ערשטע מאל דא?

שלום עליכם און ברוך הבא צו היט דיינע אויגן,

אויב דו ביסט אנגעקומען דא אהער, זעהט אויס אז דו זוכסט הילף פאר דעם פראבלעם פון שמירת עיניים. אפגעזעהן צו דו זוכסט די הילף פאר דיר אליינס, פאר א חבר וועמען דו קענסט, פאר פאמיליע מיטגליד צו פאר סיי ווועמען אנדערש, ביסטו אנגעקומען צו דעם ריכטיגן פלאץ.

צו היט דיינע אויגן קומען אן מענטשן פון יעדן סארט און אין יעדן עלטער. בחורים און פארהייראטע, כולל אינגעלייט און ארבייטער, בני תורה און פראפעסיאנאלן, חסידים פון יעדן חצר און גאר א ברייטער ציבור וואס ווענדט זיך צו אונז. אלע קומען אהער צוליב א פראבלעם מיט שמירת עיניים, אבער עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז כשם שאין פרצופיהן שוות, אזוי אויך זענען זייערע פראבלעמען, און דער לעוועל פון די פראבלעמען, נישט אייניג.עס זענען דא אזעלכע וואס דארפן נאר אביסל חיזוק מיט שמירת עיניים, אנדערע דארפן הילף מיטן פילטערן און פארשפארן זייער קאמפיוטער כדי זיך נישט אראפצוקוילערן נאך טיפער, און אנדערע ווידער געפונען זיך שוין אין א מצב פון אדיקשאן און זיי דארפן האבן אן ערהוילונגס פראגראם. פאר אלע אויבנדערמאנטע האבן מיר אן ענטפער.

נאטורליך, וויבאלד אז דער פראבלעם איז פילפארביג און פארשידענארטיג, זענען די ענטפערס און די טולס וואס מיר שטעלן צו, אויך פילפארביג און פארשידענארטיג, און כדי אז דו זאלסט בעסער פארשטיין וואס איז מער צוגעפאסט פאר דיר, איז ראטזאם אז דו זאלסט אפלייענען דעם פאלגענדען איבערבליק, וואס וועט אונז העלפן אנהייבן דעם פראצעדור. עס איז וויכטיג צו באטאנען אז זייער נארמאל פאר נייע באנוצער נישט צו וויסן וואס איז טאקע ריכטיג און צוגעפאסט פאר זיי, און עס פעלט זיך אויס פאר זיי א שטיקל צייט פון אויספרובירן פארשידענע כלים ביז זיי טרעפן דעם ריכטיגן וועג און צוגאנג וואס ארבעט פאר זיי. האב נישט מורא בודק צו זיין, אויספרובירן, פרעגן און אויספארשן, און מיר דארפן אייך אפילו נישט זאגן אז איר קענט זיך אלעמאל פארבונדן מיט אונז אין אימעיל און מיר וועלן זיך פרייען דיר צו העלפן מיט אונזער ערפארונג.

א. דער חיזוק האנטבוך

דאס איז די בעסטע פלאץ אנצוהייבן. דער האנטבוך פארמאגט אן אויסוואל פון כלים וועלכע זענען אויסגעשטעלט אויף אן אופן פון די גרינגערע צו די שווערערע, און אלע פון די זענען זאכן וועלכע יעדער קען דורכפירן. עס איז כדאי אנצוהייבן פון דעם ערשטן כלי און זיך רוקן פאראויס לויט דעם געברויך. זעלבסטפארשטענדליך אז אויב עס פעלט אויס זאל מען זיך באנוצן מיט עטליכע כלים אויפאמאל אויף צו באקומען די בעסטע תוצאות.

אריינצוגיין צו דעם האנטבוך דרוקט דא

ב. דער אדיקשאן האנטבוך

אויב זענען די כלים אין דעם חיזוק האנטבוך נישט געווען אפעקטיוו, זעהט אויס אז עס פעלט דיר אויס מער פון דעם. אין דעם דאזיגן טייל פון דעם האנטבוך וועסטו געפונען אינפארמאציע וואס וועט זיך העלפן באשליסן צו דו ביסט אן עדיקט, און אויב יא, וועסטו דא געפונען אינפארמאציע איבער צוועלעף סטעפ פראגראמען, און אזוי אויך מעגליכקייטן פון זיך פארבונדן מיט פראפעסיאנאלן און אנדערע מעגליכקייטן זיך צו ערהוילן.

אריינצוגיין צו דעם האנטבוך, דרוקט דא

ג. דער ניינציג טאג רייזע

אפטמאל פעלט זיך פשוט אויס פאר אונז צו האבן פאר זיך א קלארן ציהל, צוזאמען מיט אביסל מאטיוואציע וואס וועט אונז העלפן אנקומען צו אונזער ציהל און אויספירן אונזער צוזאג צו זיך אליינס. און טאקע פאר דעם איז געמאכט געווארן דער ניינציג טאג רייזע. אין דעם טשארט קען מען זעהן דעם טעגליכן פארשריט, מען באקומט 'ווירטואלע' מעדאלן פאר די פארשריט, און בעיקר, באקומען אסאך הילף, שטיצע, און אפילו א גוטן שטופ אויף מצליח צו זיין.

אריינצוגיין צו דעם ניינציג טאג רייזע דרוקט דא

ד. דער פארום

אט דא איז דער גוטער פלאץ צו באקומען הילף פון מענטשן וועלכע פארמעסטן זיך פונקטליך מיט די זעלבע זאך מיט וואס דו פארמעסט זיך, צו הערן פון זיי וואס ארבעט פאר זיי, וויאזוי זיי באנוצן זיך מיט די כלים פון דעם סייט און וואס זיי טוען אין שווערע מינוטן. כאן קענסטו זיך שרייבן מיט אנדערע און בלייבן גענצליך אנאנים, און נאך אלץ באקומען עכטע שטיצע פון עכטע מענטשן.

אריינצוגיין צו דעם פארום דרוקט דא