דער געדאנק דערפון איז זייער פשוט, און עס איז כדאי עס צו וויסן ווייל עס קען אייך נאך איין טאג ראטעווען דאס לעבן. ווען א מענטש ווערט חלילה פארשלעפט אין א מערבולת טאר מען גארנישט טון. מען דארף זיך לאזן שלעפן דורך די וואסער, נאר זיך צוביסלעך רוקן אביסל זייטוועגס, און ביז געציילטע סעקונדן זעהט מען זיך ארויס דערפון אויף די אנדערע זייט. אבער גאר אסאך מענטשן וואס האבן פאקטיש געוואוסט פון דעם זענען דאך דערטרונקען געווארן און פארלוירן זייער לעבן אין א מערבולת. וואס איז טאקע פשט? פון די וועלכע מען האט מצליח געווען צו ראטעווען האט מען זיך דערוואוסט פארוואס דאס פאסירט.
ווייל דער אינסטינקט פון א מענטש זאגט אים אנדערש. פלוצלינג זעהט זיך דער מענטש אין א סכנה פאר זיין לעבן, און אין אזא מינוט איז דער שכל נישט ווערט צופיל. דער אינסטינקט נעמט איבער, און דער אינסטיקט זאגט פאר דעם מענטש זיך צו שלאגן פאר זיין לעבן. און דער מענטש הייבט אן זיך צו שלאגן מיט זיין גאנצען כח אנטקעגן דעם ים. אבער וואס איז דען דער כח פון איין קליינער מענטש אנטקעגן דעם מעכטיגן כח פון דעם ים. ממש גארנישט. און אזוי שלאגט זיך דער מענטש קעגן דעם וואסער ביז... ער פארלירט די כח און די וואסער ציעט אים אריין און ער ווערט ל"ע דערטרונקען...
גאר אפט איז דאס ממש אונזער מעשה. מיר ווערן פארכאפט אין א כוואליע פון לאָסט, און טראץ וואס מיר קענען צומאל וויסן אין אונזער שכל וואס צו טון, דאך פאלן מיר דורך. מיטן שכל פארשטייען מיר אז מיר דארפן לאזן דעם כוואליע אריבערגיין, אבער אנשטאט דעם הייבן מיר אן מלחמה האלטן מיט אים, און דאס טוט פארזיגלען אונזער גורל דערטרונקען צו ווערן. ווייל אין א קאמפף פנים אל פנים מיט דעם מאנסטערישן כוואליע, האבן מיר באמת נישט קיין אויסזיכטן, אבער אנשטאט זיך באנוצן מיט דעם וואס מיר ווייסן: "בתחבולות עשה לך מלחמה", געבן מיר זיך אונטער צו אונזער אינסטינקט און מיר שלאגן זיך, און מיר ווערן דערטרונקען.
דער כוואליע פון די תאווה, איז כשמו כן הוא, א כוואליע. און אזוי ווי די כוואליעס פון ים איז אויך דער כוואליע איינס וואס קומט און ווערט דערנאך נעלם. אבער בשעת ווען ער קומט זעהט ער אויס אזוי עכט און אזוי שרעקעדיג, אז מיר קענען זיך פשוט נישט גלייבן אז אויב מיר וועלן אראפנידערן דעם קאפ און לאזן דעם כוואליע פאריבער גיין איבער אונז, וועט עס אריבערגיין און מיר וועלן ארויסקומען אומגעשעדיגט. ממילא טוען מיר וואס אונזער אינסטינקט זאגט אונז, זיך צו שלאגן מיט דעם וואס קוקט אונז אויס מסוכן, אבער נישט אלעמאל איז דער אינסטינקט אונזערער גערעכט. און אין דעם פאל – פונקט ווי אין פאל פון א מערבולת אינעם ים – איז דער ריכטיגער זאך צו טאן דוקא דאס וואס קוקט אויס נישט שכל'דיג, און דוקא דאס קען אונז ראטעווען.
אט דער געדאנק פון זיך אונטערגעבן, אויפגעבן אויפן קאמפף, דאס איז דער זעלבער געדאנק ווי זיך לאזט שלעפן פון דעם מערבולת. איך ווייס אז דו טראכסט אז "אויב איך וועל לאזן דעם כוואליע מיך אריינשלעפן אין ים וועל איך זיך דערטרונקען", אבער דער פאקט איז אז עס איז נישט אזוי. און די זעלבע זאך איז מיט אונז. "אויב איך וועל זיך מכניע זיין פאר דעם לאסט כוואליע וועל איך ווידער פאלן", אבער אויך דא איז עס נישט ריכטיג. מען קען זיך אראפלאזן דעם קאפ טאקע צוליב דעם פארשטאנד איבער דעם מעכטיגן כח וואס שלעפט אונז, און דוקא אזוי קען מען ארויסגיין גאנץ.
וויאזוי טוט מען דאס? איז ראשית כל דארף מען פארשטיין, וויסן און געדענקען, אז דער וועג פון מלחמה איז דא נישט פאסיג, און אויב מיר ווילן געוואונען, מוזן מיר טוישן דעם סטראטעגיע. און דערנאך דארף מען פארשטיין, אז דער מציאות פון דעם סארט כוואליע איז, אז עס גייט פארביי – אויב מיר געבן אים צייט און מיר פירן זיך ריכטיג, ער וועט נישט פארבלייבן אויף אייביג. און ערשט דערנאך קומט די פעולה פון הכנעה, זיך אונטערטעניגן, אזא אינעווייניגסטע אראפבייגונג פון דעם קאפ, א טיעפן אטעם און זיך איבער'חזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל: "בארואיג זיך, דאס איז פיל שטערקער פון דיר, פאל נישט אריין אין קיין פאניק, זיי מוותר און לאז עס דורכגיין".
איך ווייס אז עס קען זיך הערן ווי א חלום, אבער דער פאקט איז אז די וואס טוען עס זענען מצליח, און ווי מער מען טוט עס אלס מער לערנט מען זיך אויס און מען באקומט ערפארונג. און, פאר די וואס זענען אין 12 סטעפ פראגראמען, די ווייסן אז עס קען נישט בלייבן ביי דעם אז מען איז בייגט אראפ דעם קאפ און מען איז מוותר, דאס איז נאר דער ערשטער טריט, נאכדעם דארף מען גיין ווייטער, און דאס מיינט בעיקר בעטן הילף ביי אנדערע. אויפהייבן א טעלעפאן צו א חבר, אים דערציילן וואס מען גייט אדורך, און דאס וויכטיגסטע, זיך ווענדן צו אונזער ליבן טאטן אין הימל און מיט דעם זעבן הכנעה און וויתור אים בעטן ער זאל אונז העלפן אז מיר זאלן קענען אריבערגיין דעם כוואליע בשלום.