כ"א אב התשע"ח

וועט חתונה האבן לייזן מיין פראבלעם?

וועט חתונה האבן לייזן מיין פראבלעם?

געשריבן דורך א פראפעסיאנאל

אלס איינער וועלכער געבט זיך אסאך אפ מיט אנדערע, קומט מיר אויס אסאך צו רעדן מיט אזעלכע וואס גלייבן אז האבן מער סעקס מיט'ן ווייב וועט אים לייזן זיין פראבלעם מיט פארנאגראפיע. עס איז מעגליך אז דו אליינס, אדער איינער וועמען דו קענסט, האט דיר אמאל געזאגט איינס פון די פאלגענדע אויסדרוקן:

* ווען איך וועל חתונה האבן וועל איך מער נישט האבן דעם פראבלעם.

* יעצט, אז איך קען שוין האבן סעקס מיט איינעם וועמען איך האב ליב, וועל איך מער נישט קוקן קיין פארנאגראפיע.

* פאר וועלכע שווארץ יאר קוק איך נאך אלץ פארנאגראפיע? איך באקום דאך אינדערהיים וויפיל סעקס איך וויל.

* איך באקום נישט גענוג אינדערהיים, עס זעטיגט מיך נישט. איך מוז נאך קוקן פארנאגראפיע אויף צו קענען זעטיגן מיין סעקשועל געברויך.

* עס מוז זיין אז איך בין דיר נישט גוט, דאס מוז זיין די מעשה. אויב נישט, פארוואס דען קוקסטו פארנאגראפיע?

* ער ווערט קיינמאל נישט זאט פון סעקס, אלעמאל וויל ער נאך. וואס נאך קען איך טון?

* ווען מיר האבן סעקס טראכט ער איבער מיר אדער איבער זיי? מיט וועמען האט ער עכט סעקס?

פילע פארפעלקער וועלכע פארמעסטן זיך מיט די מוטשענדע פראגעס, ליידן אויך זייער שטארק פון דעם וואס זיי האבן נישט קיין אמת'ן קשר צווישן זיך. זיי האבן נישט קיין נאנטע פארבינדונג און קאנעקשאן איינער מיט'ן צווייטן און ביידע אנערקענען אז דאס קוקן פארנאגראפיע שאפט א שווערע מחיצה צווישן זיי וועלכע טוט שרעקליך שעדיגן זייער אינטימע קשר און באציאונגען, און עס מאכט ממש חרוב זייער גאנצער צוזאמען-לעבן.

פון מיין אייגענעם ערפארונג האב איך געזעהן אז פילע מענער טרעפן זיך אן מיט פארנאגראפיע ביי א יונגען עלטער, טייל גאר יונג. איך האב זיך שוין אפגעגעבן מיט מענטשן וועלכע האבן זיך אנגעטראפן מיט פארנאגראפיע ביי אזוי יונג ווי צוויי אדער דריי יאר אלט! עס איז שרעקליך ווייטאגליך, אבער ווען א קינד טרעפט זיך אן מיט דעם אין א יונגע עלטער, גייען די בילדער אריין אין דעם אנטוויקלענדען מוח פונעם קינד און זייער אפט וועט דאס זיין א דירעקטער גורם צו אדיקשאן. אדיקשאן קען האבן נאך פילע אנדערע גורמים, אבער ווי עס זאל נאר זיין, אויב איז דער מענטש געווארן אדיקטעד איז ער אין זייער א שווערער מצב.

פילע פון די עדיקטס רעדן זיך איין אז ווען זיי וועלן עלטער ווערן, אדער ווען זיי וועלן חתונה האבן, זיי וועלן האבן א פרוי וועמען זיי וועלן ליב האבן, מיט וועמען זיי וועלן האבן א נאנטע שייכות, א אינטימע קשר, וועט דער פראבלעם פון פארנאגראפיע אוועק גיין. עס וועט פשוט נעלם ווערן. דאס איז אבער א גרויסער טעות. זיי פארשטייען נישט אז אדיקשאן צו פארנאגראפיע איז בעצם אן אדיקשאן פון זיין מח צו געוויסע כעמיקאלן. דאס איז בערך אזוי ווי איינער וואס איז אדיקטעד צו געוויסע דראגס. איינער וואס ווערט אדיקטעד צו קאקעין ביי די פופצן יאר, וועט קיינעם נישט בייפאלן אז ווי נאר ער וועט ווערן צוואנציג, וועט דער אדיקשאן פלולצינג פארשוואונדן ווערן. קיינער טראכט נישט אזוי. און דא איז גארנישט אנדערש, אן אדיקשאן צו פארנאגראפיע גייט נישט אוועק גיין נאר ווייל ער איז געווארן עלטער.

אקעי, דאס איז טאקע לגבי עלטער ווערן, אבער וואס טוט זיך מיט סעקס? פארוואס זאל א מענטש ממשיך זיין און זיך אנקוקן מיט פארנאגראפיע און מעסטורבעיטן ווען ער קען האבן עכטע סעקס מיט זיין פרוי? פארוואס פעלט דאס אים בכלל אויס? פארוואס זאל ער עס נאך וועלן? זייער פשוט: האבן סעקס מיט די פרוי וועט אוועקנעמען אן אדיקשאן צו דראגס? זיכער אז נישט, ווייל אדיקשאן צו דראגס האט דאך גארנישט קיין שייכות מיט סעקס.

נו, דא איז שייך די זעלבע זאך. רוב מענטשן כאפן דאס טאקע נישט, אבער דער מציאות איז, אז אדיקשאן צו פארנאגראפיע איז נישט קיין אדיקשאן צו סעקס. סעקס און פארנאגראפיע זענען צוויי אנדערע זאכן. פארנאגראפיע איז אזא זאך וואס טוט פראדוצירן א געוויסע סארט כעמיקאל אינעם מוח, וואס געבט פאר דעם מענטש א געוויסער געפיל. אבער גלייכצייטיג טוט עס אויך שאפן אינעם מוח א געברויך, א דראנג, צו באקומען מער, און נאך פון דעם דאזיגן כעמיקאל.

דאס מיינט אז זיך איינקוקן איז פארנאגראפיע איז דער דראג פון דעם פארנאגראפיע עדיקט, פונקט ווי קאוקעין איז דער דראג פון דעם קאוקעין עדיקט – אין דעם וועלט פון עדיקשאן רופט מען דאס: "מיין אויסגעקליבענער דראג". אבער דאס איז דער דראג וואס איך נוץ צו אנטלויפן פון דעם מציאות, אדער זיך צו ספראווען מיט פרעשור, שוועריגקייטן אדער אנדערע סיטואציעס מיט וועלכע איך קען זיך נישט קיין עצה געבן. און דער פאקט אז איך קען האבן סעקס מיט מיין פרוי, גייט מיר נישט לייזן דעם דאזיגן פראבלעם.

עס איז אמת אז חתונה האבן 'קען' צומאל נידערן דעם געברויך פאר פארנאגראפיע צייטווייליג, און די סיבה איז פשוט. קוקן פארנאגראפיע טוט צוויי זאכן, עס העלפט דעם מענטש אנטלויפן מיט זיין פאנטאזיע, און עס ברענגט אים א שטארקע הנאה (דורך די כעמיקאלן אין מוח). ווען איינער האט פריש חתונה איז מעגליך אז די סעקשועל באציאונגען מיט זיין פרוי זאל אים העלפן ערזעצן די פאנטאזיע, און די סעקס זאל אים העלפן ערזעצן דעם מעסטורבעישאן, פאר א שטיק צייט. אבער וויבאלד אז זיין פרוי איז נאר א ערזאץ פאר דעם אדיקשאן, וועט זי דאס כמעט אייביג שפירן, זי וועט שפירן אז דו מיינסט נישט באמת איר. איך הער דאס כסדר פון פרויען: איך שפיר אז ער נוצט מיך פשוט אלס א געצייג צו מעסטורבעיטן, מיר זענען אבער נישט קאנעקטעד". אויסער דעם, דו אליינס שפירסט עס אויך אינעווייניג, דו שפירסט אויך נישט קאנעקטעד צו איר, ווייל עס איז נאר אן ערזאץ פאר עפעס אנדערש, און דערפאר געדויערט נישט לאנג ביז דאס איז דיר שוין נישט גענוג און דו דארפסט נאך, און מער און בעסער. פונקט ווי איין פארנאגראפיע ווידיאו איז נישט גענוג און מען דארף כסדר טוישן צו אן אנדערע, און מען וויל אלץ נאך און נאך און נאך.

און דערפאר וועט עס קיינמאל נישט באמת אנפולן דעם געברויך און וועט נישט לייזן און אפשטעלן דעם פראבלעם פון פארנאגראפיע. די פארנאגראפיע האט פארדרייט דעם מוח און אריינגעבויעט אין איר א געברויך פאר כעמיקאלן וואס סעקס און באציאונגען מיט א פרוי קען קיינמאל נישט צושטעלן. די פארנאגראפיע האט מיט דעם פאקטיש צושטערט און צובראכן דיין מעגליכקייט פון האבן אמת'ע נאנטע, אינטימע באציאונגען מיט דיין פרוי.

דערפאר איז זייער וויכטיג פאר דיר צו וויסן, אז אויב דו האסט א פראבלעם פון אדיקשאן צו פארנאגראפיע, זאלסטו דיך נישט איינרעדן פאר איין רגע אז אויב דיין ווייב וועט זיין שענער, מער ציענד, זיך בעסער אנטון אדער אנשמעקן, אדער בעסער מיטארבייטן, וועט דיין פראבלעם אוועק גיין. דאס איז די זעלבע זאך ווי זאגן אז אויב מיין ווייב וועט מיר געבן בעסערע סעקס, וועט מיין פראבלעם פון אלקאהאליזם אוועקגיין. דו מוזט ארבעטן אויף דיין פראבלעם, אויף דיין אדיקשאן, דו מוזט זיך ארויפשטעלן אויף א וועג פון ריקאווערי און ערהוילונג און דו מוזט אינוועסטירן אין דעם צייט, כח און ענערגיע זיך אפצוגעבן מיט דיינע אמת'ע פראבלעמען, וואס זיי ברענגען דיך צו דעם געברויך פאר פארנאגראפיע.

און דאס איז פונקטליך וואס א ריקאווערי פראגראם טוט. עס קען דיך אויסלערנען מער איבער דיין פארנאגראפיע פראבלעם און עס קען דיר אוועקשטעלן די סטעפס וואס דו דארפסט נעמען זיך צו קענען ערהוילן פון דעם און ארויסגיין צו די פרייהייט. דו קענסט זוכה זיין באפרייט צו ווערן און דערגרייכן צו האבן געזונטע באציאונגען מיט דיין פרוי, אבער דו מוזט אויפהערן האפן און ווארטן אז א צווייטער זאל דיך ראטעווען און טון די ארבעט אנשטאט דיר, אדער אז דער באשעפער זאל מאכן א נס און דער פראבלעם זאל פארשוואונדען ווערן.

די מענטשן ארום דיר קענען דיר מחזק זיין, דיך אויפהייטערן, דיך אונטערשטיצן און דיך באגלייטן אויף דעם שווערן וועג. אבער דו און נאר דו קענסט מאכן דעם אנטשלאסענעם החלטה און פאקטיש טון די ארבעט.