י"א תמוז התשע"ח

איין ווינקל פון דעם ערשטן טרונק

איין ווינקל פון דעם ערשטן טרונק

מיר אלע זענען באקאנט מיט דעם פראבלעם וואס רופט זיך "די ערשטע טרונק". דאס איז א מושג וואס די ערשטע אלקאהאליקער האבן אויסגעטראפן, און אויך מיר, וואס זענען אדיקטעד צו פארנאגראפיע, האבן עס אדאפטירט מיט די גאנצע הארץ; דאס איז די טרונק וואס נאך דעם איז שוין נישט דא קיין וועג אויף צוריק.

דאס איז באמת גאר א ברייטער נושא און מען קען זיך גאר אסאך לערנען איבער דעם פון די געשיכטעס וועלכע זענען באשריבן אין דעם גרויסן בוך (דער הויפט בוך אויף די צוועלעף סטעפס – אלקאהאליקס ענאנימוס), און עס איז זיכער אז יעדער איינער וואס געפונט זיך שוין פאר א קורצער צייט אין ריקאווערי, קען שוין אליינס צולייגן נאך עטליכע אייגענע ערפארונגען איבער דעם ערשטן טרונק.

איך גיי ניטאמאל פרובירן ארום צו נעמען דעם גאנצן נושא אין דעם איינעם ארטיקל, איך וועל נאר אנצייגן אויף איין קליינעם ווינקל דערפון, און דאס איז טאקע דער ווינקל ווי איך בין אדורכגעפאלן און עס פארזעהן יעדעס מאל וואס איך האב גערעדט, אדער געטראכט, איבער דעם ענין פון דעם ערשטן טרונק. און איך רעד דא פון דעם עמאציאנעלן מצב אין וועלכען אין געפון זיך גראד איידער דעם ערשטן טרונק (און עס בלייבט נאך גענוג פאר אן אנדערן מאל צו רעדן איבער דעם דראנג וואס דער ערשטער טרונק ברענגט אן, און וואס איז דאס דער ערשטער טרונק בכלל).

אין דעם גרויסן בוך ווערט דערציילט א מעשה איבער דזשים, וועלכער איז אריין אין א באַר צו עסן עפעס. ער האט באמת נישט געזוכט קיין אלקאהאל, ער איז שוין דארט געווען מערערע מאל און ער האט זיך געשפירט אינגאנצן באשיצט פון דעם אלקאהאל. נאך וואס ער האט געגעסן, און געטרונקען א גלאז מילך, איז אים אריין א געדאנק אין קאפ, אז א טראפעלע וויסקי אריינגעמישט אין א גרויסן גלאז מילך, קען אים נישט שאטן, בפרט אז ער נעמט עס אויף א פולן מאגן. קיינער איז נאך נישט שיכור געווארן פון אביסל וויסקי אריינגעמישט אין מילך. די רעשט איז היסטאריע.

אבער ווען איך האב געליינט דעם געשיכטע האט מיך עפעס געשטערט דא. עפעס טויג נישט דא. געווענליך ווען איך בין געפאלן, האב איך שוין געוואוסט פון פריער זייער גוט אז איך גיי פאלן. איך האב נאר פשוט נישט פארמאגט די כח עס אפצושטעלן, און דעריבער האב איך זיך פרובירט איינצורעדן אז איך גיי נישט פאלן, אבער טיעף אינעווייניג האב איך געוואוסט אז איך גיי פאלן. דא אבער דערציילט מען א מעשה איבער א מענטש וואס איך באמת געפאלן "בטעות". האט דאס שוין אמאל פאסירט צו מיר? בין איך שוין אמאל געפאלן בטעות?

עס האט מיר גענומען א שיין ביסל צייט ביז איך האב זיך געכאפט אז איך פיר זיך אויף פונקט אזוי ווי דער מענטש, און דוקא זייער זייער אפט. אזויפיל מאל טוה איך זיך אליינס איבערצייגן אז דאס מאל וועל איך נישט שיכור ווערן פון די ברוינפן, און פארוואס? נאר פאר די איינע סיבה אז איך האב עס אויסגעמישט מיט מילך...

די עקספיריענס פון טויזענטער מאל וואס האט מיר שוין אזוי קלאר אויפגעוויזן אז נאך דעם טרונק וועל איך שוין נישט מצליח זיין זיך אפצושטעלן איז פאר עפעס א סיבה נאך אלץ נישט גענוג מיך צו איבערצייגן פארקערט, און איך טרעף זיך אין עפעס אזא אינטערעסאנטער עמאציאנעלער סיטואציע אין וועלכען איך פארליר מיין גאנצע נארמאלקייט און די פשוט'ע, קלארע אינפארמאציע וואס איך פארמאג אין מיין מח ארבעט עפעס נישט דעמאלס.

אמת טאקע אז עס זענען פארהאן אזעלכע זאכן וועלכע שרייען הויך "פארנאגראפיע", און ביי די זאכן איז טאקע קלאר פאר מיר אז אויב איך וועל נאר טועם זיין, איין קליינער טרונק, ווער איך אנגע'שיכור'ט און איך וועל פאלן. פון די זאכן שטיי איך טאקע אוועק. אבער עס זענען פארהאן גענוג אנדערע פראבלעמאטישע זאכן איבער וועלכע איך בין נאך אלץ מצליח זיך אליינס איינצורעדן אז פון דעם בין איך באשיצט. דער דאזיגער ברוינפן וועט מיך נישט שאטן. איך קוק דאך נישט קיין פארנאגראפיע... אה, אבער וואס טוט זיך מיט אביסל נייעס. סתם א סייט פון נייעס. אפשר אפילו איזראעלי נייעס, דאס איז דאך נאך אלעם אידן, און עס קען מיר שטארק נוגע זיין...

ערגעץ אונטערן באוואוסטזיין געדענק איך פון לעצטן מאל אז די סייט קען זיין פול מיט פראבלעמאטישע בילדער, פאר מיר, אבער דער ברוינפן איז דאך אויסגעמישט מיט מילך, און דעריבער וועט עס מיר נישט שאטן. און וואס טוט זיך מיט אזעלכע קליפס פון יוטוב? אזעלכע אדער אנדערע, יעדער קען זיך דא אליינס אריינפילן וואס ביי אים איז פראבלעמאטיש אפילו דאס וואס ביי אנדערע קען עס זיין אקעי.

וויפיל מאל האט מיר שוין דער מציאות אויפגעוויזן אז פון דארט ביז צו א גענצליכער נפילה איז זייער א גליטשיגער שאָרט קאָט; אבער מיט דעם אלעם, ווען איך טרעף זיך מיט דעם רייץ צו גיין אויף דעם סייט, וועל איך זיין באמת איבערצייגט, באמת ובתמים, אז דאס מאל בין איך באשיצט און איך וועל נישט כאפן א שלונג.

וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט אזא סארט עמאציאנעלער מצב? איז ערשטנס, דארפן מיר זיך אויפפירן ווי מיר זענען מאכטלאז. זאגן אז מיר זענען מאכטלאז איז נישט גענוג. מיר דארפן זיך פאקטיש אויפפירן אזוי. אויב איך וועל טרעפן א באמבע אויף די גאס ערגעץ לעבן מיין הויז, וועל איך נישט צוגיין אויספרובירן צו איך קען עס אפשר נייטראליזירן. איך ווייס אז איך קען זיך נישט אויס מיט דעם און איך בין מאכטלאז קעגן א באמבע, און דערפאר ריר איך זיך נישט צו צו דעם. פארקערט, איך אנטלויף אזוי ווייט ווי איך קען.

דא איז נישט אנדערש. אויב בין איך מודה אז איך בין מאכטלאז אנטקעגן לאסט, אויב איך ווייס עס באמת, וועל איך נישט פרובירן זיך צו שפילן מיט דעם, עס איז א באמבע און איך גיי נישט קלערן אז אפשר דאס מאל ווייס איך יא וויאזוי איר צו נייטראליזירן. איך וועל אנטלויפן דערפון אזוי ווייט ווי איך קען.

פאר מיר אבער איז דאס נישט גענוג. ווייל איך האב נאך א פראבלעם. אין מיין מח געפונט זיך עפעס, אדער איינער, וועלכער ארבעט 24/7, ער גייט קיינמאל נישט אויף וואקאציע, און ער האלט דאס מיר אין איין אריינרעדן אין די אויערן און אין מיין מח, איין מאל און נאכאמאל, אז קעגן די דאזיגע זאכן בין איך נישט מאכטלאז. "דו ביסט טאקע מאכטלאז, אבער קעגן 'דעם' ביסטו נישט מאכטלאז. דאס איז דאך גארנישט". און וויבאלד דער שטימע ארבעט אווערטיים און לאזט נישט נאך, ווער איך כסדר איבערגערעדט פון אים. איך גלייב אים.

און דערפאר דארף איך האב גאט ב"ה נעבן מיר, אלעמאל, שטענדיג. 24/7. אן זיין אקטיווע הילף האב איך נישט קיין שום אויסזיכט זיך אויסצוהיטן פון דעם ערשטן טרונק, און נאך דעם, איז שוין דערנאך. איך בין שוין טויט.