אויסנוצן די אויל אויף די ריכטיגע ציל
א "לייכט-טורעם" איז א נאמען פון א זאך וואס איז א צוזאמשטעל פון צוויי זאכן: "לייכט" און "טורעם". די צוויי ווערטער דריקן למעשה אויס זייער א ספעציעלע מיסיע - א טורעם וואס ווארפט א ליכטיגקייט כדי צו פירן שיפן אינעם שטורעמישן ים. די היסטאריע פון 'לייכט-טורעמס' איז כמעט אזוי אלט ווי די היסטאריע פון שיף-רייזנדע. די רייזנדע האבן געקעמפט קעגן די שווערע כוואליעס, דער נעפל און די פעלזן וואס זענען באהאלטן אין די וואסערן.
און אין די פינסטער, ווען די סכנה איז פילפאכיג גרעסער, איז די ליכטיגקייט פונעם לייכט-טורעם געווען ווי א שיינענדיגער שטערן אויפ'ן טונקעלן האריזאנט, וועלכעס האט געוויזן פאר די העלדישע שיפס קאפיטאנען זיך נישט צו דערנענטערן צום בארטן וואס דארט געפונען זיך די גרויסע פעלזן-שטיינער וועלכע קענען צושמעטערן זייערע שיפן.
אין איינס פון די גרויסע לייכט טורעמס וועלכע זענען געשטאנען ביים פראנצויזישן ים בארטן, איז געשטארבן דער אלטער וועכטער, דער וואס איז געווען געשטעלט אנצוצינדן יעדע נאכט דעם גרויסן 'פאקל' אויפ'ן שפיץ פונעם טורעם. א פרישער מענטש, זייער א גוטהארציגער, איז אויפגענומען געווארן אויף זיין פלאץ. מען האט אים געגעבן א גרויסן פאס מיט אויל, עס זאל זיין גענוג פאר לאנגע חדשים צו באלייכטן דעם הימל אין דער פינסטערער נאכט.
איין נאכט, האט א מענטש וועלכער האט געוואוינט בשכינות צו דעם טורעם, געדארפט אביסל פון דעם טייערן ארטיקל צו קענען באלייכטן זיין כאטקע, און דער נייער וועכטער האט אים מיט זיין גוט הארץ געגעבן אביסעלע אויל. אן אנדערע נאכט האט אן ארעמער דורכגייער זיך געבעטן ביי אים ער זאל אים געבן אביסל אויל צו קענען צוריק אנצינדן זיין לעמפל און ווייטער גיין זיין וועג. דער גוטער וועכטער האט אים אויך געגעבן, און ווען אינמיטן די קומענדיגע נאכט האט זיך דער שומר אויפגעוועקט פון קלאפן אויף זיין טיר - אן ארעמע אלמנה איז געשטאנען ביים טיר ציטערנדיג פאר קעלט און געבעטן אביסל אויל זי זאל קענען אנצינדן איר אייוועלע עטוואס צו דערווארעמען און פיטערן איר געזינדל - האט ער ווייטער גערן מסכים געווען צו ערפילן איר געבעט.
זייער שנעל איז אויסגעגאנגען דאס גאנצע אויל וואס איז געווען אין זיין באזיץ, און דער פאקל פונעם לייכט-טורעם האט זיך אויסגעלאשן. אסאך שיפן האבן זיך אנגעקלאפט אין די שארפע פעלזן, צושפלעטערט געווארן אויף פיצלעך, און פילע אומשולדיגע רייזנדע האבן נעבעך פארלוירן זייערע לעבנס.
מען האט געשטעלט דעם וועכטער צום געריכט, אויף די הארבע קלאגע פון דעם מארד פון הונדערטער מענטשן, אומשולדיג פון יעדע זינד. ער האט אויפגעטרעטן פאר זיין פארטיידיגונג וויינענדיג פאר'ן ריכטער אויף זיין אומשולד, זאגנדיג: איך האב זיך בלויז דערבארעמט אויף ארעמע מענטשן און וועגן דעם איז די אויל אויסגעגאנגען.
אבער דער ריכטער האט זיך בכלל נישט גערעכנט מיט זיינע טרערן און צו די כלומר'שטע 'חסדים' וואס ער האט געטון מיט די אויל, זאגנדיג: דאס איז נישט געווען קיין 'חסד', נאר "מארד"! ווי אויך האסטו אויסגעגעבן רעגירונג פארמעגן אויף אנדערע צוועקן, און דאס ווערט פאררעכנט אלס "רויב"!... און ער האט אים פאראורטיילט אויף לעבנסלענגליכע טורמע מיט צוואנגס ארבייט!
***
די דאזיגע דערציילונג, איז די לעבנס געשיכטע פון יעדן איינעם פון אונז. יעדער איינער איז אראפגעשיקט געווארן אויף דער וועלט כדי צו באלייכטן זיין נשמה! כדי צו באלייכטן די וועלט! יעדעס ביסל צייט אדער כח וואס איז נישט אויסגענוצט געווארן כדי צו באלייכטן דעם פייערל פון זיין נשמה, איז אן אומפארגעבליכער זינד, עס איז א מארד פון זיין רוחניות'דיגע גרויסקייט! א שענדליכער מארד פון זיין אייגענעם פאטענציאל!
דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן קומען נישט אן צו רוחניות'דיגע דערגרייכונגען, ווייל זיי געבן אויס די לעבנס-אויל פאר אלע מינע זייטיגע צוועקן, ביז מען טרעפט זיך אז פאר די ערנסטע אמת'דיגע מטרה פון דעם לעבן – וואס דאס איז צו טון דעם רצון השם, צו קענען די תורה און איר מקיים זיין, פארדעם בלייבט שוין נישט איבער גענוג אויל.
* * *
מיט אט די דאזיגע דערציילונג, הייבט זיך אן דער וואונדערליכער ספר "48 דרכים לחכמה" פון מורינו ורבינו הגה"צ ר' נח וויינבערג זצ"ל, ראש ישיבה פון 'אש התורה'. דער מוסר השכל דערפון איז גענוג פאר זיך, אבער איך איך בעט אייך טייערע חברים: לאמיר נעמען די טייערע אויל, די חיזוק-פערל ווערטער וואס דער באשעפער שיקט אונז צו, און דאס ניצן אויף די ריכטיגע מטרה! לאמיר דאס ניצן צו באלייכטן אונזער הארץ און וועג! לאמיר דאס אריינלייגן אין אונזער געדאנקען-גאנג און טאג-טעגליכע לעבנס-שטייגער און נסיונות, אזוי וועלן מיר זיי אויסנוצן אויפ'ן בעסטן און וויכטיגסטן צוועק.
פארגעסט נישט אויף וואס צו ניצן דעם לעבנ'ס אויל, די טייערע צייט...
(קרעדיט: סערענטשער רב)