ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * 330 באזוכער

* אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 15:46 #274118

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 259
  • האט שוין געלייקט: 304 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 335 מאל
  • קאָרמא: 2
א גוט יאר יעדער איינער,

אין דעם טרעד גייט מען בעזה''ש ארויפלייגן די פערדע אינהאלטסרייכער שמועס.

די יעצטיגער אינטערוויא וועט זיין מיט אינזער חשובער חבר ואטהר ואתקדש. ס'איז כדי ארויסצוברענגן אז אונזער חבר ואטהר ואתקדש איז שוין דא אויפן סייט זינט may 15 2020 דאס הייסט איין אין א האלב יאר, אין איז שוין ריין יעצט פאר 113 טעג, אזוי אויך איז ער איז א מיטגליד אין די אדישע PP גרופע וואס איר וועט שוין ליינען מער איבער דעם אינעם שמועס.

פאר די באקוועמליכקייט פינעם ציבר וועט מען ארויפלייגן יעדער שאלה ותשובה אויף אן עקסטרע פאסט, כדי ס'זאל זיין גרינגער צי ליינען אזוי אויך נאכצובענגען, מוסיף צי זיין, אדער אפ-פרעגען . . .דערפאר בעטן מיר בכל לשון של בקשה, נישט צי שרייבן גארנישט ביז ווי לאנג די גאנצער שמועס איז ארויפגעלייגט!! כדי ס'זאל לויפן גלייך איינס נאכן צווייטן, אין זיין געשמאקער צי ליינען!!

אויב איינער וויל עפעס שרייבן בשעת די שמועס גייט ארויף קען ער עס שרייבן ביי די צענטריילער אינטערוויא טרעד: NEW * אינטערוויא'ס מיט חברי הד''א *

יישר כח פאר אייער קאפעראציע

אין יעצט געבן מיר איבער דאס ווארט פאר ואטהר ואתקדש . . . ני
נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!
לעצט פארראכטן: ו' אב התשפ"א 15:47 דורך i want.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 15:48 #274119

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 185 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 475
  • האט שוין געלייקט: 725 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל
  • קאָרמא: 9

א גוט יאר רבותי, קודם כל וויל איך געבן א שבח והודי' פאר ליבן טאטן אין הימל על כל הטוב אשר גמלני מעודי עד היום הזה, בפרט פארן צושטעלן דעם הייליגן ווינקל "היט דיין אויגן" צו קענען ארויס קריכן פינעם טיפן גריב, איך דאנק און לויב זיין ליבן נאמען פארן מיך געבן די אלע זויבערע טעג ביז יעצט למען כבוד שמו יתברך, און איך בעט אויף ווייטער אז ער זאל מיך באגלייטן לכל אורך הדרך, אמן.

בחדא מחתא וויל איך מקיים זיין דעם פותחין בכבוד אכסניא תחילה, זיך צו באדאנקען פאר די שלוחי מצוה, די הייליגע שלוחים פונעם בורא כל עולמים, וואס ארבעטן איבערמידלעך יומם ולילה, פאר די הצלחה פון דעם הייליגן ווינקל, בראש וראשון ידידינו הרב הצדיק GYE YIDDISH שליט"א, וואס שטייט אונטער דעם גאנצן סייט, און מאכט זיכער אז אלעס זאל אנגיין על צד היותר טוב, אשרי לו ואשרי חלקו. ומשנהו בדומה לו ידידינו הרב הצדיק שיע שליט"א, וואס לייגט אריין כל כוחו ואונו פאר די הצלחה פונעם סייט, ישלם ה' פעלו ותהי משכרתו שלימה מעם ה'. און אויך פאר ידידינו הרב הצדיק i want שליט"א וואס געט זיך אוועק מיט לייב און לעבן פאר דעם געוואלדיגן פראיעקט פון די אינטערוויא'ס, דער באשעפער זאל אים באצאלן בכפלי כפלים פאר די הייליגע ארבעט. און אויך א דאנק פאר אלע טייערע חברי הד"א וואס לעבן אויף דעם סייט מיט זייערע מאמרים, כל אחד ואחד בשמו הטוב יבורך, בפרט פאר ידידינו היקר והחשוב ה"ה הרב הצדיק נישט שפעט שליט"א, פאר'ן אריינגיסן אומאויפהערליך חיות דקדושה אין די גאנצע קהילה, ידיו רב לו, ויהי ה' אלוקיו עמו. און צום סוף א שכוח נאכאמאל פאר i want פארן מיר געבן די געלעגענהייט ארויף צו קומען מיט די אינטערוויא, און איך דאנק דעם אייבערשטן פאר די זכי' צו קענען העלפן אנדערע אידן, זיינע טייערע קינדערלעך, צו צוקומען צו די ריכטיגע ריקאווערי. און אפילו נאר איין יוד וועט ארויסנעמען פון מיינע ווערטער א התעלות אין ריקאווערי האט זיך אלעס געלוינט.

און איך ענדיג מיין הקדמה'לע מיט א תפילה צום אייבערשטן, שלא אכשל בלשוני, ושלא אומר דבר שלא כרצוניך. ושיתקדש שם שמים על ידינו. אמן ואמן.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 15:49 #274120

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 185 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 475
  • האט שוין געלייקט: 725 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל
  • קאָרמא: 9

פראגע 1)

א גוטן. ווער איז ואטהר ואתקדש?? און וואס ליגט אונטער דעם נאמען? שטעל דיך פאר פאר'ן עולם דא אין אפאר ווערטער.

ואטהר ואתקדש איז א וואוילע ערליכע אינגערמאן וואס וויל באמת זיין גוט און ערליך, און אויסערליך טראגט ער טאקע גאר א גוטע נאמען אלס א ערליכער אפגעהיטענע גאר חשוב'ער אינגערמאן, אבער ליידער איז ער אזוי ווי אונז אלע דא אריינגעפאלן אינעם יצר הרע'ס זאק, יעדער דא האט זיך זיין געשיכטע ווי אזוי ער איז אריינגעפאלן, ואטהר ואתקדש איז אריינגעפאלן נאך אלס קליין קינד, איך געדענק שוין אפילו נישט פונקטלעך ווי אזוי, באמת מיין איך אז ס'איז געווען אפאר גורמים, אבער איך מיין אז דער אבן הפינה איז געווען לויט ווי איך געדענק עפעס א מעשה מעלעסטעשן, פון א גרויסע בחור וואס האט אים געהייסן טון וואס מ'טאר נישט, און ווען דער קליינטשיקער ואטהר'ל האט אים געזאגט מיט'ן גאנצן תמימות אז מ'טאר נישט, האט יענער ריזיגע בחור גע'ענטפערט מיט א בלעכענעם פנים אז מ'מעג יא, פשוט און פראסט אן קיין הסברים, נו! אז אזא ריזיגע בחור זאגט אז מ'מעג ווייסט ער זיכער וואס ער רעדט, און פון דעמאלס און ווייטער האט ואטהר געוואוסט (ליין: געמיינט) אז אין די ערשטערע יארן פון זיין לעבן האט ער פשוט געלעבט אין א טעות, די געפערליכע עבירה וואס ער האט געמיינט אז מ'טאר נישט, איז לא דובים ולא יער - מ'מעג יא, רח"ל מהאי דעתא, און פון דארט און ווייטער לויפט שוין די געשיכטע ענדליך צו יעדעם איינעם'ס געשיכטע דא צווישן אונז, געזינדיגט אליינס יארן לאנג, געווארן א בחור, פרובירט אויך צו זיכן שותפים לדבר עבירה ליידער, געטראפן איינעם דא, געטראפן איינעם דארט, חתונה געהאט, אנגעטראפן דעם צר הצורר מיסטער אינטערנעט ימ"ש, און קענסט שוין אליין פאנטאזירן ווייטער.

(דרך אגב. דער נאמען ואטהר ואתקדש איז באמת נישט די ניק מיט וואס איך האב מיך איינגעשריבן דא, נאר איך האב מיך די ערשטע מאל איינגעשריבן דא מיטן נאמען "וויל זיין ערליך", און נאך די ערשטע פאר טעג האט איינער פון די גבאים מיר געבעטן צו טוישן מיין ניק, ווייל ס'איז שוין דא א מעמבער מיטן ניק "איך וויל זיין ערליך", ה"ה ידידינו היקר והנעלה ich vil zan ehrlich אדער ווי מ'רופט אים בקצרה בלשון חיבה אוז"ע'לע, ע"כ האב איך געזוכט א נייעם ניק, און אזוי ווי ס'איז געווען דעמאלס אינמיטן ספירה, האט מיר טאקע בשעת'ן זאגן די ווערטער ואטהר ואתקדש בקדושה של מעלה ביי ספירה ציילן, אויפגעבליצט אין מח, דאס איז א גוטע ניק, און דא בינעך אלס ואטהר ואתקדש.)

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 15:51 #274121

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 185 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 475
  • האט שוין געלייקט: 725 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל
  • קאָרמא: 9
פראגע 2)
אוטש ס'טוט וויי צו הערן, און איך האף אז יענע ריזיגע בחור איז אויך אנגעקומען דא אדער צו סיי וועלכע הילף, יעצט לאמיר הערן וויאזוי ביסטו אנגעקומען צי דעם הייליגן סייט? אין וואס איז געווען דיין ערשטע ריאקציע?

בשעת'ן סוירטשן פאר שמוץ, האב איך מיך אנגעשטאלפערט אין דעם הייליגן ווינקל, אבער אין אנפאנג האב איך עס פשוט איגנארט, און זיך צוגעמאכט די אויגן און אריינגעשטעקט די קאפ אין זאמד אזוי ווי די בת היענה, נישט וועלנדיג פארלירן מיין פארשטינקענע אוצר פון צואה רותחת, און אזוי יעדעס מאל וואס איך האב מיך באגעגענט דערמיט בין איך שנעל אנטלאפן, זיך איינרעדענדיג אז ווילאנג איך ווייס נאכנישט עכט דערפון איז עס מיך גארנישט מחייב, און דערווייל קען איך מיך ווייטער אינדזשויען ווייל איך קען מיך דאך נישט העלפן. און אזוי האט זיך געשלעפט בערך א יאר, וואס דער יצר טוב האט שטילערהייט גענאגט אין מח, העלאו ואטהר'ל ס'איז דא העלפ פאר דיר, קוק אריין דערין, טשעק עס אויס, אבער זיין צד שכנגד האט נישט געלאזט און ער איז למעשה געווען שטערקער, מ'האט זיך פארטעמט די מח און זיך געמאכט נישט זעעוודיג.

און יעצט הער פלאי פלאות ווי אזוי דער באשעפער האט ליב זיינע עדיקט'לעך, איין שיינעם טאג בחודש אלול תשע"ט דריזלט מיין סעלפאון, איך הייב אויף העללאו! און איך הער, Hi! We are calling from guard your eyes,   און איך ענטפער מיט שאק what?,   און מ'הייבט מיר אן מסביר צו זיין וואס דאס איז, אבער איך האב שוין נישט געהערט, און מיין פאון איז שוין געווען אראפגעהאקט, איך מיין אז א טויבער האט געקענט הערן מיין הארץ באכענען, מיין גנב היטל האט אנגעהויבן צו ברענען און פלאקערן עד לב השמים, איך קען דיר נישט אויסרעכענען וויפיל גרסאות און צו וויפיל מסקנות איך בין צוגעקומען, אין די הארבע שאלה: "ווי אזוי האט מען מיך געכאפט, אויף אזוי ווייט אז מ'רופט מיך שוין פון gye," איך האב מיך ארום געדרייט די נעקסטע פאר טעג אן א קאפ, וועם אדער וואס כ'האב נאר געקענט האב איך חושד געווען אז יענער האט מיך אנדעקט, און איבערגעגעבן פאר די אינסטאנצן פון גארד יאר אייס, למעשה נאך אפאר טעג זיין משוגע, איז מיר אריין געקומען א מחשבה אינעם קאפקעיק אריין, אז אפשר מאכן זיי יעצט א קאמפיין און זיי רופן סתם ארום נאמבערס, און מיין נאמבער איז בדרך לא דרך אויך אריין אינעם סיסטעם, בינעך געלאפן צום קאמפיוטער און די ערשטע מאל אריין געטייפט בכוונה guard your eyes, און אריין געקוקט אינעווייניג, און איך האב אנדעקט א 'אוצר'. יאפ you got it, זיי מאכן טאקע א קאמפיין, אקעי אידאך גוט, מיינט עס נישט מיך פערזענליך, נו אויב אזוי היידא צוריק צום בלאטע,
ס'איז דורך צוויי דריי חדשים בערך, והנה די סעלפאון דריזלט עודך, איך הייב אויף העלאו. נאכאמאל די זעלבע:
Hi! We are calling from guard your eyes,
איך: ??????who is this,
גי"א: ?did you hear about guard your eyes,
איך: I don’t know,
און אראפגעהאקט די פאון, אבער דא האט שוין אנגעהויבן שטארק נאגן, ואטהר ואטהר דער טאטע רופט, מ'רופט פון הימל, איך האב נישט געהאט (און איך האב נאך היינט נישט) קיין אנונג פינקטלעך וואס די פשט פון די קאללס זענען, און פון וואו זיי האבן מיין נאמבער, אבער איין זאך האב איך געוואוסט פאר זיכער אז דאס איז קלאר א כרוז מן השמים און ס'איז ערענסט צייט צו עפענען די אויגן, אבער מיט דעם אלעם האב איך (איך?? עה נישט איך, מיין ביטערע יצר הרע) געשטיפט און געשטיפט און זיך אנגעכאפט מיט אלע כוחות אין מיינע פארשימעלטע גליקן, אינצווישן איז אנגעקומען קאראנע............... און פון דא און ווייטער האב איך שוין באשריבן אין מיין טרעד, ותדרשנו משם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.
לעצט פארראכטן: ו' אב התשפ"א 16:16 דורך ואטהר ואתקדש.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 15:52 #274122

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 185 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 475
  • האט שוין געלייקט: 725 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל
  • קאָרמא: 9

פראגע 3)

WOW טאקע פלאי פלאות, עס געט א מורא'דיגע גוטע געפיל ווען מ'שפירט דעם השגחה פרטית, און ס'איז א געוואלדיגע חיזוק צו הערן דעם כרוז שובו אלי ואשובה עליכם, אבער ס'איז אינטערעסאנט צו וויסן: זייט ווען דו ביסט שוין אין דעם מצב וואס האט דיר דא אהערגעברענגט, און וואס בערך איז דיין סטראגל?

זייט אלס קינד ווי געשריבן פריער.

מיין סטראגל בערך, עפ"י רוב איז עס געווען ביני לבין עצמי, אלס בחור האב איך יא געזוכט שותפים, אבער טאקע נאר אלס בחור ווען מיין אידענדידעט האט פארגעשטעלט נאר איין פערזאן זייענדיג נאך א פלג גופא, אבער זייט מיין חתונה האב איך שוין קיינמאל נישט געהאט צו טון מיט קיינעם, צוליב מיין מורא'דיגע פחד און אייסעלעישאן פון צו ווערן געכאפט, חוץ איינעם מיט וועם כ'האב מיך זייער אפט געטראפן, דאס איז דער אלעמען באקאנטער שונא נומ. 1 ה"ה צר הצורר דער אינטערנעט ימש"ו.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 15:53 #274123

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 185 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 475
  • האט שוין געלייקט: 725 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל
  • קאָרמא: 9

פראגע 4)

דו האסט דערמאנט אייסעלעשאן, וואס זאגסטו טאקע צו דעם איז עס א מעלה אדער א חסרון?

אייסעלעשאן בכלליות איז א מורא'דיגע חסרון, קודם כל די עדיקשן וואקסט אויף דעם, אייסעלעשאן איז אזוי ווי יוסט פאר'ן טייג, ווי מער א מענטש איזאלירט זיך און פארשפארט זיך אין זיינע ד' אמות ווערט זיין עדיקשן מער און מער אגרעסיוו, עס לאזט נישט דעם מענטש צוקומען צו די ריכטיגע הילף.
ומכאן הקריאה יוצאת צו אלע טייערע הייליגע חברי הד"א וואס זענען נאך באהאלטן אינעם מויזען לאך, קומטס ארויס פון די לעכער, זוכטס אויף די ריכטיגע מהלך, עס ווארט אייך אפ א גרויסע לעכטיגע וועלט מיט העלפ, קיינער איז נישט דא ענק אונטער צוברענגען, פארקערט מיר זענען דא ענק צו העלפן באגלייטן לינדערן די שמערצן, די סטאטיסטיק האט געוויזן אז איינער וואס איז נעבעך א ריכטיגע עדיקט קען נישט געהאלפן ווערן נאר פון שרייבן אויף הד"א אליינס, מ'מוז טוען די ריכטיגע שריט.

אבער אזוי ווי יעדע זאך האט א גוטע זייט, האט די אייסעלעשאן ביי מיר געהאט א מעלה אויך, אז עס האט מיך צוריק געהאלטן פון שרעקליכע זאכן וואס איך וואלט געקענט (געוואלט) צוקומען, וד"ל, און נאר וועגן מיין פחד הגילו בין איך אוועק געשטאנען דערפון.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.
לעצט פארראכטן: ו' אב התשפ"א 16:19 דורך ואטהר ואתקדש.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 15:54 #274124

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 185 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 475
  • האט שוין געלייקט: 725 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל
  • קאָרמא: 9

פראגע 5)

זייער אינטערעסאנט וואס דו זאגסט, יעצט אויב דו ביסט געווען אזוי איזאלירט לאמיר טאקע הערן, ווען און וואס איז געווען די זאך וואס האט דיר געמאכט שפירן אז דו פארסט נישט גוט, און אז דו דארפסט הילף? און וואס איז געווען דיין ערשטער שריט וואס דו האסט גענומען?

שווער צו געדענקען פונקטלעך, אבער בערך גייט עס אזוי, אין מיינע קינדערישע און די ערשטערע בחור'ישע יארן, האב איך מיך נעבעך נעבעך גאנץ באקוועם געפילט אין די בלאטע, ערגעץ וואו אין די בחור'ישע יארן ווען די שכל האט זיך אנגעהויבן צו אנטוויקלען, האב איך אנגעהויבן שפירן אז ס'טויג נישט, אבער איך האב נאך אלס נישט געהאלטן אז איך דארף העלפ, סך הכל דארף איך פשוט תשובה טון, און אויפהערן צו זינדיגן און פארטיג, און דעמאלס האט זיך אנגעהויבן די אויפהערן תקופה, איך האב טאקע אויפגעהערט און אויפגעהערט און אויפגעהערט און נישט אויפגעהערט צו אויפהערן, איך האב געהאט תקופות וואס כ'בין געווען ריין פאר חדשים, און תקופות וואס איך בין געווען ממש אין דר'ערד געליגן אין מאראסט כל כולו שקוע מכף רגל ועד ראש, אזוי האב איך מיך געדרייט אויף א ראלער קאסטער א היבשע פאר יאר, און במשך די צייט האב איך כסדר געפירט וויכוחים ביי מיר אין קאפ, וואס בין איך? האב איך מיך זעלבסט געפרעגט, צו בין איך עכט יא ערליך והא ראי' אז אלע אנדערע שס"ד לא תעשה'ס פאלט מיר ניטאמאל ביי עובר צו זיין, שבת פסח כשרות אלעס אויפן העכסטן סטאנדארט, ס'וועט מיר נישט בייפאלן עובר צו זיין אויף די מינדעסטע נדנוד עבירה אפגעזען ווי קריטיש וויכטיג ס'זאל נאר זיין און אפילו ווען "קיינער" זעט נישט, נאר די איינע עבירה בין איך ליידער אריינגעפאלן און איך קען מיך נישט קיין עצה געבן מיט'ן יצר הרע. אדער ניין. לעולם בין איך א גרויסע שגץ, והא ראי' איך פאל דורך ביים יסוד שביסוד, און דעס וואס איך שטעל מיך אהער ווי א צדיק ביי אלע אנדערע זאכן איז טאקע פאלטש, רוב מאל בין איך געקומען צו די מסקנה אז ס'מוז זיין אז איך בין יא ערליך ווייל איך האב געשפירט באמת ביי מיר אז מיין ערליכקייט איז נישט פאלטש, איי וואס גייט פאר מיט'ן יסוד???????? איך ווייס נישט עפעס בינעך סטאק דא און איך דערזעה מיך נישט ארויס.

ביז איך בין געקומען צו די מסקנא אז ס'מוז זיין אז איך בין ערענסט קראנק, די באגריף פון עדיקשאן האב איך נאך דעמאלס נישט געקענט (ביי די ענינים), אבער איך האב באשלאסן אז איך בין ביטער קראנק, פאר א גאר קורצע תקופה'לע נאך די באשלוס, האב איך מיך פרובירט צו זאגן שלום עלי נפשי, דהיינו אז איך בין קראנק סאו וואס ווילסטו פון מיר, איך בין דאך קראנק קען איך מיך נישט העלפן, ממילא איז דאך הותרה הרצועה, אבער דאָנט וואָרי, די נשמה הטהורה האט אנגעהויבן צו נאגן און מיטשענען פליז פליז גיי פאר העלפ, אויב ביסטו טאקע קראנק דארפסטו לויפן צום דאקטער, אבער דעמאלס האב איך באמת נישט געהאט קיין השגה וואו און צו וועם זיך צו ווענדן, ווי געשריבן פריער איך האב געלעבט אין א שרעקליכע אייסעלעשאן, און איך האב מיך בשום אופן נישט געקענט זען רעדן דערפון צו א צווייטן, און אפילו אויב איך וואלט שוין יא געהאלטן דערביי, האב איך אבער נישט געהאט קיין אנונג צו וועם זיך צו ווענדן, און דא האט זיך אנגעהויבן ביטערע פיינפולע יארן, עס קומט מיר ארויף קאשמארישע זכרונות ווען איך טראכט צוריק צו יענע תקופה, יאוש'דיגע מחשבות האבן מיך אנגעהויבן צו ארום נעמען, און איך האב מיך ארום געדרייט צובראכן און צוקלאפט, אן קיין שום הנאה אדער האפענונג אין לעבן, אבער ווי מאדנע ס'הערט זיך בין איך מיט'ן גאנצן צובראכענקייט נאך אלס געבליבן אדוק אינעם עדיקשן נישט וועלענדיג עס אויפגעבן, דאס איז א מאדעל פון א עדיקט, דאס האט זיך געצויגן בערך 5 יאר, ביז......... יעצט ליין איבער מיין ענטפער אויף פראגע 2 פארן המשך.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 15:55 #274125

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 185 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 475
  • האט שוין געלייקט: 725 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל
  • קאָרמא: 9

פראגע 6)

שרעקליך טאקע זייער פיינפול מיטצוהאלטן אזעלכע זכרונות, אבער יעצט אז דו ביסט ברוך השם דא צום גוטן און דו ביסט ברוך השם מצליח, לאמיר הערן וואס זענען דיינע שטערקסטע כלים מיט וואס דו ארבייט'סט, זיך צו האלטן ריין טאג טעגליך?

1) בכלליות די 12 סטעפס טעגליך אויף ווי ווייט ס'פעלט אויס.

2) כסדר חזר'ן די ערשטע צוויי סטעפס, סטעפ 1 איך קען גארנישט גארנישט, איך בין גענצליך מאכטלאז איבער מיין עדיקשן און איבער מיין גאנצע לעבן. סטעפ 2, נאר דער בורא עולם קען מיך ארויסנעמען פונעם עדיקשן, און נאר ער קען פירן מיין גאנצע לעבן בכל פרטי' ודוקדוקי'.

3) און מיט די צוויי סטעפס אין די האנט, ריקט מען זיך אריין אין סטעפ 3, זיך איבערגעבן אינעם באשעפער'ס האנט, און לאזן אים פירן מיין לעבן.

4) סטעפ 10, כסדר'דיגע חשבון הנפש. און סטעפ 11, תפילה מעדיטאציע, הערן און זיך צושטעלן צום רצון ה'. און בכלל כסדר כסדר רעדן צום אייבערשטן ווי צו איינעם וואס שטייט נעבן דיר און גארט צו הערן וואס דו האסט צו זאגן.

5) ארבעטן די 12 סטעפס מיט א ספאנסי, (ווען איך האב).

6) DSR טעגליכע צופרי מיטונג. וואס דאס איז א מורא'דיגע פאוערפול מיטונג, כאטש דעס אליין קען אונז נישט ארויס נעמען פונעם עדיקשן, ווי ס'ווערט אויסגשמועסט יעדן צופרי ביים אנהייבן, אבער ס'האט א שטארקע כח און ס'העלפט שטארק ארויס אינעם ריקאווערי.

7) לייוו מיטונגס און פאון מיטונגס.

8) אריינטשעקן מיט חברים, בפרט בשעת נסיון.

9) זיין גרייט צו העלפן א חבר בשעת נסיון ווען נאר מעגליך.

10) איך האלט כסדר פאר די אויגן אז מיין היינטיגע ריינקייט האט נישט קיין שייכות מיט נעכטן אדער מארגן, יעדע טאג איז א ארבעט פאר זיך.

11) ארויפקומען אויף הד"א שעפן חיזוק פונעם הייליגן ציבור לוחמי מלחמת ה', לחזק ולהתחזק.

12) ועיקר העיקרים קום איך צוריק צו סטעפ 1 און 2 איך קען גארנישט איך קען גארנישט, נאכאמאל און נאכאמאל נאר און טאקע אויסשליסלעך נאר דער אייבערשטער קען און האלט מיך ריין, וזה כל האדם.

דאס איז מער ווייניגער די ארבעט. וואס איז פרוביר צו טון אויף ווי ווייט ס'איז מעגליך אין מיינע הענט, אבער פארשטייט זיך אז דער עיקר [אלעס] טוט דער אייבערשטער.
(דרך אגב: איך וואלט עס געקענט צוטיילן אין מער סעיפים אבער איך האב ליב דעם נומ. 12, ע"כ האב איך עס אזוי אויסגעשטעלט.)

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.
לעצט פארראכטן: ו' אב התשפ"א 16:24 דורך ואטהר ואתקדש.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 15:55 #274126

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 185 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 475
  • האט שוין געלייקט: 725 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל
  • קאָרמא: 9

פראגע 7)

געוואלדיג גאר שטארק, אבער דאך פרעגט זיך די קומענדיגע ווייטאגליכע פראגע: די אלע כלים זענען גוט פאר ס'הייבט אן ברענען, אבער ווען מ'טרעפט זיך בשעת מעשה, און די תאוה ברענט געפערליך אזש די קאפ איז נישטא, וואס איז די בעסטע זאך וואס קען דאן צריקהאלטן א מענטש נישט צו פאלן?

אהובי ידידי: ווען ס'האלט שוין אינמיטן ברענען איז שוין על פי דרך הטבע דערנאך, מען דארף שוין דעמאלס גרויסע נסים מן השמים צו ווערן געראטעוועט, וואס נישט אלעמאל איז מען ראוי דערצו, ווען מ'איז שוין אינמיטן דערינען אינעם נסיון, דעמאלס איז שוין די מח פארהאקט און די חושים פארטעמפט, מ'הערט נישט מ'זעט נישט, מ'איז (אנטשולדיגט מיר) קאקא. אונזער עבודה איז אבער אז ס'זאל נישט צוקומען דערצו, אז ס'זאל נישט אנהייבן צו ברענען.

איז אזוי. עפ"י רוב יעדעס מאל ווען "ס'הייבט אן" צו ברענען, בעסער געזאגט איידער ס'הייבט אן, דהיינו ווען מ'זעט פאָר א סכנה, איז נאך דא געציילטע סעקונדעס, וואס מ'קען נאך דעמאלס עפעס טון, איז לעניית דעתי דער עצה היעוצה אין אזא פאל, כאפ ארויס דיין סעלפאון און קאל שנעל איינעם פון די חברים ווילאנג ס'איז נאך נישט צו שפעט, און זאג אים קלאר וואס דו האלטסט ביים טון, וואס אפילו ער וועט דיר נישט קענען העלפן, וועט עס אבער אויסלעשן דעם פייער, אין די מינוט וואס דו האסט עס ארויס געזאגט און אריין גענומען א שותף אין די נסיון, געווענטליך וועפט די תאווה אויס ווען נאך איינער ווייסט דערפון.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 15:56 #274127

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 185 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 475
  • האט שוין געלייקט: 725 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל
  • קאָרמא: 9

פראגע  8)

יא זייער קלאר און ריכטיג, אבער ליידער ליידער מאכט זיך צומאל בפרט נאך א דרוכפאל אז ס'הייבט זיך אן אריינצוכאפן א יאוש געפיל, וואס וואלטסטו געזאגט איז דער בעסטער וועג זיך אן עצה צו געבן מיט דעם געפיל?

איך קען זאגן עפעס וואס האט מיך זייער אסאך געהאלפן, איך האב אלס געטראכט ביי מיר: אויב דער אייבערשטער האלט מיך נאך אויף דא אין זיין פעקטערי, און ער צאלט מיך נאך מיינע וועידזשעס, ער ליידט און שווייגט כביכול, מוז זיין אז ער האט נאך עפעס ניצן פון מיר, פאר עפעס א סיבה דריי איך מיך נאך דא אויף דעם עולם השפל, און די סיבה איז זיכער נישט אז איך זאל בלייבן ליגן צוקלאפט און צובראכן מיואש און פארלוירן. אלא מאי מוז זיין אז ס'איז נאך דא האפענונג. און דעי מחשבה האט מיר אלעמאל געגעבן קוראזש זיך אויפצוהייבן, אפילו אין מיינע ערגסטע מצבים.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 15:57 #274128

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 185 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 475
  • האט שוין געלייקט: 725 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל
  • קאָרמא: 9

פראגע 9)

גוט גוט, זייער גוט געזאגט, כל זמן שהנשמה בקרבי איז זיכער אז מ'קען און מ'דארף ארבעטן. יעצט לאמיר הערן וואס זאגסטו צו די 90 טעג טשארט סיסטעם? אפשר קענסטו אביסל אויסשמועסן די וויכטיגקייט דערפון?!! אזוי אויך ביסטו באקאנט מיט דיין וכך אני מונה טרעד . . . דערצייל אונז מער וואס ס'ליגט אינטער דעם באשלוס צו ציילן אזוי הויך ברבים מיט א פעסקייט??

וואס איך זאג בכלל צום 90 טעג טשארט, קענסטו זיך אליינס פארשטעלן ווען דו זעסט אז איך נוץ עס מיטן אלע קלאפער געצייג, ווי מ'זאגט אויסגעלעקט ביז'ן ביינדל, און בנוגע מיין טרעד, איז פשוט, אין אנפאנג ווען כ'האב געציילט שטילערהייט האט עס מיך נישט קיין סאך מחייב געווען, האב איך באשלאסן צו ציילן הויעך, און ויהי לפלא ס'העלפט שטארק, אבער געדענק דאס איז נאר נאך א טול וואס העלפט צו, אבער אן די 12 סטעפס וואלט איך נישט אנגעקומען צו ווי איך האלט.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 15:57 #274129

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 185 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 475
  • האט שוין געלייקט: 725 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל
  • קאָרמא: 9

פראגע 10)

פיין האמיר שוין ארויס דעם וכך אני מונה, יעצט אז דו האסט דערמאנט די 12 סטעפס לאמיר הערן אביסל מער איבער דעם, און וואס איז דיין מיינונג דערויף?

מיין מיינונג איז בכלל נישט אינטערעסאנט, ווען מ'רעדט פון א זאך וואס איז שוין אויסגעפרובט געווארן הונדערטער מאל, און דאס און טאקע נאר דאס האט געהאלפן, אפילו ביי ביטערע שווערע קאמפליצירטע פעלער פון טיפע טיפע אדיקשן, וואס קיין שום שום דאקטארישע פסיכיאטערישע טערעפיסטישע מהלך האט נישט געהאלפן.

אויסשמעוסן וואס דאס איז גיי איך נישט דא, ס'איז אן אריכות ואכמ"ל, די 12 סטעפס איז נישט קיין סוד, הלא הם כתובים על ספר ביק בוק. און יעדער קען האבן צוטריט דערצו, אבער איך וועל יא איבערגעבן אן הגדרה דערויף וואס איך האב געהערט פון מיין ספאנסער, וואס ברענגט שטארק ארויס וואס דאס איז, (און וועט אויך באראיגן די וואס האבן מורא אריינצוטאנצן דערין, ווייל ווער ווייסט וואס דאס איז, און וואס דאס פארלאנגט), זאגט ער אזוי "די 12 סטעפס איז א וועג פון לעבן וואס אונזערע עלטערן און אור עלטערן האבן געלעבט דערמיט ביי דיפאלט, נאר פאר עפעס א סיבה האט עס אונז נישט געכאפט, ממילא דארף מיר אונז שווער ארבעטן דערויף" עכ"ל ודפח"ח, וואס די סיבה איז ווייס איך נישט צו ווייל די דור איז שוואך, צו קומט דאס וועגן די עדיקשן, עכ"פ די פוינט איז אז די 12 סטעפס איז נישט עפעס א נייע אויסגעטראפענע וועג פון לעבן, ווי מ'זאגט א תורה חדשה, ניין און ניין, דאס איז סך הכל א נארמאלע געזונטע וועג פון לעבן, וואס באמת איז דאס די פשוטע יסודות החיים וואס די תורה פארלאנגט פון אונז, מצוות שכליות וואס יעדער נארמאלער אנשטענדיגער גוי להבדיל פארשטייט דאס ריכטיגקייט פון דעם.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 15:59 #274131

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 185 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 475
  • האט שוין געלייקט: 725 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל
  • קאָרמא: 9

פראגע 11)

זייער שיין אראפגעלייגט, יעצט רעדענדיג פון די 12 סטעפס, פארשטיי איך אז דאס גייט צוזאמען מיט לייוו מיטונגס, און דו האסט שוין טאקע דערמאנט פריער אז דו גייסט אהין, אויב אזוי לאמיר טאקע הערן, פארצייל אונז מער איבער ווי אזוי דו ביסט אנגעקומען צו דעם, ס'איז לכאורה געווען א שווערע באשלוס, און ווי אזוי גייט עס צו דארט און וואס פאר א השפעה האט עס געהאט אויף דיר.

איז אזוי! ווי אזוי איך בין אנגעקומען צו דעם איז בלויז חסדי השי"ת, וואס ער האט מיך צוגעשיקט צו די ריכטיגע מענטשן מיט די ריכטיגע הילף, אבער לאמיר גיין צוביסלעך.
איך האב מיך לכתחילה איינגעשריבן דא אין היט דיין אויגן, מיט א החלטה גמורה אז איך גיי מיך מיט קיינעם נישט פארבינדן, איך גיי בלייבן אינגאנצן אנאנעמיס. פינטל. (קענסט לאכן, היינט צוטאגס לאך איך שוין אויך ב"ה) איך האב אנגעהויבן צו ציילן טעג און ס'איז געגאנגען א מחי', למעשה נאך 58 טעג האב איך געדארפט ריסעטן, און דעמאלס האב איך באקומען פריוואט ווארעמע מעסעדזשעס פון הד"א מעמבערס, וואס האבן זיך אנגעטראגן אז אויב איך דארף הילף קען איך מיך צו זיי ווענדן, איך האב אבער מיט א פארמאכטע פויסט און פארביסענע ליפן געזאגט ניין ס'פעלט נישט אויס, און איך האב מיך פלען נישט וויסענדיג געמאכט פון זיי, און איך בין מיר ווייטער געגאנגען מיין וועג, אבער אבער די ווייטאגליכע אמת איז דאך געווען אז ס'האט יא אויסגעפעלט, אבער איך האב מיך געהאלטן צו מיין החלטה.

למעשה איינע פון די טעג האב איך באמערקט אז ס'איז דא א יונגעלייט ווינקל וואס איז פארמאכט, און ס'האט מיך אנגעכאפט א שטארקע חשק צו קענען אריינגיין דארט, באמת איז עס נישט געווען אזוי ווייט פאר נייגעריקייט, נאר איך האב געפילט אז ס'גייט מיר קענען העלפן אין יונגעלייטישע ענינים, וואס איך האב טאקע געדארפט האבן הילף אין דעם פעלד, טו מעיק די לאנג סטארי שארט, כ'האב מיך אינטערעסירט ווי אזוי מ'קען אנקומען דערצו, ביז איך בין אנגעקומען צו ידידינו אחכה לו, איך ווייס נישט ווי אזוי פונקטלעך מיין פעסטע החלטה איז געבראכן געווארן, אבער זעט אויס אז ס'איז אנגעקומען די ריכטיגע מינוט האט די בלאן געפלאצט, און יא! ס'לאזט זיך מיר נישט גלייבן איך האב מיך למעשה פארבינדן מיט אים, און אויב דאס איז נישט גענוג געווען האב איך זיך געטראפן פערזענליך מיט אים, און באותו היום אויך געטראפן מיט נאך א צדיק וואס דרייט זיך שוין נישט דא אויף הד"א ה"ה הרב עד כאן, זעה דא מער אויספירלעך און רבותי איך קען ענק זאגן מיט א פולע מויל "איך האב אין מיין לעבן נישט געטון אזא געלונגענע שריט ווי דאס, און יא אזוי בין איך אנגעקומען צום לייוו מיטונג.

וואספארא השפעה דאס האט אויף מיר איז שווער מסביר צו זיין פאר איינעם וואס איז עס נאך נישט דורך, איך בין ממש נהפך לאיש אחר, אפילו נאר די מציאות פון ארבעטן אינאיינעם מיט נאך אחים לצרה נאך פארן צוקומען צו די 12 סטעפס, געט א גאר שטארקע בוסט אין די עבודה קשה, מ'העלפט זיך ארויס איינער דעם צווייטן, מ'שטייגט אינאיינעם א טאג נאך א טאג, און בכלל צו זען ווי אנדערע וואקסן אין ריקאווערי האלט דעם מענטש גאר שטארק, און העלפט אים צו אין זיין אייגענעם ריקאווערי, אין איין ווארט איך וואלט קיינמאל נישט געקענט צוקומען צו מיין הצלחה אן דעם.

רעדענדיג פון דעם ענין, דערמאן איך מיך א שמועס וואס כ'האב געהאט מיט איינער פון די גאר חשוב'ע חברי הד"א דורכ'ן פריוואטן מעסעדזש סיסטעם, און איך מיין אז ס'קען זיין אינטערעסאנט להמשך צו דעם שמועס איבער לייוו מיטונגס. איך וועל עס ארויף לייגן אין די נעקסטע תגובה.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 16:00 #274132

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 185 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 475
  • האט שוין געלייקט: 725 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל
  • קאָרמא: 9

פאלגאנד איז די תוכן השאלה וואס יענער חבר האט מיך געפרעגט:

...לגבי די לייוו מיטינגס ספיק'ע איך מיך זייער... פון איין זייט, לכאורה איז דארט מיין פלאץ... מצד שני, אוי די בושה... און אויך מאכט עס מיר א עול אז עס וועט שוין אויף אייביג מחייב זיין צו בלייבן דארט ווייל מענטשן וועלן מיר זעהן דארט וכו'. ומצד שלישי ווער זאגט אז עס דארף זיין געשמאק? ומצד רביעי אויב איך וועל זיין אנגעצויגן וועט מיר זייער שווער גיין וכו וכו', וחזר הדין וכו'.

וזהו התשובה שהשבתי:

...בנוגע די מיטינגס וואס דו שרייבסט אז ס'איז דיר שווער צו באשליסן, לאמיר אפיר נעמען די 4 צדדים וואס דו ברענגסט ארויס, און לאמיר זיי צונעמען אויף קליין געלט, און נחזי אנן וואס לוינט זיך און וואס איז וויכטיג.
צד א' שרייבסטו אז דארט איז לכאורה דיין פלאץ. איך ווייס נישט פונקטלעך דיין מצב, און צו וואס דו ביסט אלס אנגעקומען, און איך קען אויך נישט פסק'נען צו דו ביסט אין א מצב פון אדיקשען ממש. אבער אויב דו פילסט אז דו באלאנגסט אין א מיטינג, וואס פון מיין עקספיריענס איז עס א געוואלדיגע אויפטו אין דעם הינזיכט ממש למעלה מן המשוער, די פאקט אז דו ביסט נישט אליין אויפן וואסער און דו האסט חברים וואס זענען אינעם זעלבן מצב ווי דיר, און מ'העלפט זיך איינער דעם צווייטן, ווען דו האסט א נסיון וואס דו קענסט זיך אליינס בכלל נישט קיין עצה געבן, ווייל די אדיקשן איז בלי שום ספק סאך סאך שטעקער פון דיר, געט מען א רוף א חבר און צוזאמען קריכט מען ארויס, בקיצור ווען מען ארבעט אינאיינעם איז עס אסאך אסאך שטערקער ווי ווען מ'איז אליין, בעסער געזאגט ווען מען איז אליין איז עס כמעט גארנישט, און צוזאמען קען מען אנקומען גאר ווייט און מיט א שטארקע כח, איז עכ"פ אויב דו פילסט אז דו באלאנגסט דארט, נא! אויף וואס ווארטסטו???

צד ב' וואס דו שרייבסט וועגן די בושה, איז אזוי! קודם כל - בושה?? פון וועם? ווער שעמט זיך פונקטלעך פון וועם? די אלע וואס זענען דארט זענען אינעם זעלבן שיף ווי דיר. ועוד! צו ארבעטן אויף זיך און זיך פלאגן און זיך רייסן צו טון דעם רצון ה' איז א בושה?? צו זינדיגן איז א בושה, אלא מאי וואס דען זאלסטו טון? וועסטו בלייבן ווייטער אליינס און ??? דורכפאלן נאכאמאל און נאכאמאל (חס ושלום חס ושלום איך האף אז נישט) ביז מ'וועט דיך חלילה כאפן רויט האנטיג? דעמאלס וועט זיין ווייניגער בושה?? און ווער גאראנטירט דיך אז מען האט דיך נאך נישט געכאפט? צו ווייסטו דען ווער ס'האט דיך אלס נאכגעקוקט באהאלטענערהייט??? אין גאס ? אין מקוה? סוף גנב לתלי'. איך האב שוין געהערט שוידערליכע מעשיות ווי קינדער האבן געכאפט דעם אייגענעם טאטן אויף די עלטער קוקן פאנאגרפיע רח"ל ה' ישמרינו, צו ווילסטו חלילה וחלילה אנקומען צו דעם??? איז דאס ווייניגער בושה? און נאך וויל איך דיר פרעגן. צו איז דיר מער ניחא די בושה אויבן אין הימל, קעגן דיינע הייליגע אבות צדיקים ראשונים ואחרונים פון אלע דורות? דארט קען מען גארנישט באהאלטן, נאר אויב מ'פלאגט זיך דא אונטן צו זיין ערליך, אז מ'טוט דא אויף די וועלט כל היכולת ארויס צוקריכן פון דעם שרעקליכן בלאטע.
לאמיר גיין א טרעפל ווייטער. פון וועם פונקטלעך שעמסטו זיך? פון דיין ברודער? שוואגער? לאמיר דיר פארציילן עפעס. מבשרי אחזה איך בין אמאל געגאנגען צו א מיטינג ווען דער לידער האט מיר געזאגט אז היינט קומט א נייער צו די מיטינג. פיין! איך זיץ מיר אזוי געמיטלעך ביים מיטינג, ווען די טיר מאכט זיך אויף און נישט מער און נישט ווייניגער מיינער א נאנטער קרוב קומט אריין.. איך וואלט געקענט אנטלויפן. איך וואלט געקענט זיכן א גרוב ווי זיך צו באגראבן פאר בושה. אבער ניין איך האב געוויסט ביי מיר אז איך בין דא למען כבוד שמו יתברך. איך בין נאר דא ווייל איך וויל טון דעם רצון ה', און איך גלייב באמונה שלימה אז דער בורא כל עולמים דער איינציגער מסבב כל הסיבות האט סיי מיך דא אהער געברענגט און סיי אים דא אהער געברענגט. האב איך ארויף געצויגן א ברייטן שמייכל אויפן פנים און איך האב אים אויפגענומען זייער ליבלעך זאגענדיג "אה ברוך הבא, ב"ה אונז טרעף מיר זיך אויף גוטע פלעצער". הערנדיג די ווערטער האט ער זיך בארוהיגט (דו קענסט דיך פארשטעלן אז ער איז געווען סאך מער געשאקט און צושאקלט ווי מיר.) און ער איז אריינגעקומען. און היינט זענען מיר זייער נאנט און אפן, נישט איך שעם מיך פון אים נישט ער שעמט זיך פון מיר, פאקערט מ'העלפט זיך איינער דעם צווייטן, און ס'איז געוואלדיג ב"ה. עכ"פ ס'איז נישט דא פון וועם זיך צו שעמען. די גאנצע בושה המדומה איז נאר ביז מ'קומט אן אהין, איינמאל מ'קומט דארט אריין מ'ווערט היימיש ווערט פארשווינדן די גאנצע בושה, ס'איז היימליך באקוועם, יעדער פארשטייט יעדן, יעדער פלאגט זיך מיט די זעלבע פראבלעם, און יעדער וויל זיך העלפן און ארויסקריכן פון די בלאטע. און מען ארבעט אינאיינעם האנט ביי האנט.

דאס וואס דו שרייבסט אז עס וועט דיר מאכן א עול דארט צו בלייבן, לדעתי מיין איך אז דאס איז טאקע די גרעסטע און די וויכטיגסטע סיבה דוקא יא צו גיין, דער עול פון וואס דו רעדסט דאס איז דער עול מלכות שמים ווי די גמרא זאגט (ברכות כ"ח) אז רבן יוחנן בן זכאי האט געבענטשט די תלמידים פאר זיין פטירה, יהי רצון שתהא מורא שמים עליכם כמורא בשר ודם, האבן די תלמידים געפרעגט "עד כאן" דאס אלעס?? האט ער גע'ענטפערט: "ולואי! תדעו כשאדם עובר עבירה אומר שלא יראני אדם" עכ"ל הגמרא.

זאלסט וויסן ווילאנג דו ביסט אליינס ביסטו קיינמאל נישט פארזיכערט וואס דער יצר הרע קען טון מיט דיר, ער קען דיך מאכן דראפן דעם גאנצן "היט דיין אויגן", און דיך צוריק אריינטראסקענען טיף אין די בלאטע, אז דו האסט חברים - לעבעדיגע חברים, נישט חברים אויפן טויטן סקרין (וואס איז אויך בעסער ווי גארנישט, אבער אין רוב פעלער נישט גענוג צו קענען עכט בלייבן סויבער) דעמאלס וועסטו מיטן באשעפער'ס הילף קענען מצליח זיין.

לאמיר גיין ווייטער. צד ג' שרייבסטו "ווער זאגט ס'דארף זיין געשמאק". הער קלאר וואס איך זאג דיר, ס'איז גאר גאר געשמאק, ס'איז שווער מסביר צו זיין פאר איינעם וואס האט עס נאכנישט טועם געווען, אבער איך זאג דיר נישט נאר די אדיקשן טוישט זיך, נאר די גאנצע לעבן ווערט געטוישט מן הקצה אל הקצה, איך שפיר ווי איך בין ניי געבוירן זייט איך בין ביי מיטינגס, ממש אן אנדערער מענטש, טעמו וראו כי טוב.
צד רביעי, שרייבסטו "אויב איך וועל זיין אנגעצויגן וועט מיר זיין שווער", קום איך נאכאמאל צו די זעלבע הנחה, "דו וועסט נישט נאר נישט זיין אנגעצויגן, נאר ס'וועט דיך ארום נעמען א מורא'דיגע רוהיגקייט", איך בין געווען שרעקליך אנגעצויגן איידער איך בין אריין צו די מיטינג די ערשטע מאל, די מינוט וואס איך בין אריין, איך האב געזען קיינער האט מיר נישט אפגעביסן די נאז, איך קען דיר נישט מסביר זיין וואספארא רוהיגקייט געשמאקקייט האט מיך ארומגענומען כל כולו, איך האב ממש געפילט אז דא איז מיין פלאץ, איך וואלט געדארפט אהער קומען שוין יארן יארן צוריק, איך האב נאר נישט געוויסט דערפון.
אונטערשטע שורה גארטל דיך אן און טו וואס איז ריכטיג נישט וואס ס'איז באקוועם, אז דו וועסט עס טון וועסטו נאך בענטשן דעם טאג וואס דו האסט געמאכט דעם החלטה.
ע"כ.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 16:01 #274133

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 185 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 475
  • האט שוין געלייקט: 725 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל
  • קאָרמא: 9

פראגע 12)

WOW הערליך צולייגט. יעצט לאמיר אביסל הערן איבער אונזער סייט, צו איז דא א טרעד אדער נושא וואס האט לויט דיר נישט באקומען די ריכטיגע אנערקענוג?

איני יודע.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 16:02 #274134

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 185 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 475
  • האט שוין געלייקט: 725 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל
  • קאָרמא: 9

פראגע 13)

אקעי! נישט שלעכט למוד לשונך לומר איני יודע. לאמיר הערן צו איז דא אלטע חברים נאך וועם דו בענקסט זיך שטארק?

יא יא, דאס הארץ גייט אויס פאר בענקשאפט, נאך ידידינו הרב הייליגער צדיק, מיט זיינע הערליכע זאפטיגע מאמרים. חבל על דלא אבדין אבער ולא משתכחין.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 16:03 #274135

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 185 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 475
  • האט שוין געלייקט: 725 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל
  • קאָרמא: 9

פראגע 14)

יא יא נאך אזעלכע חברים איז טאקע דא וואס זיך צו בענקן, יעצט לאמיר הערן מיט וואס וואלסטו געזאגט קען מען פארבעסערן דעם סייט?

איך האב נישט עפעס ספעשל וואס צו זאגן, איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אין די ענגלישע סייט, אבער כ'האב שוין געהערט דא דארט, אז זיי זענען בעסער מיט כמה ענינים, אפשר איז טאקע כדאי צו פאוקעסן אריינצוברענגן די מעלות וואס איז דא דארט, די אידיש רעדענדע זאלן אויך קענען נהנה זיין דערפון.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 16:05 #274136

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 185 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 475
  • האט שוין געלייקט: 725 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל
  • קאָרמא: 9

פראגע 15)

יא טאקע א שטארקע פוינט, יעצט פאר איך לאז דיר גיין, א ווארט פאר אונזער ליינער.

טייערער הייליגער חבר, אפגעזען וואו דו האלטסט, צו דו האלטסט שוין נאך יארן ריקאווערי מיט יארן ריינקייט, צו דו האלטסט נאך אין אנפאנג פונעם וועג, אדער אפילו פאר'ן אנהייבן. געדענק אין יעדען מצב, אונזער מצב און אונזער פונקליכן מהלך החיים, איז שוין געווען אפגעשריבן אין בלא פרינט מיט יעדע איינציגע דיטעיל נאך פאר די וועלט איז באשאפן געווארן, ס'איז נישט געשען עפעס א מיסטעק, וואס ערגעץ וואו האבן זאכן אנגעהויבן צו פארן ראנג, ניין און נאכאמאל ניין, דיין גאנצע לעבן יא יא ווי אזוי דו קוקסט דיך אן, איז קלאר די לכתחילה ווי אזוי דער בורא עולם האט דיך באשאפן, איי ווי איז דאס מעגליך?? אזא לעבן וויל דער אייבערשטער?? און נאך אלע מעשיות לייד איך פאר אלע עבירות?? וואס גייט דא פאר??

טייערער חבר דאס זענען סודות נוראים ועמוקים עד למאד וואס אונזערע פיצעלע מוחות קענען דאס נישט משיג זיין, און ווען נישט די ספרים הקדושים זענען אונז דאס מגלה, וואלטן מיר דאס קיינמאל נישט געקענט וויסן, און מיר פרעגן נישט קיין קשיות מיר גלייבן און גלייבן אן צו פארשטיין, מיר גלייבן אז ידיעה און בחירה איז נישט קיין סתירה, כאטש מיר קענען דאס מיטן בעסטן ווילן נישט צוזאמשטעלן, יא ידיעת השי"ת איז קלאר, דער בורא עולם האט אלעס אלעס אלעס געוואוסט פון אנפאנג אן, סיי די עוונות און סיי די עונשים, אבער איך האב דאך א בחירה? דאס איז אויך אמת 100 פראצענט, און מיט די עונשים איז דער הייליגער באשעפער אויך 100 פראצענט גערעכט, צדיק הוא ה' כי פיהו מריתי, הצור תמים פעלו כי כל דרכיו משפט, קל אמונה ואין עול. איי מיר קענען דאס נישט פארשטיין. נו נו ווי אזוי האט דער הייליגער בעש"ט זי"ע געזאגט: מיט אלע מיינע מדריגות, בין איך א נאר און איך גלייב. וואס מיינט דאס? צו וואס דארף מען זיין א נאר צו גלייבן? יא! דער הייליגער בעל שם האט טאקע מיט אלע זיינע מדריגות געוואוסט אז מ'מוז זיין א נאר צו גלייבן, ווייל אויב וויל מען זיין א חכם און מ'וויל פארשטיין, קומט מען אין ערגעץ נישט אן, ווייל מיר וועלן קיינמאל נישט קענען פארשטיין די טיפע סודות פונעם הייליגן באשעפער.

אבער נאך א שטארקע און וויכטיגע נקודה דארף מען חזר'ן און געדענקען, אז די גאנצע בלא פרינט פון דיין לעבן איז בלויז רחמים וחסדים פונעם איינציגסטן און גרעסטן בעל הרחמים, יא יא די ביטערע מצב מיט וואס דו סטראגלסט, די צובראכענקייט די פארלוירענקייט, און דערנאך די לעכטיגע וועג ארויס אין וואס דער אייבערשטער ברענגט דיך אריין, צו ס'איז אין פארעם פון הד"א, צו לייוו מיטונגס 12 סטעפס, צו ס'איז סתם טערעפי אויב דעס אליין העלפט, אלעס איז מלא רחמי שמים וחסדי השי"ת.

דאס אלעס איז געזאגט געווארן זיך מחזק צו זיין אין א שווערע מינוט, אבער נאך אלעם געדענק: "לא עליך המלאכה לגמור, אבל אין אתה בן חורין להיפטר ממנה". דו קענסט טאקע גארנישט, דער אייבערשטער טוט טאקע אלעס, אבער פון דאס וואס ער פארלאנגט פון דיר קענסטו דיך נישט ארויסדרייען, און דו דארפסט ארבעטן מיט אלע כוחות.

הצלחה רבה טייערע אידן געדענקט דער טאטע אין הימל האט אונז אלע ליב א געוואלדיגע ענדלאזע אהבה עד אין שיעור וערך.

ידידכם ואוהבכם ואטהר ואתקדש בקדושה של מעלה.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.
לעצט פארראכטן: ו' אב התשפ"א 16:38 דורך ואטהר ואתקדש.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 16:13 #274137

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 259
  • האט שוין געלייקט: 304 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 335 מאל
  • קאָרמא: 2

געוואלדיג, הערליך שיין, זאפטיג,

גוט אין קלאר געשריבן. ווי נאר ואטהר קען . . .

מהעמיר עס נאכאמאל איבערגיין מיט ישוב הדעת!

נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 16:24 #274138

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 347 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 637
  • האט שוין געלייקט: 723 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 703 מאל
  • קאָרמא: 23
WOW דעס איז גאר שטארק ...
גיימער עס יעצט איבער געבן מיט א קאווע אין טשאקלעד אין זייט..


די שאלות זענען אויך זייער גוט אראפגעלייגט ממש ווי א עכטע אינטערויא פנים אל פנים.
כה לחי!!!
שכויעך ואטהר אין I WANT פאר ענקער צייט אין כח .

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 16:27 #274139

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 73 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1052
  • האט שוין געלייקט: 1063 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1043 מאל
  • קאָרמא: 19

גאר שיין !

הק' העלפמי

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 16:40 #274143

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 188 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1354
  • האט שוין געלייקט: 1150 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2434 מאל
  • קאָרמא: 57

פד"פ...

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 16:57 #274145

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 347 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 637
  • האט שוין געלייקט: 723 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 703 מאל
  • קאָרמא: 23
אחכה לו געשריבן on ו' אב התשפ"א 16:40:

פד"פ...


איך האף עס איז נישט די שם המפורש...ווער ווייסט?!

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

לעצט פארראכטן: ו' אב התשפ"א 16:57 דורך שיע.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 17:07 #274146

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 185 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 475
  • האט שוין געלייקט: 725 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל
  • קאָרמא: 9

פד"פ פירוש: PDF
יא גערעכט דא איז די פד"פ

זע שענערע PDF אפאר תגובות אראפציער

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.
לעצט פארראכטן: ט' אב התשפ"א 23:11 דורך ואטהר ואתקדש.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 19:52 #274148

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 285
  • האט שוין געלייקט: 624 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 810 מאל
  • קאָרמא: 5
wow wow באמת נתפעל צו ווערן, יעדעס ווארט א שטיק תוכן, אינפארמאטיוו, קלארקייט און העכסט געשמאק, ווען איבער אלעם שרייט יעדע אות רעקאווערי באגלייט מיט אן אנגענעהמע קריעטיוועטי, שפתים יושק!

מחמת טירדות קום איך ווייניג אן צו דעם סייט, און ווייניגער צו אריינסיינען, און נאך ווייניגער צו שרייבן, כ'דאנק השי"ת פאר'ן מיך היינט מסבב זיין צו אריינסיינען דא, זיך צו באקענען (א שטיקל בושה אז ס'האט גענומען ביז יעצט, אבער מיר לעבן דאך אין א 'נישט שפעט' עפאכע) מיט דעם זיסען חבר הרב ואטהר וואס וויל אויך זיין ערליך... צו וועמענס געשיכטע איך רילעט אסאך.

אגב ס'האט מיר געקאסט א שמייכל ווען דו האסט ערווענט דעם טעלעפאן רוף פון גארד יור אייס ווען אפילו צו דעם דיטעיל רילעט איך אויך...

דער אינטערוויו געדאנק איז א מאסיווער איידיע, און ווי ס'דערקענט זיך קלאר אז אין דעם גייט אריין אסאך ארבעט צו דעליווערן א קוואליטי פראדוקט, ישלם ד' פעלם פאר די אלע וואס העלפן צו דערצו הונטער די קוליסן און העכער די קוליסן, באמת א טיפן דאנק, כ'בין זיכער אז די אינטערוויו'ס שלאגן טיפע ווארצלען סיי ביי די חברי הדא, און אויך פאר די פילע 'געסט' וואס ווארטן נאך אויף א רוף פון גארד יור אייס אויף צו אויפסיינען דא.

וועל מיר ארויספרינטן דעם פד"פ אויף צו לערנען און חזר'ן.


לעצט פארראכטן: ו' אב התשפ"א 19:54 דורך אברהם העברי.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 21:43 #274167

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1181 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1636
  • האט שוין געלייקט: 2967 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2479 מאל
  • קאָרמא: 21

זייער זייער שיין.

איך האב עס שוין געליינט נעכטן אויכעט… אבער יעצט איבער געליינט זייער שיין!

שכח!

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ו' אב התשפ"א 22:26 #274168

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 154 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 254
  • האט שוין געלייקט: 86 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 639 מאל
  • קאָרמא: 5

א גרויסע שכח פאר פאר מיין פריינד "ואטהר" מורא'דיג שיין אין קלאר ארויס געברענגט, אזוי אויך א ישר כח פאר איי וואנט פארן עס אהער שטעלן אזוי געשמאק

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ז' אב התשפ"א 07:59 #274186

  • נישט שפעט
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1248
  • האט שוין געלייקט: 955 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1946 מאל
  • קאָרמא: 34
ואטהר ואתקדש געשריבן on ו' אב התשפ"א 17:07:

פד"פ פירוש: PDF
יא גערעכט דא איז די פד"פ


אויב האסטו עס נאך אויף WORD, אפשר מאכסטו די פאנט גרעסער מיט 2-3 נומבערס, זאל זיין גרינגער לייינען
ייש"כ מראש

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ז' אב התשפ"א 08:54 #274193

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 39 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 441
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 356 מאל
  • קאָרמא: 5

איך האב טרערן אין מיינע אויגן. א שטיק הארץ און נשמה. 
איז דא ערגעץ ווי איך קען ארויספרינטען די 12 סטעפס?
יישר כח 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ז' אב התשפ"א 09:36 #274194

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1181 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1636
  • האט שוין געלייקט: 2967 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2479 מאל
  • קאָרמא: 21

איך האב טרערן אין מיינע אויגן. א שטיק הארץ און נשמה. 

איז דא ערגעץ ווי איך קען ארויספרינטען די 12 סטעפס?

יישר כח 



קוק hitdanoigen.com/forum/index/9-די-12-סטעפס" option="hitdanoigen.com/forum/index/9-די-12-סטעפס">דא וועסטו זען דעם פארום דערפאר.

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ז' אב התשפ"א 13:46 #274202

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 185 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 475
  • האט שוין געלייקט: 725 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל
  • קאָרמא: 9
נישט שפעט געשריבן on ז' אב התשפ"א 07:59:

ואטהר ואתקדש געשריבן on ו' אב התשפ"א 17:07:

פד"פ פירוש: PDF
יא גערעכט דא איז די פד"פ


אויב האסטו עס נאך אויף WORD, אפשר מאכסטו די פאנט גרעסער מיט 2-3 נומבערס, זאל זיין גרינגער לייינען
ייש"כ מראש


יא הרב "נישט שפעט" איז גערעכט
כ'האב עס טאקע איבער געארבעט שענער און גרעסער
לשביעת כל הקוראים.
והא לך

אטעטשמענטס:
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.
לעצט פארראכטן: י"א אב התשפ"א 14:00 דורך ואטהר ואתקדש.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * ח' אב התשפ"א 23:38 #274206

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 188 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1354
  • האט שוין געלייקט: 1150 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2434 מאל
  • קאָרמא: 57
ואטהר ואתקדש געשריבן on ו' אב התשפ"א 15:55:

פראגע 6)

שרעקליך טאקע זייער פיינפול מיטצוהאלטן אזעלכע זכרונות, אבער יעצט אז דו ביסט ברוך השם דא צום גוטן און דו ביסט ברוך השם מצליח, לאמיר הערן וואס זענען דיינע שטערקסטע כלים מיט וואס דו ארבייט'סט, זיך צו האלטן ריין טאג טעגליך?

1) בכלליות די 12 סטעפס טעגליך אויף ווי ווייט ס'פעלט אויס.

2) כסדר חזר'ן די ערשטע צוויי סטעפס, סטעפ 1 איך קען גארנישט גארנישט, איך בין גענצליך מאכטלאז איבער מיין עדיקשן און איבער מיין גאנצע לעבן. סטעפ 2, נאר דער בורא עולם קען מיך ארויסנעמען פונעם עדיקשן, און נאר ער קען פירן מיין גאנצע לעבן בכל פרטי' ודוקדוקי'.

3) און מיט די צוויי סטעפס אין די האנט, ריקט מען זיך אריין אין סטעפ 3, זיך איבערגעבן אינעם באשעפער'ס האנט, און לאזן אים פירן מיין לעבן.

4) סטעפ 10, כסדר'דיגע חשבון הנפש. און סטעפ 11, תפילה מעדיטאציע, הערן און זיך צושטעלן צום רצון ה'. און בכלל כסדר כסדר רעדן צום אייבערשטן ווי צו איינעם וואס שטייט נעבן דיר און גארט צו הערן וואס דו האסט צו זאגן.

5) ארבעטן די 12 סטעפס מיט א ספאנסי, (ווען איך האב).

6) DSR טעגליכע צופרי מיטונג. וואס דאס איז א מורא'דיגע פאוערפול מיטונג, כאטש דעס אליין קען אונז נישט ארויס נעמען פונעם עדיקשן, ווי ס'ווערט אויסגשמועסט יעדן צופרי ביים אנהייבן, אבער ס'האט א שטארקע כח און ס'העלפט שטארק ארויס אינעם ריקאווערי.

7) לייוו מיטונגס און פאון מיטונגס.

8) אריינטשעקן מיט חברים, בפרט בשעת נסיון.

9) זיין גרייט צו העלפן א חבר בשעת נסיון ווען נאר מעגליך.

10) איך האלט כסדר פאר די אויגן אז מיין היינטיגע ריינקייט האט נישט קיין שייכות מיט נעכטן אדער מארגן, יעדע טאג איז א ארבעט פאר זיך.

11) ארויפקומען אויף הד"א שעפן חיזוק פונעם הייליגן ציבור לוחמי מלחמת ה', לחזק ולהתחזק.

12) ועיקר העיקרים קום איך צוריק צו סטעפ 1 און 2 איך קען גארנישט איך קען גארנישט, נאכאמאל און נאכאמאל נאר און טאקע אויסשליסלעך נאר דער אייבערשטער קען און האלט מיך ריין, וזה כל האדם.

דאס איז מער ווייניגער די ארבעט. וואס איז פרוביר צו טון אויף ווי ווייט ס'איז מעגליך אין מיינע הענט, אבער פארשטייט זיך אז דער עיקר [אלעס] טוט דער אייבערשטער.
(דרך אגב: איך וואלט עס געקענט צוטיילן אין מער סעיפים אבער איך האב ליב דעם נומ. 12, ע"כ האב איך עס אזוי אויסגעשטעלט.)


געליינט שבת ביינאכט אויף ארויסגעפרינטע פי די עף, זייער שטארק הנאה געהאט פונעם גאנצן אינטערוויא, ובפרט פון די ענטפער וואס איז דאך דער תכלית הכל.

אויף אזויפיל יא, איך קען מעיד זיין אז יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן, איך קען פערזענליך מעיד זיין אויף אלעס וואס עס שטייט דא אז עס איז טאקע אזוי אויב נישט פיל מער, קענענדיג פערזענליך ואטהר, ווייס איך אז ער איז פעסט אין ריקאווערי, און ער געבט אסאך אוועק דערפאר, און דאס איז ווארשיינליך דער סוד פון זיין הצלחה אין סוברייעטי.

זאל אים דער אויבערשטער ווייטער האלטן ריין.

ייש"כ נאכאמאל פאר די שיינע אינטערוויא.

ענטפער: * אינטערוויא 4# - מיט ואטהר ואתקדש * י"א אב התשפ"א 01:52 #274263

  • נישט שפעט
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1248
  • האט שוין געלייקט: 955 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1946 מאל
  • קאָרמא: 34

איך האב גוט דורך געליינט די אינטערוויא מיט ואטהר ואתקדש!
מה אומר ומה אדבר! נישטא קיין ווערטער!
מלא וגדוש מיט תוכן נפלא, תוכן וואס קען אזויפיל צוהעלפן און עפענען די אויגן פאר אנדערע חברים! געשריבן אלעס מיט די הארציגע זאפטיגע שפראך אזויווי ואטהר'ל קען!
איך בין די טעג עפעס זייער שטארק טרוד, אבער איך האף אי"ה משך'ן טאג שרייבן אפאר ענינים בנוגע צו די אינטערוויא, זאכן וואס זענען פאר מיר חיזוק און חידוש.

ואטהר, יישר כח, זכותך גדול מאד מאד!
מ'זעט דיין הייליגע הארץ, דיין ליכטיגע נשמה און דיין פלאמעדיגע מהות - אין יעדעס ווארט.
חזק ואמץ

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 2.38 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא