איך דארף געלט. נישט איך וויל, איך דארף, איך מוז פשוט האבן געלט. איך קען נישט אן דעם. עס גייט מיר אין לעבן דאס צו האבן ווי איך ווייס אליין נישט וואס. אבער וויאזוי אין די וועלט קען איך דאס באקומען? וואס קען איך טוהן אויף צו באקומען געלט?
שפאציר איך מיר איין טאג אויפן גאס און איך באגעגן זיך מיט א ריז. א גרויסער שטארקער מענטש, און אין זיין האנט האלט ער א פעטע בינטל דאלארן. "א גוטן, וואס מאכט איר? אפשר קען איך האב אביסל פון די באנקנאטן?" פרעג איך אים אזוי העפליך. "ביי מיר ארבעט עס נישט אזוי!" גיט דער אינג א געשריי, "ביי מיר בעט מען נישט! ביי מיר נעמט מען! ביי מיר איז נישט דא אזא זאך פון געבן, נאר נעמען. מען כאפט און מען נעמט, און דאן האט מען!".
פיין, אז ער זאגט אזוי גלייב איך עם. איך שטרעק אויס מיין האנט און איך פרוביר נעמען פון דעם בינטל זיינעם. און דאן האב איך געכאפט דעם זעץ פון מיין לעבן... דער אינג האט מיר דערלאנגט א זעץ אין די ציין אז איך בין געפלויגן. איך האב געזעהן שטערנס אין מיטן טאג. ווען איך בין געקומען צו זיך האב איך זיך געטראפן ליגן אויף דער ערד, צוזעצט און צוקלאפט, מיט עטליכע פעלנדע ציינער...
איך ווייס נישט פארוואס, אבער צומארגנס האב איך געקלערט אז אפשר היינט וועט עס מיר יא געלונגען. איך בין ווידער צוגעגאנגען צו דעם יונגאטש און פרובירט נעמען פון אים אפאר טאללער, אבער איך האב ווידער געכאפט עטליכע פויסטן צום געדענקען.
גלייבט מיר אז איך פארשטיי עס אליינס נישט, אבער עפעס א רוח שטות איז אין מיר אריין און נאך וויפיל קלעפ איך האב געכאפט, נישט איין מאל און נישט צוויי מאל, איז עס מיר נאך אלץ נישט אריין אין קאפ. יארן לאנג האב איך כסדר פרובירט איין מאל און נאכאמאל, ארויסצוציען געלט פון דעם פארשוין, יעדעס מאל האב איך געכאפט מכות און יעדעס מאל האב איך זיך איינגערעדט אז דאס מאל וועט זיין אנדערש. עס איז מיר בשום אופן נישט געלונגען זיך אפצוגעוואוינען פון דעם צודרייטן פירונג מיינעם.
נאך אינטערעסאנטער איז, אז אפילו די פאר מאל ווען עס איז מיר שוין יא געלונגען עפעס ארויסצוכאפן פון אים, האב איך זיך יעדעס מאל איבערצייגט דערנאך אז די געלטער זענען געווען פאלשע. און נאך אלס האב איך נישט געלערנט דעם לקח.
איין טאג, ליגנדיג אין בעט נאך א פרישע רונדע פון גע'הרג'עטע שלעק, איז מיר אנגעקומען אין די הענט א צייטונג. איך בלעטער אהער און אהין און פלוצלינג דערזעה איך אן אפטיילונג ווי עס שטייט: "געזוכט". "וואס מיינט דאס געזוכט?" פרעג איך מיין חבר מיט נייגער. דער חבר האט געגעבן א שטעל אן אויף מיר אזא פאר אויגן אז איך האב שוין באלד חרטה געהאט פאר'ן פרעגן. אבער ער האט געענטפערט: "דאס איז אן אפטיילונג ווי מענטשן לאזן וויסן אז זיי זוכן אן ארבייטער, דא לייגן זיי פאר די ארבעט וואס זיי האבן צו געבן".
"וואס איז דאס ארבעט?" פרעג איך ווידער. דער חבר האט שוין יעצט אויסגעקוקט פיל שרעקעדיגער ווי פריער, אבער ער האט נאך אלץ נישט פארלוירן זיין געדולד: "ארבעט" זאגט דער חבר, "איז א זאך וואס דו טוסט פאר א צווייטן, דו גייסט אהין, דו ביסט משקיע צייט און כוח, און דערפאר באקומסטו פון יענעם געלט".
דאס איז געווען פאר מיר אביסל שווער צו פארדייען. וואס? עס איז דא אן אנדערע וועג צו באקומען געלט! עס איז נישט שנעל, עס פאדערט השקעה פון צייט און כח, אבער פון די אנדערע זייט באקומט מען געלט, אן כאפן, אן קלעפ, און אפשר גאר וועט די געלט בלייבן ביי מיר. און ווער ווייסט, מעגליך גאר אז די געלט איז אפילו עכטע, נישט קיין פאלשע. איך האב באשלאסן צו טרייען. איך האב אויפגעהויבן א טעלעפאן, אריבער אן אינטערוויו און באקומען דעם דזשאב.
די ארבעט איז נישט געווען גרינג, עס האט געפאדערט א טעגליכע אנשטרענגונג. אבער עס האט זיך אויסגעצאלט. עס איז שווער פאר מיר מסביר צו זיין די גוטע געפיהל נאך צוויי וואכן ווען איך האב באקומען מיין וועידזש. איך האב געטראפן דאס וואס איך האב באמת געזוכט די אלע יארן. מיין זעהל, וועמען עס האט אזוי געפעלט אביסל מנוחה, האט זיך ענדליך געפונען דאס ארט.
*
איך דארף עפעס האבן. איך מוז פשוט האבן דעם עפעס, וואס איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי עס אנצורופן. עס איז דא ערגעץ אין מיר עפעס א ריזיגן גרויסן לאך, א חלל, וואס מוז ווערן אנגעפולט. איך קען נישט עקזיסטירן אן אנצופולן דעם לאך. איך שפיר אז איך וועל אויסגיין אן דעם, איך מוז אים האבן ווי איך ווייס נישט וואס, אבער וויאזוי אין די וועלט באקום איך עס? וואס קען איך טוהן עס צו פארשאפן?
איין טאג שפאציר איך אויף די גאס און איך באגעגן א שיינע פרוי. אה! דאס איז גוט, איך האב עפעס אזא געפיהל אז ביי איר וועל איך געפונען וואס איך זוך. איך פרעג איר בכלל נישט צו זי איז מסכים, צו עס שטימט מיט איר, גארנישט. מיין מהלך איז צו כאפן און נעמען. אזא סארט רוחניות'דיגע אלימות.
איך כאפ א קוק, און נאך איינס, און פון דארט הייבט זיך עס אן צו קוילערן מיט א שנעלקייט צו אנדערע געגענטער, און... פלוצלינג כאפ איך א זעץ... יא, מיין באנוצן זיך מיט לאסט האט מיר דערלאנגט איינס און א גוטס. איך בין געפלויגן, געזעהן שטערנס. איך בין געבליבן ליגן א צוביילטער אזוי אינמיטן גאס...
אבער צומארגנס האב איך פאר עפעס א סיבה געטראכט, אז דאס מאל וועט זיין אנדערש. איך בין ווידער געגאנגען זיך באנוצן מיט לאסט. איך האב ווידער פרובירט צו נעמען פון איר עפעס מיך אנצופולן, און ווידער האט זיך עס געענדיגט מיט אנגעבראכענע ביינער.
איך ווייס נישט וואס איז אין מיר אריין, אבער איך האב נישט געכאפט נישט נאכן צווייטן מאל און אויך נישט נאכן דריטן, און אפילו נישט נאך פיל מער פון דעם. פאר לאנגע יארן נאכאנאנד האב איך פרובירט זיך צו באנוצן מיט לאסט, אן קיין הצלחה. איך האב פרובירט אנצופולן מיט איר מיין ריזיגן שווארצן חלל, אבער עס איז נישט געגאנגען. יעדעס מאל האב איך געכאפט גע'הרג'עטע שלעק, עמאושאנעל שלעק, אבער פארט איך האב נישט מצליח געווען אויפצוהערן דעם פאריקטן אויפפירונג.
און דער אמת איז, אז עטליכע מאל האב איך שוין יא געשפירט אז עס איז מיר געלונגען. איך האב יא דערכאפט עפעס. איך שפיר זיך שוין בעסער. דער לאך הייבט זיך ענדליך אן אנצופולן. אבער עס האט נישט געדויערט לאנג ביז איך האב איינגעזעהן אז דאס איז געווען א פאלשער געפיהל. פונקט פארקערט. נאכדעם האב איך זיך געשפירט נאך ליידיגער און ערגער ווי סיי ווען בעפאר.
איין טאג האב איך עפעס אריינגעוואנדערט אין דעם סייט פון ה'יט ד'יינע א'ויגן. דארט האב איך געהערט רעדן איבער נייע מושגים. דארט האב איך געזעהן אידן ווערן ריין. איך האב געהערט רעדן איבער די 12 סטעפס, איך האב אנגעהויבן לייענען איבער זיי, איך האב געלייענט מיט דארשט, איך האב געפרעגט ביי אנדערע חברים, און איך האב אנטדעקט א נייע וועלט. א וועלט ווי מען קוקט מיך נישט אראפ. פארקערט, מען קוקט אויף מיר מיט רעספעקט, מיט פארשטענדעניש, מיט מיטלייד און אפילו מיט אומבאהאלטענע ליבשאפט. זיי האבן מיר מסביר געווען אז דאס איז א פראגראם פון ארבעט, שווערע ארבעט, עבודת ה', וואס דארט ביסטו משקיע צייט און כח, און אנשטאט דעם באקומסטו דאס וואס דו האסט אלעמאל געזוכט, דעם קאנעקשאן נאך וועלכען דו האסט אזוי געגארט. טאקע דאס וואס האט דיר אלעמאל געפעלט.
דו האסט געמיינט אז לאסט וועט דיך אנפולן, אבער ניין, דער אמת איז אז נאר זיין קאנעקטעד מיט'ן אויבערשטן, נאר א ריכטיגער חיבור און דביקות אין דעם בורא כל עולמים, נאר דאס קען דיך אנפולן.
דאס איז געווען אביסל שווער פאר מיר צו פארדייען. עס איז דא א וועג וויאזוי אנצופולן דעם גרויסן לאך אין מיר, צו לייזן די ביטערע שמערצן פון וועלכע איך לייד שוין אזויפיל יארן. עס איז טאקע נישט קיין שנעלע לייזונג, עס פאדערט אסאך ארבעט און השקעה, אבער, פון די אנדערע זייט, ווער ווייסט, אפשר קען עס ארבעטן. אפשר וועט דער לאך ענדליך אנגעפולט ווערן, מיט עפעס אמת'דיג.
איך האב באשלאסן צו פרובירן, איך האב אויפגעהויבן א טעלעפאן צו היט דיינע אויגן. פון די אנדערע זייט טעלעפאן האט מען מיר געענטפערט מיט אזא נעימות, רואיגקייט און ווארימקייט. מען האט מיך געפרעגט עטליכע פראגעס כדי מברר צו זיין פונקטליך וואס וואלט געווען דער בעסטער מהלך פאר מיר, דער מערסט צוגעפאסטער מהלך צו מיין ספעציפישער פראבלעם און נאכ'ן מיך אויסהערן האט מען מיך גע'עצה'ט צו גיין צו א גרופע פון א צוועלעף סטעפ פראגראם.
עס איז מיר נישט גרינג געווען. אויסער דאס גיין צו די גרופעס האט זיך געפאדערט פון מיר א טעגליכער אנשטרענגונג. אבער, עס האט זיך אויסגעצאלט, און נאך ווי. עס איז שווער צו שילדערן דעם גוטן, געשמאקן געפיהל וואס איך באקום נאך יעדן טרעפל פארשריט, מיט'ן באקומען די פרישע כוחות און הבטחות אויפן וועג. איך האב ענדליך געטראפן וואס איך האב אלע יארן געזוכט. מיין אויסגעמאטערטע נשמה וואס האט אזוי געלעכצט נאך אביסל מנוחה האט זיך סוף כל סוף געטראפן א רואיג ווינקל.