הדרכה און באגלייטונג

'היט דיינע אויגן' שטייט גרייט פאר אייך מיט א דעזיגנירטע שטאב פון גרויסע מומחים וועלכע וועלן צוזאמען מיט אייך, מיט די ריכטיגע אוזן קושבת, פרובירן צו בעסער ארויסהאבן אייער מצב און רעקאמענדירן די בעסטע הילף וואס איז שייך לויט די מצב פון אייער נסיון.

די שטאב פון 'היט דיינע אויגן' איז %100 קאנפידענשאל, גענצליך אנאנים, און פריי פון אפצאל. איר דארפט קיינמאל נישט ארויסגעבן אייער נאמען אדער סיי וועלכע פריוואטע אינפארמאציע, מיר זענען דא אייך צו העלפן מיט אייער פראבלעם אפגעזען ווער איר זענט, און יעדע שטיקל אינפארמאציע בלייבט שטרענג געהיטן ביי הד״א.

אונזער שטאב אינאיינעם מיט ספעציעלע מומחים און גרויסע פראפעסיאנאלן אין דעם פעלד וועלן מיטארבעטן צו זען וועלכע טול און מיטל עס וועט ארבעטן די בעסטע פאר אייך צו בעז"ה אייך ברענגען די בעסטע און שטערקסטע הילף לויט אייער מצב, צו איז דאס דער זעלבסט-הילף פראגראם, די ריכטיגע טעראפי, דער '12 סטעפס' פראגראם פאר אדיקשן, הילף דורך ארבעטן מיט א שותף, הילף דורך א גרופע, און פיל נאך.

שפירט אייך אלעמאל פריי צו רופן, טעקסטן, שיקן אן אימעיל אדער טשעט צו אונזער פראפעסיאנאלע שטאב.

ליין מער ווייז ווייניגער

מיר זענען אייביג דא אייך צו העלפן!

אנאנים

פריוואט

אומזינסט