הילף זיך צו פארמעסטן און חיזוק

הקדמה

מיר קענען גוט די דאזיגע געפיהלן. מיר זענען אויך דארט געווען – ביז מיר זענען אנגעקומען צו "היט דיינע אויגן". דא האבן מיר זיך אויסגעלערנט אז עס זענען פארהאן וועגן זיך צו פארמעסטן מיט די תאוה

די ערשטע כלי: אויפשטעלן גדרים

א צוים איז געמאכט געווארן אונז אפצוהיטן פון פאלן דארט ווי מיר אליינס ווילן נישט. אבער עס קען אונז נישט אפהאלטן ווען מיר קריכן איר איבער

די צווייטע כלי: די רייזע צו ניינציג טעג

חז"ל זאגן (און דער מציאות ווייזט אזוי) אז טוישן א הנהגה פאר 90 טעג, טוישט אונזער מח און מאכט גרינגער זיך צו פירן מיט די נייע הנהגה

די דריטע כלי: שטעל זיך אפ

זיך אפשטעלן מיינט: היינט גיי איך נישט אויסלעבן מיינע תאוות און איך בין גרייט זיך לאזן לערנען נייע זאכן וואס גייט מיר העלפן בלייבן אפגעשטעלט

די פערטע כלי: א ריכטיגען צוגאנג

דורך פרובירן צו טרעפן וואס דיין פראבלעם איז, וויאזוי עס קלאפט אויס און וואס טריגערט עס, וועט זיין גרינגער צו טרעפן דעם ריכטיגן לייזונג

דער פינפטער כלי: שמירת עיניים

קוקן מיט די אויגן אויף רייצענדע זאכן ברענגט אז מיר זאלן בהכרח פאלן, דערפאר הייבן מיר אן היטן אונזערע אויגן און מיר הערן אויף ארייננעמען לאסט

דער זעקסטער כלי: רעגלמעסיגע חיזוק

דברי תורה צריכים חיזוק, אזא עבודת ה', די עבודה פון אונזער לעבן פאדערט גרויס חיזוק, די רעגלמעסיגע אימעילס זענען א קוואל פון אומענדליכע חיזוק

די זיבעטע כלי: זעלבסט-פארווירקליכונג

א חסרון אין סיפוק איז איינס פון די שטערקסטע גורמים צו פאלן. עטליכע גוטע געדאנקען וויאזוי צו באקומען סיפוק און פארמיידן דעם קומענדיגן נפילה

די אכטע כלי: פיזישע אקטיוויטעטן

אויסער פעולות וואס געבן אונז גייסטיגע סיפוק איז וויכטיג צו טאן פיזישע אקטיוויטיס ווי עקסערסייז, עס דערפולט אונז מיט פיזישע און גייסטיגע הנאה

די ניינטע כלי: פארקערטע פעולות

טון זאכן וואס מען דארף יעצט, פאר זיך צו פאר יענעם, אפילו מען וויל נישט, נאר ווייל עס איז ריכטיג, קען אונז געבן דעם כח קעגנצושטיין בעת נסיון

די צענטע כלי: נייע געוואוינהייטן

זיך אויסלערנען ווען דער פאל הייבט זיך אן, ווי נאר לאסט צינד זיך אן, און תיכף טון עפעס א נייע פעולה וואס וועט העלפן טוישן אונזער געוואוינהייט

די עלעפטע כלי: צוברעכן דעם איינזאמקייט

איינזאמקייט צושמעטערט אונז און פירט אונז צו פאלן נאכאנאנד. חיזוק והדרכה צו צוברעכן די איינזאמקייט און זיך אויפבויען קעגן דעם נעקסטן פאל

די צוועלפטע כלי: דרויסדיגע שטיצע

טרעפן א פארטרויליכן מענטש מיט וועמען זיך דורכצורעדן און פון וועמען צו באקומען שטיצע קען זיין א גרויסער הילף, א מויער קעגן די קומענדיגע נפילה

די דרייצנטע כלי: קבלות, שבועות און נדרים

שבועות און נדרים קענען צומאל זיין א גוטער בייהילף זיך ארויסצוזעהן פון דעם פלאנטער. אבער עס מוז געמאכט ווערן ריכטיג, און מיט די ריכטיגע תנאים

די פערצנטע כלי: אונזער פארום

אונזער פארום איז א אוצר פון הילף און ריקאווערי. נוצט דאס צו בויען א הייליגן קשר מיט חברים מקשיבים, בכדי זיך צוזאמען ארויסצוזעהן פון דעם צרה