די אכטע כלי: פיזישע אקטיוויטעטן

די אכטע כלי: פיזישע אקטיוויטעטן

די דאזיגע כלי, וועלכע פארנעמט זיך מיט פיזישע אקטיוויטעטן, איז א גראדער המשך פון דעם פריערדיגן כלי וועלכער פארנעמט זיך מיט זעלבסט-פארווירקליכונג, אבער אין א געוויסן זין גייט ער פיל ווייטער פון אים אויף עטליכע דרגות, און בעיקר אין דעם גרויסן השפעה וואס עס האט אויף אונזער גיסטע. יעדע אויסגעהאלטענע פעולה וואס מאכט אונז שפירן גוט איז פאזיטיוו (ווייל, ווי געזאגט, דינט עס אלס א ערזאץ פאר די נישט גוטע וואס מיר האבן געהאט ביז אהער), אבער ווען מען רעדט פון פיזישע אקטיוויטעטן, גייט דאס פיל ווייטער.

פונקט ווי יעדער גינסטיגער אקט, טוט פיזישע אקטיוויטעטן אונז געבן א גוטער געפיהל פון הצלחה און פארשריט אין לעבן – פונקט פארקערט פון דעם לערקייט וואס באגלייט דאס ליידיגגיין און דאס באנוצן זיך מיט לאסט. אבער אין צוגאב צו דעם, טוען פיזישע אקטיוויטעטן ווירקן גראד אויף דעם ארט אין אונזער מח וואס דארט פאסירט – און טוט זיך שפירן – די הנאה פון די תאוה.

פארשונגען וועלכע זענען געמאכט געווארן אויף דעם מח פונעם מענטש ווייזן אן זייער קלאר אז בשעת ווען א מענטש מאכט פיזישע עקסערסייז, אדער סיי וועלכע אנדערע פיזישע אנשטרענגונג, טוען שטראמען געוויסע כעמיקאלן אין אונזער מח, וועלכע האבן א דירעקטע השפעה אויף דעם פונקט אין מח וועלכע ברענגט אונז הנאה – פונקטליך דער פונקט וואס ווערט געצילט דורך זיך באנוצן מיט לאסט.

פון א ניוראלאגישן אספעקט, איז דער טיפער בענקשאפט, דער שטארקער עמאציאנעלער געברויך זיך צו באנוצן מיט לאסט (פונקט ווי דער געברויך פאר אנדערע סארט הנאות, אנגעהויבן פון עסן און געענדיגט מיט דראגס), איז פאקטיש א געברויך פון דעם מח פאר געוויסע כעמיקאלן (דער שטערקסטער פון זיי איז דאפעמיין), און טאקע דערפאר, ווי מער מיר וועלן דאס צושטעלן פאר אונזער מח פון אנדערע, געזונטערע, מקורות, אלץ ווייניגער וועלן מיר שפירן דעם געברויך פאר סעקס און לאסט.

אין צוגאב צו דעם האט פיזישע אקטיוויטעטן נאך פילע פאזיטיווע השפעות אויף אונזער קערפער און אונזער נפש; צום ביישפיל, עס העלפט פארמינערן דעפרעסיע, עס העלפט האבן א געזונטן אפעטיט, עס העלפט שלאפן רואיג און נאך פילע אנדערע. עס איז נישט אומזיסט אז אזויפיל פארשונגען ווייזן אן אז די מענטשן וועלכע טוען בקביעות פיזישע אקטיוויטעטן זענען געזונטער און פרייליכער.

דערפאר איז אונזער אכטער כלי א פארשלאג צו ווידמען א באשטימטע צייט פאר פיזישע אקטיוויטעטן. עס איז שווער פאר אונז אוועקצושטעלן קלארע כללים, אבער אין אלגעמיין זאגן די מומחים אז יעדע סארט פיזישע אקטיוויטעט דארף געדויערן לכל הפחות א האלבע שעה אויף צו באקומען די גוטע תוצאות און צו שפירן דעם חילוק וואס דאס ברענגט.

אזוי אויך זאגן די מומחים אז מען זאל אוועקלייגן צייט פאר דעם לכל הפחות דריי מאל א וואך. מען קען טון סיי וועלכע פיזישע אקטיוויטעטן, אנגעהויבן פון לויפן און פארן אויף א בייק ביז גיין צו א דזשים אדער אויפהייבן שווערע געוויכטן (ספעציעל געמאכט פאר עקסערסייז). דער עיקר איז אז די אקטיוויטעט וואס מיר מאכן זאל זיין עפעס פון וואס מיר האבן הנאה, דאס וועט אונז געבן דעם חשק אנצוגיין מיט דעם.

און אז מען רעדט שוין, איז כדאי אנצואווייזן אן אינטערעסאנטע קאנטראסט צווישן זיך באנוצן מיט לאסט ביז טוען פיזישע אקטיוויטעטן; דאס איז דער בעפאר און דערנאך. ביים באנוצן זיך מיט לאסט שפירן מיר גוט בעפאר, אבער נאכדעם שפירן מיר זיך שלעכט ביז גאר. ווידעראום ביי עקסערסייז איז פונקט פארקערט: בעפאר דעם קוקט עס אויס גאר שווער, עס ציעט אונז נישט עס צו טוען, אבער איינמאל מען האט עס געטון, שפירט מען זיך גאר גוט.

נו, געגאנגען: מאך אפ ביי דיר וועלכע סארט אקטיוויטעטן דו ווילסט טאן און ווי אפט, און לאז מיר וויסן. אבער מאך זיכער אז דו נעמסט זיך נישט אונטער עפעס וואס איז צו שווער און נאכדעם וועסטו עס נישט קענען אויספירן און עס וועט דיך נאר שאטן. בעסער זיי רעאליסטיש און קלויב עפעס וואס דו ווייסט אז דו קענסט פאקטיש אויספירן אין דעם נאנטן צוקונפט.