א נייער אידישער 12-סטעפ קאנפערענץ קאל!

א נייער אידישער 12-סטעפ קאנפערענץ קאל!

יעדע זונטאג נאכט 8:45 (מיום א' פרשת ויחי ח' טבת תשע"ט)

אויב ביסטו אינטערעסירט, ביטע זיך פארבינדן מיט 'משה' דורך moisheone@gmail.com

משה איז ריין אין SA פאר מער ווי פינף יאר. ער וועט דורכגיין דעם 12-סטעפ פראגראם צוזאמען מיט דער גרופע, און ער וועט ניצן זיין נסיון החיים, און עס איבערגעבן אין אן אופן, אז דו וועסט עס קענען ניצן אויף דיין אייגענעם וועג.

אויף דעם קאל וועט מען:

  • קענען פארזיכערטעהייט ארויסברענגען אלע שאלות בנוגע עדיקשאן, 12-סטעפ פראגראם, פרייהייט פון זיין אן עבד כנעני צו דעם, און ריקאווערי, און עס איבערשמועסן אן קיין בושה.
  • אויסגעפונען אויב מען איז אן עדיקט אדער סתם א שלעכטע געוואוינהייט וואס דארף א פארבעסערונג.
  • זיך פילן באקוועם צו זיך קוקן אין פנים אריין, און זען דעם גאנצן אמת וועגן זיך און וואס קען געטון ווערן וועגן דעם.
  • לערנען וואס מיינט אמת'ע פרייהייט פון די עבדות וואס די תאוה ברענגט אונז, און וויאזוי מען קען דאס באקומען.

עס איז א געלעגנהייט וואס איר ווילט נישט פארפאסן!

דער נומער מיט דעם קאוד צו דעם קאל, וועט מען נאר געבן פאר דיע וואס וועלן ווערן געסקרינט דורך משה. דאס ערמעגליכט פאר יעדן צו האבן א פארזיכערט ארט וואו מען קען זיין אפן און אמת'דיג מיט זיך און מיט אנדערע וואס מען ווייסט אז יעדער איז געווארן געסקרינט.

אויב ביסטו אינטערעסירט צו זיין א חלק פון דעם קאל, און דו ווילסט וויסן אויב עס איז פאר דיר, דעמאלס פארבינדט זיך מיט 'משה' דירעקט דורך moisheone@gmail.com.

מען קען זיך אויך פארבינדן מיט דער הנהלה דורך שיקן אן אימעיל צו די מנהל 'לוי' צו gabbai@guardyoureyes.org.

מיר טוען קלארשטעלן אז דער קאנפערעץ-קאל פון משה האט נישט קיין שייכות מיט SA און איז נישט א טייל פון דעם פראגראם.