ח' סיון התשע"ח

השיבנו ה' אליך ונשובה, חדש ימינו כקדם

השיבנו ה' אליך ונשובה, חדש ימינו כקדם

טייערע גוטע ברודער, ברוכים הבאים בשם ה'.

מיר זענען נארוואס אדורך דעם טאג וואס מיר קענען אלס פסח שני. וואס אזאנס איז דאס פסח שני? פסח שני איז דער טאג וואס דער באשעפער האט געגעבן פאר די אידן וועלכע זענען געווען טמאים לנפש אדם, אדער זענען זיי געווען בדרך רחוקה ווען דער יום טוב פסח איז אריינגעקומען און צוליב דעם האבן זיי נישט זוכה געווען צו ברענגען דעם קרבן פסח.

אבער פאר די אידן האט זייער וויי געטון אז זיי האבן נישט געהאט די זכיה. זיי האבן מחליט געווען צו טון עפעס צו דעם. זיי זענען נישט געזעצן מיט פארלייגטע הענט, זיי האבן זיך געוואנדן צו משה רבינו און געפרעגט: למה נגרע, פארוואס זאלן מיר נישט זוכה זיין אויך צו קענען ברענגען דעם קרבן פסח אזוי ווי אלע אידן. און קוקט וואס איז געשעהן.

דער באשעפער האט געמאכט א ספעציעלן יום טוב פאר די אידן. פסח שני. עס איז די איינציגסטע קרבן וועלכע ווערט געברענגט אין א ספעציעלן זמן וואס האט א תשלומין מיט א גאנצן חודש שפעטער. און אלעס פאר דעם ווייל אידן האבן זיך געוואנדן צום באשעפער און

געבעטן: למה נגרע.

אין אן אנדערן פאל אין די תורה, ווי אידן האבן גענומען זאכן אין די אייגענע הענט און געזאגט: נחנו נעלה, מיר וועלן טון, מיר וועלן גיין, האט זיך עס אויסגעלאזט זייער ביטער, אבער דא, ווען אידן האבן געוואלט זיין נאנט צום אויבערשטן און אנערקענט אז זיי אליינס זענען זייער זייער באגרעניצט, זיי קענען גארנישט טאן, אבער בעטן ביים באשעפער קענען זיי יא, און זיי זענען גרייט צו טון וואס דער באשעפער הייסט זיי, דעמאלס האט זיך דער באשעפער באוויזן פאר זיי גאר שטארק.

אידן האבן געזאגט: למה נגרע, פארוואס זאלן מיר זיין ווייניגער, באשעפער, גיב אונז אויך א געלעגענהייט זיך צו דערנענטערן צו דיר. האבן מיר באקומען פסח שני און די דאזיגע אידן האבן באקומען א געלעגענהייט מקריב צו זיין דעם קרבן פסח און זיך אזוי דערנענטערן צום באשעפער.

*

פאר פילע יארן האבן אונזערע אידיש רעדנדע ברודער געפרעגט די פראגע: למה נגרע. מיר ווילן זיין נאנט צום באשעפער, עס טוט אונז וויי אונזער מצב, א בחינה פון אנחנו טמאים לנפש אדם, אדער גאר בדרך רחוקה, מיר געפונען זיך ערגעץ גאר ווייט אוועק און מיר טרעפן נישט דעם וועג אויף צוריק. אבער מיר ווילן.

"למה נגרע" אט די פראגע האט אפגעהילכט בשמי מרומים, אונזערע ברודער וועלכע רעדן ענגליש האבן הילף אויפן געוועב, אונזערע ברודער וועלכע רעדן העברעאיש האבן הילף אויפן געוועב, פארוואס זאלן מיר, אידיש רעדנדע, נישט אויך האב די סארט הילף.

במשך די יארן האבן זיך מערערע אידן אונטערגענומען און שווער געארבעט אהערצושטעלן דעם זייטל "היט דיינע אויגן" אויף אידיש. ועלתה בידם אויף א באגרעניצטן פארנעם. אבער די אידן האבן געארבעט גאר שווער, שלא על מנת לקבל פרס, און ביום מן הימים האבן זיי פשוט נישט געקענט ווייטער אנגיין, אזוי ארום אז עס איז געבליבן א חלל אין דעם פעלד ביי אונז, אידיש רעדנדע ברודער.

אצינד אבער האט דער באשעפער דערהערט אונזער געשריי, און אין די לעצטע שטיק צייט האט מען זיך געריקט מיט ערנסטע טריט.

מיט די הילף פון דעם גרויסן באשעפער שיקן מיר אצינד ארויס דעם דאזיגן חיזוק אימעיל, וואס מיר וועלן האפענטליך, און מיטן אויבערשטנס הילף ממשיך זיין דערווייל איינמאל א וואך. גלייכצייטיג ארבעטן מיר שווער אויפצוהייבן דעם גאנצן סיסטעם אז עס זאל ארבעטן בעסער און עס זאל זיין צוגעשטעלט מער סערוויסעס און מער הילף פאר די אידן וועלכע זוכן עס און ווילן זיין נאנט צום באשעפער.

אזוי אויך ארבעטן מיר אויף דעם גאנצן סייט עס איבערצומאכן און פארבעסערן אז עס זאל קענען צושטעלן פאר אונזערע הייליגע ברודער די נויטיגע הילף זיך צו קענען האלטן הייליג און נאנט צום באשעפער.

מיר וועלן אויסלאזן מיט א תפילה און בקשה צום אויבערשטן: השיבנו ה' אליך ונשובה, קער אונז צוריק צו דיר טאטע, ווייל מיר ווילן זיין נאנט צו דיר, מיר שרייען למה נגרע, חדש ימינו כקדם, ברענג צוריק דעם וועבזייטל אויף די הויכע ניווא וואס זי איז געווען אמאל, און נאך פיל העכער אז מיר זאלן איר קענען נוצן אלס א געצייג זיך מדבק צו זיין אין דיר און אין דיינע הייליגע וועגן.

*

צום שלוס וועלן מיר נאר ווידערהאלן דעם לימוד וואס מיר דארפן ארויסלערנען פון פסח שני. למה נגרע. באשעפער, איך קען גארנישט אליינס. אין בין ליידער אזוי ווייט פארקראכן בדרך רחוקה און איך טרעף נישט דעם וועג צוריק, אבער "למה נגרע" פארוואס זאל איך פארפאלן ווערן, ווייז מיר דעם וועג צוריק צו דיר און פיר מיך אויף איר ווי א טאטע פירט זיין קליינעם קינד אפילו ווען דער קינד האט פארמאכטע אויגן און זעהט נישט אליינס ווי ער גייט.