ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * 276 באזוכער

אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * י"ט כסלו התשפ"ב 10:16 #278625

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28
א גוט יאר יעדער איינער,

אין דעם טרעד גייט מען בעזהשי"ת ארויפלייגן די זעקסטע אינהאלטסרייכער שמועס.

די יעצטיגער אינטערוויא וועט זיין מיט אינזער חשובער חבר שלום אהלך ס'איז כדי ארויסצוברענגן אז אונזער חבר שלום אהלך איז שוין דא אויפן סייט זינט א' סיון תשע"ה לפ"ק  דאס הייסט איבער זעקס יאר, און איז שוין ריין איבער א יאר מיט 8 חדשים, אזוי אויך איז ער איז א מיטגליד אין די אידישע PP גרופע וואס איר וועט שוין ליינען מער איבער דעם אינעם שמועס.

פאר די באקוועמליכקייט פינעם ציבר וועט מען ארויפלייגן יעדער שאלה ותשובה אויף אן עקסטרע פאסט, כדי ס'זאל זיין גרינגער צי ליינען אזוי אויך נאכצובענגען, מוסיף צי זיין, אדער אפ-פרעגען...
דערפאר בעטן מיר בכל לשון של בקשה, נישט צו שרייבן גארנישט ביז ווי לאנג די גאנצער שמועס איז ארויפגעלייגט!! כדי ס'זאל לויפן גלייך איינס נאכן צווייטן, אין זיין געשמאקער צי ליינען!!

אויב איינער וויל עפעס שרייבן בשעת די שמועס גייט ארויף קען ער עס שרייבן ביי די צענטריילער אינטערוויא טרעד:
NEW * אינטערוויא'ס מיט חברי הד''א *

יישר כח פאר אייער קאפעראציע

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * י"ט כסלו התשפ"ב 15:43 #278636

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 631 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 461
  • האט שוין געלייקט: 450 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל
  • קאָרמא: 16

יראתי בפצותי און איך בעט א תפלה פונעם שם פה לאדם שלא אכשל בלשוני און עס זאל נאר ארויס קומען א קידוש ה' פון מיינע דיבורים.

בעפאר איך הויב אהן מוז איך אויסדריקן מיין לויב און דאנק פאר אפאר, קודם כל פארן גרויסן מעכטיגן באשעפער וואס מאשפות ירים דל, ער טוט דאס אוממעגליכע - בעסער געזאגט וואס קוקט אויס פאר אונז קליינע מענטשעלעך אוממעגליך - ער האט מיר ארויס געשלעפט ממצב נואש און מיר געברענגט נענטער צו איהם, ער האט מיר געגעבן די געלעגנהייט איהם צו קענען דינען און צו טוען רצונו יתברך בשמחה ובלב שלם.

און דאן דארף איך אפגעבן א דאנק פאר אלע חשוב'ע הייליגע חברים הי"ו פון דאהי, סיי את אשר היה פה און סיי את אשר ישנו פה, די אלטע וואס זענען געווען דא בעפאר מיר און פארלאזט נאך פאר מיר, זייערע דברי חיזוק און שיינע געדאנקן האט מיר אסאך ארויסגעהאלפן און עס העלפט מיר ווייטער שטארק ארויס בס"ד. די אלטע וואס זענען געווען בעפאר מיר און זענען דא ווייטער, זייער פריערדיגע חיזוק האט מיר אויך שטארק ארויס געהאלפן און זייער שטענדיגע ווייטערדיגע התחזקות העלפט מיר אויף טריט און שריט. און בפרט דאנק איך אלע פרישע חברים וואס זענען אנגעקומען מיום בואי לארמון המלך, זיי זענען מיין גרעסטע חיזוק צו זעהן ווי עם ישראל חי און אז גאט ב"ה איז שטארק און ער העלפט יעדן איינעם, דאס איז גאר א שטארקע סטעפ 2 פאר מיר צו זעהן ווי השי"ת איז עומד לימינינו מיט זיין אומגעהויערע ליבשאפט העלפט ארויס יעדער וואס וויל נאר.

בפרטיות דארף איך דאנקן פילע וואס האבן מיר פערזענליך ארויסגעהאלפן און מקבל פנים געווען בספ"י ביי מיין אנקומען און ווייטער לאורך הדרך, קודם כל א דאנק פאר הצדיק "שלום גאנץ" וואס ער איז געווען דער ערשטע וואס איז מיר אנטקעגן געקומען און מיר ארויס געהאלפן און געפירט בתחילת הזמן, און דאן דארף איך אפגעבן א דאנק פאר הצדיק הקדוש פשוטו כמשמעו שמו וזכרו אונזער ליבער פריינט "הייליגער צדיק" וואס האט זיך אוועק געגעבן פאר מיט בכל נפשו אויף אן אויסטערלישן פארנעם מער ווי ס'איז שייך ארויס צוברענגן דיו אילו ימי, אויך א דאנק פאר אונזער אלעמען באקאנטע צדיק המסור למענינו בכל לבו "יונה מצאה" המכונה יונה'לע וואס האט זיך איבערגעבן פאר מיר אסאך בעבר און אויך בהוה איז ער אלעמאל גרייט פאר מיר מיט זיין געשמאק און צוגעלאנקייט.

און אויך א דאנק פאר הצדיק "שיע" וואס גיבט זיך אוועק פאר אונז אלע מיט א געטריישאפט שאי אפשר לתאר, וידו נטוי' על העתיד צו פארבעסערן און פארשענערן אונזער הייליגע קהילה מיט וואס נאר מעגליך.

ואחרון חביב הצדיק "נישט שפעט" שמן המותר להאריך גודל מעשיו און וואס יעדע לויב וואס איך וועל נאר זאגן אויף איהם וועל איך נאר פארמינערן ע"כ וועל איך שטיל בלייבן.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * י"ט כסלו התשפ"ב 15:44 #278637

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28
א גוטן שלום, גאר א שיינע הקדמה האסטו געמאכט, יעצט לאמיר צוגיין צו די פראגעס.

פראגע 1) ווער איז שלום אהליך? און וואס ליגט אונטער דעם נאמען?
על ראשון ראשון. ווער איז שלום אהליך? שלום אהליך איז א אינגערמאן וואס וויל זיין וואויל און חלילה נישט דעצערענען הקב"ה, און זיין יצר הרע איז זייער גרויס אבער ער פרובירט מרגיז צו זיין זיין יצר טוב אויף זיין יצר הרע, און מיטן אויבערשטענס הילף קען ער מצליח זיין טאמער וויל ער באמת.
און די צווייטע חלק פון די פראגע, און וואס ליגט אונטער די נאמען? אין די נאמען איז מרומז שמי אבער בעיקר איז די נאמען א תפלה און א בקשה צו רבש"ע אז עס זאל זיין שלום באהלי, סיי פריוואט מיט מיר אליין אז ברוחניות זאל הערשן שלום ביי מיר, און אז די ענדע פונעם פסוק "ולא תחטא" זאל מקוים ווערן במלואו. און אויך אז בביתי זאל אלס זיין שלום ושלוה מיט שמחה דקדושה.

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * י"ט כסלו התשפ"ב 15:44 #278638

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28
פראגע 2) עס זעהט אויס אז ביסט שוין גאנץ לאנג ביים סייט, אפשר דעציילסטו אונז וויאזוי און ווען ביסט אנגעקומען אהער? און וואס איז געווען דיין ערשטע רעאקציע?
ס'קומט מיר ארויף א שמייכל ווען איך זעה די שאלה, ווען בין איך אנגעקומען צו דעם הייליגן סייט? אבער קודם לאמיר ענטפערן די ערשטע חלק, איך געדענק נישט פונקטליך וויאזוי איך בין אנגעקומען צום ערשטן מאל דאהי אבער איך גלויב עס האט פאסירט נישט בשעת'ן זוכן א סייט וואס קען מיר העלפן וד"ל, און אזוי אויך געדענק איך נישט פונקטליך מיין רעאקציע פון דעמאלסט היות עס איז געווען א ביסל יאר צוריק, זעה ווייטער.
יעצט צום עיקר השאלה ווען איך בין אהער אנגעקומען, איז אזוי צום ערשט בין איך אנגעקומען אהער ר"ח סיון תשע"ה, לסדר ביום הזה באו מדבר סיני, און דאן האב איך פארבראכט דא פאר גאר א קורצע תקופה, דוכט ממש 2 וואכן, איך האב נאך אביסל שפעטער באזוכט דא און דארט אבער דאס האט נישט אנגעהאלטן צו לאנג, און איך האב ווייטער געלעבט אין איזאלאציע און אין דענייעל פאר די קומענדיגע 4 ¾ יאר.
סוף חודש שבט שנת תש"פ האב איך בס"ד געמאכט א שמחה, און איך האב זיך מקבל געווען דעמאלסט א קבלה טובה ווי איך האב שוין געשריבן אין מיין טרעד ותמצאהו שם, אבער לדאבוני הרב האט די קבלה נישט אנגעהאלטן פאר צו לאנג. נאך א דורכפאל אפאר טעג שפעטער האב איך געשפירט אז איך בין אנגעקומען צו א שיידוועג, אדער מוז איך זיך איינמאל פאר אלעמאל נעמען אין די הענט אריין און אפלאזען די אלע שלעכטע וועגן, אדער גיב איך אויף אינגאנצן אין... רח"ל.
בס"ד האט מיר מיין גוטע טאטע דער ממה"מ נישט געלאזט אריינפאלן אין א יאוש און ער האט אריינגעשיינט אין מיין מח א דערמאנונג פון א לאנג פארגעסענע סייט וואס טוט עפעס אין די ענינים וואס איך האב אמאל פאר יארן צוריק באגעגענט. האמער באשלאסן אז מ'גיימיר כאפן א בליק וואס דארט טוט זיך, און אזוי בין איך מיטן אויבערשטענס הילף צוריק אהיים געקומען אהער ביום ח' אדר תש"פ לפ"ק, איך האב אפגעשריבן מיינע געפילן דעמאלסט און איך האב אנגעהויבן ציילן ריינע טעג אויפן טשארט, און איך האב זיך פרובירט האלטן ווי ווייט מעגליך.
איך מוז ארויס ברענגן א ווייטאגליכע פאקט, אז דעמאלסט אין די ערשטע טעג פון מיין זיך געפונען דא, האבן נישט צופיל זיך וויסענדיג געמאכט פון מיר, און איך זאג דאס נישט אלס באשולדיגונג, נאר אלס פאקט מ'זאל וויסן ווי וויכטיג עס איז זיך וויסענדיג צו מאכן פון נייע חברים.
הכלל ס'איז דורך געגאנגן אפאר טעג און דאן איז עס געשען, ביום ט"ז אדר תש"פ א טאג נאך שושן פורים בין איך ווידער אדורך געפאלן, און איך האב געמיינט אז די וועלט פאלט איין אויף מיר. למען האמת די 'פאלט' איז אפשר נישט געווען אזא גרויסע, און קען אפי' זיין אז עס האט מיר נישט געברענגט לידי מעשה (אדער אפשר דייקא יא, לידי מעשים טובים ומעז יצא מתוק…), אבער וואס האט מיר אזוי באנומען איז געווען אז דא הויב איך שוין יא אהן זיך צו נעמען מיט א פרישקייט און איך וויל שוין יא זיין גוט, און דא אזא פאטש.
אבער אלקי היה בעזרי און אנשטאט אריינגיין אין א דעפרעסיע בין איך ארויפגעקומען אויפן סייט און אראפ געשריבן א קורצע מעסעדזש: טייערע פריינט איך בין דורכגעפאלן, אביסעלע חיזוק ביטע? דאס איז געווען דאס מערסטע וואס איך האב געקענט דאן זייענדיג אין אזא ביטערע מצב. אבער גלויבט מיר טייערע ברודער, עס איז געווען אבן מקיר תזעק, מיין לב האבן האט געשריגן און געוויינט: "איך וויל זיין וואויל, איך וויל זיין ערליך, איך וויל נישט לעבן א לעבן פון שמוץ און אומווערדיגקייט". און דאן האט עס פאסירט. גוטע חברים זענען געקומען און מיר מיר אנגעהויבן צו קארמען מיט חיזוק און גוטע ווערטער, און ווי איך האב שוין פריער ערווענט זייערע נעמען פלוס נאך פילע גוטע אידן וואס האבן מיר מחזק געווען און בס"ד מיר ארויס געשלעפט פון מיין ביטערע מצב פון דארט האבן זאכן בס"ד אנגעהויבן פארן אין א בעסערע ריכטונג און מיטן אויבערשטענס הילף בין איך ריין פון ט"ז אדר תש"פ לפ"ק הודו לה' כי טוב.
דאס איז וויאזוי און ווען איך בין אנגעקומען אהער צו אונזער הייליגע סייט.

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * י"ט כסלו התשפ"ב 15:45 #278639

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28
פראגע 3) די ערשטע מאל ביסט אנגעקומען דא תשע"ה, האסטו אויך אנגעהויבן ציילן די ניינציג טעג טשארט אדער סתם געווען דא זיך ארום קוקן?

דוכט זיך לפי זכרוני אז איך האב דעמאלסט אנגעהויבן ציילן אבער ס'איז מיר נישט נוגע, ווייל די ציילונג איז געווען סתם אבי און עס האט מיר נישט געטראגן אין ערגעץ. נישט חלילה אז איך מאך אוועק די ריינע טעג, פארקערט גאר, יעדע ריינע טאג און אפילו מינוט האט אן אומשאצבארע חשיבות און ווי אונזער ליבער פריינט "שלום גאנץ'ס" מאטא: יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין! אבער די תכלית פון די 90 טעג ציילונג בפרט ביים אנהויב רייזע האט מיר יענע צייט - ווי עס וויזט אויס - נישט צופיל געהאלפן, און עס איז מסתבר אז די לאך איז געלעגן ביי מיר און נישט אינעם פראגראם פון די 90 טעג ציילונג, זעה מער שפעטער אין פראגע 14

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

לעצט פארראכטן: י"ט כסלו התשפ"ב 17:11 דורך שיע.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * י"ט כסלו התשפ"ב 15:46 #278640

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28
פראגע 4) איז נישט אויסגעקומען אינמיטן די פיר א האלב יאר וואס דיין נשמה האט געפאדערט זאלסט צוריק קומען אהער אין אנהייבן ציילן?

געפאדערט? געמאנט אין פארלאנגט נישט געלאזט מנוחה, איך באשטיי דאך פון א נשמת ישראל א חלק אלקי ממעל, איך האב נאר א גוף וואס ג'וף ו'ויל פ'אפן, און די גוף האט מיר ארום געפירט מיט דמיונות און פאפעריי מיט לופטיגע קבלות (נישט אויף אוועק צומאכן קבלות טובות חלילה, אבער ווען די קבלות זענען סתם צו פארשטאפן שולד געפילן איז עס סתם לופטיג) און שטרענגע נדרים וכו', און אנדשטאט צו די מינומום ריכטיגע שריט און אהיים קומען האב איך זיך ארומגעדרייט אויפן גאס ווי א היימלאזע שיכור, און נאר נישט געקענט פארשטיין פון וואו קומט מיין לב האטום...

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

לעצט פארראכטן: י"ט כסלו התשפ"ב 17:11 דורך שיע.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * י"ט כסלו התשפ"ב 15:47 #278641

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28
פראגע 5) און ביים אנקומען צום סייט ביים צווייטן מאל, האסטו גלייך אנגעהויבן טוהן צו די זאך? האסט זיך שוין געשפירט מער היימיש אדער נאך געווארט אויף קירוב?

ווענדט זיך וואס הייסט טוען צו די זאך, גלייך גיין ין א גרופ און אנהויבן ארבעטן העפטיג? ניין דאס נישט און עס איז קלאר ביי מיר טאמער וואלט איך גענומען די מהלך וואלט עס נישט אנגעהאלטן פאר צו לאנג היות שנעלע שריט וואס איז געווענליך אומאויסגערעכנט האלט נישט פאר צו לאנג.
אבער כ'בין יא אריינגעקומען בעז"ה מיט א שטאנדהאפטיגקייט אז דאס מאל גייען מיר זיך נעמען פעסט און יהיה מה שיהיה, מיר וועלן בעז"ה טוען 'וואטעווער איט טעיקס' צו זיין הייליג און ריין און איינמאל פאר אלעמאל אויפהערן מיט די אומריכטיגע צושטערערישע אויפפירונג.
היימיש פרעגסטו, כ'פרוביר צוריק צו קלערן, לכאורה בין איך געווען אביסל שעמעוודיג אז איך קום דא אריין נאך אזא לאנגע אפוועהזנהייט און גארנישט בעסער ווי איך בין געווען אפאר יאר צוריק, אבער רצון ברעכט אייזן און מיין אויסטערלישע רצון אז מיין לעבן זאל ענדליך אנהויבן פארן אויפן ריכטיגן וועג און אויפצוהערן דערצערענען דעם אויבערשטן האט מיר באוואויגן צו טוען דאס ריכטיגע, פארשטייט זיך אנהויב בין איך געווען ניי און פרעמד און יעדעס ביסל התקרבות און חיזוק האט מיר מורא'ידג ארויסגעהאלפן.

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

לעצט פארראכטן: י"ט כסלו התשפ"ב 17:10 דורך שיע.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * י"ט כסלו התשפ"ב 15:47 #278642

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28
פראגע 6) זייט ווען ביסטו שוין אין דעם מצב וואס האט דיר דא אהער געברענגט, אין וואס בערך איז דיין סטראגל?

אָה דאס איז א ווייטאגליכע פראגע, פון ווען איך בין פארכאפט אין נעץ, פון ווען איך געדענק זיך נאך פון גאר אלס קליין קינד ווי איך האב שוין ברייט באשריבן אין מיין טרעד "שלום אהליך'ס רייזע" ותמצאנו שם.

מיין סטראגל איז אין איין ווארט "עניני קדושה" און יעדע זאך וואס וועט טריגערן - אנצינדן די הייקעלע נקודה ביי מיר וועט זיין א פרישע סטראגל. א פרשה פאר זיך איז פאנטאזיעס, כידוע איז די כח הדמיון גאר גאר מאכטפול און אויב האט א מענטש שכל און סייעתא דשמיא קען ער מיט זיין כח הדמיון אויפטוען גדולות ונצורות ברוחניות ובגשמיות פארן כלל און פארן פרט, אלע אויפטוען, פונעם טעלעפאון ביזן אטאם האט זיך אנגעהויבן מיט "פשוט'ע" דמיונות.
אבער אך און וויי איז פארן מענשט וואס נוצט זיין כח הדמיון אויף שלעכטע זאכן, דאס קען איהם אראפ פירן פונעם גלייכגעוויכט אין גאר א קורצע צייט, ווייל וואס א מענשט קען נישט האבן לעבעדיג וועט איהם זיין דמיון געבן גענוג און איבעריג, ודי בזה. און איך קלער אז די הסבר אויף די באקאנטע ווארט פון הרה"ק רבי אהרן מ'קארלין זי"ע "אז שמחה איז נישט קיין מצוה אבער צו וואספארא מצוות שמחה קען צוברענגן קען קיין שום מצוה נישט צוברענגן, עצבות איז נישט קיין עבירה אבער צו וואספארא עבירות עצבות קען צוברענגן קען קיין שום עבירה נישט צוברענגן", קלער איך אז די הסבר איז טאקע דאס די כח הדמיון, ווייל געווענליך ווען א מענטש איז שמח וטוב לב האט עס נישט דייקא מיט עפעס ספעציפיש, יא קען זיין אז עפעס האט איהם אריינגעברענגט אין די גוטע גיסטע אבער די שמחה וואס ציעט זיך ווייטער איז זייער תלוי אינעם דמיון ווען די מענטש טראכט און קלערט וואס די גוטע זאך וועט איהם צוגעבן בעתיד און די שיינע תוצאות וואס וועלן ארויסקומען וכו' און די זעלבע גילט אויך ביי עצבות, קען זיין אז עפעס האט גורם געווען די עצבות אבער די דעפרעסיע פון שפעטער איז שוין (עפי"ר) לויטער דמיון ותוצאותיו מי ישורינה, ואיני אומר קבלי דעתי.

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

לעצט פארראכטן: י"ט כסלו התשפ"ב 17:10 דורך שיע.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * י"ט כסלו התשפ"ב 15:48 #278643

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28
פראגע 7) ווען און וואס איז געווען די זאך וואס האט דיר געמאכט שפירן אז די פארסט נישט גוט, און אז די דארפסט הילף? און וואס איז געווען דיין ערשטער שריט וואס די האסט גענומען?

די ערשטע חלק פון די פראגע האב איך גענטפערט בתו"ד אין פראגע 2 און אין קורצן, מיין אויפירונג און אירע ווייטאגליכע תוצאות האבן געפאטשט אין פנים און געזאגט זייער קלאר "דו פארסט נישט גוט, דיין יעצטיגע וועג פירט צום תהום".

מיין ערשטע שריט איז געווען אהיימצוקומען און אריינקומען דאהי און פארציילן אז עס איז מיר ביטער און איך זיך הילף, אין ווי די ווארט גייט; "דיין ערשטע טריט ארויס פון איזאלאציע איז דיין ערשטע שריט אריין אין ציוויליזאציע".

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

לעצט פארראכטן: י"ט כסלו התשפ"ב 17:10 דורך שיע.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * י"ט כסלו התשפ"ב 15:49 #278644

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28
פראגע 8) פון דיינע תגובות ביים סייט זעהסטו אויס זיין א געווייקטע חסידישע יונגערמאן, מיט אסאך ידיעות. מן הסתם אין דיינע בחורישע יארן און דיינע ערשטע יארן נאכן חתונה האסטו געהאט שטארקע סתירות אין דיר אליין, אינדרויסן א מלאך אינעווייניג א גלח. וויאזוי האסטו עס דורך געלעבט? 

געוויקטע חסיד'ישע אינגערמאן? הלואי
יא, אלע מיינע יארן בין איך געווען צוריסן און פארלוירן אינעווייניג, א רגע א גלח און א רגע געוואלט זיין אן ערליכע איד, געלויבט השי"ת איך בין קיינמאל נישט געווען און איך האב קיינמאל נישט געוואלט זיין א מלאך, וכידוע ווי העכער מ'איז אלס שטערקער איז די פאל, דאס אז איך בין געווען א מענטש א הולך, טאקע איינער וואס זיין הליכה איז אויפן וועג אראפ אבער דאך א הולך עמדה לי אז איך האב זיך געקענט איין טאג מיטן אויבערשטענס הילף אפשטעלן און מאכן א יו טורן און אנהויבן פרובירן זיין א הולך אויף ארויף, הודו לה'.

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * י"ט כסלו התשפ"ב 15:49 #278645

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28
פראגע 9) פלעגסט אמאל רעדן צו די משגיחים אדער צו משפיעים אויף דיינע נסיונות, אדער האסט עס געהאלטן ביי דיר אליין?

קייינמאל, אכהמ"ל, אבער צוליב ווייטאגליכע איבערלעבענישן אלס קינד בין איך געווארן זייער זייער פארשפארט און פארמאכט אין מיר און בכלל האב איך געציטערט פון שרעקליכע קאנסעקווענצן וואס וואלטן געקענט ארויסקומען אויב מאנכע וואלטן געוואוסט פון מיין מצב.
שלום אהליך אלס בחור איז געווען גאר גאר א דערהויבענע בחור, געפילעוועט אין ספרי מוסר וחסידות, ער האט נישט גערעדט אידיש שבת נאר געלערנט און געדאווענט, אויסגעזאגט תהילים יעדע שבת וכו' (דאנט ווארי, דאס איז געקומען פון די גלח חלק וד"ל) אבער איך בין בכלל נישט געווען די הימל פליענדע בחור, כ'האב געהאט חבירים און איך האב זיך אלץ ארומגעדרייט מיט א שמייכל אויף מיין פנים.

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * י"ט כסלו התשפ"ב 15:50 #278646

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28
פראגע 10) וואס זענען דיינע שטערקסטע כלים מיט וואס די ארבייט'ס זיך צו האלטן ריין טאג טעגליך ?

צום אלעמען ערשט ווען איך שטיי אויף צופרי זאג איך מודה אני און איך בעט א תפלה לב טהור ברא לי אלקים. שפעטער ביים דאווענען האב איך א ספעציעלע צייט צייט ווען איך גיס זיך אויס דאס הארץ פאר רבון עולמים וואס מידו כל אז ער זאל מיר היטן די גאנצע טאג. און אויך דאווען איך צום אויבערשטען דורכן טאג ווען אימער ער זאל מיר היטן פון אלדאס בייזן, דאס איז די חלק התפלה.

די חלק המעשה, קודם האב איך א מורא'דיגע כלי וואס ידידינו "עד כאן" האט מיר אויסגעלערנט, די כלי רוף איך "איך מוז נישט", און עס ארבעט כדלהלן. זייער אסאך פון אונזער פראבלעם קומט פון די דמיון און איינרעדעניש אז איך "מוז", און דאס האט קיין טראפ אמת אין זיך, און איך וועל מסביר זיין:
ווי איך האב געשריבן פריער האט די כח הדמיון א מורא'דיגע כח, מענטשן זענען זייער איינגעוואוינט זיך צו באנוצן מיט די אויסדרוק "איך קען נישט". למעשה אבער עביוזד מען די אויסדרוק ביג טיים, וואס הייסט דו קענסט נישט, זאג ענדערש "איך וויל נישט" ס'איז מיר שווער". מיר האבן נישט קיין מושג אין די כוחות פון א מענטש, עס איז ממש אין לתאר, א מענטש מיט זיין כח הרצון קען ברעכן אייזן, און דאס איז נישט נאר א שיינע ווערטל, עס איז א מציאות, והנסיון מוכיח, און יעדער קען עס אליין זעהן קלאר ביי זיך אליין, אז א זאך וואס ער וויל גאר שטארק, וועט ער אדורכברעכן זאל זיין וואס זאל זיין, בעת א צווייטע מענטש וואס די זעלבע זאך ברענט איהם נישט אזוי וועט זאגן "ס'איז אוממעגליך" ואכמ"ל.
די זעלבע איינרעדעניש איז דא ביי "איך מוז", עס איז דא זייער ווייניג זאכן וואס א מענטש מוז, א מענטש מוז איינהאלטן זיינע דיבורים, סיי תורה'ידג און סיי מענטשליך, א מענשט מוז אויספירן זיינע פליכטן, און א מענטש מוז טוען דעם רצון ה'. אויסער דעם איז דא זייער ווינציג זאכן וואס א מענטש "מוז" טוען, ולב יודע מרת נפשו. נאר וואס דען, א מענשט וויל עפעס זייער שטארק, די דראנג שטופט איהם, וועט איהם זיין מח און/אדער זיין הארץ זאגן "דו מוזט, דו מוזט", ביז דער מענטש גלויבט שוין אלין אז ער מוז. דאס איז א ריזיגע גורם פון אונזער פראבלעם.
ווען איך גיי אין גאס און איך זעה עפעס גאר ציענד, אבער נישט אויסגעהאלטן, און ס'ווילט זיך כאפן נאך א בליק, הויבט די הארץ - דער יצר הרע אהן זאגן, דו מוזט, וועסט נישט אויסהאלטן טאמער וועסטו נישט קוקן... און צומאל קען עס נאך דער צר הצורר באקליידן אין א איצטלא דרבנן, ער וועט דיר זאגן: "דו מוזט קוקן ווייל מיט דעם וועסטו זעטיגן די תאוה און דו וועסט נישט אדורכפאלן אין ערגערס…" און אזוי ארבעט רוב פון אונזער נסיון. עס איז די דמיון פון "איך מוז" וואס פירט אונז אראפ פון גלייכגעוויכט.
און דאס האט מיר "עד כאן" אויסגעלערנט, זאג פאר דיר אליין "דו מוזט נישט!". ווען דער נסיון כאפט דיר, און דו הויבסט אהן שפירן אז "דו מוזט", זאג, יא, פשוט נוץ דיין כח הדיבור און זאג פאר דיר אליין איינמאל און נאכאמאל: "איך מוז נישט קוקן, עס וועט גארנישט געשען אז דו וועסט נישט קוקן". און די סגולה איז בדוק ומנוסה אז עס העלפט. אדער וועט זיך די תאוה אפשטילן (רוב מאל), און טאמער נישט, וועט די זאך וואס טריגערד שוין נישט זיין דארט נאך וואס דו וועסט ווייטער גיין און יענע זאך וועט זיין הונטער דיר. דאס העלפט מיר זייער.
אויך העלפט מיר שטארק דאס זיך חזר'ן אנע שיעור סטעפס 1,2,3 פון די 12 סטעפ פראגראם, אז איך בין מאכטלאז, און אז נאר דער באשעפער קען מיר העלפן טאמער וועל איך זיין גרייט איהם איבערצוגעבן אלע מיינע ווייען און פראבלעמען.
אויך וועל איך פרובירן יעדן טאג טוען סטעפ 11 וואס אין איין ווארט איז דאס התבודדות, זיך מתבודד זיין ביני לבין קוני מיט מחשבה און רואיגקייט איבערקוקן מיין פריערדיגע טאג און טראכטן אויף ווייטער און דערנאך בעשטן השי"ת ער זאל מיר העלפן טוען וואס איז ריכטיג צו יעדע צייט.
און דאן איז דא סטעפ 12 וואס ווי די ביג בוק זאגט אונז, און אסאך זענען עדות אז דאס איז אמת, אז ארבעטן מיט אנדערע, זיי העלפן ארויס קומען פון זייער חורבן, קען העלפן אפילן דארט ווי אלע אנדערע מהלכים האבן נישט געארבעט.
און צום לעצט איז מיר א הילף שטענדיג צו האלטן פאר די אויגן די צוזאג פון די ביג בוק "לעבן וועט באקומען א נייע באדייט. מיטצוהאלטן ווי מענטשן ערהוילן זיך, צו זעהן וויאזוי זיי העלפן אנדערע, מיטצוהאלטן ווי אזוי איינזאמקייט ווערט פארשווינדן, צו זעהן ווי אזוי א חברותא'שאפט וואקסט אויף ארום דיר, צו האבן א גרויסע קבוצה פון חברים - דאס איז אן איבערלעבעניש וואס דו טארסט נישט פארפאסן. מיר ווייסן אז דו וועסט עס נישט ווילן פארפאסן. א שטענדיגע פארבינדונג מיט נייע-צוקומער און מיט אנדערע איז די ליכטיגע ווינקל פון אונזער לעבן".

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

לעצט פארראכטן: י"ט כסלו התשפ"ב 17:10 דורך שיע.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * י"ט כסלו התשפ"ב 15:51 #278647

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28
פראגע 11) די אלע כלים זענען גוט פאר ס'הייבט אן ברענען, אבער ווען מ'טערפט זיך בשעת מעשה, און די תאוה ברענט געפערליך אזש די קאפ איז נישטא, וואס איז די בעסטע זאך וואס קען דאן צוריק האלטן א מענטש נישט צי פאלן?

דאס איז גאר גאר ווייטאגליך, ווייל ווען די תאוה ברענט שוין און מ'איז שוין אין די שטופע פון "בשעת מעשה" איז שוין צו שפעט צו טוען סיי וואס נאטורליך און מענשטליך, טאמער איז נאך א טראפ פון די מח ניכטער זאל מען נישט נוצן די ביסל געבליבענע ענערגיע צו טוען מענטשליכע פעולות ווייל עס וועט געווענליך נישט העלפן, ענדערשט וועל איך נוצן די טראפ קאנצענטראציע מעגליכקייט צו מתפלל זיין פארן בוכ"ע ער זאל מיר ראטעווען אך הפעם הזה.
די מציאות איז אז תפלה און התבטלות צו השי"ת איז די שטערקסטע און בעסטע מיטל און ווען אלעס אנדערש איז דורכגעפאלן מוז מען אננעמען די איינציגסטע און שטערקסטע מיטל, וכמובן טאמער איז נאך שייך מיטצוטיילן מיט איינעם איז אויך זייער הילפסבאר.

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

לעצט פארראכטן: י"ט כסלו התשפ"ב 17:09 דורך שיע.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * י"ט כסלו התשפ"ב 15:51 #278648

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28
פראגע 12) ס'מאכט זיך צומאל בפרט נאך א דרוכפאל אז ס'הייבט זיך אן אריינצוכאפן א יאוש געפיל, וואס וואלטסטו געזאגט איז דער בעסטער וועג זיך אן עצה צו געבן מיט דעם געפיל?

נטע'לע זאגט נאך פון איינער פון די אלד טיימערס אין עס-עי עפעס אזוי ווי פאלגענד: "דיינע ריינע טעג זענען נישט דיינע און דיינע דורכפעלער זענען נישט דיינע" (נטע'לע ביטע פארעכט מיר טאמער זאג איך עס נישט ריכטיג נאך). אונזער אלעס באלאנגט נישט פאר אונז, כי ממך הכל ומידך נתנו לך און ווי רשיה"ק איז מסביר דארט אויפן פסוק, שדחקנו עצמנו להתנדב כל כך בזאת הנדבה ולא משלנו אלא ממך הכל וחלקת לנו מעט, אלעס איז דיינס קוב"ה און מיר האבן זיך אביסל דוחק געווען דיר צו געבן וואס קומט פון דיר בהתנדבות.
היול"מ אז גארנישט געהער אונז, ממש גארנישט, אז מיר זענען זוכה צו באקומען ריינע טעג און שעות פון אונזער ליבער טאטע האט עס נישט מיט אונז. מיר זאלן עס מקבל זיין מיט שמחה וענוה און דאנקען דעם רבש"ע פאר דעם, און דאס זעלביגע ווען השי"ת מאכט אז מיר זאלן חלילה אדורכפאלן, איז עס כפי רצונו ית', און עס האט נישט מיט אונז פארוואס און פארווען.
אודאי מוז מען אין אזא פאל מאכן א חשבון הנפש און אריינקוקן גרונטליך און מיט אן אמת'דיגקייט אין זיך אליין צו זעהן וואס האט גורם געווען די פאל, און וויאזוי דאס קען פארמיטן ווערן בעז"ה אין די עתיד, אבער בו בזמן וואס די חשבון הנפש ווערט געמאכט מוז מען געדענקן אז די פאל האט נישט מיט אונז, און אזוי אויך די האפענונגספולע עתיד האט אויך נישט למעשה מיט אונז. מיר מוזן איבערגעבן אלעס, אבער אלעס ממש, פארן רבש"ע, און איהם לאזן פירן אונז און אלע אונזערע אנגעלעגנהייטן ברוחניות ובגשמיות, און ווי די מציאות ווייזט, און פילע פילע קענען עדות זאגן דערויף, אז ווי מער מ'גיבט אויף די (מדומה'דיגע) קאנטראל, נעמט דער באשעפער מער און מער קאנטראל און עס ווערט בס"ד לייכטער בל פרט ופרט, טעמו וראו כי טוב.

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * י"ט כסלו התשפ"ב 15:52 #278649

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28
פראגע 13) אלס איינער וואס איז שוין ב"ה גאנץ לאנג ריין, וואס האלטסטו, וויאזוי דארף מען אויפנעמען יעדע נייע מעמבער? אים לאזן קודם אליין ליינען און שמעקן וואס זיין וועג איז, אדער אפשר אים גלייך שיקן צו א געוויסטע מהלך? אדער זאל ער זיך אויסרעדן צו איינע פון די עלטערע מעמבער'ס וואס טוהן אין ריקאווארי און יענער זאל אים מייעץ זיין?

א נייע מעמבער דארף אויפגענומען ווערן ביותרת הכבוד אבער אויך מיטן חשדהו ווייל ליידער האט די עבר געוויזן אז צומאל קומען אריין פרישע מעמבערס וואס זייער כונה איז נישט אזוי הייליג וד"ל, דעריבער כאטש מ'פרובירט צו זיין זייער פריינדליך און צוגעלאזן צו נייע מעמבערס אבער מוז מען האבן ביי זיך געוויסע גדרים ביז ווי היימיש מ'ווערט די ערשטע שטיק צייט, און אודאי נישט מיטטיילן פערזענליכע אינפארמאציע און מאכן פריוואטע קאנטאקט נישט אויפן סייט וויבאלד עס קען נישט ווערן נאכגעקוקט דורך אנדערע (ליין מנהלים\אחראים) בעת הספק.
ווילאנג הייסט "די ערשטע שטיק צייט", דאס ווענדט זיך שוין ווי א חבר, איינער וואס קומט אריין מיט א פעסקייט און ער שרייבט און ענטפערט באלד, און עס איז ניכר מדבריו אז ער איז דא קאנסטראקטיוו פאר זיך און אי"ה פאר אנדערע, אזא איינער גייט אריבער די סטעידזש פון "די ערשטע שטיק צייט" גאנץ שנעל, אבער אזעלכע וואס שפאצירן ארום מיט א שטילקייט, פון אזעלכע וואלט איך נישט ערווארטעט צופיל עכ"פ ביז זיי עפענען זיך אביסל, און נישט ח"ו ווייל איך ווייס אז זיי מיינען שלעכט אבער איך קען נישט נעמען מיין לעבן און עס לייגן אויפן שטריק, קען גאר זיין אז די אידן דארפן ס"ה דאס פאר זייער ריינקייט, זיך ארום דרייען דאהי אביסל און ליינען וואס אנדערע שרייבן און נעמען זייער ריינקייט דערפון, נא צו וואס דארף איך מאכן קאנטאקט מיט זיי. איך האף עס איז קלאר.
איבער אנווייזן א וועג? ווער ווייסט דען וועלכע וועג עס וועט העלפן פאר א צווייטן? קוים וואס מ'ווייסט וואס וועט העלפן פאר זיך אליין בסייעתא דשמיא, וואס מ'קען יא טוען איז קודם מודיע זיין פאר נייע מעמבערס איבער די האנד-בוך ווס קען זיכער נישט שאטן פאר קיינעם, און דארט ווערט שוין ברייט ארומגעשמועסט איבער פילע מהלכים, און נאך א שטיק צייט ווען מ'האט שוין א שטיקל בילד איבער דעם נייעם חבר קען מען פרובירן עצה'ן די אדער יענע מהלך.

אבער איין גאר גאר וויכטיגע כלל, קיינער איז נישט משעובד צו מיין מיינונג און יענער מוז נישט אננעמען די מהלך וואס איך האב איהם ג'עצה'ט, איך טאר אנהויבן יענעם צו קאנטראלירן און איך טאר נישט פילן אפגעשוואכט פון יענעמס אייגענע פארשטאנד און זיינע רעכטן, ער האט א רעכט אליין מחליט צו זיין די וועג וואס ער וועט נעמען, איך קען איהם ס"ה מיטטיילן מיין ערפארונג און (האפענטליך) פאזאטיווע טויש וואס איז פארגעקומען ביי מיר.

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

לעצט פארראכטן: י"ט כסלו התשפ"ב 17:09 דורך שיע.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * י"ט כסלו התשפ"ב 15:52 #278650

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28
פראגע 14) וואס זאגסטו צי די 90 טעג טשארט סיסטעם? אפשר קענסטו אביסל אויסשמועסן די וויכטיגקייט דערפון?!!
אין איין ווארט, די פשוט'ע באדייט פון "חודו של מחט", ווען איינער קומט אריין אין אונזער קהילה, ער וויל אנהויבן ארבעטן זיך ארויפצוזעהן על מסילה העולה בית קל, קען עס זיין זייער זייער שווער. וואו הויבט מען אהן? וואו קערט מען זיך? וואס גייט\זאל מיר שטופן פאראויס? די אלע פראגעס און נאך קוועטשן זייער שטארק פארן ניי געקומענער. אבער ווען ער הויבט אהן ציילן די 90 טעג אויפן טשארט, גיבט איהם עס אזא שטופ צו זעהן פשוט במציאות ווי די נומערן גייען ארויף מיט יעדן פארבייגענדע טאג הויבט דאס זין עקסטאז און דאס קען איהם בס"ד געבן דעם נויטיגן שטופ אויף פאראויס.
און אזוי אויך טאמער האט איינער חלילה געהאט א פאל קען איהם די פיזישע למעשה'דיגע ציילונג צוריק ארויפשטעלן אויפן ריכטיגן וועג מיטן אויבערשטענס הילף.
למעשה אבער, ווען איינער איז שוין טיף אריין אין ריקאווערי בסייעתא דשמיא, קען עס צומאל, און איך חזר איבער: צומאל, זיין א שטער. די ריקאווערי ווערט א סארט רעיס - Race א געיעג סארט זאך, וויפיל טעג האב איך שוין און וויפיל טעג גיי איך האבן נעקסטע וואך וכו', און איך וועל מסביר זיין די פראבלעם דערפון.
עס איז ידוע אז מ'דארף איינגעוואוינען קינדער צו טוען זאכן נישט ווייל זיי גייען עפעס באקומען, יהיה מה שיהיה, אדער א שטראף פארן נישט טוען אדער א מתנה פארן יא טוען, ואל יהיו כעבדים המשמשין את הרב עמ"נ לקבל פרס (אדער פראסק…) נאר קינדער דארפן ווערן איינגעוואוינט פון קליינווייז אהן אז מ'טוט וואס מ'דארף בלויז ווייל מ'דארף און נישט וועגן סיי וועלכע אנדערע סיבה. און די סיבה דערצו איז פשוט און פארשטענדליך, ווייל דאס קינד וועט קיינמאל גארנישט טוען נאר טאמער ס'וועט זיך איהם לוינען באלדיג, טאמער וועט ער נישט זעהן קיין באלדיגע באצאלונג וועט ער זיך אפהאלטן פון טוען וואס אימער נישט קיין ווי וויכטיג עס זאל נאר זיין.
נאר וואס דען, ווען מ'דארף מעודד און מחזק זיין א קינד צו טוען א געוויסע אויפגאבע און ער טוט עס נישט כדבעי און נישט אלס שלעכטיגקייט אדער אומפאלגעדיגקייט נאר פשוט ווייל ער פארשטייט נישט פונקטליך וואס מ'וויל פון איהם איז דא א מהלך פון שוחד, דאס הייסט אונטערקויפן דאס קינד מיט א מתנה אדער טשארט וכדו', אבער לטובת דאס קינד מוז מען אויפהערן מיט די מהלך ווי נאר דאס קינד הויבט אהן פארשטיין מעצמו די וויכטיגקייט פון די זאך, ודו"ק
לענינינו, די 90 טעג טשארט סיסטעם איז אן אויסטערליש גוטע זאך בפרט פאר ניי געקומענער, ווי אויסגעשמועס אויבן, אבער ווי נאר די זאך הויבט אהן ווערן ערענסט און ריקאווערי גייט אריין בעז"ה אין ערענסטערע פאזעס, דאן קען עס זיין א שטער, עכ"פ ווי די ערפארונג האט מיר געוויזן. וכמובן יש מקום לחלק בין מעשה למעשה. איי וועט איינער פרעגן פארוואס טוה איך נאך אפדעיטן מיין טשארט טאמער איז עס מער שטער ווי הילף? דער תירוץ איז, אז עס קען זיין א הילף פאר אנדערע צו זעהן אז ס'איז דא האפענונג אויפן האריזאנט, מ'קען זייך די מערסטע נחית דרגא און גאט ב"ה קען ארויפשלעפן א מענטש אפילו פון אזא נידעריגע פלאץ.
און נאכן שוקל זיין מיין פערזענליכע שטער, און מצד שני די תועלת לרבים, האב איך איינגעזעהן אז די שטער פאר מיר איז נישט אזוי גרויס אבער די תועלת איז יא זייער גרויס, אע"כ טוה איך אפדעיטן מיין טשארט ווי אפט מעגליך. אבער פאר מיר פערזענליך פרוביר נישט צו האלטן חשבון און עפי"ר געדענק איך נישט אויסעווייניג פונקטליך וויפיל טעג איך האלט ווייל סייווי איז יעדע טאג א טאג פאר זיך אנע שייכות צום בעפאר און דערנאך, און אז הקב"ה האט א נחת רוח פון אסאך טעג צוזאמען איז עס מיין קרבן פאר איהם אבער ס'האט נישט מיט מיר קיין כי הוא זה.

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * י"ט כסלו התשפ"ב 15:53 #278651

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28
פראגע 15) די קענסט דיך אויס מיט די 12 סטעפס? (אויב יא שמועס אביסל מער אויס וואס דאס איז) וואס איז דיין מיינונג דערויף?
ב"ה איך קען זיך אויס מיט די 12 סטעפס און איך בין א שטיק צייט געווען א אקטיווע מעמבער אין די היימישע SAAPP גרופע, און כאטש בין איך נישט אקטיוו אין די גרופע מיט מיטינגס און ספאנסארשיפ, לעב איך די פראגראם יעדן טאג, און מיין לעבן פירט אויף אירע גרונד פרינציפן.
וואס דאס איז? דאס איז א וועג פון לעבן וואס פירט דעם מענטש וואס לעבט עס אויף א ליכטיגע געשמאקע גאס וואו ליכטיגקייט און האפענוג באהערשט די אטמאספער.
יעצט וואס מיין מיינונג דערויף איז, איז ממש נישט נוגע ווייל גדולים וטובים האבן שוין געזאגט זייער מיינונג דערויף, ובראשם הגה"צ הרב טווערסקי פון מילוואקי זצ"ל, ולהבלחט"א הגה"צ ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א, וואס ווי זיי זענען מסביר איז די גאנצע 12 סטעפס נישט מער ווי דברים פשוטים מאד וואס ווערן קלאר מבואר אין אונזערע הייליגע ספרים און דאס איז בעצם די אידישע וועג פון לעבן. נאר וואס זאל מען טוען אז שאור שבעיסה האט גורם געווען אז ביי אונז אידן איז דורכאויס די מיטמאכענישן פון די שרעקליך לאנגע גלות געווארן א שטארקע קטנות המוחין וואס האט אסאך אוועק גענומען פון אונזער מעגליכקייט אליין צו דערגרייכן דעם גראדן אמת, און חכמה בגוים תאמין, אז השי"ת האט צוגעפירט אז גוים האבן אויסגעשטעלט אזא פראגראם און עס לייגט זיך גראד אויף אונזער פארטעמפטע שכל זאלן מיר אידישע קינדער צוריק באקומען וואס געהער צו אונז מיום היותינו לעם סגולה.
יעצט אזוי, עס זענען דא א רייע מהלכים וויאזוי צוצוגיין צו דעם פראגראם, די באקאנסטע איז SA וואס איז בעצם די מערסט מקורות'דיג, און דאן זענען דא נאך מהלכים, די ציל איז אבער גלייך ביי אלעמען, צו ארבעטן אויף ריינקייט מיט אן ערענסקייט און פלייס און ענדגילטיג אנקומען מיטן באשעפערס הילף צו גענצליכע ריקאווערי.
אני לכשעצמי קען נאר רעדן איבער די פראגראם וויאזוי איך קען עס, און דאס איז די היימישע חבורה SAAPP, וואס ארבעט די PP און Back To Basics מהלך, שאין כאן מקומו מאריך צו זיין אין דקות'דיגע חילוקים, 
כמובן דארף יעדער טוען וואס וועט פאר איהם ארבעטן, און עפעס וואס האט געארבעט פאר מיר מוז נישט זיין אז עס וועט ארבעטן פאר דיר וכן להיפך, איך קען מרחיב בדיבור זיין טאמער וועט איינער וועלן, אבער מיט א תנאי קודם אז עס זאל נישט ווערן קיין מצב פון 'לקנתר' ווייל דאן לא הועילו חכמים כלום בתקנתם.
אייגענטליך איז א מחלוקה און א פרואוו צו איבערצייגן א צווייטן אין מיין וועג דייקא, א קלארע בראך אין די סאמע יסודות'דיגע תקנות פון די 12 סטעפס, דאס איז טראדיציע 11 אז אונזער מהלך איז צוציען און נישט איבערצייגן, אע"כ וועל איך דא שטיין בלייבן.

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

לעצט פארראכטן: י"ט כסלו התשפ"ב 17:58 דורך שיע.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * י"ט כסלו התשפ"ב 15:54 #278652

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28
פראגע 16) א טרעד אדער נושא וואס האט לויט דיר נישט באקומען די ריכטיגע אנערקענונג?
נישט עפעס ספעציפיש והכל תלוי במזל, צומאל קען מען מיינען אז איך פרעג אן אומשולדיג פראגעלע אדער א קליינע באמערקונג און למעשה ווערט דערפון א לענגס און א ברייטס און צומאל מיינט מען א מ'קומט מיט א באמבע און למעשה איז די אפרוף גאר שוואך.

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * י"ט כסלו התשפ"ב 15:55 #278653

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28
פראגע 17) אלטע חברים דא נאך וועם די בענקסט זיך שטארק?
ס'דא גענוג, אבער טאמער איז די סיבה פארוואס די אלטע חבר איז שוין נישט בנמצא ווייל ער איז ארויף א שטאפל און ריקאווערי אדער ער נעמט אן אנדערע מהלך וואס ארבעט בעסער פאר איהם דאן זאל איהם וואויל באקומען און ער זאל שטארק מצליח זיין, מיין בעקשאפט צו איהם איז סעלפיש און דאס טאר נישט אפעקטירן זיין ריקאווערי.
צו וועם איך בענק יא און איך קוק ארויס יעדן טאג אויף זייער צוריקקער, זענען אזעלכע חבירים וואס זענען נאכנישט אנגעקומען צו ריקאווערי און די שאור שבעיסה האלט זיי אפ, צו בענק איך איך איך זאג זיי די פסוק "קול דודי דופק פתחי לי" איך ווייס ענקער תירוץ "פשטתי את כתנתי איככה אלבשנה רחצתי את רגלי איככה אטנפם", ביזט באקוועם און דיין מצב אדער האסטו זיך שוין מייאש געווען און דעריבער לעבסטו אין דענייעל, אבער קום נאר צוריק דו האסט שוין געפענט דעם פתח קטן כחודו של מחט און יעצט איז שוין "דודי שלח ידו מן החור", און דו זיי מקיים די המשך "קמתי אני לפתוח לדודי וכו' פתחתי אני לדודי" וועסט זעהן אז סוף הכבוד לבוא און יבא היום ווען עס וועט מקוים ווערן דעם"שמאלו תחת ראשי וימינו תחבקני".

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * י"ט כסלו התשפ"ב 15:55 #278654

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28
פראגע 18) פאר איך לאז דיר גיין, א ווארט פאר אונזער ליינער.
א ווארט? דוכט זיך אז איך האב געזאגט אויבן גאנץ אפאר ווערטער…
נאר א קלייניקייט אז איך האב שוין דעם שופר אין האנט, ווען נישט הד"א וואו וואלט איך געווען היינט? "היט דיינע אויגן איז די וויכטיגסטע הצלה ארגענעזאציע ברוחניות ובגשמיות כהיום, אונז זענען אלע די הצלה מעמבערס, יא! איינמאל די ביזט געווען א פאציענט און ביזט אנגעקומען אין די ארגענעזאציע ווערסטו אטאמאטיש א מעמבער צו ראטעווען אנדערע, טוה וואס דו קענסט אויסצופירן דיין שליחות בנאמנה וישלם ה' פעלך שלם.
און די גרעסטע כלל וואס מוז שטענדיג געהאלטן ווערן פאר די אויגן, ווילאנג איך האלט מיין הארץ און מח אפען צו דער ריקאווערי וועג און איך בין גרייט צו טוען וואס אימער צו זיין הייליג און ריין דאן וועל איך מצליח זיין בעז"ה, ס'קען זיך מאכן שווערע צייטן און מ'קען אפי' צומאל פאלן אבער נאר זיך נישט מייאש זיין און שטענדיג ארויסקוקן אויף א בעסערע עתיד.
און צו לעצט וועל איך ענדיגן מיט א שטיקעלע שיחות הר"ן אות מ"ח וואס ברענגט אראפ ווי רבי נחמן מ'ברעסלאוו זצ"ל האט פארציילט וז"ל: סיפר הרבה מענין גודל היראה והקדושה שהיה לו בילדותו שהיה זריז וקדוש מאד. ואמר שהיה מתחיל כמה פעמים ביום אחד, היינו שהיה מתחיל להיות איש כשר שמעתה יעבוד את השם יתברך ואחר כך באותו היום עצמו נפל מזה ונפל לתאות אכילה וכיוצא וחזר והתחיל באותו היום פעם אחר שמאותו השעה יהיה איש כשר וכו' ונפל וחזר והתחיל מחדש וכן היה כמה פעמים ביום אחד. וכבר שמענו ממנו כמה פעמים שהיה לו כמה התחלות שבכל פעם התחיל מחדש לעבוד את ה'.
אידיש: רבי נחמן האט פיל פארציילט איבער זיין יראה און קדושה פון זיינע אינגע יארן און ער האט געזאגט אז ער האט אנגעהויבן אסאך מאל אין איין טאג, דאס הייסט אז ער האט אנגעהויבן זיין אן ערליכע איד אז פון יעצט וועט ער אנהויבן דינען דעם אויבערשטען אבער דערנאן איז ער געפאלן פון דעם נאך אינעם זעלבן טאג אבער ער האט ווידער אנגעפאנגן נאך אין די זעלבע טאג נאכאמאל זיין אן ערליכע איד אז פון יעצט וועט ער שוין טוען וואס עס דארף צו זיין, שפעטער איז ער ווידער געפאלן און זיך ווידער גענומען מיט א פרישקייט וחוזר חלילה.
היוצא לנו פון די ווערטער די מורא'דיגע זאך אז די גרויסער צדיק רבי נחמן זצ"ל האט געוואוסט די גאר וויכטיגע יסוד אז מ'מוז אלעמאל לעבן מיטן פנים אויף פאראויס און זיין גרייט אנצוהייבן פונדאסניי אפילו אסאך מאל אין די זעלבע טאג, און נאך א שטערעקערע חיזוק איז ווען מ'זעהט וויאזוי רבי נחמן זצ"ל רופט אהן די עבודה; "גודל היראה והקדושה" און "היה זריז וקדוש מאד".
וממנו נקח לעבוד את ה'.

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * י"ט כסלו התשפ"ב 15:57 #278655

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28
אקעי די גאנצער שמועס איז ארויף!!

מיר ווילן דא אויסדריקן בשם דער גאנצער עולם א גרויסער דאנק פאר אינזער חשובער חבר הרב שלום אהלך פארן אוועק געבן פון זיין צייט, אין אינז געבן דעם אנהאלטסרייכער אינטערוויא!!
אזוי אויך פאר אונזער חבר נישט שפעט פאר זיין גאר שווערע ארבעט אז עס זאל ארויסקומען א דבר שלום. ישלם השם שכרו.
ליינט עס שטייט מיט ישוב הדעת, ס'איז מלא תוכן!!

ליינט, שרייבט'ס, אין האט הנאה!!

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * י"ט כסלו התשפ"ב 17:01 #278659

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 102 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 193
  • האט שוין געלייקט: 421 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל
  • קאָרמא: 10

הדיוט קופץ בראש......
אבער איינער מידאך זיין די ערשטער ניין??

א ריזיגע דאנק פאר הרה''צ שלום אהלך פאר אוועקגעבן פון דיין צייט אונז צו געבן די רייכע אינטערוויו, פון וואס מ'קען ארויסנעמען א ים הגדול ממש....  זייער זייער שטארק הנאה געהאט, מ'גיימיר עס אי''ה איבערליינען נאך אפאר מאל....

און אודאי נישט פארגעסן פון די וואס מאכן עס געשען, ה''ה די צדיק 'שיע' און הצדיק 'נישט שפעט', ישלם ה' פעלם!

פאר ווער ס'איז נייגעריג, כ'האב מורא'דיג שטארק הנאה געהאט פון די ענפערס אויף פראגע 10, און 12. וויאזוי ענדיגט ער דארט צו?
טעמו וראו כי טוב...

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * י"ט כסלו התשפ"ב 22:43 #278670

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

איך בין געפלעפט... מלא תוכן, דיבורים יוצאים מהלב. ס’איז דא דא אזוי סאך אינפארמעישען, עצות און הדרכות. גאר געשמאק געשריבן ווי נאר שלום קען.
איך האב אסאך שאלות צו פרעגן אבער איך דארף מיר מסדא זיין מיינע געדאנקען. 
שכוח פאר יעדער איינער וואס האט ארויסגעהאלפן די אינטערוויו זאזאל ארויסקומען מכוח אל הפועל!

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * כ' כסלו התשפ"ב 09:27 #278673

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28
WOW
נישט דא קיין ווערטער אויף די מוירעדיג אינטערוויא...
מיט אזא רייכען אין ארגענלין שפראך ארויס גלייך פונעם זאפטיגן פעדער פון אונזער אלעמען באקאנטען שלום אהלך וואס האט איבערגעגעבן זיין עקספיריענס.. 
אבער לאמער צי ענדיגן מיט א יישר כח פאר ידידנו נישט שפעט וואס האט געמאכט זיכער די אינטערוויא  זאל זיין געשמאק זאל דיר גאט באגיסן מיט אלע ברכות,
ואחרון חביב פאר מיין  פריינד שלום פארן אראפ ציפען פון דיין טייער צייט צי ענפערען מיט אזא זאפט אלע פראגעס אז עס זאל קענען העלפן אונז חברים דא אויפן סייט. 
שכח! שכח! שכח! 

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * כ' כסלו התשפ"ב 12:52 #278682

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 1072 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2546 מאל
  • קאָרמא: 43

ס'האט מיר גענומען דריי גלעזער קאווע...
גלייך פארשטאנען אז דא גייט קומען פיינע געשמאקע סחורה, מיט שלום'ס באקאנטע זאפטיגע זיסע שפראך, מלא וגדוש מיט חכמת חיים און דעה ישרה! באגאסן מיט זאלץ און פעפער, שמאלץ און געפרעגלטע צוויבל!
אזויפיל שטארקע נקודות קען מען ארויס נעמען, להפליא!!

שלום דיין זכות איז גאר גרויס, ממש א מזכה את הרבים!
אסאך אסאך זכויות.
העמער עס נאך איבער ליינען בעיון

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

לעצט פארראכטן: כ' כסלו התשפ"ב 12:53 דורך נישט שפעט.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * כ' כסלו התשפ"ב 15:59 #278696

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 290
  • האט שוין געלייקט: 628 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל
  • קאָרמא: 5

במקום שאין מילים וועט מען בלית ברירה מוזן בארגן דעם ארעמען ווארט WOW!

באמת א מייסטערווערק פון אן אינטערוויו, סיי די זאפטיגע לשון לימודים, און סיי די געוואלדיגע קלארקייט און תוכן ווי יעדע תשובה איז א מוסר והשקפה ספר'ל בפני עצמו, סיי די געשריבענע ווערטער, און סיי די אומגעשריבענע במקום שאמרו לקצר, ממש הפלא ופלא!

ס'איז דא אסאך צו לערנען, דערווייל האב איך זיך בלויז פארגעקוקט דעם שיעור. א גרויסן דאנק פאר'ן שרייבער, אגב, דער אינטערוויו האט ביי מיר גענומען נאך לענגער צו ליינען ווייל כ'האב אויך מבליע געווען דאס דורכליינען דעם 'שלום אהליך רייזע' וואס האט מיך זייער באנומען, אבער ס'האט מיר געגעבן לעבעדיג דעם ביפאר ענד עפטער פון דעם אינהאלטסרייכער געשיכטע, וואס ליינט זיך ממש אומגלויבליך.

ישלם ד' פעלם פאר חברינו היקר הרב שיע, ואתו עמו הרב נישט שפעט ולכל המסייעים לדבר מצוה, די ארבעט וואס ווערט אריינגעלייגט שפירט זיך שטארק אויפן פראדוקט וואס עטץ דעליווערטס. חזקו ואמצו אנצוגיין מיט די געוואלדיגע פעולות להרבות טהרה בישראל כאוות נפשכם הטוב.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * כ' כסלו התשפ"ב 18:08 #278703

  • WillKeepHoping
  • איצטיגע שטרעקע: 207 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 194
  • האט שוין געלייקט: 261 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל
  • קאָרמא: 9

הערליך הערליך. 

ס'האט מיר זייער באנומען די פאקט אז נאכן אנקומען דא, האט נאך גענומען עטליכע יאר דו זאלסט זוכה זיין צו רעקאווערי, דאס ווייזט קלאר אז דער הייליגער באשעפער איז דער וואס מאכט אפ פאר יעדן ווען זיין צייט איז, און דאס איז א שטארקע חיזוק פאר יעדן נישט צו אויפהערן כסדר מתפלל זיין. 

א גרויסן יישר כח הרב שלום, שיעלע, און נישט שפעט. 

א געוואלדיגע ארבעט. 

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * כ' כסלו התשפ"ב 21:04 #278710

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 252 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 545
  • האט שוין געלייקט: 848 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
  • קאָרמא: 10

יישר כח יישר כח, ר' שלום שליט"א
הערליך הערליך.
זייער רייך און געשמאק צו ליינען, מיט אסאך קלארע אינפארמעשן
יישר כח ידידי

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * כ"א כסלו התשפ"ב 00:32 #278728

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

חברה לאזט הערן ענקער פידבעק... אונז וויל מיר האבן נאך אינטערוויאס דא אויף הדא

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * כ"א כסלו התשפ"ב 18:49 #278761

  • i want
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 262
  • האט שוין געלייקט: 304 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 367 מאל
  • קאָרמא: 3

געלוינט צי ווארטן . . . הערליך שיין. 

דער שלום ענטפערט צי דער זאך מיט זיין רייכער תוכנדיגער שפראך (ווי אייביג) . . . 

אין שיע ווי נעמט מען די ווערטער . . . וויפיל די טוט נאר פאר דעם פלאץ . . . (איך ווייס נישט ווי ער האט אזויפיל צייט אין טאג . . .  זיין טאג איז זיכער לענגער ווי מיינער . . . )

אין שטייטצעך א דאנק פאר ידידי הצדיק נישט שפעט פאר אלעס וואס די טוסט נאר פארן כלל ופרט. 

נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * כ"א כסלו התשפ"ב 20:41 #278763

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 102 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 193
  • האט שוין געלייקט: 421 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל
  • קאָרמא: 10

איי וואנט, האסט פארגעסן צוצולייגן......
יישר כח ''איי וואנט'' פארן אריינטשעקן! 

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * כ"א כסלו התשפ"ב 23:39 #278766

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19
i want געשריבן on כ"א כסלו התשפ"ב 18:49:

געלוינט צי ווארטן . . . הערליך שיין. 

דער שלום ענטפערט צי דער זאך מיט זיין רייכער תוכנדיגער שפראך (ווי אייביג) . . . 

אין שיע ווי נעמט מען די ווערטער . . . וויפיל די טוט נאר פאר דעם פלאץ . . . (איך ווייס נישט ווי ער האט אזויפיל צייט אין טאג . . .  זיין טאג איז זיכער לענגער ווי מיינער . . . )

אין שטייטצעך א דאנק פאר ידידי הצדיק נישט שפעט פאר אלעס וואס די טוסט נאר פארן כלל ופרט.


הייסט דו לעבסט נאך יא! איך בענק זיך נאך דיר 
I want you back with us

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * כ"ב כסלו התשפ"ב 11:19 #278772

  • i want
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 262
  • האט שוין געלייקט: 304 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 367 מאל
  • קאָרמא: 3

יא ב"ה אז איך לעב . . . איך פראביר זיך צי האלטן פארבינדן . . . סאיז נאר אז אין מיין יעצטיגער טאג טעגליכער סדר היום איז מיך שווער אריינציסיינען אין בכלל שרייבן . . .

יא איך פלעג אמאל האבן מער ליידיג צייט אין דאס איז געווען פאר מיר סם . . . ואכמ"ל (די איינציגסטער גוטער זאך וואס סאיז ארויסגעקומען דערפין איז געווען אז זיכענדיג זיך צי האלטן פארנימען האב איך אנגעהויבן מיט די אינטערוויא"ס . . . )

אבער איך פראביר ארויפציקומען פין צייט צי צייט צי ליינען אין זיך מחזק זיין. 

נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * כ"ג כסלו התשפ"ב 13:14 #278779

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 1072 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2546 מאל
  • קאָרמא: 43

טאקע נישט שיין אז מ'האט פארגעסן מזכיר זיין לטובה אונזער טייערע ליכטיגע חבר הרב i want שליט"א, וואס הוא הגבר איז געווען דער וואס איז ארויף געקומען מיט די גאנצע געדאנק פון די אינטערוויא'ס און אריין געלייגט א געוואלד קאפ און מוח כדי ס'זאל ארויס קומען א דבר נאה ומתקבל.

טייערע חבר, האסט גרויסע זכותים לעד ולנצח נצחים, און דאס וועט דיר זיכער ביישטיין זאלסט זיך קענען האלטן בעז"ה ריין או ניכטער, און זעהן אסאך הצלחה און סייעתא דשמיא אין אלע דיינע מעשים.

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * כ"ד כסלו התשפ"ב 13:58 #278805

  • חיים גליק
  • איצטיגע שטרעקע: 89 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 580 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 387 מאל
  • קאָרמא: 15
געשמאק און באלערנד
זייער שיין
כה לחי

הוא הוא הוא, שומר עלינו, הוא הוא הוא, אוהב אותנו
הוא הוא הוא, אבא של כולם.

במלחמות, שומר עלינו, בנסתרות, גם שם איתנו
אבא שלי, הוא מלך העולם.

Father, Father, Father, to You we sing and pray,
You never never never never never turn away,
שוב ושוב אתה סולח, רק אליך עוד בורח
טאטע, אוי טאטע.

ענטפער: אינטערוויא #6 - מיט שלום אהלך * כ"ד כסלו התשפ"ב 16:23 #278808

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 405 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1093
  • האט שוין געלייקט: 4670 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1759 מאל
  • קאָרמא: 25

ייישר כח הרב שלום אהלך,

wow! Wow!

יעדעס ווארט איז געוואלדיג. 

יישר כח שוע מיט אלעאלע וואס לייגן אריין כוחות. 

דרך אגב, עס איז גוט צו הערן פון כבוד ידידי עד כאן 

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 2.07 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא