הילפס פראגראמען

נאך יארן לאנגע עקספיריענס פון ארויסהעלפן היימישע אידן וועלכע מוטשען זיך מיט שווערערע נסיונות אין אלע סארטן מצבים, שטייט 'היט דיינע אויגן' גרייט אייך צו העלפן מיט אלע סארטן פון הילפס פראגראמען וואס וועלן אייך בעז"ה העלפן ארויסקריכן פון אייער יעצטיגע מצב.

'היט דיינע אויגן' שטעלט אהער גרינגע און אפעקטיווע פראגראמען און מהלכים וואס זענען גרינטליך אויסגעארבעט געווארן דורך די פראפעסיאנאלע שטאב, געבויעט אויף די אינפארמאציע פון וואס עס האט געארבעט פאר אנדערע אידן און האט שוין בעבר געהאלפן אנדערע אידישע ברידער זיך צו ארויסזעהן פון דעם שווערן סטראגל.

אזוי אויך ווערט אהערגעשטעלט א ליסטע פון פארשידענע אנדערע הילפס ארגאניזאציעס און חיזוק פלאטפארמעס, ווען נאכן ריכטיג אידענטיפיצירן אייער מצב וועט איר קענען נעמען די שריט וואס איז ריכטיג פאר אייך זיך צו העלפן ארויסזעהן פונעם יעצטיגן מצב.

שאו סביב עניך וראה מה אתה בורר לך! כאפט א בליק אויף די פילע הילפס מיטלען און פראגראמען און קוקט זיך אום וועלכע איז די מערסטע פאסיג לויט אייער מצב און נסיון.

ליין מער ווייז ווייניגער

חיזוק און הילף אויפן גאלדענעם טאץ!

אנאנים

פריוואט

אומזינסט

  • הילף געצייגן

  • 'היט דיינע אויגן' שטעלט אהער גרינגע און אפעקטיווע פראגראמען און מהלכים וואס זענען גרינטליך אויסגעארבעט געווארן דורך די פראפעסיאנאלע שטאב, געבויעט אויף די אינפארמאציע פון וואס עס האט געארבעט פאר אנדערע אידן און האט שוין בעבר געהאלפן אנדערע אידישע ברידער זיך צו ארויסזעהן פון דעם שווערן סטראגל.

  • ניינציג-טעג רייזע

  • כאפט אייך ארויף אויף א רייזע פון 90 טעג, א רייזע פון ריינקייט וואס קען מעגליך טוישן אייער לעבן פאר אייביג!

  • חיזוק ארטיקלען און הילף

  • הערליכע ארטיקלען געשריבן דורך אונזערע חברים, פיל מיט חיזוק און עצות וואס וועלן אייך קענען העלפן ארויפגיין אויפן וועג ארויף

  • 12-סטעפ'ס • טעלעפאן

  • גאר יסודות'דיגע טעלע-קאנפרענס געבויעט אויף די 12 סטעפס פראגראם מהלך, צוגעשטעלט ספעציעל פאר די 'היט דיינע אויגן' מעמבער'ס.

  • הילף ארגעניזאציעס

  • א ברייטע אויסוואל פון פארשידענע ארגאנעזאציעס וועלכע קענען אייך העלפן מיט אייער סטראגל געוואנדן לויט אייער פערזענליכע מצב. אויב דארפט איר קלארערע אינפארמאציע גייט צו הדרכה און באגלייטונג

  • האנטבוך

  • אין אונזער האנטבוך וועט איר געפונען אן אוצר פון חיזוק און פראקטישע עצות וויאזוי זיך צו שטארקן און זיך ארויסזעהן פון אייערע פראבלעמען אינעם טאג טעגליכן לעבן