ווען מיר הייבן אן אונזער רייזע, דארפן מיר פארשטיין אז מען רעדט נישט דא פון א בלויזער באשלוס, דאס האבן מיר שוין געטאן אומצאליגע מאל. מיר פארשטייען אויך אז מען רעדט פון א לאנגע רייזע, נישט עפעס וואס מען גיט א טוה און עס איז ערלעדיגט "איינמאל פאר אלעמאל". מיר פארשטייען אז עס רעדט זיך פון א לאנגע, פארצויגענע פראצעדור, און אין געוויסן זין קען מען זאגט אז דער פראצעדור ציעט זיך אויפן גאנצן לעבן, און דערפאר טאקע דארפן מיר האבן א שטענדיגער "קאנעקשאן" צו א מקור וואס וועט אונז כסדר געבן חיזוק, דערמאנונג און שטארקקייט זיך צו קענען פארמעסטן.
און פונקט פארדעם טאקע איז דא דער סיסעטם פון די רעגלמעסיגע אימעילס וועלכע באשעפטיגט זיך מיט אט דעם ענין פון זיך פארמעסטן מיט די תאווה, און דאס ווערט רעגלמעסיג ארויסגעשיקט צו אלע חברים וועלכע זענען מקפיד נישט אויסצולאזן אפילו איינס.
אין די דאזיגע אימעילס קענען זיך געפונען דערציילונגען פון חברים וועלכע האבן אונז מיטגעטיילט איבער זייערע פארמעסטן, אדער געדאנקען וועלכע קענען אונז ארויסהעלפן אויף פארשידענע אופנים. עס איז א דבר פשוט אז נישט יעדע איינציגסטע אימעיל איז פונקט צוגעפאסט פאר יעדן איינציגסטן מענטש. אמאל וועט זיין זאכן וועלכע זענען צוגעפאסט פאר אונז, פונקט אין אונזער מצב, און אמאל איז עס פאר אזעלכע וועלכע האבן א שווערערן, אדער א גרינגערן, פראבלעם.
אז מיר שיקן א אימעיל מיינט דאס נישט דאס איז תורת משה מסיני, און אז יעדע זאך וואס שטייט אין דעם אימעיל מוז רעדן צו מיר און איך מוז עס אויספירן פונקט אזוי ווי עס שטייט. דער געדאנק דערפון איז אז מיר זאלן שטענדיג האבן א קשר צו דעם מציאות פון ארבעטן אויף דעם. פונקט ווי יעדער מענטש ווייסט אז דאס געזונט מוז מען כסדר היטן. מען מוז אכט געבן וואס מען עסט, מען מוז מאכן איבונגען, מען מוז זיך אכטונג געבן פון אינפעקציעס, און דאס איז שטענדיגע ארבעט, אזוי איז מיט דעם. און דער אימעיל גיבט אונז דעם דאזיגן קשר.
נעמט אין אכט, אז צומאל קען זיין אז דער אימעיל קומט נישט אן, ווייל עס גייט אריין אין דעם קעסטל פון פראמאושענס, אדער ספעם. אויב באקומט איר נישט דעם אימעיל, זוכט עס אויף דארט, אויב איר טרעפט עס נישט דארט אויך נישט, לאזט אונז וויסן און מיר וועלן בודק זיין פארוואס איר באקומט עס נישט.
עס זענען פארהאן חברים וועלכע לייענען ביים אנהייב די אימעילס, אבער מיט די צייט לאזן זיי נאך. צו ווייל זיי שפירן אז עס פעלט זיי שוין נישט אויס צו ווייל זיי זענען צו פארנומען מיט אנדערע זאכן. אבער דאס איז נישט ריכטיג, ווייל די דאזיגע אימעילס האבן א געוואלדיגע כח און געבן אונז אסאך הילף און וואוסנשאפט איבער אונזער פראבלעם, און עס איז באמת א שאד דאס צו פארפאסן. עס איז ווערט צו אינוועסטירן די ביסל צייט וואס עס נעמט צו לייענען דעם אימעיל, אויף צו באקומען די הילף וואס דאס קען אונז געבן.
דער אימעיל העלפט סיי פאר נייע חברים און סיי פאר אלטע. ווען מיר לייענען איבער אזעלכע וואס זענען געווען אין אונזער מצב, אדער אפילו ערגער פון אונז, און היינט זענען זיי ריין פאר א לאנגע צייט און זייער לעבן האט זיך פארבעסערט ביז נישט צום דערקענען, אדער ווען מיר לייענען איבער נייע חברים וועלכע זענען פונקט אין אונזער מצב, טוט דאס אריינבלאזן אין אונז חיזוק, האפענונג און אמונה אז זאכן וועלן ווערן בעסער.
אפילו אויב עס קומט נישט אונז נישט אויס זיך צו באנוצן מיט דעם וואס מיר לייענען אין דעם אימעיל, און אפילו אויב מיר האבן אמאל עפעס פראבירט און עס האט נישט געהאלפן, איז נאך אלץ וויכטיג אז מען זאל לייענען די דאזיגע אימעילס וועלכע קענען האבן א גרויסע השפעה אויף אונז.