12-סטעפ קאנפערענץ קאל - פרישער מחזור!

12-סטעפ קאנפערענץ קאל - פרישער מחזור!

מיט פרייד טוען מיר מעלדן אז נאכן דורכגיין דעם ערשטן מחזור פונעם

12-סטעפס קאנפערענץ-קאל

וואס איז בס"ד אנגעגאנגען דעם פארלאפענעם ווינטער מיט גרויס הצלחה,

וועט זיך אי"ה

קומענדיגן זונטאג קדושים, ולמספרם May 5 8:45 אוונט

אנהייבן א נייער מחזור וואס וועט אנגיין אי"ה יעדן זונטאג אוונט אין די צייט.

דער קאל וועט ווייטער אנגעפירט ווערן דורך משה וועלכער איז ריין אין SA פאר איבער פינף יאר, און ער וועט אדורכגיין אינאיינעם מיט די גרופע דעם 12-סטעפס פראגראם, ניצנדיג זיין אייגענעם נסיון החיים און עקספעריענס, און עס איבערגעבן אויף אן אופן, אז דו וועסט עס קענען ניצן אויף דיין אייגענעם וועג בס"ד.

אזוי אויך וועט מען אויף דעם קאל קענען:

  • פארזיכערטערהייט ארויסברענגען אלע שאלות בנוגע עדיקשאן, 12-סטעפס פראגראם, פרייהייט פון זיין אן עבד כנעני צו די תאוה, און איבער ריקאווערי, און עס איבערשמועסן אן קיין בושה.
  • אויסגעפינען אויב מען איז אן עדיקט אדער סתם א שלעכטע געוואוינהייט וואס דארף א פארבעסערונג. זיך פילן באקוועם צו זיך קוקן אין פנים אריין, און זען דעם גאנצן אמת וועגן זיך און וואס קען געטון ווערן וועגן דעם.
  • לערנען וואס מיינט אמת'ע פרייהייט פון די עבדות וואס די תאוה ברענגט אונז, און וויאזוי מען קען דאס באקומען. עס איז א געלעגנהייט וואס דו ווילסט נישט פארפאסן!

דער טעלעפאן-נומער מיט דעם קאוד צו דעם קאל, וועט מען נאר געבן פאר די וואס וועלן געסקרינט ווערן דורך משה. דאס וועט ערמעגליכן פאר יעדן אינעם קאל זיך צו שפירן פארזיכערט, צו קענען זיין אפן און אמת'דיג מיט זיך און מיט אנדערע, וויסנדיג אז יעדער אויפן קאל איז געווארן געסקרינט און איז דא פארן זעלבן ציל.

אויב ביסטו אינטערעסירט צו זיין א חלק פון דעם קאל, אזוי אויך אויב דו ווילסט דורכרעדן צי עס איז פאר דיר, דאן פארבינד דיך מיט 'משה' דירעקט דורך דעם פאלגנדן אימעיל moisheone@gmail.com

נ.ב. דער קאנפערעץ-קאל איז נישט דירעקט פארבינדן מיט'ן SA פראגראם.