כ"ג סיון התשע"ח

איך ציטער אז מען וועט געוואר ווערן!!!

איך ציטער אז מען וועט געוואר ווערן!!!

א חבר האט געשריבן אויפן פארום (אין ארץ ישראל):

עס איז שוין ארום א האלב יאר וואס איך געפין זיך דא אלס א מעמבער אין דעם סייט פון 'היט דיינע אויגן'. איך האלט חשבון אויף מיינע דורכפאלן און איך פארצייכן עס ביי מיר פונקטליך יעדן איינציגן טאג ווי איך האלט. קוקנדיג אויף צוריק זעה איך אז אין דורכשניט יעדע צען טאג האב איך א געזונטן דורכפאל און נאך דעם זאג איך מיר צו אז מער וועט דאס קיינמאל נישט געשעהן, און צען טאג שפעטער הייב איך אן נאכאמאל דעם שפיל פון דאסניי. אזוי גייט דאס שוין בערך א האלב יאר...

פילע חברים אויפן סייט האבן מיר שוין געזאגט, און דאס זעלבע האבן מיר געשריבן די איינגעשטעלטע פון 'היט דיינע אויגן', אז בכדי זיך צו ערהוילן און צו קענען אויפהערן מיט די נפילות דארף איך אנהייבן גיין צו לעבעדיגע גרופעס, און דא שטעלט זיך מיר א גרויסער פראבלעם: איך פארשטיי און עס איז קלאר ביי מיר ווי דער טאג אז איך קען זיך נישט אליינס פארמעסטן מיט דעם ביטערן תאווה און אז עס איז פיל שטערקער פון מיר. אבער נאך פיל מער פון דעם ציטער איך פון שרעק צו גיין צו אזא גרופע און אויפדעקן מיין פנים אויף אזא אופן.

וויל איך וויסן צו נאך איינער צווישן אייך איז שוין אמאל אריבער דעם פראבלעם און זיך פארמאסטן מיט דעם?

*

'סוד הכניעה' ענטפערט אים:

א גוטן טייערער חבר,

דו פרעגסט צו איינער האט זיך שוין אמאל פארמאסטן מיט דעם פראבלעם, אבער איך פרעג אביסל אנדערש, צו איז בכלל דא ביי אונז איינער וואס האט זיך נישט פארמאסטן מיט אט דעם פראבלעם?...

איך האב זיך שוין באגעגענט מיט הונדערטער חברים וועלכע האבן דורכגעמאכט דעם לאנגן וועג צו לעבעדיגע גרופעס, און איך האב נאך דערווייל נישט געטראפן דעם איינעם מענטש וועלכער האט גענומען דעם טריט אן שרעק, אן דעם פחד פון "וועמען גיי איך דארט טרעפן" אא"וו. דאס איז דאך אזוי נאטורליך צו האבן דעם שרעק. מיר ליידן כסדר אזויפיל פון איינזאמקייט און פון דעם שרעק פון "וואס גייט זיין ווען מען גייט מיך כאפן", אז עס איז נישט מער ווי פשוט און נאטורליך אז מיר זאלן טאקע ציטערן צו גיין צו א לעבעדיגע גרופע, אפילו ווען די סיבה צום גיין איז טאקע כדי אויפצוהערן פאלן אזויפיל.

אלזא, פארשטיי ביטע אז דער דאזיגער שרעק איז נאטורליך, אבער מיר האבן נישט קיין גרויסע ברירות, מיר מוזן זיך שטארקן אויף דעם שרעק. דאס איז גארנישט אנדערש פון א מענטש וועלכער גייט אריין צו א שווערע אפעראציע, עס איז קלאר ווי דער טאג אז דער מענטש ציטערט און האט מורא, דאס איז נאטורליך, ווען ער ציטערט נישט, דעמאלס טויג נישט. עס איז נישט מער ווי נארמאל אז ווען א מענטש ווייסט אז ער גייט זיך יעצט לייגן אונטערן מעסער, מען גייט אים איינשלעפן און שניידן אין אים מיט א מעסער און ארום שפילן מיט זיינע אינערליכע אברים – האט ער מורא, אפילו ער ווייסט אז מען טוט עס נאר כדי אים צו היילן.

און, טראץ דעם פחד טוען זיך מענטשן שטארקן אויף דעם יעדן טאג און מען גייט אריין צום אפעראציע ווייל מען ווייסט אז מען האט נישט קיין ברירה, און זיי פארשטייען אז אויב זיי ווילן האבן ווייניגער ווייטאג און ווייניגער שרעק, דארפן זיי זיך לאזן אפערירן, זיי דארפן דורכגיין אומבא'טעמ'טע, שרעקעדיגע זאכן כדי נאכדעם זיך צו שפירן בעסער. דער וואס גייט נישט אריין צו אן אפעראציע וואס קען אים ראטעווען זיין לעבן ווייל ער האט מורא פון דעם איינשלעפונג אדער פון דאס שניידן און די ווייטאג, דער מענטש איז נעבעך אזוי געפאלן אז דער פחד איז געווארן בעה"ב אויף אים און דאס וועט אים צום סוף רואינירן זיין לעבן און אים אפילו אומברענגען.

איז וויאזוי טאקע שטארקט מען זיך אויף דעם שרעק?

עס איז דא א באקאנטער ווערטל, אז ווען א מענטש דארף אריבערגיין אן אפעראציע וועט ער פריער זיך גאר שטארק נאכפרעגן אויף דעם דאקטער און זיכער מאכן אז ער איז דער גרעסטער מומחה וואס ער קען נאר באקומען, ווידער ווען א מענטש גייט ארויף אויף א פליגער צו פליען אריבער דעם ים, פרעגט ער זיך גארנישט נאך פון פריער ווער עס וועט זיין דער פילאט פון זיין פליגער, כאטש וואס דא געבט ער פונקט אזוי איבער זיין לעבן אין די הענט פון דעם פילאט. און פארוואס איז דאס טאקע אזוי, ווייל ביים פליען ווייסט ער אז דער פילאט געפונט זיך דא אויפן זעלבן שיפל ווי אים, אדער אויפן זעלבן עראפלאן.

ווען איך גיי צו א לעבעדיגע גרופע איז דאס נישט אזוי ווי איך גיי צו א דאקטער אדער צו א טעראפיסט און איך דערצייל אים מיין סוד און יעצט דארף איך אים געטרויען ער זאל עס נישט ארויסגעבן. אין דעם גרופע זענען אלע באטייליגטע שותפים אין איין גרויסן סוד. מיין סוד איז יענעם'ס סוד, און איך בין עדות צו יענעם'ס סוד פונקט ווי יענער איז עדות צו מיינס. מיר אלע געפונען זיך אין דעם זעלבן שיפל און איך טראג דעם זעלבן אחריות נישט ארויסצוגעבן יענעם'ס סוד ווי יענער טראגט פאר מיר. איך דארף זיך נישט שעמען פון זיי ווייל זיי זענען דאך אנגעקומען אהין פאר די זעלבע סיבה ווי איך. פונקט ווי איך פארמעסט זיך, מיט אט די זעלבע זאכן טוען זיי זיך אויך פארמעסטן.

דער ענטפער צו אייער פראגע איז דעמאלס, אז יא, מיר אלע האבן זיך געפרעגט דעם זעלבן פראגע וואס איר פרעגט זיך, אבער מיר אלע האבן גענומען דעם זעלבן שריט. מיר זענען אדורך דעם פחד, און טראץ דעם זענען מיר געגאנגען, און מיר זענען געוואר געווארן אז עס איז אויסדרוקליך ווערט געווען.