חיים חייקל געשריבן on כ"ד סיון התשפ"ב 9:53 PM:
moshe rabbi געשריבן on כ"ד סיון התשפ"ב 12:01 PM:
,by the way my problem of going to meetings is not the fair
its just the fact that i will need to be open to my wife with that and my opinion is that its
better i should not share with her this
(this is the main reason )
דאס איז מיין עיקר אפהאלט
ס'דארף נישט זיין קיין אפהאלט.
ס'דא א העלטי מהלך צו זאגן פאר די ווייב,
און אויך מוז מען נישט אלעס דערציילן.
און זיכער נישט אנהויב.
און אגב, האב איך פאר דיר נייעס,
אז רוב ווייבער פון עדיקט'ס ווייסן עניוועי, נאר זיי טרייען זיך איינצורעדן אז ס'איז עפעס אנדערש.
אבער די רגע די מאן ברעכט זיך אליינס און איז מודה וואס זיין מצב איז,
איז זי אויך גרייט מודה צו זיין און נאך שנעלער ווי אים.
ס'דא א וועג,
רעבעצין מאסקאוויטש אשת הרה"ג ר' יצחק אלעזר האט א שטארקע מהלך וכו'.
אבער א אפהאלט טאר עס זיכער נישט זיין.
מען דארף זוכן די ריכטיגע וועג.
איך בין מורא'דיג קלאר און איבערצייגט אין וואס איך גיי יעצט שרייבן:
דיין ווייב ווערט סאך מער וויי געטון און אביוזט ווען דו ביסט אין עקטיוו אדיקשאן (אפי' זי ווייסט נישט לויט דיר), ווי ווען דו גייסט קעירנעמען פון דיין אדיקשאן און אריינגיין אין ריקאווערי.
ס'גייט זיין גרינג?
ניין,
מיין ווייב פלעגט דא און דארט זיין זייער נישט צופרידן פון די מציאות וכו',
אבער ב"ה מ'האט איר צוגעשטעלט די רייט סופארט, זי רעדט צו אנדערע היימישע ווייבלעך וואס גייען אריבער די זעלבע, און ב"ה אז זי סופארט זייער שטארק, און זי באקומט אויך איר סופארט וואס זי דארף.
איך האב היינט געהאלפן איינעם מאכן דיסקלויזער פאר זיין ווייב (א ניק וואס דרייעט זיך דא אויפן סייט),
יענע יונגערמאן גרייט זיך אריינצוקומען אין ריקאווערי,
און הגם אונז שטופ מיר קיינעם נישט צו זאגן, און זיכער נישט פאר א יאר זיין זויבער,
האט ער געפילט אז ער מוז יא זאגן, און ער קען נישט פארדעם.
נאכן אויסהערן זיין מעשה, זעענדיג ווי זיין ווייב דארף זיין טויט משוגע אויב ווייסט זי נישט זיין מצב, האט מען אויסגעארבעט זייער א גראדע און שפוטע מהלך וויאזוי צו רעדן צו איר דערוועגן.
זי האט שוין געוויסט אז ער איז אויף הדא,
ער האט עס צוטיילט אין צוויי שמועסן,
זייער רילעישאן שיפ אין אנדערע זאכן איז געווען זייער גוט,
און ב"ה זי האט עס זייער גוט אויפגענומען און זי שטופ אים צו טון וואס ער דארף.
(איך האב אים געהייסן נישט אריינצוגיין אין קיין שום פרטים וואס ער האט געטון, בלויז מיטטיילן אז ער ווערט משוגע לאותו דבר, און ער קען נישט פינקאציאנירן געהעריג, און ער איז געוואר געווארן אז ער איז נישט אליינס, ס'דא נאך זייער אסאך יונגעלייט, און ס'דא א פראגראם דערפאר, און ער וויל ווערן א טייל, צו קענען זיין א בעסער מענטש, טאטע, איד)
מיט די צייט, אויב ס'וועט אויספעלהן וועט ער קענען מיטיילן מער.
ס'איז א קעיס טא קעיס בעיסעס.
מ'דארף יעדעס מאל באזונדער דורכרעדן פאר דעם.
וער ס'וויל הילף אין די נושא קען איך פרובירן אים צו העלפן פריוואט.