע גרופע שטייט פאר זיך חוץ בנוגע אזעלעכע ענינים וואס טוען אפעקטירן אנדערע גרופעס אדער סעקסוהאליקס אנאנימעס בכלליות.

5. יעדע גרופע האט איין הויפט צוועק – צו טראגן זייער בשורה צו דעם סעקסוהאליק וואס איז נאך אלץ קראנק.

6. א SA גרופע זאל קיינמאל נישט אינדארסירן, פינאנצירן, אדער פארבארגן די נאמען פאר קיין שום שייכות'דיגע מוסד אדער דרויסענדיגע ארגעניזעציע, ווייל פראבלעמען פון געלט, פארמעגן, און כבוד שטערט אונז פון אונזער הויפט ציל. 

7. יעדע SA גרופע דארף זיך אינגאנצן אליין אינטערהאלטן, אפשלאגן'דיג דרויסענדיגע הילף.

8. סעקסוהאליקס אנאנימעס דארף אייביג בלייבן אומפראפעסיאנאל, אבער אונזער סערוויס צענטערן קענען צו שטעלן ספעציעלע ארבעטערס.

9. SA, זעלבס, דארף קיינמאל נישט זיין ארגאניזירט; אבער מיר קענען מאכן סערוויס בארדס אדער קאמיטעיען וואס זיי האבן א דירעקטע פאראנטווארטליכקייט צו די וואס זיי סערווירן.

10. סעקסוהאליקס אנאנימעס האט נישט קיין מיינונג אויף קיין שום דרויסענדיגע ענינים; אזוי ארום וועט דיSA נאמען נישט זיין פארמישט און קיין שום ציבור'ישע סיכסוכים.

11. אונזער ציבור'ישע באציאונגען איז געשטעלט אויף צוציען ענדערש ווי קאמפיינען; מיר דארפן שטענדיג אכטונג געבן אויף פערזענליכע אנאנימיטי בנוגע צו נייעס באריכטער, צייטונגען, ראדיא, און טעלעוויזיע.

12. אנאנימיטי איז די רוחניות'דיגע יסוד פון אלע אונזערע טראדיציעס, דאס טוט אונז אלץ דערמאנען צו שטעלן די כללים בעפאר פערזענליכקייטן.

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" כ"א טבת התשע"ג 17:37 #14901

  • היימישער איד
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 323
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
  • קאָרמא: 0
האט דא איינער אפשר experience  מיט די SA live meetings

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" כ"ב טבת התשע"ג 11:56 #14913

  • עבודת הבורא
  • איצטיגע שטרעקע: 1585 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2706
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל
  • קאָרמא: 10
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" כ"ה טבת התשע"ג 13:23 #14954

  • לא יכרע
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1641
  • האט שוין געלייקט: 23 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 1
די 20 שאלות האב איך נישט איבער געטייטשט, איך האב עס נאר אביסל מגיה געווען,
יישר כח פאר דער וואס האט עס איבער געטייטשט.

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" כ"ה טבת התשע"ג 13:25 #14955

  • לא יכרע
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1641
  • האט שוין געלייקט: 23 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 1
20 שאלות

1) האסטו שוין אמאהל געטראכט אז די דארפסט הילף פאר דיינע מחשבות אדער אויפפירונג, בנוגע תאוה, הז"ל, וכדומה?

2) האסטו שוין אמאהל געטראכט אז עס וואלט דיר בעסער געווען ווען די וואלסט עס נישט געהאלטען און איין "נאך געבען"?

3) האסטו שוין אמאהל געטראכט אז סעקס אדער די מחשבת תאוה קאנטערלירן דיך? 

4) האסטו שוין אמאהל פראבירט צו אויפהערן, אדער זיך באגרעניצן פון צו טוען דעס וואס די שפירסט פאר נישט ריכטיג אין דיין אויפפירונג?

5) קערסטו דיך צו סעקס אדער הז"ל וכדומה כדי צו אנטלויפן, אדער זיך צו באפרייען פון אנגעצויגקייט, אדער ווייל די קענסט דיך נישט צוזאם קלויבן צו דיין טאג טעגליכע פליכטן, אדער פראבלעמן?

6) שפירסטו לאחר המעשה א שולד געפיל, חרטה,ליידיקייט, אדער ווייטאג?

7) ווערט די געיעג צו די תאוה שטערקער און שטערקער כאילו די ווערסט באצווינגען דערצו?

8 ) טוט דאס שטערן דיין קשר מיט דיין בני בית?

9) פעלט דיר אויס זיך צו באניצן מיט דמיון, פאנטאזיע אדער זכרונות בשעת'ן עוסק זיין און תשמיש מיט דיין ווייב?

10) כאפט דיר אהן א אום קאנטראלירבארע רייץ עס צו טון גלייך ווען די טרעפסט א מעגליכקייט?

11) ווערסטו אלס הונגעריג פאר אנדערע זאכן, אדער צו אנדערע אופנים?

12) שפירסטו אז א פאסיגע ווייב מיט א ריכטיגן צוגאנג וואלט דיר געהאלפן שוואכער מאכן דיין תאוה, הז"ל א.ד.ג?.

13) האט דיר אנגעכאפט א גרויסער חשק אויף איינעם בפרטיות?

14) איז די געיעג נאך די תאוה גורם א אום אחריות צו דיינע געברויכן אדער צו די געברויכן פון דיין ווייב, קינדער, אדער אנדערע?

15) שפירסטו אז ווי ערגער און שטערקער דיין תאווה ווערט,קענסטו דיך שווערער קאנצענטרירן אויף אלעס אנדערע ענינים, און די זאכן וואס די ביסט עוסק ווערן ווייניגער פרוכטבאר?

16) פארלירסטו צייט פון דיין ארבעט פאר די זאכן?

17) טוסטו זיך קערן צו א שוואכערערע סביבה ווען די לויפסט נאך סעקס?

18) לאחר המעשה ווילסטו זיך אוועק זעהן דערפון ווי שנעלער?

19) אפילו די האסט א פאסיגער ווייב,טוסטו נאך אלס מז"ל זיין אדער אנדערע סארט סעקס אויף סיי וואסערע אופן?

20) ביסטו שוין אמאהל געווארן ארעסטירט צילוב די סארט אנגעלגנהייטן?

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" כ"ה טבת התשע"ג 13:38 #14956

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל
  • קאָרמא: 2
OUTCH

איך קען נישט קוקן דעם ליסט אין פנים אריין.

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" כ"ה טבת התשע"ג 19:25 #14981

  • למד גימל
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 49
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
  • קאָרמא: 0
א גרויסן דאנק פאר אזוי שיין איבערזעצן

א ספעציעלן יישר כח פארן איבערזעצן די 12 סטעפס און טראדיציעס

איך האב עס געקאפיט אריין אין מיין קומפיוטער, איך זאל עס האבן פאר די אויגן שטענדיג

גייט ביטע ווייטער מיטן איבערזעצן די "ווייט בוק", ס'איז א געוואלדיגער זיכוי הרבים

עס ליגט דאך דארט אזעלכע גרויסע אוצרות, טל של חיים, מיר דארפו נאר זעהן דאס מקיים צו זיין, ס'איז א געוואלדיגער הצלת נפשות

ס'איז גרינג און שווער, גרינג: ווייל ס'איז נישט בעצם שווער צו טוהן,  שווער: ווייל מען שעמט זיך, און מען איז פויל

לאמיר זיך אלע איינאיינעם מחזק זיין

כל טוב

ל מ ד  ג י מ ל

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" כ"ה טבת התשע"ג 21:03 #14982

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל
  • קאָרמא: 2
יא, כ'וועל זיך מיטכאפן מיט'ן יישר כח! לא יכרע דיין שכר איז גרויס!
יישר כח למד גימל פאר די ווארימע זאכליכע ווערטער.

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" כ"ו טבת התשע"ג 12:29 #14991

  • עבודת הבורא
  • איצטיגע שטרעקע: 1585 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2706
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל
  • קאָרמא: 10
הנני מצטרף לדברי חברינו
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" כ"ו טבת התשע"ג 16:39 #15004

  • לא יכרע
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1641
  • האט שוין געלייקט: 23 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 1
קודם א גרויסן יישר כח פאר די אלע חיזוק וואס דער עולם האט זיך אנגערופן, עס געט אסאך מוט אנצוגיין ווייטער.

ווי שוין געזאגט וועלן מיר יעצט אריבער שפרינגען די מעשה, וואס הגם איך האב געהאלטן אז ס'איז זייער וויכטיג, פון דעסטוועגן פארלאז איך מיך נישט אויף מיין אייגענע דעת, און אנדערע האבן אנדערש געהאלטן, במילא בין איך מבטל דעתי לדעת אחרים, און אפשר שפעטער וועט מען צוריק קומען דערצו.

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" כ"ו טבת התשע"ג 16:40 #15005

  • לא יכרע
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1641
  • האט שוין געלייקט: 23 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 1
דער פראבלעם


פאר דעם סעקסוהאליק, טוט די פארשריט זיך נישט אויפהערן און איז אומפארמיידבאר. מיט יעדע מאמענט אין אונזער לעבן, פונדעסטוועגן, זענען מיר ווי אומוואוסנ'דיג פון די מאס וויפיל דאס האט אונז געפירט און זיך אנטזאגט פון צו זעהן וואו אהין דאס פירט אונז. אזוי ווי שיפלער'ס וואס פארן אדורעך מיט א שיפל דעם טייך מיט א געשמאק, האבן מיר גארנישט געוואוסט פון די מעכטיגע שטורעמישע כוואליע'ס וואס איז פאראויס פאר אונז.
קודם זענען מיר געווארען אדיקטס, און דערנאך ליבשאפט קראנק. מיר האבן גענומען פון אנדערע אנצופילן דאס וואס ס'האט געפעלט ביי אונז אליין. זיך אליין נער'נדיג נאכאמאל און נאכאמאל אז די קומענדיגע, דאס וועט אונז ראטעווען… מיר האלטן באמת ביים פארלירן אונזער לעבן.

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" כ"ז טבת התשע"ג 18:14 #15032

  • לא יכרע
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1641
  • האט שוין געלייקט: 23 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 1
סעקסוהאליזם – די אדיקשאן

מיר סעקסוהאליקס טוען נישט אננעמען אוטאריטעט פון קיין שום סארט אדיקשאן, און נאך ווייניגער פון סעקס אדיקשאן. די אויסקום פון נאכזוכונגען אין דעם נושא האט געוויזן אז די באגריף פון וואס ס'ווערט געשאפן אן אדיקשאן איז א דורעכגאנג פון פארשריט. א חלק נאכזוכונגען האבן אפילו מודה געווען אז זיי זענען צומישט וואס אדיקשאן איז באמת. ס'זעהט אויס אז ווי מער מיר ווייסן אלץ מער איז דא צו וויסן. מיר דארפן דא צו האבן אביסל ענווה. צו קוקן אויף אונזער סעקסוהאליזם מיט די הנחה פון אדיקשאן זעהט אויס צו זיין א נוצליכע וועג אנצוהייבן צו קוקן אויף זיך.

מיר רעדן פון אונזער אייגענע ערפארונג וואס מיר האבן געזעהן דורעכן ערהוילונג. מיר שפירן אז נאר אזא טיפע אינערליכע דערעפענונג וועט אויסשטעלן אונזער צושטאנד פאר וואס דאס איז און וועט פארגרינגערן די ערהוילונג.

לעבן'דיג אינעווייניג אין אונזער מחלה, זענען מיר בלינד דערצו. דורעך די ערהוילונג, הייבט די אדיקשאן אן צו פארלירן דאס אנהאלט איבער אונז, אבער ס'איז זייער וויכטיג אז מיר זאלן קיינמאל נישט פארגעסן וואס מיר זענען באמת. ווען מיר וואלטן דאס פריער געזען אפילו נאר אביסל דערפון, קען זיין אז עס וואלט אונז איינגעשפארט יארן פון יסורים און קריגעריי מיט אנדערע. אויב מיר קענען העלפן אנדערע סעקסוהאליקס צו פארשטיין די אמת'דיגע נאטור פון וואס זיי טוען צו זיך אליין און צו אנדערע און זיי מוטיגן אנטייל צו נעמען אין א חברותא'שאפט פון ערהוילונג נאך פאר זייער מחלה דערגרייכט די ערגערע שטאפלען אזוי ווי ס'האט געטוהן מיט אסאך פון אונז, וועלן מיר באמת זיין דאנקבאר.

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" כ"ח טבת התשע"ג 12:05 #15046

  • לא יכרע
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1641
  • האט שוין געלייקט: 23 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 1
כלליות'דיגע אייגנשאפטן פון די אדיקשאן

אונזער ערפארונג האט געוויזן דריי אייגנשאפטן פון אונזער צושטאנד וואס טוען בדרך כלל אידענטיפיצירן אדיקשאנ'ס: פארליידן, אפשיידן, און ארויסציאונג. אויב איינער האט געהאט ערפארונג פון די דריי ערשיינונגען אויף עפעס א חלק פון זיין אדער איר לעבן, איז דער מענטש בדרך כלל פאררעכנט צו זיין אדיקטעט. ווען מיר האבן צוגעשטעלט דעם פראבע צו זיך, האבן מיר אידענטיפיצירט אז מיר זענען אדיקטעט צו לאסט, סעקס, באציאונגען, אדער פארשידענע געמישעכטצער פון דעם – פאר אנהייבער'ס.

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" כ"ח טבת התשע"ג 12:07 #15048

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל
  • קאָרמא: 2
מיר שלינגן מיט דורשט, יעדע געשריבענע שורה'לע.
דאנקע!

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" ג' שבט התשע"ג 16:37 #15125

  • לא יכרע
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1641
  • האט שוין געלייקט: 23 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 1
פארליידן

די הנחה פון פארליידן טוט זיך מתייחס זיין צו די דירעקציע פון פארליידן מער פון די מעדעצין אדער אקטיוויטעט און באקומען ווייניגער נוצן דערפון, דערפאר איז דער געברויך צו פארמערן פון די זאך כדי צו אנהאלטן אדער צוריק צו באקומען די ווירקונג דערפון. מיט אדיקשאנ'ס חוץ פון דראג'ס, טוט פארליידן זיך מתייחס זיין פאר א געברויך צו פארמערן טראכטונגען פון באנעמעניש, צוריק צאלן, אדער טעטיגקייטן, מיט ווייניגער און ווייניגער ווירקונג. אין קורצן, מיר דארפן די מעדעצין מער, מיט צוריקגייענדע צופרידענהייט. מיר זעהן ווי אזוי דאס טוט זיך אויסשטעלן אין אונזער פאל ווען מיר געדענקען ווי אזוי אונזער לאסט אדער סעקסואל אקטיוויטעטן האבן זיך געהויבן איבער די יארן, אריבער גייענדיג איין שורה נאך די אנדערע, קודם אין אונזערע געדאנקען, דערנאך אין אונזער התנהגות. צום ביישפיל, יענע ערשטע מעסטראבעישאן (הוז"ל) פאנטאזיע'ס זענען זעלטן גענוג; מיר האבן גראדואירט צו זוכן מער און מער א שטערקערע אויסוואל. און אויב זענען מיר געווארן אדיקטעט צו בילדער, האב מיר זיך געפונען זוכן אלץ – מער – אפענע בילדער זיך צו באנוצן. און אויב האבן מיר אנגעהויבן צו זוכן חבירים פאר די שוואויל טאג, האט עס אפט מאל געפירט צו זוכן מער מופקר'דיגע קשרים. זיך ארויסשטעלן דורעך פאנטאזיע האט צו געברענגט עס צו טון ברבים. מיר האבן געדארפט מער און מער פון אונזער "מעדעצין."

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" ג' שבט התשע"ג 18:07 #15132

  • עבודת הבורא
  • איצטיגע שטרעקע: 1585 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2706
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל
  • קאָרמא: 10
שכח לא יכרע
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" ד' שבט התשע"ג 11:30 #15155

  • לא יכרע
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1641
  • האט שוין געלייקט: 23 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 1
אפשיידן

די הנחה פון אפשיידן טוט זיך מתייחס זיין צו די פאקט פון וואס דער געווענליכער אדיקט פראבירט אויפצוהערן צו נוצן די אדיקטיווע זאכן אדער מעשים. אפשר וואלטן מיר עס געדארפט אנרופן אפשיידן פרואוו. מיר שווערן זיך – נאכאמאל און נאכאמאל. עפעס אינעווייניג זאגט אונז אז מיר זאלן אויפהערן. וויפיל מאל האבן מיר שוין געזאגט אז מיר דארפן אויפהערן? וויפיל מאל האבן מיר אייגענטליך שוין פראבירט צו אויפהערן? א חלק פון אונז האבן "אויפגעהערט" יעדעס מאל וואס מיר האבן זיך אויסגעגעבן!

טעמע: ווייסע בוך אין "אידיש" ד' שבט התשע"ג 11:34 #15156

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל
  • קאָרמא: 2
יישר כח לא יכרע, פאר'ן אפשיידן אזויפיל צייט פאר אונזער טובה, כההה
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 1.13 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא